אייוועלט איז געמאכט פאר ווער עס האט א געברויך צו שטופן עטוואס צייט, אדער אויסבלאזן עטוואס סטרעס, אויפן אינטערנעט על צד היותר כשר.באאמינג האט געשריבן:איך וויל פארשטיין די אנדערע צד, אויב איר קענט ארויסברענגען אייער צד,רעגענדיג האט געשריבן:יעדע ניק אן אויסנאם זאל קענען עפענען א נייע אשכול.
מיין צד האביך אסאך צו זאגן, צווישן אנדערע אז קוק למשל וואס איז געווען די פארגאנגענע וואך, ווי בחורישע סטייל אשכולת זענען געעפנט געווארן לרחצה (א צאל שוין פארמעקט) וואס ברענגט אראפ די קוואליטעט פון די סייט, און אויך דארף מען סקיפן ימים מיט אשכולת צו אנקומען צו נורמאלע אשכולת,
א נייע אשכול מיינט אז די טאפיק פיט נישט אין קיין שום אנדערע אשכול און די קעפל מיז זיין גוט אראפגעלייגט,
פינקט ווי עס איז פארשטענדליך אז נאר מנהלים קענען עפענען א נייעם סוב פארום ענדליך דארף זיין מיט נייע אשכולת אז נאר למשל 400 ניקים זאלן האבן די אפציע צו קענען עפענען א פרישע, און יעדע נייע ניק וואס וועט געגעבן וועליא פאר אייוועלט וועט באקומען די פרעוועליגע אויך צו קענען עפענען.
די זעלבע מיט אנקעטעס, אפציעס דארפן ווערן גוט אראפגעלייגט, איך האב אסאך מאריך צו זיין אויף די נושא פון אנקעטעס ועוד חזון למועד.
זוי האלט איך.
נישט געוואנדן אין וויפיל איי קיו ער האט, ווי אלט ער איז (העכער 18), ווי ערוואקסן ער איז, אדער וויפיל צייט ער האט שוין דא געוועיסטעד.
לויט די שטימען זעהט אויס אז דער עולם האלט אויך אזוי.
----------
אט אזוי.
----------פעיק ניוז האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן:אייוועלט פאר יעדעם!! קיין אויסנאמען און קיין זיראנצן. אייוועלט איז א פארום נישט קיין נייעס קאנאל. איי הונדערטער אידן נעמען זייער נייעס פון דא? זאלו זיי מוחל זיין און פארשטיין אז יעדער קען שרייבן דא.
און ליידער איז דער טעות זייער פארשפרייט אויך ביי די הנהלה, זוי שפיר איך, אבער דאס איז שוין מיין פריוואטע גריעף אויף זײ..פעיק ניוז האט געשריבן:דא שטעקט א טעות פון א סך: אייוועלט איז נישט קיין פלאץ צו ליינען. אייוועלט איז א פלאץ צו שמועסן און שרייבן.