קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

איז נישט די געגנטער פון וואס מען רעדט דא די זעלבע שטח ווי אנדערע אידן לאזן נישט וואוינען? דאכצעך ס'איז מיר געמעקט געווארן א תגובה דא אויף אייוועלט ווען איך האב געפרעגט פארוואס זיי לאזן נישט. אבער אויב ווילן נישט אידן קיין אידישע שכנים, און די אידן וואס וואוינען דארט ווילן נישט קיין גויאישע שכנים, אפשר דארף מען לאזן די הייזער פשוט פוסטעווען?
...
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5518
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

צו דערמאנען וואס כ'האב שוין כמה פעמים ערווענט. גוים וואס וועלן נישט אידן זאלן טוישן זייער געגנט זענען אנטיסעמיטן, אידן וואס ווילן נישט אנדערע אידן זאלן זיך דארט באזעצן קען זיין א דיין ווען מתיר זיין צו מסר'ן.

עטס פארשטייסט וואס דא גייט פאר? ס'איז אנבעליוועבעל.

איינער זאגט מיר נעכטן אונז זעמיר אין גלות, כ'האב נישט קיין איינונג וואס ער רעדט.
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

פראקטיש האט געשריבן:
צו דערמאנען וואס כ'האב שוין כמה פעמים ערווענט. גוים וואס וועלן נישט אידן זאלן טוישן זייער געגנט זענען אנטיסעמיטן, אידן וואס ווילן נישט אנדערע אידן זאלן זיך דארט באזעצן קען זיין א דיין ווען מתיר זיין צו מסר'ן.

עטס פארשטייסט וואס דא גייט פאר? ס'איז אנבעליוועבעל.

איינער זאגט מיר נעכטן אונז זעמיר אין גלות, כ'האב נישט קיין איינונג וואס ער רעדט.
פראקטיש גערעדט! ;l;p- ;l;p-
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

פראקטיש האט געשריבן:
צו דערמאנען וואס כ'האב שוין כמה פעמים ערווענט. גוים וואס וועלן נישט אידן זאלן טוישן זייער געגנט זענען אנטיסעמיטן, אידן וואס ווילן נישט אנדערע אידן זאלן זיך דארט באזעצן קען זיין א דיין ווען מתיר זיין צו מסר'ן.

עטס פארשטייסט וואס דא גייט פאר? ס'איז אנבעליוועבעל.

איינער זאגט מיר נעכטן אונז זעמיר אין גלות, כ'האב נישט קיין איינונג וואס ער רעדט.
קודם לגבי זיין אין גלות, דערמאנסטו מיר די מעשה'לע פון דעם צדיק וועלכער איז געפארן אין א גאלדענע קארעטע צוגעשפארט צו ריטערישע פערד, ארום גענומען מיט חסידים צמאים לשתות דבריו, ווען פלוצלינג האט א קליינער שגצ'ל אויף דער גאס, היימלאז נאקעט און בארוועס, געווארפן א שטיינדל אין זייער ריכטונג.

ווען א חסיד האט אפגעקרעכצט דעם "אוי, מיר זענען אין גלות" פזמון, האט דער רבי אים געפרעגט אויב פאר דעם ווארטן מיר אויף ימות המשיח, אז די ראלעס זאלן זיך טוישן, דער גוי זאל פארן אויף א גאלדענע קארעטע מיט כל טוב וטוב, און מיר אידעלעך זאלן שטיין פון אונטן נאקעט און בארוועס און שיסן דעם שטיינדל....

לגוף הדבר ביסטו מער ווייניגער גערעכט אין רוב פעלער (און אפילו ווען די חרדישע איינוואוינער זענען נישט אויסן צו טוישן דעם כאראקטער פון די זאונינג, איז עס דאך פארשטענדליך אז ווען עס קומט אריין א "טייט ניט קאמיוניטי" וואס האלטן זיך נאר גוט צווישן זיך און נעמען נישט אנטייל אין די שטעטלישע פונקציעס, אז דאס טוישט דעם געשמאקן אטמאספער פון ביז דעמאלט, אבער די טענה אויף דעם איז כך הוא דרכו של עולם, שטעט און געגנטער טוישן זיך כסדר און קיינער קען טאקע נישט זיין פארזיכערט, אויב זאלן ח"ו א גרופע גוי'אישע אקטיוויסטן באשלוסן אונז מסדר צו זיין און אויסקעמפן אין די געריכטן צו קויפן הייזער אין געדיכט באוואוינטע קרית יואל'ע גאסן וועט מען אויך גארנישט קענען טון דערוועגן.

עכ"פ דאס איז ווען מען רעדט פון זיין 'גערעכט', אויב וויל מען אבער זיין קלוג לפנים משורת הדין און פארמיידן אנטיסעמיטיזם וואלט גוט געווען צו שטיין ווייט פון אזאלכע זאכן וואס אפעקטירן מענטשן אויף א גאר טיפער לעוועל, עס איז צ.ב.ש. נישט שווער זיך מצייר צו זיין אז אין די ביאגראפיע פון דעם נעקסטן היטלער ימ"ש - וואס זאל אוודאי נישט האבן קיין שום שליטה אויף אידן ח"ו - וועט שטיין אז ער איז אויפגעוואקסן אין א סלאם וואס דער לענדלארד איז געווען א איד, אדער אין א שטעטל וואס איז צוזאמענגעפאלן א דאנק אגרעסיווע אידישע שכנים. נישט אז ער וועט זיין גערעכט, די פראבלעם אבער מיט פערסאנעל עקספיריענסעס איז אז דאס אפעקטירט גאר טיף און אזאלכע מינדערוויכטיגע שאלות פון גערעכט אדער נישט זענען נישט תופס דארט קיין מקום.

די מעשה איז אבער אז מאני טאלקס, געלט און אפארטוניטי - העיר ענד נאו - אפעלירט סאך מער ווי א ווייטער העטעך פעטעך זארג, בפרט ווען מיר קריכן ב"ה אלס מער און מער ארויס פון די קאלעקטיווע טראומא פון אנטיסעמיטיזם און למה יאמרו הגוים א דאנק די חסדי ה', די זארגלאזע תקופה פון די לעצטע צענדליגער יארן וואס זאלן בעז"ה אנהאלטן ביז משיח'ס טאג).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
ניו סיטי
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 29, 2020 7:47 pm

תגובה דורך ניו סיטי »

די שמועס פארפארט אביסל. מען גייט עניוועי מעקן, אבער אויף דערווייל לאמיר געבן אביסל קלארקייט.
דא רעדט מען נישט פון די געגנט ווי אידן לאזן נישט אנדערע אידן וואוינען. עס איז דא אזא מושג ווי א קהילה קויפט אויס הייזער אין ראמאפא צו פארדינגען, אבער זיי האבן גרעניצן און אין יענע גרעניצן וואוינען כמעט נישט קיין היימישע אידן. די קהילה קויפט נישט אין קלארקסטאון נאר אין א קליינע חלק וואס איז ממש סמוך ונראה.

מען רעדט פון געגנטער אין קלארקסטאון ווי אידן קענען יא וואוינען אומגעשטערט און עס קומען אומפארטייאישע אינוועסטארס און קויפן הייזער פאר ספאנישע רענטערס מיטן חשבון עס צו פליפן פאר א איד אין אפאר יאר. איך ווייס פון צענדליגער שיינע הייזער ווי אידן האבן געוואלט קויפן א דאך איבערן קאפ פאר א צוגענגליכע פרייז איז געקומען א הארצלאזע אינוועסטאר און עס אויס געבידט און אריינגעלייגט דארט נידעריגע עלעמענטן וואס מאכן פארטיס יעדע וויקענד מיט הויכע שמוציגע מוזיק, לאזן זייערע הונט לויפן לויזערהייט אויפן גאס ועוד ועוד זאכן וואס זיי טוען וואס באלאנגט נישט דא.

איך גיי נישט דא זאגן אז מען מעג אדער מען זאל מסר'ן. אבער ווען א ניק שרייבט אז סאיז דא א היתר פון א דיין זאל מען פארשטיין אביסל די סיטואציע.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5518
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

מי חכם האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
צו דערמאנען וואס כ'האב שוין כמה פעמים ערווענט. גוים וואס וועלן נישט אידן זאלן טוישן זייער געגנט זענען אנטיסעמיטן, אידן וואס ווילן נישט אנדערע אידן זאלן זיך דארט באזעצן קען זיין א דיין ווען מתיר זיין צו מסר'ן.

עטס פארשטייסט וואס דא גייט פאר? ס'איז אנבעליוועבעל.

איינער זאגט מיר נעכטן אונז זעמיר אין גלות, כ'האב נישט קיין איינונג וואס ער רעדט.
קודם לגבי זיין אין גלות, דערמאנסטו מיר די מעשה'לע פון דעם צדיק וועלכער איז געפארן אין א גאלדענע קארעטע צוגעשפארט צו ריטערישע פערד, ארום גענומען מיט חסידים צמאים לשתות דבריו, ווען פלוצלינג האט א קליינער שגצ'ל אויף דער גאס, היימלאז נאקעט און בארוועס, געווארפן א שטיינדל אין זייער ריכטונג.

ווען א חסיד האט אפגעקרעכצט דעם "אוי, מיר זענען אין גלות" פזמון, האט דער רבי אים געפרעגט אויב פאר דעם ווארטן מיר אויף ימות המשיח, אז די ראלעס זאלן זיך טוישן, דער גוי זאל פארן אויף א גאלדענע קארעטע מיט כל טוב וטוב, און מיר אידעלעך זאלן שטיין פון אונטן נאקעט און בארוועס און שיסן דעם שטיינדל....

לגוף הדבר ביסטו מער ווייניגער גערעכט אין רוב פעלער (און אפילו ווען די חרדישע איינוואוינער זענען נישט אויסן צו טוישן דעם כאראקטער פון די זאונינג, איז עס דאך פארשטענדליך אז ווען עס קומט אריין א "טייט ניט קאמיוניטי" וואס האלטן זיך נאר גוט צווישן זיך און נעמען נישט אנטייל אין די שטעטלישע פונקציעס, אז דאס טוישט דעם געשמאקן אטמאספער פון ביז דעמאלט, אבער די טענה אויף דעם איז כך הוא דרכו של עולם, שטעט און געגנטער טוישן זיך כסדר און קיינער קען טאקע נישט זיין פארזיכערט, אויב זאלן ח"ו א גרופע גוי'אישע אקטיוויסטן באשלוסן אונז מסדר צו זיין און אויסקעמפן אין די געריכטן צו קויפן הייזער אין געדיכט באוואוינטע קרית יואל'ע גאסן וועט מען אויך גארנישט קענען טון דערוועגן.

עכ"פ דאס איז ווען מען רעדט פון זיין 'גערעכט', אויב וויל מען אבער זיין קלוג לפנים משורת הדין און פארמיידן אנטיסעמיטיזם וואלט גוט געווען צו שטיין ווייט פון אזאלכע זאכן וואס אפעקטירן מענטשן אויף א גאר טיפער לעוועל, עס איז צ.ב.ש. נישט שווער זיך מצייר צו זיין אז אין די ביאגראפיע פון דעם נעקסטן היטלער ימ"ש - וואס זאל אוודאי נישט האבן קיין שום שליטה אויף אידן ח"ו - וועט שטיין אז ער איז אויפגעוואקסן אין א סלאם וואס דער לענדלארד איז געווען א איד, אדער אין א שטעטל וואס איז צוזאמענגעפאלן א דאנק אגרעסיווע אידישע שכנים. נישט אז ער וועט זיין גערעכט, די פראבלעם אבער מיט פערסאנעל עקספיריענסעס איז אז דאס אפעקטירט גאר טיף און אזאלכע מינדערוויכטיגע שאלות פון גערעכט אדער נישט זענען נישט תופס דארט קיין מקום.

די מעשה איז אבער אז מאני טאלקס, געלט און אפארטוניטי - העיר ענד נאו - אפעלירט סאך מער ווי א ווייטער העטעך פעטעך זארג, בפרט ווען מיר קריכן ב"ה אלס מער און מער ארויס פון די קאלעקטיווע טראומא פון אנטיסעמיטיזם און למה יאמרו הגוים א דאנק די חסדי ה', די זארגלאזע תקופה פון די לעצטע צענדליגער יארן וואס זאלן בעז"ה אנהאלטן ביז משיח'ס טאג).
אמת, מיך האט נאר געבאדערט אז דער גוי הייסט אן אנטיסעמיט ווען מ'טוישט זיין געגנט אבער אידן קענען זיך טרעפן התרים צו מסר'ן ווען אן אנדערע וויל טוישן דעם געגנט.

לאן הגענו?
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

פראקטיש האט געשריבן:
אמת, מיך האט נאר געבאדערט אז דער גוי הייסט אן אנטיסעמיט ווען מ'טוישט זיין געגנט אבער אידן קענען זיך טרעפן התרים צו מסר'ן ווען אן אנדערע וויל טוישן דעם געגנט.

לאן הגענו?
;l;p-
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
קעמערשעל מארטגעדשעס
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 9:52 pm

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעמערשעל מארטגעדשעס »

די ווארט "אנטיסעמעטיזם" איז דעפענעטלי שטארק עביוזט.
ווען איר כאפט א טיקעט פארן פארן אויף 83 איז דער אפעסער לאו דווקא אן אנטיסעמיט, וה"ה ווען איר באקימט א וויעלעישאן אויף א רענטעל פראפערטי מיט 8 קארס און נאך 6 קעמערשעל ווענז - יעדעס איינס פין א אנדערע קאמפאני - אויפן גראז.

אבער לגבי די "אנטיסעמעטיזם" איז קלארקסטאון פין די פלעצער וואס פארדינען זיך ערליך דאס טיטל. עס איז א נעסט וואס פרעידיקט אנטיסעמיטיזם במלוא מובן המילה.
די גאנצע "פרעזערוו רעמעפוי" מאוומענט, וואס שטייט מיט איין ציעל צי רודפ'ן די דערנעבענדיגע מאנסי, זיי פשוט רעטעווען פין "אויווער דעוועלעפמענט". (איי, לאז בויען וועט מען נישט קימען צי דיר. גדולה שנאה שמקלקלת את השירה.)
די טרויערג בארימטע "יאפפעד" וואס זארגט זיך פשוט אויף אונזער אימבאהאלפענע תינוקות שנשבה, האט פאר א סיבה זיך דארד געשפירט אין פלאץ. לא לחינם הלך הזרזיר אצל העורב.
מען דארף נישט מער ווי די "קלארקסטאון - אנסענסערט" (ווער עס פארשטייט פארשטייט..) ווי זיי ריפן זיך בפומבי אין נאמען פין זייער טאון אויף צי העצן אין זידן אנקעיגן יעדעס היימישע איד, און אויף טאון אוו רעמעפוי פארן נישט טיען וואס מען דארף צי אינפארסירען די געזעטס...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

בלייב געזונט האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
אריינלייגן גוים אין א אידישע געגנט (איך גלייב אז אין א גוי'אישע געגנט נישט נעבן אידן וועט א איד נישט גיין סתם אזוי מסר'ן) איז געטרעטן אויף די תורה, קעגן אפענע הלכה אין שו"ע
וועלכע אפענע הלכה?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

הערטס צו האט געשריבן:
אז די אלע אפגעבריטע נעמען זיך צוזאם און האבן רעקארדעד ווידיאס און וואיס רעקארדינגס קען עס איין טאג צונוץ קומען אין קאורט, אזאנע פלעצער איז וויכטיג צו האבן א באהאלטענע באדי רעקארדער ווען די אינספעקטער קומט און אים אפכאפן, עס האט געהאלפן אויף אסאך מקומות, א וואיס רעקארדער זיכער , וואינען שוין שומרי תורה אין קלארקסטאון? אויב יא וועלכע געגענט?
דארפסט פארשטיין אז די לענדלארס זענען ידם על התחתונה, די פרייז וואס עס פארקויפט זיך היינט א הויז אין ראקלענד קאונטי קען די מארטגעדזש נאר ווערן געדעקט אויב מען שטעלט אריין ספאנישע טענעטס, איך און דו ווייסן אז די ספאנישע פארדינגען צימערן וואס דאס איז אום-לעגאל, ווילסט נאך אז מען זאל קלאגן די טאון?.... עס גייט זיך על פי פשטת נישט ענדיגן גוט
בילד
אלט געזעסענער
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:38 am

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט געזעסענער »

מענין לענין, עס וואלט געווען א גוטע זאך אז איינער זאל ארויפשטעלן א מאפע פון די געגענטער אין קלארקסטאון וואו אידן וואוינען שוין
ניו סיטי
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 29, 2020 7:47 pm

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניו סיטי »

אלט געזעסענער האט געשריבן:

פארוואס איז עס א גוטע זאך?
אז אינוועסטארס זאלן וויסן ווי צו זייגן יענעמ’ס בלוט?

עס וואוינען חסידים נאר אין איין געגנט.

ווער עס וויל דווקא מופן אהער ווייסט צו וועם מען קען זיך ווענדן.
אויך מיין אישי איז אייביג אפען אויב איינער וויל הילף אין אינפארמאציע איבער זיך ציען צו די געגנט.
מיט מזל
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 10:03 pm

תגובה דורך מיט מזל »

עצה טובה ווען מען פארדינגט א הייזקע
צו שרייבן אינעם ליעס:
__________, _____________, ____________The tenant
shall use the apartment for living purposes only, and ONLY "immediate family member"
any other person, need to be confirmed Before by the Landlord By email ONLY

מיט מזל האט געשריבן:

lease should get DocuSign by all tenants
קעמערשעל מארטגעדשעס
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 9:52 pm

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעמערשעל מארטגעדשעס »

מיט מזל האט געשריבן:
עצה טובה ווען מען פארדינגט א הייזקע
צו שרייבן אינעם ליעס:
__________, _____________, ____________The tenant
shall use the apartment for living purposes only, and ONLY "immediate family member"
any other person, need to be confirmed Before by the Landlord By email ONLY
יא, דאס איז זייער וויכטיג צי שרייבן. דאס קען אייך העלפן פייטן די וויעלעישאן מיטן טענה "ואנוכי לא ידעתי..."
אבער במציאות גייט עס גאנץ ווייניג אויסמאכן, דער ספאנישע טענענט אינטערסירט גאנץ ווייניג וואס שטייט אין די ליעס. ער איז א חברה מאן, ער נעמט ארויס א הויז, ברענגט אריין קרובים און גיטע פריינט, באקימט פרי האוזינג, אין צימאל אויך אפאר דאלער אין דערזייט. אויב ווערט ער געכאפט גייט ער נישט ווערן געהאלטן אקאונטעבעל אויף קיין שום וועיג. ער גייט נאר דארפן טרעפן א נייע הויז צי איבערטיען די זעלבע. עס איז הונדערט פראצענט אויף די לענדלארדס ריקן, איר גייט דארפן דיעלן מיט די קאפ וויי.

הגם, די לשון הליעס זאל נישט זיין ONLY immediate family members. ע"פ רוב זענען די משפחות קרובים (מיר קענען זיך לערנען פין זיי ווי מען דארף זיך האלטן ציזאמען..).
ענדערשט זאל מען ארויסשרייבען די נאמען פינעם מאן און ווייב, אין שרייבן אז נאר זיי מיט זייערע קינדער האבן רעכט דארט צי וואונען.

איך רעדט פין פירסט הענד עקספיריענס ליידער....
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

קעמערשעל מארטגעדשעס האט געשריבן:

אוי וויי
בילד
אלט געזעסענער
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:38 am

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט געזעסענער »

ניו סיטי האט געשריבן:
אלט געזעסענער האט געשריבן:
מענין לענין, עס וואלט געווען א גוטע זאך אז איינער זאל ארויפשטעלן א מאפע פון די געגענטער אין קלארקסטאון וואו אידן וואוינען שוין
פארוואס איז עס א גוטע זאך?
אז אינוועסטארס זאלן וויסן ווי צו זייגן יענעמ’ס בלוט?

עס וואוינען חסידים נאר אין איין געגנט.

ווער עס וויל דווקא מופן אהער ווייסט צו וועם מען קען זיך ווענדן.
אויך מיין אישי איז אייביג אפען אויב איינער וויל הילף אין אינפארמאציע איבער זיך ציען צו די געגנט.
איך זעה דא א אשכול וועגן א היימישע געגענט אין קלארקסטאון

א שבת אין נענועט
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=56881
ניו סיטי
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 29, 2020 7:47 pm

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניו סיטי »

קעמערשעל מארטגעדשעס האט געשריבן:
די ווארט "אנטיסעמעטיזם" איז דעפענעטלי שטארק עביוזט.
ווען איר כאפט א טיקעט פארן פארן אויף 83 איז דער אפעסער לאו דווקא אן אנטיסעמיט, וה"ה ווען איר באקימט א וויעלעישאן אויף א רענטעל פראפערטי מיט 8 קארס און נאך 6 קעמערשעל ווענז - יעדעס איינס פין א אנדערע קאמפאני - אויפן גראז.

אבער לגבי די "אנטיסעמעטיזם" איז קלארקסטאון פין די פלעצער וואס פארדינען זיך ערליך דאס טיטל. עס איז א נעסט וואס פרעידיקט אנטיסעמיטיזם במלוא מובן המילה.
די גאנצע "פרעזערוו רעמעפוי" מאוומענט, וואס שטייט מיט איין ציעל צי רודפ'ן די דערנעבענדיגע מאנסי, זיי פשוט רעטעווען פין "אויווער דעוועלעפמענט". (איי, לאז בויען וועט מען נישט קימען צי דיר. גדולה שנאה שמקלקלת את השירה.)
די טרויערג בארימטע "יאפפעד" וואס זארגט זיך פשוט אויף אונזער אימבאהאלפענע תינוקות שנשבה, האט פאר א סיבה זיך דארד געשפירט אין פלאץ. לא לחינם הלך הזרזיר אצל העורב.
מען דארף נישט מער ווי די "קלארקסטאון - אנסענסערט" (ווער עס פארשטייט פארשטייט..) ווי זיי ריפן זיך בפומבי אין נאמען פין זייער טאון אויף צי העצן אין זידן אנקעיגן יעדעס היימישע איד, און אויף טאון אוו רעמעפוי פארן נישט טיען וואס מען דארף צי אינפארסירען די געזעטס...
1. די פעיסבוק פעידזש האט גארנישט מיט די טאון צו טון. איך זעה נישט פארוואס אויב יענער רופט זיך מיטן נאמען פון זיין טאון מאכט עס די גאנצע טאון אנטיסעמיטיש. פרעזערוו ראמאפא יוכיח.
2. נפתלי מ. האט שוין אפגעפוצט. ער האט פארקויפט זיין הויז אין איך גלייב אז ער וואוינט נישט אין ראקלענד בכלל. (ער האט געוואוינט ביי די ליטווישע געגנט פון Buena Vista).

אבער ווי געזאגט, אונז תושבים ווערן דא זייער שיין אויפגענומען ביי די שכנים אין ביי די טאון אריינגערעכט די סופערווייזאר אליין, און הויכע פאליציי באאמטע.
לגבי אינוועסטארס, נאבאדי קעירס.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

Buena Vista האט א שיינע פאר חסידים, א חסידישע שול מיט א מקוה
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2602
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

@פומפדותא און @ניו סיטי זייער קלאר אריין געקומען אבער איך וויל עס אפטיילן.

דעס אז מ׳דארף רעגאסטרירן רענטאלס איז נישט קיין נייע זאך און עס איז דא און אסאך פלעצער (איך האב א הויז און וועסט העווערסטרוי און איך דארף אויך רעגאסטרירן יעדע צוויי יאר פאר א נישטיגע $50 און זיי זענען ניטאמאל געקומען מאכן א אינספעקשן, זיי קענען אויב זיי ווילן אבער בדרך כלל מאכן זיי נישט קיין פראבלעמען, סך הכל געדארפט מיט שיקן פלענס)
די פראבלעם דא הייבט זיך אן מיט די פרייז וואס איז לכאורה בדווקא געהעכערט און אינספעקשאנס ווי דא קען מען זעהן אז עס מיינט דיירעקט אונז און פארדעם מיין איך דארף מען אפי׳ נישט ווארטן ביז עס וואוינען אסאך אידן צו קענען אפשר אויפטוהן מיט ערוויילטע פאלאטישען׳ס מ׳קען טוהן דעס וואס מ׳האט געטוהן און ערמאנט און דעס איז געווען די מכה בפטיש לדעתי אוודאי שפעטער האט מען אריינגעשטעלט היימישע עס זאל זיין נאך בעסער אבער זיי האבן אריינגעגעבן און די פעדעראל דזשאסטיס דיפארטמענט א קלאגע מיט קלארע באווייזן און זיי האבן באקומען אויפן קאפ…

אויב קען מען צוזאם שטעלן גענוג און קלארע אפענע אנטיסעמיטיזעם דא וועט דאס לכאורה העלפן, ניין?

גראדע איך האב אויך געהערט ווען איך האב זיך נאכגעפרעגט אויף געוויסע געגענטער אז זיי און די זעלבע זאך איז אויך און סאפפערן געבן זייער גרינג און שנעל פערמיטס זיי זאגן בעט איך געב דיר גערן אבער פליז נישט זיין קיין אויבער חכם און טוהן זאכן אומלעגאל אדער אן פערמיטס וואס דעס פארשטיי איך אבער פארשטייט זיך ווי לאנג מ׳געט טאקע גרינג און שנעל,
אבער למשל און שטאט הער איך אז דער עולם בויען איבער גאנצע בינינים אן קיין געהעריגע פערמיטס ווייל די וואס בעטן יא נעמט עס אנשטאט א יאר צוויי 5 יאר אדער מער מ׳מאכט אסאך פראבלעמען און סטאפ ארדערס וכו׳ דעמאלטס פארשטיי איך דער עולם ווייל ווען איך בעט געבסטו נישט אדער מאכסטו פראבלעמען…

וואס אויף דעם איז גוט זיך צו צו שטעלן צו זיי אבער ביז אנטיסעמיטיזעם וואס דאס טאר נישט טאראלירט ווערן און מ׳דארף אריינגעבן א פעדעראל אנקלאגע!!
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

אן ארטיקל אין די זשורנאל נוס פון 2016 וואו זיי שטאלצירן זיך מיט די רענטאל רעזשיסטרי אז זיי האבן באקומען 8 סירטש ווארענטס און צוויי ריסטרעינינג ארדערס, די שרייבער פון די ארטיקל דערציילט אז ער האט געזעהן וואו זיי קוקען אריין אין די פענסטער פון א הויז צו זעהן אויב מען קאמפלייט מיט א קאורט ארדער
https://www.lohud.com/story/news/local/ ... /91729982/
בילד
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ניו סיטי האט געשריבן:
2. נפתלי מ. האט שוין אפגעפוצט. ער האט פארקויפט זיין הויז אין איך גלייב אז ער וואוינט נישט אין ראקלענד בכלל. (ער האט געוואוינט ביי די ליטווישע געגנט פון Buena Vista).
זיין הויז איז פארקויפט געווארן צעהן טאג צוריק
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2602
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

בן בוזי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 05, 2023 2:40 pm
ניו סיטי האט געשריבן:
2. נפתלי מ. האט שוין אפגעפוצט. ער האט פארקויפט זיין הויז אין איך גלייב אז ער וואוינט נישט אין ראקלענד בכלל. (ער האט געוואוינט ביי די ליטווישע געגנט פון Buena Vista).
זיין הויז איז פארקויפט געווארן צעהן טאג צוריק
אדרעס?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

פראקטיש האט געשריבן: זונטאג יאנואר 29, 2023 8:11 am
צו דערמאנען וואס כ'האב שוין כמה פעמים ערווענט. גוים וואס וועלן נישט אידן זאלן טוישן זייער געגנט זענען אנטיסעמיטן, אידן וואס ווילן נישט אנדערע אידן זאלן זיך דארט באזעצן קען זיין א דיין ווען מתיר זיין צו מסר'ן.

עטס פארשטייסט וואס דא גייט פאר? ס'איז אנבעליוועבעל.

איינער זאגט מיר נעכטן אונז זעמיר אין גלות, כ'האב נישט קיין איינונג וואס ער רעדט.
באזעצן און אינוועסטירן איז די זעלבע זאך?
אוועטאר
עדה
שר האלף
תגובות: 1994
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 1:46 am

Re: קלארקסטאון - שלא תמות כדרך שמת פלוני.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדה »

נו גוט נו שוין האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 6:24 pm
פראקטיש האט געשריבן: זונטאג יאנואר 29, 2023 8:11 am
צו דערמאנען וואס כ'האב שוין כמה פעמים ערווענט. גוים וואס וועלן נישט אידן זאלן טוישן זייער געגנט זענען אנטיסעמיטן, אידן וואס ווילן נישט אנדערע אידן זאלן זיך דארט באזעצן קען זיין א דיין ווען מתיר זיין צו מסר'ן.

עטס פארשטייסט וואס דא גייט פאר? ס'איז אנבעליוועבעל.

איינער זאגט מיר נעכטן אונז זעמיר אין גלות, כ'האב נישט קיין איינונג וואס ער רעדט.
באזעצן און אינוועסטירן איז די זעלבע זאך?
בהחלט נישט

די גוים טאקע פארפירן בעיקר ביי גרעסערע דעוועלאפמענטס וואס ווערן געבויעט דורך אינוועסטירער...
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”