האקטיונה פויגל האט געשריבן: ↑מאנטאג מארטש 13, 2023 7:04 pmאיין זאך איז זיכער, די משונה'דיגע געלונגענקייט פון די לינקע סיי אין אמעריקע סיי אין די מדינה איז פשוט צו משוגע ווערן!
זיי זענען אפנארמאל פעסט ארגענעזירט, זיי ארבעטן אלע אינאיינעם ווי א פולשטענדיגן בענד, קיינער (כמעט, פארשטייט זיך) גייט נישט ארויס פון פלאץ, יעדע זאך איז מסודר ווען ס'זאל געשען, וויאזוי, דורך וועם, ס'איז מורא'דיג
די רעכטע (בעיקר אין די מדינה, אבער אין אמעריקע אויך) זענען א באנדע שלימזל'ניקעס, קיינער ארבעט נישט מיט א צווייטן, זייער מעסעדזש איז נישט פאראייניגט, ס'געדויערט זיי חדשים ביז זיי כאפן זיך אויף פון זייערע דורכפאלן, חדשים האט זיי געדויערט ביז זיי האבן אין א מזל'דיגע שעה אנגעפאנגען צאמצונעמען חתימות פון אנשי שם בעד די רעפארם, איי דו האסט דאך א האלבע לאנד (לפי טענתם זיכער, אפי' נישט האבן זיי זיכער א ריזן עולם) וואס שטיצן די רעפארם, און צווישן זיי איז זיכער דא כל מיני באוואוסטע מענטשן, אבער זיי שלאאאאפן... אא"וו אא"וו
די לינקע האבן גלייך צאמגענומען חתימות פון כל מיני סארטן מענטשן ווי היי-טעקיסטן, יוצאים פון מוסד, שב"כ, כל מיני עליטע גרופעס פון די מיליטער וכו' וכו', אבער זיי האבן נישט אלעס ארויסגעגעבן אויף איין מאל, נע... דאס פאסט פאר די רעכטע שלימזל'ניקעס, נאר שטאטליך יעדע פאר טעג א צווייטע בריוו, און נאכדעם ארויף א דרגא דער, יענער, וכו' ס'איז פלעין צו משוגע ווערן.
און דאס וואס דו שרייבסט דאא ודאי ביזסטו אביסל גערעכט, ווי מ'האט שוין געשמועסטAvrumy האט געשריבן: ↑מאנטאג מארטש 13, 2023 6:35 amאין אמעריקע ווען ביידן האט געווינען אין טראמפ האט פארפירט, איז טראפט געווען די גרעסטע סכנה פאר ''דימיקראטיע'' ווייל דער רוב האט אריינגעוועלט ביידען, ווי קענסטע גיין קעגן דעם רוב , ווידער אין די פארשאלטענע מדינה ווי ביבי האט געווינען מיט רוב אין ער וויל נעמען פאוער, איז ער א שרעלעכע סכנה פאר ''דעמעקראטיע'', ווייל היתכן מען אינטערדריקט א מיעט.
סא איבעראל האט דעמעקראטיע אן אנדערע דעפענישן. מען דארף פשוט האלטן דעם קאפ אויפן פלאץ אין וויסן ווי דער חמר שטייט איין
אבער ווען טראמפ האט פארפירט איז פארשטייט זיך אנדערש, און כ'גלייב אז איך דארף עס נישט אויסשמועסן, און דו האסט עס נאר געברענגט פאר ליצנותא דעבו"ז צו ווייזן די לעכערליכקייט פון די לינקע, און נישט ווייל דו האלטסט באמת אז ס'איז דא עפעס א סתירה
---------------------------
בעיקר אין אמעריקע!!! אין די מדינה אויך...