מדינת ישראל געריכט רעפארם

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

פארוואס פעלט אויס א רעפארם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

ווען מען רעדט מיט מענטשן אין די נושא, כמעט יעדער - וואס פארשטייט אביסל - איז מסכים אז 'יורידישע איבערזיכט' איז א גאר וויכטיגע זאך אין א פונקציאנירנדע דעמאקראטיע. אבער די טענה וואס מען הערט אייביג פון מענטשן איז אז עס ארבעט מיט א איינגעגעסענער בייעס לטובת 'לינקע' וויבאלד די בג"ץ ריכטער וועלן זיך אליינס אויס ווער עס זאל זיין זייערע נאכפאלגער.

איז עס טאקע אזוי? לאמיר זעהן.

אין 53' איז דורכגעפירט געווארן א געזעץ אויפצושטעלן א ספעציעלע קאמיטע צו קלייבן ריכטער, טאקע מיטן ציל אז די (דעמאלטסדיגע לינקע) רעגירונג, דער פאליטישער פליגל זאל נישט האבן צופיל פאוער איבערן געריכט סיסטעם, נאר זי זאל זיין זעלבסשטענדיג.

די צוזאמענשטעל פון די קאמיטע איז ווי פאלגנד: 3 ריכטער, 2 'באר' אדוואקאטן, 2 שרים און 2 חברי הכנסת. פון דעם גאנצן טומל און די רעכטע וויינערייען פאר אזויפיל יאר האט איר ווארשיינליך נישט געוויסט, אז די קאאליציע האט שוין יעצט כמעט האלב! פון די הרכב הוועדה.

אבער למעשה - די זעלבסטשטענדיגע געזעץ עסטאבלישמענט / אינסטיטוציע האט דאך פארט רוב (בהנחה אז דאס איז א פראבלעם ווייל זיי זענען אלע בייעסד לינקס)? דא קומט דער עיקר: צו קלייבן א ריכטער מוז מען - שוין יעצט!!! - האבן א רוב פון 7!!! עס איז אוממעגליך צו שטעלן א ריכטער אויב די קאאליציע גיבט נישט איר צושטימונג!!

וואס עס האט פאסירט איז, לענ"ד, די בעסטע אויסוואל מעגליך ביזן עולם התיקון: ריכטער ווערן נאר אויסגעקליבן אויב זיי קומען נאך די פראפעסיאנאלע פארלאנגען פון די געזעץ עסטאבלישמענט, אבער אין די זעלבע צייט זענען זיי נישט קיין שרעקליכע 'לינקע' 'בייעסד' און איך ווייס וואס נאך, ווייל די (רעכטע) קאאליציע מוז געבן זייער הסכמה. נישט ח"ו משבח צו זיין די ציונים, אבער דאס איז א גלענצענדער מהלך וואס איז ליכט יארן פאראויס פונעם סיסטעם אין אמעריקע וואו דער געריכט סיסטעם איז גענצליך פאליטיזירט, און סיי וועלכע 'מנהג טוב' וואס איז איינגעפירט געווארן במשך די יארן צו האלטן דעם סיסטעם עטוואס אומפארטייאיש ווערט צוטרעטן בשאט נפש דורך - יו געסד איט - די רעכטע.

(איך וויל נישט דא אריינגיין אין די רעכט - לינק שמועס, אבער עס איז גאר שווער פאר עמיצן וואס האט מיטגעהאלטן פאליטיק סיי אין אמעריקע און סיי איבער דער וועלט, זיך צו פארמאכן די אויגן כאילו ביידע זייטן ווילן די זעלבע זאך. עס איז אפשר געווען א תקופה פון צענדליגער יארן אינצווישן וואס דאס איז געווען ריכטיג, אבער בפועל זענען די רעכטע - איבער די וועלט - מאז ומעולם געווען קעגן דעמאקראטיע און פרא מאנארכיע / דיקטאטורשאפט, און די לינקע האבן פאראויס געשטופט דעמאקראטיע און אלע פארשריט וואס די וועלט האט געמאכט זינטן מיטל אלטער. וואס געשעט יעצט איז אז אין אסאך לענדער פרובירן די רעכטע אפצושוואכן די יסודות פון דעמאקראטיע און איינשטעלן די 'טיראניע פון די מאיאריטעט', מיט נישט ווייניג הצלחה

אויך דא אין מדינת ישראל, די סיבה פארוואס די רעכטע האבן אזוי פיינט דעם געריכט איז וויבאלד עס שטייט זיי אין וועג פון דורכפירן זייערע אומדעמאקראטישע אימפולסעס, זיי ווילן געבן טויט שטראָף פאר טעראריסטן אבער בלויז פאלעסטינער, און דער בג"ץ - בלויז לשם משל - דרייט זיי א קאפ אז אין א דעמאקראטישע סיסטעם ארבעט דאס נישט אזוי נאר יעדער איז גלייך בארעכטיגט, אויב ווילסטו געבן טויט שטראָף מוזטו עס פונקט אזוי געבן פאר צעיושעטע מתנחלים וואס ברענגען אום פאלעסטינער. אפגערעדט אויב די ריכטער האלטן - אזוי ווי רוב וועלט - אז טויט שטראָף איז בכלל נישט בארעכטיגט. (אסאך) רעכטע האלטן נישט אויס די סארט באגרעניצונגען - א.ג. 'טשעקס' - אויף זייער מאכט, זיי גלייכן ליבערשט צו קענען טון וואס זיי ווילן).

די וועג איך זעה עס איז דער איצטיגער וועג איז דער בעסטער, (און העכסטנס אויב וויל מען דוקא קען מען מאכן א קאמיטע פון 10, עס זאל זיין גלייך אויף גלייך, ווי לאנג יעדער מוז צוקומען צום צווייטענ'ס הסכמה), און א רעפארם וואס שלאגט פאר א טויש איז מסוכן ביז גאר. צו טוישן דעם הרכב אז די קאאליציע זאל קענען אריינשטעלן ריכטער אן די הסכמה פון אנדערע אומפארטייאישע, איז די זעלבע - אדער נאך ערגער - ווי אויב דער בג"ץ זאל יעצט באשליסן אויפן פארקערטן אופן, אז 'נאר' די ריכטער קענען אריינשטעלן נייע ריכטער און דארפן נישט די הסכמה פון די קאאליציע.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
נואך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 18, 2022 11:27 am

Re: פארוואס פעלט אויס א רעפארם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נואך »

מי חכם האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 10:20 am

1) נאר די רעכטע דארפן קאמרעמייסן בשעת די לינקע קענען טאן וואס זיי ווילן ווען זיי האבן די רעגירינג 2) סנישט דא קיין קאנסטעטאציע אויף וואס די איבערוויגענדע רוב האט אמאל מסכים געווען
THE BEST THING THE GOVERNMENT CAN DO TO THE ECONOMY IS NOTHING
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

טישטוך האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:47 am
אין די יעצטיגע רעפארמען שטערט מיר בעיקר צוויי זאכן.

1) אז פאליטיקאנטן זאלן אריינשטעלן די ריכטער. (עס איז גענצליך אנדערש ווי אין אמעריקע).

2) דער פסקת התגברות טאר נישט זיין מיט 61 נאר א מינימום פון 65.
1. אין א דעמאקראטישע לאנד נעמט דער לאנד -דער ציבור- אויף אלע אירע ארבייטער, קען מען דאך נישט הערן פון יעדן באזונדער ווער עס זאל ווערן אויפגענומען, שטעלט מען אוועק פארטרעטער פונ'ם ציבור, וואס דער ציבור פארטרויעט זיי אויפצונעמען די ארבעטער. איז דאך דא אסאך פארטרעטער, יעדער וויל דאך עפעס אנדערש, איז דער דעמאקראטישער מהלך, אז מען גייט נאך רוב פון די פארטרעטער, די פאליטיקאנטן, און אזוי ווערט דעמאקראטיש אוועקגעשטעלט די הלוך ילך פונ'ם לאנד.

אזוי ווי דעם פרעזידענט און די פארלאמענט מיטגלידער, שטעלט דער ציבור אוועק וואס זאל זיי פירן די רעגירונג, אזוי דארף דער דער ציבור אהער שטעלן דעם געריכט סיסטעם צו האלטן אן אויג אויף אלעס אינ'ם לאנד. יעדע זאך וואס דער ציבור שטעלט נישט אוועק, נאר עטליכע פערזענליכקייטן פון אייגענעם דעת שטעלן דאס אוועק, איז א דיקטאטורשאפט. פונקט אזוי ווי די אמאליגע פריצים האבן געהאט דעם אויסשליסליכן בעלות אויף זייער מאשקע'ס, און געקענט טון ככל העולה על רוחם, פונקט אזוי איז ווען עפעס ווערט אוועק געשטעלט נישט דורך ערוויילטע באאמטע.

פארפאלן, דאס איז דעמאקראטיע.

2. ווען דער יוסטיץ סיסטעם וואלט געווען אוועקגעשטעלט מיט א געהעריגע דעמאקראטישע מהלך, וואלט זיך טאקע נישט אויסגעפעלט צו האבן דעם פסקת התגברות, אבער למעשה יעצט אז עס איז דא א דיקטאטורשאפט וואס פרובירט צו איבערשרייען דאס ווילן פון די לאנד, פעלט זיך עס דערווייל אויס, און פסקת התגברות איז נישט אנדערש ווי יעדע אנדערע תפקיד אין די רעגירונג, און אויב יעדע זאך אין א דעמאקראטישע לאנד גייט מען נאך רוב, אזוי איז מיט פסקת התגברות. איי, עס קען דאך אונטערקומען געוויסע פעלער וואס די רעגירונג קען באקריוודען דעם ציבור, און ווער וועט זיי אפהאלטן? אה, פארדעם קומט מיט נאך א שטיקל מיט די רעפארם, אז איבערצוקומען א פסקת התגברות, דארפן אלע ריכטער מיטשטימען דערמיט. סא אויב וועט אונטערקומען אזא מציאות וואס איז טאקע גאר שלעכט פאר דעם ציבור, וועלן אלע ריכטער מיטשטימען אז מען דארף דאס אפווארפן.
דער יעצטיגער פורים מאכן פונ'ם ציבור, מיט אפווארפן געזעצן וואס זייערע פארטרעטער שטעלן אהער, אן קיין שום סיבה, נאר פשוט ווייל זיי געפעלט עס נישט, איז דאך מיינדבאגלינג.
אוועטאר
זקן ורגיל
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 6:44 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זקן ורגיל »

דראמאטישע באריכטן קומען ארויס אז פרעמיער נתניהו וועט היינט רופן פאר א טאטאלע אפשטעל איבער די געריכט רעפאראם. דאס קומט נאכדעם וואס די פארטיידיגונג מניסטער, יואב גלנט גרייט זיך צו געבן א רעדע, איידער ביבי, ווי ער וועט אפעלירן אפצושטעלן די רעפארם צוליב די באזארגענדע סטרייקס אינערהאלב די מיליטער.

צוליב דעם האט ביבי אפגשטופט זיין רייזע קיין לאנדאן אויף שפעט פארטאגס.
אזא מעלדונג קען מיינען די רעזיגנירונג פון הויכראנגיגע באאמטע אריינגערעכענט, דער יוסטיץ מניסטער לווין, סמוטריץ און נאך.
די פירער פון די ש"ס פארטיי אריה דרעי האט געמאלדן אז ער וועט אננעמען יעדע החלטה פון די פרעימיער אפגעזען וואס.
לבי במזרח
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

זקן ורגיל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 12:04 pm
דראמאטישע באריכטן קומען ארויס אז פרעמיער נתניהו וועט היינט רופן פאר א טאטאלע אפשטעל איבער די געריכט רעפאראם. דאס קומט נאכדעם וואס די פארטיידיגונג מניסטער, יואב גלנט גרייט זיך צו געבן א רעדע, איידער ביבי, ווי ער וועט אפעלירן אפצושטעלן די רעפארם צוליב די באזארגענדע סטרייקס אינערהאלב די מיליטער.

צוליב דעם האט ביבי אפגשטופט זיין רייזע קיין לאנדאן אויף שפעט פארטאגס.
אזא מעלדונג קען מיינען די רעזיגנירונג פון הויכראנגיגע באאמטע אריינגערעכענט, דער יוסטיץ מניסטער לווין, סמוטריץ און נאך.
די פירער פון די ש"ס פארטיי אריה דרעי האט געמאלדן אז ער וועט אננעמען יעדע החלטה פון די פרעימיער אפגעזען וואס.
וואס מיינט א טאטאלע אפשטעל איבער די געריכט רעפאראם?
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

עס מיינט פשוט ביבי עט היס בעסט...

ווי נאר דער געזעץ אז מען קען אים נישט אפזאגן פון אמט איז אריבער, ברויך ער מער נישט די גאנצע רעפארם קאפ וויי, ער האט נאר געברויכט האבן די רעכטע אנגאזשירט אים צו ראטעווען דאס בענקל.

לאמיר זעהן די גרויסע גיבורים וואס גייען זיך אפזאגן א דאנק דעם, ביבי וועט מאכן א ברוך שפטרני אויף זיי. קיינער האט נישט די גאטס צו צעווארפן יעצט די קאאליציע, וויסנדיג אז אויב איז דא יעצט וואלן געווינען די לינקע און די אנטי ביבי פארטייען גאר שטארק
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אלנתן
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 12:37 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלנתן »

וואס די לעצטע מאנאטן אין מד"י האבן אויפגעוויזן איז אז טראץ וואס די רעכטע-פרומע זענען ביים מאכט שוין פון 1977 כמעט אין איין צי, און פארמאגן א קלארע רוב אין פאלק פאר זייערע אידעאלאגיע און וואליוס, האבן זיי נאכנישט אנגעהויבן צו הערשן באמת. די לינקע מיעוט זענען שולט De facto וויבאלד, אויסער אין די געוועלטע אויטאריטי דער כנסת ווי די רעכטע האבן א רוב, הערשן זיי כמעט עקסלוסעוולי אין אלע אנדערע מאכט ארגאנען אין לאנד.

זיי זענען שולט אין די מידיע און דעפאר אויף אויפן נעראטיוו און סדר היום; זענען שולט אין דער געריכט סיסטעם און אין די ביוראקראטישע אפיסעס און קענען דערפאר מסרס זיין הלכה למעשה דער ערוויילטע אוטארטיטי- דער כנסת און איבערדרייען זייערע החלטות; און זענען שולט אין די אינטעלעקטואלע, אקאדעמישע וועלט, און די קולטור. דאס אלעס ברענגט אונז צום מערקוועדיגע פאקט: אין דער דעמאקראטישע מד"י איז דער רוב נישט שולט, אין פאקט איז כמעט נישטא קיין איינפלוס פאר די וואוטס פון די רעכטע וויילער.

און ניין, די לינקע זענען נישט שולדיג אין דעם סיטואציע. שולדיג זענען די אראפּגעקלאפּטע רעכטע וואס האבן נישט די מוט און דרייסטקייט צו הערשן. די רעכטע ציטערן פון זייער אייגענע שאטן, זיי האבן זיך נאכנישט באפרייעט פון די לינקע פּראפּאגאנדע וואס האט זיי גערודפט יארן לאנג אין זיי ארפגעלייגט אלץ נישט-לעגיטימע, קלעס טו בירגערס.
אנגעהויבן ביי מְנחם בּעגין וואס נאך דער היסטארישע געווינס אין 1977 ווען די רעכטע זענען צום ערשט ארויף צום מאכט נאך יארן לאנג סאציאליסטישע מפּא"י הערשאפט האט ער נישט אפגעזאגט די אלטע באאמטע וואס האבן געארבעט אין די אפיסעס מחמת ''רצון טוב'' און געענדיגט ביי נתניהו וואס האט אלץ געזוכט צו געפעלן די מידיע און געהיטן ווי אן אויגענבליק אויף די לינקע מאכט ארגאנען. יעצט עסט ער אויף זיין געקעכטץ.
לעצט פארראכטן דורך אלנתן אום דאנערשטאג מארטש 23, 2023 1:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מה אתה רוצה ממני, מה?
קידוש החמה
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 26, 2022 3:58 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קידוש החמה »

אור האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 12:31 pm
זקן ורגיל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 12:04 pm
דראמאטישע באריכטן קומען ארויס אז פרעמיער נתניהו וועט היינט רופן פאר א טאטאלע אפשטעל איבער די געריכט רעפאראם. דאס קומט נאכדעם וואס די פארטיידיגונג מניסטער, יואב גלנט גרייט זיך צו געבן א רעדע, איידער ביבי, ווי ער וועט אפעלירן אפצושטעלן די רעפארם צוליב די באזארגענדע סטרייקס אינערהאלב די מיליטער.

צוליב דעם האט ביבי אפגשטופט זיין רייזע קיין לאנדאן אויף שפעט פארטאגס.
אזא מעלדונג קען מיינען די רעזיגנירונג פון הויכראנגיגע באאמטע אריינגערעכענט, דער יוסטיץ מניסטער לווין, סמוטריץ און נאך.
די פירער פון די ש"ס פארטיי אריה דרעי האט געמאלדן אז ער וועט אננעמען יעדע החלטה פון די פרעימיער אפגעזען וואס.
וואס מיינט א טאטאלע אפשטעל איבער די געריכט רעפאראם?
אצינד איז די גאנצע זאך אונטער פראגע צייכן, און די פרעס-קאנפערענץ פון יואב גאלנט איז א גרויסע ספק אויב ס'וועט בכלל צושטאנד קומען.

ביבי האלט אצינד אפ א זיצונג מיט גלנט ווי ער פרובירט אים אפרערדן פון געבן היינט די פרעסע קאנפרעץ וואס וועט רופן אצושטעלן די רעפארם. פון די אנדערע זייט קומט גלנט מיט אינערליכע אינפארמאציע איבער ווי שלעכט די מצב איז אין די מיליטער.
ביבי'ס ארומיגע האבן קלארגעשטעלט אז אין די פרעס-קאנפערנץ וואס ער זעלבסט וועט געבן, וועט ער נישט רופן אפצושטעלן די רעפארם, נאר צו בארואיגן די געמיטער.
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: פארוואס פעלט אויס א רעפארם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

מי חכם האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 10:20 am

(איך וויל נישט דא אריינגיין אין די רעכט - לינק שמועס, אבער עס איז גאר שווער פאר עמיצן וואס האט מיטגעהאלטן פאליטיק סיי אין אמעריקע און סיי איבער דער וועלט, זיך צו פארמאכן די אויגן כאילו ביידע זייטן ווילן די זעלבע זאך. עס איז אפשר געווען א תקופה פון צענדליגער יארן אינצווישן וואס דאס איז געווען ריכטיג, אבער בפועל זענען די רעכטע - איבער די וועלט - מאז ומעולם געווען קעגן דעמאקראטיע און פרא מאנארכיע / דיקטאטורשאפט, און די לינקע האבן פאראויס געשטופט דעמאקראטיע און אלע פארשריט וואס די וועלט האט געמאכט זינטן מיטל אלטער. וואס געשעט יעצט איז אז אין אסאך לענדער פרובירן די רעכטע אפצושוואכן די יסודות פון דעמאקראטיע און איינשטעלן די 'טיראניע פון די מאיאריטעט', מיט נישט ווייניג הצלחה

אויך דא אין מדינת ישראל, די סיבה פארוואס די רעכטע האבן אזוי פיינט דעם געריכט איז וויבאלד עס שטייט זיי אין וועג פון דורכפירן זייערע אומדעמאקראטישע אימפולסעס, זיי ווילן געבן טויט שטראָף פאר טעראריסטן אבער בלויז פאלעסטינער, און דער בג"ץ - בלויז לשם משל - דרייט זיי א קאפ אז אין א דעמאקראטישע סיסטעם ארבעט דאס נישט אזוי נאר יעדער איז גלייך בארעכטיגט, אויב ווילסטו געבן טויט שטראָף מוזטו עס פונקט אזוי געבן פאר צעיושעטע מתנחלים וואס ברענגען אום פאלעסטינער. אפגערעדט אויב די ריכטער האלטן - אזוי ווי רוב וועלט - אז טויט שטראָף איז בכלל נישט בארעכטיגט. (אסאך) רעכטע האלטן נישט אויס די סארט באגרעניצונגען - א.ג. 'טשעקס' - אויף זייער מאכט, זיי גלייכן ליבערשט צו קענען טון וואס זיי ווילן).

1.
זייער שיין ארויס געברענגט, אבער למעשה היינט צו טאגס זענען די לינקע ווייט פארקראכן, די היינטיגע רעכטע זענען די אמאליגע לינקע און די היינטיגע לינקע זענען גאר רעדיקאל ממש אויף אן אבנארמאלע 'תמות נפשי בעבור הפלשתים' פארנעם.
די היינטיגע לינקע וועלן זיין גרייט צו שחט'ן א גאנצע עדה כדי זיך צו אננעמען פאר די קליינע מענטשעלעך, אמאל כדי צו ראטעווען די מינאריטעט האט מען אנגעשטרענגט די מוח צו אויפקומען מיט געדאנקען וויאזוי צו קענען פארבעסערן די וועלט און אוועק צו שטעלן געזעצן וואס וועלן פארזיכערן די מינאריטעט'ס לעבן און פרידן.
אבער היינט זענען די לינקע דא נאר צו שמאל מאכן פארן מערהייט, זיי האלטן אז די גלאוב באלאנגט בלויז פאר די חיות און עריו"כ כפרות און פאר די געציילטע אנשי קהילת נארישקייט וד"ל..
אין אזא וועלט פון דאבל סטאנדארטן וואס ווען די ציוניסטישע ארמיי הרגענען בשגגה אן אומשולדיגע פרא פאלעסטינע זשורנאליסט [אבו עקלא] וואס פערצופאל איז זי אן אמעריקאנער בירגער, הזדעזעי יונייטעד סטעיטס ת"ק פרסה על ת"ק פרעסע אבער ווען די פאלעסטינע טעראריסטן שיסן צענדליגע קוילן אריין אינען אידישן דייוויד שטערן און בלויז מיט ניסים האט ער זיך ארויס געזען לעבעדיג פון דארטן - אין פוצה פה ומצפצף!
איי דייוויד איז אויך אן אמעריקאנער? נע... ער איז דאך א יוד! און די אידנס בלוט איז דאך נישט אזוי רויטליך ווי די פאלעסטינער
ואידך זיל וחמור.

2.
די סיבה פארוואס די רעכטע האבן פיינט די געריכט איז נישט אזויווי דו האסט ארויס געברענגט אז די בג"ץ שטייט זיי אין וועג פון דורכפירן זייערע אומדעמאקראטישע אימפולסעס נאר פשוט בג"ץ פירט זיך אויף בסגנון דייני סדום די געשיכטעס וואס קומען פון מדינת ישראל זענען צומאל ממש האר אויפשטעלענד און מיט אזעלעכע ריכטער וואס פסקענען כסדר אז די מחבלים זענען אומשולדיג צוליב די ארעמקייט שהעבירם על דעתם [און די בילדער פון די טעראריסט'ס פענסי קאר צירקולען ארום אין סאציאלע מידיע כככ האבן זיך די אראבער צולאכט]
די לינקע ריכטער קומען אויף מיט ק"נ טעמים לטהר את השרץ און צו באפרייען די טעראריסטן מיט נארישע לייכטע שטראפן,
צב"ש, די מחבל פון די פיגוע די וואך איז שוין געזעצן 3 [!] מאל און שוין געהאט די געלעגענהייט צו צוזאגן פארן ריכעטער אז ער וועט מער נישט עוסק זיין אין טעראר. נו נו נו אוי וויי וויי!!!
למרות החשש שישוב על מעשיו שחררו אותו.png
למרות החשש שישוב על מעשיו שחררו אותו.png (197.14 KiB) געזען 399 מאל
יכלה הדיו ותקצר היריעה און די בג"ץ מעשיות וועלן זיך נישט ענדיגן...
און דאס איז נאר בנוגע זיכערהייט/איזרעל-פאלעסטינע סכסוך.

און וואס איז מיט צענדליגע טויזענטע אינדעווידואלע קעיסעס וואס בג"ץ האט באגאנבעט די כבשת הרש און זיך אנגענומען פאר די רויבער ממש מיט אומקלארע טענות אויסגעזויגן פון פינגער ארויס?
די פרייע מעגן מאכן כינוסים בלויז פאר פרויען לנשים בלבד וואס דארט פרעדיגט מען אז די נשים זיי זענען די בחירי האנושות די העכערע ראסע.. אבער ווען די פרומע ווילן מאכן קאנצערטס צוטיילט מענער און פרויען, נא נא נא!!! דאס נישט! פארוואס? איך ווייס פארוואס.

3.
וואס עס באדערט פאר @טישטוך באדערט אויך פאר מיר, די 61 פסקת ההתגברות איז טאקע א שרעקעדיגע זאך, אבער מיר באדערט נאכמער, "פארוואס דארפן זיי בכלל צוקומען צו דעם פארריקטן פסקת ההתגברות"?!?! פארוואס מאכט מען משוגע מילייאנע איזרעלי בירגער צו ארום גיין און שטימען נאכאמאל און נאכאמאל און ענדליך האבן זיי שוין באוויזן צו אויפשטעלן א רעגירונג און.... גארנישט. עס איז פאראן א מגדל שן ובתוכם יושבים הני בחירי האנושות די הויעכגעשעצטע קלוגע קארפן קעפ וואס זיי זענען די איינציגסטע וואס ווייסן פארוואס זייער מאמע האט זיי געבוירן, און זיי פירן אין פאקט דאס לאנד.
די שר לבטחון לאומי קען הייסן 1 און זיי וועלן פאראורטיילן 2.
די ראש ממשלת הכופרים קען מחליט זיין 3 און זיי וועלן זאגן 1 - און דאס אלעס מיט נארישע טעמם ונימוקם בל עמם כגון "עילת הסבירות וסיבת הסיבות" [עילת הסבירות מיינט אויף ענגליש - עס מאכט נישט קיין סענס] און דא ענדיגט זיך די גאנצע געשיכטע.
זיי האבן געפאסקענט און גאנץ כלל ישראל קען גיין פייפן. א קומץ שופטים וואס זענען ערוויילט געווארן דורך די פריערדיגע דור שופטים וואס פערצופאל זענען זיי אלע פאמיליע מיטגלידער און נאנטע פריינט אין די זעלבע תלמוד תורה געוואקסן, און זיי גייען אנטיילן צו די חוק הגיוס איז ריכטיג אדער נישט.
איי די פאלק האט ארויס געזאגט קלאר און דייעטליך זיין מיינונג, נו שוין. האט עטס געזאגט.

4.
די בג"ץ איז דא זיך אנצונעמען פאר די שוואכע, אבער למעשה ווענד זיך צו וועלכע פראקציע שוואכע דו באלאנגסט,
ווען די פריערדיגע רעגירונג בראשות בנט/לפיד האבן אדורך געפירט צודרייטע רדיפות אקעגן די חרדים, דעמאלטס האבן זיי געשוויגן, אבער יעצט ווען די רעכטע ווילן אדורך פירן געזעצן וואס טעכניש דארפן זיי נישט באדערן פאר קיין שום אידיש קינד [הן רעכטע והן לינקע] און ניטאמאל די אראבער ליידן דערפון, [כגון גירוש מחבלים וואס דאס איז נישט געצילט אקעגן די איזרעלחי אראבער, דאס איז געצילט בלויז אקעגן די מחבלים וואס באקומען געלטער פון די רשות הפלשתינית] און נאכאלץ לייגט בג"ץ אינטער פיסעלעך ווייל עס שטימט נישט מיט זייער לינקע אגענדע.

5.
די יועמ"ש/ית סאמעטוכע: [אטוירני דזשענערל]
האט איר געהערט א מעשה????
קומט איינער וואס איז געשטעלט געווארן צו געבן עצות פאר די רעגירונג וויאזוי צו אראפ לייגן און אדורך פירן די געזעצן אז עס זאל שטימען מיט די געזעץ און ה זי האט פשוט איבערגענומען די גאנצע מלוכה!
לאמיר פארלענען אביסעלע חומש רש"י פאר די כתה אלעף קינדער:
פסוק אלף!
פסוק אלף!!!
יועץ - אן עצות געבער!
יועץ אן עיצעס געיבער!!!! [מיט אן הייזעריגע קינדערישע שימע]
העכער קינדערלעך!!! ווער עס גייט שיין נאכזאגן די רבי וועט באקומען א לאל"י!! נד"נ
קינדערלעך: יעייייייי!!!!!!!
יועץ - א נייצעס געבער!
יועץ - א נייצעס געיבער!!!!

משפטי - [אביסל א שווערע שימוש צו טייטשן פאר קליינע קינדער אבער מ'וועט דאס אדורך מאכן] די לעגאלע!
משפטי - פון די לעגאלע!!!
מלמד: קינדערלעך! עטס ווייסט וואס דאס מיינט די לעגאלע?
יענקי: יא רבי! לעגאלע מיינט די שאקעלדיגע קאלטע דזשעלי וואס מיין טאטע עסט שבת צופרי ביי קידוש!
מלמד: אמממ... ניין, נישט פונקט דאס... קינדער, ווער ווייסט???
זרח: איך ווייס רבי!!!!!!!! לעגאלע מיינט די לעגו פון די טאטעס!!!!
מלמד: נננייין, אויך נישט... קינדער! איך וועל ענק זאגן וואס לעגאלע מיינט!
"לעגאלע" איז טייטש - די משפטים [ניין, נישט הויזן] לויט ווי עס ווערט אנגערופן ביי די גויים, אדער אויף אידיש קען מען דאס רופן געריכט!

קינדער: [דרייען מיט זייערע אויגן און הייבן נישט אן צו פארשטיין וואס די רבי וויל פון זייערע לעבן צו זאגן]
מלמד: לאמיר גיין ווייטער לעבעדיג!!!!!
לא-מעמ-שא-לא [לממשלה] - פון די ממשלה הציונית!

קינדער: לא,מע,משא,לא פון די ממשלה הציונית!!!!!!!!!! [קינדער קלאפן אזוי ווי ביי המן]

די מנהל קומט אריין:
מנהל: [מיט די גרויסע אויגן געלעזער הענגעדיג אויפן שפיץ נאז מיט א פארברויזטע געזיכט]
"וואס גייט דא פאר"??? וואס איז די קלאפערייען??
מלמד: נע, גארנישט, מ'לערנט אביסל ענייני דיומא.....

6.
איך מיין אז עטס פארשטייט שוין וואס א יועץ מיינט - יא, איר זאגט גוט! אן עצות געבער!!

סאם האו אין מדינת ישראל זענען פאראן געוויסע שוואך קעפיגע מוחות וואס קענען ניטאמאל טייטשן אזא פירוש'ע פסוק, ביי זיי מיינט א יועץ - א מושל/מנהיג/מלך/שליט...
זיי האלטן בכל תוקף אז די אטוירני דזשענערל זי האט די לעצטע און די ערשטע ווארט, ידה בכול אבער אין יד כל בה, על פיה יישק כל דבר און זי און נאר זי האט די רעכט צו אנטיילן וואס מעג פארקומען אין מדינת ישראל.
דאס איז אן אבסורד וואס שרייעט צום הימל, אפילו די מלאכים לאכן פון אזא נארישע מדינה וואס ניטאמאל טייטשן א פשוטע ווארט קענען זיי נישט און טאקע דאס איז איינע פון די הויפט זאכן וואס די רעכטע פראבירן יעצט צו פאררעכטן.

יא, און פאר דעם שרייען אלע לינקע דע, מא, קרא ,טיה.
דאס באדערט זיי, אז ענדליך נאך לאנגע יארן פון זיצן מיט געבינדענע הענט איז געלונגען פאר די רעכטע צו אנהייבן ריקן זאכן.

7.
און יעצט צום ענדע לאמיר מאכן א קלארע דיסקלעימער:
די רעכטע זענען די זעלבע היפאקריטן ווי די לינקע, זו נבילה וזו טריפה, ביידע ווילן ווייטער זינדיגען ה"י זאלן שנעל תשובה טוהן במהרה, נאר די חילוק צווישן זיי איז: די לינקע הייבן נישט אן צו פארשטיין פארוואס זיי וואוינען בכלל אין מדינת ישראל זיי פילן זיך שולדיג פארן אראבער פארן אוועק נעמען זיין לאנד, און במילא ווילן זיי כסדר צוריק געבן שטחים און גאנצעטע שטעט פאר די אראבער, [פארשטייט זיך נישט צפון תל אביב און הרצליה פיתוח]
אבער די רעכטע, זיי ווילן אויך געניסן פון די געשמאקע חלקים פון אידישקייט כגון מסורת/ימים טובים און די מיסטישע דערהויבענע געשמאקע געפילן ווי צב"ש גלייבן אין א גאט, קושן הענט פון אדמורי"ם ובאבות ראשי ישבות און משגיחים... זיי ווילן זיין נבלים ברשות אדער שלא ברשות התורה און זיך גוט פילן און צו קענען שרייען צו די אראבער "ארץ ישראל שלנו"!!!!
און אונז וויסן מיר כמקובל מרבוה"ק
"ארץ ישראל שלנו"????? די הייליגע לאנד באלאנגט פארן הייליגן באשעפער הוא ואין בלתו, ער האט אונז געגעבן די זכותצ צו וואוינען דארטן אבער ער האט געשריבן קלארע טוירמס ענד קאנדישענס וויאזוי מ'דארף זיך פירן דארטן! אז די רעכטע אזוי גערופענע מסורתיים וועלן ווייטער זיך אויפפירן ככל העולה על רוחם, רבותיי! די שרעקעדיגע פרשת התוכחה ווערט נישט דערשראקן ווען מ'כיפערט עס אפ און מ'ליינט עס אזוי שטיל! רח"ל וואס עס קען אלס אנברענגען אלזא פארלאזט אייך נישט אויף יריב לווין, אויך נישט אויף משיח בן גביר [משיח שקר משיח לפי טומאו] און נישט די געריכט ראפארם וועט ברענגען א ישועה פאר כלל ישראל נאר די רבש"ע אליינס הרבה דרכים למקום.
די אויבנדערמאנטע סעיפים זענען געשריבן געווארן אליבא דפלפלא דפאליטיקאי און ח"ו נישט צו שטיצן נישט די רעכטע ציונים און אוודאי נישט די לינקע ציונים.

א דאנק פארן ליינען - [איר קענט אויך לייקענען ;l;p- ]
לעצט פארראכטן דורך ראטשילד אום פרייטאג מארטש 24, 2023 12:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

לכשיפוצו
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2023 3:53 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכשיפוצו »

נתניהו יעצט ביי זיין רעדע דערקלערט אז מען גייט געהעריג ווייטער מיט די רעפארמען, כנסת האט היינט געשטימט אז נתניהו קען יא אפיציעל זיין איוואלווד אין די רעפארמען טראץ דער אטורני דשענעראל האט געזאגט אז נישט.
חברונער
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 8:45 pm
עפעס אנדערש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 8:40 pm
יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:58 pm
ווי געזאגט קען איך מיך כלל נישט אויס אין די אונגארישע דעמאקרעסי לעוועל,קען איך טאקע נישט אריינרעדן
אבער ס'כדאי צו נעמען אין באטראכט אפאר פאקטן

פרעמיער אורבאן האט דערקלערט אז זיין שאיפה איז אז אונגארן זאל זיין א דעמאקראטישע נישט ליבעראלע לאנד געבויעט אויף די נאציאנאלע יסודות

בשעת קאראנע האט אונגארן דערקלערט א עמערדזשענסי צושטאנד וואס האט ערמעגליכט אורבאן' ארויסגעבן ארדערס אן קיין שום דין וחשבון, און האט עם געגעבן די מעגליכקייט צו פארלענגערן די צושטאנד לפי זיין אייגענע אויסוואל, וועגן דעם האט די אי. יו. באשולדיגט אורבאן מיטן שטאטליך אויסמעקן די דעמאקראטישע סיסטעם, די יומען רייט ארג. פרידאם האוס האט וועגן דעם אראפגערוקט אונגארן'ס רעיט פון דעמאקראטיע צו הייבריד רעזשים - דהיינו א כלאים'דיגע רעזשים געמישט פון דעמאקראטיע און נאן
שפעטער אין קאראנע איז די עמערדזשענסי צושטאנד בטל געווארן אבער די אי. יו. האט פארגעזעצט צו קריטיקירן אונגארן, און אין 09/15/22 האט די אי. יו. פארלאמענט דערקלערט אז "אונגארן איז נישט מער א פולע דעמאקרעסי" נאר א "הייבריד רעזשים פון עלעקטאראל אטאקראטיע" (דהיינו א כלאים'דיגע רעזשים ווי מ'וועלט אויס א שלטון יחיד) און מ'דארף טון פעולות צוריקצוברענגען אונגארן צו די דעמאקראטישע ווירדן

אין 11' האט די רעגירונג דורכגעפירט א מידיע געזעץ אז די נייעס אגענטורן מוזן ברענגען נאר "באלאנסירטע נייעס קאווערידזש" און די וואס זענען מחליט וואס מיינט באלאנסירט איז א קאמיטע פון די רעגירונג, פארשטייט זיך אז די שטארקע קנסות פאר די וואס פאלגן נישט צוזאמען מיט די אומקלארע הגדרה "באלאנסירט" האט געהאלפן אורבאנ'ען מיט זיין רעגירונג כמעט צו שולט זיין אויף די מידיע אין אונגארן, אזוי ווייט אז אויב אין 15' איז געווען 31 פרא-רעגירונג נייעס אגענטורן איז אין יאר 19' געווען איבער 500 אזעלכע, ווען אויפן וועג זענען אסאך פראמינענטע נייעס אגענטורן וואס זענען געווען מער פרא-אפאזיציע פארמאכט געווארן, כהנה וכהנה איז דא צו שרייבן אויף די אופן וויאזוי ס'ווערט געפירט די מידיע דארט, אין די לינק קען מען אביסל זען וואס טוט זיך אין די מידיע

דאס און נאך אסאך געבן אביסל צו פארשטיין וואס טוט זיך דארט

(קרעדיט: וויקיפעדיע, ועוד)
אקעי.
מען מוז זיי נישט נאכמאכן אינגאנצן, אבער דאס איז נאכנישט קיין תירוץ צו לאזן דעם יעצטיגן דיקטאטורישן סיסטעם, און נאך בשם דעמאקראטיע. עס האט נישט קיין שום זינען.

די פראבלעם איז אז מיר אלע ווייסן אז ביבי איז דער לעצטער וועמען מען זאל געטרויען מיט פאטשקען אין געריכט סיסטעמען, מיר אלע ווייסן אז פון זיין זייט וואלט ער שוין לאנג נאכגעמאכט אורבאן

כנראה קענט איר נישט ביבי, ביבי וויל זיין די מערסט דעמאקרטישע און ליבעראלע פירער אין די מדינה ער וויל געדענקט ווערן אלץ די מנהיג וואס האט אויפגעבויט די מדינה צו וועלטסמאכט, נישט צו א אונגארן, היינט זענען שוין אלע זיינע שונאים מודה, זיי זאגן אז זיי בענקען זיך צו די אלטע ליבעראלע ביבי (וועם זיי האבן דעמאלץ אראפגעריסן פונקט ווי היינט...)
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:38 am
די פאלעסטינע אויטאריטעט וועט באצאהלן פאר די פאמיליעס פון 1500 טויטע כאמאסיסטן וואס באטרעפט די סומע פון 27,89,430 פער מאנאט
חברונער
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

טישטוך האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:47 am
עפעס אנדערש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 10:24 pm
טישטוך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 9:44 pm
נ.ב. דער שרייבער פון די שורות איז זיך פולקאם מתנגד צו די רעפארמען אויב ווילן זיי עס אדורכפירן כמו שהוא.
וועלכע חלק שטערט דיר?
היות איזראעל איז א לאנד וואס איז אונטער איבערזיכט פון די גאנצע וועלט און די אייראפעאישע פאראיין, איז קריטיש וויכטיג אז עס זאל זיין א סופרים קאורט וואס זאל זיין אומאפהענגיג, און זאל קענען פסק׳ענען אויך העכער די ערוועלטע קאליציע. זעלבספארשטענדליך אז מען טאר זיי נישט פארשיכור׳ן מיט כח, אבער דאך דארף עס זיין שטארק באלאנסירט, און נישט אזוי ווי זיי ווילן יעצט טון, אז די כנסת זאל זיין שטערקער ווי די קאורט. נאכמער, הגם איך געטרוי א חלק פון די איצטיגע פאליטיקאנטן אז זיי האבן ריינע כוונות, א שטייגער ווי לעווין, ראטמאן, און סמוטריץ׳, קען איך זיך נאר פארשטעלן וואס דער צד שכנגד וועט טון מיט די גאנצע מאכט, אויב זיי וועלן נאך אמאל צוריקקומען אויפן שלטון.

נאך א זאך, שטעלט אייך פאר אז עמיצער באגייט אן עוולה בתוככי א היימישע קהילה, און ווען מען וויל מיט אים קומען צו גערעכטיגקייט טוען די קהילה מיטגלידער זיכער מאכן דורך פאליטישע מאניפולאציעס אז יוסטיץ ווערט נישט דערגרייכט. עס איז געהעריג סדום ועמורה ווען פאליטיקאנטן שטעלן אריין ריכטער.

אין די יעצטיגע רעפארמען שטערט מיר בעיקר צוויי זאכן.

1) אז פאליטיקאנטן זאלן אריינשטעלן די ריכטער. (עס איז גענצליך אנדערש ווי אין אמעריקע).

2) דער פסקת התגברות טאר נישט זיין מיט 61 נאר א מינימום פון 65.
טישטוך מ'קען עס אנקוקען 'פאליטיקאנטען' און מ'קען עס אנקוקען 'נבחרי הציבור'

א נארמאלע דעמאקראטיע דארף די לעצטע ווארט זיין פאר די נבחרי הציבור, די כנסת שפיגלט אפ די פאלק גאר שטארק, שטערקער פון אמעריקע למשל און אוודאי פון די אמעריקאנער סענאט און פרעזידענט וואס זיי וועלען די שופטים,

נאר וואס דען זיי האבן קאנסטיטאציע, נא אונז האבן אויך - 15 פון 15 שופטים קענען פסל'ן יעדע געזעץ (נישט אז דאס איז די מציאות איך רעד ווי אזוי איך וויל ס'זאל זיין) אויב די כנסת קען טון אזעלכע מסוכן'דיגע זאכן קענען 15 שופטים עס מבטל זיין.

לייג צו צו דעם די גאר שוואכע מאכט וואס א ראש ממשלה האט צוליב די אנגעהנגקייט אין 61 כאמור כמה פעמים
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:38 am
די פאלעסטינע אויטאריטעט וועט באצאהלן פאר די פאמיליעס פון 1500 טויטע כאמאסיסטן וואס באטרעפט די סומע פון 27,89,430 פער מאנאט
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

ראטשילד האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 1:21 pm
1.
זייער שיין ארויס געברענגט, אבער למעשה היינט צו טאגס זענען די לינקע ווייט פארקראכן, די היינטיגע רעכטע זענען די אמאליגע לינקע און די היינטיגע לינקע זענען גאר רעדיקאל ממש אויף אן אבנארמאלע 'תמות נפשי בעבור הפלשתים' פארנעם.
די היינטיגע לינקע וועלן זיין גרייט צו שחט'ן א גאנצע עדה כדי זיך צו אננעמען פאר די קליינע מענטשעלעך, אמאל כדי צו ראטעווען די מינאריטעט האט מען אנגעשטרענגט די מוח צו אויפקומען מיט געדאנקען וויאזוי צו קענען פארבעסערן די וועלט און אוועק צו שטעלן געזעצן וואס וועלן פארזיכערן די מינאריטעט'ס לעבן און פרידן.
אבער היינט זענען די לינקע דא נאר צו שמאל מאכן פארן מערהייט, זיי האלטן אז די גלאוב באלאנגט בלויז פאר די חיות און עריו"כ כפרות און פאר די געציילטע אנשי קהילת נארישקייט וד"ל..
אין אזא וועלט פון דאבל סטאנדארטן וואס ווען די ציוניסטישע ארמיי הרגענען בשגגה אן אומשולדיגע פרא פאלעסטינע זשורנאליסט [אבו עקלא] וואס פערצופאל איז זי אן אמעריקאנער בירגער, הזדעזעי יונייטעד סטעיטס ת"ק פרסה על ת"ק פרעסע אבער ווען די פאלעסטינע טעראריסטן שיסן צענדליגע קוילן אריין אינען אידישן דייוויד שטערן און בלויז מיט ניסים האט ער זיך ארויס געזען לעבעדיג פון דארטן - אין פוצה פה ומצפצף!
איי דייוויד איז אויך אן אמעריקאנער? נע... ער איז דאך א יוד! און די אידנס בלוט איז דאך נישט אזוי רויטליך ווי די פאלעסטינער
ואידך זיל וחמור.

די אמאליגע לינקע... אה! די אמאליגע לינקע!
ערעב יוד! פשטות ווען די אמאליגע לינקע האבן געלעבט זענט איר (כ'מיין נישט אייך, כ'מיין אייער פריערדיגן גלגול) געווען הייס אקעגן זיי נישט ווייניגער ווי הייס איר זענט היינט צוטאגס אקעגן די היינטיגע לינקע, א מין מושחת'דיגע צוגאנג! נשים מעגן אויך וועלן אין די וואלן!? כ'מיין ענק זענען אויפן קאפ געפאלן? נשים? וכו' וכו' וכו' וק"ל
אלא מאי די וועלט פארט לינקער און לינקער ווי איר האט אליין ארויסגעברענגט, און די אמאליגע לינקע מהלך איז שוין איבעראל אנגענומען, פונקט ווי פשטות די היינטיגע לינקע מהלך וועט אין 100 יאר זיין די עקסטרעם רעכטע מהלך (היל"ת)
איר קענט מיר אפשר מסביר זיין ע"פ שכל אנושי גרידא מיט וועלכע רעכט דו פייניגסט מיר דא אזוי אויס טראקס מיט טשיקן'ס??? ווייל זיי קענען נישט רעדן און פייטן מיר דיר, קענסטו זיי דא אזוי אויס פייניגן? דו ווייסט אז די בעסטע צושטעל צו די היינטיגע שלאכט הייזער ווי מ'קוילעט אויס טאג טעגליך מיליאנען אומשילדיגע בהמות און טשיקן איז די גאז קאמערן ווי מ'האט אויסגעקוילעט דיינע זיידעס, פאר די איינציגסטע סיבה ווייל זיי האבן נישט געקענט צוריקפייטן?! שומו שמים! תזדעזעי ארץ ומלואה
יא, איך און דו וואס אונז גלייבן ב"ה אין תורת משה און אין תורה שבע"פ ווייסן אז ס'איז דא א בורא עולם ער האט אוועקגעשטעלט סדרי עולם און ער האט אונז מתיר געווען צו שכט'ן בהמות און עופות פאר אונזער געברויך, אבער איינער וואס גלייבט נישט אדער קוים, ווי רוב גויי הארץ כיום הזה, קענסט מיר אפשר מסביר זיין די חילוק צווישן די טשיקן'ס און מיינע זיידעס?
און דאס וואס דו שרייבסט וועגן שנאת ישראל, אמת, הלכה בידוע עשו שונא ליעקב, רעכטע, לינקע, ביידע האבן פיינט אייניג, איינער זאגט עס מער איינער ווייניגער, דאכט זיך נישט דא שטעקט די פראבלעם מיט די היינטיגע לינקע

ראטשילד האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 1:21 pm
4.
די בג"ץ איז דא זיך אנצונעמען פאר די שוואכע, אבער למעשה ווענד זיך צו וועלכע פראקציע שוואכע דו באלאנגסט,
ווען די פריערדיגע רעגירונג בראשות בנט/לפיד האבן אדורך געפירט צודרייטע רדיפות אקעגן די חרדים, דעמאלטס האבן זיי געשוויגן, אבער יעצט ווען די רעכטע ווילן אדורך פירן געזעצן וואס טעכניש דארפן זיי נישט באדערן פאר קיין שום אידיש קינד [הן רעכטע והן לינקע] און ניטאמאל די אראבער ליידן דערפון, [כגון גירוש מחבלים וואס דאס איז נישט געצילט אקעגן די איזרעלחי אראבער, דאס איז געצילט בלויז אקעגן די מחבלים וואס באקומען געלטער פון די רשות הפלשתינית] און נאכאלץ לייגט בג"ץ אינטער פיסעלעך ווייל עס שטימט נישט מיט זייער לינקע אגענדע.
צודרייטע רדיפות?!
דהיינו?
אפשר די שטייערן אויף די זיסע טרינקען (וואס מ'האט נישט אויפגעהערט צו ליארמען אז ס'מיינט זיכער די חרדים! פארוואס? איין באשעפער ווייסט) וואס דרעי לאזט נישט מבטל זיין?
אדער די שטייערן אויף די דעפאזיבל דישעס? וואס איז פונקט ווי מ'וועט זאגן אז די גזירה פון נ.י. סיטי וועגן די פלעסטיק זעקלעך איז ריין שנאת ישראל...
אה, די רעפארם אויף די כשר'ע סעלפאן'ס טאקע א עולה, אבער פארוואס איז עס נאכנישט אין קראפט ווייסטו? וועגן בג"ץ. פארוואס איז עס נאכנישט בטל ווייסטו? וועגן די ליטווישע און ספרדישע ווילן אנדערש די רעפארם ווי די חסידישע (-ליין גערע), און פארוואס? וועגן די מורא'דיגע גוטע און יושר'דיגע ארבעט וואס די ביז יעצטיגע ועדה האט געטון? נישט ממש... אה, ס'איז דא א פלאץ פאר א רעפארם, ס'האט געדארפט זיין אנדערש, אהין אהער, נאכנישט טייטש פון "צודרייטע רדיפות"
אפשר די גזירת המעונות? קודם ווער האט עס אפגעשטופט? וואס בזכות דעם איז עס בטל? בג"ץ, און אגב איך ווייס נישט אויב איר ווייסט אין נ"י איז דא וואוטשערס דאכט זיך מיך אויך נאר פאר צוויי ארבעטער-עלטערן.
און דאס איז נישט וואס איך זאג, דאס האבן חרדישע דזשורנאליסטן געזאגט פאר די בחירות ווען די חרדישע פארטייען האבן געמאכט אזעלכע געוואלדעס וועגן די זיסע טרינקען און די דיספאזעבל, האבן זיי געשריבן פארוואס שרייען זיי וועגן דאס? פלעין און פראסט ס'איז נישט געווען עפעס אנדערש.
מ'האט נישט צוגערירט צו די געלט פון די ישיבות כהוא זה (אן האבן שלוחי דרחמנא וואס טוען אויף פון אינסייד...) ווי ביי די רעגירונג פון ביבי ושות' 13'
מ'האט נישט חוקק געווען קיין שום חוק גיוס נישט ווי ביי די רעגירונגען פון ביבי אדער זיינע פריינט די חרדים
מ'האט נישט צוגערירט צו די קינדער געלט נישט ווי ביבי דער "טוב ליהודים" און אוהב חרדים האט געטון אין 03' זייענדיג פינאנץ מיניסטער, (און זיך גרויס געהאלטן מיט דעם 3 חדשים צוריק פאר די וואלן)
אגב בריסקער רב זי"ע האט געזאגט אז וואס די ציונים טוען מיינען זיי זיכער צו אויסרייסן יודישקייט אפי' ווען זיי רוקן א טרעפיק לייט פון דא צו דארט מ'דארף נאר טרעפן וויאזוי, ווען איינער גייט צו מיט דעם מהלך צו אלע ציוניסטישע אקטיוויטעטן דעמאלטס האט ער רעכט צוזאגן אויף אלע פריערדיגע זאכן אז זיי האבן עס געטון אפצוטון די חרדים, וההיפך ההיפך
[כגון גירוש מחבלים וואס דאס איז נישט געצילט אקעגן די איזרעלי אראבער, דאס איז געצילט בלויז אקעגן די מחבלים וואס באקומען געלטער פון די רשות הפלשתינית]
מיינסט א ודאי צו זאגן כגון גירוש מחבלים וואס איז נישט געצילט קעגן מתנחלים וכדו' ווייל מ'האט אריינגעשטעלט א תנאי אז זיי מוזן באקומען געלט פון די רשות הפלסטינית...
און ווי א פארלאמענט מיטגלידער פון ליכוד פארטיי האט געזאגט ביי די דיסקוסיעס וועגן די געזעץ, ווען איינער פון די אראבישע האבן געפרעגט פארוואס יגאל עמיר (אנגעבליכער רוצח פון פרעמיער י. רבין) אויב ער וועט ארויסגיין פון תפיסה וועט ער מעגן בלייבן אין איזראעל? האט יענער גענטפערט ס'איז מיר ענדערש א יודישער טעראריסט ווי א אראבישער... דאס גייט נישט אין כלל פון ראסיזם? בושנו מכל עם
ראטשילד האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 1:21 pm
5.
די יועמ"ש/ית סאמעטוכע: [אטוירני דזשענערל]

6.
איך מיין אז עטס פארשטייט שוין וואס א יועץ מיינט - יא, איר זאגט גוט! אן עצות געבער!!

סאם האו אין מדינת ישראל זענען פאראן געוויסע שוואך קעפיגע מוחות וואס קענען ניטאמאל טייטשן אזא פירוש'ע פסוק, ביי זיי מיינט א יועץ - א מושל/מנהיג/מלך/שליט...
זיי האלטן בכל תוקף אז די אטוירני דזשענערל זי האט די לעצטע און די ערשטע ווארט, ידה בכול אבער אין יד כל בה, על פיה יישק כל דבר און זי און נאר זי האט די רעכט צו אנטיילן וואס מעג פארקומען אין מדינת ישראל.
דאס איז אן אבסורד וואס שרייעט צום הימל, אפילו די מלאכים לאכן פון אזא נארישע מדינה וואס ניטאמאל טייטשן א פשוטע ווארט קענען זיי נישט און טאקע דאס איז איינע פון די הויפט זאכן וואס די רעכטע פראבירן יעצט צו פאררעכטן.

יא, און פאר דעם שרייען אלע לינקע דע, מא, קרא ,טיה.
דאס באדערט זיי, אז ענדליך נאך לאנגע יארן פון זיצן מיט געבינדענע הענט איז געלונגען פאר די רעכטע צו אנהייבן ריקן זאכן.
ואני בער ולא אדע
יועץ משפטי איז טייטש אז ער איז מייעץ לפי די געזעץ
דער יועמ"ש זאגט פאר די פארלאמענט דאס איז יא אויסגעהאלטן ע"פ די געזעץ און דאס נישט, דאס הייסט געפירט די מדינה? ס'פונקט ווי דו וועסט זאגן אז די נארישע בוק וואס הייסט "ספר החוקים" דאס פירט די גאנצע מדינה ביי די נאז...
ער זאגט סה"כ דאס וועט אדורכגיין די בג"ץ ווייל ס'איז געזעצליך און דאס נישט ווייל ס'איז נישט געזעצליך, אז דו ווילסט זיך אנפייפן אויפן געזעץ גאו עהעד, קיינער האלט דיך נישט אפ, והא ראי' כמה פעמים וואס מ'טוט אנדערש ווי די יועמ"ש (דארפסט נישט מער ווי די יעצטיגע רעפארם וואס זי האט געזאגט אז ס'איז נישט געזעצליך און מ'גייט ווייטער, די זעלבע זאך חוק דרעי 1), סאו מיט וואס איז זי מושל?
באמת, איך קען עס נישט פארשטיין,
זייער דזשאב איז צו מייעץ זיין די ממשלה וואס איז געזעצליך און וואס נישט, און דאס טוט זי

און גיי נישט יעצט אריין אין די שמועס, אז וואס די ממשלה טוט, דאס איז יעצט די געזעץ, ווייל ס'נישט, ווי געשמועסט כמה פעמים אין די פארלאפענע בלעטער
לעצט פארראכטן דורך יונה פויגל אום דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

וואס איז ערגער, ריכטער וואס ווערן ערוועלט דורך פאליטיקאנטן אדער ריכטער וואס ווערן ערוועלט דורך די אנדערע ריכטער וואס האבן די זעלבע נגיעות ווי די פאליטיקאנטן?
די אמת איז אז ביידע זענען נישט גוט.
עס דארף זיין גוט באלאנסירט, און טאקע דאס איז די נייע לעגאלע רעפארם וואס די רעכטע ארבעטן יעצט דערויף.
עס גייט נישט אינגאנצן אראפקלאפן די געריכט סיסטעם, עס גייט זיי נאר אביסל מער באלאנסירן דורך אריין שטעלן א קאלירפולע הרכב פון ריכטער אזוי וועלן זיי נישט פסק'ענען אזוי אפן און גראב אטאמאטיש אקעגן די רעכטע אזוי ווי ביז היינט.
------
אפילו את''ל אז ווען פאליטיקאנטן נעמען אויף ריכטער ברענגט דאס אריין קארופציע, דו''ק ביבי האט אויפגענומען די צוויי שונאי ושנואי נפשו די יועמ''ש לשעבר מנדלבליט און שי ניצן, טראץ דעם וואס ער האט זיי אויפגענומען האבן זיי אים צוגעפיקסט כמו שכתוב, אלזא וואס דרייסטו א קאפ אז דאס ברענגט צו קארופציע?
-----
און אויב קומסטו זאגן אז ווען די רעכטע פאליטיקאנטן שטעלן רעכטע ריכטער וועלן זיי פאסקענען נאר רעכט, איימעניט.... אין אנדערע ווערטער זאגסטו אז מ'מעג אויפנעמען נאר לינקע וואס גייען פסק'ענען לינק, כ'הער.....
-----
די יועמשי''ת מיארה (תבוא מארה) ווער האט איר געשטעלט? די פריערדיגע יוסטיץ מיניסטער סער וואס איז כידוע א בלוטיגן שונא פון ביבי און ער האט זיך פאליטיש גע'שמד'ט און אריבער צו די לינקע זייט נאר צוליב קנאתו לנתניהו, ער האט יא געמעגט אויפנעמען זיינע מענטשן זאלן זיך אויפפירן ווי פאפעטס און טאנצן לויט זיינע מיינונגען?
איך האב נישט קיין נערווען אויסצורעכענען אלע זאכן וואס זי האט אדורך געלאזט אין די פריערדיגע ממשלה זאכן וואס היינט צו טאגס היפש פשוטערע קלייניקייטן לאזט זי נישט אדורך, (ווער האט איר בכלל געפרעגט?? עיין לעיל מה שכתבתי בארוכה...)
ווען איינער פון די זשורנאליסטן האט געפרעגט די פריערדיגע ראש הכופרים יאיר לפיד וועגן עפעס א שריט זיינער צו עס איז ערלויבט לויטן געזעץ האט דער בחור געענטפערט ''בעיני זה חוקי''. - אין מיינע אויגן איז עס ערלויבט.
און ווי איז מרת מארה? זי איז נישט געווען צוּם האַבן. זי איז טיעף געשלאפן, און אַזוי דארף עס טאקע צו זיין, זי איז נישט געקומען צו אינטער לייגן פיסלעך פאר די רעגירונג, פארקערט גאר! איר דזשאב איז גרינגער צו מאכן, זי דארף אפיציעל פארטרעטן די מיניסטארן ווען איינער קלאגט זיי אן אין בג''ץ, און וואס פאר א פנים האט א מיניסטאר וואס ווייסט אז זיין לויער איז דא פאר זיין שלעכט זיין??
בן גביר האט שוין געהאט מיט איר א גאנצע געשיכטע ווי ער האט פארלאנגט פון בג''ץ מוחל טובות איך וויל נישט אז די קלאפטע זאל מיר רעפרעזענטירן, און וואס האבן די הויעגעשעצטע באגא''צערס געענטפערט? בלא! בנגביר שטויפט אייך צו אייער נוניע און מיט גברת מיארה וועט איר גיין.
פארשטייטסטו מיך......
------
ווען די ציבור וואלט געטרויעט די ריכטער וואלטן זיי נישט געהאט קיין פראבלעם אז זיי ווערן אויפגענומען דורך פאליטיקאנטן, אלא מאי.... די ציבור גלייבט א רעטעך אין די גאנצע בג''ץ.
-----
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
דיסענטיס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 8:09 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיסענטיס »

חברונער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:03 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 8:45 pm
עפעס אנדערש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 8:40 pm
יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:58 pm
ווי געזאגט קען איך מיך כלל נישט אויס אין די אונגארישע דעמאקרעסי לעוועל,קען איך טאקע נישט אריינרעדן
אבער ס'כדאי צו נעמען אין באטראכט אפאר פאקטן

פרעמיער אורבאן האט דערקלערט אז זיין שאיפה איז אז אונגארן זאל זיין א דעמאקראטישע נישט ליבעראלע לאנד געבויעט אויף די נאציאנאלע יסודות

בשעת קאראנע האט אונגארן דערקלערט א עמערדזשענסי צושטאנד וואס האט ערמעגליכט אורבאן' ארויסגעבן ארדערס אן קיין שום דין וחשבון, און האט עם געגעבן די מעגליכקייט צו פארלענגערן די צושטאנד לפי זיין אייגענע אויסוואל, וועגן דעם האט די אי. יו. באשולדיגט אורבאן מיטן שטאטליך אויסמעקן די דעמאקראטישע סיסטעם, די יומען רייט ארג. פרידאם האוס האט וועגן דעם אראפגערוקט אונגארן'ס רעיט פון דעמאקראטיע צו הייבריד רעזשים - דהיינו א כלאים'דיגע רעזשים געמישט פון דעמאקראטיע און נאן
שפעטער אין קאראנע איז די עמערדזשענסי צושטאנד בטל געווארן אבער די אי. יו. האט פארגעזעצט צו קריטיקירן אונגארן, און אין 09/15/22 האט די אי. יו. פארלאמענט דערקלערט אז "אונגארן איז נישט מער א פולע דעמאקרעסי" נאר א "הייבריד רעזשים פון עלעקטאראל אטאקראטיע" (דהיינו א כלאים'דיגע רעזשים ווי מ'וועלט אויס א שלטון יחיד) און מ'דארף טון פעולות צוריקצוברענגען אונגארן צו די דעמאקראטישע ווירדן

אין 11' האט די רעגירונג דורכגעפירט א מידיע געזעץ אז די נייעס אגענטורן מוזן ברענגען נאר "באלאנסירטע נייעס קאווערידזש" און די וואס זענען מחליט וואס מיינט באלאנסירט איז א קאמיטע פון די רעגירונג, פארשטייט זיך אז די שטארקע קנסות פאר די וואס פאלגן נישט צוזאמען מיט די אומקלארע הגדרה "באלאנסירט" האט געהאלפן אורבאנ'ען מיט זיין רעגירונג כמעט צו שולט זיין אויף די מידיע אין אונגארן, אזוי ווייט אז אויב אין 15' איז געווען 31 פרא-רעגירונג נייעס אגענטורן איז אין יאר 19' געווען איבער 500 אזעלכע, ווען אויפן וועג זענען אסאך פראמינענטע נייעס אגענטורן וואס זענען געווען מער פרא-אפאזיציע פארמאכט געווארן, כהנה וכהנה איז דא צו שרייבן אויף די אופן וויאזוי ס'ווערט געפירט די מידיע דארט, אין די לינק קען מען אביסל זען וואס טוט זיך אין די מידיע

דאס און נאך אסאך געבן אביסל צו פארשטיין וואס טוט זיך דארט

(קרעדיט: וויקיפעדיע, ועוד)
אקעי.
מען מוז זיי נישט נאכמאכן אינגאנצן, אבער דאס איז נאכנישט קיין תירוץ צו לאזן דעם יעצטיגן דיקטאטורישן סיסטעם, און נאך בשם דעמאקראטיע. עס האט נישט קיין שום זינען.

די פראבלעם איז אז מיר אלע ווייסן אז ביבי איז דער לעצטער וועמען מען זאל געטרויען מיט פאטשקען אין געריכט סיסטעמען, מיר אלע ווייסן אז פון זיין זייט וואלט ער שוין לאנג נאכגעמאכט אורבאן

כנראה קענט איר נישט ביבי, ביבי וויל זיין די מערסט דעמאקרטישע און ליבעראלע פירער אין די מדינה ער וויל געדענקט ווערן אלץ די מנהיג וואס האט אויפגעבויט די מדינה צו וועלטסמאכט, נישט צו א אונגארן, היינט זענען שוין אלע זיינע שונאים מודה, זיי זאגן אז זיי בענקען זיך צו די אלטע ליבעראלע ביבי (וועם זיי האבן דעמאלץ אראפגעריסן פונקט ווי היינט...)
א שטארקע נקודה דאס. זייענדיג שוין 73 יאר אלט איז ביבי יעצט נישט אויסן אזוי ווייט פאר חיי שעה'דיגע פאוער, בעיקר שטרעבט ער צו שאפן א לעגעסי פאר זיך אלס איינער פון די אינפלוסרייכע שטאאטסלייט אין די ליבעראלע מערב וועלט. ער איז א גרויסער אנהענגער פון טשערטשיל. און ווי דערמאנט איז ער אליין אן אויסגעשפראכענער ליבעראל ווייט כרחוק מזרח ממערב פון אטאקראטישע אנשויאינגען.
לעצט פארראכטן דורך דיסענטיס אום דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:49 pm
ואני בער ולא אדע
יועץ משפטי איז טייטש אז ער איז מייעץ לפי די געזעץ
דער יועמ"ש זאגט פאר די פארלאמענט דאס איז יא אויסגעהאלטן ע"פ די געזעץ און דאס נישט, דאס הייסט געפירט די מדינה? ס'פונקט ווי דו וועסט זאגן אז די נארישע בוק וואס הייסט "ספר החוקים" דאס פירט די גאנצע מדינה ביי די נאז...
ער זאגט סה"כ דאס וועט אדורכגיין די בג"ץ ווייל ס'איז געזעצליך און דאס נישט ווייל ס'איז נישט געזעצליך, אז דו ווילסט זיך אנפייפן אויפן געזעץ גאו עהעד, קיינער האלט דיך נישט אפ, והא ראי' כמה פעמים וואס מ'טוט אנדערש ווי די יועמ"ש (דארפסט נישט מער ווי די יעצטיגע רעפארם וואס זי האט געזאגט אז ס'איז נישט געזעצליך און מ'גייט ווייטער, די זעלבע זאך חוק דרעי 1), סאו מיט וואס איז זי מושל?
באמת, איך קען עס נישט פארשטיין,
זייער דזשאב איז צו מייעץ זיין די ממשלה וואס איז געזעצליך און וואס נישט, און דאס טוט זי

און גיי נישט יעצט אריין אין די שמועס, אז וואס די ממשלה טוט, דאס איז יעצט די געזעץ, ווייל ס'נישט, ווי געשמועסט כמה פעמים אין די פארלאפענע בלעטער
איין זאך וואס די יועמ"ש האט יא א שטיקל כח איז אז זי איז די איינציגסטע וואס האט רעכט צו רעפרעזענטירן די ממשלה אין בג"ץ, קומט אויס אז אויב זי האלט אויף עפעס אז ס'איז נישט לעגאל וועט זי עס נישט גוט רעפרעזענטירן אין בג"ץ, דאס די איינציגסטע זאך וואס כ'קען טראכטן אז מיט דעם איז זי מושל בכיפה
איז קודם אויף דעם איז אויך דא א שטיקל עצה, אז מ'קען איר בעטן אז מ'וויל א צווייטער זאל יעצט רעפרעזענטירן אין בג"ץ (מ'דארף טאקע איר רשות)
אדער מאך א געזעץ אז מ'זאל מעגן נעמען א צווייטער וואס זאל רעפרעזענטירן ושלום על ישראל
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:49 pm
ראטשילד האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 1:21 pm
יונה האט צוזאמגעברענגט שיינע טענות,
איך האב נישט די צייט יעצט אבער מ'וועט אי''ה אריין קומען מיט קלארע ענטפערס על חישן חישן ועל מישן מישן.
-----
עפעס אריין ווארפן מעג איך:
יונה איז גערעכט און בלהט כתיבתי האב איך נישט גענוג קלאר געמאכט, בג''ץ איז טאקע נישט הונדערט פראצענט לינק גענויגט צומאל קענען זיי אריין ווארפן א ביינדל פאר די פרומע, (הגם דאס אלעס איז נאר געווען אפשטיפונגען און געשלעפעכטצער אבער נישט קיין קלארע אורטיילן כמעשיהם נגד הרעכטע אבער דאס איז שוין א נאריכות...)

יונה איז אויך גערעכט, אוי איז ער גערעכט, ביבי איז גארנישט אזא חרדים פריינט.

המשך יבוא בעזהשי''ת.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

אלנתן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 12:54 pm
וואס די לעצטע מאנאטן אין מד"י האבן אויפגעוויזן איז אז טראץ וואס די רעכטע-פרומע זענען ביים מאכט שוין פון 1977 כמעט אין איין צי, און פארמאגן א קלארע רוב אין פאלק פאר זייערע אידעאלאגיע און וואליוס, האבן זיי נאכנישט אנגעהויבן צו הערשן באמת. די לינקע מיעוט זענען שולט De facto וויבאלד, אויסער אין די געוועלטע אויטאריטי דער כנסת ווי די רעכטע האבן א רוב, הערשן זיי כמעט עקסלוסעוולי אין אלע אנדערע מאכט ארגאנען אין לאנד.

זיי זענען שולט אין די מידיע און דעפאר אויף אויפן נעראטיוו און סדר היום; זענען שולט אין דער געריכט סיסטעם און אין די ביוראקראטישע אפיסעס און קענען דערפאר מסרס זיין הלכה למעשה דער ערוויילטע אוטארטיטי- דער כנסת און איבערדרייען זייערע החלטות; און זענען שולט אין די אינטעלעקטואלע, אקאדעמישע וועלט, און די קולטור. דאס אלעס ברענגט אונז צום מערקוועדיגע פאקט: אין דער דעמאקראטישע מד"י איז דער רוב נישט שולט, אין פאקט איז כמעט נישטא קיין איינפלוס פאר די וואוטס פון די רעכטע וויילער.

און ניין, די לינקע זענען נישט שולדיג אין דעם סיטואציע. שולדיג זענען די אראפּגעקלאפּטע רעכטע וואס האבן נישט די מוט און דרייסטקייט צו הערשן. די רעכטע ציטערן פון זייער אייגענע שאטן, זיי האבן זיך נאכנישט באפרייעט פון די לינקע פּראפּאגאנדע וואס האט זיי גערודפט יארן לאנג אין זיי ארפגעלייגט אלץ נישט-לעגיטימע, קלעס טו בירגערס.
אנגעהויבן ביי מְנחם בּעגין וואס נאך דער היסטארישע געווינס אין 1977 ווען די רעכטע זענען צום ערשט ארויף צום מאכט נאך יארן לאנג סאציאליסטישע מפּא"י הערשאפט האט ער נישט אפגעזאגט די אלטע באאמטע וואס האבן געארבעט אין די אפיסעס מחמת ''רצון טוב'' און געענדיגט ביי נתניהו וואס האט אלץ געזוכט צו געפעלן די מידיע און געהיטן ווי אן אויגענבליק אויף די לינקע מאכט ארגאנען. יעצט עסט ער אויף זיין געקעכטץ.
לויט ווי עס קוקט אויס האבן זיי זיך יא אביסל געלערנט, אביסל צו שפעט, און די מהומות אין די גאסן יוכיחו, די לינקע עליטע כאפן א טרייסל אז אט אט קומט זייער לאנגע קאריערע צו אן ענדע.
די מידיע איז שוין לאנג נישט נאר מיט די לינקע, אין די לעצטע יאר האט זיך ארויפגעבויעט מורא'דיג שטארק די רעכטע ערוץ 14 וואס שטייגט אין די פריים טיים רעיטינג פון טאג צו טאג און שוין עטליכע מאלן איבערגעשטיגן די אנדערע עלטערע קאנקערענצן.
שר התקשורת קרעי איז אויפן וועג, ווארטס נאר ווארט'ס.....
און יא, די לינקע זענען טאקע גארנישט שולדיג, דאס זענען זיי, ווייסע בעלי גאווה וואס קענען זיך נאר אננעמען פאר שונאי ישראל און פאר מוריטשקעס.
י
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

עפעס אנדערש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 9:04 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 8:45 pm
שטארק מעגליך

די פראבלעם איז אז מיר אלע ווייסן אז ביבי איז דער לעצטער וועמען מען זאל געטרויען מיט פאטשקען אין געריכט סיסטעמען, מיר אלע ווייסן אז פון זיין זייט וואלט ער שוין לאנג נאכגעמאכט אורבאן

סוכ"ס איז עס זייער א הייקעלע פונקט פון דעמאקראטיע צוצולאזן אז בלויז א מינימאלע רוב זאל עס אזוי שטארק פונדומענטאל ענדערן - ספעציעל מיט אזא מאכט גייציגן אין אמט
וואס האט עס מיט ביבי? עס איז די גאנצע קאאליציע.
בעצם האט ביבי אליינס נישט געוואלט די גאנצע זאך.
און פארוואס וויל ער טאקע יא יעצט? והלא און אמער
חברונער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:03 pm
כנראה קענט איר נישט ביבי, ביבי וויל זיין די מערסט דעמאקרטישע און ליבעראלע פירער אין די מדינה ער וויל געדענקט ווערן אלץ די מנהיג וואס האט אויפגעבויט די מדינה צו וועלטסמאכט, נישט צו א אונגארן, היינט זענען שוין אלע זיינע שונאים מודה, זיי זאגן אז זיי בענקען זיך צו די אלטע ליבעראלע ביבי (וועם זיי האבן דעמאלץ אראפגעריסן פונקט ווי היינט...)
און נאכמער
דיסענטיס האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:15 pm
זייענדיג שוין 73 יאר אלט איז ביבי יעצט נישט אויסן אזוי ווייט פאר חיי שעה'דיגע פאוער, בעיקר שטרעבט ער צו שאפן א לעגעסי פאר זיך אלס איינער פון די אינפלוסרייכע שטאאטסלייט אין די ליבעראלע מערב וועלט. ער איז א גרויסער אנהענגער פון טשערטשיל. און ווי דערמאנט איז ער אליין אן אויסגעשפראכענער ליבעראל ווייט כרחוק מזרח ממערב פון אטאקראטישע אנשויאינגען.
אלא מאי מוז מען זאגן
אזוי ווי ער האט א פיינעם משפט וואס ווארט עם מסתם צו זיצן יארן אין תפיסה, יעדער מענטש ווען ער הערט די ווארט "תפיסה" צוגייט זיין הארץ פון פחד כש"כ וכש"כ חתן דנן וואס איז לאו דוקא איינער וואס האט צופיל מאל געליטן פון הונגער, אדער געשלאפן נישט אויף אזא געשמאקע בעט, אין זיין לעבן,
האט ער געזען אז ער האט נישט א וועג ארויס נאר צו זיכער מאכן אז די קאורט גייט אונטער זיין קאנטראל, און ווי יוסטיץ מיניסטער לוין דער ארכיטעקט פונעם רעפארם (וואס ער אליינס האלט שוין 20 יאר אז מ'דארף די רעפארם און דער פרעמיער האט עם אייביג אפגעשטעלט) האט געזאגט אין פארלאמענט אז "די 3 אינדייטמענטס האבן זיכער צוגעגעבן צו פארשטיין די צורך פונעם רעפארם" פארשטייט זיך אז ער האט נישט געמיינט צו זאגן אז וועגן די 3 טשארדזשעס פון ביבי דארף מען מאכן די רעפארם כדי עם אזוי צו ראטעווען, נאר אז דאס האט צוגעברענגט דער עולם זאל פארשטיין די פאלשקייט פונעם קאורט, אבער אנדערע טענה'ן אז למעשה איז דאס ביבי'ס מטרה, והא ראי' ער האט עס ביז יעצט נישט געוואלט, און ער האט זיך אייביג גרויס געהאלטן מיט זיין אויפפאסן אויף א אומאפהניגיגע יוסטיץ סיסטעם

און יעצט איז פארענטפערט געווארן דיין קושיא הרב אבנר בן-נר
אבנר בן-נר האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 10:07 pm

ניין!! מיר אלע ווייסן נישט דערפון, ווען איז דעיס באשאפן געווארן?
ווייל די בג''ץ האט אים גע'רודפט שלא ביושר פאר פיר יאר, מסתם וויל ער ווערן א סעמי דיקטאטור?
ס'איז באשאפן געווארן ווען דער ביבי וואס אסאך האלטן אז ער איז א קאראפטירטער פאליטישאן (אפי' דו האלטסט נישט אזוי, אבער) פרובירט איבער צו נעמען די קאורט סיסטעם פאר זיין אייגענע באקוועמליכקייט נישט אריין צו גיין אינעם חד-גדיא יושב'ן אביסל פאר זיינע מעשים טובים
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

דעם גאנצן נערעטיוו פון "איבערנעמען" דעם קאורט סיסטעם, איז פון די לינקע, וואס קענען זיך נישט זען פארלירן זייער מאכט.

קיינער נעמט נישט גארנישט איבער, מען וויל עס פשוט אוועקשטעלן אויף א דעמאקראטישן סיסטעם, אז דער לאנד לייגט אריין די ריכטער, און נישט אז חבר מביא חבר, און אומערוויילטע קענען קומען איבערשרייען וואס ערוויילטע זאגן.
אוועטאר
lowerhudsonvalley
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 18, 2023 9:27 pm

Re: פארוואס פעלט אויס א רעפארם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lowerhudsonvalley »

מי חכם האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 10:20 am
ווען מען רעדט מיט מענטשן אין די נושא, כמעט יעדער - וואס פארשטייט אביסל - איז מסכים אז 'יורידישע איבערזיכט' איז א גאר וויכטיגע זאך אין א פונקציאנירנדע דעמאקראטיע. אבער די טענה וואס מען הערט אייביג פון מענטשן איז אז עס ארבעט מיט א איינגעגעסענער בייעס לטובת 'לינקע' וויבאלד די בג"ץ ריכטער וועלן זיך אליינס אויס ווער עס זאל זיין זייערע נאכפאלגער.
נישט דאס איז די פראבלעם
די ממשלה האט שוין געניג איבערזיכט אפילו אן בג"ץ און אפילו נאכדעם גייט נאך אלס זיין פון בגץ איבער געניג איבערזיכט
מה שאין כן בג"ץ האט נישט קיין שום איבערזיכט און איז אוט אוף קאנטראל זיי טון וואס זיי ווילן, זיי האבן זיך אליין גענועמען פאור וואס די געזעץ געבער האבן זיי קיינמאל נישט געגעבען ווייל אהרן ברק האט אזוי געוואלט, זיי מישן זיך אין זאכן וואס האט גארנישט מיט זיי, באבלען אויף געזעצן אויפן פלאץ דאס איז א זאך וואס איז נישטא אין קיין שום לאנד נאר אין איראן וכדומה

למשל זיי האבן געזאגט אז די שר לבטחון לאומי טאר נישט זאגן פאר משטרה וואס צו טון וואס דאס איז בעצם זיין זשאב נישט נאר זאכן וואס האט מיט די רעפארם
נתניהו טאר זיך נישט אריינמישן און די רעפארם ווייל ער האט ניגוד ענינים אבער זיי האבן געזאגט אויף די יועמ"ש מעג יא אפילו עס איז די ניגוד מיט א פשעטל אז זי דארף טון איר זשאב אבער סאומהאו נתניהו דארף נישט טון זיין זשאב, און עס איז דא אן א שיעור דגמאות פון זייער זאגן פון בויך ארויס ווי אזוי זיי ווילן, און קיין איין נארמאלע לאנד איז נישטא אזא זאך ווי עילת הסבירות אויף אזא אופן און שופטים אין מדינת ישראל האבן עס שוין גענוצט מיט קרימע פשטלעך ווייל ער האט געזאגט אז דאס איז אים מסתבר

אין אמעריקע ליגט נישט די פאוער ביי קיין איין ברענטש אין די ריכטער ווערן אויפגענומען נאר דורך די פאליטישענס און זיי קענען נישט אויפבאבלען געזעצען ס"ה קענען זיי זיך ארום שפילן מיט די געשריבענע געזעץ אבער מאכן געזעץ און פאליטישע החלטות וואס טאטשט נישט קיין קלארע געזעץ קענען זיי נישט
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 9:18 pm
עפעס אנדערש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 9:04 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 8:45 pm
שטארק מעגליך

די פראבלעם איז אז מיר אלע ווייסן אז ביבי איז דער לעצטער וועמען מען זאל געטרויען מיט פאטשקען אין געריכט סיסטעמען, מיר אלע ווייסן אז פון זיין זייט וואלט ער שוין לאנג נאכגעמאכט אורבאן

סוכ"ס איז עס זייער א הייקעלע פונקט פון דעמאקראטיע צוצולאזן אז בלויז א מינימאלע רוב זאל עס אזוי שטארק פונדומענטאל ענדערן - ספעציעל מיט אזא מאכט גייציגן אין אמט
וואס האט עס מיט ביבי? עס איז די גאנצע קאאליציע.
בעצם האט ביבי אליינס נישט געוואלט די גאנצע זאך.
און פארוואס וויל ער טאקע יא יעצט? והלא און אמער
חברונער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:03 pm
כנראה קענט איר נישט ביבי, ביבי וויל זיין די מערסט דעמאקרטישע און ליבעראלע פירער אין די מדינה ער וויל געדענקט ווערן אלץ די מנהיג וואס האט אויפגעבויט די מדינה צו וועלטסמאכט, נישט צו א אונגארן, היינט זענען שוין אלע זיינע שונאים מודה, זיי זאגן אז זיי בענקען זיך צו די אלטע ליבעראלע ביבי (וועם זיי האבן דעמאלץ אראפגעריסן פונקט ווי היינט...)
און נאכמער
דיסענטיס האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:15 pm
זייענדיג שוין 73 יאר אלט איז ביבי יעצט נישט אויסן אזוי ווייט פאר חיי שעה'דיגע פאוער, בעיקר שטרעבט ער צו שאפן א לעגעסי פאר זיך אלס איינער פון די אינפלוסרייכע שטאאטסלייט אין די ליבעראלע מערב וועלט. ער איז א גרויסער אנהענגער פון טשערטשיל. און ווי דערמאנט איז ער אליין אן אויסגעשפראכענער ליבעראל ווייט כרחוק מזרח ממערב פון אטאקראטישע אנשויאינגען.
אלא מאי מוז מען זאגן
אזוי ווי ער האט א פיינעם משפט וואס ווארט עם מסתם צו זיצן יארן אין תפיסה, יעדער מענטש ווען ער הערט די ווארט "תפיסה" צוגייט זיין הארץ פון פחד כש"כ וכש"כ חתן דנן וואס איז לאו דוקא איינער וואס האט צופיל מאל געליטן פון הונגער, אדער געשלאפן נישט אויף אזא געשמאקע בעט, אין זיין לעבן,
האט ער געזען אז ער האט נישט א וועג ארויס נאר צו זיכער מאכן אז די קאורט גייט אונטער זיין קאנטראל, און ווי יוסטיץ מיניסטער לוין דער ארכיטעקט פונעם רעפארם (וואס ער אליינס האלט שוין 20 יאר אז מ'דארף די רעפארם און דער פרעמיער האט עם אייביג אפגעשטעלט) האט געזאגט אין פארלאמענט אז "די 3 אינדייטמענטס האבן זיכער צוגעגעבן צו פארשטיין די צורך פונעם רעפארם" פארשטייט זיך אז ער האט נישט געמיינט צו זאגן אז וועגן די 3 טשארדזשעס פון ביבי דארף מען מאכן די רעפארם כדי עם אזוי צו ראטעווען, נאר אז דאס האט צוגעברענגט דער עולם זאל פארשטיין די פאלשקייט פונעם קאורט, אבער אנדערע טענה'ן אז למעשה איז דאס ביבי'ס מטרה, והא ראי' ער האט עס ביז יעצט נישט געוואלט, און ער האט זיך אייביג גרויס געהאלטן מיט זיין אויפפאסן אויף א אומאפהניגיגע יוסטיץ סיסטעם

און יעצט איז פארענטפערט געווארן דיין קושיא הרב אבנר בן-נר
אבנר בן-נר האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 10:07 pm

ניין!! מיר אלע ווייסן נישט דערפון, ווען איז דעיס באשאפן געווארן?
ווייל די בג''ץ האט אים גע'רודפט שלא ביושר פאר פיר יאר, מסתם וויל ער ווערן א סעמי דיקטאטור?
ס'איז באשאפן געווארן ווען דער ביבי וואס אסאך האלטן אז ער איז א קאראפטירטער פאליטישאן (אפי' דו האלטסט נישט אזוי, אבער) פרובירט איבער צו נעמען די קאורט סיסטעם פאר זיין אייגענע באקוועמליכקייט נישט אריין צו גיין אינעם חד-גדיא יושב'ן אביסל פאר זיינע מעשים טובים
יונה האט לכאורה נישט מיטגעהאלטן די לעצטע אינטוויקלונגען אינערהאלב ביבי'ס קרימינאלע קעיסעס, אלעס צופאלט ווי א דאמינא, עס איז נישטיגע מעשיות געבויעט אויף הוילע לופט און אכמ''ל, ביבי איז גארנישט נערוועז, ער האט ניטאמאל געוואלט נעמען די פליע דיעל ווייל זיינע אדוואקאטן האבן געזאגט אַז עס וועט זיך אויסלאזן א גארנישט מיט א נישט.
די גרעסטע ראיה אז די תיקים ענטהאלטן לופט איז די פאקט אז די מידיע רעדט שוין כמעט נישט פון דעם, למעט ערוץ 14 וואס ביי זיי איז משפט נתניהו נאך א שטיקל אייטעם.
פאר ביבי ברענט גאנץ ווייניג די גאנצע געריכט רעפארם, עס ברענט מער פאר זיינע שטיצער וואס האבן געזען וואס די קארופטירטע יוסטיץ דעפארטמענט קען איבערדרייען א לאנד על נארישע שאמפאניע באטלעך און אביסל גלידת פיסטוק, אמממ יא, ער האט אויך געמאכט מיט זיין האנט ביי א מיטינג שלא היה ולא נברא מיט מומו פילבער לטובת מיזוג בזק יעס קאם אן מען.... לאז דיך נישט נער'ן פון די איזרעלי מידיע.
------
די פאניק וואס די איזרעלי מידיע זייעט איין אין די המון העם וואס פאלט פאר זיי כעיזים פתיות, דאס איז א מחזה נורא הוד, צו זען ווי א גאנצע לאנד ברענט על כלום ומאום, דאס איז א שאפו שאפו פאר די איזרעלי מידיע! זיי מאכן א פיינעם דזשאב!
הגם לעצטענס מוטשענען זיי זיך אביסל, זיי האבן די 14 טשענעל וואס גריבעלט און לאזט זיי נישט טוהן וואס זיי ווילן, א גרויסע עולם ובפרט די יוגענט קצה נפשם בלחם הקלוקל און זיי ציען צו די פרישע רעכטע חברה פון ערוץ 14 און מ'זעט דאס שטארק אן אין די דעת הקהל אין מדינת ישראל.
צו מיטהאלטן די ברייטע דעקונג וואס כאן11 ערוץ 12 און 13 געבן פאר די פראטעסטן, עס קען אפי'אטייל נעמען בלויז צענדליגער פראטעסטירער אבער זיי וועלן אוועק געבן פאר דעם לאנגע טייערע מינוטן אין די פריים טיים, שרייבן וועלן זיי מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות אש שחורה ע''ג אש לבנה ''הונדערטע טויזענטע פראטעסטירער בלא בלא בלא'''
אמאל פלעגט מען דאס קויפן, היינט צו טאגס, מיט די אוי אוי אוי פון ינון מגל וואס שפעט כסדר אפ פון די לינקע זשורנאליסטן און בפרט פון די מנהיג יאיר לפיד, די ליצנה איז דוחה מאות תוכחות און די עולם לאכט זיך אויס פון די חברה.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

עס איז נישט באריכטעט געווארן דא
אבער היינט איז פארגעקומען א מעכטיגע מאסן דעמאנסטראציע אין בני ברק, די לינקע האבן געוואלט פארוואנדלען די חרדישע ציבור אין די מערכה אזוי זאל עס ווערן א מלחמת חרדים/חילונים, אבער די פרומע האבן זיך נישט געלאזט, די רבנים און ראשי ישיבות האבן שטרענג אנגעזאגט די ציבור זאל זיך נישט רייצן מיט די אנארכיסטן, און נאך מער ווי דעם, אפאר געלונגענע פרומע אקטיוויסטן האבן אויסגעשפרייט צענדליגע טעפ מיט הייסע געשמאקע ליל שישי טשולענט, מ'האט אויפגעשטעלט ח''י ראטל סטאנציעס להשקות צמאי אחינו בני ישראל ממדינת תל אביב, די חרדים האבן זיי אזוי שיין אויפגענומען, קדמו אותם בלחם ובמים הייסע פרישע רוגאלאך מיט בורעקאסים כמנהג אנשי ארץ ישראל....
די ווידעאס וואס צירקולען ארום פון די פראטעסט זענען כמעט רובם ככולם פרידליכע סצענעס ווי מ'זעט חילונים און חרדים רעדן כדבר איש אל אחיו, מ'האט אנגעצינדן הויעכע שבת'דיגע ניגונים, א ווידעא ווי מ'זעט אן אלטן לינקע אקטיוויסט גיסט טייכן טרערן זינגענדיג די שלום עליכם ניגון האט זיך פארשפרייט כאש בשדה קוצים, און די ריזיגע סיין וואס האט געהאנגען העכער די עסן סטאנציע האט אויסגעשריגען ''כיבוד קל לאחינו התל אביבים לע''נ רבי ישעיה ב''ר משה''
עטס דארפט מער ווי דעם?
די חילונים האבן איינגעקויפט ריזיגע קוואנטומען חלות ביי מאפיית הצבי, זיי האבן דאס אויסגעטיילט מיט א צעטעלע ''השבת יקרה לליבכם? גם הדמוקרטיה יקרה לליבנו''
די בני ברקים האבן עס גענומען בחפץ לב און צוריק געצאלט מיט פיינע ליל ששי צ'ונט.
די נאכט איז געשלאסן געווארן מיט א געשמאקע שבת'דיגע טעם אין מויל און לאמיר האפן אז ילמדו תועים בינה און זיי זאלן באקומען א ריכטיגע טעם אין שב''ק נישט נאר אין א ליל שישי טשולענט....
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”