זיי טוען דאס אלל די טיים
כאפ א בליק די ליצנות וואס טאמעס' גאן אורטייל איז
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
זיי טוען דאס אלל די טיים
אין אנדערע קלארערע ווערטערמי חכם האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 27, 2023 10:31 pmדי זארג איז אז די איצטיגע לעיבעלס פון רעכט און לינק (וואס איז א שם המושאל, צווישן די פרייע, פאר ביבי און רק לא), וועלן בכלל נישט זיין רעלעוואנט אין אזא פאל, נאר מדין און מואב עשו שלום ביניהםחברונער האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 27, 2023 10:29 pmריכטיג אבער ע''פ דרך הטבע וועט נישט אויסגעוועלט ווערן א לינקע ממשלה די קומעדיגע צענדליגע יארןמי חכם האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 27, 2023 10:01 pmשוין געשריבן דא אמאל, עס איז בכלל נישט קיין טובה פאר רעליגיע / חרדי'שע אידן צו איינצוימען דעם בג"ץ. יא מען מוטשעט זיך מיט זיי איבער פארשידענע ענינים אבער אויב - צי גאר ווען - עס וועט קומען א צייט וואס די פרייע רוב אין מדינת ישראל וועט וועלן דראסטיש פייניגן און רודף'ן דעם חרדי'שן מינאריטעט אויס זארג פארן פן ירבה אז די חרדים וועלן איינפירן א 'מדינת הלכה', איז דער בג"ץ די איינציגע זאך וואס וואלט געשטאנען אין וועג.
פארשטייט זיך עס איז נישט מוכרח אז עס וועט אמאל פאסירן, היסטאריע איז פיל מיט ביישפילן ווען פאליטישע חשבונות צווישן פארשידענע פראקציעס האבן צוריק געהאלטן פון א פאראייניגונג קעגן א געמיינזאמער שונא און דאדורך ערמעגליכט זיין געווינס, פארט איז דאס בכלל נישט אומערווארטעט און דוקא שטארק מסתבר אז אזא סינעריא וועט זיך יא אויסשפילן. ווי מער די מעגליכקייט פאר א חרדי'שער רוב וועט אריינדרינגען אינעם נאציאנאלן באוואוסטזיין וועלן אלע אנדערע חשבונות אוועק פאלן (ביבי און רק לא ביבי וועלן שוין ביידע נישט לעבן דעמאלטס....) און זיי קענען זיך נעמען מיטן גאנצן אייפער צו באקעמפן די חרדים אויף א פארנעם וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן אין א דעמאקראטישע לאנד, אויב זאל דער בג"ץ טאקע זיין אפהענגיג אין די טיראניע פון די מאיאריטעט.
אבער זיי זענען פשטות נישט אנטי הפרדת הדת מהמדינה, ובפרט רע"מ
ווי למשל די 56,775 פון הבית היהודי (וואס איך האב פריער גערעכנט ביי די רעכטע לאגער)
ניין זיי האבן נישט קיין רעכט, די גאן ארטייל איז געבויט אויף די צווייטע אמענדמנט אין די קאנסטיטאציע וואס געט א רעכט פאר אלע בירגער צו האבן גאן׳ס די פראבלעם איז אבער אז בשעת מעשה איז געווען געזעצן קעגן גאנס האט די געריכט געדארפט זאגן וועלעכע יא און וועלעכע נישט
און פארוואס ביסטו אזוי זיכער אז א לינקע בג''ץ וועט דעמאלטס יא העלפן די חרדים?מי חכם האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 27, 2023 10:01 pmשוין געשריבן דא אמאל, עס איז בכלל נישט קיין טובה פאר רעליגיע / חרדי'שע אידן צו איינצוימען דעם בג"ץ. יא מען מוטשעט זיך מיט זיי איבער פארשידענע ענינים אבער אויב - צי גאר ווען - עס וועט קומען א צייט וואס די פרייע רוב אין מדינת ישראל וועט וועלן דראסטיש פייניגן און רודף'ן דעם חרדי'שן מינאריטעט אויס זארג פארן פן ירבה אז די חרדים וועלן איינפירן א 'מדינת הלכה', איז דער בג"ץ די איינציגע זאך וואס וואלט געשטאנען אין וועג.
פארשטייט זיך עס איז נישט מוכרח אז עס וועט אמאל פאסירן, היסטאריע איז פיל מיט ביישפילן ווען פאליטישע חשבונות צווישן פארשידענע פראקציעס האבן צוריק געהאלטן פון א פאראייניגונג קעגן א געמיינזאמער שונא און דאדורך ערמעגליכט זיין געווינס, פארט איז דאס בכלל נישט אומערווארטעט און דוקא שטארק מסתבר אז אזא סינעריא וועט זיך יא אויסשפילן. ווי מער די מעגליכקייט פאר א חרדי'שער רוב וועט אריינדרינגען אינעם נאציאנאלן באוואוסטזיין וועלן אלע אנדערע חשבונות אוועק פאלן (ביבי און רק לא ביבי וועלן שוין ביידע נישט לעבן דעמאלטס....) און זיי קענען זיך נעמען מיטן גאנצן אייפער צו באקעמפן די חרדים אויף א פארנעם וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן אין א דעמאקראטישע לאנד, אויב זאל דער בג"ץ טאקע זיין אפהענגיג אין די טיראניע פון די מאיאריטעט.
פלוצלינג מעג מען שוין פארשפארן כבישים!
היינט זענען די פאליציי יא געווארן אביסל ווילד
עקזעקטלייער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 02, 2023 10:43 am
סיי נתניהו און סיי לעווין לייקענען די באריכט.טיש בעקיטשע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 02, 2023 2:19 pmטשענעל 13 נתניהו האט געהאט אין פלאן צו זאגען נעכטן ביי זיין דרשה אז מען גייט אפשטעלן דאס פארויס רוקן די געזעץ פאר איין וואך אבער השר לוין האט אם געלאזט וויסן אז אויב ער טוט זאגט ער זיך אפ.
מען גייט עס מיילע אפשטעלן וייל נעקסטע וואך איז פורים
דאס איז לכאורה ביבי׳ס חשבוןטיש בעקיטשע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 02, 2023 3:09 pmמען גייט עס מיילע אפשטעלן וייל נעקסטע וואך איז פורים
לאו דוקא די בואש וואסער פלעגט גענוצט ווערן שוין פאר 20 יאר צוריק ביי לינקע פראטעסטןיער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 02, 2023 10:43 am
אקעי קודם שטייען מיר אויף איין פעידזש בנוגע איין זאךחברונער האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 27, 2023 6:14 pmא ממשלה וואס האט געוואנען די בחירות אין א דעמאקרטישע לאנד האט נישט קיין שום רעכט איבערצודרייען די מדינה פון א דעמאקראטיע צו א דיקטאטורע. הונדערט פראצענט. און די רעפארם גייט נאר מאכען די מדינה פאר סאך א שטערקערע דעמאקראטיעיונה פויגל האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 27, 2023 5:53 pmבכלל בכלל נישט!!!חברונער האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 21, 2023 9:42 pmסאו דא אין אמעריקע איז שוין לאנג דא א דיקטאטורשאפט ווייל ווען ביידען האט געוואנען מיט 80 מיליאן וואטס אנטקעגן 70 מיליאן פון טראמפ וואלט ער געדארפט מאכן א רוטאציע מיט טראמפ פון 2 יאר ביידען 2 יאר טראמפ ווייל אז נישט איז דאס ''טיראניע פון מאיאריטעט''...
"טיראניע פון מאיאריטעט" איז ווען מ'גייט טוישן סדרי עולם - סדרי המדינה פון אויבן ביז אונטן, און אן קיין שום אויסהערן דעם צווייטן צד, ווייל דיין מזל האט דיר יעצט געשפילט און צוויי פארטייען פון די אנדערע זייט זענען ארויסגעפאלן און וועגן דעם האסטו יעצט א רוב
אז דו האסט יעצט רוב קענסטו טאקע פירן די מדינה לפי דיין אגענדע, און אפי' די רוב איז נישט אינגאנצן (ווי טראמפ האט געוואונען ווייניגער פאפולערע שטימען, אדער ווי די פריערדיגע ממשלת הכופרים וואס האבן נאר געהאט רוב וויבאלד בנט האט גענומען זיינע קולות (וואס איז געקומען פון די רעכטע לאגער) און מיט דעם אויפגעשטעלט א ממשלה וואס פשטות האבן זיינע וויילער נישט געוואלט), אבער קענסט נישט מיט א יעצטיגן רוב איבערדרייען די מדינה פון א דעמאקראטיע צו א דיקטאטארשאפט
און איך גיי נישט יעצט אריין אין די עצם רעפארם וואס איז א שמועס פאר זיך, און איך זאג אויך נישט אז די רעפארם דרייט איבער צו דיקטאטארשאפט, איך גיי נאר ארויף אויף די טענה אז די רעכטע לאגער האט געוואונען די וואלן וועגן דעם מעגן זיי יעצט טון וואס זיי ווילן.