ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

אחראי: אחראי

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ישראל משה האט געשריבן:
הלוואי וואלט איינער געברענגט וועכנטליך/חודשליך אויף איין פלאץ אלע אשכולות וואס איז ראוי לעלות על שולחן השרייבער מען זאל עס קענען אליינס ארויסדרוקן לכ' שבת.
דערווייל האב איך נישט איינער וואס קען עס טאן.
אבער מיט א כח הרבים קען מען זיכער עפעס אויפטון.

ביטע ברענגט אהער די לינקס צו די סארט ארטיקלען/תגובות. וזכות הרבים תלוי על צאוריכם.

און קודם האסטו דא צוויי טוץ געשמאקע ארטיקלען לכבוד שב"ק, רעדי טו פרינט.

לעזט און האט א פארגעניגן.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

ישראל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 11, 2018 7:56 am

Re: ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל משה »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:

ישר כח
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
די היינטיגע נייעס איבער די טוישונגן פון גענערעל אין רוסלאנד האט אין זיך אביסל מער אינהאלט ווי די טרוקענע נייעס.

מען האט אויפגענומען רוסלאנד'ס הויפט גענעראל אז ער זאל זיך אפגעבן מיט אוקריינע, און דערמיט אראפגעשטעלט דעם הויפט גענעראל פון אוקריינע צו זיין אונטער דעם הויפט גענעראל, דער רוסישער הויפט גענעראל - אויף די ללעוועל פון מייק מילי דא אין אמעריקע- דער הויפט גענעראל פון אלע מיליטערישע כוחות איבער די גאנצע וועלט, איז אלעקסאנדער געריסאמאוו, ווידעראום דער גענעראל וואס איז געווען אחראי אויף אוקריינע איז פאר די לעצטע פאר חדשים געווען סוראווקין, איצט האט מען גענומען געריסאמאוו און אים געמאכט פאר די הויפט אחראי איבער אוקריינע, דערמיט איז סוראווקין געווארן איין ראנג נידריגער.

די ציהל דערפון איז לכאורה פילפאכיג, אין קורצן קען מען אבער זאגן אז פוטין זוכט צוויי זאכן, איינס וויל ער אביסל אראפשפילן די מאכט פון וואגנער, דער סוראווקין איז געווען די איינציגסטער גענעראל וועם וואגנער האט ליב געהאט, און מען האט אים אויפגענומען גאנץ קורצליך נאך וואס וואגנער און קאדיראוו האבן אין א אויסערארדענטליכע שריט שארף קריטיקירט דעם גענעראל לאפין, מען האט דעמאלטס אביסל באזייטיגט לאפין, אבער נעכטן האט מען אים צוריקגעברענגט, און היינט האט מען אביסל אראפגענידערט סוראווקין, עס איז גאנץ א אפענע צוגאנג פון אביסל מסדר זיין פריגהאזין פון וואגנער וואס האט זיך לעצטענס מער און מער צעפירט די האנט, און בכלל האבן די סאושעל מידיע פיגורן אנגעהויבן פירן זייער א אפענע און ברייטע מערכה מיט א פרייע מויל, נעכטן איז עס געגאנגן אזוי ווייט אז איגאר גירקין האט אפן גערעדט פון אראפווארפן פוטין!!! ער האט אנערקענט אז זיינע ווערטער קענען מעגליך זיין זעלבסטמארד און פונדעסטוועגן זיך נישט אפגעהאלטן פון אויסדרוקן זיין אויסגעשפראכענע קריטיק קעגן די קרעמלין מלחמה ווערטשאפט.

סוראווקין איז געווען דער איינציגסטער קרעמלין גענעראל וועלכע האט געהאט א גאר נאנטע צוזאמארבעט מיט די עקסטרעמע נאציאנליסטן, אים אראפשטעלן איין דרגה איז העכסט ווארשיינליך א אקט פון אראפדרוקן אויף די נאציאנאליסטן.

אויסער דעם איז יתכן אז פוטין האלט אז די מלחה אין אוקריינע דארף פשוט מער קאנצעטראציע ווי ביז איצט, האט ער דעריבער גענומען די העכסטע גענעראל און אים געהייסן איבערלאזן אלע זיינע געשעפטן און זיך קאנצעטרירן בלויז אויף אוקריינע.

די ערשטע ציהל פון פוטין איז גאנץ א פיינע מהלך פון זיין זייט צו פארזיכערן זיין מאכט קעגן די עקסטרעמיסטן וואס האבן זיך גענומען מער און מער צו בונטעווען און רעדן מיט לויזע צינגן, עס באדראעט זיין מאכט און עס שוואכט אויך זייער שטארק אפ די מוט פון די רעגירונג מיליטער ווען זיי זעען אז די לאנד האלט מער פון די מיינונגן וואס די סאושעל מידיע בלאגערס פארשפרייטן ווי איידער פון די אפעציעלע מיליטערישע באריכטן.

די צווייטע ציהל זיינער צו נעמען געריסאמאוו כדאי צו שטעלן א גרעסערע פאקוס אויף די אינוואזיע אין אוקריינע איז "א געלעכטער אין א זייט" געריסאמאוו האט דאך אנגעפירט די מיליטערישע אפעראציעס וואס האט אריינגעפירט די רוסן אין דער ערד אריין, נעמט ער יעצט געריסאמאוו פון קיעוו און ריסייקעלט אים אנצופירן די אפעראציעס מיט א נייע טיטול? געריסאמאוו האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א ספעציעל שוואכער גענעראל אבער פוטין איז אפשר נאך עפעס איינגערעדט אין אים.

---
די ערשטע ציהל פון פוטין אפצושוואכן וואגנער איז אויך א נארישקייט אין א געוויסע זין, די איינציגסטע סוקסעס וואס די רוסן האבן געהאט אין די לעצטע פינעף חדשים איז געווען די שוואכע סוקסעסן וואס די וואגנער חברה האבן דורעכגעפירט, עס איז אזוי אויך סוקסעס פון די שוואכסטע קאליבער, אבער פון די רעגירונג מיליטער האט מען דאך געהאט בלויז מאסיווע ריקצונגן, נו אויב אזוי פארוואס זאל מען אויפהייבן די מיליטער און אונטערדרוקן וואגנער?

אבער דא קומט א נייע פונקט, פוטין פירט דא א ווערטשאפט פון אנדרייען די צוויי כוחות איינער קעגן דעם צווייטן, ער רייצט אן יעדע צד צו ווייזן פארן פאלק אז זיי זענען די ריכטיגע העלדן און די אנדערע צד באשטייט פון א באנדע שוואכלינגן מיט טויגסניכטן, פוטין האט אום יולי דירעקט פארארדענט אז די סאושעל מידיע בלאגערס זאלן יא רעדן אפן און זאגן די נייעס כמות שהוא, על אפם וחמתם פון די רוסישע מיליטערישע פירערשאפט וואס האבן נאר געוואלט אז מען זאל נישט פארציילן קיין נעגאטיווע נייעס פון פראנט, איצט וועט לכאורה פוטין אויך אביסל אונטערדרוקן די סאושל מידיע פיגורן זינט זיי האבן זיך גענומען גרויסע רעכטן און רעדן שוין מיט צופיל פרייהייט און גאוה, פוטין קען נישט דערהייבן די מינדעסטע צל ספק פון געבן א כח פאר סיי וועם אין לאנד אויסער זיך זעלבסט, ער האט שוין פראבירט פאר זעקס וואכן צוריק צו טוישן די מצב מיטן אריינמעמען "רייבער" און נאך עטליכע סאושל מידיע פיגורן אז זיי זאלן אפערירן אינערהאלב די קרעמלין, אין אנדערע ווערטער אנשטאט אראפקלאפן האט ער זיי אריינגענומען צו זיך אין אפיס, אבער דאס איז נישט גענוג, פוטין וועט לכאורה מער אראפדרוקן אין די קומענדיגע תקופה אויף די עקסטרעמע חברה.

איי וואס וועט זיין מיט וואגנער? פריגהאזין וועט דאך נישט האבן זיין בענזין וואס טרייבט אים ווייטער צו פירן די שלאכטן אין באקמוט?

אט טאקע פאר דעם האט היינט פוטין געגעבן פאר פריגהאזין זיין גרויסע וואונטש ווען ער האט געגעבן פארדאנס פאר אלע רוסישע ארעסטאנטן וואס דינען אין די וואקנער איינהייטן! עס קאסט נישט קיין דאלאר פאר פוטין, און ער האט דא געגעבן א געלעגענהייט צו ווייזן אז די וואגנער האט א אנערקענטע ראלע אין די רעגירונג מיט דעם וואס ער האט געגעבן פארדאנס פאר מענטשן (וואס גייען סיי ווי שטארבן אין די ערשטע טעג פון זייער מלחמה ערפארונג...) וואס באלאנגן צו וואגנער, פריגהאזין האט שוין לאנג קאמפיינט דערפאר, און היינט האט אים עס פוטין געגעבן צוזאמען מיטן שנעלקע פון אויפהייבן די רוסישע מיליטער העכער און נעמען א גרעסערע ראלע אין פארטיידיגן און פראפאגאנדין אין לאנד איבער די פעיאיגקייטן פון מיליטער.

און יעצט זאל יעדער שפירן אז ער איז די געווינער פונעם שפיל און די אינערליכע רייבעריי זאל ווייטער פארזעצן.
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 8#p4051108
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: מיט נאסע באקן זיך געזעגנט אויף אייביג! [נישט קאמפיין]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
מיט נאסע באקן האב איך גערעדט צו זיך אליין, אנפארטשענעטלי דער וואס איך וויל ער זאל הערן וואס איך זאג הערט דאך נישט...

מיט א טרויעריגע בליק האב איך אים באטראכט, מיין הארץ איז אויסגעגאנגען פאר אים, נעבעך... מוטשעט זיך שוין א לענגערע צייט מיט פארשידענע געזונט קאמפליקאציעס, און לויט די דאקטוירים איז ליידער מארגן זיין לעצטע טאג מיט חיות רח"ל! מיר זענען אידן און מיר גלייבן אז גאט פירט די וועלט און נישט די דאקטוירים, אבער איך בין פארט א מענטש מיט געפילן, און עס איז נישט גרינג צו הערן אזא בשורה... אזא אומגליק, אזא אינג ביימל, קוים עטליכע אין צוואנציג יאר און אזויפיל מיטגעמאכט. א פרישע שטראם האט נאס געמאכט מיין שוין-נאסע באקן... אוי טאטע! עס איז שווער, זייער שווער, עס איז א מציאות וואס איך האב מיך נישט גע'חלום'ט... אלעס איז אין א נעפל, פארכמורעט, קאלמוטנע אויפן געמיט. עס ציפט, עס גליעט, און די באקן ווערן פון פריש נאס... שוין עטליכע וואכן צוריק אין די לעכטיגע חנוכה טעג האט דער דאקטאר ארויסגעגעבן זיין שאקירנדע אורטייל "ער וועט עס נישט מאכן!"... און דא שטייט מען שוין מיט א דאטום, מחר יהי' זאגט דער דאקטאר.

און דאן האבן זיך אנגעהויבן די שולד געפילן. "ווען איך וואלט זיך בעסער אומגעקוקט אויף אים, ווען איך וואלט זיך מער אפגעגעבן מיט זיין געזונט צושטאנד, ווער ווייסט... אפשר וואלט מען נישט געהאלטן דא?... אפשר וואלט מען געדארפט גיין צו א בעסערע דאקטאר?..." ב"ה אז האבנדיג אויפגעוואקסן אין א שטוב וואס אטעמט אמונה און בטחון יעדע רגע, האב איך געהאט די כוחות זיך צוזאמצונעמען און אוועקשטופן די עצבות'דיגע מחשבות. מיין זיידע ז"ל פלעגט שטענדיג זאגן "אמונה איז דער בוים, און בטחון איז די פרי..." אז מען פילעוועט אמונה, האט מען בטחון צו יעדע צייט.

די לעצטע פאר וואכן זענען געווען א קייט פון פיין און שרעק, עס איז שווער צוצוקוקן ווען איינע פון די גאר נאנטע ראנגלען זיך מיט ביטערע יסורים, און ווען די שרעק אויף די אומקלארע צוקונפט מישט זיך צענויף איז דאס א פערפעקטע רעצעפט פאר צעמישעניש און כאאס. די נעכט פון די פארלאפענע וואכן זענען דורכגעלאפן אין מיין מחשבה, ווען נאכט נאך נאכט האב איך מיר אפגעגעבן מיט געטריישאפט פאר דעם באטראפענעם. אים פראבירט צו לייכטער מאכן מיט וואס מעגליך, געטון די אומאנגענעמע ארבעט פון אים רייניגן... זיכער געמאכט אז ער נעמט די פארשריבענע מעדיצינען, און אים פראבירט צו טרייסטן ארויסקוקנדיג צוזאמען אויף א בעסערע מארגן. די אפטע באזוכן ביי דאקטוירים און מומחים האבן זיך אויפגעשפילט פאר מיינע אויגן, די ערנסטע געזיכט פונעם דאקטאר ביים ענדגילטיג אויפגעבן [זיין] האפענונג... א סקרוך איז דורך מיינע ביינער! באשעפער זיסער, א איד פרעגט נישט פארוואס... אבער טאטע, עס איז נישט גרינג...

עס זענען דא צייטן ווען דער מענטש פילט זיך אזוי נישטיג און קליין, ווען ער זעט איין אז ער איז בכלל נישט אין קאנטראל פון וואס עס פאסירט ארום אים. עס איז נאר א שאד אז די סארט געפילן ערוועקן זיך גרינגער ווען דער מענטש דערזעהט זיך אין א דעד-ענד... ווי גוט וואלט געווען ווען ער אנערקענט דאס אין די לעכטיגע און גוטע צייטן. אבער פאקטיש איז דאס געווען וואס איך האב געפילט יענע נאכט. איך האב געטון וואס איך קען, און דער באשעפער האט אנדערש געוואלט! און איך וועל מיר בייגן פאר זיין רצון, איך וועל עס מקבל זיין באהבה, און איך גלייב באמונה שלימה אז ער וועט מיר העלפן דורכשפרייזן דעם דורכגאנג! געוויס איז מיר דאן אויך ארויפגעשווימען אין געדאנק די פילע הילף וואס מיר האבן באקומען פון די געטרייע עסקנים, די שנעלע אוידענץ'ן און פלינקע קאנטאקטן וואס מיר האבן באקומען פון זיי. ישלם ה' שכרם. מי כעמך ישראל.

דאן האבן מיינע זכרונות ווייטער געשפינט און מיר געפירט צום פרישן מומחה וואו מיר זענען געווען עטליכע טאג צוריק, ווען ער האט מיט א פרישע גאר שטארקע מעדיצין פראבירט דאס זייניגע. ברוך השם אז דאס האט געהאלפן קעגן א פריש געשאפענע אינפעקציע און די יסורים זענען פיל לייכטער געווארן, אבער ווי עס קוקט אויס איז די גזר דין שוין געווען נחתם... און לויט ווי עס קוקט אויס מיט די פליישיגע אויגן איז נישטא מער וואס צו טון בדרך הטבע...

און דאן האט א פרישע פלייץ נאס געמאכט מיין פנים אויסשווענקענדיג מיין מויל פון די לעצט פארבליבענע רעשטלעך ציין-פוץ געמויזעכץ... יא, מארגן שלעפט מען ארויס מיין צאן!
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 1#p4047681
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ומכאן הקריאה יוצאת!!!

אויב זעט איר א פיינעם ארטיקל סיי וואו פארווארפן אינעם וועלטל, דאן זייט אזוי גוט און לינקט אים אהער דא. ויהא חלקכם בין מזכי הרבים.

א יישר כח פון פראנאויס.

---
מנהלים, ביטע פּינען.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

viewtopic.php?f=153&t=60044#p4057006
איל משולש האט געשריבן:
זאג, די פאון ארבעט מיט ווערייזאן?

נאכן אנלאקן ארבעט עס אויך מיט AT&T.

און מיט ווערייזאן נישט?

דארפסט פארשטיין, עס האט נישט ווערייזאן'ס בענדס.

אקעי, לאמיר פארשטיין. וואס איז דאס די בעדס פון וואס מען רעדט דארט? אזויפיל פארשטיי איך אז מען רעדט נישט פון א בענד אויפן מאגן צו פארלירן וואג... אבער וואס יא?

לאמיר כאפן א שטיקל טינק אריין אין די וועלט פון סעליולער נעטווארק.

צוערשט דארפן מיר וויסן אז סעליולער נעטווארק ארבעט מיט ראדיא פריקווענסי.

וואס איז דאס ראדיא פריקווענסי? עס איז פארהאן די עלעקטרא-מאגנעטישן ספעקטרום פון כוואליעס וואס לויפן אין די לופט. די נידריגסטע שטאפל עלעקטרא-מאגנעטישע כוואליעס איז, ראדיא וועיווס. מיר קענען זיי נישט הערן, ווייל עס איז צו א הויכע פריקווענסי פארן אויער צו אויפכאפן. און מיר קענען זיי נישט זעהן, ווייל עס איז צו א נידריגע פריקווענסי פאר די אויגן צו זעהן. אבער זיי עקזיסטירן אין אונזער אטמאספער און טוען אויף פאר די מענטשהייט פארשידענע זאכן.

ערשטנס פשוט, די ראדיאס וואס די פייערלייט און הצלה לייט נוצן. אבער אויך אונזערע סעלפאונס און פילע אנדערע זאכן ארום אונז ארבעטן מיט ראדיא פריקווענסיס.
די ראדיא כוואליעס לויפן פון 30 Hz ביז 300 GHz. העכער דעם איז דא אנדערע עלעקטרא-מאגנעטישע שטראלן.

דער גענצער אפטיילונג הייסט טאקע די זעלבע, ראדיא פרעקווענץ, אבער עס איז צוטיילט צווישן זיינע פילע אויפגאבן וועלכע חלק גייט פאר וועם.

די כלל מיט פריקווענסיס איז, וואס א נידריגערע נומער, אלס דיקערע זאכן קען ער דורכגיין. און וואס א העכערע נומער, אלס ווייטער גייט ער. (דאס איז אויך דער סיבה אז ווען איר גייט אריבער אינדרויסן פון א חתונה זאל הערט איר נאר די בעיס, וועלכע איז א נידריגע פריקווענסי, הגם מעקעניקל פריקווענסי און נישט עלעקטרא-מאגנעטיקל, אבער דער כלל גילט ביי ביידע. און דער שבת פייף הערט זיך גאר ווייט, אבער ער גייט נישט דורך קיין דיקע ווענט. ואכמ"ל.)

די ספעקטרום פון די ראדיא כוואליעס איז צוטיילט אין טשענעלס און אין בענדס. (יא, די בענדס צו וואו אונז וויל מיר צוקומען.)

דער בעל הבית אויף די אלע טשענעלס און בענדס אין אמעריקע, איז די FCC. פעדעראלע קאמיוניקאציע קאמיסיע. זיי גיבן ארויס די טשענעלס און בענדס לויט וויאזוי זיי זעהן פאר ריכטיג. לדוגמא, וועלכע פריקווענסי גייט פאר די עמערדזשענסי סערוויסעס ראדיאס, וואס גייט פאר סעלפאון סערוויס, וואס גייט פאר אלע IOT סארט זאכן, און אזוי ווייטער.

די חלק פון עמערדזשענסי סעוויסעס איז זייער א קליינע, ווייל יעדע געגנט דארף נאר זיך דעקן. און מ'נעמט די נידריגע פריקווענסיס וואס גייען נישט צו ווייט, דאס צוטיילט מען אין יעדע געגנט צווישן אלע עמערדזשענסי סערוויסעס, און וויבאלד עס גייט נישט ווייט, קען א געגנט עטליכע מייל ארויפציר נוצן די זעלבע פריקווענסי.

העכער דעם איז דא א חלק וואס גייט פאר למשל די סטעיט פאליציי, וואס זיי דארפן דעקן א גרעסערע געגנט, און עס ווערט אויפגעשטעלט 'ריפיעטערס' וואס ריפיעטן איבער די קלאנג וואס ער באקומט פון די פאריגע סטאנציע.

העכער דעם איז דא די ערשטע דור פון סעליולער סערוויס. דער ערשטער דור פון סעלפאונס (1G) האט געארבעט אויף א רעלאטיוו נידריגע פריקווענסי, און וויבאלד עס איז נישט געווען קיין סאך מאשינען וואס האבן געדארפט ווערן געדעקט, איז עס געווען גענוג, הגם עס האט געהאט זייער א קליינע bandwidth. דאס הייסט אזוי. יעדע געשפרעך, דארף ווערן געפירט אויף א באזונדערע טשענעל. גאנץ פארשטענדליך, ווייל אויב נישט גייט מען זיך הערן פון איין מענטש צום צווייטן... צווישן יעדע טשענעל איז דא ליידיג פלאץ פאר נאך א האלבע טשענעל, אז עס זאל זיך נישט בטעות אריבער הערן פון איין טשענעל צום צווייטן. א טשענעל איז 12 HZ, און נאך זעקס צווישן די און די נעקסטע. דאס הייסט אז מען דארף רעכענען 18 HZ פער טשענעל.

1G האט געהאט גאר ווייניג טשענעלס רעלאטיוו צו וואס עס איז פארהאן אינעם ספעקטרום. עס איז געווען ארויסגעגעבן דורך די FCC פאר די טעלעפאן קאמפאניס, יעדע סערוויס פראוויידער האט באקומען א סכום פון טשענעלס וואס ער האט פארדינגען פאר זיינע קליענטן.

דאס האט אבער נאר אנגעהאלטן ביז א סעלפאון איז געווארן א נחלת הכלל. ווען עס איז געווארן אז יעדער שמויגער דרייט זיך מיט א כלי אין טאש, האט מען זיך געטראפן מיט א פראאבלעם. מען דארף אפטמאל ווארטן אויף א אוועילעבל טשענעל. עס איז נישטא גענוג אויף נאצוקומען דעם פארלאנג. דאן איז אריין געברענגט געווארן דער צווייטער דור (2G) טעכנאלאגיע וועלכע האט געהאט פיל א גרעסערע bandwidth, און אסאך מער פלאץ פאר נאך טשענעלס. אבער נישט לאנג דערויף איז מען צוריק געקומען ווי מען איז געשטאנען, און זיך געטראפן אז עס איז נישט דא גענוג פלאץ פארן ברייטן ציבור. די FCC האט נאך א צייט שלעפן מיט ביוראקראטישע פראצעדורן אנגעהויבן צו פארדינגען 'בענדס', דאס איז א ברייטערע שטח פון עטליכע טשענעלס איינס נעבן דאס אנדערע, פון דעם דריטן דור (3G) טעכנאלאגיע. עס איז דאן געווען א גרויסער דורכברוך, ווייל עס איז צוגעקומען מער טשענעלס ווי 1G און 2G צוזאמען אויף איינמאל. אבער נאך עטליכע יאר ווייס מיר אלע וואס עס האט פאסירט, מען איז ווידעראמאל אויסגעלאפן פון bandwidth. דאן איז אריין געברענגט געווארן דער נייער פערטער דור טעכנאלאגיע, דער באקאנטער 4G וואס ער האט געהאט ממש אנלימיטעד bandwidth...

ביז אהער איז יעדע נייער דור געקומען מיט נייע ספידס יעדעס מאל שנעלער און נאך שנעלער.

דער נייער 4G איז געווארן צוטיילט צווישן די גרויסע קעריערס, נעמליך, ווערייזאן, טי-מאביל, און AT&T. יעדער באקומט פארשידענע בענדס. אביסל פון אויבן, וואס איז א משהו שנעלער, און אביסל פון מער אונטן, פאר די וואס צאלן אביסל ביליגער...

יעדער פון די גרויסע קעריערס פארדינגט פון זייער bandwidth פאר קלענערע MVNO'ס. וואס זיי פארמאגן נישט קיין TOWERS, נאר נוצן די גרויסע קעריערס. למשל טרעקפאון, יו. עס. מאביל, און נאך אנדערע אויף ווערייזאן. אלטרא מאביל אויף טי-מאביל א.א.וו. די אלע קלענערע באקומען געווענטליך שוואכערע פריאריטעט סערוויס אויף די גרויסע טאוערס.

יעצט לעינינו.

א סעלפאון כאפט נישט אליין קיין סערוויס. פינטל.

עס דארף האבן סיי די ריכטיגע הארדוועיר, און סיי די ריכטיגע סאפטוועיר.

אין הארדוועיר מיינט עס א טשיפ וואס כאפט אויף די ראדיא סיגנאלן, און אין סאפטוועיר מיינט עס אז דער כלי זאל זיין ביכולת אפצוטייטשן וואס ער הערט אויף די טשיפס.

אבער עס איז נישט פארהאן איין טשיפ פאר אלע פריקווענסיס. יעדע בענד איז אויף א באזונדערע טשיפ. אזוי אז ווען איינער פאבריצירט א פאון, דארף ער באשליסן וועלכע בענדס ער פלאנט צו נוצן, און ער דארף אינסטאלירן די נויטיגע טשיפס.

איי, פארוואס נישט גלייך לייגן איבעראל אלע? עס איז נישט קיין מהלך צו לייגן אלע. קודם עס קאסט געלט יעדע טשיפ. און אויך גייט די פאון וועגן אסאך. און אזוי אויך וועט דער פאון ארויסגעבן צופיל ראדיאציע לויט די געזעצן פון די FCC, און נאך עטליכע קלענערע און גרעסערע פראבלעמען.

איז בלייבט איבער צו אינסטאלירן די וואס מען האלט אז מען גייט נוצן, און הערשט דאן, ווען טעכניש איז עס שוין מעגליך צו ארבעטן מיט וועם מען וויל עס זאל ארבעטן, קען מען זיך נעמען ארבעטן אויף אפראוועלס פון די קעריער אז זיי זאלן לאזן נוצן זייער נעטווארק.

און חוץ פון דעם איז דא אמאל ווען א קעריער קויפט אפ א שיפמענט פון א פאון, און לאקט עס צו זייער סערוויס. אין אזא פאל האט עס יא די נויטיגע טשיפס, אבער די סאפטוועיר איז פארשלאסן פון קאמיוניקירן מיט אנדערע נעטווראק קעריערס. און דאס איז וואס מען הערט אז נאכן אנלאקן ארבעט עס נאכאלס נישט מיט אלע קעריערס. עס האט נישט די טשיפס פון אלע, און די וואס יא, איז געלאקט.

הצלחה רבה.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ש'כח הלבלר!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

היסטאריש האט געשריבן:
ש'כח הלבלר!
נו, ברענג עפעס פריש...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
שם בן נח
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 23, 2021 5:56 pm
לאקאציע: אויף די הרי אררט

Re: ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם בן נח »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
PDF
PDF
ה' יראה. אברהם קרא אותו יראה. שם קרא לו שלם. ומלכי צדק מלך שלם (בראשית יד יח). לפיכך נקראת ירושלים על שם שני הצדיקים האלה. (מדרש לקח טוב)

ווילסט מיר מענשענען? לייג אן אנדערע נאמאן און טויש זיין ID צו 19796. און טויש די נאמען צו מיין'ס.
אוועטאר
שם בן נח
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 23, 2021 5:56 pm
לאקאציע: אויף די הרי אררט

Re: ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם בן נח »

שלום ואחדות האט געשריבן:
ה' יראה. אברהם קרא אותו יראה. שם קרא לו שלם. ומלכי צדק מלך שלם (בראשית יד יח). לפיכך נקראת ירושלים על שם שני הצדיקים האלה. (מדרש לקח טוב)

ווילסט מיר מענשענען? לייג אן אנדערע נאמאן און טויש זיין ID צו 19796. און טויש די נאמען צו מיין'ס.
אוועטאר
איטר יד
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 6:24 pm
לאקאציע: אויף די לינקע זייט

Re: ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטר יד »

זיי דן דיין חבר גאר שיין, ווי די ווילסט מען זאל דן זיין דיר אליין. ווייל ווען מען וועט דיר אמאל דן זיין, און דארט וועט דיין טענה זיין, מען זאל דיר אויך נאר גוט דן זיין. (מיכאל)

בוטקע רב האט געשריבן:
-
א פלעסטיק וועלט
FDF
זיי דן דיין חבר גאר שיין, ווי די ווילסט מען זאל דן זיין דיר אליין. ווייל ווען מען וועט דיר אמאל דן זיין, און דארט וועט דיין טענה זיין, מען זאל דיר אויך נאר גוט דן זיין. (מיכאל)
ישראל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 11, 2018 7:56 am

Re: ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל משה »

ישר כח די אלע וואס לייגן דא ארויף, פארן מיך מהנה זיין לכבוד שבת
אוועטאר
איטר יד
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 6:24 pm
לאקאציע: אויף די לינקע זייט

Re: ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטר יד »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 1:37 pm
מיין נקמה אין די מאסן מערדער...

FDF
זיי דן דיין חבר גאר שיין, ווי די ווילסט מען זאל דן זיין דיר אליין. ווייל ווען מען וועט דיר אמאל דן זיין, און דארט וועט דיין טענה זיין, מען זאל דיר אויך נאר גוט דן זיין. (מיכאל)
אוועטאר
איטר יד
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 6:24 pm
לאקאציע: אויף די לינקע זייט

Re: ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטר יד »

זיי דן דיין חבר גאר שיין, ווי די ווילסט מען זאל דן זיין דיר אליין. ווייל ווען מען וועט דיר אמאל דן זיין, און דארט וועט דיין טענה זיין, מען זאל דיר אויך נאר גוט דן זיין. (מיכאל)
אוועטאר
איטר יד
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 6:24 pm
לאקאציע: אויף די לינקע זייט

Re: ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטר יד »

עפעס אזוי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2023 4:59 pm
א ביזנעס טריפ קיין דובאי

FDF
זיי דן דיין חבר גאר שיין, ווי די ווילסט מען זאל דן זיין דיר אליין. ווייל ווען מען וועט דיר אמאל דן זיין, און דארט וועט דיין טענה זיין, מען זאל דיר אויך נאר גוט דן זיין. (מיכאל)
אוועטאר
איטר יד
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 6:24 pm
לאקאציע: אויף די לינקע זייט

Re: ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטר יד »

שקר גמור האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 2:53 pm
פאר יעדן צו וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

FDF
זיי דן דיין חבר גאר שיין, ווי די ווילסט מען זאל דן זיין דיר אליין. ווייל ווען מען וועט דיר אמאל דן זיין, און דארט וועט דיין טענה זיין, מען זאל דיר אויך נאר גוט דן זיין. (מיכאל)
אוועטאר
שקר גמור
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re: ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

איטר יד האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 2:53 pm
שקר גמור האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 2:53 pm
פאר יעדן צו וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

FDF
איך נעם עס אלס א קאמפלימענט ניין?
אוועטאר
איטר יד
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 6:24 pm
לאקאציע: אויף די לינקע זייט

Re: ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטר יד »

שקר גמור האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 3:40 pm
יא! האסט מיר געכאפט...!!

FDF
זיי דן דיין חבר גאר שיין, ווי די ווילסט מען זאל דן זיין דיר אליין. ווייל ווען מען וועט דיר אמאל דן זיין, און דארט וועט דיין טענה זיין, מען זאל דיר אויך נאר גוט דן זיין. (מיכאל)
אוועטאר
איטר יד
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 6:24 pm
לאקאציע: אויף די לינקע זייט

Re: ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטר יד »

ממש יעצט האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 11:46 pm
די רוסקי'ס וויירעס...

FDF
זיי דן דיין חבר גאר שיין, ווי די ווילסט מען זאל דן זיין דיר אליין. ווייל ווען מען וועט דיר אמאל דן זיין, און דארט וועט דיין טענה זיין, מען זאל דיר אויך נאר גוט דן זיין. (מיכאל)
אוועטאר
איטר יד
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 6:24 pm
לאקאציע: אויף די לינקע זייט

Re: ארטיקלען צו פרינטן - לכבוד שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטר יד »

ביזטזעכער? האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2023 4:11 am
חייך קודמך ! גלייב מיר איך מיין דיין טובה !

FDF
זיי דן דיין חבר גאר שיין, ווי די ווילסט מען זאל דן זיין דיר אליין. ווייל ווען מען וועט דיר אמאל דן זיין, און דארט וועט דיין טענה זיין, מען זאל דיר אויך נאר גוט דן זיין. (מיכאל)
שרייב תגובה

צוריק צו “מפתחות”