אביסל פון מיין חנוכה מחשבות

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

jews4zeldin
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 2:31 pm

אביסל פון מיין חנוכה מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jews4zeldin »

הייליגע ברודער א גוטן חנוכה

איך נעם דעם פעדער אין האנט צו ברענגען אביסעלע גריסן פאר די טייערע ברודער דא אויף איי וועלט

די פולע פריוואטע מעסעדזשעס הן מיט חיזוק והן מיט סתם זיך נאכפרעגן אויף מיין מצב, עס גיבט א געוואלדיגע חיזוק

ורבים ביד מע"טים פיל זענען די געשריבענע חיזוק בריוון וואס איך האב געקריגט פון אייך! עס איז מיר געווען כמים קרים על נפש עייפה


ווען איך האב געצינדן מיין מנורה נעכטן ביינאכט שפעט אין די שעה'ן

בין איך אנגעקומען דארט מיט א צוקלאפטע נפש און געהאלטן נאך אפאר פאניק אטאקעס

איך האב געשפירט ווי א סאלדאט וואס קומט צוריק פון פראנט נאכן פארלירן צום שונא

און גייט פראווענען א זיגרייכע מאלצייט פאר חברים וידידים און שטייט אינדערמיטן און שאלט מיט פרייד "איך האב געזיגט איך האב געזיגט"

גאר מאדנע? די קומסט ארויס פון א דורכפאל פון א פראנט און הוליעסט און זינגסט און טאנצסט?

קוק דיך אן די האסט געזיגט? דיין לאנד איז געפאלן! דיין קערפער איז פארוואונדערט! און די האסט געזיגט?

אזוי בין איך געשטאנען אין געצינדן מיינע לעכטעלך שפעט אינדערנאכט איבערגעבויגן ווי א צושאסענע סאלדאט און געצינדען לעכטעלך פון זיג

וויאזוי גייט דאס צוזאמען? עס שטימט פשוט נישט

איך האב מיך צוזאמגענומען מיין קאפ און פארשטאנען אז מען דארף טוישן פערספעקטיוו

אין הכי נמי אז איך געפין זיך אין א וועלט פון פיין און יסורי הנפש אבער מען דארף עס אנקוקן אנדערש

איך בין טאקע דער צוקאליטשטע סאלדאט מיט צוריסענע קליידער און צוהאקטע ציינער

אבער מיין פאלק האט געזיגט!

מיין פאלק האט געוואונען !

מיין פאלק איז זיגרייך!

לייג אוועק דיין עצמיות מאך דיך קלענער פארשמעלער דיין עגא

ווער פאטריאטיש פאר דיין פאלק!

מיין גלות וועט דער אייבערשטער זיך מרחם זיין
אבער דא פראוועט מען נצחון אין עפעס מער און טיפער, וואס די וועסט זיך נאך איין טאג אויך קענען זיין פון די פריידיגע
און זיך פרייען פאר יענע נצחונות
און יא! איך פארהאק מיין געפילן ווען איך צינד אן מיין לעכטעלעך ווייל מיר איז שווער אין מיין גלות פרטי זיך צו קענען באהעפטען מיט גאולה
און איך פרוביר צו עפענען כלל ישראל'ס געפילן אין מיין הארץ אז דאס זאל מיר ברענען

הנרות הללו אנו מדליקים "אנו" אונז צוזאמען, ווייל צינדן אליינס איז זייער שווער איך צינד נישט פאר מיר איך צינד פאר מיין פאלק
אוי לשם יחוד קודשא בריך הוא בשם כל ישראל גרייט איך זיך צו צינדן היינט נאכט דעם דריטן לעכטל
אוועטאר
ידיד נאמן
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 2:42 am

Re: אביסל פון מיין חנוכה מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד נאמן »

די גייסט נאך זיין א ריזיגע שרייבער
אזא שיינע ארטיקל!!!!!
jews4zeldin
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 2:31 pm

Re: אביסל פון מיין חנוכה מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jews4zeldin »

ידיד נאמן האט געשריבן:
די גייסט נאך זיין א ריזיגע שרייבער
אזא שיינע ארטיקל!!!!!
שכח פאר די חיזוק!
אוועטאר
איטשע חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 3:16 pm

Re: אביסל פון מיין חנוכה מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע חסיד »

שיין, הערליך, פיל מיט תוכן
אין חדר האט מען מיר גערופן איטשע, היינט הייס איך שוין איטשע חסיד…
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”