טעגליכע שיעורי תורה אין לאקאלע בתי מדרשים

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רבי מיילעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 7:01 pm

טעגליכע שיעורי תורה אין לאקאלע בתי מדרשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי מיילעך »

זוכנדיג א שיעור ביינאכט אין א ספעציפישע נושא אין מיין געגנט, בין איך געווען זיכער אז כ'וועל גרינגערהייט טרעפן ערגעצוואו א ליסטע מיט אלע שיעורים וואס ווערן פארגעלערנט טעגליך אין כמעט יעדע שול אדער אפילו שול'כל.

לא יגעתי ולא מצאתי… דעריבער לתועלת הציבור עפן איך דיזן אשכול ווי מ'זאל קענען ארויפלייגן די אינפארמאציע פון טעגליכע שיעורי תורה וואס ווערן פארגעלערנט אין לאקאלע בתי מדרשים אין אלע היימישע געגנטער.

אויב איר לייגט ארויף די אינפארמאציע פון א שיעור, פרובירט צו שרייבן די פרטים וואס זענען נוגע, צ.ב.ש.:
1] שטאט
2] בית המדרש און אדרעס
3] וועלכע לימוד (גמרא, הלכה וכדו')
4] אויב די לימוד איז אויפן סדר פון א געוויסע חבורה (דרשו, זכרו, תורתך, דף היומי א.ד.ג.), אדער וולכע מסכת / סוגיא מ'האלט יעצט
5] צייט - פון ווען ביז ווען
6] מגיד שיעור
7] אופן הלימוד פונעם מגיד שיער (שנעל, שטייט וכדו')

אויב איינער וויל שרייבן די שיעור פון זיין ביהמ"ד אבער האט מורא משום חשש גילוי, קען מיך שיקן אין אישי אדער אימעיל און כ'וועל עס אי"ה ארויפלייגן.


אויב ס'וועט זיך אנזאמלען א שיינע ליסטע, וועלמיר עס אי"ה מסכם זיין און דא ארויפלייגן.
דאס לעבן איז נישט גרינג, א פעקעלע טו איך שלעפן. טאטי פארוואס? - דאנט ווארי סאיז אלעס לטובה. // אבער טאטי, אבער טאטי איך וויל דיך עפעס זאגן… - פליק איט. // לאז געמאכט, רעד זיך נישט אזויפיל אפ, דזשאסט פליק איט און גיי ווייטער.. (קרעדיט: איינס)
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: טעגליכע שיעורי תורה אין לאקאלע בתי מדרשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

עפן א גוגל שיט און שעיר א לינק דא, צעטייל עס לויט די שטעט און בתי מדרשים. און ווער ס'ווייסט עפעס, זאל צולייגן.
אוועטאר
רבי מיילעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 7:01 pm

Re: טעגליכע שיעורי תורה אין לאקאלע בתי מדרשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי מיילעך »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2023 8:28 pm
עפן א גוגל שיט און שעיר א לינק דא, צעטייל עס לויט די שטעט און בתי מדרשים. און ווער ס'ווייסט עפעס, זאל צולייגן.
יישר כח פאר די געדאנק.

דא איז א לינק צו מיין גוגל שיט. שיעורי תורה אין היימישע געגנטער
דער עולם ווערט געבעטן אריינצופילן די אינפארמאציע פון די שיעורי תורה וואס איר ווייסט, לזיכוי הרבים.
אזוי אויך קען מען צולייגן קאלומס וכדומה צו פארבעסערן די sheet.

מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף, אז ס'וועט זיין גענוג איפארמאציע מיט וואס צו גיין צום טיש, עמער עס צוטיילן לויט די געגנטער א.א.וו.
דאס לעבן איז נישט גרינג, א פעקעלע טו איך שלעפן. טאטי פארוואס? - דאנט ווארי סאיז אלעס לטובה. // אבער טאטי, אבער טאטי איך וויל דיך עפעס זאגן… - פליק איט. // לאז געמאכט, רעד זיך נישט אזויפיל אפ, דזשאסט פליק איט און גיי ווייטער.. (קרעדיט: איינס)
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”