ווער איז שולדיג צו צאלן?

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

להודות
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

ווער איז שולדיג צו צאלן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

אין די צייטן פון קאוויד ע"ה איז געווארן עוועילעביל א סערוויס פון אן אגענטור וואס אינשורענס האט געצאלט דערפאר.
ס'איז געגאנגען א שטיק צייט, מ'האט אויפגעטון וואס מ'האט געוואלט און אפגעשטעלט די סערוויס.
מיט א צייט שפעטער האבן פלוצלינג אנגעהויבן פליסן ביללס אויף למפרע, ווי די סדר איז אז זיי ביללען חדשים שפעטער.

זענען מיר געוואר געווארן אז די קאוויד דעקונג האט זיך געהאט געענדיגט א שטיק צייט פריער און אינשורענס צאלט שוין נישט פאר עטליכע חדשים.
מ'האט געטענה'ט מיט די אינשורענס און אויך מיט די אגענטור א פאר מאל, און יעדער זאגט אז די צווייטע האט געזאלט מודיע זיין אז פון היינט און ווייטער צאלסטו פון טאש.
אזוי לויפט עס שוין א יאר צייט און ביללס האלטן אין איין קומען, סך הכל א פאר הונדערט דאללער.

איז די שאלה, וּוי אזוי דרייט מען זיך ארויס? ווען מ'וואלט געוויסט ס'איז נישט בחנם וואלט מען נישט גענוצט די סערוויס, די פראבלעם איז נאר אז קיינער האט נישט געזאגט.
אוועטאר
ידיד נאמן
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 2:42 am

Re: ווער איז שולדיג צו צאלן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד נאמן »

להודות האט געשריבן:
אין די צייטן פון קאוויד ע"ה איז געווארן עוועילעביל א סערוויס פון אן אגענטור וואס אינשורענס האט געצאלט דערפאר.
ס'איז געגאנגען א שטיק צייט, מ'האט אויפגעטון וואס מ'האט געוואלט און אפגעשטעלט די סערוויס.
מיט א צייט שפעטער האבן פלוצלינג אנגעהויבן פליסן ביללס אויף למפרע, ווי די סדר איז אז זיי ביללען חדשים שפעטער.

זענען מיר געוואר געווארן אז די קאוויד דעקונג האט זיך געהאט געענדיגט א שטיק צייט פריער און אינשורענס צאלט שוין נישט פאר עטליכע חדשים.
מ'האט געטענה'ט מיט די אינשורענס און אויך מיט די אגענטור א פאר מאל, און יעדער זאגט אז די צווייטע האט געזאלט מודיע זיין אז פון היינט און ווייטער צאלסטו פון טאש.
אזוי לויפט עס שוין א יאר צייט און ביללס האלטן אין איין קומען, סך הכל א פאר הונדערט דאללער.

איז די שאלה, וּוי אזוי דרייט מען זיך ארויס? ווען מ'וואלט געוויסט ס'איז נישט בחנם וואלט מען נישט גענוצט די סערוויס, די פראבלעם איז נאר אז קיינער האט נישט געזאגט.
א אידישע קאמפעני?
אויב נישט לאז לויפן ווייל סגייט נישט אנקומען אין court וכו'
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

Re: ווער איז שולדיג צו צאלן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

לעגאל, אויב ביסטו אחראי צו באצאלן ברויך מען דיר עס מעלדן בעפארן גיבן דעם סערוויס און דו ברויכסט אגריען אז דו גייסט עס באצאלן. מ’קען נישט מעלדן נאכן סערוויס אז ס’איז נישט געווען געדעקט (שטייט קלאר אויף אלע אינשורענס פאפירן וואס קומען כסדר אויף די פאסט). דאס איז זיכער געווען א פארנאכלעסיגקייט פון די פראוויידער.

אידישלעך, ברויך מען פרעגן א חו”מ דיין.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: ווער איז שולדיג צו צאלן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
לעגאל, אויב ביסטו אחראי צו באצאלן ברויך מען דיר עס מעלדן בעפארן גיבן דעם סערוויס און דו ברויכסט אגריען אז דו גייסט עס באצאלן... דאס איז זיכער געווען א פארנאכלעסיגקייט פון די פראוויידער.
א. ווען מ'אגריעט צו נעמען א סערוויס איז מען נישט אטאמאטיש שולדיג אויף אלעם חוץ וואס אינשורענס צאלט?
ב. די פראוויידער זאגט אז זיי האבן טויזענטער נוצערס און זיי האבן נישט געקענט יעדעם לאזן וויסן.

אויב עס מאכט אויס, איז די סערוויס נישט געווענליך געדעקט. נאר לכבוד קאוויד האט מען געטוישט די סערוויס קאוד אויף אן אנדערע וואס איז יא געדעקט. ווען די ספעצילע סעזאן האט זיך געענדיגט איז די קאוד צוריק געגאנגען צום אלטן וואס איז נישט געדעקט.
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

Re: ווער איז שולדיג צו צאלן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

להודות האט געשריבן:
.
א. ניין, אויב איז עס א סערוויס וואס איז געדעקט דורך אינשורענס און דו האסט עס גענומען וואוסענדיג אז ס’איז געדעקט קען מען נישט צוריק קומען צו דיר. ס’האט עפעס א נאמען וואס איך געדענק נישט אויפן מינוט (סורפרייז ביל אדער ענליך)
ב. נישט קיין תירוץ. זאלן זיי זיך בעסער מסדר זיין נעקסט טיים.

זיי האבן דיר געברויכט איינמעלדן אז ס’איז מער נישט געדעקט
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ווער איז שולדיג צו צאלן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דאס אז זיי האבן נישט געקענט מעלדן אז אינשורענס צאלט מער נישט איז זייער פראבלעם
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”