רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מייק פענס 2024
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 6:45 pm

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייק פענס 2024 »

צל עובר האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 10:03 am
פלארידע גאווערנאר ראן דעסאנטיס איז היינט אין סטעטן איילענד צו רעדן מיט לאו אינפארסמענט באאמטע איבער זייערע מיטמאכענישן פון די ניו יארק געזעצן.

(איין טאג נאך די שוידערליכע שיסעריי אין זיין פלארידע, די גרעסטע היימישע קריים טראגעדיע אין א היפשע עטליכע יאר, נאך א לאנגע קייט פון לעצטערע אנטיסעמיטישע אטאקעס אין יענע סטעיט, וואס ער קען זיך נישט ברענגן צו פארדאמען, כדרכו, סאמהאו איז האוקול צו בעיל רעפארם אודאי שולדיג.)
אנשטאט זיך אפגעבן מיט מערדערייען אין זיין סטעיט, נעכטן א היימישע חתן פון מאנסי לעצטע וואך א אידישע אובער דרייווער, איז ער פארנומען מיט ניו יארק און מיט די מעקסיקענער בארדער וואס איז א האלבע לאנד אוועק פון זיין סטעיט.

(סארי דיסענטיס, האסט מיך פארלוירן נאך די היינטיגע לופטיגע דברי טיפשות לגבי אוקריינע)
די לעצטע שאנס צו ראטעווען די רעפובליקאנער פארטיי פון א טאטאלע צוזאמבראך:

ניקי העילי פאר פרעזידענט!
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

מייק פענס 2024 האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 10:08 am
(סארי דיסענטיס, האסט מיך פארלוירן נאך די היינטיגע לופטיגע דברי טיפשות לגבי אוקריינע)
:lol:
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

געוועזענע רעפובליקאנע גאווערנאר פון מערילענד לערי האוגען זאגט אז אויב ער וועט אנערקענען אז זיין קאנדידאטור וועט צושפליטערן די אנטי טראמפ שטימע און ארויסהעלפן טראמפ וועט עס זיין א גוטה סיבה פאר אים נישט צו לויפן
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:34 am
געוועזענע רעפובליקאנע גאווערנאר פון מערילענד לערי האוגען זאגט אז אויב ער וועט אנערקענען אז זיין קאנדידאטור וועט צושפליטערן די אנטי טראמפ שטימע און ארויסהעלפן טראמפ וועט עס זיין א גוטה סיבה פאר אים נישט צו לויפן
:lol: :P :lol: :P

און אויב איך לויף?...
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

צל עובר האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 10:03 am
פלארידע גאווערנאר ראן דעסאנטיס איז היינט אין סטעטן איילענד צו רעדן מיט לאו אינפארסמענט באאמטע איבער זייערע מיטמאכענישן פון די ניו יארק געזעצן.

(איין טאג נאך די שוידערליכע שיסעריי אין זיין פלארידע, די גרעסטע היימישע קריים טראגעדיע אין א היפשע עטליכע יאר, נאך א לאנגע קייט פון לעצטערע אנטיסעמיטישע אטאקעס אין יענע סטעיט, וואס ער קען זיך נישט ברענגן צו פארדאמען, כדרכו, סאמהאו איז האוקול צו בעיל רעפארם אודאי שולדיג.)
פארשטייט זיך אז ביי אונז איז די פלארידע מערדעריי די פאברעכן וואס רירט די מערסטע צום הארצן, אבער דאס פארלייקענט נישט די 1000טער מערדערייען וואס ניו יארק סיטי זעהט יעדער יאהר.

אגב אנטיסעמיטישע אטאקעס איז גאהר שטארק געשטיגן אין ניו יארק אויב דו ביזט נישט באהאווענט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אז קריים שטייגט אין בײדע, זאל ער מוחל זיין קעיר נעמען ביי זיך קודם.

ניו יארק האט נישט מער מערדערייען ווי פלארידע.

נ. ב. האקול פארדאמט כאטש די אלע אנטיסעמיטישע אטאקעס ווען מען בעהט, דעסאנטיס האלט פשוט נישט דערביי.
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

צל עובר האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 4:45 pm
אז קריים שטייגט אין בײדע, זאל ער מוחל זיין קעיר נעמען ביי זיך קודם.
אז ביידן טוט עס נישט דארף דיסענטיס אוודאי נישט...
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
נואך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 18, 2022 11:27 am

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נואך »

איז דא א סטיעט מיט 0 רציחות ?
THE BEST THING THE GOVERNMENT CAN DO TO THE ECONOMY IS NOTHING
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2236
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

צל עובר האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 10:03 am
פלארידע גאווערנאר ראן דעסאנטיס איז היינט אין סטעטן איילענד צו רעדן מיט לאו אינפארסמענט באאמטע איבער זייערע מיטמאכענישן פון די ניו יארק געזעצן.

(איין טאג נאך די שוידערליכע שיסעריי אין זיין פלארידע, די גרעסטע היימישע קריים טראגעדיע אין א היפשע עטליכע יאר, נאך א לאנגע קייט פון לעצטערע אנטיסעמיטישע אטאקעס אין יענע סטעיט, וואס ער קען זיך נישט ברענגן צו פארדאמען, כדרכו, סאמהאו איז האוקול צו בעיל רעפארם אודאי שולדיג.)
ווייסטו צו יענע מערדעריי איז געווען א האס פארברעכן אז עס זאל קענען זיין עפעס צו פארדאמען, זייט ווען דארף א גאווענער ארויסגעגעבן א סטעטמענט אויף יעדע מערדעריי וואס פון וואס מען ווייסט יעצט איז עס געווען א רויבעריי, אגב קריים אין זיין סטעיט איז בײ א פופציג יעריגע low און מיר ווייסן אז אין די לעצטע זעקס יאר איז עס זייער שווער צו זאגן אויף סיי וועלכע סטעיט,
וועלכע אנטיסעמיטישע אטאקע האט ער נישט געוואלט פארדאמען?
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אבזערווירער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 6:18 pm

די אנקלאפן א אינגל ביי א שפיל די ביינער שרייענדיג יוד, צו די העצערישע אנטי אידן ראלי ביי די דעיטאנע 500, דזשאסט אנצוכאפן צוויי משלים, א ווארט האט מען נישט געהערט פון דעם סאנטיס.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2236
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

האט מען געהערט פון הואקל בייַ די בלעק היברו איזריאלייטס אנטי יודן ראלע ?, און אויף יעדע מאל א יוד ווערט באקלאפט ניין ? ,סא וואס איז פשט פון די גאנצע טראאל.
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך עקספעקט צו הערן פון האוקול מחאות אויף אנטיסעמיטישע אינצידענטן, ובפרט נאך א כוואליע.

----------

קורצע ליסטע פון טייל פון די לעצטערע אנטיסעמיטישע פאסירונגען אין פלארידע:
Screenshot_20230219-230926_Twitter.jpg
Screenshot_20230219-230926_Twitter.jpg (211.51 KiB) געזען 1196 מאל
ביים דעיטאנע 500:
Screenshot_20230220-182941_Twitter_copy_1073x592.jpg
Screenshot_20230220-182941_Twitter_copy_1073x592.jpg (398.69 KiB) געזען 1196 מאל

האמיסיידס ביי סטעיט, ניו יארק קעגן פלארידע מיט אלעס אינמיטן, די סדר איז פער קעפיטע, די ציפערן זענען די רויע ציפערן פון 2020.
אטעטשמענטס
Screenshot_20230220-183347_Wikipedia.jpg
Screenshot_20230220-183347_Wikipedia.jpg (78 KiB) געזען 1196 מאל
ר' משה
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

נ.ב. 2020 איז שוין 3 יאר צוריק

די אזויגערופענע ראללי מיט בערך צווישן 7 או 15 באטייליגטע האט שוין די מידיע דעמאלט'ס פרובירט צו אנשמירן אויף דעסענטיס
אבער לעניית דעתי דארף נישט יעדע אזא צוזאמקום ווערן פארדאמט דורך די גאווערנאר פון די סטעיט
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ר' משה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 7:23 pm
נ.ב. 2020 איז שוין 3 יאר צוריק

די אזויגערופענע ראללי מיט בערך צווישן 7 או 15 באטייליגטע האט שוין די מידיע דעמאלט'ס פרובירט צו אנשמירן אויף דעסענטיס
אבער לעניית דעתי דארף נישט יעדע אזא צוזאמקום ווערן פארדאמט דורך די גאווערנאר פון די סטעיט
2020 איז די לעצטע יאר וואס די טשארט איז שוין עוועליבל.

אין 2021 למס' האט פלארידע געהאט 1462 מארד פעלער https://www.flhealthcharts.gov/ChartsDa ... r&cid=0118 אז דו האסט ניו יארק ציפערן אין יענע געגענט, אויך לויט פאפולאציע, ביזטו מכובד צו ברענגען.

איין אנטיסעמיטישע ראלי איז דעבאטירבאר אויב מען דארף מוחה זיין, א גאנצע סעריע אינצידענטן, איז נישט.

-------------
נואך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 5:49 pm
איז דא א סטיעט מיט 0 רציחות ?
מען רעדט דא אז זיין סטעיט האט עקטשועלי מער מערדערייען ווי ניו יארק.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

תגובה דורך והיתם נקיים »

צל עובר האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 8:35 pm

אין ניו יארק זענען מארדן אינעווייניג און אינדרויסן פון די סיטי געשטיגן אויף א גאר ענליכע ראטע פון 2019 ביז 2020, איז קען מען אפשר נעמען די 2022 סיטי נומערן וואס זענען שוין אינדרויסן צו מאכן א בערכ'דיגן חשבון פון וויפיל מארדן ס'זענען לכאורה געווען אין די גאנצע סטעיט.

אין די סיטי זענען געווען אין 2022 מיט 6.4% ווייניגער מערדערייען ווי אין 2020, וואס אויב דאס איז אויך געווען די פאל אינדרויסן פון די סיטי רעדט מען לכאורה פון צווישן 750 און 800 מערדערייען דורכאויס די סטעיט.
-

פארגלייכן צוויי סטעיטס איז באמת נישט קיין גלייכע זאך, ווייל אין שטעט זענען נאטורליך דא פיל מער פארברעכנס, סאו סטעיטס מיט גרעסערע פראצענטן פון זייערע באפעלקערונגען אין גרויסע שטעט קענען נאטורליך האבן ערגערע ראטעס סטעיטווייד.

איך קען קוים ווארטן אז איינער זאל אנמערקן אז ערגערע ראטעס אין גרויסע שטעט קומען פון דעם וואס זיי זענען געראנט ביי דעמאקראטן, אזוי אז איך זאל קענען ארויספוינטן די הימל שרייענדער חילוק צווישן די גרעסטע רויטע שטאט אין אמעיקע -- וואס געפונט זיך אין פלארידע -- קעגן די גרעסטע בלויע שטאט און אמעריקע -- ניו יארק סיטי.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ר' משה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 7:23 pm
נ.ב. 2020 איז שוין 3 יאר צוריק

די אזויגערופענע ראללי מיט בערך צווישן 7 או 15 באטייליגטע האט שוין די מידיע דעמאלט'ס פרובירט צו אנשמירן אויף דעסענטיס
אבער לעניית דעתי דארף נישט יעדע אזא צוזאמקום ווערן פארדאמט דורך די גאווערנאר פון די סטעיט
דארפסט 2022? דא האסטו וואס איז עוועליבל.

די פינעף גרעסטע שטעט אין פלארידע, מיאמי דזשעקסאנוויל ארלאנדא טעמפע סט פיט, ביינעזאם מיט 2.3 מיליאן מענטשן, האבן געהאט 330 מערדערייען, די פינעף באראס, מיט 8.8 מיליאן מענטשן, האבן געהאט 435. די חילוק איז פשוט סטעגערינג, און דעמאקראטן גייען דאס שטארק נוצן אויף אים אויב ער געווינט. מיאמי האט יעצט א רעפאבליקאנעם מעיאר אויך, דזשעקסאנוויל ווערט אויך געפירט דורך די רעפאבליקאנער.
Screenshot_20230222-095356_Twitter_copy_676x976.jpg
Screenshot_20230222-095356_Twitter_copy_676x976.jpg (398.27 KiB) געזען 1023 מאל
Screenshot_20230222-095247_Twitter.jpg
Screenshot_20230222-095247_Twitter.jpg (222 KiB) געזען 1023 מאל
-------------

די נאצי ראלי איז געווען פאריגע וואך, צווישן א גאנצע פלייץ אנטיסעמיטיזם, דו רעדסט מסתמא פון די פריערדיגע גרויסע ראליס אין די לעצטערע מאנאטן און יארן, וואס דע סאנטאס האט אויך נישט געהאלטן ביים פארדאמען, אזוי ווי ער פארדאמט פשוט קיינמאל אנטיסעמיטיזם אין פלארידע, וואס ווערט מער און מער. שטייצעך אז ער דארף נישט, הלמאי, ער איז דאך א רעפאבליקאנער, וואגן אבער זאל זיך האוקול נישט צו פארדאמען היזיגע אנטיסעמיטיזם.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

איך עגרי מיט @צל זיין נישט פארדאמען איז א מורה'דיגע שוואכקייט.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

צל עובר האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 9:59 am
ר' משה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 7:23 pm
נ.ב. 2020 איז שוין 3 יאר צוריק

די אזויגערופענע ראללי מיט בערך צווישן 7 או 15 באטייליגטע האט שוין די מידיע דעמאלט'ס פרובירט צו אנשמירן אויף דעסענטיס
אבער לעניית דעתי דארף נישט יעדע אזא צוזאמקום ווערן פארדאמט דורך די גאווערנאר פון די סטעיט
דארפסט 2022? דא האסטו וואס איז עוועליבל.

די פינעף גרעסטע שטעט אין פלארידע, מיאמי דזשעקסאנוויל ארלאנדא טעמפע סט פיט, ביינעזאם מיט 2.3 מיליאן מענטשן, האבן געהאט 330 מערדערייען, די פינעף באראס, מיט 8.8 מיליאן מענטשן, האבן געהאט 435. די חילוק איז פשוט סטעגערינג, און דעמאקראטן גייען דאס שטארק נוצן אויף אים אויב ער געווינט. מיאמי האט יעצט א רעפאבליקאנעם מעיאר אויך, דזשעקסאנוויל ווערט אויך געפירט דורך די רעפאבליקאנער.
די גרעסטע רויטע סיטי אין לאנד -- וואס איז אויך די איינציגסטע רויטע סיטי מיט נאנט צו א מיליאן איינוואוינער אין לאנד -- איז דזשעקסאנוויל, פלארידע.

ווען ניו יארק סיטי זאל ווען ח"ו האבן א מארד ראטע ווי יענע בלוטיגע סיטי, וואלט זיך 2022 געענדיגט מיט איבער פופצן הונדערט טויטע אויף די סיטי'ס גאסן -- נאנט צו עלף הונדערט מער טויטע ווי די 438 וואס איז פאקטיש געשען.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
Avrumy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 12:30 am

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Avrumy »

והיתם נקיים האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 24, 2023 2:38 pm
צל עובר האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 9:59 am
ר' משה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 7:23 pm
נ.ב. 2020 איז שוין 3 יאר צוריק

די אזויגערופענע ראללי מיט בערך צווישן 7 או 15 באטייליגטע האט שוין די מידיע דעמאלט'ס פרובירט צו אנשמירן אויף דעסענטיס
אבער לעניית דעתי דארף נישט יעדע אזא צוזאמקום ווערן פארדאמט דורך די גאווערנאר פון די סטעיט
דארפסט 2022? דא האסטו וואס איז עוועליבל.

די פינעף גרעסטע שטעט אין פלארידע, מיאמי דזשעקסאנוויל ארלאנדא טעמפע סט פיט, ביינעזאם מיט 2.3 מיליאן מענטשן, האבן געהאט 330 מערדערייען, די פינעף באראס, מיט 8.8 מיליאן מענטשן, האבן געהאט 435. די חילוק איז פשוט סטעגערינג, און דעמאקראטן גייען דאס שטארק נוצן אויף אים אויב ער געווינט. מיאמי האט יעצט א רעפאבליקאנעם מעיאר אויך, דזשעקסאנוויל ווערט אויך געפירט דורך די רעפאבליקאנער.
די גרעסטע רויטע סיטי אין לאנד -- וואס איז אויך די איינציגסטע רויטע סיטי מיט נאנט צו א מיליאן איינוואוינער אין לאנד -- איז דזשעקסאנוויל, פלארידע.

ווען ניו יארק סיטי זאל ווען ח"ו האבן א מארד ראטע ווי יענע בלוטיגע סיטי, וואלט זיך 2022 געענדיגט מיט איבער פופצן הונדערט טויטע אויף די סיטי'ס גאסן -- נאנט צו עלף הונדערט מער טויטע ווי די 438 וואס איז פאקטיש געשען.
סא דיסענטיס איז שולדיג דערין ? ער דרייט זיך ארים מיט א גאן דארטן ?
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

ארשטענס, ביטע ברענג מיר דיינע נומערן לאמיר עס פארגלייכן.

דאס איז די צוואנציג סיטיס מיט די העכסטע מערדער ראטעס אין א סדר:
St. Louis, MO (69.4)
Baltimore, MD (51.1)
New Orleans, LA (40.6)
Detroit, MI (39.7)
Cleveland, OH (33.7)
Las Vegas, NV (31.4)
Kansas City, MO (31.2)
Memphis, TN (27.1)
Newark, NJ (25.6)
Chicago, IL (24)
Cincinnati, OH (23.8)
Philadelphia, PA (20.2)
Milwaukee, WI (20.0)
Tulsa, OK (18.6)
Pittsburgh, PA (18.4)
Indianapolis, IN (17.7)
Louisville, KY (17.5)
Oakland, CA (17.1)
Washington D.C. (17.0)
Atlanta, GA (16.7)

רוב פון די געפירט דורך דעמאקראטישע מעיארן.
סתם פאר אינטרעסאנטקייט, איבער זעכציג פראצענט מערדערייען זענען סוסייד וואס אינוואלווד נישט די גאווערנערס פאליסיס. נאך אביסל איז פאליציי שיסערייען און גענג פארבינדעט.

אפגערעדט אויב דו קוקסט אויף די שווארצע באפעלקערונג אין די דערמאנטע סיטיס.

.
לעצט פארראכטן דורך אבזערוואציע אום פרייטאג פעברואר 24, 2023 5:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

אבזערוואציע האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 24, 2023 5:06 pm
זשעקנאסוויל איז דרייסיג פראצענט שווארץ און א ראיה עס האט נישט מיטן יעצטיגן מעיאר.
אונטער די פאריגע מעיאר איז מערדערייען געווען פיל העכער אויסער די לעצטע צוויי יאר.
טראציג
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 11:37 pm

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראציג »

סתם א באקאנטע ליבעראלע טראול, ווען מען רעדט פון לאו און ארדער נעמט מען זיך פארגלייכן די נומערן פון מערדערייען.
האלאו מ'רעדט נישטא בכלל פון דעם, מערדערייען איז א מכה מיט וואס גאנץ אמעריקע פלאגט זיך, אבער וואו הערשט א טאטאלע הפקירות? וואנדאליזם און איינברעכערייען, צו סתם געשלעגן אינמיטן גאס יעדן פארבייגייענדע שעה? אין יעדע ליבעראלע פעסטונג! [יא, אפשר אויך צו פארדאנקען די צווייטע אמענדמענט] אבער בעיקר צוליב די געזעצלאזע פאלעסיס וואס די ליבעראלע קרוק קעפ האבן ארויפגעצוויינגען אויף זייערע אינטערטאנען, משא"כ וואו די רעכטע פירן מיט א שטארקע סיסטעם פון לאו און ארדער הערט מען נישט אין א וואך דאס וואס מ'הערט אין ניו יארק, קאליפארניע, דעטרויט, וכו. אין איין האלבע טאג, יעצט קומער נישט ענטפערן גאנס, ס'איז די רוח פון איש כל הישר בעיניו יעשה, וואס הערשט, און ווי סכנה'סדיג דאס איז דארף מען אפי' נישט מסביר זיין.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אבזערוואציע האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 24, 2023 4:52 pm
ארשטענס, ביטע ברענג מיר דיינע נומערן לאמיר עס פארגלייכן.

דאס איז די צוואנציג סיטיס מיט די העכסטע מערדער ראטעס אין א סדר:
St. Louis, MO (69.4)
Baltimore, MD (51.1)
New Orleans, LA (40.6)
Detroit, MI (39.7)
Cleveland, OH (33.7)
Las Vegas, NV (31.4)
Kansas City, MO (31.2)
Memphis, TN (27.1)
Newark, NJ (25.6)
Chicago, IL (24)
Cincinnati, OH (23.8)
Philadelphia, PA (20.2)
Milwaukee, WI (20.0)
Tulsa, OK (18.6)
Pittsburgh, PA (18.4)
Indianapolis, IN (17.7)
Louisville, KY (17.5)
Oakland, CA (17.1)
Washington D.C. (17.0)
Atlanta, GA (16.7)

רוב פון די געפירט דורך דעמאקראטישע מעיארן.
סתם פאר אינטרעסאנטקייט, איבער זעכציג פראצענט מערדערייען זענען סוסייד וואס אינוואלווד נישט די גאווערנערס פאליסיס. נאך אביסל איז פאליציי שיסערייען און גענג פארבינדעט.

אפגערעדט אויב דו קוקסט אויף די שווארצע באפעלקערונג אין די דערמאנטע סיטיס.
ווייל כמעט אלע גרויסע סיטיס ווערן געפירט דורך דעמאקראטן. (פון די איבער 130 שטעט העכער 200 טויזנט האבן די רעפאבליקאנער ארום 5 שטיק)

חוץ ממש געציילטע וואס ווערן געפירט דורך די רעפאבליקאנער, צום ביישפיל טאקע דזשעקסאנוויל און טולסע.

ממילא, אויב וואלט קריים געהאט שייכות מיט ליבעראלן, וואלטן די רויטע סיטיס געדארפט ארויסשטארן מיט זייערע הערליכע ציפערן... למעשה, זענען זיי אויב עפעס ערגער ווי דעם עוורידזש לינקע סיטי.

נאר וואס דען? סיטיס אין דזשענערעל, האבן מער קריים.

נ. ב. לויט זעלדין, און בכלל אויב קוקט מען אויף געזעצן, (ווי רויט און בלוי איז נוגע) וואס די מאכט אויף געזעצן ליגט ביי די סטעיטס, איז די סטעיטס אויך א שטארקע פאקטאר, נישט נאר די סיטי. (די סיטי פאקטאר איז בעיקר קאמפעטענטע פירערשאפט לעומת קארופציע.)
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

צל עובר האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 1:59 pm
כמעט אלע גרויסע סיטיס ווערן געפירט דורך דעמאקראטן. (פון די איבער 130 שטעט העכער 200 טויזנט האבן די רעפאבליקאנער ארום 5 שטיק)

חוץ ממש געציילטע וואס ווערן געפירט דורך די רעפאבליקאנער, צום ביישפיל טאקע דזשעקסאנוויל און טולסע.
דא איז די פלאץ צו באטאנען, אז אין די צייט וואס דזשעקסאנוויל איז טאקע אפיציעל א סיטי, וואוינט מען דארט אבער מער צושפרייט ווי אין אסאך סובורבען געגנטער.

דזשעקסאנוויל איז פאקטיש די סאמע גרעסטע שטאט אין די פאראייניגטע שטאטן, ווען ס'קומט צו שטח... זי איז באלד דריי מאל אזוי גרויס ווי ניו יארק סיטי, אבער איר באפעלקערונג איז ווייניגער ווי א ניינטל פון ניו יארק סיטי, דאס הייסט אז אין ניו יארק סיטי וואוינט מען באלד 27 מאל מער צושטופט.

אין די ניו יארק סיטי מעטרא ראיאן אינדרויסן פון די סיטי וואוינט מען בערך אזוי צוזאמגעשטופט ווי אין דזשעקסאנוויל, אין גאנץ לאנג איילענד (אינדרויסן פון די סיטי) וואוינט מען נאר אביסל מער אויסגעשפרייט ווי אין דזשעקסאנוויל, אין וועסטשעסטער קאונטי וואוינט מען זעכציג פראצענט מער צושטופט ווי אין דזשעקסאנוויל, און אין ראקלענד קאונטי וואוינט מען פערציג פראצענט מער צושטופט ווי אין דזשעקסאנוויל.

וואו קומט דאס אלעס אריין דא?

דאס איז מסביר פארוואס טאקע דזשעקסאנוויל -- אנדערש ווי געווענליכע סיטיס -- איז ביי די רעפובליקאנער אין טאש, אבער אויך פארוואס זייער פארברעכן ראטע וואלטן געדארפט זיין אסאך בעסער ווי ביי אנדערע סיטיס, און פארוואס מ'וואלט ענדערש געדארפט פארגלייכן זייער פארברעכן ראטע צו אנדערע קאונטיס אין ניו יארק א שטייגער ווי ראקלענד וכדו'.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”