דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קליגער מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 5:01 pm

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך קליגער מענטש »

רייען אין א שווערע קריגן מיט טראמפ
קליג קען יעדער זיין "קליגער" קען נישט יעדער
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך פוילער »

פעיק ניוז האט געשריבן:
אין אנדערע נייעס...

פאול רייען: "אויב היפן מיר איבער טראמפ זעצן מיר פאר צו געווינען עלעקשאנס, אויב קלעבן מיר צו טראמפ זעצן מיר פאר צו פארלירן עלעקשאנס".
פרעג אים ווי די נישטיגע צוויי ביליאן דאלער פאר טראמפס וואנט איז?

איי קענט סטענד דיס גיי.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך מסתמא »

פעיק ניוז האט געשריבן:
אין אנדערע נייעס...

פאול רייען: "אויב היפן מיר איבער טראמפ זעצן מיר פאר צו געווינען עלעקשאנס, אויב קלעבן מיר צו טראמפ זעצן מיר פאר צו פארלירן עלעקשאנס".
מסתמא: אויב שטעלן מיר אריין רייען סטייל קאנדידאטן געווינען מיר די עלעקשאנס אבער מיר וועלן דערלייגן אין פאליסי. גארנישט רעפאבליקען וועט נישט קענען אדורכגעפירט ווערן און די דעמאקראטן וועלן האקן א לעבן מיט זייער כלומרשטע מינאריטעט.

אן אידיאט פון אידיאטן לאנד דער רייען, ער הייבט נישט אן צו באגרייפן ווי טיעף ריינאו’איזם האט באגראבן די רעפאבליקאנער, אסאאאאאאאאך מער ווי טראמפ.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך פעיק ניוז »

וויליאם בארר טענה'ט אז טראמפ האט שוין געהאט זיין שאנס, און ער זאל ביטע זיך ריקן אין א זייט, זינט ער האט נישט די קוואליטיס צו פאראייניגן די פארטיי.

אזוי אויך שפעקולירט ער אז די יוסטיץ דעפ. האט גענוג באווייזן אנצוקלאגן טראמפ און אז די ווארשיינליכקייטן זענען זייער הויך אז דאס איז וואס זיי וועלן טון.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך רעגנדיג »

אין די זעלבע צייט וואס מייק פענס רייסט אראפ די יאנואר 6 און די מאר-א-לאגא דאקומענטן אויספארשונגען אלס פאליטיש מאטיווירט.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך קענטאקי »

פעיק ניוז האט געשריבן:
אין אנדערע נייעס...

פאול רייען: "אויב היפן מיר איבער טראמפ זעצן מיר פאר צו געווינען עלעקשאנס, אויב קלעבן מיר צו טראמפ זעצן מיר פאר צו פארלירן עלעקשאנס".
ווער, דער רייען וואס האט פארלוירן די 2012 וואלן פאר די רעפובליקאנער? דער וועלכער האט אנגעזעצט די 2018 מידטורמס אלס ספיקער?
און איך וויל שוין נישט רעדן פון פאליסי ווי ערווענט דורך אנדערע.

און ער רעדט פון געווינען. פארמאגט נישט די מינימאלע מענטשליכע בושה.
ר' משה
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך ר' משה »

אנאליז איבער די 2024 פרעזידענט פארמעסט

די געוועזענער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט געמאלדן פארגאנגענע וואך אז ער וועט לויפן פאר פרעזידענט און 2024, די נייעס איז געווארן אויפגענומען מיט גרויס פרייד ביי מיליאנען פון זיינע געשוואירענע שטיצער און מיט גרויס אויפברויז ביי די אנטי טראמפ באוועגונג און די רעפובליקאנע פארטיי, אזעלכע סארט מענטשן פון די רעפובליקאנע פארטיי וואס האבן בעצם גאר שטארק הנאה געהאט פון די טראמפ פרעזידענטשאפט און האלטן אז ער איז געווען גאר א גוטע פרעזידענט אבער זענען שוין מיד פון די כאאס וואס נעמט ארום טראמפ (מערסטן'ס פון די האלטן אז טראמפ איז כמעט אדער גענצליך אומשילדיג ) קענען באשטיין אז א צוויטער שטארק קאנסערוואטיווער און שטארקע כאראקטער מאן א שטייגער ווי די פאפולערע גאווערנאר פון פלארידע ראן דיסענטיס זאל איבער נעמען די וואגן אזעלכע סארט מענטשן האבן אויפגענומען די נייעס מיט נישט קיין איבריגע שמחה.

יעצט די עיקר סיבה פארוואס א גרויס חלק פון די רעפובליקאנער פארטיי וואס האבן נישט בעצם גארנישט קעגן טראמפ ווילן נישט אז ער זאל לויפן איז בעיקר ווייל זיי האלטן אז טראמפ קען נישט געוואונען, סיי צוליב וואס ער רייצט גאר שטארק אן די דעמאקראטן, און סיי אז א געוויסע פראצענט רעפובליקאנער וועלן בשום אופן נישט שטימען פאר איהם, מילא טראמפ איז זייער גוט און א גרויס חלק פון די וואלטן ווען שטארק געוואלט טראמפ אבער די מציאות איז טראמפ קען נישט געוואונען איז צייט זיך צו רוקן ווייטער און מאכן פלאץ פאר א צווייטן.

יעצט הגם מ'שטייט נאך 2 יאר בעפאר די וואלן און מען קען באמת גארנישט וויסן אבער לאמיר כאפן א בליק לויט די יעצטיגע מצב צו ס'איז טאקע אמת אז טראמפ קען נישט מער געוואונען קיין וואלן.

כדי צו געוואונען וואלן און אמעריקא דארף מען נישט האבן קיין רוב פון אלע שטימען נאר מען דארף האבן א רוב פון די עלעקטארל קאלעדזש וואס דאס איז 270 עלעקטאראלע שטימען, איז לאמיר זעהן וואס טראמפ'ס שאנסן זענען דאס צו גרייכן.

לאמיר דורכגיין אלע סטעיט'ס און זעהן וואס די מצב איז, צום ערשט וועלן מיר אויסרעכענען אלע סטעיט'ס וואס זענען ע"פ דרך הטבע פארזיכערט פאר טראמפ און יעדן פאל, וואס אלע פון די פאלגענדע סטעיט'ס האט טראמפ געוואונען און 2020 מיט דאבעל דיזשעט'ס

טענעסי (11) אינדיענע (11) מיזשורי (10) אלעבאמא (9) סאוט קאריליינע (9) קענטאקי (8) לאזיענע (8)
אקלעהאמא (7) יאטע (6) מיסיסיפי (6) קענזעס (6) ארקענסאוי (6) וועסט ווערדזשיניע (4)
נעברעסקא (4) מאנטאנא (4) איידעהאוי (4) נארט דעקאטע (3) סאוט דעקאטע (3) וויאמינג (3)

האלט מען שוין ביי 122 פארזיכערטע עלעקטארל וואיט'ס יעצט איז דא נאך 3 סטעיט'ס וואס האבן זיך גערוקט גאר שטארק צו רעכט'ס וואס הגם טראמפ האט זיי נישט געוואונען מיט דאבל דיזשעט נאמבערס און 2020 וועט ער זיי יא גאנץ ווארשיינליך און 2024 געוואונען מיט דאבל דיזשעט נאמבערס אבער אפילו אויב נישט, פארלירן וועט ער זיי נישט ע"פ דרך הטבע זיי זענען ווי פאלגענד

פלארידע (30) אהייאוי (17) אייעווע (6)

האלט מען שוין ביי 175 כמעט פארזיכערטע עלעקטארל'ס, יעצט קומט די סטעיט טעקסעס וואס הגם עס רוקט זיך ציביסלעך מער און מער לינקס איז זייער שווער צו זאגן אז ביידן זאל דאס קענען געוואונען און 2024 , און 2020 האבן די דעמאקראטן אריינגעלייגט אומגעהויערע כוחות צו באווייזן צו פליפן די סטעיט אויף בלוי בעת וואס טראמפ האט בכלל נישט קאמפיינט און די סטעיט בי די סאמע לעצטע וואך ווען סיגנאלן האבן געוויזן אז דא קען מעגליך געשעהן אן ערד ציטערניש און די רעזולטאטן זענען געוועהן אז טראמפ האט געוואונען די סטעיט מיט 5.6% , ביי די נארוואס פארלאפענע וואלן האט די רעפובליקאנע גאווערנאר גרעג אבאטט געוואונען די סטעיט מיט 11% קעגן א היפש פאפולערע דעמאקראטישע קאנדידאט ממילא איז העכסט ווארשיינליך און כמעט זיכער אז די סטעיט וועט בלייבן רויט אפילו מיט טראמפ אל'ס קאנדידאט

טעקסעס (40)

האלט מען שוין ביי 215 כמעט פארזיכערטע עלאקטארל וואיט'ס, די נעקסטע סטעיט איז אלאסקע וואס הגם טראמפ האט עס געוואונען און 2020 מיט 10% רוקט זיך עס אוועק מער צו די דעמאקראטישע זייט אבער ווייט נישט גענוג צו קענען געוואונען די סטעיט, דעס אז די דעמאקראטן האבן באוויזן צו איבערנעמען די קאנגרעס זיץ האט צו טוהן מיט אינערליכע פאליטיק , אבער הגם די געווין'ס און 2024 פאר טראמפ און די סטעיט וועט זיין לכאורה און די סינגל נומערן איז אבער פארט ערווארטעט ער זאל עס געוואונען

אלאסקע (3)

האלט מען שוין ביי 218 כמעט פארזיכערטע וואיט'ס, יעצט נעברעסקא דיסטריקט 2 וועט לכאורה גיין פאר טראמפ ,נאך די רידיסריקטינג איז די דיסטריקט מער פעיווארד פאר טראמפ צו געוואונען האלט מען שוין ביי 219.

יעצט ביז דא זענען די סטעיט'ס וואס טראמפ האט א קלארע עדווענטידזש צו געוואונען, מען דארף אינאכט נעמען אז די רעפובליקאנע פארטיי הייבט אן און 2024 מיט א עדווענטידזש וואס זיי האבן שוין נישט געהאט פאר צענדליגע יארן , 219 עלעקטארל'ס איז א נומבער וואס סיי דזשאן מקעין און 2008 און סיי מיטט ראמני און 2012 זענען נישט אנגעקומען דאס הייסט אז פארן קאמפיינען האלט מען שוין שטערקער ווי די 2 פריערדיגע פרעזעדענטליכע קאנדידאטן זענען צום סוף אנגעקומען.

אפילו טראמפ און 2016 און אויך און 2020 האט נישט געהאט די עדווענטידזש , און 2016 זענען די פארזיכערטע סטעיט'ס (כ'מיין צו זאגן וואס מען האט באטראכט אל'ס פארזיכערט פאר די וואלן) געוועהן ווי פאלגענד, אלע אויבנדערמאנטע אחוץ פלארידע ,אהייאוי ,און אייעווע, און אנשטאט דעם איז דזשארדזשע און אריזאנע באטראכט געווארן אל'ס סעיף און מיט די דעמאלט'סדיגע עלעקטארל חשבון (צוליב וואס יעצט איז דא נייע חשבון נאך די 2020 צענזוס) האט טראמפ אנגעהויבן מיט בלויז 190 פארזיכערטע עלעקטארל'ס.

און אפילו און 2020 ווען אהייאוי מיט אייעווע זענען שוין געווען מער ווייניגער פארזיכערט אבער דזשארדזשע מיט אריזאנע זענען שוין נישט געווען פארזיכערט און פלארידע איז נאך אויך בכלל נישט געווען באטראכט אל'ס פארזיכערט איז טראמפ'ס עדווענטידזש און די עלעקטארל קאלעדזש געווען ביי בלויז 187 עלעקטארל וואיט'ס.

סך הכל וואס מען זעט דא קלאר איז אז טראמפ הייבט אן מיט א עדווענטידזש וואס די רעפובליקאנער פארטיי האט שוין נישט געהאט פאר לאנגע יארן , יעצט דארף מען זעהן טראמפ'ס וועג פון דא און ווייטער וויאזוי ער קען גרייכן נאך 51 עלעקטארל וואיט'ס אנצוקומען צו 270.

פון דא און וויטער איז דא 3 סטעיט'ס וואס קיין איין פארטיי האט נישט קיין קלארע אויבערהאנט צו געוואנען אבער א שטיקל עדווענטידזש איז יא דא פער פארטיי, איז לאמיר זיי דורכגיין איינ'ס ביי איינ'ס,די סטעיט'ס זענען ווי פאלגענד.

פענסילוועניע(19),נארט קאריליינע(16),מישיגן(15),

פענסילוועניע איז א סטעיט וואס ווערט געזעהן אל'ס מער א דעמאקראטישע סטעיט אבער טראמפ האט עס סורפרייזינגלי געוואונען און 2016 מיט 0.7% און 2020 האט עס ביידן געוואונען מיט 1.2% ,ביי די נארוואס פארלאפענע וואלן האט די דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט אפגעהאלטן א שטארקע זיג געוואונענדיג מיט א 4.5% און און די גאווערנאר פארמעסט האט די דעמאקראט באזיגט א שטארק געשטיצטע טראמפ קאנדידאט מיט א לענדסלייד זיג פון כמעט 15%, מילא איז אנצונעמען אז און 2024 וועט עס ביידן לכאורה געוואונען און מן הסתם אפילו שטערקער ווי און 2020 ,הגם טראמפ האט א שאנ'ס און 2024 צו געוואונען פענסילוועניא איז אבער קלאר אז אן אריינגיין און פרטים ביידן האט סאך א שטערקערע שאן'ס אויבן אויף צו געוואונען די סטעיט.

מישיגן איז אויך א סטעיט וואס ווערט באטראכט אל'ס מער א דעמאקראטישע סטעיט וואס הגם טראמפ האט עס סורפרייזינגלי געוואונען און 2016 מיט א שמאלע 0.2% איז עס נאר געקומען וויבאלד די קלינטאן קאמפיין האט בכלל נישט קאמפיינט און די סטעיט מיינענדיג אז די סטעיט איז פארזיכערט ,און טאקע און 2020 ווען ביידע זייטן האבן גאר שטארק קאמפיינט און די סטעיט האט ביידן געוואונען מיט 2.8% ,און אזוי אויך ביי די נארוואס פארלאפענע וואלן האט די אמטירענדע פאפולערע דעמאקראטישע גאווערנאר גאר שטארק באזיגט א טראמפ געשטיצטע קאנדידאט מיט איבער 10%, און מיט די גאר לויזע וואלן געזעצן איז ברייט אנגענומען אז עס וועט זיין גאר שווער פאר טראמפ צו קענען געוואונען די סטעיט וועלן מיר עס לאזן ביידן געוואונען און פרובירן ערגעץ אנדערש.

צווישן אלע פארבליבענע סטעיט'ס איז די סטעיט וואס שמייכלט די מערסטע צו טראמפ איז אן קיין ספק נארט קאריליינע, נארט קאריליינע איז א סטעיט וואס ווערט באטראכט אל'ס מער גענויגט צו די רעפובליקאנע זייט טראמפ האט עס געוואונען און 2016 מיט בערך 3.6% און און 2020 האט ער עס געוואונען מיט 1.4% הגם און 2020 האט ער עס געוואונען סאך שמעלער ווי 2016 איז נישט דא קיין עכטע אנדייטונג אז די סטעיט רוקט זיך לינקס , ביי די נארוואס פארלאפענע וואלן האט א טראמפ געשטיצטע קאנדידאט געוואונען די סענאט פארמעסט קעגן א היפש פאפולערע דעמאקראט מיט 3.5% , איז מיט אן אויבן אויפדיגע שאצונג איז קלאר אז טראמפ האט א גרעסערע שאנס צו געוואונען די סטעיט ווי ביידן,איז מיטן געבן די סטעיט וואס פארמאגט 16 עלעקטאראלע שטימען פאר טראמפ איז טראמפ שוין פעיווארד פאר 235 עלעקטארל וואיט'ס.

יעצט איז דא פיר פארבליבענע סטעיט'ס וואס טראמפ האט לכה"פ א 50% שאנס צו געוואונען די סטעיט'ס זענען ווי פאלגענד

דזשארדזשע (16), אריזאנע (11), וויסקאנסין (10), נעוואדע (6),

יעצט לאמיר זיך נעמען צו דזשארדזשע וואס איז לכאורה די גרינגסטע פאר טראמפ צו געוואונען צווישן דעי 4 ,און לאמיר מסביר זיין פארוואס עס איז לכאורה די גרינגסטע , דזשארדזשע איז א סטעיט וואס איז ביז 2 יאר צוריק באטראכט געווארן ווי א סעיף רעפובליקאנע סטעיט , און 2020 האבן די דעמאקראטן אריינגעלייגט אומגעהויערע כוחות צו פליפן די סטעיט בעת וואס די טראמפ קאמפיין האט ביז די סאמע לעצטע וואך פון די קאמפיין כמעט נישט קאמפיינט און די סטעיט מיינענדיג אז די סטעיט איז פארזיכערט ( בערך אזוי ווי מישיגן און 2016 נאר פארקערט ) די סך הכל איז געווען אז ביידן האט ארויסגעקוועטשט א זיג פון 0.2% דעס האט נאכגעפאלגט מיט א דעמאקראטישע געווין'ס ביי די 2 סענאט זיצן און די ראנאף וואלן וואס דאס איז געקומען דערנאך וואס טראמפ האט סאבאטאדזשירט די פארמעסטן מיטן זאגן אז די וואלן און דזשארדזשע ווערן געפעלטשט און דאס האט אפגעקילט פילע פון זיינע שטיצער פון גיין שטימען,

יעצט נאך א שטארקע נקודה בנוגע דזשארדזשע איך גיי נישט אריינגיין און די דעבאטע צו מען האט יא געפעלטשט שטימען צו נישט איז אבער קלאר אז די מעיל און סיסטעם און די לויזע וואלן געזעצן זענען א פאקטאר וואס העלפט דעמאקראטן ,דזשארדזשע האט לעצטען'ס דורכגעפירט איינ'ס פון די שטרענגסטע וואלן געזעצן אינעם לאנד ווי למשל פארלאנגן איי די קארד'ס, באגרעניצן די באנוץ פון מעיל און בעלאט'ס און אזוי ווייטער וואס דאס וועט לכאורה שטארק ארויסהעלפן טראמפ,

וואס איך פרוביר ארויסצוברענגען איז אז יעצט ווען טראמפ ווייסט אז דזשארדזשע איז א סטעיט וואס ער דארף אריינלייגן אסאך כוחות וועט ער זיכער שטארק קאמפיינען און די סטעיט, און דאס איז קלאר אז דזשארדזשע פארמאגט מער רעפובליקאנער ווי דעמאקראטן, עס האט נאר א שטיקל פראבלעם אז די סטעיט פארמאגט אסאך אנטי טראמפ רעפובליקאנער וואס פארדעם וועט טראמפ מוזן שלום מאכן מיט די ארטיגע פאפולערע גאווערנאר ברייען קעמפ וואס איז אגב א טראמפ סטייל גאווערנאר מיט די געדאנק אז ער פייט גאר שטארק קעגן די דעמאקראטן, טראמפ איז גראדע פונקט אנגעווייטאגט אויף איהם ווייל לויט איהם האט ער נישט גוט באהאנדלט די 2020 עלעקשאן'ס און זיין סטעיט, אבער ער איז ווייט פון א מיטט ראמני סטייל רעפובליקען אדער דאג דוסי, סאוי ס'איז בכלל נישט רחוק מן המציאות אז טראמפ זאל שלום מאכן מיט איהם , און אגב ער פערזענליך האט קיינמאל נישט געלאזט פאלן קיין שום סטעיטמענט קעגן טראמפ.

ביי די נארוואס פארלאפענע וואלן האט די רעפובליקאנע גאווערנאר באזיגט די גאר פאפולערע דעמאקראטישע סטאר קאנדידאט סטעיסי עיברעם'ס מיט א באקוועמע 7.6% ,און אפילו און די סענאט פארמעסט האט די פאפולערע דעמאקראטישע סענעטער אנגעצויגן ווייניגער ווי 1% מער ווי די סקאנדעליעזע רעפובליקאנע קאנדידאט וואס דאס מיינט אויף 100% אז יעדע רעפובליקאנע נארמאלע קאנדידאט אפילו א טראמפ קאנדידאט וואלט זיכער באזיגט דעם דעמאקראט, וואס מען זעהט פון די אלע זאכן וואס איך ברענג ארויס איז אז מיט א גוט ארגאנאזירטע קאמפיין און די סטעיט מיטן צוזאמענארבעט פון די ארטיגע פאפולערע גאווערנאר האט טראמפ זייער א שטארקע שאנ'ס צו געוואונען די סטעיט, איז מיט דזשארדזשע פאר טראמפ שטייט ער שוין ביי 251 עלעקטארל וואיט'ס

יעצט די נעקסטע סטעיט און די רייע וואס טראמפ האט אויך גאר גוטע שאנסן צו געוואונען איז נעוואדע , נעוואדע איז א סטעיט וואס פלעגט יארן לאנג באטראכט ווערן ווי א רעפובליקאנע סטעיט ביז אבאמא האט עס געוואונען און 2008 און זייט דעמאלט'ס איז די סטעיט אייביג געפאלן פאר די דעמאקראטן און 2016 האט קלינטאן געוואונען די סטעיט מיט 2.4% און 2020 האט ביידן געוואונען די סטעיט מיט די זעלבע צאל 2.4% אבער ביי די נארוואס פארלאפענע וואלן האט די רעפובליקאנע גאווערנאר קאנדידאט געוויזן צו באזיגן די אינקאמבענט דעמאקראטישע גאווערנאר מיט 1.3% און אפילו ביי די סענאט פארמעסט האט די דעמאקראט געוואונען ביי קוים 1% איבער די טראמפ געשטיצטע קאנדידאט, וואס די גאנצע געווין'ס פון די דעמאקראטישע סענעטער קומט לכאורה ווייל זו איז א היספאנישע קאנדידאט און נעוואדע האט גאר א גרויסע פראצענט היספאנישע וויילער , טראמפ גראדע ציט אן גאר שטארק ביי היספאנישע וויילער און נעמענדיג און באטראכט אז נעוואדע רוקט זיך לעצטען'ס אויף א שטאטע פארנעם מער צו די רעפובליקאנער, און אזוי אויך וועט די נייע גאווערנאר לכאורה איינפירן פרישע שטרענגע וואל געזעצן אזוי ווי ער האט צוגעזאגט צו טוהן וואס דאס וועט אויך ארויסהעלפן טראמפ איז דא א גוטע שאנ'ס אז טראמפ וועט געוואונען די סטעיט און מיט דעם וועט שוין טראמפ האבן 257 עלעקטארל שטימען.

יעצט די נעקסטע סטעיט און די רייע איז אריזאנע, אריזאנע איז א סטעיט וואס אזוי ווי דזשארדזשע איז אויך ביז נישט צו לאנג צוריק געזעהן געווארן אלס א רעפובליקאנע סטעיט אבער די לעצטערע פאר יאר האט זיך די סטעיט היפש גערוקט לטובת די דעמאקראטן הגם אויף די מינוט איז די סטעיט נאך מער רעפובליקאניש גענויגט האט אבער טראמפ א שווערערע פעלד און די סטעיט ווי דזשארדזשע און אפילו נעוואדע וויבאלד די סטעיט פארמאגט אסאך מקעין רעפובליקען'ס וואס זענען אנגעווייטאגט אויף טראמפ ,

און 2016 האט טראמפ געוואונען די סטעיט מיט 3.5% און און 2020 האט ביידן שמאל געוואונען די סטעיט מיט 0.3% נאכן גאר שטארק קאמפיינען דארט בעת וואס טראמפ האט נישט צו שטארק קאמפיינט דארט הגם ער האט מער קאמפיינט און אריזאנע ווי און דזשארדזשע אבער נישט מיט אזא אייפער ווי ער האט קאמפיינט און פענסילוועניע,מישיגן, און וויסקאנסין מיינענדיג אויך אז אריזאנע איז מער ווייניגער פארזיכערט,

ביי די נארוואס פארלאפענע וואלן האט קעררי לעיק א גאר פאפולערע קאנדידאט און אויפגייענדע שטערן פארלוירן צו א שוואכע אומפאפולערע דעמאקראט מיט 0.6% דאס קומט און א צייט וואס די אנטי טראמפ רעפובליקען'ס פון איבער די לאנד אריינגערעכענט די אמטירנדע גאווערנאר פון אריזאנע האבן גאר שטארק קאמפיינט קעגן קעררי לעיק, יעצט ס'איז אויך געווען היפשע עכטע פראבלעמן מיט די וואלן דייקא און רעפובליקאנע געגענטער וואס האבן זייער מעגליך געפירט צו דעי אויסגאנג, איז אבער זיכער אזוי צו אזוי די אויסגאנג איז געווען זייער שמאל עטוואס מער ווי א האלבע פראצענט יעצט מיט א גאר גוטע און ארגאנאזירטע געט אוט דע וואוט קאמפיין און די סטעיט בפרט אויב זאל טראמפ טאקע אויסוועלן קעררי לעיק אל'ס זיין וויצע פרעזידענט קאנדידאט (אזוי ווי ס'איז דא עהרענסטע שפעקולאציעס) האט ער א שטארקע שאנ'ס צו געווינען די סטעיט

יעצט אויב זאל טראמפ טאקע געווינען אויך אריזאנע מיט אירע 11 עלעקטאראלע שטימען שטייט ער שוין ביי 268 עלעקטארל'ס יעצט אויב געווינט ער נאך די צווייטע דיסטריקט און מעין וואס ער האט געוואונען סיי און 2016 און סיי און 2020 שטייט ער שוין ביי 269 וואס און אזא פאל דארף דער קאנגרעס באשליסן ווער עס זאל זיין די קומענדיגע פרעזידענט.

אבער צו קענען געהעריג געוואונען דארף ער גרייכן צו 270

איז די לעצט פארבליבענע סטעיט וואס ער האט א שטארקע שאנ'ס צו געוואונען איז וויסקאנסין,וויסקאנסין איז א עכטע סווינג סטעיט וואס קען גיין ביידע וועגן און 2016 האט טראמפ געוואונען די סטעיט מיט 0.8% און אין 2020 האט ביידן געוואונען די סטעיט מיט 0.7% ,ביי די נארוואס פארלאפענע וואלן איז די סטעיט געגאנגן אויף ביידע ריכטונגן ווען די סענאט איז געגאנגן צו די רעפובליקאנער און די גאווערנאר צו די דעמאקראטן מילא די סטעיט איז א עכטע 50-50 און אויב זאל טראמפ געוואונען וויסקאנסין מיט אירע 10 עלעקטארל וואיט'ס וועט ער גרייכן צו 271 אפילו טאמער זאל ער פארלירן נעוואדע מיט מעין דיסטריקט2 און אויב זאל ער יא געוואונען נעוואדע מיט מעין דיסטריקט 2 וועט ער גרייכן 279 עלעקטארל וואיט'ס און דינען א צוויטן טערמין און די ווייסע הויז.

און קורצן, אז מען נעמט און באטראכט אז טראמפ הייבט אן מיט א פארזיכערטע 219 עלעקטארל וואיט'ס דארף קאנצעטרירן זיין קאמפיין סך הכל און 4-5 סטעיט'ס אנדערשט ווי און 2016 אדער 2020 ווי ער האט געדארפט זיין קאנצעטרירט און 8-9 סטעיט'ס .

זיין קאמפיין דארף פשוט ווייזן אז זו לעבט און אזעלכע סטעיט'ס ווי טעקסעס ,פלארידע, אהייאוי, אלאסקע, אז עס זאל פשוט נישט ארויספאלן פון אונטער די פיס,דערנאך דארף ער געהעריג קאמפיינען און נארט קאריליינע ,און אויפקומען מיט א סטראטעגיע און דזשארדזשע ,און גאר שטארק קאמפיינען און זיין בעיקר קאנצעטרירט און אריזאנע און און וויסקאנסין און אויב וויל ער אויך און נעוואדע.

דעי אנאליז איז מיט די הנחה אז טראמפ וועט לויפן קעגן ביידן
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך גיי פארשטיי »

הערליך! איין טעות נאר, נעבראסקע-2 האט זיך נישט געריקט רויטער מיט רידיסטריקטינג.

-------

כפי ידיעתי, האט גאווערנאר דוסי (ר) פון אריזאנא זיך צוגעשטעלט צום לעיק קאמפיין.
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
ר' משה
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך ר' משה »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
הערליך! איין טעות נאר, נעבראסקע-2 האט זיך נישט געריקט רויטער מיט רידיסטריקטינג.
איך מיין אז יא
-------

כפי ידיעתי, האט גאווערנאר דוסי (ר) פון אריזאנא זיך צוגעשטעלט צום לעיק קאמפיין.
גערעכט אז ער האט נישט אקטיוו קאמפיינט קעגן איר אבער ער האט איר נישט אינדארסירט און ווען א אמטירנדע גאווערנאר פון די אייגענע פארטיי אינדארסירט נישט דער וואס לויפט צו ערפילן זיין אייגענע זיץ הייסט טו סאם עקסטענס א פראטעסט

ר' משה האט געשריבן:

ער האט איר יא אינדארסירט.
https://ktar.com/story/5185162/gov-doug ... kari-lake/

גערעכט טעות, כ'האב געמיינט אז נישט ווייל אהרן חיים פר"מ זאגט און זיין אנאליז אז נישט
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך רעגנדיג »

קריסטאל קלאר @ר' משה!

ש'כח.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
יין רב
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 9:19 pm

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך יין רב »

קריסטי פלאנט צי לויפן אדער האט ער סתם אראפגעריסן טראמפ?
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך יער »

פעיק ניוז האט געשריבן:
אין אנדערע נייעס...

פאול רייען: "אויב היפן מיר איבער טראמפ זעצן מיר פאר צו געווינען עלעקשאנס, אויב קלעבן מיר צו טראמפ זעצן מיר פאר צו פארלירן עלעקשאנס".
ער לעבט נאך?
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
תרי בדחנא
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 9:32 pm

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך תרי בדחנא »

שכוח ר משה
פארוואס ביזטו מטיל ספקות אין טעקסעס סאיז לכאורה די זעלבע גרינג פאר טראמפ צו געווינען ניו יארק ווי ביידען טעקסעס
New Jersey טאמער זאל טראמפ שטארק קאמפיינען נעמענדיג אין באטראכט אז ביידען גייט נישט דארט שטארק קאמפיינען קען טראמפ ארויסקוועטשן מיט כוחות א זיג
אוועטאר
אלישמע
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 12:44 pm

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך אלישמע »

קענטאקי האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
אין אנדערע נייעס...

פאול רייען: "אויב היפן מיר איבער טראמפ זעצן מיר פאר צו געווינען עלעקשאנס, אויב קלעבן מיר צו טראמפ זעצן מיר פאר צו פארלירן עלעקשאנס".
ווער, דער רייען וואס האט פארלוירן די 2012 וואלן פאר די רעפובליקאנער? דער וועלכער האט אנגעזעצט די 2018 מידטורמס אלס ספיקער?
און איך וויל שוין נישט רעדן פון פאליסי ווי ערווענט דורך אנדערע.

און ער רעדט פון געווינען. פארמאגט נישט די מינימאלע מענטשליכע בושה.
@קענטאקי איך צוגיי פאר דיין שפראך און סארקאזעם
איי לאוו יאר פען!!
קליינטשיגע שורות וואס זאגן אסאך מער פון לאנגע פלפולים!!
קיפ איט אפ
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך וואס טוט זיך »

זייער שיין ר' משה.
לאמיר אבער נישט פארגעבן אז מיט אן אנדערע רעפובליקאנער אויפן בעלאט וואלט דיין אנאליז געקענט זיין מער גונסטיג לטובתו.
תרי בדחנא האט געשריבן:
שכוח ר משה
פארוואס ביזטו מטיל ספקות אין טעקסעס סאיז לכאורה די זעלבע גרינג פאר טראמפ צו געווינען ניו יארק ווי ביידען טעקסעס
New Jersey טאמער זאל טראמפ שטארק קאמפיינען נעמענדיג אין באטראכט אז ביידען גייט נישט דארט שטארק קאמפיינען קען טראמפ ארויסקוועטשן מיט כוחות א זיג
יאפ, טעקסעס די זעלבע גרינג ווי NY.
אחוץ די מינדערוויכטיגע פאקט אז ביידען האט געוואונען נוי יארק מיט 23% און טראמפ האט געוואונען טעקסעס מיט 6% איס עס די זעלבע גרינג.

און טאקע, NJ קען טראמפ געוואונען, ווער געדענקט נאך ווי טראמפ האט "געקענט געוואונען" NY איחן 2020. זיסע חלומות.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך יונער »

ר' משה שכח פאר די שיינע אנאליז
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך יונער »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
זייער שיין ר' משה.
לאמיר אבער נישט פארגעבן אז מיט אן אנדערע רעפובליקאנער אויפן בעלאט וואלט דיין אנאליז געקענט זיין מער גונסטיג לטובתו.
תרי בדחנא האט געשריבן:
שכוח ר משה
פארוואס ביזטו מטיל ספקות אין טעקסעס סאיז לכאורה די זעלבע גרינג פאר טראמפ צו געווינען ניו יארק ווי ביידען טעקסעס
New Jersey טאמער זאל טראמפ שטארק קאמפיינען נעמענדיג אין באטראכט אז ביידען גייט נישט דארט שטארק קאמפיינען קען טראמפ ארויסקוועטשן מיט כוחות א זיג
יאפ, טעקסעס די זעלבע גרינג ווי NY.
אחוץ די מינדערוויכטיגע פאקט אז ביידען האט געוואונען נוי יארק מיט 23% און טראמפ האט געוואונען טעקסעס מיט 6% איס עס די זעלבע גרינג.

און טאקע, NJ קען טראמפ געוואונען, ווער געדענקט נאך ווי טראמפ האט "געקענט געוואונען" NY איחן 2020. זיסע חלומות.
ניו דזשערסי האט זיך געריקט היפש אויף רעכטס אין די פארלאפענע וואלן.

געדענקסט נאך דעם אומבאקאנטן טראק דרייווער וואס האט דארטן ארויסגעקוועטשט א זיג אקעגן די ספיקער פון די ארטיגע סטעיט סענאט?

--
דיסקלעימער: כ'האלט נישט אז טראמפ גייט געווינען ניו דזשערסי..
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך ערד עפל »

ביטע נישט ברענגן דא קיין לאנגע אנאליזן. עס שטייט אויפן טיר "קאמפיין הויפטקווארטיר".
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך פעיק ניוז »

ר' משה, א הערליכער אנאליז, באמת!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך World Champion »

פעיק ניוז האט געשריבן:
ר' משה, א הערליכער אנאליז, באמת!
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
פויזע
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 1:17 pm

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך פויזע »

יונער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
זייער שיין ר' משה.
לאמיר אבער נישט פארגעבן אז מיט אן אנדערע רעפובליקאנער אויפן בעלאט וואלט דיין אנאליז געקענט זיין מער גונסטיג לטובתו.
תרי בדחנא האט געשריבן:
שכוח ר משה
פארוואס ביזטו מטיל ספקות אין טעקסעס סאיז לכאורה די זעלבע גרינג פאר טראמפ צו געווינען ניו יארק ווי ביידען טעקסעס
New Jersey טאמער זאל טראמפ שטארק קאמפיינען נעמענדיג אין באטראכט אז ביידען גייט נישט דארט שטארק קאמפיינען קען טראמפ ארויסקוועטשן מיט כוחות א זיג
יאפ, טעקסעס די זעלבע גרינג ווי NY.
אחוץ די מינדערוויכטיגע פאקט אז ביידען האט געוואונען נוי יארק מיט 23% און טראמפ האט געוואונען טעקסעס מיט 6% איס עס די זעלבע גרינג.

און טאקע, NJ קען טראמפ געוואונען, ווער געדענקט נאך ווי טראמפ האט "געקענט געוואונען" NY איחן 2020. זיסע חלומות.
ניו דזשערסי האט זיך געריקט היפש אויף רעכטס אין די פארלאפענע וואלן.

געדענקסט נאך דעם אומבאקאנטן טראק דרייווער וואס האט דארטן ארויסגעקוועטשט א זיג אקעגן די ספיקער פון די ארטיגע סטעיט סענאט?

--
דיסקלעימער: כ'האלט נישט אז טראמפ גייט געווינען ניו דזשערסי..
וועגן ניו דזערסי זע איך נישט וואס דו זאגסט, ווייל אין פרעזידענט פארמעסטן האט זיך עס בכלל נישט גערוקט רעכטס, און גאווערנאר מיינט גארנישט. למשל קריסטי האט געוואונען אין 2013 מיט איבער 22 פוינטס, און קלינטאן האט עס געוואונען אין 2016 מיט איבער 14 פוינטס - א שיפט לינקס פון איבער 36 פוינטס אין א שרעקליכע יאר פאר די דעמאקראטן - און ס'איז ניטאמאל געווען א סורפרייז, ווייל יעדער פארשטייט אז גאווערנאר איז אנדערש.

איך וויל נאר וויסן וויאזוי דעמאקראטן קענען שלאפן רואיג מיט דעם
פלעגט גיין שלאפן פרי האט געשריבן:
׳פרישע הארווערד/העריס אנקעטע׳

2024 פרעזידענטליכע וואלן:

דונלד טראמפ 44% (+2)
דשאו ביידן 42%
א פאול וואס האט ליטערלי אונטערגעשאצט טראמפ אין 2020 מיט 4 פוינטס האט שוין יעצט טראמפ פאראויס מיט 2, וואס מיינט אז ער איז עכט פאראויס מיט 6, און ער גייט נאר ווערן שטערקער אלס די דרויסענדיגער וואס גייט זיך נעמען קאמפיינען - מיט אזויפיל אומבאשלאסענע.

ס'איז קלאר אז ביידען גייט אריין אלס א פעסטע אנדערדאג, און אויב ער טוט נישט עפעס דראמאטיש איז די רעיס אווער.

אבער אפשר (נישט אין דעם אשכול גערעדט...) קען מען נאכנישט פייערן זיג ווייל זיי גרייטן זיך טאקע אויף עפעס דראמאטיש, ווייל זייעס שנאה שפריצט אזוי שטארק אז זיי שטעלן זיך נישט אפ פאר גארנישט, און טראמפ קען נאך גיין זיצן פאר די וואלן.
אבזערוואציע האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 11:45 am
דיסענטיס איט איז.
נאר אויף שימחות האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 6:10 pm
טראמפ איז היפש א הויכע מדרגה, קיינער קען דאס נישט לייקענען
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך מידער »

ר' משה האט געשריבן:
.
שוין כמעט א וואך אריבער זינט טראמפ האט דערקלערט זיין קאנדידטור, יעצט איז די ערשטע מאל כ'הער א זאכליכע אנאליז פארוואס ער זאל צוויי יאר ארום ענדערש געווינען ווי דעם יעצטיגן מידטורם. נעמליך, די עטליכע קריטישע סטעיטס וואס ער האט אצינד פארלוירן האט געהאט זייטיגע סיבות דערביי.

עניוועי, זייער א שיינע אנאליז. יישר כח!
אוועטאר
גרויס בריטאניע
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 05, 2022 8:47 pm
לאקאציע: אונטערן באנק

Re: דאנעלד טראמפ 2024 קאמפיין הויפטקווארטיר

תגובה דורך גרויס בריטאניע »

שכח ר' משה!
viewtopic.php?p=4435004#p4435004
איך בין געגאנגן. אפשר איין טאג העלעך זיין צוריק, אויף דערווייל ענדזשויטס..
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”