די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 4:10 pm
מעין המתגבר האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 2:47 pm
הרב מי אדיר, האסט זיי אמאל מסביר געווען דעם קאנצעפט פון ROYAL JELLY?
איך ווייס נישט וואס דאס מיינט.

Re: Re:

קלמן הלוי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 9:28 am
כבוד הרב מי אדיר
דא בין איך אביסל אימקלאר,
איר רעדט פון די קאופינג מעכאניזם, איך זעה אז מענטשן וואס זענען אויפגעוואקסן און נישט די געזינסטע שטוב, כגון די עלטרן זענען סעלפיש וכדומה, און זיי פילן זיך אליין אין די וועלט לאזן אויך איבער די אטענטישע זיך און גייען אויך אריין און קאופינג מעכאניזם, מען דארף נישט זיין קיין נארסיסיסט אדער האבן סיי וועלכע אנדערע דיסארדער דאס צי טון.
בין איך גערעכט?
איך בין נישט קלאר אין דיין שאלה. מיינסט צו זאגן אז עס זענען אויך פאראן אנדערע סארט "קאופינג מעקאניזם"?
עס זענען טאקע פאראן אסאך סארטן, יעדער קאופט אנדערש. מען האט שוין אויבן אויסגעשמועסט אז עס קענען זיין א צאל קינדער אויפגעוואקסן ביי די זעלבע שווערע עלטערן, און ביי יעדן קלאפט עס אויס אנדערש. ביי איינעם וועט עס זיין נארסיסיזם; ביים צווייטן וועט עס זיין סאושעל ענקזייעטי, אדער אוואוידענט אטעטשמענט. ביי א דריטן וועט עס זיין קאדעפענדענסי; און ביים פערטן א פיפל פליעזער וואס וועט אלץ לייגן יענעמ'ס צורך פאר די אייגענע. א.א.וו. דאס זענען פארשידנארטיגע סארט קאופינג מעכאניזמ'ס, און יעדער פון די קינדער וועט זיך פירן לפי טבעו און נאך פארשידענע סיבות.
אברך יקר
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2020 6:30 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך יקר »

המברך יתברך האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:54 pm

למעשה אלס א שרייבער\טעראפיסט פאר צענדליגער יארן,

אוי געוואלד
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

מי אדיר האט געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2023 11:17 pm
המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 4:10 pm
מעין המתגבר האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 2:47 pm
הרב מי אדיר, האסט זיי אמאל מסביר געווען דעם קאנצעפט פון ROYAL JELLY?
איך ווייס נישט וואס דאס מיינט.
ווייסט טאקע נישט ? אדער ביסט עפעס מחולק וכדומה?
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

איך פארשטיי נישט דיין שאלה.
איך ווייס נישט מיינט 'איך ווייס נישט'.
קיינמאל נישט געהערט דעם ווארט.

איך שפיר מיך עפעס אויף א קרייץ פארהער... אז דו ווילסט עפעס זאגן, אדרבה, לאמיר הערן!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ס'איז מיר געווען א פלא אז דו זאלסט נישט וויסן, ווייל אין מיינע צייטן פלעגט יעדער ניצן דעם קאנצעפט פון ROYAL JELLY כדי צו מסביר זיין נארסיסיזם, ממילא האט עס מיר אויסגעזען ווי דו ביסט ציניש וכדומה. אבער אז דו זאגסט אז דו ווייסט טאקע נישט און אז איך זאל עס טאקע מסביר זיין, וועל איך עס טון בקצרה.

ROYAL JELLY איז דער מאכל וואס אלע ארבעטער-בינען הארעווען שווער כדי צו צושטעלן פאר די איין בין, וואס ווערט באשטימט צו זיין די מלכה פונעם בינען-שטאק.
דורכן באקומען דעם SUPER FOOD וואקסט עס אויס אנדערש, שטערקער און גרעסער וכו', און אלע בינען ווערן אנגאזשירט אויף זיין זייט, צו היטן זיין קרוין און זיין מלוכה. זיי באטראכטן מלוכה ווי א וויכטיגע זאך פאר יעדן, און ממילא נעמען זיי זיך אלע אן פאר די מלכה, און וועלן דער'הרג'ענען יעדען וואס ביקט זיך נישט צו אים, ווייל זיי קוקן עס אן ווי א ווידערשפעניגונג אקעגן יעדן.

א נארסיסט האט ערגעצוואו גענומען\באקומען דעם געפיל אז ער איז בעסער און וויכטיגער פון יעדן, און אויך אז כאילו יעדער האלט אזוי, און ווער נישט איז אפגעפרעגט ביי יעדן.

אלע מיטלען וואס א נארסיסיסט נעמט אן קעגן סיי וועמען, איז ווייל יענער שפילט נישט אריין אין זיין דמיון, און לויט וויאזוי ער קוקט עס אן (און דערווייל קען ער עס נישט זען אנדערש), איז אים נישט שייך צו לעבן אן דעם דמיון. ער מיינט אז זיין דמיון איז דאס איינציגסטע און אבסעלוטישע אמת, וואס יעדער האלט מיט דערמיט, און ממילא גייט ער ליידער אן אויף זיין וועג.
אברך יקר
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2020 6:30 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך יקר »

ווי איז דער עולם ?
מקען מיך אהין רופן ?
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

קאגניטיוו דיסאנענס – טראומא באנד
Cognitive Dissonance – Trauma Bond

מיט'ן באשעפערס הילף, גייען מיר דא פארענדיגן חלק א', און אויסשמועסן א וויכטיגע נקודה איידער מיר גייען צו חלק ב', די היילונג פראצעדור פונעם קרבן.

די סיבה פארוואס עס איז נויטיג אויסצושמועסן די נקודה איז ווייל דער קרבן דארף זיין פולקאם גרייט און באוואוסטזיניג צו אקצעפטירן די פאקט אז ער איז א אומשולדיגער געליטענער, און איז אדורך שרעקליכע אביוז. אויב נישט, וועט די היילונג נישט העלפן, עס וועט נישט זיין וואו די ברכה זאל חל זיין... און די מציאות ווייזט אז זייער אסאך פון די געליטענע וועלן האבן א "הארד טיים" שלום צו מאכן מיט'ן מצב, אויפצוהערן זיך אליינס צו בלעימען און לייגן די שולד דארט ווי עס באלאנגט באמת – אויפ'ן נארסיסיסטישן רודף, נאך אזויפיל יארן באקומען פארקערטע מעסעדזשעס אז ער איז שולדיג אין אלעמען. און דאס גייען מיר אויסשמועסן אין דעם קאפיטל.

וואס איז דאס "קאגניטיוו דיסאנענס"? עס מיינט אז דער מח האט קאנפליקטינג מעסעדזשעס וואס קענען נישט שלום מאכן איינס מיט'ן צווייטן, און דער מח ציהט אויף איין זייט - ווי עס האט א נגיעה, און מען פרובירט מכחיש צו זיין די אנדערע זייט וואס מען וויל נישט הערן. אין איין שורה: צוויי סתירה'דיגע מעסעדזשעס אין מח איבער דעם זעלבן ענין, און א רצון עס צו שלעפן אויף די זייט ווי איך האב חשק.

לאמיר מסביר זיין מיט א משל. איר ווילט קויפן א קאר, און איר האט געלייגט די אויג אויף א געוויסע מאדעל און קאליר וואס איר גלייכט, און איר באשליסט אז דאס גייט איר זיך איינהאנדלען. בעפאר איר קויפט, מאכט איר אביסל ריסערטש, צי אנליין, צי איר פרעגט אן אייער ליעסינג אגענט, אדער א חבר וואס פארמאגט דאס, און איר באקומט די ידיעה אז די קאר איז שוואכע מעשיות, עס מאכט פראבלעמען, זיצט ביים מעקעניק אסאך, עס פרעסט גאז, און די רייד אדער די פיקאפ איז נישט עפעס אזוי איי איי איי ווי איר גלייכט. אויב האט איר נאך אלץ שטארק חשק צו קויפן דעם קאר, וואס עס גייט פאסירן איז, איר גייט ארומגיין זוכן צו הערן נאך אינפארמאציע פון אנדערע מענטשן, אדער זוכן רעוויאוס אויף אנדערע זייטלעך, אזוי לאנג ביז איר וועט טרעפן וואס איר ווילט הערן, אז איימיצער איז יא צופרידן דערפון, און דייקא דאס וועט איר אפקויפן, לקיים מצאתי את שאהבה נפשי אחזתיו ולא ארפנו! די נעגאטיווע אינפארמאציע וואס איר האט געהערט בעפאר וועט איר פרובירן אוועקצושטופן און עס איגנארירן, און עס אפילו אוועקמאכן מיט כל מיני תירוצים, צב"ש, נע, יעדע קאר האט נעגאטיווע רעוויואס, דער קאר איז זיכער נישט ערגער ווי אנדערע, מסתמא האט יענער קאמפלעינער פונקט געהאט א געדעמעדזשטע קאר, אבער עכט איז עס יא גוט, וכו' וכו'.

וואס דא האט פאסירט איז אז דער מח האט אין זיך 2 סתירה'דיגע מחשבות, איינס אז איר ווילט שטארק האבן דווקא דעם קאר, און די צווייטע אז עס לוינט נישט צו קויפן. וויבאלד אבער איר ווילט שטארק קויפן דעם קאר, וועט איר מאנעווערירן דעם מח אנצונעמען דאס וואס איר ווילט הערן, און אוועקשטופן – אדער גאר מכחיש זיין – די חלק וואס איר ווילט נישט. אז איר ווילט, קענט איר דאס רופן א מחלוקה צווישן דעם מח און דעם הארץ, וואס געווענליך וועט א געזונטער מענטש וויסן אז מח דארף זיין שליט על הלב, אבער אין אזא פאל ווי אונזערס, וועט מען פרובירן מיט אלע מיני וועגן און דריידלעך צו מאכן שלום, אז דער מח זאל מסכים זיין צום הארץ און נישט פארקערט.

דער פענאמען קען פאסירן אין מערערע אספעקטן פון לעבן. לאמיר נעמען א קאנטרעווערסיאלע משל, פון א חסידות אין וועלכע איר זענט אדוק ומקושר – כאטש איר וועט הערן דא און דארטן געוויסע לשה"ר אויף די הנהגה, וועט איר דאס נישט מקבל זיין נאר פרובירן צו פארענטפערן מיט כל מיני אויסריידן אבי נישט דארפן טראכטן אז אפשר איז טאקע עפעס ראנג דא. עס קען פאסירן ווען איר הערט פון א מחלוקת וואס איינער פון די בעלי פלוגתא איז אייערס א נאנטער באליבטער חבר אבער עס קוקט אויס בחיצוניות אז דער צד שכנגד האט א וואלידע טענה אקעגן אייער חבר. עס קען אויך פאסירן ווען איר גייט אויף א דיעטע ווייל דער דאקטאר זאגט אייך קלאר אז פאר אייער געזונט מוזט איר פארלירן עטליכע פונט און פארבעסערן אייער דיעטע, אבער עס כאפט אייך אן א גלוסטעניש צו א שטיקל קוכן און דער הונגער נאגט. איר ווייסט אז עס איז בעסער נישט צו עסן, אבער מצד שני ווילט איר טראכטן אז אפשר יעצט איינמאל קען מען זיך מורה היתר זיין בדיעבד, און ביני לביני ווען קיינער זעהט נישט וועט איר עס אריינכאפן, און אלץ תשובת המשקל זענט איר תיכף מחליט אז איר וועט סך-הכל טון אביסל עקסטערע עקסערסייז נעקסטע מאל, וסר עוונך וחטאתך תכופר... עס קען פאסירן איידער'ן טון א שידוך ווען מען קען נישט דעצידירן אויף דעם מדובר/מדוברת צי מען זאל זיך טאקע משדך זיין. מצד אחד ציעט עס אייך ומצד אחר האט איר געהערט עפעס א אינפארמאציע וואס איז נישט איינשטימיג מיט וואס איר זוכט. א.א.וו.

געוואנדן אין ווי שטארק און ווי וויכטיג די דעסישאן איז פאר אייך צו מאכן, קען דער קאנפליקט אין מחשבה גורם זיין צו אסאך אומבאקוועמליכקייטן און אפילו שטארקע סטרעסס אדער ענקזייעטי, מען פארלירט די אייגענע טראסט, בפרט אויב דער מצב פון אומקלארקייט ציהט זיך א לענגערע צייט. א מענטש וויל האבן קלארקייט און נישט זיך ארומדרייען מיט ספיקות וואס נאגן אין הארץ. געווענליך וועט איר אויפקומען מיט תירוצים ותירוצים שונים, לאגישע און אומלאגישע, און טאקע פאר זיך זעלבסט אין הארצן, אבי צו פארענטפערן ("דזשאסטיפייען") און קלארער מאכן אייער צד.

דאס אלעס שפילט זיך אפ אין הארץ פון א נארסיסיסטישן קרבן וואס ווייסט מצד אחד אז דער טאקסיק רילעישאנשיפ איז זייער שעדליך, און מען וואלט געדארפט שטיין ווייט איינער פון צווייטן און זאגאר אפהאקן דעם קשר כדי צו לעבן געזונטער. אבער מצד שני לאזט דאס דער געוויסן נישט צו, מחמת סיבות שונות. צומאל קען עס זיין מחמת 'רחמנות' אויף דעם רודף אז מען וויל אים/איר נישט איבערלאזן אליינס... צומאל רעדט מען זיך איין (בפרט מער קא-דעפענדענט מענטשן וואס זענען אפהענגיק אין א צווייטן) אז מען וועט זיין צו פארלוירן און איינזאם אויב מען וועט נישט יענעם האבן, ממילא לוינט זיך אדורכצושוויצן די אלע שוועריגקייטן אבי מען זאל בלייבן צוזאמען. ביי חתונה געהאטע שותפים קען עס זיין צוליב רחמנות אויף די קינדער. אפגעזעהן וואס די סיבה זאל נאר נישט זיין, אפילו דער קרבן ווייסט אז לטובתו איז בעסער אז ער צעשיידט זיך, אלע זיינע נאנטע זאגן אים דאס קלאר, וועט ער נאך אלץ פרובירן טראכטן אז אפשר לוינט זיך נאך יא צו פארבלייבן. מען וועט כסדר פאקוסירן אויף די גוטע חלקים וואס מען באקומט אמאל אין א יובל פון דעם נארסיסיסט. מען וועט פרובירן צו פארענטפערן זייערע רשעות מיט פארשידענע סימפאטישע תירוצים (צב"ש זיי מיינען נישט, זיי כאפן נישט, זיי זענען א רחמנות, און (די ערגסטע אויסרייד): אפשר בין איך טאקע שולדיג, וכו'). און אזוי ארום פארבלייבן אין דעם כלומר'שטן "קאמפארט זאון" און נישט דארפן נעמען קיין דראסטישע שריט.

Cog_Dis.jpg
Cog_Dis.jpg (75.94 KiB) געזען 1604 מאל

"טראומא באנד" איז א ענליכע איידיע, און איז אויך א נאנטער קאזין מיט די באקאנטע "שטאקהאלם סינדראם". עס הייבט זיך אן מיט די סארט טאקטיקן וועלכע מיר האבן שוין אויבן דערמאנט, ווי "ברעד קראמינג" און "אינטערמיטענט ריאינפארסמענט", דהיינו אז דער נארסיסיסט וועט כסדר אריינווארפן ברעקלעך פון גוטע זאכן כדי מען זאל בלייבן קאנעקטעד צו זיי, ווארום אויב זיי וועלן זיין כולו חייב וכולו רע וועט מען דאך גלייך כאפן אז מען רעדט פון איין שטיק שלעכטקייט און דער קרבן וועט זיך גאנץ שנעל ארויסדרייען פון זייער נעץ, אלזא וועלן זיי יעדע שטיק צייט אריינווארפן א גוט ווארט, א טובה, א שמייכל, וכדומה, עפעס אויף וואס דער קרבן ווארט אזוי שטארק און קוקט ארויס דערויף בכליון עינים, און דאס פארדרייט דעם קאפ פונעם קרבן אז ער זאל זיך איינרעדן אז עכט איז דער נארסיסיסט יא א וואוילער און עס איז פאראן האפענונג.

די גוטע זאכן טוט צובינדן דעם קרבן צום רודף, דער קרבן ווערט אנגעוויזן (דעפענדענט) אויף זיינע טובות ברעקלעך און גוטע ווערטער, און האפט און ווארט אויף נאך, בפרט ווען דער אביוזער וועט זיך פאלשערהייט איבערבעטן און מבטיח זיין צו ווערן בעסער, און לכבוד דעם מאכט עס שווערער אוועקצוגיין. עס איז גורם פסיכאלאגיש אז דער קרבן זאל וועלן בלייבן אינאיינעם מיט'ן רודף, און ער האט באמת א שוועריגקייט זיך אויפצוהייבן און אוועקגיין. די קרבנות זענען געווענליך ווייכע סארט מענטשן וואס זענען א "נוח לרצות", און וועלן פארגעבן די שרעקליכע אביוז וואס זיי גייען אדורך, זיי זענען דאנקבאר אויף די געציילטע גוטע ווערטער וואס זיי באקומען, און האפן אז עס גייען קומען בעסערע צייטן... און כאפן נישט (אדער ווילן נישט כאפן) אז זיי גייען באצאלן א טייערן פרייז דערויף.

דער גורם דערצו איז וויבאלד דער נארסיסיסט האט אזוי פראגראמירט דעם קרבן אז ער אליינס איז ווערדלאז און נישט מער ווי א שטיקל מיסט, און זיין גאנצע חשיבות איז נאר די חלקים וואס דער אביוזער טיילט אים ברוב חסדיו, דאס האט א שטארקע אפעקט אויפ'ן קרבן און די שעדליכע פערספעקטיוו דרינגט אריין אין זיין מחשבה הונטערן באוואוסטזיין. נישט קיין וואונדער אז אין די פראפעסיאנאלע וועלט ווערט א טראומא באנד אנגערופן א "אומגעזונטע קשר" (unhealthy attachment) וואס מערערע מענטשן דארפן הילף זיך ארויסצוזעהן דערפון, און אזוי ווי ביי די אנדערע טאקטיקן, וועט א דרויסענדיגער נישט קענען פארשטיין פארוואס מען קען זיך נישט סתם געבן א לאז אפ.

ווי געשריבן, וועט דער קרבן פארענטפערן דעם אביוזער, טראץ וואס זיינע גוטע פריינט וועלן אים מעורר זיין אז עס איז נישט געזונט פאר אים צו פארבלייבן אין די ריליעשאנשיפ. עטליכע דוגמאות פון פארענטפערן: "באמת האט ער מיר ליב, ער האט עס געטון נאר ווייל מיר זענען אזוי נאנט! דו, אלס א דרויסענדיגער, וועסט עס נישט פארשטיין..." אדער: "ער האט געהאט א שווערע טאג אין די ארבעט מיט אסאך פרעשור, און וועגן דעם האט עס פאסירט. ווען ער וועט זיך בארואיגן וועט ער מיר פארגיטיגן...". די ערגסטע חלק פון פארענטפערן איז ווען דער קרבן איז מודה צום אביוזער אז ער פארדינט זיך די פייניגונגען ווייל ער האט עפעס געטון ראנג און ער האט יענעם אויפגערעגט, און מיר ווייסן דאך אז אין אדם נתפס על צערו... "עכט איז יענער א גוטער מענטש, ער האט מיר אליינס געזאגט אז ער האט מיר ליב, והא ראי' ער האט מיר געטון די און יענע טובה, און האט מיר מבטיח געווען צו טון נאך גוטע זאכן... נאר דא האב איך אים אויפגערעגט..." און ער נעמט ווייטער די שולד אויף זיך, און לאזט דעם אביוזער אויסגערייניגט פון זינד, ער איז מקבל אויף זיך די זינד מיט'ן עונש... עס איז אומגלויבליך ווי קראנק די מחשבות ווערן נעבעך פארדרייט פאר'ן אומשולדיגן קרבן, וואס אפילו נניח אז ער האט יא געטון א עוולה, קומט אים נישט קיין עונש, און אודאי נישט אזעלכע ביטערע עונשים, נישט פאר דעם האט מען חתונה אדער האט מען קינדער צו זיין א דזשאדזש און כסדר זוכן עוולות און באשטראפן, על אחת כמה וכמה אז ע"פ רוב זענען די עוולות אויפגעטראכט, אויפגעבלאזן אדער גלאט אזוי ארויסגעזויגן פונעם פינגער, און מיט די ביטערע געזלייטינג פארדרייט מען דעם קאפ פאר'ן קרבן אז ער פארדינט זיך די אלע אביוז, און דער קרבן קויפט עס נעבעך אפ פאר ריכטיג.

און דאס איז די ארבעט דא, אן עבודה קשה! די מיינדסעט מוז ווערן געטוישט איידער מיר גייען אנהייבן מיט היילונג פראצעס בעז"ה. דער קרבן דארף קלאר וויסן ער ער פארדינט נישט די אביוז פונעם נארסיסיסט, ער דארף נישט לעבן מיט קיין פחד פון יענעם! א געזונטע קשר קומט מתוך אהבה און נישט מתוך יראה ופחד, א קשר פון פחד איז טאקסיק און קראנק און מען דארף אנטלויפן דערפון כמטחוי קשת, אדער לכה"פ – אויב מוז מען פארבלייבן – זיך אויסלערנען איבערצוקומען די פחדים און ווערן א שטארקער מענטש און נישט זיין אנגעוויזן אויף דעם קראנקן אביוזער!

דער קרבן דארף וויסן אז דער אביוזער איז 100% שולדיג אויף אלעם וואס ער האט געטון! נישט 99%, נאר גאנצע הונדערט! דער קרבן זאל נישט נעמען דאס מינדעסטע אחריות און ריספאנסיביליטי אויף יענעמ'ס אקטן! און אודאי נישט פארענטפערן זיינע מעשים און ווערן דעם אביוזער'ס לאיער פאר אומזיסט! דער קרבן זאל וויסן אז ער איז א נארמאלער מענטש וואס האט אלע רעכטן צו מאכן פעלערן און טעותים אין לעבן, ער קען יא זיין אליינס און זעלבסטשטענדיג, ער מוז נישט אנקומען צו 'גארנישט' פון דעם נארסיסיסט, ער איז נישט קיין שמאטע און גענוג חשוב און וויכטיג, ער האט א אייגענע צלם אלקים און דארף נישט צוקומען צו די ריאינפארסמענט און קאמפלימענטן פונעם אביוזער.

דער קרבן זאל אויפהערן פאקוסירן און פאלן פאר די פאלשע חנופה ברעקלעך וואס ער באקומט דא און דארט, ער זאל עס נישט אפקויפן, נאר געדענקען אז ער האנדלט דא מיט א צבוע'ניק, א מסוכנ'דיגן פערזאן וואס גייט אים חרוב לייגן דאס לעבן אויב ער נעמט זיך נישט אין די האנט אריין! געדענקען שלמה המלך'ס ווערטער פון עת לאהוב ועת לשנוא, עס איז פאראן ווען מען איז מחוייב דן צו זיין א חבר לכף זכות, אבער דער רבש"ע האט באשאפן דעם כף חוב פאר א סיבה, און מען טאר זיך נישט מרחם זיין על האכזרים, ווייל דאס ברענגט ביטערע נאכפאלגן!

איך וויל נאכאמאל קלאר באטאנען (איך האב עס שוין געשריבן אויפ'ן ערשטן בלאט) אז איך שטופ נישט צו קיין גיטין אדער אפצוהאקן פון עלטערן, כאטש טייל מאל איז דאס א אומפארמיידבארע אפציע, פארט נישט אלעמאל איז עס במציאות, בפרט ביי קינדער פון עלטערן, ספעציעל בעפאר די חתונה ווען מען לעבט נאך ביי זיי אין שטוב. ווען איך זאג "אפטיילן" מיין איך בעיקר במחשבה, מען דארף זיין פולקאם "גרייט" זיך צו צוטיילן אויב פעלט עס אויס, עס זאל נישט זיין קיין שום אפהענגיקייט אינעם אביוזער, אפילו לטובת די קינדער. ווען איך שרייב "פולקאם" גרייט מיינט דאס אז מען קען נישט שפילן קיין געים, עס מוז זיין מיט די גאנצע מחשבה, און באמת גלייבן אז עס וועט אים זיין בעסער אן דעם נארסיסיסט, און אזוי ווי עס איז יעצט קען עס נישט, און גייט עס נישט, בלייבן! דער אביוזער שפירט זייער גוט אויב איר האט נאך דאס מינדעסטע מחשבה זרה צו פארבלייבן אדער שוואכקייט זיך אפצוטיילן, און וועט נעמען אדווענטעדזש דערפון און איר וועט זיך נישט קענען ארויסזעהן. ממילא מוזט איר זיך ברעכן במחשבה נישט צו האבן קיין שום געפילן צו פארבלייבן. אויב די מחשבה איז נישט גענוג, קען מען צומאל מאכן א צייטווייליגע צוטיילונג, לויט די אנווייזונגען פון א פראפעסיאנאל און דעת תורה, און אפילו זיין גרייט פאר א גענצליכע צושיידונג אויב עס פעלט אויס, אן קיין פחד און זארג!

איינמאל מען ברעכט זיך אפ פון דעם אומגעזונטן קשר, און מען ווערט שטערקער ביי זיך, איז מען גרייט צו גיין צום קומענדיגן שטאפל אי"ה, ווי מיר וועלן מאריך זיין אין חלק ב' בעז"ה.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

מי אדיר האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 6:25 pm
מיט'ן באשעפערס הילף, גייען מיר דא פארענדיגן חלק א', און אויסשמועסן א וויכטיגע נקודה איידער מיר גייען צו חלק ב', די היילונג פראצעדור פונעם קרבן.
פונעם נארסיסיסט אליין רעדסטו ניטאמאל...
__
זייער קלאר.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נו וואדע האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 1:26 pm
המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 12:47 pm
יקר מציאות האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 12:34 pm
גא״ם. צו זאגן אז א נארסעסיסט איז נישט קיין שלעכטער איז לכאורה די opposite extreme פון זאגן מורידים ולא מעלים!
אויב א נארסעסיסט איז נישט א שלעכטער, דאן קען די ווארט שלעכט ווערן דיליטעד… חוץ אויב דו האסט גאר א טיעפע כונה אויף די ווארט ״בעצם״.
ס'איז טאקע דא אסאך וואס טענה'ן אז ס'דארף ווערן דיליטעד, און מ'קען עס דיקוסירן פון היינט ביז צוואנציג יאר ארום. אבער אפילו אויב נישט, איז עס לכל הפחות א היבשער סתירה מיט דאס ווארט "בעצם". און דאס איז די טיעפע כוונה.

צוריק צום נארסיסט:
רוב נארסיסיסטן זענען אויסטערליש גוט צו אנדערע, אין די נושאים וואס זיי האבן אויפגעכאפט די וויכטיגקייט דערפון.
זיין פראבלעם באשטייט בעיקר פון נישט אויפכאפן וואס יענער דארף, און ווען ער וויל זיין גוט צו יענעם, וועט ער יענעם געבן וואס ער וואלט געוואלט אז מ'זאל אים געבן. ער פארשטייט נישט און גלייבט נישט, אז יענער דארף עפעס אנדערש.

א שלעכטער מענטש (אמאל אן אנדער פארם פון נארסיסיזם, און אמאל בכלל נישט אין דעם געגנט), איז ענדערש איינער וואס פארשטייט יא אז וואס ער טוט איז שלעכט, און ער טוט עס נישט ווייל ער האלט זיך העכער, געלונגענער אא"וו, פון יענעם, נאר פשוט... למשל א גנב וואס ברעכט איין אין הייזער איז נישט קיין נארסיסיסט, אבער ער איז יא שלעכט...
האסט הערליך ארויסגעברענגט אספערגער סינדראם (א דיוויזיע פון אוטיזם ספעקרום )

מיט נארסעסיזם האט עס גארניש פינטל

א נארסאסיסט איז א שלעכטער בטבע

בד"וו אז כ'בין שוין יא דא , ווילעך מיר עקסטער באדאנקן פאר הרב מי אדיר , הערליך קלאר צולייגט אויף קליינע טעלערליך מיט א לשון לימודים (זייענדיג גאר נאנט מיט אזא איינעם , האט עס מיר קלאר געמאכט אין אסאך הונזיכטן און דאס איז אמת ויציב , זיי קען מען קיינמאל העלפן , די עצה היעוצה איז צו גיין צו א מומחה און זיך אליינס אויסלערנען וויזוי צו ספראווען מיט זיי)
ס'מיז נישט זיין אז א נארסעסיסט איז בטבע א שלעכטער פון מיין קיק ווינקל האב איך געזעהן ביים נארסעסיסט פארקערט דוקא גיטע מידות נאר וואס דען , ער איז אזוי אריינגעטון אין זיין איגא אין זיין נארסעזיזים אז ער פירט זיך אויף שלעכט
שטארקע אור
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

תגובה דורך שטארקע אור »

fiena nieas האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 12:35 pm

וואס מיינט א שלעכטער בטבע?
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

תגובה דורך מסתמא »

;l;p-
גוט געזאגט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)

נו וואדע האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 2:27 pm
נאך איין קליינע הערה

דעי אלע מינע "איזם'ס" זענען דא א געוואלד מיט זאכן וואס אווערלעפסן איינס מיטן צווייטן

דהיינו אסאך מאל האט א נארסאסיסט געוויסע ענליכע שטריכן צו א אוטיסט אדער אפילו עי די די ,ווייל למעשה האבן די אלע, געוואוסע אנדערע נוראלאגישע שטריכן ווי דער געווענטליכער מענטש

און מ'דארף זיין זייער געווארנט ניש צו מאכן איין טשולענט פון די אלע , מ'ברויך זיין גאר א גרויסע מומחה צו ארויסהאבן די אלע אויבנדערמאנטע דקות'דיגע חילוקים וואס איניש געמאכט פאר אונז קליינקעפיגע צו מחליט זיין

און עגעין א ניש מומחה מאכט אזא סארט קאשע געמויזעכץ פון אלע זאכן און ס'קען ברענגן שווערע קאנסעקווענצן , מ'ברויך זיך זייער היטן וד"ל
;l;p-
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום דינסטאג מאי 30, 2023 1:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

שטארקע אור האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 12:47 pm
fiena nieas האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 12:35 pm
נו וואדע האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 1:26 pm
המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 12:47 pm
יקר מציאות האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 12:34 pm
גא״ם. צו זאגן אז א נארסעסיסט איז נישט קיין שלעכטער איז לכאורה די opposite extreme פון זאגן מורידים ולא מעלים!
אויב א נארסעסיסט איז נישט א שלעכטער, דאן קען די ווארט שלעכט ווערן דיליטעד… חוץ אויב דו האסט גאר א טיעפע כונה אויף די ווארט ״בעצם״.
ס'איז טאקע דא אסאך וואס טענה'ן אז ס'דארף ווערן דיליטעד, און מ'קען עס דיקוסירן פון היינט ביז צוואנציג יאר ארום. אבער אפילו אויב נישט, איז עס לכל הפחות א היבשער סתירה מיט דאס ווארט "בעצם". און דאס איז די טיעפע כוונה.

צוריק צום נארסיסט:
רוב נארסיסיסטן זענען אויסטערליש גוט צו אנדערע, אין די נושאים וואס זיי האבן אויפגעכאפט די וויכטיגקייט דערפון.
זיין פראבלעם באשטייט בעיקר פון נישט אויפכאפן וואס יענער דארף, און ווען ער וויל זיין גוט צו יענעם, וועט ער יענעם געבן וואס ער וואלט געוואלט אז מ'זאל אים געבן. ער פארשטייט נישט און גלייבט נישט, אז יענער דארף עפעס אנדערש.

א שלעכטער מענטש (אמאל אן אנדער פארם פון נארסיסיזם, און אמאל בכלל נישט אין דעם געגנט), איז ענדערש איינער וואס פארשטייט יא אז וואס ער טוט איז שלעכט, און ער טוט עס נישט ווייל ער האלט זיך העכער, געלונגענער אא"וו, פון יענעם, נאר פשוט... למשל א גנב וואס ברעכט איין אין הייזער איז נישט קיין נארסיסיסט, אבער ער איז יא שלעכט...
האסט הערליך ארויסגעברענגט אספערגער סינדראם (א דיוויזיע פון אוטיזם ספעקרום )

מיט נארסעסיזם האט עס גארניש פינטל

א נארסאסיסט איז א שלעכטער בטבע

בד"וו אז כ'בין שוין יא דא , ווילעך מיר עקסטער באדאנקן פאר הרב מי אדיר , הערליך קלאר צולייגט אויף קליינע טעלערליך מיט א לשון לימודים (זייענדיג גאר נאנט מיט אזא איינעם , האט עס מיר קלאר געמאכט אין אסאך הונזיכטן און דאס איז אמת ויציב , זיי קען מען קיינמאל העלפן , די עצה היעוצה איז צו גיין צו א מומחה און זיך אליינס אויסלערנען וויזוי צו ספראווען מיט זיי)
ס'מיז נישט זיין אז א נארסעסיסט איז בטבע א שלעכטער פון מיין קיק ווינקל האב איך געזעהן ביים נארסעסיסט פארקערט דוקא גיטע מידות נאר וואס דען , ער איז אזוי אריינגעטון אין זיין איגא אין זיין נארסעזיזים אז ער פירט זיך אויף שלעכט
וואס מיינט א שלעכטער בטבע?
פרעג עס פון די מענשטן וואס זאגן אז א נארסעסיסט איז בטבע א שלעכטער
שטארקע אור
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

fiena nieas האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 1:07 pm
שטארקע אור האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 12:47 pm
fiena nieas האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 12:35 pm
נו וואדע האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 1:26 pm
המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 12:47 pm

ס'איז טאקע דא אסאך וואס טענה'ן אז ס'דארף ווערן דיליטעד, און מ'קען עס דיקוסירן פון היינט ביז צוואנציג יאר ארום. אבער אפילו אויב נישט, איז עס לכל הפחות א היבשער סתירה מיט דאס ווארט "בעצם". און דאס איז די טיעפע כוונה.

צוריק צום נארסיסט:
רוב נארסיסיסטן זענען אויסטערליש גוט צו אנדערע, אין די נושאים וואס זיי האבן אויפגעכאפט די וויכטיגקייט דערפון.
זיין פראבלעם באשטייט בעיקר פון נישט אויפכאפן וואס יענער דארף, און ווען ער וויל זיין גוט צו יענעם, וועט ער יענעם געבן וואס ער וואלט געוואלט אז מ'זאל אים געבן. ער פארשטייט נישט און גלייבט נישט, אז יענער דארף עפעס אנדערש.

א שלעכטער מענטש (אמאל אן אנדער פארם פון נארסיסיזם, און אמאל בכלל נישט אין דעם געגנט), איז ענדערש איינער וואס פארשטייט יא אז וואס ער טוט איז שלעכט, און ער טוט עס נישט ווייל ער האלט זיך העכער, געלונגענער אא"וו, פון יענעם, נאר פשוט... למשל א גנב וואס ברעכט איין אין הייזער איז נישט קיין נארסיסיסט, אבער ער איז יא שלעכט...
האסט הערליך ארויסגעברענגט אספערגער סינדראם (א דיוויזיע פון אוטיזם ספעקרום )

מיט נארסעסיזם האט עס גארניש פינטל

א נארסאסיסט איז א שלעכטער בטבע

בד"וו אז כ'בין שוין יא דא , ווילעך מיר עקסטער באדאנקן פאר הרב מי אדיר , הערליך קלאר צולייגט אויף קליינע טעלערליך מיט א לשון לימודים (זייענדיג גאר נאנט מיט אזא איינעם , האט עס מיר קלאר געמאכט אין אסאך הונזיכטן און דאס איז אמת ויציב , זיי קען מען קיינמאל העלפן , די עצה היעוצה איז צו גיין צו א מומחה און זיך אליינס אויסלערנען וויזוי צו ספראווען מיט זיי)
ס'מיז נישט זיין אז א נארסעסיסט איז בטבע א שלעכטער פון מיין קיק ווינקל האב איך געזעהן ביים נארסעסיסט פארקערט דוקא גיטע מידות נאר וואס דען , ער איז אזוי אריינגעטון אין זיין איגא אין זיין נארסעזיזים אז ער פירט זיך אויף שלעכט
וואס מיינט א שלעכטער בטבע?
פרעג עס פון די מענשטן וואס זאגן אז א נארסעסיסט איז בטבע א שלעכטער
"בטבע" א שלעכטער איז טאקע קיינער נישט

אבער דאס איז לשון בני אדם א שלעכטער
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

שטארקע אור האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 1:09 pm
fiena nieas האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 1:07 pm
שטארקע אור האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 12:47 pm
fiena nieas האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 12:35 pm
נו וואדע האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 1:26 pm

האסט הערליך ארויסגעברענגט אספערגער סינדראם (א דיוויזיע פון אוטיזם ספעקרום )

מיט נארסעסיזם האט עס גארניש פינטל

א נארסאסיסט איז א שלעכטער בטבע

בד"וו אז כ'בין שוין יא דא , ווילעך מיר עקסטער באדאנקן פאר הרב מי אדיר , הערליך קלאר צולייגט אויף קליינע טעלערליך מיט א לשון לימודים (זייענדיג גאר נאנט מיט אזא איינעם , האט עס מיר קלאר געמאכט אין אסאך הונזיכטן און דאס איז אמת ויציב , זיי קען מען קיינמאל העלפן , די עצה היעוצה איז צו גיין צו א מומחה און זיך אליינס אויסלערנען וויזוי צו ספראווען מיט זיי)
ס'מיז נישט זיין אז א נארסעסיסט איז בטבע א שלעכטער פון מיין קיק ווינקל האב איך געזעהן ביים נארסעסיסט פארקערט דוקא גיטע מידות נאר וואס דען , ער איז אזוי אריינגעטון אין זיין איגא אין זיין נארסעזיזים אז ער פירט זיך אויף שלעכט
וואס מיינט א שלעכטער בטבע?
פרעג עס פון די מענשטן וואס זאגן אז א נארסעסיסט איז בטבע א שלעכטער
"בטבע" א שלעכטער איז טאקע קיינער נישט

אבער דאס איז לשון בני אדם א שלעכטער
מיין פאוינט איז אסאך מאל קען מען נבהל ונשתומם ווערן פון זייער גוטסקייט
א נארסיסיסט
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 2:08 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נארסיסיסט »

א שלעכטער בטבע מיינט הרגל נעשה טבע עס מיינט ציזאגן לאמיר נעמען די מדה פין גאווה יעדע מענטש קען אמאל זיין א בעל גאווה אדער א דל גאה(נארסיסיסט)אויב ארבעט ער אויפ די מדה ווערט עס נישט קיין טבע ממילא קען מען זיך אייןהאלטן פין זיין א בעל גאווה אין אזוי קען מען מצליח זיין אין לעבן בשלום מיט יעדעם(מאן אין ווייב עלטערן מיט קינדער ב"ב מיט ארבייטער-שותף וכו') אבער אויב ח"ו ליידער ער ארבייט נישט אויף די גאווה דעמאלטס ווערט עס א טבע און דעמאלטס זאגט דער אייבערשטער אין אני והוא יכולין לדור במדור אחד אין אויך די שותפים קען נישט לעבן מיט אזא מענטש אין עס איז מוראדיג שווער צי איינזען אז מען איז wrong אין דע זעלבע איז מיט אלע מדות רעות המרחם ירחם
א נארסיסיסט
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 2:08 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נארסיסיסט »

אין דעים פין הרגל נעשה טבע איז דא א מחלוקת הפוסקים צי די מענטשן גייען אריין אין דעים אין פשוט דעיס איז זייער טבע אין זיי ווילן זיך נישט אוועק רירן אדער עס איז דא א חילוק אויך צי מען איז קראנק מיט די שלעכטע מדה צי געזינט אויב מען איז געזינט נאר מען האט נישט געארבייט אויף עס אין עס איז געווארן א טבע דעמאלטס קען מען טוישן די טבע אזוי ווי רבי אלימלך שרייבט אבער אויב מען איז קראנק מיט די מדות קען מען עס נישט אויסהיילן אזוי ווי עס איז דא אסאך גופניותדיגע קרענק וואס האט נישט קיין רפואה
המרחם ירחם
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

@מי אדיר א גרויסע שכוח פאר דיינע הערליכע ווערק!

איך האב עס אפגעלייענט שטאטעלעך, באלעקט יעדע ווארט, נישט ווייל איך בין א וויקטים, פלעין ווייל ס'איז גאר אינטערסאנט.

ס'איז אראפגעשריבן גאר פראפעסיאנאל, וואס מאכט מיר ווינדערן פארוואס דו שרייבסט נישט ערגעץ פאר געלט.

איך האב אפגעלייקט יעדע תגובה וואס דו האסט געשריבן אין דעם אשכול

איין זאך וואס געשעהט צו מיר בשעת איך לייען אזעלכע שורות איז אז ס'מאכט מיר טראכטן, אפשר בין איך א פראבלעם, אפשר בין איך א נארסיסיסט וואס מיינע ארומיגע שמייכלען צו מיר בלית ברירה

דאן טראכט איך אז נע... זיכער נישט... מענטשן האבן ליב צו זיין אין מיין געגענווארט

אבער אפשר ציטערן זיי פון מיר?!

די נארסיסיסטן ווי געשמועסט אין דיין ארטיקלען ווילן נישט אנערקענען אז זיי טוען עפעס שלעכט, איז אפשר פארדעם פארלייקן איך עס אין מיין קאפ, ווייל איך וויל נישט אנערקענען מיין רשעות?

וועסטו זאגן אז איך בין סתם פאראנויעד... נו ס'קען זיין אז דער נארסיסיסט טראכט צו זיך אפשר בין איך א נארסיסיסט און דאן טראכטן זיי אז נע... איך בין סתם פאראנויעד...

ס'איז א געהעריגע שווארצע לאך...

באלד וועסטו מיר זאגן אז איך בין מסתם נישט קיין נארסיסיסט ווייל דאס און דאס, אבער קען זיין אז דו ווילסט זיך נישט קריגן מיט מיר, וועסטו עס לאזן ביי דעם...

בקיצור ס'איז נישט דא קיין וועג ארויס

איך דארף א סייקייעטריסט עמערזשענסי!

אבער דאן וועל איך האלטן אז יענער פארשטייט מיר נישט און איך וועל זוכן א צווייטן...

איינער זאגט מיר דא, יענער האלט מיט ווי איך שרייב, בשם א גרויסע טערעפיסט, וואס האט געזאגט פאר איינעם וואס האט געפרעגט אזא שאלה, "דאס אז דו פרעגסט אפשר בין איך א בי פי די, (יענער האט עס געהערט אויף בי פי די), איז א סימן אז דו ביסט נישט קיין בי פי די!

אפשר גילט נישט די כלל ביי א נארסיסיסט?

און אפשר פרעג איך עס נאר ווייל איך זיך אליינס פראוון אז איך בין נישט ווייל איך פרעג אזא שאלה, אבער עכט בין איך יא?

חד גדיא...
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

תרמב האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:37 pm

קוק אויס די האסט או.סי.די......
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!

יעדער מענטש האט נארסעסיסיזים אין זיך סא האב נישט אזוי מורא אז דו ביסט א נארסעסיסט יא דו ביסט! די שאלה איז צו דו פייניגסט דיין ווייב און קינדער ...
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע: ביים חצות מנין

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

תרמב האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:37 pm
וכו'
חד גדיא...
דער תשובה איז 'האא קעירס!!! לעב אין דיין באבל און זאל דער עולם קראכן!!! דו מצדך זאלסט פרובירן נישט צו קריכן, אבער וואו עס פעלט אויס זאל יעדער פלאצן!!! איך לעב מיך אין מיין באקוועמע באבל...!!!

ויוסיף דעת יוסיף מכאוב זאגט שוין שלמה המלך
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

מקובל אלוקי האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:42 pm

קוק אויס די האסט או.סי.די......
איך מוטשע מיך ארום, יא נארסיסיסט, נישט נאריסיסיסט, איך קען זיך נישט דערזעהן מיט א דיאגנאוז, און דו האסט עס ארויס אין א מינוט...
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

דער מענעדזשער האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 11:00 pm
תרמב האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:37 pm
וכו'
חד גדיא...
דער תשובה איז 'האא קעירס!!! לעב אין דיין באבל און זאל דער עולם קראכן!!! דו מצדך זאלסט פרובירן נישט צו קריכן, אבער וואו עס פעלט אויס זאל יעדער פלאצן!!! איך לעב מיך אין מיין באקוועמע באבל...!!!

ויוסיף דעת יוסיף מכאוב זאגט שוין שלמה המלך
דו זאגסט אז טאמער איך בין א נארסיסיסיט זאל איך עס לאזן ביי דעם, אלע מיינע ארומיגע זאלן גיין פאר העלפ וויאזוי צו לעבן ארום מיר אן זיך אפבריען און איך זאל לעבן אין מיין באקוועמע באבל און זיך אינזשויען

צווישן די לעצטע בלעטער טוט זיך עטליכע מאל צו די נארסיסיסט קען זיך העלפן, צו ס'איז דא א מהלך אים צו מאכן פאר א מענטש, זאגסטו אז אזויפיל מענטשן ליידן נעבעך אין זיין הויז, זאל כאטש איינער האבן א גוד טיים, דער נארסיסיסיט זאל זיך כאטש אינזשויען...
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע: ביים חצות מנין

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

תרמב האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 11:18 pm
דער מענעדזשער האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 11:00 pm
תרמב האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:37 pm
וכו'
חד גדיא...
דער תשובה איז 'האא קעירס!!! לעב אין דיין באבל און זאל דער עולם קראכן!!! דו מצדך זאלסט פרובירן נישט צו קריכן, אבער וואו עס פעלט אויס זאל יעדער פלאצן!!! איך לעב מיך אין מיין באקוועמע באבל...!!!

ויוסיף דעת יוסיף מכאוב זאגט שוין שלמה המלך
דו זאגסט אז טאמער איך בין א נארסיסיסיט זאל איך עס לאזן ביי דעם, אלע מיינע ארומיגע זאלן גיין פאר העלפ וויאזוי צו לעבן ארום מיר אן זיך אפבריען און איך זאל לעבן אין מיין באקוועמע באבל און זיך אינזשויען

צווישן די לעצטע בלעטער טוט זיך עטליכע מאל צו די נארסיסיסט קען זיך העלפן, צו ס'איז דא א מהלך אים צו מאכן פאר א מענטש, זאגסטו אז אזויפיל מענטשן ליידן נעבעך אין זיין הויז, זאל כאטש איינער האבן א גוד טיים, דער נארסיסיסיט זאל זיך כאטש אינזשויען...
דאס איז די גרינגסטע מהלך אז דער וואס טראגט זיך מיט פייגלעך אין קאפ, זאל אויפהערן מיט די ספיקות...
איך למשל האלט אז איך האב פארשידענע טאלאנטן,למשל איך האלט מיך פאר א גאר פיינע בעל תפילה!!! אבער למעשה איז מיך דער גבאי פון בית המדרש מכבד מיטן ברעטל נאר שבת זכור, ממילא ווייס איך אז דער ציבור האט פלעין אן אנדערע טעיסט...
און כל זמן מען אנערקענט דאס, שטייט מען גוט, און אין די איבריגע חלקים פון לעבן, זאל יעדער פלאצן...
----------
גיימער ממשיך זיין מארגן, ווי מיין פראפייל: נאכן חצות מנין...
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”