טייערע חברים, ביטע זיך האלטן רואיג, לאמיר אויסשמועסן די זאך בדיבוק חברים בדרכי נועם.
איך מיין אז איך פארשטיי אביסל דעם חילוק פון די צוויי זייטן, לאמיר עס פרובירן צו ערקלערן, און לאזט מיר וויסן אויב איך פארשטיי אייך קלאר אדער נישט.
דאס איז דאך כו"ע מודי, אז דער נארסיסיסט טוט זאכן וואס איז כולו רשעות, די שאלה איז נאר וואס איז פשט דערפון?
לאמיך ציטירן א שטיקל וואס איך האב געשריבן אויפ'ן ערשטן בלאט:
מי אדיר האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 06, 2022 1:53 pm
עס איז א מחלוקת הפוסקים צווישן די פסיכאלאגן צו דער נארסיסיסט (אדער סיי וועלכע אנדערע דיסארדער, סייכאפעט אדער בארדערליין וכדו') זענען AWARE אויף זייערע מעשים ווי זיי זענען מצער אנדערע אדער נישט?
ע"פ רוב ווילן נישט מענטשן זיין סתם שלעכט, און אודאי נישט א אידיש קינד. אבער עס זענען פאראן מצבים ווען מען קען זיך נישט העלפן. די רשעות וואס נארסיסיסטן טוען און די צרות וואס זיי טיילן אויס פאר זייערע נאנטע קומט פון א אינערליכע שוואכקייט, ווי עס ווערט גערופן אין די בוכער א "קאופינג מעכאניזם". שטעלט אייך פאר איינער דערטרענקט זיך אין ים, און פרובירט מיט אלע כוחות זיך צו האלטן העכערן וואסער, ער טופעט מיט די הענט און די פוס, און אינמיטן האקן מיט די הענט האט ער געגעבן א פאטש פאר'ן חבר וואס האט שטארק וויי געטון, און דערנאך נאך איינס פאר'ן צווייטן חבר... וועסטו באשולדיגן דעם מענטש וואס האט עס געטון? אדער וועסטו פארשטיין אז עס איז געווען שלא בכוונה, ער האט פשוט זיך געוואלט ראטעווען דאס לעבן און אויטאמאטיש האבן די ארומיגע געכאפט ביטערע קלעפ? אויב אזוי, איז נישטא קיין אנדערע ברירה, נאר זיך אפרוקן ווי ווייטער פונעם מענטש וואס דערטרונקט זיך, כדי מען זאל נישט כאפן קיין קלעפ. דו קענסט נישט ערווארטן ער זאל אויפהערן האקן, ווייל ער קעמפט פאר'ן לעבן! דאס זעלבע איז מיטן נארסיסיסט וועלכער מוז האבן די אטענשאן און פייניגן אנדערע פאר זיין אייגענע עגא, ער זאל שפירן העכער און בעסער פון אנדערע, ער זאל האבן פולע קאנטראל אויף יעדע סיטואציע, אן דעם וועט ער שפירן ממש ווי א טויטער.
לאמיר צוטיילן די צוויי זאכן - "וואס" דער נארסיסיסט טוט, און "פארוואס" ער טוט עס.
וואס ער טוט? רשעות און גרויזאמע אקציעס...
צי ווייסט ער וואס ער טוט? 100%. ער איז נישט קיין בהמה, ער האט שכל.
צי ווייסט ער "פארוואס" ער טוט עס? אה. דא קומט אריין די קרענק. סובקאנשעסלי שטופט די קרענק דעם נארסיסיסט צו טון רשעות. זיין קרומע בליק אויף די וועלט רעדט אים איין אז ער "מוז עס טון", און דאס איז די ריכטיגע זאך. אז דו וועסט פארהאלטן א נארסיסיסט און פרעגן פארוואס ער האט געטון א געוויסע זאך פאר זיין שותף, וועט ער האבן כל מיני תירוצים, אבער אויף קיין שום פאל וועט ער נישט זאגן "קען טאקע זיין כ'האב געמאכט א מיסטעיק, אפשר איז עס טאקע געווען אומריכטיג מצדי". קענסט אים אפילו נישט מסביר זיין אז ער האט געטון עפעס ראנג. זיין קראנקע עגא לאזט דאס נישט צו, און פונקט ווי די אימיון סיסטעם פון א מענטש וועט פייטן יעדע פרעמדע ווירוס וואס כאפט זיך אריין אין גוף, גענוי אזוי וועט די קראנקע בליק פונעם נארסיסיסט פייטן בכל התוקף קעגן יעדע ספק אז אפשר האט ער געטון עפעס אומריכטיג.
דאס אלעס איז נישט קיין נייעס, אבער איך טראכט אז אפשר דאס איז דער פירוש פון די טענה'רייען דא, אלו ואלו דברי אמת. רוב עולם רעדט פון "וואס" דער נארסיסיסט טוט. יא, ער איז שלעכט, דער סימבאל פון שלעכט. משא"כ המברך רעדט פון וואס טוט זיך אין יענעמ'ס קאפ. טוט ער עס אויסדרוקליך צוליב שלעכטקייט? דהיינו, ער ווייסט אז ס'איז שלעכט און וויל מצער זיין יענעם בלויז צוליב שלעכטקייט? אויף דעם זאגן רוב מבינים (נישט אלע) אז נישט, זיי זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן בטבע, נאר "קראנקע" מענטשן. ווי כ'האב געשריבן פריער, ווען איינער פרובירט זיך ארויסצוראטעווען פון רוישיגן ים און בשעת מעשה וועט ער צוזעצן דעם חבר, ווייסט ער אז ער גיבט די זעצעס, אבער ער זעהט עס נישט פאר א אומריכטיגע זאך, נאר שפירט אז ער מוז עס טון. און אולי משום זה איז יתברך מסביר אז דער נארסיסיסט זעהט נישט קיין חילוק צווישן א מענטש און א בעל חי, מיינענדיג צו זאגן פונקט ווי א געווענליכער מענטש האט נישט קיין גילטי פילינגס ווען ער עסט א שטיקל סטעיק, ער האלט אז ער איז בארעכטיגט דערצו, כאטש מען האט גענומען א אומשולדיגע בהמה און אים גע'שחט'ן צום טויט נאר כדי ער זאל הנאה האבן פון זיין פלייש, די זעלבע בליק האט דער נארסיסיסט אויף א מענטש.
אזוי טראכט איך.
אגב, הרב יתברך - אז דו ביסט שוין יא מלמד זכות - א רויבער וואס ברעכט איין אין הייזער איז אויך נישט "שלעכט"! ער דארף געלט, ער האט נישט צום לעבן, ער איז א ארימער האומלעסס שלעפער און דארף ברענגען פרנסה...
גוט שבת טייערע אידן!