א שטיקעלע רמב"ן

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17019
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת תזריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אין די וואכעדיגע פרשה, אנהייב פון די פרשה פון נגעים שטייט אין פסוק (יג, ג) וְרָאָה הַכֹּהֵן אֶת הַנֶּגַע בְּעוֹר הַבָּשָׂר, וְשֵׂעָר בַּנֶּגַע הָפַךְ לָבָן וּמַרְאֵה הַנֶּגַע עָמֹק מֵעוֹר בְּשָׂרוֹ, נֶגַע צָרַעַת הוּא וְרָאָהוּ הַכֹּהֵן וְטִמֵּא אֹתוֹ.

חז"ל זענען מדייק אין תורת כהנים (דיבורא דנגעים ב, ה) פונעם לשון וּמַרְאֵה הַנֶּגַע עָמֹק מֵעוֹר בְּשָׂרוֹ, אז מ'רעדט נישט אז די נגע איז טאקע טיפער וווי די הויט, נאר עס קוקט נאר אויס ווי עס איז טיפער, און ווי די גמרא איז מסביר אין מס' שבועות (ו:) 'כמראה חמה העמוקה מן הצל', ד.ה. פונקט אזוי ווי די שטח וואס איז אונטער'ן זון קוקט אויס נידריגער ווי די זעלבע גלייכע שטח וואס איז אין שאטן, אזוי אויך קוקט די מראה הנגע אויס טיפער ווי די איבעריגע פונעם גוף ארום, הגם במציאות זענען ביידע גלייך.

רש"י ברענגט אראפ די גמרא, און רש"י איז מסביר אז דאס איז וויבאלד יעדע זאך וואס איז מער ווייס קוקט אויס טיפער ווי זאכן וואס זענען טינקעלער. דערפאר ווערט אבער שווער ביים קומענדיגן פסוק (ד) וְאִם בַּהֶרֶת לְבָנָה הִוא בְּעוֹר בְּשָׂרוֹ וְעָמֹק אֵין מַרְאֶהָ מִן הָעוֹר וּשְׂעָרָה לֹא הָפַךְ לָבָן וְהִסְגִּיר הַכֹּהֵן אֶת הַנֶּגַע שִׁבְעַת יָמִים, אויב איז דער נגע ווייס וואס דאס מאכט עס אויסקוקן טיפער, ווי אזוי קען זיין א מציאות אז עס קוקט נישט אויס טיפער ווי די עור הבשר, און רש"י זאגט טאקע אויף דעם - לויט ווי דער רמב"ן איז מסביר - 'לא ידעתי פירושו'.


ביאור הרמב"ן
דער רמב"ן פארענטפערט רש"י'ס קשיא, ערקלערנדיג די סיבה פארוואס איז עס טאקע אזוי אז מראה חמה קוקט אויס טיפער ווי די צל, ווייל ווי מער ליכטיגער די פארב פון א זאך איז, איז שווערער פארן אויג צו פארנעמען די פארב, דערפאר קוקט עס אויס פאר'ן אויג ווייטער ווי די טינקעלערער שטח ואס איז לייכטער פאר'ן אויג צו זעהן.

דאס איז אבער נאר ווען די זאך איז ווייס אינגאנצן אן קיין הפסק פון א טונקלקייט אינמיטן, אבער ווען עס זענען דא שווארצע האר אין די ווייסע שטח, קען דער אויג זיך קאנצענטרירן אויף די שווארצע האר און עס איז לייכטער פארן אויג צו פארנעמען די ווייסע חלק אויך, און דעמאלטס וועט די ווייסע חלק נישט אויסקוקן טיפער ווי די איבעריגע הויט.

דערפאר אין פסוק ג' ווען מען רעדט אז שֵׂעָר בַּנֶּגַע הָפַךְ לָבָן, איז די גאנצע שטח פונעם נגע ווייס, דעמאלטס קען די אויג עס נישט פארנעמען, דערפאר איז מַרְאֵה הַנֶּגַע עָמֹק מֵעוֹר בְּשָׂרוֹ. אבער אין פסוק ד' ווען וּשְׂעָרָה לֹא הָפַךְ לָבָן, דארט קען שוין זיין אז וְעָמֹק אֵין מַרְאֶהָ מִן הָעוֹר.


כדי עס מער מסביר צו זיין, וועלן מיר מקדים זיין ווי אזוי ארבעט דער ענין פון זעהן זאכן און זייערע פארבן, לויט ווי עס איז אנגענומען איז די סייענטיפישער וועלט.

דער חיד"א אין מדבר קדימות (מערכת מ' אות כט) ברענגט אין דעם א וויכוח צווישן די חכמי הטבע, וואס איז די סיבה אז ווען א מענטש וועט זיך געפינען מיט פארשידענע חפצים איז א טונקעלע צימער, וועלן אלע חפצים אויסקוקן צו זיינע אויגן מיט א שווארצע פארב, און ווען מ'צינדט אן א ליכטיגקייט אינעם צימער באקומט יעדע זאך זיין פארב.

עס זענען געווען חוקרים וואס האבן געהאלטן אז יעדע זאך האט זיך זיין פארב בטבע, נאר די טונקלקייט וואס איז דא אינעם צימער פארשטעלט דעם אויג פון זעהן די פארב, דערפאר זעהט ער זיי מיט א טונקעלע פארב, און ווען מען נעמט אוועק די טונקלקייט קען מען זעהן יעדע זאך מיט זיין ריטיגע פארב.

אבער אנדערע חוקרים זענען אויפגעקומען - און אזוי איז אויך אנגענומען היינט צו טאגס - אז אין אמת'ן אריין האבן זאכן בכלל נישט קיין פארב, נאר דאס וואס מיר זעהן יעדע זאך מיט אן אנדערע פארב, האט עס מיט די צוזאם שטעל פון די חפץ, ווי אזוי עס פארנעמט די שטראלן פון ליכטיגקייט וואס קומען אן צו איהם.

דהיינו, די וועג ווי די אויג ארבעט און זעהט געגנשטאנדן גייט צו, אז יעדע זאך וואס גיבט ארויס ליכטיגקייט ווי די זון, א לעכט אדער א לאמפ, געבט ארויס שטראלן פון ליכט, און ווען די שטראלן קלאפן זיך אן מיט א חפץ און עס קען נישט ווייטער גיין, גייען די שטראלן אויף צוריק און דאס קומט אן ביז'ן אויג, און דער אויג מיט'ן מח טייטשן אפ די שטראלן וואס קלאפן זיך אן אינעם אויג, וואס איז די זאך וואס האט צוריק געשיקט די שטראלן.

כדי עס ממחיש צו זיין, ווען איינער געפינט זיך אין א טונקעלע צימער, און ער וועט שיינען מיט א פלעשלייט אויפ'ן וואנט, וועט ער דארט זעהן א ווייסע באלאכטענעם רינג. וועט ער אבער שיינען אויף א שפיגל, וועט אויך געזעהן ווערן א ווייסע רינג אויפ'ן וואנט וואס געפינט זיך קען איבער דעם שפיגל. די סיבה דערפון איז, אזוי ווי ווען א מענטש ווארט א באל צום וואנט מיט כח, וועט עס צוריק שפרינגען אויף צוריק, אזוי אויך שיקט דער שפיגל צוריק אלע שטראלן פון ליכטיגקייט וואס קומען אן צו איהם אויף צוריק, און דערפאר וועלן די שטראלן פון ליכטיגקייט אנקומען צום וואנט וואס געפינט זיך קעגן איהם.

וועגן די זעלבע סיבה וועט זיין אוממעגליך אריינצוקוקן אינעם אפשפיגלונג פונעם לאמפ אינעם שפיגל, פונקט ווי מען קען נישט אריינקוקן אינעם לאמפ אליינס, ווייל פונקט ווי די אויג קען נישט פארנעמען די שטארקקייט פון די שטראלן וואס קומען ארויס פונעם לאמפ, קען ער אויך נישט פארנעמען די זעלבע שטראלן וואס קומען צוריק פונעם שפיגל.

אנדערע חפצים אבער, שיקן טאקע אויך צוריק די שטראלן פון ליכטיגקייט וואס קומען אן צו זיי, די חילוק איז אבער אז א חלק פון די ליכטיגקייט שטראלן ווערן איין געזאפט אינעם חפץ און ווערט נישט צוריק געקלאפט, אזוי אז די אויג קען שוין פארנעמען די שטראלן וואס קומען צוריק, און אפטייטשטן וואס איז די חפץ וואס האט צוריק געשיקט די שטראלן.

און אין דעם איז דא די חילוק צווישן די זאכן וואס האבן אנדערע פארבן, היות יעדע נארמאלע ליכטיגקייט שטראל האט אין זיך אלע פארבן צוזאמען (וראיה לדבר, ווען א ליכטיגקייט שטראל שיינט אויף א גלאז אדער א טראפל וואסער, קען מען צומאהל זעהן נעבן דעם אלע פארבן, און דאס איז אויך די מציאות פון א רעגנבויגן, ואכהמל"ב), דערפאר וועט א זאך וואס שיקט צוריק אלע פארבן אויסקוקן פארן אויג ווי ווייס, וואס דאס איז די פארב פון די ליכטיגקייט שטראל.

אבער ווען די שטראל וועט זיך אנקלאפן אין א טאמאטע, איז די צוזאם שטעל פונעם טאמאטע גורם אז ער זאל אריינזאפן אין זיך אלע חלקים פונעם שטראל, חוץ פון די רויטע שטראל ואס דאס זאפט זיך נישט איין אין איהם, דערפאר וועט די חלק פונעם שטראל צוריק קלאפן פון דעם, און די אויג וועט באקומען נאר די רויטע חלק פונעם שטראל, און אפטייטשטן די רונדעכיגע צורה פון די רויטע שטראלן, אז דא געפינט זיך א טאמאטע.

דערגעגן ווען די שטראלן קלאפן זיך אן אין א באנאנע, וועט די פרי איינזאפן אין זיך אלע חלקים פון די שטראלן, חוץ פון די געלע חלק שבו, אזוי וועט דער אויג צוריק באקומען געלע שטראלן מיט א קרומע צורה, און עס אפטייטשן אלץ באנאנע, וכן הלאה ביי אלע חפצים.

עס זענען אבער אויך דא זאכן וואס נעמען אריין אין זיך אלע חלקים פונעם שטראל, און גארנישט ווערט נישט צוריק געשיקט, דעמאלטס וועט די אויג טאקע אויס'חשבונ'ען אז דא געפינט זיך א זאך אן קיין פארב, און עס זעהן אלץ שווארץ.

דאס איז ווען עס איז טאקע דא ליכטיגקייט, אבער ווען עס איז טונקל אין צימער, האבן די זאכן נישט וואס צוריק צו שיקן, מילא האבן קיינע פון די חפצים נישט קיין פארב, און אלע קוקן אויס שווארץ, וואס דאס איז די ריכטיגע אויסקוק פונעם חפץ.


דאס איז די הסבר פון דעם וואס א ווייסע זאך קוקט אויס ווייטער ווי א טונקעלערע זאך, וויבאלד די ווייסע זאכן שיקן צוריק פון אלע פארבן צוזאמען, איז עס שווערער פאר'ן אויג צו פארנעמען ווי די טונקעלערע שטח, דערפאר קוקט עס אויהם אויס ווי עס איז ווייטער.

זאגט אבער דער רמב"ן, אז אויב איז דא אין די ווייסע שטח אויך שווארצע ליניעס, און עס איז נישט איין וויסע שטח ברציפות, מאכט דאס לייכטער פארן אויג עס צו פארנעמען, און דערפאר ווען א נגע האט שער שחור קוקט עס נישט אויס עמוק מעור בשרו.


קו' הרא"ם והגו"א ותי'
דער מהר"ל פרעגט אויפ'ן רמב"ן, הגם אז אין פסוק ד' רעדט מען פון וּשְׂעָרָה לֹא הָפַךְ לָבָן, שטייט אבער נישט אין פסוק אז עס האט יא שער שחור, מילא איז צוריק שווער וואס איז די פשיטות אז דעמאלטס איז וְעָמֹק אֵין מַרְאֶהָ מִן הָעוֹר.

אבער אויף דעם וואלט מען געקענט ענטפערן, אז פון דעם וואס עס שטייט וּשְׂעָרָה לֹא הָפַךְ לָבָן איז משמע אז עס וואלט געקענט זיין א מציאות פון דעם סימן טומאה פון שער לבן אין דעם נגע, וואס דארף זיין אז עס איז קודם געווען שער שחור און שפעטער געווארן איבערגעדרייט צו שער לבן, מילא איז פשוט אז עס רעדט זיך פון א נגע מיט שער שחור.

אבער דער מזרחי פרעגט נאך, אז חז"ל זאגן דאך אז מיעוט שער שנים, מוז דאך נישט זיין אז די נגע האט מער ווי צוויי שווארצע הארעלעך, און עס איז נישט מסתבר אז דורך די צוויי שווארצע האר זאל אויסמאכן אויפ'ן גאנצע מראה הנגע אז עס זאל נישט אויסקוקן טיפער.

דער גור אריה פארענטפערט, אז אין גמרא שטייט נישט ווי רש"י'ס לשון אז יעדע ווייסע חלק קוקט אויס טיפער, נאר רש"י האט עס צוגעלייגט, און אין גמרא שטייט נאר כמראה חמה העמוקה מן הצל, זאגט דער מהר"ל אז דאס איז נאר ביי א ווייסע זאך וואס האט א שיין און א גלאנץ, דעמאלטס קען די אויג נישט פארנעמען די שיין פון ווייסקייט און עס קוקט אויס ווייטער ווי די טונקעלע חלק, און אויף דעם טוט יא אויף דאס וואס די נגע איז נישט אינגאנצן ווייס, אז עס האט שוין נישט דער ווייסער שיין וואס זאל עס מאכן אויסקוקן טיפער.


ביאור ר' ישעיה הזקן דטראני
דער חיד"א אין זיין ספר 'פני דוד' ברענגט ער א ישוב פונעם ראשון רבי ישעיה דטראני בעל תוס' רי"ד, און כדי עס מסביר צו זיין וועלן מיר מקדים זיין וואס דער רמב"ן איז מסביר אין די יסוד פון סימני טומאה ביי נגעים.

דער רמב"ן איז מדייק די שינוי הלשונות, אנהייב פרשה שטייט (פסוק ב) וְהָיָה בְעוֹר בְּשָׂרוֹ לְנֶגַע צָרָעַת, און אזוי אויך אינעם קומענדיגע פסוק (ג) ביים סימן טומאה פון שער לבן נֶגַע צָרַעַת הוּא וְרָאָהוּ הַכֹּהֵן וְטִמֵּא אֹתוֹ. ווייטער ביי א נגע וואסוואקסט נאכן מסגיר זיין זאגט דער פסוק (ח) וְטִמְּאוֹ הַכֹּהֵן צָרַעַת הִוא.

זאגט דער רמב"ן אז הגם אז רש"י זאגט אויפ'ן סימן טומאה פון שער לבן 'ששער לבן סימן טומאה הוא גזירת הכתוב', האט עס יא א טעם, נאר כמליצת לשונו 'וגזירת עילאה היא די מטא על גברא ההוא', דהיינו דאס איז א גזירה און אן עונש אויף דעם מנוגע, און די טעם הדבר איז ווייל א נגע וואס איז מטמא איז נאר א נגע וואס איז אויך אינעווייניג אונטערן הויט, און אז נישט איז עס סתם א שינוי אין די הויט און נישט קיין קראנקהייט.

און אויף דעם געבט די תורה צוויי סימנים ווי אזוי מען קען זעהן צו דאס איז נאר א אויסערליכע שינוי אויפן הויט אדער עס גייט אריין אונטערן הויט אויך. איינס איז א סימן אז עס איז שוין יעצט דא א צרעת אונטערן הויט און דאס איז אז דער נגע וואקסט נאך הסגר, און די אנדערע איז נאר א סימן אז עס גייט ווערן דא א צרעת אונטערן הויט, וואס דאס איז שער לבן וואס ווייזט אז די פלייש אונטערן נגע איז אפגעשוואכט און אלץ תוצאה קומט ארויס ווייסע האר, און מיט די צייט גייט עס ווערן א צרעת דארט, דערפאר איז ער שוין יעצט טמא.

מיט דעם איז דער רמב"ן מסביר די שינוי הלשונות, נֶגַע איז די שינוי וואס מען זעהט אויפ'ן הויט, און צָרָעַת איז א קרעץ וואס איז אונטערן עור הבשר. דערפאר הייבט אן דער פסוק וְהָיָה בְעוֹר בְּשָׂרוֹ לְנֶגַע צָרָעַת, דהיינו אז עס קען זיין אז דער נגע איז א סימן אז עס גייט ווערן א צרעת, און אזוי אויך ביים סימן פון שער לבן וואס איז נישט קיין סימן אז עס איז שוין יעצט דא א צרעת נאר עס גייט ווערן, זאגט דער פסוק נֶגַע צָרַעַת הוּא וְרָאָהוּ הַכֹּהֵן וְטִמֵּא אֹתוֹ, אז דער נגע גייט ווערן א צרעת. אבער ווען דער נגע איז פושה נאכ'ן הסגר, דעמאלטס איז א סימן אז אונטערן נגע איז שוין דא א צרעת, מילא זאגט דער פסוק וְטִמְּאוֹ הַכֹּהֵן צָרַעַת הִוא, ווייל עס איז שוין דא דארט די צרעת.

לפי"ז וועט מען פארשטיין די חילוק פון רבי ישעיה דטראני, וואס ער זאגט אז ביים ערשטן פסוק וואס רעדט זיך פון א נגע מיט שער לבן, וואס דאס איז א סימן אז די מכה גייט שוין אריין אינעווייניג אויך, דעמאלטס איז עס א שטארקע ווייסקייט, ווייל אונטערן הויט הייבט אויך אן צו ווערן ווייס, דערפאר קוקט עס אויס עָמֹק מֵעוֹר בְּשָׂרוֹ, משא"כ ביי א נגע אן קיין שער לבן, איז דאך נאכנישט דא קיין לקותא אונטערן הויט, מילא איז עס נישט אזוי ווייס און עס קוקט נישט אויס טיפער.


פי' ה'נחלת יעקב' ו'המשכיל לדוד' ברש"י
עס זענען אבער דא מפרשי רש"י וואס לערנען אז רש"י איז בכלל נישט שווער געווען דער קשיא וואס דער רמב"ן לערנט אריין בדבריו, נאר רש"י'ס מכוון איז געווען אויף עפעס אנדערש.

א. דער נחלת יעקב לערנט פשט, אז רש"י איז שווען געווען פארוואס שטייט וְעָמֹק אֵין מַרְאֶהָ מִן הָעוֹר, און נישט 'ואין מראה עמוק מן העור', און דאס מאכט טראכטן אז מ'רעדט דא אז עס איז יא עמוק אבער נישט אינגאנצן עמוק, אזוי ווי מ'טרעפט אז די גמרא איז מדייק אין מס' סנהדרין (כב:) פון דעם וואס שטייט אין ספר יחזקאל (מד, כ) לגבי די כהנים וּפֶרַע לֹא יְשַׁלֵּחוּ, און נישט 'לא ישלחו פרע', אז זיי מעגן לאזן וואקסן די האר, אבער נישט צו לאנג, און מען טייטשט דעם פסוק וּפֶרַע מעגן זיי האבן, אבער לֹא יְשַׁלֵּחוּ, אזוי אויך דא דארף מען אזוי טייטשן, וְעָמֹק איז עס, אבער אֵין מַרְאֶהָ מִן הָעוֹר עס זעהט זיך נישט אזוי שטארק אן אויפן הויט, און היות אז כדי עס זאל הייסן פון די מראות נגעים מוז עס זיין אויסקוקן כאטש עפעס עמוק מן העור, ווי דער רמב"ם שרייבט (טומאת צרעת פ"א ה"ו) זאגט רש"י 'לא ידעתי פירושו' פונקטליך ווען גייט עס נאך אריין בגדר עמוק און ווען שוין נישט.

ב. דער משכיל לדוד טענה'ט אז עס איז נישט מסתבר אז רש"י זאל דא זוכן מודיע זיין וואס ער ווייסט נישט פשט, נאר יעדעס מאל וואס רש"י ברענגט אזא לשון, דארף מען אנדערש אפלערנען.

זאגט ער פשט, אז ביי דעם נגע וואס האט נישט קיין שער לבן, קוקט עס טאקע נישט אויס אזוי שטארק טיפער פון דעם עור הבשר ווי די נגע מיט שער לבן, אבער אזוי ווייט אז דער פסוק זאל זאגן וְעָמֹק אֵין מַרְאֶהָ מִן הָעוֹר איז רש"י שווער געווען, אויב עס איז ווייס איז עס אייביג עמוק מעור בשר, און אז עס איז נישט ווייס איז עס נישט קיין נגע.

דערפאר איז רש"י מסביר אז ביי אזא נגע וואס קוקט נישט אויס אזוי טיף, קוקט עס נישט אייביג אויס ווי עס איז טיפער, און אז מ'וועט פרעגן איינעם צו ס'קוקט אויס טיפער וועט ער ענטפערן 'לא ידעתי', און דאס מיינט דער פסוק וְעָמֹק אֵין מַרְאֶהָ אז עס קוקט נישט אויס אויף זיכער טיפער פון די הויט, מילא זאגט רש"י 'לא ידעתי, פירושו', דהיי' אז דער פירוש פונעם פסוק איז אז מען ווייסט נישט אויף זיכער צו עס איז עמוק צו נישט.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24355
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליך שיין

ושפתיים ישק...

אבער מען דארף שרייבן ביים קעפל אויך דער פרשה...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

24 א שטיקעלע רמבן - תזריע.pdf
(207.4 KiB) געווארן דאונלאודעד 51 מאל
אוועטאר
איינגעשריבענע גאסט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:23 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינגעשריבענע גאסט »

מה־נמלצו (מתוק) לחכי אמרתך מדבש לפי:

א שאד צו פארפאסן!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17019
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת אחרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

איינע פון די עבודות המיוחדות פונעם סדר עבודת יום הכיפורים, איז די מצה פון מאכן דעם גורל אויף די צוויי ציגן, ווי עס שטייט אין פסוק (טז, ח) וְנָתַן אַהֲרֹן עַל שְׁנֵי הַשְּׂעִירִם גֹּרָלוֹת גּוֹרָל אֶחָד לַה' וְגוֹרָל אֶחָד לַעֲזָאזֵל. די פסוק זאגט ווייטער איז מסביר מ'טוט מיט'ן שעיר לעזאזל (פסוק י) וְהַשָּׂעִיר אֲשֶׁר עָלָה עָלָיו הַגּוֹרָל לַעֲזָאזֵל יָעֳמַד חַי לִפְנֵי ה' לְכַפֵּר עָלָיו, לְשַׁלַּח אֹתוֹ לַעֲזָאזֵל הַמִּדְבָּרָה.


שיטת רש"י
רש"י איז מסביר פשט פונעם ווארט לַעֲזָאזֵל, וואס די גמרא זאגט אין מסכת יומא (סז:) אז עֲזָאזֵל מיינט א הארטע און שטארקע בארג, דהיינו נישט קיין זאמדיגע בארג, נאר א שטיינערנע בארג. און ווי רש"י איז מסביר איז די גמרא דארט, איז דאס ווארט צוזאם געשטעלט פון צוויי ווערטער, 'עז' און 'אל' וואס איז אויך א לשון פון שטארקייט, ווי עס שטייט אין פסוק אז נבוכדנצר האט גענומען די שרים פון ארץ ישראל קיין בבל ביי גלות יכניה (יחזקאל יז, יג) וְאֶת אֵילֵי הָאָרֶץ לָקָח, און אזוי ברענגט אויך דער אבן עזרא בשם רבי סעדיה גאון אז עֲזָאזֵל איז א נאמען פון א בארג וואס האט אזוי געהייסן ע"ש זיין שטארקייט.

דער רמב"ן לייגט צו אז דער צווייטער ז' איז אויך א חלק פונעם ווארט עז, ווי מיר טרעפן ווען דער פסוק וויל ארויסברענגען א הפלגה אין שטארקייט שטייט (תהלים כד, ח) עִזּוּז.

די גמרא לייגט אויך צו אז עס האט געדארפט זיין א בארג וואס גיhט גלייך אויף אראפ ווי א פעלזן שטיין און נישט א שיפע בארג, פון דעם וואס עס שטייט ווייטער ביים שילוח (פסוק כב) וְנָשָׂא הַשָּׂעִיר עָלָיו אֶת כָּל עֲוֹנֹתָם אֶל אֶרֶץ גְּזֵרָה וְשִׁלַּח אֶת הַשָּׂעִיר בַּמִּדְבָּר, און אֶרֶץ גְּזֵרָה מיינט א לשון פון פארשניטן, אז עס זאל אויסקוקן ווי דער בארג איז צושניטן געווארן אין האלב.

אזוי אויך דרש'נט די גמרא פון אֶרֶץ גְּזֵרָה אז עס דארפ'ן ארויסקומען שפיצן פונעם בארג, כדי אז דער ציג זאל צושניטן ווערן אויף שטיקער בשעת'ן אראפפאלן פונעם בארג.


קושיית רב מבשר הלוי
דער אבע"ז ברענגט א קשיא אויף דעם פון רב מבשר הלוי וואס האט געשריבן השגות אויפ'ן פירוש הרס"ג, אז אויב אזוי אז עס איז צוזאמען געשטעלט פון 'עזוז' און 'אל', וואלט דער אל"ף געדארפט צו זיין נאכ'ן ז', און עס וואלט געדארפט הייסן עזזאל און נישט עֲזָאזֵל.


יישוב הגור אריה
דער מהר"ל ענטפערט די קשיא, אז היות אז מען האט אזוי גערופן דעם בארג על שם זיין שטארקקייט, איז אזוי די סדר ביים געבן א נאמען פאר א זאך אז מען טוישט ארום די אותיות, טאקע צו ווייזן אז מען רעדט דא נישט פונעם עצם שטארקייט נאר פון א זאך וואס הייסט על שם דעם, און דערפאר האט מען דייקא געטוישט און גערופן דעם בארג עֲזָאזֵל און נישט עזזאל.


שיטת אבן עזרא בשם הי"א
דער אבן עזרא ברענגט נאך א יש אומרים אז עזאזל איז א נאמען פון א געוויסע בארג וואס האט זיך געפונען אינעם געגנט פון מדבר סיני, דארט ווי כלל ישראל איז געווען אין די ערשטע תקופה נאכ'ן הקמת המשכן, און די תורה האט גערעדט פון די מציאות וואס כלל ישראל איז דעמאלטס געווען, און ווען מען האט געטוהן די עבודה בזמן הבית האט מען עס געטראגן צו אן אנדערע בארג וואס האט זיך געפונען אין מדבר נעבן ירושלים.

און ער שטעלט צו צו דעם, אז דער פסוק רעדט פון א מציאות וואס איז נאר געווען לזמן, און לדורות איז עס געווען אויף אן אנדערע מציאות, צו דעם וואס ער זאגט אין פרשת אמור (כג, יא) צו ענטפערן די טענה פון די צדוקים אז מען דארף אנהייבן צו ציילן ספירה אויף א זונטאג, ווייל דער פסוק זאגט וּסְפַרְתֶּם לָכֶם מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת, אז עס קען זיין אז דער פסוק רעדט בנבואה אז די ערשטע יאר וואס מען וועט אריינגיין קיין ארץ ישראל וועט די ערשטע טאג פסח פאלן אום שבת, און מען וועט אנהייבן ציילן ספירה צומארגנס פון דעם שבת, און אין אנדערע יארן וואס עס וועט פאלן אינמיטן וואך הייבט מען אויך אן דעם צווייטן טאג פון פסח צו ציילן, נאר דער פסוק רעדט פונעם ערשטן מציאות וואס מען וועט מקיים זיין די מצוה.

אזוי אויך ברענגט ער א ראיה אז הגם דער פסוק דערמאנט א נאמען פון א בארג, דארף עס נישט דייקא זיין אויף יענע בארג, נאר לויט די מציאות וואס מען איז דעמאלטס, פון דעם וואס אין בית שני איז נישט געווען קיין ארון, און נאכאלץ האט מען מקיים געווען די עבודה פון יום הכיפורים, אפילו אז אין פסוק שטייט (פסוק יד) וְהִזָּה בְאֶצְבָּעוֹ עַל פְּנֵי הַכַּפֹּרֶת קֵדְמָה וְלִפְנֵי הַכַּפֹּרֶת יַזֶּה שֶׁבַע פְּעָמִים, איז נישט מעכב דעם ארון נאר מען קען עס מקיים זיין אויפ'ן פלאץ פונעם ארון. אזוי אויך הגם אז דער פסוק רעדט פון א געוויסע בארג וואס געפינט זיך אין מדבר סיני, מוז עס נישט דייקא זיין דער בארג, נאר מען קען עס טוהן ביי יעדע בארג וואס איז אינעם געגנט פונעם בית המקדש, פונקט ווי דער באג איז געווען אינעם געגנט פונעם משכן.


מען דארף אבער מעיר זיין, אז דאס וואס דער אבע"ז שרייבט בשמם אז דער בארג איז געווען אינעם געגנט פונעם הר סיני איז לכאורה נישט דווקא, ווייל כלל ישראל האט זיך נאר געפונען ביים הר סיני נאכן הקמת המשכן - וואס איז געווען ראש חודש ניסן - נאר פאר פופציג טעג, ביז כ' אייר ווען כלל ישראל איז געפארן קיין מדבר פארן, קומט אויס אז עס איז קיינמאל נישט געטוהן געווארן די עבודת יום הכיפורים אינעם געגנט פון מדבר סיני, נאר מען מוז זאגן אז עס איז טאקע געווען אינעם געגנט פון מדבר פארן.

אדער קען מען מיישב זיין לפי די דעה אין פון ר' יהודה בר סימון אין מדרש (ויק"ר כא, ז) אז אהרן הכהן האט געמעגט אריינגיין אין קדשי קדשים א גאנץ יאר און נישט נאר יום כיפור, בתנאי אז ער טוט די סדר העבודה וואס שטייט אין אונזער פרשה, און די הגבלה פון יום כיפור שטייט נאר סוף פונעם פרשה, ווען די פסוק רעדט פון די קומענדיגע כהנים גדולים. לויט דעם קען זיין אז אהרן האט נאך געטוהן די סדר העבודה אין די תקופה וואס דער משכן איז געשטאנען אין מדבר סיני, און דעמאלטס האט מען טאקע געשיקט דעם שעיר צום בארג וואס האט געהייסן עזאזל וואס איז געווען אין יענע געגנט.


דער אבן עזרא פירט אויס זיין ביאור מיט זייער אן אינטרעסאנטע שורה, 'ואם יכולת להבין הסוד שהוא אחר מלת עזאזל תדע סודו וסוד שמו כי יש לו חברים במקרא, ואני אגלה לך קצת הסוד ברמז בהיותך בן שלשים ושלש תדענו'.


ביאור ה'דעת זקנים' בדברי האבע"ז
די בעלי התוס' זענען מסביר אז דא גייט דער אבע"ז צוריק צו רש"י'ס מהלך אז דער ווארט עזאזל איז א צוזאם געשטעלטע ווארט פון צוויי ווערטער, אבער נישט עז מיט אל וואס דעמאלטס וואלט געדארפט שטיין לעזזאל, נאר עס איז צוזאמען געשטעלט פון לעז אזל, ד.מ. אז דער ציג גייט צום שטארקן בארג.

און אלץ ראיה צו דעם זאגט דער אבן עזרא 'בהיותך בן שלשים ושלש תדענו', ווייל 33 איז די גימטריא פונעם ווארט ג"ל, מרמז צו זיין אויף דעם וואס מיר טרעפן ביי יעקב אבינו אז ער האט גערופן דעם גל וואס ער האט געמאכט ביים שליסן דעם בונד מיט לבן (בראשית לא, מח) וַיֹּאמֶר לָבָן הַגַּל הַזֶּה עֵד בֵּינִי וּבֵינְךָ הַיּוֹם עַל כֵּן קָרָא שְׁמוֹ גַּלְעֵד, וואס דארט זעהט מען אז דער ווארט גַּלְעֵד איז א צוזאמען געשטעלטע ווארט פון 'גל' און 'עד'.

און לויט דעם איז דער פשט פון דעם וואס דער אבע"ז שרייבט 'כי יש לו חברים במקרא', ווייל מען טרעפט שוין אזוי אין ספר דניאל (ח, יג) דעם ווארט לַפַּלְמוֹנִי, וואס איז א צוזאמען שטעל פון פלוני אלמוני, ווי דער אבע"ז דעמאנט עס אין פרשת שמיני (יא, כב).


ענליך צו דעם מהלך אז דער ווארט עזאזל האט אין זיך די אראמישע ווארט 'אזל' וואס מיינט גיין שטייט אינעם פי' הרד"ק עה"ת, נאר ער טייטשט עס 'עז' מיינט דער ציג 'אזל' גייט צו דעם בארג.


ביאור הרמב"ן בדברי האבע"ז
דער רמב"ן זאגט אז הגם דער אבן עזרא איז א (משלי יא, יג) נֶאֱמַן רוּחַ מְכַסֶּה דָבָר און ער איז נישט מגלה דעם סוד, וועט ער זיין א (שם) הוֹלֵךְ רָכִיל מְגַלֶּה סּוֹד, און מבאר זיין וואס דער אבן עזרא מיינט.

זאגט דער רמב"ן אז דער אבן עזרא באציהט זיך צו דעם וואס ער ברענגט פריער פון רב שמואל בר חפני וואס לערנט אז דער שעיר לעזאזל איז אויך א קרבן פונקט ווי דער שעיר לה', און דער אבן עזרא טענה'ט זיך מיט איהם אז עס ווערט נישט פאררעכנט אלץ קרבן, וויבאלד מען שחט עס נישט.

נאר וואס איז יא דער ענין פונעם שעיר לעזאזל, שטייט אין פרקי דר' אליעזר (פרק מו) אז דער שעיר אז א שוחד פארן ס"מ כדי ער זאל נישט מקטרג זיין אויף די אידישע קינדער אין יום כיפור, און נישט נאר דאס נא ער איז נאך מלמד זכות אויף די אידן, זאגנדיג אז די אידן זענען יום כיפור אזוי ווי די מלאכי השרת אן קיין עסן און טרינקן און עס איז דא שלום צווישן זיי, און זיי זענען ריין פון עבירות, און אז דער קטיגור אליינס איז מלמד זכות ברענגט דאס אז דער באשעפער זאל מוחל זין אלע עבירות.


און דער רמב"ן איז עס מסביר, אז די גוים וואס פלעגן דינען עבודה זרה און מקריב געווען קרבנות פאר זיי, איז דער ענין געווען ווייל די שדים וואס ווערן אויך אנגערופן ווייטער (יז, ז) שְׂעִירִם האבן א הנאה פון די רויעך און די בלוט וואס מען איז מקריב פאר זיי, און דורך דעם האבן זיי צוריק געצאלט טובות אר די מענטשן וואס האבן זיי עס געטוהן.

און הגם דער רמב"ן שרייבט דא אז ער וויל נישט אריינגיין און מאריך זיין אין דעם ענין, וויבאלד דעמאלטס וועט ער זיך דארפן טענה'ן מיט'ן'יוני', וואס דאס מיינט דער פילאזאף אריסטו, וואס ער האט געהאלטן אז וואס ער קען נישט זעהן און משיג זיין מיט זיין אייגענע שכל איז נישט אמת, איז אבער דער רמב"ן מאריך ווייטער דארט אויפ'ן פסוק וְלֹא יִזְבְּחוּ עוֹד אֶת זִבְחֵיהֶם לַשְּׂעִירִם אֲשֶׁר הֵם זֹנִים אַחֲרֵיהֶם.

און דער רמב"ן איז דארט מסביר, ווי באקאנט איז יעדע זאך וואס מיר זעהן און מיר קענען עס פילן צוזאמען גשטעלט פון די פיר יסודות אש מים אוח און עפר, און אזוי אויך דער מענטש איז צוזאם געשטעלט פון אלע פיר יסודות, און כדי עס זאל זיך האלטן צוזאמען ווי עס דארף צו זיין דארף דער מענטש עסן אוון טרינקען, און אז נישט קען ער נישט בלייבן ביים לעבן, ווייל מיט די צייט ווערן אויסגענוצט חלקים וואס דער גוף דארף האבן צו האלטן די יסודות צוזאמען, און פון די עסן באקומט די גוף דאס וואס פעלט איהם.

עס זענען אבער דא ברואים וואס זענען צוזאמען געשטעלט נאר פון די יסודות אש און רוח, וואס זענען מער רוחניות'דיגע יסודות, און דערפאר קען מען זיי נישט זעהן מיט די פליישיגע אויגן און נישט אנטאפן, אבער זיי דארפן אויך האבן עסן כדי זייערע יסודות זאלן זיך האלטן צוזאמען און זיי זאלן נישט שטארבן, ווי די גמרא זאגט אויף די שדים (חגיגה טז.) 'אוכלין ושותין כבני אדם, פרין ורבין כבני אדם, ומתים כבני אדם'.

וביתר ביאור זאגט דער רמב"ן, היות אז דער שד האט אין זיך זייער שטארק דער יסוד האש, איז דאס גורם ביי איהם א שטארקע טריקנקייט און עס נעמט אוועק זיין גאנצע לחלוחית, און דאס ברענגט צו אז ער זאל שטארבן, און כדי צו בלייבן ביים לעבן דארף ער אריינציען רויעך און פליסיגקייטן וואס דאס האלט איהם ביים לעבן, און דאס איז זייער תועלת פון די קרבנות וואס מען פלעגט מקריב זיין פאר זיי.

אבער נאך אלץ זאגט דער פסוק (דברים לב יז) יִזְבְּחוּ לַשֵּׁדִים לֹא אֱלֹהַּ, און ווי דער תרגום טייטשט 'דבחו לשדין דלית בהון צרוך', הגם זיי פלעגן אלץ שכר פאר'ן מקריב זיין קרבנות פאר זיי מגלה זיין פאר זייערע דינערס וואס זיי האבן געהערט פון די מלאכים וואס זענען ממונה אויף די מזלות וואס עס איז נגזר געווארן עס זאל געשעהן, הייסט עס נאך אלץ 'דלית בהון צרוך', סיי ווייל זיי האבן נישט קיים שום כח משנה צו זיין דאס וואס איז נגזר געווארן, און אויך ווייל זיי ווערן געוואויר נאר זאכן וואס גייען שוין געשעהן ממש יעצט, און עס איז נישט דא קיין צייט עס זאל העלפן דעם מענטש אז ער זאל זיך קענען באהיטן פון דעם.


זאגט דער רמב"ן, אז דער תורה האט גע'אסר'ט פאר אידן דער גאנצע ענין פון מקריב זיין פאר די שדים, אבער יום כיפור האט דער באשעפער געהייסן מיר זאלן שיקן דעם שעיר לעזאזל צום מדבר, וואס דארט איז די שליטה פונעם ס"מ וואס ער איז ממונה אויף יעדע פלאץ ווי עס הערשט חורבן און וויסטעניש, און ער איז דער מלאך וואס איז ממונה אויפ'ן מזל מאדים וואס ברענגט בלוט פארגיסונס און מלחמות און אלע מיני קרענק, און אזוי אויך איז ער דער שר פון די בני עשיו, און פון די בהמות איז ער ממונה אויף די ציגן, און דערפאר ווערט עשו אנגערופן איש שעיר, היות זיין מלאך איז אויך ממונה אויף די שעירים, און אזוי אויך איז ער ממונה אויף די שדים, און דערפאר די וואס דינען זיי און קענען זיי זעהן, זעהען זיי די שדים מיט א צורה פון ציגן,וואס דערפאר ווערן זיי אנגערופן שעירים, דערפאר זאל מען איהם משחד זיין מיט א ציג כדי ער זאל מלמד זכות זיין אויף כלל ישראל.

אבער כדי צו ווייזן אז מיר שיקן ח"ו נישט דעם ציג צום ס"מ, ווייל אונז האט דער תורה גע'אסר'ט צו מהנה זיין די שדים און די מלאכים, און מעגן מקריב זין נאר פאר איהם אליינס בִּלְתִּי לַה' לְבַדּוֹ, נאר דער באשעפער איז דער וואס שיקט כביכול דעם שוחד פאר'ן ס"מ. דערפאר איז די מצוה צו ברענגען ביידע שעירים אין די עזרה, און מען מאכט א גורל וואס איז נישט בידיו פונעם מענטש צו מחליט זיין וואס דער גורל וועט אויסקומען, נאר עס איז מן השמים, ווי דער פסוק זאגט אין משלי (טז, לג) בַּחֵיק יוּטַל אֶת הַגּוֹרָל וּמֵה' כָּל מִשְׁפָּטוֹ, דאס ווייזט אז פון הימל שיקט מען דעם ציג פאר'ן ס"מ.

און דערפאר איז דער תרגום מדייק אויפ'ן פסוק (ח) גּוֹרָל אֶחָד לַה' וְגוֹרָל אֶחָד לַעֲזָאזֵל, זאגט אונקלוס 'לשמא דהשם ולעזאזל', און עס שטייט נישט 'לשמא דעזאזל' ווייל אונז מאכן מיר די סדר העבודה נאר לשם ה', און בכלל נישט פאר'ן ס"מ וואס ווערט אנגערופן עזאזל ע"ש עוזא ועזאל, נאר פון הימל שיקט מען דעם בהמה אלץ שוחד. און דערפאר שחט מען טאקע נישט דעם שעיר, צו ווייזן אז אונז דינען מיר ח"ו נישט דעם ס"מ און עס קומט נישט פון אונז, נאר מיר טוהן נאר דעם שילוח צו טוהן וואס דער באשעפער האט אונז געהייסן, און ער איז דער וואס שיקט דעם שעיר.


און דאס איז די כוונה פונעם אבן עזרא 'בהיותך בן שלשים ושלש תדענו', דאס מיינט אז כדי צו פארשטיין דעם ענין וואס איז דער שעיר לעזאזל דארף מען קוקן 33 פסוקים ווייטער פונעם פסוק וְגוֹרָל אֶחָד לַעֲזָאזֵל, וואס דאס איז דער פסוק פון וְלֹא יִזְבְּחוּ עוֹד אֶת זִבְחֵיהֶם לַשְּׂעִירִם.

און מיט דעם איז מדויק וואס מיינט וְלֹא יִזְבְּחוּ עוֹד, וואס פשטות וואלט עס געמיינט אז די אידן זענען געווען געוואוינט מקריב צו זיין פאר די שדים אין מצרים, זאגט דער פסוק אן אז זיי זאלן עס מער נישט טוהן, אבער לויט דעם אבן עזרא איז פשט, אז הגם אז איינמאל א יאר קומט אן דורך אונז א קרבן פון שחוד פארן ס"מ וואס איז ממונה אויף די שידם, מעג מען עס נאר טוהן געמאלטס ע"ם ציווי ה' אבער מער ווי דעם גייט שוין אריין בכלל פון עבודה זרה.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24355
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מורא'דיג
הערליך

יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

25 א שטיקעלע רמבן - אחרי.pdf
(191.28 KiB) געווארן דאונלאודעד 51 מאל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17019
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת אמור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אין די פסוקים פון די הלכות פונעם כהן גדול שטייט (כא, יב) וּמִן הַמִּקְדָּשׁ לֹא יֵצֵא וְלֹא יְחַלֵּל אֵת מִקְדַּשׁ אֱלֹקָיו.


ביאור רש"י ורמב"ם
אויפ'ן ערשטע חלק פונעם פסוק וּמִן הַמִּקְדָּשׁ לֹא יֵצֵא ברענגט רש"י צוויי פשטים, אבער אויפ'ן המשך פונעם פסוק איז רש"י נאר מסביר לויט'ן צווייטן פשט.

די ערשטע פשט איז, אז דאס איז המשך צו דעם וואס שטייט אינעם פריערדיגן פסוק לְאָבִיו וּלְאִמּוֹ לֹא יִטַּמָּא, לייגט דער פסוק צו אז נישט נאר אז ער מעג זיך נישט מטמא זיין צו זיי און נישט אריין גיין באוהל המת, נאר ער מעג אויך נישט ארויסגיין צום לויה.

און אין די משנה אין מס' סנהדרין (יח.) איז דא אין דעם א מחלוקת צווישן ר' מאיר און ר' יהודה, ר' יהודה לערנט כפשוטו אז ער מעג זיך בכלל נישט משתתף זיין ביים לויה, נאר ער זאל בלייבן אין בית המקדש. און ר' מאיר לערנט 'מקדושתו לא יצא', דהיינו ער זאל זיך נישט אריינברענגען אין א מעגליכקייט טמא צו ווערן, און אויף דעם איז גענוג אז ער געפינט זיך נישט אויפ'ן זעלבן גאס ווי די מיטה גייט, נאר נאך וואס די מת איז אריבער צו די נעקסטע גאס קען ער אריינגיין אין יענעם גאס, און אזוי מעג ער מלוה זיין א גאס אפגערוקט פונעם מיטה.


דערנאך ברענגט רש"י 'ועוד מכאן למדו רבותינו', אז זיי זענען מפרש דעם פסוק נישט בלשון איסור, נאר אז ער דארף נישט ארויסגיין פונעם בית המקדש ווען עס ווערן נפטר זיינע עלטער אפילו אז ער ווערט א אונן, און לויט דעם איז רש"י מסביר דעם המשך וְלֹא יְחַלֵּל אֵת מִקְדַּשׁ אֱלֹקָיו, אז דאס איז דער נתינת טעם פארוואס ער דארף נישט אויפהערן מיט די עבודה ווען ער הערט איבער די פטירה פון זיינע קרובים, ווייל אפילו אז דער כהן גדול טוט די עבודה בשעת ער איז אן אונן ווערט די עבודה נישט מחולל, אנערש ווי ביי א כהן הדיוט וואס דינט אלץ אונן, וואס זיין עבודה איז פסול.


דער רמב"ם אין ספר המצוות (ל"ת קסה) ברענגט אויך די ביידע מהלכים אין דעם פסוק, אבער דעם איסור פון זיך צו באטייליגן ביי א לויה שטעלט ער צוזאם מיט'ן איסור וואס איז דא ביי יעדן כהן נישט ארויס צו גיין פונעם בית המקדש בשעת'ן טוהן די עבודה, וואס מען לערנט ארויס פונעם פסוק וואס שטייט אין פרשת צו (ח, לג) ביי די שבעת ימי המילואים, וּמִפֶּתַח אֹהֶל מוֹעֵד לֹא תֵצְאוּ שִׁבְעַת יָמִים. און אזוי אויך נאכאמאל אין פרשת שמיני ווען נדב ואביהוא זענען נסתלק געווארן, האט משה רבינו אנגעזאגט אלעזר און איתמר (י,ז) וּמִפֶּתַח אֹהֶל מוֹעֵד לֹא תֵצְאוּ פֶּן תָּמֻתוּ, נאר פון די פסוקים וואלט מעו געקענט מינען אז עס איז געווען פאר זיי אן איסור בכלל ארויס צו גיין פונעם בית המקדש, לערנען חז"ל ארויס אין תורת כהנים פון אונזער פסוק, אז עס שטייט וּמִן הַמִּקְדָּשׁ לֹא יֵצֵא וְלֹא יְחַלֵּל, און חילול איז דאך נאר שייך בשעת מען טוט אן עבודה אז עס ווערט פסול, אזוי אויך דער איסור פון וּמִפֶּתַח אֹהֶל מוֹעֵד לֹא תֵצְאוּ איז נאר אן איסור ארויס צו גיין פון בית המקדש בשעת'ן טוהן אן עבודה, אז מען טאר נישט מפסיק זיין בשעת'ן טוהן אן עבדודה און עס לאזן ליגן און אויב יא איז דא אויף דעם א חיוב מיתה.

נאר ביי א כהן הדיוט גייט נישט אן דער איסור ווען ער דארף גיין מלוה זיין א מת פון די שבעה קרובים, וויבאלד ער מעג מילא נישט ווייטער טוהן די עבודה זייענדיג אן אונן, אבער ביים כהן גדול ליגט אין דעם איסור פון ארויסגיין בשעת'ן עבודה אן עקסטערע איסור ארויס צו גיין זיך משתתף צו זיין אין די לויה ווי אויבן דערמאנט.


קושיות הרמב"ן
דער רמב"ן פרעגט אויף רש"י, און אויך אויפן רמב"ם (אין די השגות אויף ספר המצוות בשורש החמישי) 5 קשיות.

א. אויפ'ן ערשטן פשט אז דער פסוק קומט אסר'ן דעם כהן גדול זיך משתתף צו זיין ביי די לויה פון זיינע קרובים, ברענגט דער רמב"ן דעם תורת כהנים וואס דער רמב"ם ברענגט אויך, אז פון דעם פסוק וּמִן הַמִּקְדָּשׁ לֹא יֵצֵא וְלֹא יְחַלֵּל לערנט מען ארויס אויפ'ן איסור פון וּמִפֶּתַח אֹהֶל מוֹעֵד לֹא תֵצְאוּ אז עס רעדט זיך נאר בשעת עבודה ווען עס איז שייך חילול, אויב אזוי קומט אויס אז דער איסור אין אונזער פסוק רעדט זיך אויך נאר בשעת'ן עבודה, און נישט קיין כלליות'דיגע איסור זיך משתתף צו זיין ביי לויות.

ב. אזוי אויך טענה'ט דער רמב"ן אז אין די גמרא איז מבואר דער טעם האיסור פון זיך משתתף זיין ביים לויה, אז עס איז א חשש אז ער וועט צוקומען זיך מטמא צו זיין מחמת צערו, אויב אזוי איז שווער אויב דאס איז אן איסור דאורייתא, פארוואס ווען די גמרא אין מס' הוריות (יב.) רעכנט אויס די דינים וואס זענען גלייך ביי א כהן משוח מלחמה מיט'ן כהן גדול - און די דיני טומאה בכללם - רעכנט נישט די גמר אויס דער איסור פון וּמִן הַמִּקְדָּשׁ לֹא יֵצֵא, וואס איז א סניף פון דעם איסור טומאה.

ג. אויך טענה'ט דער רמב"ן אז די צוויי פשטים זענען דאך א סתירה איינס צום צווייטן, ווייל לויט'ן ערשטן פשט מיינט דאך וּמִן הַמִּקְדָּשׁ לֹא יֵצֵא א לשון פון אן איסור, אז ער מעג נישט ארויסגיין צו אנטייל נעמען אין די לויה, משא"כ לויט'ן צווייטן פשט מיינט עס נאר אז ער דארף נישט ארויסגיין פונעם בית המקדש בשעת'ן טוהן די עבודה, און עס איז נישט קיין איסור.

אויב אזוי איז שווער לויט רש"י וואס לערנט אינעם אויספיהר פונעם פסוק אז עס גייט נאר מיט'ן צווייטן פשט אז דער כה"ג דארף נישט מפסיק זיין פון טוהן די עבודה ווען ער ווערט אן אונן, וויבאלד ער איז נישט מחלל די עבודה באנינות, אויב אזוי פון וואנעט נעמט זיך צו לערנען אז דא ליגט אויך אן איסור אינעם פסוק.

ד. נאך טענה'ט דער רמב"ן אויף דעם וואס רש"י איז מסביר אז וְלֹא יְחַלֵּל איז זיכער נאר א לשון שלילה, אז דער כה"ג פסל'ט נישט די עבודה אלץ באנינות, און עס איז נישט קיין לשון פון אן איסור, אויב אזוי איז שווער פארוואס רעכענען עס דער בה"ג און אנדערע מוני המצוות אינעם חשבון פון די תרי"ג מצוות, וואס פון דעם איז משמע אז די פשט אין פסוק איז אז ער מעג נישט.

ה. אויך ברענגט דער רמב"ן א גמרא אין מסכת זבחים (טז.) פון וואנעט ווייסט מען אז א אונן פסל'ט די עבודה, קודם לערנט עס די גמרא ארויס פון אונזער פסוק וּמִן הַמִּקְדָּשׁ לֹא יֵצֵא וְלֹא יְחַלֵּל, אז נאר דער כהן גדול פסל'ט נישט די עבודה באנינות, אבער א כהן הדיוט יא, און ר' אלעזר לערנט עס ארויס פון דעם וואס אהרן האט געזאגט צו משה אין פרשת שמיני ביים שעיר החטאת (י, ט) הֵן הַיּוֹם הִקְרִיבוּ אֶת חַטָּאתָם וְאֶת עֹלָתָם לִפְנֵי ה', און די גמרא דרש'נ'ט עס אז אהן האט געזאגט בתמיה, צו דען האבן זייעס מקריב געווען און וועגן דעם איז עס גע'פסל'ט געווארן וויבאלד זיי זענען געווען אוננים?!, איך האב עס דאך מקריב געווען, און נישט דאס איז געווען די סיבה פונעם פסול, זעהט מען פון דעם אז א כהן הדיוט א אונן פסל'ט די עבודה.

פרעגט די גמרא פארוואס לערנט עס ר' אלעזר נישט ארויס פונעם פסוק לֹא יֵצֵא וְלֹא יְחַלֵּל, זאגט די גמרא אז ר' אלעזר האלט אז עס איז נישט משמע פון דעם פסוק אז ביי א כהן גדול פסל'ט עס ניש און ביי אן אנדערע יא. לערנט דער רמב"ן פשט אז ר' אלעזר האט געהאלטן אז די פסוק איז נישט קיין לשון שלילה, אז דער כהן איז נישט מחלל די עבודה ווען ער טוט עס אלץ אונן ווי רש"י לערנט, נאר עס איז א לשון איסור ער זאל נישט מחלל זיין די עבודה. און אין די המשך פונעם סוגיא דארט ברענגט די גמרא נאר ר' אלעזר'ס לימוד איז משמע אז די גמרא האט טאקע אזוי אנגענומען.


פירוש הרמב"ן
מכח דעם לערנט דער רמב"ן אז דער פסוק וּמִן הַמִּקְדָּשׁ לֹא יֵצֵא וְלֹא יְחַלֵּל רעדט פון די זעלבע איסור פון וּמִפֶּתַח אֹהֶל מוֹעֵד לֹא תֵצְאוּ וואס גייט אן אויך ביי א כהן הדיוט, אז ער מעג נישט איבערלאזן די עבודה וואס ער האלט אינמיטן טוהן און אוועקגיין פון בית המקדש, ווייל עס איז א זלזול אין די עבודה, אזוי אויך מעג דער כהן גדול נישט אפלאזן די עבודה וואס ער האלט אינמיטן טוהן כדי צו גיין זיך משתתף זיין ביי א לויה פון איינע פון זיינע קרובים, ווייל מיט דעם ווייזט ער אז די כבוד פון זיין קרוב איז חשוב'ער ווי די כבוד פון די עבודה, און דאס זאגט דער פסוק וּמִן הַמִּקְדָּשׁ לֹא יֵצֵא ווען ער האלט אינמיטן טוהן די עבודה כדי צו מיטהאלטן זיינע עלטערנ'ס לויה, כדי וְלֹא יְחַלֵּל אֵת מִקְדַּשׁ אֱלֹקָיו, ווייל ווען ער לאזט אפ די עבודה לכבודם איז ער מזלזל און מחלל די עבודה.

און אין די השגות אויפ'ן ספר המצוות שטעלט דאס דער רמב"ן צו צום גמרא אין מסכת קידושין (עח.) אויף די פסוקים ווייטער (יד-טו) אַלְמָנָה וּגְרוּשָׁה וַחֲלָלָה זֹנָה אֶת אֵלֶּה לֹא יִקָּח וגו' וְלֹא יְחַלֵּל זַרְעוֹ, זאגט דארט די גמרא אז לֹא יִקָּח מיינט טאקע אן איסור אויף קידושין אליינס, אבער ווייל דער פסוק פירט אויס וְלֹא יְחַלֵּל זַרְעוֹ וואס דאס איז נאר שייך נאכ'ן חתונה האבן, לערנט מען ארויס אז אויך אויפ'ן קידושין באקומט מען נישט קיין מלקות נאר אויב ער האט נאכדעם חתונה געהאט מיט איהר. אזוי אויך ביי אונז דרש'נט דער תורת כהנים אז דער איסור פון וּמִן הַמִּקְדָּשׁ לֹא יֵצֵא איז נאר בשעת'ן עבודה, וואס דעמאלטס איז ער עובר אויף וְלֹא יְחַלֵּל מיט זיין ארויסווייזן זלזול אין די עבודה.

און פונקט אזוי ווי דארט נאכ'ן חתונה האבן באקומט ער צוויי מאל מלקות איינס אלץ לֹא יִקָּח און איינס אויף וְלֹא יְחַלֵּל, ווייל ווען עס איז נאר איין לאו וואלט געדארפט שטיין 'לא יקח ויחלל זרעו', און פונעם עקסטער'ן 'וְלֹא' לערנט מען אויס נאך א לאו, אזוי אויך דא ווען דער כהן גייט ארויס בשעת'ן טוהן די עבודה זיך משתתף זיין ביי א לויה, באקומט ער צוויי מאל מלקות ווייל דא שטייט אויך אן איבעריגע 'לא' ביי וְלֹא יְחַלֵּל, און דעפאר רעכנט עס דער בה"ג אלץ לאו בפני עצמו.

און דאס איז פשט אין די גמרא אין זבחים, וואס צו ערשט האט די גמרא געוואלט מדייק זיין פון דעם וואס דער איסור פון ארויסגיין אינמיטן די עבודה צו א לויה גייט נאר אן ביים כהן גדול, אז דער טעם איז ווייל א כהן הדיוט מעג ממילא נישט ממשיך זיין מיט די עבודה, ווייל ער פסל'ט די עבודה זיינעדיג אן אונן, און פון דא וועט זיין א מקור אז אנינות פסל'ט. אבער ר' אלעזר איז עס דוחה, אז אפילו אז א כהן הדיוט וואלט אויך געמעגט טוהן די עבודה באנינות, קען זיין אז דער פסוק איז מער מקפיד אויף די חילול וואס געשעהט ביים אפלאזן די עבודה נאר ביי א כהן גדול און נישט ביי א כהן הדיוט, פונקט ווי די אנדערע דינים וואס א כהן גדול איז הארבער ווי די אנדערע כהנים.


און דאס וואס דער משנה און די גמרא ברענגן יא דעם פסוק וּמִן הַמִּקְדָּשׁ לֹא יֵצֵא אויפ'ן איסור פון אנטייל נעמען אין א לויה, זאגט דער רמב"ן אז דאס איז נאר איסור און גזירה מדרבנן, און דער פסוק איז נאר אן אסמכתא בעלמא. און דערפאר ווערט עס אויך נישט גערעכנט ביי די דינים פון משוח מלחמה וואס דארט רעדט מען פון דאורייתא'ס.

דער מזרחי זאגט אז אין אמת'ן אריין איז רש"י איז אויך מודה צו דעם חלק אז דאס איז נאר אן איסור דרבנן, און דער פסוק איז נאר אן אסמכתא, און די ריכטיגע פשט אין פסוק איז טאקע נאר וואס רש"י זאגט ווייטער אז א כהן גדול מעג טוהן די עבודה באנינות, און דערפאר שרייבט רש"י ביים צווייטן פשט דעם לשון 'ועוד מכאן למדו רבותינו', ווייל די ערשטע פשט איז נישט קיין ריכטיגע לימוד נאר אן אסמכתא.


יישוב שיטת רש"י
אין די מפרשי רש"י און די ספרים אויפ'ן ספר המצוות טרעפן מיר יישובים אויף די קושיות הרמב"ן, ווי פאלגענד.

א-ג. דער מהר"ל איז מסביר אז כך הוא דרכה של דרשות חז"ל, אז פון א דיוק אינעם פסוק קען מען אפלערנען די פסוקים אויף צוויי אנדערע דרשות, און ביידע זענען מן התורה.

און אזוי אויך דא, בפשטות וואלט מען געלערנט ווי די ערשטע פשט אז דער פסוק קומט צו אסר'ן דעם כהן גדול ארויס צו גיין פונעם ביהמ"ק זיך משתתף זיין ביי די לויה פון זיין קרוב, און וְלֹא יְחַלֵּל איז טייטש כדי ער זאל נישט צוקומען צו חשש טומאה וואס דאס איז א חילול אין קדושת הכהונה, אבער אויב אזוי האט דאס נישט דייקא מיט'ן בית המקדש, און אפילו ער געפינט זיך אינדערהיים מעג ער אויך נישט ארויסגיין צום לויה, דאן פארוואס שטייט וּמִן הַמִּקְדָּשׁ לֹא יֵצֵא, אלא ע"כ ליגט דא נאך א דרשה, אז ער מעג ווייטער טוהן די עבודה אין ביהמ"ק אפילו ער איז א אונן, ווייל וְלֹא יְחַלֵּל די עבודה באנינות, און אויף דעם דרשה זאגט דער תורת כהנים אז די פסוק רעדט זיך פון שעת העבודה וואס דעמאלטס דארף מען לאזן הערן אז ער איז נישט מחלל די עבודה, און דאס איז מגלה אויפ'ן איסור פון וּמִפֶּתַח אֹהֶל מוֹעֵד לֹא תֵצְאוּ אז עס גייט נאר אן בשעת עבודה.

אבער עס קען נישט זיין אז נאר דאס איז פשט, ווייל דעמאלטס וואלט געדארפט שטיין 'ומן העבודה לא יצא', וויבאלד די חידוש איז נאר אז ער מעג טוהן די עבודה, און נישט די עצם זיין אין בית המקדש, נאר איז מוכרח אויך צו דרש'נען דעם ערשטן פשט אז ער מעג נישט ארויסגיין פון ווי ער איז אנטייל צו נעמען ביים לויה, וכעי"ז זאגן אויך דער 'משכיל לדוד' און דער 'באר בשדה'.


אינעם ספר מרגניתא טבא אויפ'ן סה"מ זאגט ער אביסל אנדערש, אז וויבאלד עס שטייט נישט 'ולא יצא מן המקדש', דרש'נט מען דעם לֹא יֵצֵא לפניו ולאחריו, סיי וּמִן הַמִּקְדָּשׁ לֹא יֵצֵא אן איסור צו ארויסגיין צום לויה, און סיי לֹא יֵצֵא וְלֹא יְחַלֵּל אז ער דארף נישט אוועק גיין פון די עבודה ווייל ער איז נישט מחלל די עבודה באנינות


ב. און דאס וואס די גמרא רעכנט עס נישט אויס ביי די דינים פונעם כהן משוח מלחמה, זאגט דער מרגניתא טבא אז אין די גמרא דארט אין הוריות זעצט מען איין אז די ברייתא גייט אליבא דר' שמעון, און לויט ווי ער איז מוכיח פון א ירושלמי אין מס' סנהדרין (פ"ב ה"א) האלט ר"ש נישט פונעם איסור זיך משתתף צו זיין ביים לויה, דערפאר רעכנט עס נישט די ברייתא אויס.

ד. און דאס וואס דער בה"ג רעכנט עס צווישן די מנין הלאוין, טענה'ט דער מזרחי אז מ'טרעפט נאך אזעלכע פסוקים וואס זענען נישט קיין איסורים נאר דינים און דער בה"ג רענכט זיי צווישן די לא תעשה'ס, ווי למשל דעם פסוק ביי א אמה העבריה (שמות כא, ז) לֹא תֵצֵא כְּצֵאת הָעֲבָדִים, וואס איז נישט קיין איסור נאר א דין אז זי גייט נישט ארויס בשן ועין, רעכנט דער בה"ג אויך פאר א מצוה, אויב אזוי איז נישט קיין ראיה פון דעם וואס ער רעכנט דעם וְלֹא יְחַלֵּל אלץ לאו אז מ'זאל נישט קענען לערנען פשט בלשון שלילה אז דער כהן גדול'ס אנינות פסל'ט נישט די עבודה.

ה. און די ראיה וואס דער רמב"ן ברענגט פונעם גמרא, טענה'ן אלע מפרשים אז רש"י אויפ'ן פלאץ איז אנדערש מסביר ר' אלעזר'ס דחיה, אז ער האלט אז עס איז נישט קיין ראיה פון דעם וואס דער פסוק שרייבט אז דער כה"ג מעג טוהן די עבודה באנינות אז א צווייטער מעג נישט, ווייל עס קען זיין אז מסברא וואלט א כהן גדול געדארפט זיין הארבער ווי אן אנדערע כהן און נאר ביי איהם וואלט גע'פסל'ט אנינות, דערפאר לאזט די פסוק הערן ביי איהם אז אנינות פסל'ט נישט וכל שכן ביי אנדערע כהנים, דערפאר לערנט ער עס ארויס פון אן אנדערע פסוק.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24355
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער שיין

א גרויסן יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

26 א שטיקעלע רמבן - אמור.pdf
(192.77 KiB) געווארן דאונלאודעד 50 מאל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17019
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת בהר-בחוקתי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די צוויי פרשיות וואס מען ליינט די וואך, זענען אן אויסנאם פון די אנדערע פרשיות פון דעם חומש ויקרא וואס מען ענדיגט ליינען די וואך, בעוד וואס די אלע פרשיות זענען געזאגט געווארן אינעם אוהל מועד, ווי דער חומש הייבט זיך אן (א, א) וַיִּקְרָא אֶל מֹשֶׁה וַיְדַבֵּר ה' אֵלָיו מֵאֹהֶל מוֹעֵד לֵאמֹר, זענען די צוויי פרשיות אבער נאך געזאגט געווארן צו משה נאך אויפ'ן בארג סיני פאר הקמת המשכן, ווי פרשת בהר הייבט זיך אן (כה, א) וַיְדַבֵּר ה' אֶל מֹשֶׁה בְּהַר סִינַי לֵאמֹר, און פרשת בחוקתי ענדיגט זיך (כז, לד) אֵלֶּה הַמִּצְוֹת אֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּהַר סִינָי. און אזוי אויך נאך די תוכחות שטייט אויך (כו, מו) אֵלֶּה הַחֻקִּים וְהַמִּשְׁפָּטִים וְהַתּוֹרֹת אֲשֶׁר נָתַן ה' בֵּינוֹ וּבֵין בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּהַר סִינַי בְּיַד מֹשֶׁה.

און שפעטער אנהייב חומש במדבר גייט דער פסוק צוריק צו די תקופה פון נאך הקמת המשכן, ווען די ציוויים זענען געקומען פונעם אוהל מועד, ווי עס שטייט אנהייב פון דעם חומש (א, א) וַיְדַבֵּר ה' אֶל מֹשֶׁה בְּמִדְבַּר סִינַי בְּאֹהֶל מוֹעֵד בְּאֶחָד לַחֹדֶשׁ הַשֵּׁנִי בַּשָּׁנָה הַשֵּׁנִית לְצֵאתָם מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם לֵאמֹר.

דארף מען פארשטיין פארוואס האקט די תורה איבער מיט די צוויי פרשיות פון עניני שמיטה ויובל והמסתעף און די פרשה פון ברכות און תוכחה וואס זענען נאך געזאגט געווארן ביים הר סיני, ווען אין אמת'ן אריין וואלטן זיי געדארפט צו שטיין אין חומש שמות וואס דארטן שטייען די מצוות וואס זענען געזאגט געווארן ביים בארג.


שיטת ה'אבן עזרא'
דער אבן עזרא איז מסביר, אז עס איז דאך ידוע אז אין מוקדם ומאוחר בתורה, און אזוי אויך דא זענען טאקע די פרשיות שוין געזאגט געווארן צו די אידן נאך פאר הקמת המשכן, נאר דאס וואס די תורה שטעלט עס אריין דא איז כדי עס מסמיך צו זיין צו די פרשה פון עריות וואס שטייט אין די פרשיות פון אחרי און קדושים, וואס דער עונש דערויף איז גלות, ווי דער פסוק זאגט (יח, כח) וְלֹא תָקִיא הָאָרֶץ אֶתְכֶם בְּטַמַּאֲכֶם אֹתָהּ כַּאֲשֶׁר קָאָה אֶת הַגּוֹי אֲשֶׁר לִפְנֵיכֶם, און דער עונש אויף נישט היטן שמיטה איז אויך גלות, ווי דער פסוק זאגט אין בחוקתי (כו, לד) אָז תִּרְצֶה הָאָרֶץ אֶת שַׁבְּתֹתֶיהָ כֹּל יְמֵי הָשַּׁמָּה וְאַתֶּם בְּאֶרֶץ אֹיְבֵיכֶם, אָז תִּשְׁבַּת הָאָרֶץ וְהִרְצָת אֶת שַׁבְּתֹתֶיהָ, דערפאר האט די תורה געשטעלט דער פרשה דא, אז די אידן זאלן וויסן אז היטן אויף די צוויי זאכן - עריות און שמיטה - דאס זענען די תנאים צו קענען בלייבן אין ארץ ישראל.


שיטת הרמב"ן
דער רמב"ן גייט אבער לשיטתיה אז ווי עס איז נישט דא קיין הכרח, נעמט מען אן אז אלע פרשיות פון די תורה זענען געשריבן געווארן אויפ'ן ריכטיגע סדר ווען עס האט פאסירט, און ווען עס איז געזאגט געווארן, דערפאר איז דער רמב"ן מסביר וואס איז דער ענין פון די פרשיות ווי פאלגנד.

ווי מיר האבן שוין געלערנט אין פרשת משפטים, לערנט דער רמב"ן אז דאס וואס שטייט סוף פון די פרשה (שמות כד, ד-ז) וַיִּכְתֹּב מֹשֶׁה אֵת כָּל דִּבְרֵי ה' וַיַּשְׁכֵּם בַּבֹּקֶר וגו' וַיִּקַּח סֵפֶר הַבְּרִית וַיִּקְרָא בְּאָזְנֵי הָעָם, מיינט דאס אז גלייך נאך מתן תורה בו ביום האט דער באשעפער געזאגט פאר משה רבינו די גאנצע פרשה פון משפטים, וואס איז כולל אין זיך די דיני ממונות, און אויך געוויסע יסודות'דיגע מצוות ווי שבת ויו"ט, און אזוי אויך שטייט דארט בקיצור די מצוה פון שמיטה (כג, יא) וְהַשְּׁבִיעִת תִּשְׁמְטֶנָּה וּנְטַשְׁתָּהּ וגו', און דאס האט משה רבינו אפגעשריבן נאך אין די זעלבע טאג, און צומארגנס האט משה רבינו כורת ברית געווען צווישן דער באשעפער און כלל ישראל דורכ'ן מקריב זיין קרבנות און שפריצן די בלוט אויף די יודן, און פארליינען פאר זיי די פסוקים וואס ער האט אפגעשריבן, און כלל ישראל האט אויף דעם געענטפערט (כד, ז) כֹּל אֲשֶׁר דִּבֶּר יְהֹוָה נַעֲשֶׂה וְנִשְׁמָע.

זאגט דער רמב"ן, אז דער ברית וואס משה רבינו האט געמאכט מיט די אידן דעמאלטס, איז כאילו בטל געווארן ווען די אידן האבן נישט מקיים געווען זייער חלק אינעם ברית, און פערציג טעג שפעטער האבן זיי געמאכט דעם עגל, דערפאר ווען משה רבינו איז ארויף די דריטע מאל אויפ'ן בארג סיני כדי צו באקומען די לוחות שניות, האט איהם הקב"ה באפוילן צו איבער מאכן דעם ברית וואס מען האט געמאכט גלייך צומארגנס פון מתן תורה, און דעמאלטס האט דער באשעפער איבער גע'חזר'ט די יסודות'דיגע מצוות וואס שטייען סוף פרשת משפטים, ווי שבת ויו"ט בשר בחלב און ביכורים, ווי עס שטייט אין די פסוקים פרשת כי תשא (לד, יח-כו) און צוגעענדיגט (שם כז) וַיֹּאמֶר ה' אֶל מֹשֶׁה כְּתָב לְךָ אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה כִּי עַל פִּי הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה כָּרַתִּי אִתְּךָ בְּרִית וְאֶת יִשְׂרָאֵל, דהיינו אז די מצוות האט מען געזאגט פאר די אידן ביים ערשטן ברית ז' סיון, און אויף די מצוות זאל מען נאכאמאל כורת ברית זיין, נאך וואס דער ערשטע ברית איז נישט איינגעהאלטן געווארן.

און הגם עס שטייט נישט אין פרשת כי תשא נאכאמאהל אויסגערעכנט די מצוה פון שמיטה, האט עס דער באשעפער נאכאמאל איבער געזאגט דעמאלטס מיט מער פרטים און דקדוקים, און דאס איז וואס שטייט די וואך ביי די פרשה פון שמיטה וַיְדַבֵּר ה' אֶל מֹשֶׁה בְּהַר סִינַי לֵאמֹר, גייט עס אויף די דריטע פערציגער וואס משרע"ה איז געווען ביים בארג, ביים ציווי פון מחדש זיין דעם ברית.

אבער אנדערש ווי די ערשטע ברית וואס איז געמאכט געווארן דורכ'ן מקריב זיין קרבנות, וואס איז בדוגמא וואס איז געווען איינגעפירט צו צושניידן בהמות און אריבערגיין צווישן די חלקים ווי מען זעהט ביים ברית בין הבתרים, און אזוי אויך ביים ברית נאך מתן תורה האט מען צוטיילט די בלוט פון די קרבנות, האלב האט מען געשפריצט אויף די אידן און די אנדערע האלב אויף די מזבחות, איז אבער דער ברית געווען אויף אן אנדערע אופן כדי עס זאל זיין מער הארב אין זייערע אויגן און מען זאל עס נישט צושטערן אזוי ווי דער ערשטע ברית, דערפאר איז דער ברית צוגעגאנגען דורכ'ן מקבל זיין אויף זיך תוכחות און עונשים אויב מען וועט נישט איינהאלטן דעם ברית.

אבער הגם אז מען מאכט איבער נאכאמאל דעם ברית, איז דאס נישט ממש א נייע ברית, נאר א חיזוק פאר'ן פריערדיגע ברית וואס איז געווען ביי מתן תורה, ווען כלל ישראל האט געהערט דעם קול ה' מתוך האש, און דערפאר שטייט סוף פון די תוכחה אֵלֶּה הַחֻקִּים וְהַמִּשְׁפָּטִים וְהַתּוֹרֹת אֲשֶׁר נָתַן ה' בֵּינוֹ וּבֵין בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּהַר סִינַי, אנדערש ווי עס שטייט ביי די תוכחה פרשת כי תבא (דברים כח, סט) אֵלֶּה דִבְרֵי הַבְּרִית אֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה לִכְרֹת אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, ווייל דאס איז א השלמה צום ברית פון מתן תורה וואס איז געווען אן קיין ממוצע, נאר זיי האבן געהערט דעם קול פונעם באשעפער אליינס.


נאך די דריטע פערציג טעג איז משה רבינו אראפ געקומען פונעם בארג אין יום כיפור, און היות אז דער ציווי פון הקמת המשכן איז שוין געזאגט געווארן צו משה נאך אין די ערשטע פערציג טעג נאך מתן תורה נאך פאר'ן חטא העגל, ווי דער רמב"ן לערנט בכמה מקומות, היות די סדר הפסוקים איז אזוי, צוערשט די פרשיות פון תרומה און תצוה, און ערשט דערנאך שטייט די מעשה העגל אין פרשת כי תשא, נאר היות כלל ישראל איז נכשל געוואן מיט'ן חטא העגל האט משה רבינו נישט געוואוסט צו זיי זענען נאך ראוי אז הקב"ה זאל קומען רוען צווישן זיי, האט ער נאכנישט איבערגעגעבן די מצוה פאר די אידן, ביז נאך וואס עס איז נמחל געווארן דער חטא און כלל ישראל איז צוריק צו זייער מעלה ווי פאר'ן חטא, דערפאר ווען משה רבינו צוזאם גענומען אלע אידן ממחרת יום הכיפורים ווי עס שטייט אנהייב פרשת ויקהל, האט האט משה רבינו די ערשטע זאך זיי געזאגט די מצוה פון הקמת המשכן.

און גלייך ווען די אידן האבן באקומען די ציווי, איז מרוב שמחה אז דער באשעפער האט זיי מוחל געווען, האבן זיי נישט אויס געווארט צו הערן וואס נאך משה רבינו האט זיי צו זאגן, נאר ווי עס שטייט אין פסוק (לה, כ) וַיֵּצְאוּ כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מִלִּפְנֵי מֹשֶׁה, זענען זיי גלייך געלאפן ברענגן נדבת המשכן.

און נאכ'ן ברענגען האבן די חכמי לב גלייך אנגעהויבן עוסק צו זיין אין בויען די משכן, און אויך די אנדערע אידן האבן צוגעהאלפן מיט וואס עס האט זיך אויסגעפעהלט, אזוי אז עס איז נישט געווען קיין געלעגנהייט אז משה זאל זיי קענען איבערגעבן דעם ציווי פון באנייען די ברית צווישן זיי מיט הקב"ה, ביז ראש חודש ניסן.

נאכדעם ווען משה רבינו האט אויפגעשטעלט די משכן אנהייב פון די שבעת ימי המילואים, האט ער גלייך באקומען די ציווי פון פרשת הקרבנות ואס איז נוגע אין משכן וואס שטייען אין די פרשיות ויקרא צו און אנהייב אחרי, און די דינים פון כהנים וואס שטייען אין פרשת אמור, און אזוי אויך די הלכות פון טומאה וטהרה וואס זענען בעיקר נוגע לגבי מקדש וקדשיו, וואס דאס איז כולל די פרשיות פון שמיני - טומאת אוכלין, און תזריע מצורע וואס רעדן זיך פון טומאה היוצא מגופו. און צו דעם ווערט נמשך די מצוות פון עריות וואס ווערט אויך אנגערופן בשם טומאה, און מיט זיי די מצוות פון קדושים תהיו, און היות די מצוות זענען געווען נוגע צום משכן האט משה רבינו גלייך אויסגעלערנט פאר די אידן די אלע פרשיות.

און נאר נאך וואס משה רבינו האט אויסגעלערנט די אלע מצוות פאר די אידן, איז געקומען די צייט צו איבערגעבן דעם ציווי פון באנייען דעם ברית וואס ער האט שוין באקומען בהר סיני, און משה רבינו האט זיי איבערגעזאגט די אלע מצוות יסודיות וואס שטייען סוף פרשת כי תשא, און אויך די מצוה פון שמיטה וואס שטייט באריכות אין אונזער פרשה, און כורת געווען דערויף דעם ברית דורך דעם וואס כלל ישראל האט מקבל געווען די תוכחות אויב זיי וועלן מבטל זיין אויך דעם באנייעטן ברית.



החילוקים בין שני התוכחות
אין פרשת בחוקתי ברענגט דער רמב"ן אן אנדערע הסבר פארוואס ביי די תוכחה שטייט די לשון אֲשֶׁר נָתַן ה' בֵּינוֹ וּבֵין בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, אנדערש ווי די תוכחה פון כי תבא וואס עס שטייט אֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה לִכְרֹת אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בהקדם וואס ער איז מדייק נאך אפאר חילוקים וואס מען טרעפט צווישן די תוכחה וואס שטייט די וואך, צו די תוכחה פון פרשת כי תבא.


א. איין חילוק איז דאס וואס די גמרא מערקט שוין אן אין מס' מגילה (לא:) אז די תוכחה אין פרשת בחוקתי זאגט משה רבינו נאך וואס דער באשעפער האט געזאגט מיט'ן לשון ווי דער באשעפער רעדט אליינס (כו, טז) אַף אֲנִי אֶעֱשֶׂה זֹּאת לָכֶם וְהִפְקַדְתִּי עֲלֵיכֶם וגו' און אזוי ווייטער די גאנצע תוכחה, משא"כ די תוכחה אין פרשת כי תבא רעדט משה רבינו אין זיין אייגענע לשון (דברים כח, כ-כג) יְשַׁלַּח ה' בְּךָ וגו' יַדְבֵּק ה' בְּךָ וגו' יַכְּכָה ה', און אזוי ווייטער די גאנצע תוכחה.

ב. די תוכחה אין פרשת בחוקתי שטייט אז עס וועט קומען אויב עס וועט זיין (כו, טו) לְהַפְרְכֶם אֶת בְּרִיתִי וואס מיינט אז מען וועט עובר זיין אויף די יסודות הדת ווי עבודה זרה וכדו', און אזוי אויך בהמשך פון די תוכחה ווערן דערמאנט די עבודה זרה'ס וואס די אידן האבן ליידער געדינט (שם ל) וְהִשְׁמַדְתִּי אֶת בָּמֹתֵיכֶם וְהִכְרַתִּי אֶת חַמָּנֵיכֶם וְנָתַתִּי אֶת פִּגְרֵיכֶם עַל פִּגְרֵי גִּלּוּלֵיכֶם, משא"כ אין די תוכחה פון כי תבא שטייט (כח, טו) וְהָיָה אִם לֹא תִשְׁמַע בְּקוֹל ה"א לִשְׁמֹר לַעֲשׂוֹת אֶת כָּל מִצְוֹתָיו וְחֻקֹּתָיו אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוְּךָ הַיּוֹם וּבָאוּ עָלֶיךָ כָּל הַקְּלָלוֹת הָאֵלֶּה איז משמע אז מ'רעדט פון נישט מקיים זיין אלע מצוות, אבער נישט פון עובר זיין אויף גרויסע עבירות.

ג. ביי די תוכחה די וואך ווערט דערמאנט דאס פארוויסטן דעם בית המקדש (פסוק לא) וַהֲשִׁמּוֹתִי אֶת מִקְדְּשֵׁיכֶם וְלֹא אָרִיחַ בְּרֵיחַ נִיחֹחֲכֶם, משא"כ ביי די תוכחה פון משנה תורה שטייט נישט דערמאנט די בית המקדש.

ד. ביי די תוכחה די וואך זענען די פסוקים (לג-לט) מאריך אין דעם אז די אידן וועלן פארטריבן ווערן פון ארץ ישראל צו די לענדער פון די גוים און ארץ ישראל וועט בלייבן ליידיג פון זיי, משא"כ אין ערבות מואב שטייט נאר (כח, מא) בָּנִים וּבָנוֹת תּוֹלִיד וְלֹא יִהְיוּ לָךְ כִּי יֵלְכוּ בַּשֶּׁבִי, איז משמע אז די עלטערן וועלן בלייבן אין ארץ ישראל.

ה. אזוי אויך איז דא א חילוק אין די אויספיר ווען די פסוקים רעדן פון די גאולה פון די צרות, וואס ביי אונזער פרשה ווערט נישט דערמאנט אזוי שטארק אז מען וועט תשובה טוהן צום סוף, נאר אז (פסוק מ) וְהִתְוַדּוּ אֶת עֲוֹנָם וְאֶת עֲוֹן אֲבֹתָם בְּמַעֲלָם אֲשֶׁר מָעֲלוּ בִי וְאַף אֲשֶׁר הָלְכוּ עִמִּי בְּקֶרִי, אבער נישט אז מען וועט זיך מקבל זיין בקבלה להבא וואס איז פון די עיקרי התשובה. און ווייטער שטייט נישט בפירוש אז עס וועט זיין א גאולה פון די גלות, נאר אז דער באשעפער וועט זיי געדענקן זכות אבות וזכות ארץ ישראל ווי עס שטייט (פסוק מב) וְזָכַרְתִּי אֶת בְּרִיתִי יַעֲקוֹב וְאַף אֶת בְּרִיתִי יִצְחָק וְאַף אֶת בְּרִיתִי אַבְרָהָם אֶזְכֹּר וְהָאָרֶץ אֶזְכֹּר.

משא"כ אין די תוכחה פון חומש דברים, דארט זענען די פסוקים מאריך אין די פרשת התשובה וואס שטייט אין פרשת נצבים אלץ המשך צו די תוכחה, אז ווען עס וועט זיין (דברים ל, ב) וְשַׁבְתָּ עַד ה"א וְשָׁמַעְתָּ בְקֹלוֹ, און די גאולה וועט זיין בשלימות (שם ג-ה) וְשָׁב ה"א אֶת שְׁבוּתְךָ וְרִחֲמֶךָ וְשָׁב וְקִבֶּצְךָ מִכָּל הָעַמִּים אֲשֶׁר הֱפִיצְךָ ה"א שָׁמָּה וגו' וֶהֱבִיאֲךָ ה"א אֶל הָאָרֶץ אֲשֶׁר יָרְשׁוּ אֲבֹתֶיךָ וִירִשְׁתָּהּ וְהֵיטִבְךָ וְהִרְבְּךָ מֵאֲבֹתֶיךָ. און אזוי אויך ווערט דערמאנט אז די גוים וועלן נענש ווערן (שם ז) וְנָתַן ה"א אֵת כָּל הָאָלוֹת הָאֵלֶּה עַל אֹיְבֶיךָ וְעַל שֹׂנְאֶיךָ אֲשֶׁר רְדָפוּךָ, און דאס וועט זיין בזכות פון זייער תשובה ווי דער פסוק פירט אויס (שם י) כִּי תָשׁוּב אֶל ה"א בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשֶׁךָ.


ביאור הרמב"ן בשני התוכחות
זאגט דער רמב"ן אז די צוויי תוכחות רעדן זיך פון צוויי אנדערע צייטן, דהיינו די תוכחה אין די וואכעדיגע פרשה רעדט זיך פונעם חורבן בית ראשון, און די תוכחה פון פרשת כי תבא רעדט זיך פון חורבן בית שני און די גלות וואס מיר געפינען זיך נאך היינט צו טאג.

א. און דאס איז דער טעם פארוואס ביי די ערשטע תוכחה איז עס בלשון פונעם באשעפער, ווייל עס רעדט זיך פונעם בית ראשון וואס עס איז געווען די ריכטיגע גילוי שכינה ביי כלל ישראל, דערפאר רעדט דער באשעפער אליינס די תוכחה צו די אידן, און דערפאר שטייט אֲשֶׁר נָתַן ה' בֵּינוֹ וּבֵין בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, משא"כ אין בית שני וואס עס האט געפעלט 5 זאכן ווי עס שטייט אין מס' יומא (כא:) און צווישן זיי ווערט אויסגערעכנט השראת השכינה וואס האט געפעלט אין בית שני, דערפאר שטייט עס נאר בלשון נסתר, און משה רבינו האט עס געזאגט מפי עצמו.

ג. און היות אז צווישן די 5 זאכן וואס האבן געפעלט ביי בית שני ווערט אויך גערעכנט דאס וואס די אש מן השמים האט נישט פארברענט די קרבנות ווי ביי בית ראשון, דערפאר איז נישט שייך די קללה פון וְלֹא אָרִיחַ בְּרֵיחַ נִיחֹחֲכֶם, ווייל אויך ווען די ביהמ"ק איז געשטאנען זענען די קרבנות נישט נתקבל געווארן בשלימות אזוי ווי עס איז געווען בזמן בית ראשון.

ב. און ווי די גמרא זאגט נאך אין מס' יומא (ט:) איז חורבן בית ראשון געקומען אויף די ג' חמורות פון ע"ז ג"ע און שפיכות דמים, וואס אויף דעם פאסט זיך די לשון פון הפרת ברית, און אזוי אויך רעדן זיך די פסוקים פון די עבודה זרה'ס וואס זענען געווען דעמאלטס, משא"כ אין בית שני איז שוין נישט געווען קיין עבודה זרה, און עס איז נאר חרוב געווארן וועגן שנאת חינם, וואס איז נאר א חסרון פון איינע פון די מצוות התורה דערפאר שטייט אִם לֹא תִשְׁמַע וגו' לִשְׁמֹר לַעֲשׂוֹת אֶת כָּל מִצְוֹתָיו וְחֻקֹּתָיו.


ד. און אויך די אופן פונעם גלות איז געווען אנדערש ביי ביידע חורבנות, בעוד ווען ביים חורבן בית ראשון זענען אלע אידן געגאנגען אין גלות, און ארץ ישראל איז געבליבן וויסט פאר 52 יאר ווי די גמרא ברענגט ווייטער אין יומא (נד.), זענען אבער ביי חורבן בית שני די אידן געבליבן אין ארץ ישראל, און טיטוס האט נאר גענומען די יונגע מענטשן אין געפענגעניש מיט שיפן קיין רוים און קיין מצרים, ווי דער פסוק זאגט דארט (פסוק סח) וֶהֱשִׁיבְךָ ה' מִצְרַיִם בָּאֳנִיּוֹת וגו'.


און דער רמב"ן רעכנט אויס נאך פון די פסוקים אין פרשת כי תבא וואס זענען מקויים געווארן נאר ביי חורבן בית שני, ווי דער פסוק (שם מט) יִשָּׂא ה' עָלֶיךָ גּוֹי מֵרָחֹק מִקְצֵה הָאָרֶץ כַּאֲשֶׁר יִדְאֶה הַנָּשֶׁר גּוֹי אֲשֶׁר לֹא תִשְׁמַע לְשֹׁנוֹ, וואס דאס גייט נישט ארויף אויף אשור און בבל וואס האבן גענומען די אידן אין גלות ביי בית ראשון, ווייל די לענדער זענען נאנט צו ארץ ישראל, און די אידן שטאמען דאך פון אברהם אבינו וואס איז געקומען פון די לענדער, און אזוי אויך איז זייער שפראך ענליך צו לשון הקודש, נאר עס גייט אויף גלות רומי וואס איז ווייטער פון ארץ ישראל, און זייער שפראך איז אינגאנצן אנדערש פון לשוה"ק.

און אויך דער פסוק (שם סד) וֶהֱפִיצְךָ ה' בְּכָל הָעַמִּים מִקְצֵה הָאָרֶץ וְעַד קְצֵה הָאָרֶץ, רעדט פון אונזער גלות ווי כלל ישראל איז צושפרייט אין אלע עקן פון די וועלט, משא"כ אין גלות בבל זענען אלע געווען אין איין לאנד צוזאמען אין גלות.

אזוי אויך דאס וואס שטייט (שם לו) יוֹלֵךְ ה' אֹתְךָ וְאֶת מַלְכְּךָ אֲשֶׁר תָּקִים עָלֶיךָ אֶל גּוֹי אֲשֶׁר לֹא יָדַעְתָּ אַתָּה וַאֲבֹתֶיךָ, און עס שטייט נישט 'המלך אשר ימלוך עליך', ווייל דער פסוק רעדט זיך פון אגריפס המלך וואס איז געווען די לעצטע מלך ביי אידן, און ער איז גע'הרג'עט געווארן ווען ער איז געפארן קיין קיסריה, און היות ער איז נישט געווען ראוי למלוכה על פי תורה ווייל ער איז נישט געווען (דברים יז, טו) מִקֶּרֶב אַחֶיךָ, און זיין מלוכה איז נאר געווען מכח דעם וואס כלל ישראל האט איהם מקבל געווען אלץ מלך, דערפאר שטייט אֲשֶׁר תָּקִים עָלֶיךָ.


ה. און דאס איז אויך די טעם החילוק אין די אופני הגאולה ביי די צוויי פרשיות, ווייל ביי גלות בבל איז מען געגאנגען אין גלות אויף א באשטימטע צייט כדי משלים צו זיין די שמיטות ויובלות וואס מען האט נישט אפגעהיטן אין ארץ ישראל ווי עס שטייט אין די תוכחה פרשת בחקותי, און אזוי זאגט דער פסוק אין דברי הימים (ב, לו, כא) לְמַלֹּאות דְּבַר ה' בְּפִי יִרְמְיָהוּ עַד רָצְתָה הָאָרֶץ אֶת שַׁבְּתוֹתֶיהָ כָּל יְמֵי הָשַּׁמָּה שָׁבָתָה לְמַלֹּאות שִׁבְעִים שָׁנָה, און נאכדעם זענען זיי אויסגעלייזט געווארן אן קיין ריכטיגע תשובה, ווי מען זעהט אין די פסוקים ביי עזרא אז כלל ישראל איז נישט געוען בשלימות אנהייב פון בית שני.

און דאס וואס שטייט דא וְהִתְוַדּוּ אֶת עֲוֹנָם וְאֶת עֲוֹן אֲבֹתָם טרעפן מיר טאקע אנהייב פון בית שני, ביי דניאל (דניאל ט, ו-ח) וְלֹא שָׁמַעְנוּ אֶל עֲבָדֶיךָ הַנְּבִיאִים אֲשֶׁר דִּבְּרוּ בְּשִׁמְךָ אֶל מְלָכֵינוּ שָׂרֵינוּ וַאֲבֹתֵינוּ וגו' ה' לָנוּ בֹּשֶׁת הַפָּנִים לִמְלָכֵינוּ לְשָׂרֵינוּ וְלַאֲבֹתֵינוּ אֲשֶׁר חָטָאנוּ לָךְ. און ביי נחמיה (נחמיה א, ו) וַאֲנִי וּבֵית אָבִי חָטָאנוּ, און עזרא (שם ט, לד) וְאֶת מְלָכֵינוּ שָׂרֵינוּ כֹּהֲנֵינוּ וַאֲבֹתֵינוּ לֹא עָשׂוּ תּוֹרָתֶךָ.

און דערפאר איז די פסוק איז נישט מאריך אין די גאולה, ווייל עס איז נאר געווען א קליין חלק פון כלל ישראל וואס זענען ארויף פון גלות ביים בית שני, און אויך נאכדעם זענען זיי נאך געווען אונטערטעניג אונטער די אומות העולם שוין זייענדיג אין ארץ ישראל.

משא"כ די פסוקים אין פרשת נצבים וואס רעדן פון אונזער גלות, דארט שטייט שוין נישט קיין זמן, ואין הדבר תלוי אלא בתשובה, און דעמאלטס וועט זיין די גאולה בשלימות אין אונזער אייגענע זכות, און דעמאלטס וועט זיין ) וְנָתַן ה"א אֵת כָּל הָאָלוֹת הָאֵלֶּה עַל אֹיְבֶיךָ וְעַל שֹׂנְאֶיךָ, וואס די צוויי לשונות זענען מרמז אויף די צוויי סארטן וואס האבן גע'רודפ'ט די אידן אין די גלות, וואס זיי זענען די נוצרים בני עשיו, און די אראבער די בני ישמעאל, כן יעזרנו ה' במהרה בימינו אמן!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24355
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יישר כח

זייער שיין
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

27 א שטיקעלע רמבן - בהר בחוקתי.pdf
(198.96 KiB) געווארן דאונלאודעד 38 מאל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17019
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת במדבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מיר הייבן די וואך אן חומש במדבר, וואס וערט אנגערופן אין חז"ל און אין די ראשונים מיט'ן נאמען 'חומש הפקודים', על שם וואס עס הייבט זיך אן מיט'ן פרשה פון ציילן די אידן (א, ב) שְׂאוּ אֶת רֹאשׁ כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לְמִשְׁפְּחֹתָם לְבֵית אֲבֹתָם בְּמִסְפַּר שֵׁמוֹת כָּל זָכָר לְגֻלְגְּלֹתָם, און אזוי אויך נענטער צום סוף אין פרשת פינחס (כו, ב) האט מען ווידער געציילט די אידן, צום סוף פון די פערציג יאר אין מדבר פאר'ן אריינגיין קיין ארץ ישראל.

לגבי דעם ענין פון ציילן אידן, שטייט אין פסוק אנהייב די פרשה פון שקלים (שמות ל, יב) כִּי תִשָּׂא אֶת רֹאשׁ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לִפְקֻדֵיהֶם וְנָתְנוּ אִישׁ כֹּפֶר נַפְשׁוֹ לַה' בִּפְקֹד אֹתָם וְלֹא יִהְיֶה בָהֶם נֶגֶף בִּפְקֹד אֹתָם, און ווי דער רמב"ן איז דארט מסביר, איז עס א כלליות'דיגע ציווי ווען מען וויל וויסן די מספר פון כלל ישראל זאל עס גיין דורכ'ן געבן שקלים, כדי דאס ציילן זאל נישט ברענגען א מגיפה אויף די געציילטע, נאר וויבאלד דער פסוק פירט דארט אויס (שם טז) וְלָקַחְתָּ אֶת כֶּסֶף הַכִּפֻּרִים מֵאֵת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְנָתַתָּ אֹתוֹ עַל עֲבֹדַת אֹהֶל מוֹעֵד, ליגט אין דעם אויך א ציווי אז משה רבינו זאל זיי דעמאלטס ציילן גלייך נאך יום כיפור.


ביאור רש"י
דא אין אונזער פרשה, ווען משה רבינו איז נצטווה געווארן נאכאמאל צו ציילן די אידן, שטייט נישט בפירוש אין פסוק אז אויך דאס מאהל דארף מען זיי ציילן מיט א מחצית השקל, אבער רש"י זאגט שוין גלייך אויפ'ן פלאץ, (א, ב) 'לְגֻלְגְּלֹתָם. על ידי שקלים בקע לגלגלת'.

טייל פון די מפרשי רש"י (רא"ם וגו"א) לערנען אז רש"י האט נישט געהאט קיין מקור אויף דעם פון אונזער פרשה, נאר אזוי ווי משה רבינו איז שוין מצווה געווארן פרשת כי תשא אז יעדעס מאל וואס מען ציילט זאל עס גיין דורך שקלים, אזוי אויך איז פשוט אז אויך יעצט איז עס געווען אויף דעם אופן.

דער משכיל לדוד לערנט אבער, אז רש"י האט עס מדייק געווען פונעם ל' אינעם ווארט לְגֻלְגְּלֹתָם, און עס שטייט נישט גלגלותם, דער ל' קומט צו זאגן אז מען ציילט נישט די קעפ אליינס, נאר עפעס וואס מען גיבט אנשטאט דעם קאפ, און אזוי טרעפן מיר טאקע דעם לשון אין פרשת פקודי (שמות לח, כו) בֶּקַע לַגֻּלְגֹּלֶת, דהיינו א האלבע שקל במקום א קאפ.


ביאור הרמב"ן
דער רמב"ן ברענגט אן אנדערע מקור פון אונזער פסוק אז מען האט געציילט די אידן דורך א מחצית השקל, פון דעם וואס עס שטייט נישט א לשון פון ציילן ווי 'תספרו' אדער 'תמנו', נאר עס שטייט (פסוק ג) תִּפְקְדוּ אֹתָם, וואס דאס איז א לשון פון האלטן אן אויג, אזוי ווי ביי א פקדון וואס מען געבט פאר א שומר אויף צו פאסן דערויף, אזוי אויך דא מיינט תִּפְקְדוּ אֹתָם מען זאל האלטן אן אויג ווי עס האלט דער חשבון פון כלל ישראל, און וויבאלד עס שטייט נישט א בפירוש'ע לשון פון ציילן, מיינט עס מען זאל טרעפן א וועג צו וויסן די חשבון פון די אידן אן זיי אליינס צו ציילן, דהיינו דורך דעם וואס מען וועט ציילן זייערע שקלים.

ואולי מיינט דער רמב"ן טיפער ווי דעם, אז דער לשון פון פקידה וואס איז א לשון פון השגחה קומט צו זאגן אז מען זאל אויפפאסן אז עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול פון דעם ציילונג, מילא דארף מען זיי ציילן דורך שקלים עס זאל טאקע נישט גורם זיין ח"ו קיין מגיפה אויף די אידן.


ביאור הטעות במנין דוד
לויט דעם איז אבער דער רמב"ן מדייק, אין די פסוקים פון ספר דברי הימים (א, כא) ווען דוד המלך האט געהייסן יואב ציילן די אידן, און עס האט געברענגט א מגיפה אויף כלל ישראל, שטייט דארט אין פסוק דער לשון (שם ה) וַיִּתֵּן יוֹאָב אֶת מִסְפַּר מִפְקַד הָעָם אֶל דָּוִיד, מיינט עס טאקע אויך אז דער ציילונג איז געווען באופן השגחה, און מען האט זיי נישט געציילט אליינס נאר דורך מחצית השקל אזוי ווי די מצוה איז.

און דער רמב"ן לייגט צו אז אזוי איז טאקע מסתבר, ווייל עס איז נישט מסתבר אז דוד המלך זאל זיך טועה זיין אין א בפירושע פסוק, און אפילו אויב דוד המלך האט יא פארגעסן דעם פסוק, זעהן מיר דאך דארט אז יואב האט יא מעורר געווען אז דאס ציילן קען ברענגען א מגיפה אויף אידן, אזוי ווי עס שטייט (שם ג') וַיֹּאמֶר יוֹאָב יוֹסֵף ה' עַל עַמּוֹ כָּהֵם מֵאָה פְעָמִים וגו' לָמָּה יְבַקֵּשׁ זֹאת אֲדֹנִי לָמָּה יִהְיֶה לְאַשְׁמָה לְיִשְׂרָאֵל, אויב אזוי פארוואס האט ער זיי נישט געציילט דורך שקלים כדי עס זאל נישט זיין קיין מגיפה.

און א דריטע טענה לייגט דער אור החיים הק' צו אנהייב פרשת כי תשא, אז אפילו דוד און יואב האבן זיך ביידע טועה געווען אין דעם ענין, האט מען דאך געציילט אלע אידן, און פארוואס האבן די אידן נישט מעורר געווען אז ציילן אן קיין מחצית השקל קען צו ברענגען א מגיפה אויף זיי, נאר איז טאקע מער מסתבר צו זאגן אז יואב האט זיי טאקע געציילט דורך שקלים ווי דער חיוב איז, און דערפאר שטייט טאקע דער לשון פון מִפְקַד הָעָם.


איי אויב אזוי פארוואס איז געקומען א מגיפה דורך דעם ציילונג, אויב מען האט עס געטוהן דורך שקלים, און די תורה זאגט דאך וְנָתְנוּ אִישׁ כֹּפֶר נַפְשׁוֹ לַה' בִּפְקֹד אֹתָם וְלֹא יִהְיֶה בָהֶם נֶגֶף בִּפְקֹד אֹתָם, ברענגט דער רמב"ן דערויף צוויי מהלכים.

א. איין וועג איז דער רמב"ן מדייק פונעם מדרש רבה (במדב"ר ב, יז) אז דער היתר צו ציילן אידן אפילו מיט א מחצית השקל איז נאר ווען עס איז דא א צורך דערביי, ווי דא ביים אויסשטעלן די דגלים צו וויסן וויפיהל עס איז דא ביי יעדע דגל, אדער אין פרשת פינחס צו האבן דעם חשבון פון באי הארץ וואס גייען באקומען א חלק אין ארץ ישראל, אדער ווען מען גייט אין מלחמה און מען דארף צו וויסן וויפיל מיליטערלייט מען האט, משא"כ דוד המלך האט געהייסן ציילן די אידן אן קיין ספעציעלע סיבה, נאר פאר זיין אייגענע הנאה צו וויסן אויף וויפיהל מענטשן ער געוועלטיגט, און אויף דעם העלפט שוין נישט אפילו אז מען ציילט מיט א מחצית השקל, און אין דעם האט דוד המלך א טעות געהאט היות דאס איז נישט מפורש אין פסוק.

און אזוי איז טאקע משמע אז עס איז געווען יואב'ס טענה לָמָּה יְבַקֵּשׁ זֹאת אֲדֹנִי, און וויבאלד עס האט נישט קיין ספעציעלע סיבה זאל מען טאקע נישט ציילן, ווייל לָמָּה יִהְיֶה לְאַשְׁמָה לְיִשְׂרָאֵל.

און דאס וואס צום סוף האט יואב יא אויסגעפירט דוד המלך'ס באפעל און געציילט די אידן, און אזוי אויך האבן די אידן זיך געלאזט ציילן, זאגט דער אוהחה"ק דארט אז ווען יואב האט געזעהן אז דהמע"ה נעמט נישט אן זיין טענה, האט ער געמיינט אז ווי עס ווייזט אויס הא דוד המלך יא א באהאלטענע סיבה וואס ער וויל נישט מגלה זיין, ממילא מעג מען יא ציילן די אידן און עס וועט נישט ברענגען קיין נגף, און אזוי אויך כלל ישראל האט נישט נאכגעטראכט נאכ'ן קעניג, און זיי האבן זיך פארלאזט אז אויב מען ציילט זיי איז מן הסתם דא א ספעציעלע סיבה דערביי.

ב. א צווייטע וועג האט דער רמב"ן, אז דער היתר צו ציילן די אידן דורך שקלים איז נאר ווי עס שטייט אין פסוק (שמות ל, יד) מִבֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וָמָעְלָה, ווייל דער רצון ה' איז אז מען זאל נישט ציילן דעם גאנצן כלל און אויך נישט אלע גדולים, און נאר ווען מען ציילט נאר פון צוואנציג יאר און העכער און מען לאזט אויס די וואס זענען צווישן דרייצן און צוואנציג, דעמאלטס איז געזאגט געווארן דעם היתר פון ציילן דורך מחצית השקל. משא"כ דוד האט געהייסן ציילן בסתם אפילו פון 13 יאר און העכער, און אין דעם האט ער זיך טועה געווען היות עס שטייט נישט בפירוש אז דאס איז א תנאי אז עס זאל נישט ברענגען א מגיפה.

און אזוי איז משמע אין די פסוקים ווייטער אין דה"י (כז, כג-כד) ווען דער פסוק רעדט פון די מספר פון די אידן וואס האבן געארבעט פאר דוד המלך, שטייט דארט וְלֹא נָשָׂא דָוִיד מִסְפָּרָם לְמִבֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וּלְמָטָּה, כִּי אָמַר ה' לְהַרְבּוֹת אֶת יִשְׂרָאֵל כְּכוֹכְבֵי הַשָּׁמָיִם. יוֹאָב בֶּן צְרוּיָה הֵחֵל לִמְנוֹת וְלֹא כִלָּה וַיְהִי בָזֹאת קֶצֶף עַל יִשְׂרָאֵל, זעהן מיר אז די קפידה איז אז מען זאל נישט ציילן די וואס זענען אונטער צוואנציג יאר, כדי מען זאל נישט וויסן די גאנצע מספר פון כלל ישראל, אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערן פון הימל.


ג. אבער דער רמב"ן פירט אויס אז אין מסכת ברכות (סב:) קומט אויס אז דוד המלך האט זיך טאקע יא טועה געווען אין א בפירוש'ע פסוק וואס אפילו קליינע קינדער וויסן דערפון, אלץ עונש וואס ער האט זיך אויבגעדרוקט ביים אפיר האלטן שאול המלך אויף דעם וואס ער רודפ'ט איהם מיט א לשון פון (שמואל א כו, יט) אִם ה' הֱסִיתְךָ בִי, און עס פאסט זיך נישט כלפי מעלה צו נוצן אזא לשון.

זאגט אבער דער רמב"ן אז הגם אז דארט שטייט טאקע אֶת מִסְפַּר מִפְקַד הָעָם, איז עס אבער נישט גלייך צו דא ביי אונז, ווייל דארט רטעפט מען מערערע מאל דעם לשון פון ציילן (פסוקים א-ב) וַיָּסֶת אֶת דָּוִיד לִמְנוֹת אֶת יִשְׂרָאֵל וגו' לְכוּ סִפְרוּ אֶת יִשְׂרָאֵל וגו' וְאֵדְעָה אֶת מִסְפָּרָם, מה שאין כן ביי אונז שטייט קיינמאל נישט קיין בפירושע לשון פון ציילן נאר פקידה, דערפאר מיינט עס טאקע ציילן דורך א מחצית השקל.

און דאס וואס שטייט ביי אונז בְּמִסְפַּר שֵׁמוֹת, מיינט עס נישט ציילן, נאר עס איז א לשון פון סיפור דברים, אז יעדע איד בשעת'ן געבן די מחצית השקל זאל ער דערמאנען זיין נאמען פאר משה רבינ ואון אהרן הכהן.

ובהמשך (פסוק מה) זאגט דער רמב"ן די טעם הדבר פון דערמאנען די נאמען, ווייל היות אז בשעת'ן ציילן איז דא א חשש פון א מגיפה ח"ו, דורך דעם וואס מען באווייזט זיך פאר משה דער אבי הנביאים און זיין ברודער אהרן קדוש ה' בשעת ווען מען ציילט זיי בתוך גאנץ כלל ישראל, און מען איז זיך מזכיר ביי זיי מיט די נאמען, און מען גיבט זיי עס אויך בכתב "יהיה לו בדבר הזה זכות וחיים", ווייל משה ואהרן וועלן מתפלל זיין אויף זיי (דברים א, יא) ה' אֱלֹהֵי אֲבוֹתֵכֶם יֹסֵף עֲלֵיכֶם כָּכֶם אֶלֶף פְּעָמִים.

און ווי באקאנט זענען די ווערטער פונעם רמב"ן דעם ערשטן מקור צו די הנהגה פון חסידים זיך מזכיר צו זיין ביי זייערע רבי'ס מיט די נעמען און אין א קוויטל.


שיטת המלבי"ם
דער מלבי"ם לערנט אבער יא אז בְּמִסְפַּר שֵׁמוֹת איז א לשון פון ציילן, אבער עס איז נאכאלץ נישט קיין סתירה מיט'ן מהלך פונעם רמב"ן, ווייל דער מלבי"ם איז מחדש אז עס זענען געווען צוויי ציילונגען, איינס אז געווען לְגֻלְגְּלֹתָם, וואס דאס איז געווען דורך א מחצית השקל. און נאך אן אופן האט מען געציילט דורך דעם וואס יעדער האט אפגעשריבן זיין נאמען אויף א צעטל, און מען האט געציילט די צעטלעך, און דאס מיינט בְּמִסְפַּר שֵׁמוֹת, מילא קומט אויס אז אפילו בְּמִסְפַּר שֵׁמוֹת מיינט יא א לשון פון ציילונג, גייט עס נאר אויף ציילן די כתבים, אבער אויף די אידן אליינס טרעפט מען נישט א בפירוש'ע לשון פון ציילן, היות מען האט זיי געציילט דורך א צווייטע זאך.


שיטת רש"י בתכלית השקלים
יעצט דארף מען וויסן וואס האט מען טאקע געטוהן מיט די שקלים וואס די אידן האבן געברענגט ביי דעם ציילונג.

זאגט רש"י אין פרשת כי תשא (ל, טז) אז חז"ל לערנען אז דאס וואס שטייט סוף פון די פרשה פון שקלים לָתֵת אֶת תְּרוּמַת ה' לְכַפֵּר עַל נַפְשֹׁתֵיכֶם גייט ארויף אויף דעם יערליכן חיוב צו ברענגען מחצית השקל חודש אדר, כדי מען זאל קענען ברענגען פון די קרבנות פאר די נייע יאר, וואס די קרבנות קומען לכפרה. לייגט רש"י צו אז דעם ערשטן יאר האט מען געברענגט דעם מחצית השקל בשעת ווען מען האט זיי געציילט ראש חודש אייר, ווי עס איז מבואר אין אונזער פרשה.

דער 'אמרי שפר' לייגט צו צו רש"י, אז הגם אז מען האט שוין געדארפט ברענגען די קרבנות פון די מחצית השקל פון ראש חודש ניסן, האבן די גזברים דעם חודש אויסגעלייגט געלט, און שפעטער נאך מען האט געברענגט די שקלים ראש חודש אייר האט מען עס אפגעצאלט פון די שקלים אויף צוריק.


קושיות הרמב"ן
דער רמב"ן פרעגט דארט אויף רש"י 2 קשיות

א. ביי דעם מספר אין אונזער פרשה זענען דאך שבט לוי נישט געועון בכלל, אזוי ווי דער פסוק פירט אויס (פסוק מז) וְהַלְוִיִּם לְמַטֵּה אֲבֹתָם לֹא הָתְפָּקְדוּ בְּתוֹכָם, אויב אזוי האבן זיי דאך נישט געברענגט קיין מחצית השקל, און אין מסכת שקלים (פ"א מ"ד) זעהט מען אז עס איז געווען א ויכוח צו די כהנים זענען מחויב צו געבן מחצית השקל, איז דאך משמע אז די לויים זענען זיכער מחויב צו ברענגען, און אפילו ביי כהנים פסק'ט מען ווי די חכמים אז זיי זענען אויך מחויב צו ברענגען, און אויס דער מחצית השקל האט מען געברענגט ביי דעם ציילונג, ווען האבן שבט לוי געברענגט זייערע שקלים.

ב. נאך פרעגט דער רמב"ן אז עס איז משמע אין מסכת שקלים אז נאר א קטן איז פטור צו געבן מחצית השקל, אבער איינמאל מען ווערט א גדול ביי די דרייצן יאר איז מען שוין מחויב צו געבן מחצית השקל פונקט ווי מען איז מחויב אין אלע אנדערע מצוות, און עס איז שוין שייך לְכַפֵּר עַל נַפְשֹׁתֵיכֶם. און היות אז ביי דעם מספר האט מען דאך נאר געציילט פון צוואנציג און העכער, קומט אויס אז די יונגערע האבן נישט געברענגט קיין מחצית השקל.


יישוב שיטת רש"י
א. דער מזרחי לערנט, אז אין אמת'ן אריין איז דאך דא א מחלוקת תנאים אין מסכת חגיגה (ו:) פשט אינעם פסוק (עמוס ה, כה) הַזְּבָחִים וּמִנְחָה הִגַּשְׁתֶּם לִי בַמִּדְבָּר אַרְבָּעִים שָׁנָה בֵּית יִשְׂרָאֵל, ר' אלעזר לערנט אז מען האט בכלל נישט מקריב געווען קיין קרבנות אין מדבר און ר' עקיבא לערנט אז שבט לוי האט מקריב געווען קרבן תמיד במשך די יאר, אבער לכו"ע האט כלל ישראל נישט מקריב געווען קיין קרבנות ציבור אין מדבר, מילא איז בכלל נישט געווען שייך דעם חיוב פון ברענגען מחצית השקל לקרבנות.

נאר היות אויף צו ציילן די אידן הא מען דאך געדארפט ברענגען מחצית השקל כדי עס זאל נישט זיין קיין מגיפה, און פאר בנין המשכן האט מען עס שוין נישט געקענט נוצן ווייל מען האט עס דאך שוין געענדיגט צו בויען, מילא האט מען עס אוועקגעלייגט אויף לעתיד אויב מען וועט עס דארפן לצורך קרבנות ציבור, און דערפאר גייט עס אריין בכלל די שקלים וואס מען ברענגט יעדעס יאר פאר די קרבנות לכפרה, אבער נישט אז דאס זענען באמת געווען די שקלים פאר קרבנות.

ב. דער מהר"ל ענטפערט אין 'גור אריה' אז הגם אז לדורות זענען די לויים אויך מחויב און אזוי אויך גדולים פון י"ג שנים און העכער, דאס איז טאקע במשך הדורות ווען די שקלים זענען נאר געקומען לקרבנות, אבער די ערשטע מאל ווען מען האט אויך גענומט די שקלים צו ציילן די אידן, היות שבט לוי און די וואס זענען ווייניגער ווי 13 זענען נישט בכלל החשבון, איז געווען א גזירת הכתוב אז דעמאלטס זענען זיי פטור פון ברענגען א מחצית השקל.

ג. אויף די קשיא פארוואס די לויים האבן נישט געדארפט ברענגען, טענה'ט דער באר בשדה אז אין ירושלמי שטייט אז די דעה וואס האלט אז כהנים זענען פטור לערנט עס ארויס פון (שמות ל, יג) כָּל הָעֹבֵר עַל הַפְּקֻדִים, און היות די כהנים ווערן נישט געציילט צוזאמען מיט די אידן זענען זיי פטור פון מחצית השקל, אויב אזוי איז פשוט אז לויט די דעה זענען די לויים אויך פטור פון מחצית השקל, און רש"י גייט מיט די דעה.

און דאס וואס דער רמב"ן טענה'ט אז יעדע גדול איז מחויב, טענה'ט ער אז עס איז תלוי אין שינויי גירסאות אין ירושלמי, און רש"י וועט לערנען ווי דער גירסא וואס אזוי איז אויך משמע אין ברטנורא אז מן התורה איז דער חיוב פון מחצית השקל לקרבנות נאר מִבֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וָמָעְלָה.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

28 א שטיקעלע רמבן - במדבר.pdf
(211.69 KiB) געווארן דאונלאודעד 36 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24355
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליך שיין
כפתור ופרח

יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17019
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת נשא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אין די סוף פון פרשת במדבר, און אין אנהייב פון די וואכעדיגע פרשה לערנען מיר איבער די מצוה וואס משה רבינו איז נצטווה געווארן צו ציילן די לויים וואס זענען ראוי צו טוהן די ארבעט פון שבט לוי אין די משכן, די וואס זענען צווישן דרייסיג און פופציג יאר אלט, און איבערגעבן פאר יעדע פון די דריי משפחות פונעם שבט זייער חלק אין די עבודה וואס איז מיוחד פאר זיי, די בני קהת צו טראגן די כלי הקודש, בני גרשון אויף די סחורות, און בני מררי אויף די איבערגע חלקים פון די בנין המשכן.

און דערנאך שטייט אין די וואכעדיגע סדרה אז משה רבינו האט מקיים געווען למעשה, און געציילט די בני קהת (ד, לד-לז) די בני גרשון (לח-מא) און די בני מררי (מב-מה), ווען ביי יעדע איינס שטייט נאכאמאל ארויסגעשריבן אז מען האט געציילט (פסוקים לה, לט ומג) מִבֶּן שְׁלֹשִׁים שָׁנָה וָמַעְלָה וְעַד בֶּן חֲמִשִּׁים שָׁנָה.

נאך וואס דער פסוק מאכט א סך הכל פון די געציילטע (מו-מח) און ברענגט נאכאמאהל ארויס אז זיי זענען געווען (פסוק מז) מִבֶּן שְׁלֹשִׁים שָׁנָה וָמַעְלָה וְעַד בֶּן חֲמִשִּׁים שָׁנָה, פירט דער פסוק אויס (פסוק מט) עַל פִּי ה' פָּקַד אוֹתָם בְּיַד מֹשֶׁה, אִישׁ אִישׁ עַל עֲבֹדָתוֹ וְעַל מַשָּׂאוֹ, וּפְקֻדָיו אֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה.


דארף מען פארשטיין אין דעם פסוק, וואס וויל דער פסוק אונז זאגן. און אויך וואס איז דער כפל פונעם פסוק, אנהייבנדיג מיט עַל פִּי ה' פָּקַד אוֹתָם, און ענדיגנ'דיג מיט וּפְקֻדָיו אֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה.


שיטת רש"י
רש"י איז מסביר אז דער אויספיר פונעם פסוק וּפְקֻדָיו אֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה, קומט צולייגן צו דעם וואס דער פסוק הייבט אן אז דער ציילונג איז געווען אויפ'ן באפעל פונעם הקב"ה, אז משה רבינו האט עס געטוהן לויט די פרטים פון די מצוה, דהיינו אז ער האט געציילט די וואס זענען געווען צווישן 30 און 50.

דער רמב"ן לייגט צו א גירסא אין רש"י בשם המסורת, אז דאס איז איינע פון פיר פלעצער ווי עס שטייט דעם ווארט 'אֲשֶׁר' במקום 'כאשר', און מען דארף טייטשן דעם פסוק, וּפְקֻדָיו און די געציילטע זענען געווען כאֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה, אזוי ווי דער באשעפער האט געהייסן מען זאל ציילן דייקא די עלטער.

דער מזרחי טענה'ט זיך אבער מיט דעם הוספה אז עס פעהלט נישט אויס, און מען קען עס טייטשן אויך מיט'ן ווארט אֲשֶׁר ווי עס שטייט אין פסוק, אז די געציילטע זענען געווען די מענטשן וואס דער באשעפער האט אויף זיי באפוילן מען זאל זיי ציילן.


וואס עס קומט אויס פון רש"י'ס ווערטער איז, אז די ביידע לשונות פון פקידה וואס שטייט אין פסוק פָּקַד אוֹתָם און וּפְקֻדָיו זענען ביידע א לשון פון ציילן, נאר דער פסוק לייגט צו אינמיטן אז מען האט עקסטער געציילט יעדע משפחה, ווייל אִישׁ אִישׁ עַל עֲבֹדָתוֹ וְעַל מַשָּׂאוֹ, און מען האט געדארפט וויסן וויפיהל מענטשן מען האט פאר יעדע פאסטן.

אויך זאגט דער רמב"ן אז עס קומט אויס פון רש"י, אז וּפְקֻדָיו בלשון יחיד מיינט נישט דער מספר פון די משפחות, ווייל דעמאלטס וואלט געדארפט טיין ופקודיהם, נאר עס גייט ארויף אויף משה רבינו, און וּפְקֻדָיו מיינט די געציילטע וואס משה רבינו האט געציילט.


דארף מען אבער נאך פארשטיין וואס וויל דער פסוק דא צולייגן וואס עס איז נישט געשטאנען אין די פריעדיגע פסוקים, אויף דעם טרעפן מיר אפאר מהלכים אין די מפרשי רש"י.

א. דער מהר"ל לערנט אין גור אריה, אז דער פסוק קומט מחדש זיין, אז אפילו מען וואלט געקענט חושש זיין אז צווישן די אלע געציילטע איז געווען איינער וואס מען האט א טעות געהאט אין זיין עלטער, און מען האט בטעות געציילט איינער וואס איז נאכנישט געווען קיין דרייסיג, אדער אן עלטערער פון פופציג, און דאס וואלט געברענגט צו א מכשול, ווייל די אלע געציילטע האט מען געשטעלט צו טוהן די עבודות הלויים, און די גרמא זאגט אין מסכת חולין (כד.) אז א לוי וואס איז נישט אין די יארן איז פסול לעבודה, דערפאר קומט דער פסוק דא ארויסברענגען אז די אלע וואס זענען דא געציילט געווארן זענען געווען די וואס דער באשעפער האט געהייסן זיי ציילן, און עס איז נישט געשעהן קיין טעות אין דעם מנין.

ב. דער באר בשדה איז מסביר, אז דער פסוק קומט דא ממעט זיין, אז דער קפידא נישט צו ציילן איינער וואס איז יונגער ווי 30 איז נאר געווען ביי דעם מנין פון משה רבינו, וואס דעמאלטס איז אנגעגאנגען די עבודה פון טראגן די כלי המשכן וואס אויף דעם האט מען געדארפט צו האבן אסאך כח, דערפאר האט מען געדארפט זיין דרייסיג יאר אלט צו ווערן געציילט, ווי דער משנה זאגט אין אבות (ה, כא) 'בן שלשים לכח', אבער שפעטער ווען מען האט אויפגעשטעלט דעם בית המקדש, און דוד המלך האט אוועק געשטעלט די משמורות פון לויים זאגט דער פסוק (דהי"א כג, כד-כז) אֵלֶּה בְנֵי לֵוִי לְבֵית אֲבֹתֵיהֶם רָאשֵׁי הָאָבוֹת לִפְקוּדֵיהֶם בְּמִסְפַּר שֵׁמוֹת לְגֻלְגְּלֹתָם עֹשֵׂה הַמְּלָאכָה לַעֲבֹדַת בֵּית ה' מִבֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וָמָעְלָה. כִּי אָמַר דָּוִיד הֵנִיחַ ה' אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל לְעַמּוֹ וַיִּשְׁכֹּן בִּירוּשָׁלִַם עַד לְעוֹלָם. וְגַם לַלְוִיִּם אֵין לָשֵׂאת אֶת הַמִּשְׁכָּן וְאֶת כָּל כֵּלָיו לַעֲבֹדָתוֹ. כִּי בְדִבְרֵי דָוִיד הָאַחֲרֹנִים הֵמָּה מִסְפַּר בְּנֵי לֵוִי מִבֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וּלְמָעְלָה.

און דאס קומט אונז דער פסוק דא זאגן, אז דווקא וּפְקֻדָיו די וואס משה רבינו האט געציילט, איז געווען אֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה אז זיי זאלן זיין נאר פון 30 יאר און העכער, משא"כ ביים קומענדיגע ציילונג בימי דוד האט מען שוין געציילט מִבֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וָמָעְלָה.

ג. נאך א מהלך שטייט אין משכיל לדוד, אז דער אֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה גייט נישט אויפ'ן ציווי אין אונזער פרשה צו ציילן די לויים מִבֶּן שְׁלֹשִׁים שָׁנָה וָמַעְלָה וְעַד בֶּן חֲמִשִּׁים שָׁנָה, נאר אויף דעם וואס שטייט אין פרשת בהעלותך (ח, כד-כה) זֹאת אֲשֶׁר לַלְוִיִּם מִבֶּן חָמֵשׁ וְעֶשְׂרִים שָׁנָה וָמַעְלָה יָבוֹא לִצְבֹא צָבָא בַּעֲבֹדַת אֹהֶל מוֹעֵד. וּמִבֶּן חֲמִשִּׁים שָׁנָה יָשׁוּב מִצְּבָא הָעֲבֹדָה וְלֹא יַעֲבֹד עוֹד, וואלט געוען א הוה אמינא אז דאס רעדט זיך נאר פון די פרישע לויים אין די קומענדיגע דורות, אבער די וואס זענען געציילט געווארן יעצט דורך משה זייענדיג צווישן 30 און 50 קען מען מיינען אז זיי זענען נישט בכלל דעם ציווי, און זיי קענען ווייטער טוהן די עבודה אפילו נאך וואס זיי ווערן פופציג יאר אלט, אויף דעם קומט אונזער פסוק צו זאגן, וּפְקֻדָיו אז אויך די לויים וואס משה רבינו האט דא געציילט זענען בכלל דעם אֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה אין פרשת בהעלותך אז נאך די פופציג ווערן זיי פסול צו טוהן די עבודה.


שיטת ה'אבן עזרא'
דער אבן עזרא לערנט אז די לשונות פון פקידה אין אונזער פסוק איז נישט קיין לשון פון ציילן ווי אין די פריערדיגע פסוקים, נאר א לשון פון שטעלן אויפ'ן פאסטן, וואס ביז אהער איז נאר געשטאנען דער ציווי וויאזוי מען זאל איינטיילן די עבודה צווישן די לויים, און עס איז נאכנישט געשטאנען אז מען האט עס געטוהן למעשה.

נאר היות אז אין די תורה שטייט נאר איינגעטיילט די עבודות לויט די דריי משפחות, דארף מען טייטשן אִישׁ אִישׁ עַל עֲבֹדָתוֹ וְעַל מַשָּׂאוֹ אויף די ראשי המשפחות דהיינו גרשון קהת און מררי יעדער איינער פון זיי אויף זיין ארבעט, און דער אויספיר וּפְקֻדָיו בלשון יחיד מיינט די שטעלע פון יעדע איינער פון די דריי איז געווען אֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה.


שיטת הרמב"ן
דער רמב"ן גייט אויך מיט'ן מהלך פונעם אבן עזרא אז דער פסוק רעדט זיך פון שטעלן די לויים אויף זייערע פאסטנס אין די עבודת המשכן, אבער ער לייגט צו אז עס זענען געווען צוויי חלוקות, קודם דער כללות'דיגע חלוקה צווישן די דריי משפחות ווי יעדע משפחה האט באקומען זיין חלק אין די משכן ווי אויבנדערמאנט, קהת די כלים, גרשון די סחורות און מררי דער בנין המשכן.

אבער חוץ פון דעם איז אויך געווען נאך א חלוקה, וואס דער רמב"ן לערנט אריין אינעם פסוק (כז) עַל פִּי אַהֲרֹן וּבָנָיו תִּהְיֶה כָּל עֲבֹדַת בְּנֵי הַגֵּרְשֻׁנִּי לְכָל מַשָּׂאָם וּלְכֹל עֲבֹדָתָם וּפְקַדְתֶּם עֲלֵהֶם בְּמִשְׁמֶרֶת אֵת כָּל מַשָּׂאָם, אז אהרן מיט זיינע קינדער האבן ממנה געווען בפרטות וואס יעדע לוי באזונדער זאל טראגן, און וועלכע לוי זאל זיין פון די וואס זינגען ביי די עבודות, און דאס וואס ער איז נצטוה געווארן האט נאר ער געמעגט טוהן, און קיין איין בן לוי האט נישט געמעגט טוהן די עבודה וואס די כהנים האבן געגעבן פאר אן אנדערע לוי, און אויב יא איז דא ביי דעם א חיוב מיתה, ווי די גמרא זאגט (ערכין יא:) אז 'משורר ששיער חייב מיתה'.

און פון די צוויי פקידות רעדט דער פסוק, ערשט פונעם כלליות'דיגע פקידה עַל פִּי ה' פָּקַד אוֹתָם בְּיַד מֹשֶׁה אִישׁ אִישׁ עַל עֲבֹדָתוֹ וְעַל מַשָּׂאוֹ, דהיינו יעדע משפחה מיט זיין פאסטן ווי דער אבע"ז לערנט, און חוץ פון דעם וּפְקֻדָיו פון יעדע יחיד האט מען אויך געשטעלט יעדעם אויף זיין ארבעט אֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה.


סתירת הפסוקים בהתחלת עבודת הלויים
מיט דעם יסוד פארענטפערט דער רמב"ן אויך די סתירה וואס מיר טרעפן צווישן די פסוקים אין אונזער פרשה אז מען האט געציילט די לויים און געשטעלט אויף זייערע פאסטענס מִבֶּן שְׁלֹשִׁים שָׁנָה וָמַעְלָה, און אין פרשת בהעלותך זאגט דער פסוק (ח, כד) זֹאת אֲשֶׁר לַלְוִיִּם מִבֶּן חָמֵשׁ וְעֶשְׂרִים שָׁנָה וָמַעְלָה יָבוֹא לִצְבֹא צָבָא בַּעֲבֹדַת אֹהֶל מוֹעֵד.


שיטת רש"י
רש"י ברענגט דארט די גמרא אין מסכת חולין (כד.) אז הגם אז נאר פון 30 יאר און העכער איז דער לוי כשר לעבודה, זאגט דער פסוק אז ער זאל שוין קומען צוקוקן צו די עבודת הלויים פון 25 יאר און ווייטער, צו זעהן וויאזוי די לויים צונעמען די משכן און שטעלן עס צוריק אויף ווייל די מערסטע צייט וואס א מענטש דארף האבן זיך צו לערנען א מקצוע איז פינעף יאר, און אויב דאס איהם נישט גענוג איז א סימן אז ער וועט עס שוין קיינמאל נישט אויפכאפן לויט זיינע פעאיגקייטן, און דערנאך ביי דרייסיג יאר וועט ער שוין זיכער זיין גרייט צו טוהן די עבודה.

און דער רמב"ן לייגט צו אז לויט דעם שטימט פארוואס עס שטייט נישט דא לַעֲבֹד עֲבֹדָה בְּאֹהֶל מוֹעֵד אזוי ווי עס שטייט אין פרשת נשא (ד, כג) נאר לִצְבֹא צָבָא בַּעֲבֹדַת אֹהֶל מוֹעֵד, ווייל ביי די 25 קומט ער נאכנישט טוהן די עבודה ממש, נאר ער נעמט זיך צוזאם מיט די אנדערע לויים בעת'ן טוהן די עבודה אין אוהל מועד, זיך צו לערנען וויאזוי מען טוט עס.


דחיית הרמב"ן
דער רמב"ן פרעגט אבער אויף רש"י אז אין ספרי (בהלותך סג) איז משמע אז דאס איז א דעה יחידאה פון ר' נתן, איז משמע אז די חכמים האבן אן אנדערע תירוץ אויף די סתירה. און אויך זאגט דער רמב"ן אז עס איז משמע אז ווייל עס איז געווען א דרך צו לערנען יעדע מקצוע במשך 5 יאר דערפאר האט מען עס מסמיך געווען אויף די פסוקים אלץ אסמכתא בעלמא, אבער נישט אז די פסוקים זענען טאקע א מקור צו דעם.


שיטת ה'אבן עזרא'
דער אבן עזרא איז מחלק צו פארענטפערן די סתירה, אז אין אונזער פרשה רעדט מען פון די עבודה פון טראגן די כלי הקודש וואס דארף דארף אסאך כח, דערפאר האט מען נאר געשטעלט מִבֶּן שְׁלֹשִׁים שָׁנָה וָמַעְלָה, משא"כ אין פרשת בהעלותך רעדט מען פון די אנדערע עבודות אין משכן ווי זינגען וכדו' און אויף דעם איז ער שוין כשר פון 25 יאר אויך.


קושיות הרמב"ן על האבע"ז
דער רמב"ן פרעגט אויפ'ן אבן עזרא צוויי קשיות.

א. אין פרשת נשא הייבט דער פסוק אן (פסוק כב-כג) נָשֹׂא אֶת רֹאשׁ בְּנֵי גֵרְשׁוֹן וגו' כָּל הַבָּא לִצְבֹא צָבָא לַעֲבֹד עֲבֹדָה בְּאֹהֶל מוֹעֵד און דער פסוק איז ממשיך (כד) זֹאת עֲבֹדַת מִשְׁפְּחֹת הַגֵּרְשֻׁנִּי לַעֲבֹד וּלְמַשָּׂא, איז משמע אז עֲבֹדָה בְּאֹהֶל מוֹעֵד מיינט סיי זינגען און סיי טראגן, אויב אזוי אויך אין פרשת בהעלותך וואס עס שטייט לִצְבֹא צָבָא בַּעֲבֹדַת אֹהֶל מוֹעֵד איז עס כולל אויך די עבודה פון טראגן דעם משכן.

ב. לויט דעם אבע"ז קומט אויס אז לגבי די אנדערע עבודות חוץ פון טראגן די כלים איז דער פסוק קובע אז מען דארף זיין 25 יאר אלט, אויב אזוי איז שווער פארוואס מיר זעהן אין דברי הימים - ווי געברענגט אויבן - אז דוד המלך האט געציילט די לויים מִבֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וָמָעְלָה ווייל עס גייט שוין נישט אן די עבודה פון משא.


שיטת הרמב"ן
דערפאר לערנט דער רמב"ן אז אין אמת'ן אריין ווערט א לוי כשר צו טוהן די עבודה מִבֶּן חָמֵשׁ וְעֶשְׂרִים שָׁנָה וָמַעְלָה, נאר דאס וואס יעדע לוי האט געהאט זיין פרטיות'דיגע עבודה וואס איז מיוחד פאר איהם - ווי מיר האבן אויבן געלערנט - דאס איז נאר געווען פון 30 יאר און ווייטער ווי עס שטייט אין פרשת נשא.

און דער טעם איז, ווייל יעדע צען יאר טוישט זיך די טבע פון דעם מענטש, ווי דער משנה זאגט אין אבות (שם) 'בן עשרים לרדוף, בן שלשים לכח, בן ארבעים לבינה וכו', און דאס איז ניכר סיי פארן מענטש אליינס און סיי פאר זיינע ארומיגע וואס זענען איהם מודיע אויף דעם שינוי וואס מען זעהט ביי איהם, דערפאר ווען א מענטש ווערט דרייסיג יאר איז עס ניכר ביי זיין סביבה, משא"כ ווען ער ווערט 25 טוישט ער זיך זיך נישט פון פריער. און הקב"ה האט נישט געוואלט מטריח זיין משה רבינו צו נאכגיין ווען יעדע לוי ווערט 25 יאר, דערפאר איז די תורה קובע אז נאר ביי די 30 יאר ווען עס איז ניכר פאר זיין סביבה דעם שינוי דעמאלטס באקומט דער לוי זיין קביעות'דיגע עבודה, אבער שוין פון ווען ער ווערט 25 יאר קען ער קומען און טוהן וועלכע עבודה ער וויל.

און נאך וואס עס איז בטל געווארן די עבודה פון טראגן דעם משכן, דעמאלטס האט דוד המלך מחדש געווען אז די לויים זענען שוין כשר לעבודה פון 20 יאר און העכער, און דעמלאטס האט מען שוין ממנה געווען די לויים מיט זייערע פאסטנס גלייך ביי די צוואנציג יאר וואס דעמאלטס איז עס ניכר אויף זיי די שינוי פון די יארן.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24355
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מוראדיגע קלאר

יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

29 א שטיקעלע רמבן - נשא.pdf
(212.07 KiB) געווארן דאונלאודעד 30 מאל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17019
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת בהעלותך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אין די וואכעדיגע פרשה לערנען מיר איבער'ן דין ודברים וואס משה רבינו האט געהאט מיט'ן באשעפער ביי די מעשה פון די מתאוים, ווען הקב"ה האט געזאגט צו משה רבינו אז ער וועט געבן פאר כלל ישראל פלייש פאר א חודש צייט, אבער דאס וועט ברענגען אויף זיי אן עונש פון מיתה, שטייט ווייטער אין פסוק (יא, כא-כג) וַיֹּאמֶר מֹשֶׁה שֵׁשׁ מֵאוֹת אֶלֶף רַגְלִי הָעָם אֲשֶׁר אָנֹכִי בְּקִרְבּוֹ וְאַתָּה אָמַרְתָּ בָּשָׂר אֶתֵּן לָהֶם וְאָכְלוּ חֹדֶשׁ יָמִים. הֲצֹאן וּבָקָר יִשָּׁחֵט לָהֶם וּמָצָא לָהֶם אִם אֶת כָּל דְּגֵי הַיָּם יֵאָסֵף לָהֶם וּמָצָא לָהֶם. וַיֹּאמֶר ה' אֶל מֹשֶׁה הֲיַד ה' תִּקְצָר עַתָּה תִרְאֶה הֲיִקְרְךָ דְבָרִי אִם לֹא.

רש"י ברענגט דריי דיעות פון תנאים אין ספרי (בהעלותך צה) מסביר צו זיין וואס איז געווען משה רבינו'ס טענה, און וואס דער באשעפער האט איהם געענטפערט.


שיטת רבי עקיבא
רבי עקיבא לערנט די פסוקים כפשוטו, אז משה רבינו האט גע'טענה'ט אז עס איז אוממעגליך בדרך הטבע צו פארזארגן פאר אזא גרויסע פאלק פון זעקס הונדערט טויזנט מענטשן גענוג פלייש וויפיהל זיי ווילן פאר א גאנצע חודש צייט. און אויף דעם איז געווען די תשובה הֲיַד ה' תִּקְצָר, אז דער באשעפער קען אלעס טוהן.

לייגט ר"ע צו, אז לכאורה אויב מיר זעהן אז משה רבינו איז נענש געווארן אויף די מעשה פון מי מריבה, און ווי עס איז דא א מהלך אין די מפרשים דארט (עי' אוהחה"ק בשם ר"מ הכהן) אז דער חטא איז געווען, ווייל פון זיין זאגן (כ, י) הֲמִן הַסֶּלַע הַזֶּה נוֹצִיא לָכֶם מָיִם איז געווען א משמעות כאילו ח"ו דער באשעפער קען טאקע נישט ברענגען וואסער פונעם שטיין, הגם משה רבינו האט עס געמיינט פארקערט אז זיי זאלן אנערקענען אז עס איז נישט בדרך הטבע נאר א נס פונעם באשעפער. איז שווער פארוואס אויף די טענה דא וואס איז מער בפירוש ארויסגעזאגט קעגן די יכולת פון הקב"ה טרעפן מיר נישט קיין עונש אויף משה רבינו.

און די תירוץ איז, אז מי מריבה איז געווען ברבים, און עס איז ארויס געקומען א חילול ה' פון משה רבינו'ס דיבורים, און דערפאר האט דער באשעפער נישט מוחל געווען אויף דעם, משא"כ דא איז עס נאר געווען ביי די דין ודברים מיט'ן באשעפער אליינס, דערפאר איז עס נמחל געווארן, און משה רבינו איז נישט נענש געווארן דערויף.


שיטת רבי שמעון - ביאור רש"י
ר' שמעון טענה'ט אבער, אז עס קען בכלל נישט זיין אז משה רבינו וואס דער באשעפער אליינס האט מעיד געווען אויף איהם סוף פון אונזער פרשה (יב, ז) לֹא כֵן עַבְדִּי מֹשֶׁה בְּכָל בֵּיתִי נֶאֱמָן הוּא, זאל מטיל זיין א ספק אין הקב"ה'ס יכולת.

דערפאר הגם אז ר' שמעון איז געווען א תלמיד פון ר' עקיבא, איז דאס איינע פון פיר איינצעלנע פלעצער ווי ער קריגט זיך אויף זיין רבי, און ער לערנט אז משה רבינו האט דא געוואלט מבטל זיין די גזירה, און ער האט גע'טענה'ט אז עס איז נישט קיין כבוד כלפי מעלה זיך אזוי צו פירן, קודם צו געבן וואס זיי בעטן, און דערנאך זיי מעניש צו זיין פארן עס אננעמען.

און דאס איז פשט אין משה רבינו'ס ווערטער, צו דען פאסט עס אז הֲצֹאן וּבָקָר יִשָּׁחֵט לָהֶם, און דערנאך וועלן זיי נענש ווערן, און וּמָצָא לָהֶם ווייל מער וועלן זיי נישט דארפן קיין פלייש, ווייל זיי ווען שטארבן וועגן דעם?!


און די תשובה אויף דעם איז הֲיַד ה' תִּקְצָר, דהיינו אז עס איז גרעסערע זלזול אין כבוד שמים ווען הקב"ה וועט זיי נישט טוהן דער נס, ווייל זיי וועלן מיינען ווי כאילו עס איז א זאך וואס עס איז מער ווי די יכולת ח"ו, און דער בזיון וועגט איבער די מיעוט כבוד וואס וועט ארויס קומען ווען עס וועט יא זיין די נס און דעם עונש וואס קומט מיט דעם.


שיטת ר' שמעון - ביאור ה'גור אריה'
דער מהר"ל איז מסביר ר' שמעונ'ס ווערטער אויף אן אנדערע אופן, אז משה רבינו האט פארשטאנען אז דער עונש וועט קומען, ווייל דורך די טענות פון כלל ישראל וועט מען מוזן פארדרייען די טבע און מאכן א נס, און ווען כלל ישראל איז נישט ראוי דערצו איז עס מעורר א חרון אף, און אויף דעם וועלן זיי נענש ווערן.

אויף דעם האט משה רבינו גע'טענה'ט הֲצֹאן וּבָקָר יִשָּׁחֵט לָהֶם וּמָצָא לָהֶם, דהיינו אז בדרך הטבע קען עס דאך נישט געשעהן אז זיי זאלן באקומען גענוג פלייש, וועט עס דאך מוזן זיין שלא כדרך הטבע, און אויף דעם האט משה רבינו געבעטן אז עס איז נישט קיין כבוד צו מאכן א נס פאר כלל ישראל, אויף אן אופן וואס דאס ברענגט צו אז זיי זאלן געשטראפט ווערן דערויף.

און די תשובה אויף דעם איז הֲיַד ה' תִּקְצָר, דהיינו אז עס איז גרעסערע זלזול אין כבוד שמים ווען הקב"ה וועט זיי נישט טוהן דער נס, ווייל זיי וועלן מיינען ווי כאילו עס איז א זאך וואס עס איז מער ווי די יכולת ח"ו, און דער בזיון וועגט איבער די מיעוט כבוד וואס וועט ארויס קומען ווען עס וועט יא זיין די נס און דעם עונש וואס קומט מיט דעם.


שיטת ה'אור החיים הקדוש'
אן ענליכע פשט לערנט דער אוהחה"ק אין זיין צווייטע פשט, אז משה רבינו האט געהאלטן אז דער באשעפער מאכט נישט קיין נסים פאר שלעכטס, און היות אז דאס געבן פלייש וועט ברענגען אן עונש אויף די מתאוים, האט משה רבינו פארשטאנען אז עס וועט קומען בדרך הטבע, און אויף דעם האט ער זיך געוואונדערט.

אבער די תשובה אויף דעם איז געווען אז הגם אז בדרך כלל איז טאקע אזוי אז מען מאכט נישט קיין נס לרע, אבער דא וואס עס איז נוגע לגבי כבוד שמים, כדי מען זאל נישט זאגן הֲיַד ה' תִּקְצָר, וועט יא זיין א נס אפילו עס איז לרע, און אויף דעם איז דער אויספיהר עַתָּה תִרְאֶה הֲיִקְרְךָ דְבָרִי אִם לֹא, א לשון פון יקר, אז דורך דם וועט משה רבינו זעהן און פארשטיין די חשיבות פון כבוד שמים, אז דער באשעפער מאכט פאר דעם א נס אפילו לרעתם פון אידן.


שיטת רבן גמליאל בן רבי יהודה הנשיא
די דריטע דעה איז פון רבן גמליאל, דער זוהן פון ר"י הנשיא (לויט'ן רמב"ן'ס גירסא איז עס די דעה פון ר' יהודה הנשיא אליינס) אויך ווי ר' שמעון אז משה רבינו האט געואלט מבטל זיין די גזירה, און ער האט גע'טענה'ט אז די מתאוים וועלן ממילא נישט זיין צופרידן מיט דעם וואס זיי וועלן באקומען פלייש, ווייל דער עיקר פראבלעם איז אז זיי זענען מפקפק אויף די יכולות פונעם באשעפער, און אויב מען וועט זיי צושטעלן פלייש וועלן זיי ווייטער טענה'ן אויף עפעס אנדערש וואס זיי טראכטן אז הקב"ה קען עס ח"ו נישט צושטעלן, און זיי וועלן טענה'ן נישט דער סארט פלייש האבן מיר געוואלט נאר אן אנדערע מין, אזוי אז מען וועט זיי דארפן צושטעלן אלע סארטן פייש און פיש אין די וועלט, דערפאר איז בעסער זיי לכתחילה גארנישט צו געבן. און די כוונה פון משרע"ה איז געווען אז אזוי וועלן זיי אויך נישט נענש ווערן.

אבער אויף דעם האט דער באשעפער געזאגט אז דאס איז אויך נישט קיין מהלך, ווייל הֲיַד ה' תִּקְצָר און זיי וועלן מיינען אז ער קען נישט געבן קיין פלייש. האט משה רבינו געזאגט אז ער וועט גיין מפייס זיין כלל ישראל, און זיי אויפקלערן זיך מתבונן צו זיין אין די נסים וואס הקב"ה האט געטוהן מיט זיי ביז אהער, אז עס איז נישטא קיין זאך וואס ער קען נישט טוהן.

אויף דעם האט דער אויבערשטער געענטפערט אז זיי וועלן עס נישט מקבל זיין, און אויב וויל ער קען ער פרובירן זיי צו איבער רעדן, און עַתָּה תִרְאֶה הֲיִקְרְךָ דְבָרִי אִם לֹא, צו ער וועט קענען עפעס פועל'ן ביי זיי.

און משה רבינו האט טאקע פרובירט משכנע צו זיין די אידן, ווי די פסוק זאגט אין תהילים (עח, כ) הֵן הִכָּה צוּר וַיָּזוּבוּ מַיִם וּנְחָלִים יִשְׁטֹפוּ, הֲגַם לֶחֶם יוּכַל תֵּת אִם יָכִין שְׁאֵר לְעַמּוֹ, אויב דער באשעפער האט זיי געקענט געבן וואסער פון א שטיין קען ער זיכער געבן פלייש פאר זיי, אבער די מתאוים האבן גע'טענה'ט אז ער זאגט עס נאר ווייל הקב"ה קען זיי טאקע נישט געבן, דערפאר פרובירט ער זיי אפ צו רעדן פון זייער בקשה, און משה רבינו האט געזעהן אז עס איז טאקע נישט דא קיין אנדערע ברירה נאר זיי נאך צו געבן און ברענגן פלייש, הגם זיי וועלן נענש ווערן אויף דעם.


קושיית הרמב"ן
דער רמב"ן איז נישט צופרידן פון די צוויי דיעות פון ר' שמעון און ר' גמליאל, ווייל דער אויספיר פונעם פסוק עַתָּה תִרְאֶה הֲיִקְרְךָ דְבָרִי אִם לֹא, ליינט זיך נישט ווי זיי, ווייל לויט זיי האט זיך משה רבינו בכלל נישט אויסגעדרוקט מיט א ספק כלפי שמיא, און לויט רבן גמליאל'ס פשט פעלט דאך פון פסוק דער חלק וואס משה רבינו האט מציע געווען צו משכנע זיין די אידן און זיי מפייס זיין, וואס אויף דעם האט איהם דער באשעפער דאס געענטפערט אז ער וועט זעהן אז עס וועט נישט העלפן.


שיטת ה'אבן עזרא' בשם המפרשים
דער אבן עזרא ברענגט נאך צוויי צוויי וועגן מסביר צו זיין די דין ודברים.

קודם ברענגט ער 'ורבים פירשו', אז משה רבינו האט זיך ח"ו נישט מסתפק געווען אין דעם באשעפער'ס יכולת, נאר ער האט געפרעגט פאר הקב"ה וואס זאל ער ענטפערן ווען ער וועט זאגן פאר די אידן אז זיי גייען באקומען פלייש פאר א חודש צייט, אויב זיי וועלן איהם פרעגט די קשיא שֵׁשׁ מֵאוֹת אֶלֶף רַגְלִי הָעָם אֲשֶׁר אָנֹכִי בְּקִרְבּוֹ וְאַתָּה אָמַרְתָּ בָּשָׂר אֶתֵּן לָהֶם וְאָכְלוּ חֹדֶשׁ יָמִים. הֲצֹאן וּבָקָר יִשָּׁחֵט לָהֶם וּמָצָא לָהֶם, און די תשובה איז געווען אז ער זאל זיי ענטפערן הֲיַד ה' תִּקְצָר.


שיטת ה'אבן עזרא'
אבער דער אבן עזרא טענה'ט אויף דעם 'ולא אדע למה הצרה הזאת' וואס פעלט ארויס צו נעמען דעם פסוק מידי פשוטו, נאר משה רבינו האט געהאלטן אז נסים ווערן נאר געמאכט ווען דער באשעפער וויל מען זאל גלייבן אין דעם נביא, אזוי ווי ביי יציאת מצרים אדער קריעת ים סוף, און נישט כדי צו צושטעלן די אידנ'ס געברויכן, דערפאר האט משה רבינו געפרעגט אז בדרך הטבע איז שווער הֲצֹאן וּבָקָר יִשָּׁחֵט לָהֶם וּמָצָא לָהֶם.


דחיית הרמב"ן
דער רמב"ן פרעגט אבער אויפ'ן אבן עזרא'ס פשט, אז עס איז נישט די ערשטע מאל ווי כלל ישראל האט באקומען זייערע באדערפענישן בדרך נס, נאר עס איז שוין געווען אזוי סיי ביי די מן און די ערשטע שליו, און אזוי אויך ביים באר אין פרשת בשלח.


שיטת הרמב"ן
בלייבט דער רמב"ן נאר מיט ר' עקיבא'ס מהלך אז מען לערנט די פסוקים כפשוטם, איי עס איז שווער די קשיא פון ר' שמעון ווי קען זיין אז משה רבינו זאל מטיל זיין א ספק כלפי שמיא, ענטפערט דער רמב"ן אז משה רבינו האט געוואוסט אז דאס וואס דער באשעפער וועט געבן פלייש פאר א חודש צייט וועט נשיט זיין שלא כדרך הטבע, וועגן צווי סיבות.

א. איין סיבה איז ווייל א נס קען זיין אויף צוויי אופנים, אדער במדת החסד צו טוהן גוטס לעושי רצונו, און זיי צו געבן וואס זיי דארפן, און דעמאלטס איז עס א טובה שלימה. אדער במדת הדין מעניש צו זיין די וואס זענעו עובר אויפ'ן רצון ה', און דעמאלטס איז עס א רעה גמורה. אבער אזא זאך ווי דא, צו געבן די מתאוים וואס זיי בעטן און עס זאל אויף זיי ברענגען אן עונש, וואס דאס איז א געמיש פון טוב מיט רע, אזא נס קען נישט זיין.

ב. ווייל ווען דער באשעפער האט געגעבן פאר די אידן זייערע צרכים בדרך נס שטייט אייביג אז דער באשעפער וועט עס געבן מיט'ן לשון פון הִנְנִי, סיי ביים מן (שמות טז, ד) הִנְנִי מַמְטִיר לָכֶם לֶחֶם מִן הַשָּׁמָיִם, און סיי ביי די באר (שם יז, ו) הִנְנִי עֹמֵד לְפָנֶיךָ שָּׁם עַל הַצּוּר, אבער דא שטייט נאר (פסוק יח) וְאֶל הָעָם תֹּאמַר הִתְקַדְּשׁוּ לְמָחָר וַאֲכַלְתֶּם בָּשָׂר.


דערפאר האט משה רבינו זיך געוואונדערט, אויב עס איז מוכרח אז עס וועט זיין בדרך הטבע, איז טאקע שווער די קשיא הֲצֹאן וּבָקָר יִשָּׁחֵט לָהֶם וּמָצָא לָהֶם אִם אֶת כָּל דְּגֵי הַיָּם יֵאָסֵף לָהֶם וּמָצָא לָהֶם, עס איז דאך שלא כדרך הטבע.

און דערפאר איז די תשובה נישט געווען ווי הקב"ה האט געזאגט צו אברהם (בראשית יח, יד) הֲיִפָּלֵא מֵה' דָּבָר, ווייל דארט רעדט מען פון מאכן א נס שלא כדרך הטבע אז שרה זאל האבן א קינד, אבער דא שטייט הֲיַד ה' תִּקְצָר, וואס דער לשון פאסט זיך אויף א זאך וואס איז שוין דא, און עס איז ביכולת פונעם באשעפער עס צו ברענגען אהער, ווי די לשון אין מגילת אסתר (א, ז) וְיֵין מַלְכוּת רָב כְּיַד הַמֶּלֶךְ, וואס דאס מיינט אז דער מלך האט עס אין זיין רשות און די מעגליכקייט עס צו צושטעלן.

אזוי אויך האט הקב"ה געזאגט צו משה רבינו, עַתָּה תִרְאֶה הֲיִקְרְךָ דְבָרִי אִם לֹא, דהיינו צו עס וועט געשעהן באופן פון א מקרה אין די כללים פונעם טבע אדער נישט.

און אזוי איז טאקע געווען (פסוק לא) וְרוּחַ נָסַע מֵאֵת ה' וַיָּגָז שַׂלְוִים מִן הַיָּם, און נישט ווי עס שטייט ביי מכת ארבה (שמות י, יט) רוּחַ יָם חָזָק מְאֹד, אדער ביי קריעת ים סוף (שם יד, כא) וַיּוֹלֶךְ ה' אֶת הַיָּם בְּרוּחַ קָדִים עַזָּה כָּל הַלַּיְלָה, ווייל דער ווינט איז געווען בדרך הטבע, און עס זענען נישט באשאפן געווארן קיין נייע שליו פייגל, נאר וַיָּגָז שַׂלְוִים מִן הַיָּם ווי זיי זענען שוין געווען פון פריער. און אפילו לויט ווי עס איז משמע אין די מדרשים איז דער עצם מין פון שליו געווען א נס, איז עס אבער ביי זיי שוין געווען בדרך הטבע, ווייל זיי האבן שוין געהאט שליו פון גלייך נאך יציאת מצרים צוזאמען מיט די מן, נאר זייער טענה איז געווען אז עס איז זיי נישט גענוג, און יעצט האבן זיי באקומען מער.


און הגם אז דער 'גור אריה' פרעגט אז ר' עקיבא זאגט דאך אז עס איז בעצם געווען א חטא, נאר ווייל עס איז נישט געווען בגלוי איז עס איהם נמחל געווארן, און לויט דעם רמב"ן'ס מהלך איז עס דאך נישט קיין חטא. קען נאך אלץ זיין אז סוף כל סוף ווערט עס פאררעכנט פאר א חטא וויבאלד עס קען זיך הערן א משמעות ווי כאילו משה רבינו האט א ספק אין דעם באשעפער'ס יכולות, און ווי מיר טרעפן אזא דעה אז דאס איז טאקע געווען דער חטא פון מי מריבה, ווי אויבן דערמאנט.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24355
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יישר כח
כפתור ופרח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

30 א שטיקעלע רמבן - בהעלותך.pdf
(154.86 KiB) געווארן דאונלאודעד 33 מאל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17019
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת שלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די נושא די וואכעדיגע פרשה רעדט זיך פון די מעשה פון די מרגלים, און ווי די פסוק הייבט אן אנהייב פרשה (יג, א-ב) וַיְדַבֵּר ה' אֶל מֹשֶׁה לֵּאמֹר. שְׁלַח לְךָ אֲנָשִׁים וְיָתֻרוּ אֶת אֶרֶץ כְּנַעַן אֲשֶׁר אֲנִי נֹתֵן לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל.

למעשה האט אבער דער דיבור פונעם באשעפער צו משה א הקדמה וואס האט פאסירט פריער, וואס שטייט נישט אין אונזער פרשה, נאר משה רבינו דערציילט עס אין זיין תוכחה צו כלל ישראל אין פרשת דברים, אז דאס שיקן מרגלים איז געקומען אויפ'ן בקשה פון כלל ישראל, ווי עס שטייט דארט אין פסוק (דברים א, כב-כג) וַתִּקְרְבוּן אֵלַי כֻּלְּכֶם וַתֹּאמְרוּ נִשְׁלְחָה אֲנָשִׁים לְפָנֵינוּ וְיַחְפְּרוּ לָנוּ אֶת הָאָרֶץ וְיָשִׁבוּ אֹתָנוּ דָּבָר אֶת הַדֶּרֶךְ אֲשֶׁר נַעֲלֶה בָּהּ וְאֵת הֶעָרִים אֲשֶׁר נָבֹא אֲלֵיהֶן. וַיִּיטַב בְּעֵינַי הַדָּבָר וָאֶקַּח מִכֶּם שְׁנֵים עָשָׂר אֲנָשִׁים אִישׁ אֶחָד לַשָּׁבֶט.


ביאור רש"י
פון דעם וואס דער דיבור פון שְׁלַח לְךָ אֲנָשִׁים איז געקומען נאך וואס כלל ישראל האט עס געבעטן פון משה רבינו, איז רש"י מדייק - ווי די מפרשי רש"י זענען מסביר - עס איז נישט קיין לשון ציווי, וואס דעמאלטס וואלט דער באשעפער עס געהייסן אפילו זיי בעטן עס נישט, נאר עס איז אן הסכמה צו דעם וואס משה רבינו האט אנגעפרעגט ביי הקב"ה צו ער מעג טאקע שיקן מרגלים, און די תשובה איז געווען אז ער קען שיקן אויב ער וויל.

און פון דעם וואס משה רבינו דערמאנט דעם חלק צווישן די תוכחות, זאגט רש"י דארט אז עס איז א ראיה פון דעם אז דאס עצם שיקן די מרגלים איז שוין געווען אן עוולה אויף וואס משה רבינו האט אפירגעהאלטן די אידן ביי זיינע מוסר רייד.

דערפאר לערנט רש"י אז די מרגלים וואס די אידן האבן געבעטן צו שיקן איז געווען ווייל זיי האבן זיך נישט געוואלט פארלאזן אויף דאס וואס הקב"ה האט זיי געזאגט דורך משה רבינו אז ארץ ישראל איז אן אֶרֶץ זָבַת חָלָב וּדְבָשׁ, נאר זיי האבן געוואלט שיקן מענטשן וואס זאלן עס בודק זיין צו עס איז טאקע אזוי, צו עס לוינט זיך צו גיין אין מלחמה אויף דעם לאנד. און דאס איז געווען א חטא פון חסרון אמונה אינעם באשעפער.

איי משה רבינו זאגט דאך ווייטער וַיִּיטַב בְּעֵינַי הַדָּבָר, און ווי קען עס זיין עס זאל געפעלן פאר משה רבינו צו שיקן מרגלים אויף א ספק אין דעם אויבערשטנ'ס הבטחה, ובפרט ווי רש"י ברענגט דעם דרש פון די גמרא אין סוטה (לד:) וַיִּיטַב בְּעֵינַי הַדָּבָר און נישט בעיני המקום.

זאגט רש"י דארט, אז משה רבינו האט געזאגט פאר די אידן ווען זיי האבן איהם געבעטן צו שיקן מרגלים, אז ער איז מסכים דערצו און עס געפעלט איהם, נאר ווייל ער האט געהאלטן אז ווען כלל ישראל וועט זעהן אז משה רבינו איז גרייט צו שיקן מרגלים, און דער באשעפער איז אויך מסכים דערצו, וועלן זיי פארשטיין אז עס איז טאקע א גוט לאנד, און דערפאר איז נישט דא קיין פראבלעם עס צו לאזן בודק זיין, און דאס וועט זיין גענוג פאר זיי צו גלייבן אין די שבח פון ארץ ישראל, און זיי וועלן נישט פאדערן צו שיקן די מרגלים למעשה.


קושיות הרמב"ן
דער רמב"ן האט אבער פארשטאנען אז אויב משה רבינו האט געזאגט וַיִּיטַב בְּעֵינַי הַדָּבָר, מיינט עס אז עס איז איהם טאקע געפאלן דעם בקשה פון די אידן צו שיקן מרגלים, און אויב דאס שיקן מרגלים איז געווען צו בודק זיין די גוטסקייט פון ארץ ישראל ווי רש"י לערנט איז שווער 4 קשיות.

א. ערשטנס, די קשיא וואס רש"י פרעגט שוין, אויב דאס עצם שיקן מרגלים איז קעגן דעם רצון ה', ווי קען זיין אז משה רבינו איז אויך נכשל געווארן, אז ס'זאל זיין וַיִּיטַב בְּעֵינַי הַדָּבָר.

ב. נאך איז שווער אויב משה רבינו האט שוין געזאגט פאר די אידן אין מצרים אין נאמען פונעם באשעפער אז ארץ ישראל איז א גוטע לאנד, פארוואס איז איהם געפאלן צו שיקן מרגלים צו קוקן (פסוק יט-כ) הֲטוֹבָה הִיא אִם רָעָה וגו' וּמָה הָאָרֶץ הַשְּׁמֵנָה הִיא אִם רָזָה, וואס קוקט אויס פון דעם כאילו משה רבינו איז ח"ו געווען מסופק אין דעם.

ג. נאך איז שווער, וואס איז יעצט א נפקא מינה פאר משה רבינו צו וויסן צו ארץ ישראל איז גוט צו נישט, האט ער דען געהאט אן אנדערע פלאן ווי צו גיין מיט די אידן אויב עס וועט זיי נישט געפעלן? צו דען וואלט ער זיי דעמאלטס צוריק גענומען קיין מצרים?!

ד. נאך פרעגט דער רמב"ן, ארץ כנען איז דאך ממש בשכינות מיט מצרים, און פון חברון ביז מצרים איז נאר א מהלך פון זיבן טאג צו גיין, אויב אזוי איז מסתבר אז די וואס וואוינען אין מצרים ווייסן וואס פאר א לאנד ארץ ישראל איז, צו עס איז טאקע אזוי גוט ווי דער באשעפער האט געזאגט, איז הגם אז די אידן זענען געווען טרוד מיט די שיעבוד אין מצרים און עס קען זיין אז זיי האבן טאקע נישט געוואוסט וואס טוט זיך אין די שכינות'דיגע לאנד, אבער משה רבינו וואס איז נישט געווען בכלל השיעבוד האט דאך זיכער געוואוסט וואס פאר א לאנד ארץ ישראל איז.


און דער רמב"ן פרעגט אויף רש"יס מהלך נאך צוויי קשיות.

ה. נאך פרעגט דער רמב"ן אויף רש"י'ס מהלך, אויב דאס גאנצע שיקן די מרגלים איז טאקע געווען אויף די פרטים וואס משה רבינו האט זיי אנגעזאגט, צו באקוקן ארץ ישראל (פסוקים יח-כ) וּרְאִיתֶם אֶת הָאָרֶץ מַה הִוא וְאֶת הָעָם הַיֹּשֵׁב עָלֶיהָ הֶחָזָק הוּא הֲרָפֶה הַמְעַט הוּא אִם רָב. וּמָה הָאָרֶץ אֲשֶׁר הוּא יֹשֵׁב בָּהּ הֲטוֹבָה הִוא אִם רָעָה וּמָה הֶעָרִים אֲשֶׁר הוּא יוֹשֵׁב בָּהֵנָּה הַבְּמַחֲנִים אִם בְּמִבְצָרִים. וּמָה הָאָרֶץ הַשְּׁמֵנָה הִוא אִם רָזָה הֲיֵשׁ בָּהּ עֵץ אִם אַיִן, דאן וואס איז געווען דער חטא פון די מרגלים, זיי האבן דאך נאר געענטפערט דעם אמת אויף די זאכן וואס מען האט זיי געהייסן נאכקוקן.

אויף די שאלה וויאזוי די לאנד איז הֲטוֹבָה הִיא אִם רָעָה און הַשְּׁמֵנָה הִיא אִם רָזָה האבן זיי געענטפערט (פסוק כז) וְגַם זָבַת חָלָב וּדְבַשׁ הִיא, אויף הֲיֵשׁ בָּהּ עֵץ איז די תשובה וְזֶה פִּרְיָהּ, אויף הֶחָזָק הוּא הֲרָפֶה האבן זיי געענטפערט (פסוק כח) אֶפֶס כִּי עַז הָעָם, און אויף הַבְּמַחֲנִים אִם בְּמִבְצָרִים איז דער ענטפער וְהֶעָרִים בְּצֻרוֹת גְּדֹלֹת מְאֹד.

און עס קען נישט זיין אז זייער חטא איז נאר געווען, דאס וואס זיי האבן שפעטער געזאגט צו די אידן אליינס (פסוק לב) הָאָרֶץ אֲשֶׁר עָבַרְנוּ בָהּ לָתוּר אֹתָהּ אֶרֶץ אֹכֶלֶת יוֹשְׁבֶיהָ הִיא וְכָל הָעָם אֲשֶׁר רָאִינוּ בְתוֹכָהּ אַנְשֵׁי מִדּוֹת וואס דאס איז שוין נישט געווען אמת, ווייל מען זעהט אז כלב האט זיך שוין גע'טענה'ט מיט זיי נאך פאר דעם, ווען זיי האבן נאך געזאגט נאר דעם אמת איבער די מעלה פון ארץ ישראל און די שטארקייט פון די כנעניים און זייערע שטעט, איז משמע אז דארט האבן זיי שוין עפעס געזאגט נישט ריכטיג.

ו. און אויב איז דער גאנצע חטא געווען דאס ארויסברענגען די גבורה פון די גויים אין ארץ ישראל, און אנברענגען א פחד אויף די אידן, פארוואס זאגט משה רבינו אליינס צו די אידן סוף פון די פערציג יאר (דברים ט, א-ב) שְׁמַע יִשְׂרָאֵל אַתָּה עֹבֵר הַיּוֹם אֶת הַיַּרְדֵּן לָבֹא לָרֶשֶׁת גּוֹיִם גְּדֹלִים וַעֲצֻמִים מִמֶּךָּ עָרִים גְּדֹלֹת וּבְצֻרֹת בַּשָּׁמָיִם. עַם גָּדוֹל וָרָם בְּנֵי עֲנָקִים אֲשֶׁר אַתָּה יָדַעְתָּ וְאַתָּה שָׁמַעְתָּ מִי יִתְיַצֵּב לִפְנֵי בְּנֵי עֲנָק.


ביאור הרמב"ן - בקשת בני ישראל
דערפאר לערנט דער רמב"ן, אז דאס וואס די אידן האבן געבעטן צו שיקן מרגלים איז נישט געווען ווייל זיי האבן זיך נישט פארלאזט אויף דעם וואס השי"ת האט געזאגט אז ארץ ישראל איז א גוטע לאנד, נאר היות מען דארף יעצט גיין אייננעמען ארץ ישראל, קען מען זיך נישט פארלאזן אויף קיין נסים, נאר מען דארף פירן די מלחמה מיט תחבולות אזוי ווי די סדר העולם, און איינע פון די ערשטע זאכן איז צו אויסשפיאנירן דעם לאנד, פון ווי עס איז לייכטער עס איינצונעמען, און ווי שטארק די כוחות פון די באשיצער פון יעדע שטאט זענען און וויפיהל זייער צאל איז, אזוי ווי מיר טרעפן אז משה רבינו האט געטוהן ביי די מלחמה פון יעזר אין עבר הירדן אין פרשת מטות (כא, לב) וַיִּשְׁלַח מֹשֶׁה לְרַגֵּל אֶת יַעְזֵר און אזוי האט אויך יהושע געשיקט מרגלים קיין יריחו ווי עס שטייט אין די וואכעדיגע הפטורה (יהושע ב, א) וַיִּשְׁלַח יְהוֹשֻׁעַ בִּן נוּן מִן הַשִּׁטִּים שְׁנַיִם אֲנָשִׁים מְרַגְּלִים חֶרֶשׁ לֵאמֹר לְכוּ רְאוּ אֶת הָאָרֶץ וְאֶת יְרִיחוֹ, אזוי האבן די אידן אויך געוואלט מען זאל טוהן דא ביים אייננעמען ארץ ישראל בכללות, מען זאל בודק זיין וועלכע שטעט זענען שוואכער באשיצט און דארט קען מען לייכטער אנהייבן איינצונעמען דאס לאנד.

און אזוי שטייט לכאורה בפירוש אין פסוק אין פרשת דברים, אז כלל ישראל האט געבעטן נִשְׁלְחָה אֲנָשִׁים לְפָנֵינוּ וְיַחְפְּרוּ לָנוּ אֶת הָאָרֶץ וְיָשִׁבוּ אֹתָנוּ דָּבָר אֶת הַדֶּרֶךְ אֲשֶׁר נַעֲלֶה בָּהּ וְאֵת הֶעָרִים אֲשֶׁר נָבֹא אֲלֵיהֶן, דהיינו אז זיי זאלן שפיאנירן וועלכע וועג וועט זיין די לייכטסטע צו פירן די מלחמה.

און אויף דעם בקשה שטייט טאקע וַיִּיטַב בְּעֵינַי הַדָּבָר, ווייל אזוי איז טאקע דער סדר, אז אפילו דער באשעפער העלפט די אידן מיט זייערע מלחמות, דארף מען פירן די מלחמות בדרך הטבע ווי אזוי מען פירט א נארמאלע מלחמה מיט תחבולות, און אזוי זעהט מען אויך ביי די מלחמה פון יהושע מיט'ן שטאט עי (יהושע ח, ב) אז הקב"ה האט געהייסן צו פירן די מלחמה מיט א תחבולה.

און דאס וואס משה רבינו רעכנט עס אויס צווישן די תוכחות הגם בעצם איז עס א גוטע זאך, ווייל די אידן אין מדבר וואס דער באשעפער האט זיי געפירט אויף טריט און שריט דורכ'ן עמוד ענן, וואלטן נישט געדארפט בעטן אזא זאך, נאר זיי וואלטן זיך געדארפט פארלאזן אז אויב מען דארף טאקע טוהן אזוי, וועט שוין דער באשעפער הייסן פאר משה רבינו צו שיקן מרגלים, און אויף דעם איז געווען א טענה אויף די אידן פארוואס זיי האבן עס אליינס געבעטן.


און אויף דעם דיבור ה' פון די וואכעדיגע פרשה שְׁלַח לְךָ אֲנָשִׁים וְיָתֻרוּ אֶת אֶרֶץ כְּנַעַן, האט דער רמב"ן צוויי וועגן.

ביאור הרמב"ן א' - דיבור ה'
אדער קען זיין ווי רש"י לערנט, אז משה רבינו האט אנגעפרעגט ביים באשעפער צו ער קען שיקן די מרגלים, צו וויסן ווי אזוי צו פירן די מלחמה, און דער באשעפער האט מסכים געווען משה רבינו זאל זיי שיקן.

און דאס האט משה רבינו זיי געזאגט (פסוק יז) עֲלוּ זֶה בַּנֶּגֶב, זיי זאלן קודם בודק זיין דרום זייט פון ארץ ישראל, וואס דאס איז די זייט ווי די אידן געפינען זיך יעצט, און עס איז די לייכטסטע פאר זיי דארט אריין צו גיין קיין ארץ ישראל, זאלן זיי בודק זיין וְאֶת הָעָם הַיֹּשֵׁב עָלֶיהָ הֶחָזָק הוּא הֲרָפֶה הַמְעַט הוּא אִם רָב, צו וויסן וויפיל סאלדאטן מען דארף האבן צו פירן די מלחמה. און אזוי אויך וּמָה הֶעָרִים אֲשֶׁר הוּא יוֹשֵׁב בָּהֵנָּה הַבְּמַחֲנִים אִם בְּמִבְצָרִים, צו וויסן וויאזוי צו פירן די מלחמה.

אזוי אויך דארף מען וויסן אויף די געגנט וואס מען וויל ערשט אייננעמען וּמָה הָאָרֶץ אֲשֶׁר הוּא יֹשֵׁב בָּהּ הֲטוֹבָה הִיא אִם רָעָה, ווייל עס איז ענדערשער ערשט איינצונעמען א שטאט וואס עס איז גוט צו וואוינען דארט, ווייל דארט וועט מען זיך באזעצן ביז מען וועט ממשיך זיין צו פירן די מלחמות, און אויב די שטעט אין דרום זענען נישט קיין גוטע שטעט וועט מען אנהייבן די מלחמה פון אן אנדערע זייט.


אדער זאגט דער רמב"ן אז דאס איז שוין געווען אן הוספה וואס משה רבינו האט צוגעלייגט, כדי די אידן זאלן צוגיין צו די מלחמה מיט א חשק און א שמחה, האט ער זיי געזאגט זיי זאלן זיך אויך אומקוקן איבער די גוטסקייט פון דאס לאנד, און צוריק ברענגען די תשובה צו די אידן, כדי זיי צו געבן חשק צו אייננעמען ארץ ישראל.


ביאור הרמב"ן ב' - דיבור ה'
דער רמב"ן זאגט אבער אז פון די לשון הפסוק וואס עס שטייט נישט דערמאנט אז משה רבינו האט געפרעגט דעם באשעפער איז משמע אז משה רבינו האט נישט געדארפט באקומען קיין הסכמה דערויף, אזוי ווי מען זעהט שפעטער אז ער האט געשיקט מרגלים קיין יעזר הגם עס שטייט נישט אז השי"ת האט מסכים געווען.

נאר נאך וואס משה רבינו האט מחליט געווען צו שיקן מרגלים, האט איהם דער באשעפער געזאגט דעם ציווי אז ער זאל שיקן מרגלים, ווי עס איז משמע פונעם אריכות הלשון וְיָתֻרוּ אֶת אֶרֶץ כְּנַעַן אֲשֶׁר אֲנִי נֹתֵן לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל, וואס אויב משה רבינו האט יעצט אנגעפרעגט אויף דעם נושא, איז עס אן איבעריגע אריכות צו ארויס זאגן פון וועלכע לאנד מען רעדט.

און די סיבה פארוואס הקב"ה האט איהם געהייסן, נאך וואס ער האט שוין געהאט מחליט געווען צו שיקן מרגלים אויף די בקשה פון כלל ישראל, איז געווען היות עס איז דא א חשש אז זיי וועלן נכשל ווערן - ווי עס איז טאקע געווען צום סוף - וועט אפשר דאס העלפן אז עס איז געווען א ציווי ה' דערויף, דאס זאל זיי אפהיטן עס זאל נישט ארויס קומען קיין מכשול, הגם למעשה האט עס נישט אפגעהאלטן דעם מכשול, ווייל דער באשעפער האט נישט מפרט געווען די נעמען וועם צו שיקן, נאר אז מען זאל שיקן פון די נשיאים, דערפאר איז נאך געבליבן א מקום זיי זאלן נכשל ווערן, ווייל מכח דעם ציווי ה' איז נישט געווען מוכרח אז דייקא די מענטשן זאלן גיין.

אויך האט איהם דער באשעפער צוגעלייגט מיט דעם ציווי, אז הגם משה רבינו האט געוואלט שיקן ווייניגער מענטשן, און נישט אזעלכע אנגעזעהענע מענטשן, ווי די סדר ווען מען שיקט שפיאנירן א לאנד, אז מען שיקט אויף אן אופן אז זיי זאלן זיך נישט אנזעהן דארט, האט איהם דער באשעפער געהייסן אז ער זאל שיקן נשיאים און פון אלע שבטים, כולי האי ואולי וועט עס העלפן דאס וואס זיי זענען חשוב, און דאס וואס זיי זענען א רבים און איינער וועט מחזק זיין דעם צווייטן, אז זיי זאלן נישט דורכפאלן מיט זייער שליחות. און אויך אויב וועלן זיי יא דורכפאלן זאל די גזירה נאכדעם זיין אויף גאנץ כלל ישראל גלייך און נישט נאר אויף די שבטים וואס פון זיי האט מען געשיקט, און עס וועט זיין א מצב אז א חלק כלל ישראל וועט אריין גיין קיין ארץ ישראל און א חלק נישט.


נאך לייגט דער רמב"ן צו, אז די מרגלים וואס משה רבינו האט געוואלט שיקן איז דאך נאר געווען צו זעהן ווי אזוי צו פירן די מלחמות מיט די כנעניים, און אויף דעם האבן די אידן געבעטן נִשְׁלְחָה אֲנָשִׁים לְפָנֵינוּ וְיַחְפְּרוּ לָנוּ אֶת הָאָרֶץ, וואס וְיַחְפְּרוּ איז א לשון פון זיכן, זיי זאלן נאכזוכן וועלכע וועג איז די בעסטע, און זיי זאלן גיין לְפָנֵינוּ און אונז ווייזן די וועג ביי די מלחמה.

אבער דער באשעפער האט צוגעלייגט שְׁלַח לְךָ אֲנָשִׁים וְיָתֻרוּ אֶת אֶרֶץ כְּנַעַן, וואס דאס איז מער א לשון פון בודק זיין דעם זאך אליינס און השי"ת האט דא צוגעלייגט אז די מרגלים זאלן אויך באקוקן די גוטסקייט פון ארץ ישראל און עס איבערגעבן פאר די אידן, אזוי זאלן זיי צוגיין צו די מלחמה מיט'ן גאנצן חשק.


ביאור הרמב"ן - חטא המרגלים
און די חטא פון די מרגלים איז געווען, אז זיי זענען געקומען מיט א תשובה אויף ארץ ישראל בכללות אֶפֶס כִּי עַז הָעָם הַיֹּשֵׁב בָּאָרֶץ וְהֶעָרִים בְּצֻרוֹת גְּדֹלֹת מְאֹד, ארויסברענגדיג מיט דעם אז עס איז אומעגליך איינצונעמען ארץ ישראל, און דאס איז נישט די שליחות אויף וואס משה רבינו האט זיי געשיקט זיי זאלן קוקן צו מען קען עס איינעמען צו נישט, נאר וועלכע פלאץ איז מער געאייגנט אנצוהייבן די מלחמה, און וואס די מצב פון די שטעט זענען, און אויף דעם האט כלב גלייך זיך מתוכח געווען מיט זיי (פסוק ל') עָלֹה נַעֲלֶה וְיָרַשְׁנוּ אֹתָהּ.


יישוב שיטת רש"י
א-ד. דער מזרחי פארענטפערט די קשיות פונעם רמב"ן אויף רש"י, אז לויט ווי רש"י שרייבט אין פרשת דברים אז דער וַיִּיטַב בְּעֵינַי הַדָּבָר איז נישט געווען אויף אן אמת, נאר משה רבינו האט געמאכט כאילו ער איז מסכים דערצו כדי זיי זאלן נישט פאדערן מען זאל שיקן למעשה, אויב אזוי איז אויך נישט שווער דאס וואס משה רבינו האט זיי מפרט געווען זיי זאלן באקוקן ארץ ישראל הֲטוֹבָה הִיא אִם רָעָה, ווייל דאס איז געווען וואס די אידן האבן געוואלט מברר זיין, און משה רבינו האט זיי געוואלט ווייזן אז ער לאזט זיי עס בודק זיין.

דער מהר"ל פרעגט אבער, אויב משה רבינו האט נאר געזאגט אז עס געפעלט איהם, הגם באמת האט ער נישט מסכים געווען, שטימט אבער נישט דעם דרש פון 'וַיִּיטַב בְּעֵינַי הַדָּבָר ולא בעיני המקום', ווייל פונקט ווי משה האט געזאגט אז ער איז מסכים הגם ער האט נישט געהאלטן פון דעם, האט דאך דער באשעפער אויך צוגעלאזט דאס שיקן הגם עס איז געווען קעגן דעם רצון ה', איז וואס איז אנדערש די הטבה בעיני משה פון די הטבה בעיני ה'.

דערפאר זאגט דער גור אריה אז די פשט איז אז ווען די אידן זענען געקומען צו משה בעטן צו שיקן מרגלים האבן זיי טאקע געבעטן נִשְׁלְחָה אֲנָשִׁים לְפָנֵינוּ וְיַחְפְּרוּ לָנוּ אֶת הָאָרֶץ וְיָשִׁבוּ אֹתָנוּ דָּבָר אֶת הַדֶּרֶךְ אֲשֶׁר נַעֲלֶה בָּהּ וְאֵת הֶעָרִים אֲשֶׁר נָבֹא אֲלֵיהֶן, ווי כאילו זיי ווילן נאר שיקן מרגלים צו וויסן וויאזוי צו פירן די מלחמות, כדי משה רבינו זאל מסכים זיין צו זיי, אבער זייער אמת'ע כוונה איז געווען אז די מרגלים זאלן בודק זיין צו ארץ ישראל איז טאקע אזא גוטע לאנד ווי השי"ת זאגט.

דערפאר משה רבינו וואס האט נישט געוואוסט זייער מחשבה, איז וַיִּיטַב בְּעֵינַי הַדָּבָר, ווייל דאס איז טאקע א ריכטיגע זאך צו שיקן מרגלים ווי די תכסיסי מלחמה זענען. אבער נאך וואס משה רבינו האט געפרעגט דעם באשעפער און די תשובה איז געווען 'שְׁלַח לְךָ לדעתך, אני איני אומר לך שלח', האט משה רבינו פארשטאנען פון דעם וואס דער באשעפער הייסט עס נישט טוהן, אז כלל ישראל האט דא אן שלעכטע מחשבה צו בודק זיין וואס פאר א לאנד ארץ ישראל איז, און משה רבינו וואלט נישט געדארפט מסכים זיין צו שיקן די מרגלים, נאר וויבאלד משה רבינו האט געוואלט איבערצייגן די אידן אז ארץ ישראל איז טאקע גוט, האט ער מחליט געווען צו לאן די אידן שיקן די מרגלים, אזוי זאל זיי זעהן אז משה רבינו האט נישט וואס צו באהאלטן, וועלן זיי זיך בארואיגן און נישט פאדערן מען זאל טאקע שיקן די מרגלים.


ה-ו. און אויף די קשיא וואס איז געווען די חטא פן די מרגלים, זיי האבן דאך נאר געענטפערט דעם אמת אויף וואס מען האט זיי געשיקט, און דאס וואס זיי האבן ארויסגעברענגט די גבורה פון די כנעניים האט דאך משה רבינו אויך אזוי געטוהן שפעטער אין פרשת עקב, זאגט דער מזרחי אז די עיקר טענה איז געווען אויף זייער אויספיהר (פסוק לא) לֹא נוּכַל לַעֲלוֹת אֶל הָעָם כִּי חָזָק הוּא מִמֶּנּוּ, וואס דאס איז שוין עפעס וואס מען האט זיי נישט געפרעגט זייער מיינונג צו מען וועט קענען אייננעמען ארץ ישראל צו נישט, און דאס האבן זיי שוין אליינס צוגעלייגט.

און הגם אז דער רמב"ן פרעגט אז כלב האט זיך שוין גע'טענה'ט מיט די מרגלים נאך פאר זיי האבן געזאגט לֹא נוּכַל לַעֲלוֹת אֶל הָעָם, זאגט דער מהר"ל אז דאס איז שוין געליגן אין זייערע ווערטער וְגַם זָבַת חָלָב וּדְבַשׁ הִיא וְזֶה פִּרְיָהּ. אֶפֶס כִּי עַז הָעָם. אין דעם ווארט אֶפֶס האבן זיי שוין דאס מרמז געווען, אז הגם עס איז א גוטע לאנד, איז עס אבער יצא שכרה בהפסדה ווייל מען גייט עס נישט קענען באקומען ווייל דער פאלק איז צו שטארק, און זיי וואלטן געדארפט ענטפערן נאר וְגַם זָבַת חָלָב וּדְבַשׁ הִיא ועַז הָעָם.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

31 א שטיקעלע רמבן - שלח.pdf
(203.6 KiB) געווארן דאונלאודעד 37 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24355
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יישר כח
זייער זייער שיין
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”