א שטיקעלע רמב"ן

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת תרומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ביים כלליות'דיגן ציווי פון מלאכת המשכן זאגט דער פסוק (כה, ח-ט) וְעָשׂוּ לִי מִקְדָּשׁ וְשָׁכַנְתִּי בְּתוֹכָם. כְּכֹל אֲשֶׁר אֲנִי מַרְאֶה אוֹתְךָ אֵת תַּבְנִית הַמִּשְׁכָּן וְאֵת תַּבְנִית כָּל כֵּלָיו וְכֵן תַּעֲשׂוּ.

זאגט שוין רש"י גלייך, אז עס קען נישט זיין אז דער וְכֵן תַּעֲשׂוּ איז א המשך צו וואס עס שטייט פריער כְּכֹל אֲשֶׁר אֲנִי מַרְאֶה אוֹתְךָ, אזוי זאלטס עטס טוהן, ווייל דעמאלטס וואלט עס געדארפט צו שטיין אן דעם ו', נאר כְּכֹל אֲשֶׁר אֲנִי מַרְאֶה וגו' כֵּן תַּעֲשׂוּ. נאר ע"כ מוז זיין אז כְּכֹל אֲשֶׁר אֲנִי מַרְאֶה איז א המשך צום פריערדיגן פסוק, וְעָשׂוּ לִי מִקְדָּשׁ וגו' כְּכֹל אֲשֶׁר אֲנִי מַרְאֶה, און וְכֵן תַּעֲשׂוּ איז א ציווי פאר זיך.


שיטת רש"י
זאגט רש"י פשט, וואס איז דער הוספה פון וְכֵן תַּעֲשׂוּ, אז דאס קומט לדורות הבאים, אז נישט נאר יעצט דא אין מדבר זאל מען מאכן די כלים מיט די צורה, נאר אויך אין די שפעטערע יארן זאל מען זיי אזוי מאכן.

איי וואס פאר א צורך איז דא צו מאכן נאכאמאהל די כלים, אויב מען מאכט עס שוין יעצט, און עס בלייבט ראוי צו נוצן אויף אייביג, זאגט רש"י אז אויב עס וועט זיך צוברעכן איינע פון די כלים, זאל מען מאכן די נייע כלי מיט די זעלבע צורה ווי דער מצוה איז דא. אזוי אויך אין בית המקדש ווען שלמה המלך האט ע"פ נבואה צוגעלייגט נאך פון די כלים וואס מען האט געמאכט אין די משכן, 10 שולחנות און 10 מנורות און 10 כיורות, זאלן זיי אלע געמאכט ווערן מיט די זעלבע צורה ווי אין אונזער פרשה.


דער מהר"ל איז מסביר אז שיטת רש"י נעמט זיך פון די גמרא אין מס' שבועות (יד:) לגבי דעם דין אז כדי מקדש צו זיין דעם מקום המקדש, מחייב צו זיין דער וואס קומט דארט אריין בטומאה, דארפן זיין אנוועזנד אמלך, א נביא, א כהן גדול מיט די אורים ותומים און די סנהדרין הגדול, און די גמרא לערנט ארויס פון אונזער פסוק, וואס די ווערטער וְכֵן תַּעֲשׂוּ זענען איבעריג, אז עס גייט ארויף אויף לדורות, און אזוי ווי ביי הקמת המשכן איז געווען אנוועזנד משה רבינו וואס האט געדינט אלץ מלך און איז געווען א נביא, און אהרן הכהן הגדול מיט די אורים ותומים, און די שבעים זקנים, אזוי אויך דארף מען האבן די זעלבע מקדש צו זיין דעם מקום המקדש.

לערנט רש"י אז דער לימוד פון 'וכן תעשו לדורות' איז נישט נאר לגבי ווי אזוי מקדש צו זיין דעם מקום המקדש, נאר אויך לגבי די צורת הכלים אז זיי דארפן אייביג זיין דאס זעלבע ווי ביים משכן וואס בצלאל האט געמאכט אין מדבר.

און דער אור החיים הק' לייגט צו א תוספת ראיה, פון דעם וואס די גמרא דארט פרעגט אויף דעם דרש, פון דעם וואס מיר זעהן אז הגם משה רבינו האט מקדש געווען די כלים דורכן זיי זאלבן מיט'ן שמן המשחה, אעפ"כ לדורות ווערן די כלי שרת געהייליגט מיט דעם וואס מען טוט מיט זיי די עבודה, און מ'דארף עס נישט מושח זיין, און די גמרא ענטערט דערויף אז עס איז דא א לימוד לגבי די כלים אז לדורות דארפן זיי נישט קיין משיחה, איז אבער משמע פון דעם אז ווען נישט דעם גילוי, גייט דער לימוד פון 'וכן תעשו לדורות' ארויף אויף אלעס וואס איז געווען ביי משה רבינו, אויב אזוי איז עס אויך כולל די צורת הכלים.


קושיית הרמב"ן על רש"י
דער רמב"ן פרעגט אויף רש"י'ס יסוד אז די כלים דארפן אייביג בלייבן מיט די צורה וואס שטייט אין אונזער פרשה, מיט'ן לשון 'ולא ידעתי שיהיה זה אמת' אז די כלים אין בית המקדש דארפן זיין די זעלבע ווי אין משכן, און א ראיה איז פון דעם וואס דער מזבח וואס שלמה המלך האט געמאכט אין בית המקדש איז געווען גרעסער און לויט א דעה אויך העכער ווי די מזבח פונעם משכן, זעהן מיר אז די כלים דארפן נישט בלייבן די זעלבע.


דער מהר"י אבוהב אין זיין פירשו אויפ'ן רמב"ן איז מדייק אז דער רמב"ן שרייבט בלשון ספק 'ולא ידעתי' הגם ער האט א בפירוש'ע ראיה פונעם מזבח שעשה שלמה, וויבאלד רש"י רעכנט נאר אויס פון די כלים שולחן, מנורה און דעם כיור, מילא קען זיין אז עס דער מזבח איז נישט בכלל דעם לימוד, ווייל מען קען מחלק זיין צווישן דעם מזבח מיט די אנדערע כלים ווי מיר וועלן ברענגען ווייטער, און דערפאר האט שלמה המלך ע"ה געקענט מאכן א שינוי אינעם צורה.


שיטת האבן עזרא
דער אבן עזרא לערנט פשט אינעם כפל הלשון, אז דער וְכֵן תַּעֲשׂוּ גייט אויף די כלי המשכן, און ביז אהער רעדט דער פסוק נאר פונעם בנין המשכן ועשו לי מקדש, ווי רש"י איז מסביר 'בית של קדושה', און יעצט לייגט דער פסוק צו א ציווי פון עשיה אויף די כלים וואס ווערט דערמאנט פריער אין פסוק וְאֵת תַּבְנִית כָּל כֵּלָיו.


דער רמב"ן ברענגט אראפ דעם אבע"ז און ער קריגט זיך נישט בפירוש אויף זיין מהלך, אבער דער מהר"י אבוהב איז מדייק פונעם לשון פונעם רמב"ן אז ער האלט אז ועשו לי מקדש איז נישט נאר קיין ציווי אויפן בנין, נאר עס איז כולל די כלים אויך, און א ראיה איז פון דעם לשון וְשָׁכַנְתִּי בְּתוֹכָם בלשון רבים, און נישט ושכנתי בתוכו, איז משמע אז מקדש מיינט נישט נאר דעם בנין, נאר אויך וואס איז דא אין דעם. און הגם מיר טרעפן נישט אז די שכינה האט גערוהט אויף די כלים, גייט עס בעיקר אויפן ארון וואס דארט איז געווען די השראת השכינה אינעם משכן.

אבער לכאורה טרעפן מיר בפירוש אז דער רמב"ן לערנט אויך אז מקדש מיינט נאר דעם בנין און נישט די כלי המשכן, אין זיינע השגות אויפ'ן ספר המצוות להרמב"ם ביי די מצוה פון מאכן בגדי כהונה (עשה ל"ג), וואס דער רמב"ם רעכנט עס פאר א מצוה במנין המצוות און דער בה"ג רעכנט עס נישט צווישן די תרי"ג מצוות, איז דער רמב"ן מסביר דעם בה"ג, אז ער האט געהאלטן אז בגדי כהונה זענען נישט קיין מצוה פאר זיך, נאר א חלק פונעם הכשר מצוה פון עבוד הקרבנות אז מען דארף עס טוהן מיט די בגדים.

און מכח דעם קריגט ער זיך אויך אויף דעם וואס דער רמב"ם שרייבט ביים מצוה פון ועשו לי מקדש (עשה כ') אז מאכן דעם ארון, שולחן, מנורה און די מזבחות ווערן נישט פאררעכנט פאר עקסטערע מצוות, ווייל זיי זענען בכלל ועשו לי מקדש, און 'מקדש' איז כולל דעם בנין און די כלים שבתוכו.

אויף דעם טענה'ט דער רמב"ן אז עס איז נישט ריכטיג און מקדש רעכנט נישט אריין די כלים, נאר די סיבה פארוואס מען רעכנט עס נישט פאר עקסטערע מצוות איז ווייל עס איז גלייך ווי בגדי כהונה לויט'ן בה"ג, און עס ווערט נאר פאררעכנט ווי א חלק פון די מצוות העבודה, עשיית השולחן איז א חלק פון מצות לחם הפנים, די מנורה איז א הכשר צו הדלקת המנורה, די מזבחות זענען א טייל פון מצות הקטורת והקרבנות, און דער כיור איז נכלל אין די מצוה פון קידוש ידים ורגלים.

עכ"פ זעהן מיר פון דעם רמב"ן אז ער שרייבט בפירוש אז די כלים זענען נישט בכלל 'מקדש', וכדברי ה'אבן עזרא'. און הגם דער רמב"ן אגט אז ושכנתי בתוכם גייט אויך אויף דעם ארון, און אין דעם פסוק רעדט מען דאך נאר פונעם מקדש, שרייבט אבער דער רמב"ן טאקע דארט אין סה"מ אז דאס מאכן דעם ארון וואס איז נישט קיין חלק פון קיין עבודה, און עס האט נאר געדינט צו האלטן די לוחות און דער ס"ת וואס משרע"ה האט געשריבן, דאס ווערט יא פאררעכנט פאר א מצוה כשלעצמה, מילא קען זיין אז דער רמב"ן וועט מודה זיין אז דער ארון וואס איז דער מקום פון השראת השיכנה איז יא בכלל 'מקדש', אבער די אנדערע כלים נישט, מילא קען נאכאלץ שטימען די מהלך פונעם אבע"ז אז וְכֵן תַּעֲשׂוּ גייט אויף די אנדערע כלים וואס זענען נישט בכלל מקדש.


שיטת הרמב"ן
דער רמב"ן אליינס שרייבט על דרך הפשט, אז דער פסוק דאפלט דעם לשון פון עשיה נאכאמאהל מיט'ן וְכֵן תַּעֲשׂוּ, אלץ תוספת זירוז, נישט נאר מען זאל עס טוהן, נאר מען זאל עס גלייך טוהן מיט א זריזות, פונקט אזוי ווי מיר טרעפן ביים סוף פונעם מעשה המשכן (לט, לב) וַיַּעֲשׂוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל כְּכֹל אֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה כֵּן עָשׂוּ, און דארט מיינט עס אויך אז זיי האבן געטוהן ווי דער ציווי ה', און זיי האבן עס געטוהן גלייך מיט מיט א זריזות.


יישב שיטת רש"י
די מפרשי רש"י שרייבן עטליכע מהלכים צו פארענטפערן די קשיא פונעם מזבח אין בית המקדש, וואס איז געווען אנדערש ווי די מזבח פונעם משכן.

א. יישוב הרא"ם. דער מזרחי טענה'ט אז דער וכן תעשו לדורות מיינט נישט אז לדורות מוזן די כלים זיין פונקט די זעלבע מאס ווי די כלים וואס מען האט געמאכט אין די משכן, פונקט אזוי ווי דער גאנצע געבוי פונעם בית המקדש איז איוך געווען אסאך גרעסער איז מאס פון דעם משכן. נאר דער עיקר איז אז עס זאל האבן די זעלבע צורה און געשטעל, דהיינו עס זיין די זעלבע יחס צווישן די לענג און די ברייט פון די כלים, ווי דער יחס פון די כלי המשכן, למשל אז דער מזבח איז פיר מאל אזוי לאנג ווי די מזבח אין משכן, זאל עס אויך זיין פיר מאל אזוי ברייט.

און אזוי טרעפן מיר אויך ביים עצם בנין, ווי תוספות זאגט אין מס' שבת (צח: ד"ה דל) אז מען לערנט ארויס אז די ברייט פון דעם חלל פונעם משכן איז געווען 10 אמות, פון דעם וואס אין בית המקדש איז דער היכל מיט'ן קדשי קדשים געווען 20 אמות ברייט ביי 60 אמותדי לענג, אויב אזוי ביי דעם משכן וואס איז נאר געווען 30 אמות לאנג, איז דער ברייט 10 אמות. זעהט מען פון דעם אז דער עיקר איז דער יחס פון די לענג און ברייט פון די צורה פונעם משכן און נישט די מאסן אליינס.

און הגם לגבי די הייעך איז עס נישט געווען די זעלבע יחס, סיי ביים בנין, וואס דער היכל איז געווען דרייסיג אמות הויעך, וואס דאס איז דריי מאל אזוי הויעך ווי דער משכן וואס איז נאר געווען 10 אמות, אנדערש ווי די לענג און די ברייט וואס איז נאר געווען דאפלט, און אזוי אויך די הייעך פונעם מזבח איז נישט געבליבן די זעלבע יחס לגבי די לענג און די ברייט ווי ביים משכן, זאגט דער רא"ם אז עס קוקט אויס ווי עס איז געווען א הלכה למשה מסיני אז דער וכן תעשו גייט טאקע נאר ארויף אויף די לענג און די ברייט און נישט אויף די הייעך.


דער אור החיים הק' טענה'ט זיך מיט'ן מזרחי, אז עס איז א חידוש צו זאגן אז עס איז געווען אזא הלכה למשה מסיני אז דער וכן תעשו גייט נישט אויפן הייעך, און עס ווערט נישט דערמאנט אין די גמרא בכלל, און אויך אז ווען די גמרא פרעגט מנא הני מילי אז מ'דארף האבן ביים מקדש זיין דעם עזרה א מלך ונביא וכו', און דער תרצן ברענגט דעם דרש פון כון תעשו, איז דאך פשוט אז דער מקשן וואס האט נישט געוואוסט פון דעם דרש האט אודאי נישט געוויסט פון דעם הלכה למ"מ, מילא וואלט דאס דער מקשן געדארפט צו פרעגן אז דער הייעך פנעם מזבח אין ביהמ"ק שטימט נישט מיט'ן הייעך פונעם משכן.


ב. יישוב ה'גור אריה'. דער מהר"ל ענטפערט אויף שיטת רש"י, און אזוי זאגט אויך דער מהר"י אבוהב אז מען קען ארענטפערן דער רמב"ן'ס קשיא, אז דאס איז דאך פשוט אז לגבי דעם בנין פונעם בית המקדש איז נישט געזאגט געווארן דעם דין פון וכן תעשו, וויבאלד עס איז געווען גאנץ אן אנדער סארט בנין ווי דער בנין המשכן וואס איז נאר געווען לזמן און עס איז געווען געבויעט אויף אן אופן וואס מען זאל עס קענען צונעמען און מיט נעמען אויפ'ן וועג, וואס דאס פעלט נישט אויס ביים בית עולמים. און דערפאר זענען טאקע די מאסן פונעם בנין בית המקדש נישט געווען די זעלבע ווי דער משכן.

אויב אזוי איז די זעלבע לגבי דעם מזבח וואס איז געווען א גרויסע כלי וואס איז נישט געווען געמאכט צו רירן פון ארט, ובפרש אין בית המקדש וואס עס איז געווען געמאכט מיט מאטריאל וואס מען נוצט פאר א בנין, האט עס א דין ווי א חלק פונעם בנין, און עס גייט נישט אריין אין דעם כלל פון 'וכן תעשו לדורות' ווי די אנדערע כלים המטלטלים, ווי די שולחן מנורה און דעם כיור וואס רש"י רעכנט אויס.

ג. יישוב האור החיים הק'. דער אוהחה"ק טענה'ט אז אין אמת'ן קושיא מעיקרא ליתא, ווייל מיר טרעפן נאך אסאך שינויים וואס שלמה המלך האט צוגעלייגט אינעם בית המקדש, אבער אלעס איז געווען ע"פ נבואה, ווי דער פסוק זאגט אין דברי הימים (א' כח, יא) וַיִּתֵּן דָּוִיד לִשְׁלֹמֹה בְנוֹ אֶת תַּבְנִית הָאוּלָם וְאֶת בָּתָּיו וְגַנְזַכָּיו וַעֲלִיֹּתָיו וַחֲדָרָיו וגו' הַכֹּל בִּכְתָב מִיַּד ה' עָלַי הִשְׂכִּיל כֹּל מַלְאֲכוֹת הַתַּבְנִית, און ווי חז"ל זאגן אין מדרש שמואל (פט"ו) איז עס געקומען פון משה רבינו דורך יהושע און די נביאים וואס האבן עס איבער געגעבן פאר דוד המלך ע"ה, מילא קומט אויס אז אלעס וואס איז געווען אנדערש אין ביהמ"ק איז געווען על פי הנבואה, און אזוי אויך דער שינוי פונעם מזבח אין ביהמ"ק איז געגעבן געוועארן למשה מסיני. און דער לימוד פון 'וכן תעשו לדורות' קומט אויף די זאכן וואס איז נישט געווען קיין הלממ"ס פארקערט, ביי די זאכן דארף מען מאכן פונקט אזוי ווי עס איז געווען אין משכן.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליך שיין

א דאנק
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

18 א שטיקעלע רמבן - תרומה.pdf
(140.06 KiB) געווארן דאונלאודעד 51 מאל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת תצוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אין די וואכעדיגע סדרה, סוף פון די פרשה פונעם חושן, שטייט אין פסוק (כח, ל) וְנָתַתָּ אֶל חֹשֶׁן הַמִּשְׁפָּט אֶת הָאוּרִים וְאֶת הַתֻּמִּים, און אנדערש ווי אלע אנדערע כלי המשכן און בגדי כהונה וואס דער תורה איז מאריך אין אלע פרטים, איז דער תורה בכלל נישט מסביר וואס די אורים ותומים זענען געווען.


שיטת רש"י ורמב"ן
רש"י איז מסביר וואס איז דאס דער אורים ותומים, און אזוי נעמט אויך אן דער רמב"ן, אז דאס איז א כתב פונעם שם המפורש אויף א פארמעט, וואס דאס האט געגעבן דער כח פארן חושן צו מברר זיין און ענטפערן די שאלות וואס זענען געפרעגט געווארן.


און ווי דער רמב"ן איז מסביר ביתר ביאור, אז דער אורים ותומים האט כולל געווען צוויי שמות, איינס וואס ווערט אנגערופן אורים, ווי די גמרא זאגט אין יומא (עג:) אז דאס איז על שם וואס עס מאכט שיינען די אותיות אויפן חושן, און די צווייטע שם הייסט תומים, וואס דאס געבט די כח משלים צו זיין דעם תשובה.

און די סדר איז געווען אז וועןן מען האט געפרעגט דעם שאלה, האט דער כהן מכוון געווען דעם שם פון אורים, און מיט'ן כח פון דעם קלף וואס האט אויף זיך דעם שם וואס איז געליגן אינעם חושן, האט דאס צוגעברענגט אז די אותיות אינעם חושן וואס פון זיי שטעלט זיך אויס די ווערטער פונעם תשובה האבן אנגעהויבן צו לייכטן.

און אויב די תשובה האט אין זיך א אות מער ווי איין מאל, ווי מיר טרעפן אנהייב ספר שופטים (א, א-ב) אז כלל ישראל האט אנגעפרעגט אינעם אורים ותומים נאכן פטירה פון יהושע, וועלכע שבט זאל ערשט גיין אייננעמען זיין חלק אין ארץ ישראל, און די תשובה איז געווען 'יהודה יעלה', וואס די ווערטער פארמאגן צוויי יוד"ן און דריי מאל די אות ה', זענען אבער די אותיות געווען מער ווי איינמאל אויפ'ן חושן, דער אות י' איז דא ביי די שבטים 6 מאל, און דער אות ה' ואס איז טאקע נאר דא צוויי מאל אין יהודה, זאגט דער רמב"ן אז דער גמרא זאגט דאך אין יומא (שם) אז עס זענען אויך געווען אויסגעקריצט אויפן חושן די נעמען פון די אבות, מילא קומט צו נאך א ה' פון אברהם. אדער קען זיין אז דער אות ה' פון יהודה האט געבליצט און אויפגעשיינט צוויי מאל, א סימן אז דעם אות דארף מען נוצן צוויי מאל.

אבער היות די אותיות זענען נישט געווען על הסדר פונעם תשובה, קען מען נאכנישט וויסן וואס צו טוהן, ווי למשל ביי די תשובה פון 'יהודה יעלה' קען מען צוזאמען שטעלן אנדערע ווערטער פון די אותיות, ווי למשל 'הוי הד עליה', אדער 'הי על ידוהה', נאר דער כהן האט גלייך מכוון געווען דעם שם וואס ווערט אנגערופן תומים, און דורך דעם האט דער כהן געקענט מכוון זיין מיט רוח הקודש די ריכטיגע סדר ווי אזוי אויס צו שטעלן די אותיות, און דאס איז א מדרגה אין נבואה, אבער קלענער ווי א ריכטיגע נבואה, און גרעסער ווי די מדרגה פון א בת קול.


קושיות ה'אבן עזרא'
דער אבן עזרא וויל נישט אננעמען שיטת רש"י מכח כמה ראיות, נאך וואס דער אבן עזרא האט פארשטאנען אז אויב די אורים ותומים זענען א כתב וואס משה רבינו האט געשריבן, דאן קען נאר זיין איינס פון דעם, און עס איז נישט דא קיין מציאות צו קענען מאכן אן אנדערע חושן צו קענען פרעגן שאלות און באקומען תשובות, ווייל דער עיקר איז דאך דער אורים ותומים, און דאס קען מען נישט מאכן נאך איינס.


ברענגט דער אבן עזרא 4 ראיות פון דעם וואס ווערט דערציילט אין ספר שמואל (א, כב), אז נאך וואס שאול המלך האט אויס גע'הרג'עט די כהנים פונעם שטאט נוב, וויבאלד אחימלך בן אחיטוב הכהן האט ארויס געהאלפן דוד המלך מיט זיינע מענטשן, זיי געבנדיג צו עסן פונעם לחם הפנים וואס איז געווען ביים משכן פון נוב, און איהם אויך געקגעבן דעם שווערד פון גלית וואס האט זיך דארט געפינען, איז אביתר הכהן ער זוהן פון אחימלך אנטלאפן פון נוב און געקומען צו דוד המלך וואס האט זיך דעמאלטס אויפגעהאלטן אין קעילה, און דער פסוק זאגט (שם כג, ו) וַיְהִי בִּבְרֹחַ אֶבְיָתָר בֶּן אֲחִימֶלֶךְ אֶל דָּוִד קְעִילָה אֵפוֹד יָרַד בְּיָדוֹ, און ווען דוד המלך האט געוואלט וויסן צו שאול המלך וועט איהם נאכלויפן קיין קעילה, און אויב יא צו ער קען זיך פארלאזן אז די מענטשן פונעם שטאט קעילה וועלן איהם נישט איבערגעבן צו שאול, האט ער אנגעפרעגט די צוויי שאלות ביי דעם אפוד, ווי דער פסוק זאגט (שם ט) וַיֹּאמֶר אֶל אֶבְיָתָר הַכֹּהֵן הַגִּישָׁה הָאֵפוֹד, וואס דאס מיינט אודאי דער חושן וואס איז געווען מחובר צום אפוד, וואס ביי דעם האט מען געקענט קלאר מאכן וואס מען האט צו טוהן.


א. פון דעם וואס דער פסוק זאגט אֵפוֹד יָרַד בְּיָדוֹ, און נישט הוריד בידו, איז משמע אז ער האט עס נישט גענומען בכוונה, נאר צווישן די זאכן וואס ער האט מיטגענומען ביים אנטלויפן איז דאס אויך מיט געקומען,און אויס דאס וואלט געווען דער אפוד מיט'ן חושן וואס האט אין זיך משה רבינו'ס אורים ותומים, וואלט ער עס אודאי גענומען בכוונה תחילה עס צו האבן מיט זיך.

ב. און אזוי איז אויך מדויק פון דעם וואס עס שטייט אֵפוֹד, און נישט 'האפוד' מיט א ה"א הידיעה, ווי עס וואלט געדארפט צו שטיין ווען עס רעדט זיך פונעם באקאנטן אפוד פונעם כהן גדול.

ג. און דריטנס, אויב מען וועט זאגן אז דא רעדט מען פונעם אפוד מיט'ן אורים ותומים, איז שווער אז ווייטער אין ספר שמואל (פרק כח), ווען שאול המלך האט געוואלט גיין אין מלחמה מיט די פלשתים, זאגט דער פסוק (שם ו) וַיִּשְׁאַל שָׁאוּל בַּה' וְלֹא עָנָהוּ ה', גַּם בַּחֲלֹמוֹת גַּם בָּאוּרִים גַּם בַּנְּבִיאִם, זעהן מיר אז דער אורים ותומים איז גאר געווען ביי שאול המלך, און נישט ביי אביתר וואס איז געבליבן מיט דוד.

ד. נאך טענה'ט דער אבן עזרא, אז פון דעם וואס עס שטייט אין פרשת פינחס (במדבר כח, כא) וְלִפְנֵי אֶלְעָזָר הַכֹּהֵן יַעֲמֹד וְשָׁאַל לוֹ בְּמִשְׁפַּט הָאוּרִים לִפְנֵי ה', איז משמע אז אנפרעגן ביים אורים ותומים מוז זיין לִפְנֵי ה', וואס דאס מיינט דארט ווי די ארון געפינט זיך, און דוד המלך איז דאך נישט געווען ביים ארון ווען ער האט גערעגט ביי אביתר'ס אפוד.


ה. נאך א ראיה ברענגט דער אבן עזרא אז עס איז געווען מער ווי איין אפוד, פון דעם וואס שטייט אין פסוק (שם כב, יח) אז אין נוב עיר הכהנים זענען געווען שְׁמֹנִים וַחֲמִשָּׁה אִישׁ נֹשֵׂא אֵפוֹד בָּד, און הגם אז דער תרגום טייטשט 'דכשרין למלבש אפוד דבוץ', דהיינו אז זיי זענען געווען ראוי צו כהונה גדולה און צו טראגן אן אפוד, און נישט אז זיי זענען טאקע געגאנגען מיט אן אפוד, טענה'ט דער אבע"ז אז דער פסוק רעדט דאך נישט פונעם אפוד פון דער כהן גדול, ווייל דער פסוק רעדט דאך פון אֵפוֹד בָּד, און דער כהן גדול'ס אפוד איז אויך געווען פון תכלת ארגמן און תולעת שני.


און דער אבן עזרא פרעגט נאך 3 קשיות אויף רש"י.

ו. פשטות איז משמע אז אורים ותומים זענען צוויי אנדערע זאכן, ווי דער פסוק טיילט זיי אפ, אֶת הָאוּרִים וְאֶת הַתֻּמִּים, און אזוי אויך אין ספר עזרא (ב, סג) לְאוּרִים וּלְתֻמִּים און נישט איין כתב ווי רש"י שרייבט.

ז. אויך איז משמע פון דעם וואס זיי ווערן אנגערופן בלשון רבים 'אורים ותומים', אז יעדע איינס פון זיי איז צוזאמען געשטעלט פון מערערע חלקים, און נישט ווי רש"י אז עס רעדט זיך פון איין כתב.

ח. אויך טענה'ט דער אבן עזרא אז אין תשובות הגאונים ווערט געברענגט א לענגערע תושבה פון רב האי גאון אקעגן די וואס שרייבן קמיעות מיט שמות אויף קלף, טענה'נדיג אז עס איז קיינמאל נישט געווען אזא זאך אז די זאכן זאלן קענען עפעס העלפן, און אויב וואלט ער געלערנט ווי רש"י אז די ארוים ותומים זענען געווען שמות געשריבן אויף קלף, וואלט ער נישט געקענט טענה'ן די טענה.


שיטת האבן עזרא
מכח דעם זאגט דער אבן עזרא אז די אורים ותומים זענען געווען געוויסע כלים וואס זענען געווען געמאכט פון גאלד און פון זילבער מעשה אומן, וואס די סארט כלים האט מען אויסגעשטעלט לויט די מערכת השמים און די מזלות, און אזוי האט מען געקענט וויסן וואס עס גייט זיין.

און דערפאר האט מען עס אריינגעלייגט אינעם חושן וואס איז געווען אנגעהאנגען אינעם אפוד, ווייל דער גלגל פון די מזלות וואס גייט ארום די וועלט, גייט נישט ממש גלייך אויפן ליניע וואס לויפט אינמטן פונעם הימל פון מזרח צו מערב, נאר עס איז אפגענויגט אביסל צו די זייט, און די רינג גייט שיעף ארום די וועלט, און היות די מזלות לויפן אין א גאנצע רינג, קומט אויס אז זעקס מזלות געפינען זיך אויף איין זייט פונעם מטעלסטן קו, און זעקס אויף די אנדערע זייט, איז דער חושן וואס איז אינדערמיט מרמז אויפן קו האמצעי, און די צוויי שטיינער פונעם אפוד מיט 6 נעמען אויף יעדע זייט, און די קייטלען וואס הענגען אראפ פון דארט צו די חושן, דאס ווייזט אויף די גלגל המזלותה וואס איז אויף די ביידע זייטן.

און ווען מען האט געהאט א שאלה, האט מען ארויס גענומען די כלים וואס ווערן אנגערופן אורים ותומים, און עס אויסגעשטעלט מיט די חכמת המזלות לויט'ן מערכת השמים, און זיך מתבונן געווען אין דעם וואס גייט זיין, און וואס מען זאל טוהן.

און דערפאר, די וואס זענען געווען בקי אין די חכמה האבן געקענט אויסרעכענען די חשבונות אן די אורים ותומים אויך, און זיי האבן זיך באנוצט נאר מיט אן אפוד אליינס, אן דעם חושן און זיינע צוגעהערן, און דאס זענען די אנדערע אפודים וואס מיר טרעפן אין די פסוקים, אבער דעמאלטס האט מען נישט אייביג צוגעטראפן צו די ריכטיגע תשובה, וואס דאס האט מען נאר געקענט דורכ'ן נוצן די אורים ותומים.

און דער אבן עזרא פירט אויס אז ער וויל נישט מאריך זיין אין דעם, ווייל כדי דאס צו פארשטיין פעלט אויס א חיבור וואס איז גרעסער ווי זיין גאנצע חיבור על התורה, פונקטליך מסביר צו זיין די גאנצע מערכת השמים און די חכמה וואס ליגט דערין.


קושיות הרמב"ן
דער רמב"ן טענה'ט זיך מיט'ן אבן עזרא זאגנדיג 'סבר רבי אברהם להתחכם בענין האורים והתומים.. ולא אמר כלום'.

א. ערשטנס טענה'ט דער רמב"ן, אויב זענען דאס געווען כלי כסף וזהב, איז דאס דאך געמאכט געווארן דורך די אומנים וואס האבן געמאכט די כלים און די בגדי כהונה, און למעשה טרעפן מיר נישט אין פסוק קיין הוראה צו די חכמי לב אז זיי זאלן עס מאכן, נאר א ציווי צו משה רבינו ער זאל עס אריינלייגן אינעם חושן.

און אויב מ'וועט וועלן מדחה זיין אז היות עס איז א טיפע חכמה ווי אזוי צו מאכן די כלים, און דער פסוק וויל נישט מאריך זיין אין דעם, וואלט כאטש געדארט שטיין בקיצור 'ועשית אורים ותומים כאשר הראה אותך בהר זהב טהור תעשה אותם' אדער 'כסף מזוקק'.

ב. אזוי אויך פונקט ווי עס שטייט אין פרשת פקודי (לט, ב) וַיַּעַשׂ אֶת הָאֵפֹד, (שם ח) וַיַּעַשׂ אֶת הַחֹשֶׁן, וואלט געדארפט שטיין 'ויעש את האורים ואת התומים', אויב איז געמאכט געווארן דורך די אומנים.

ג. נאך טענה'ט דער רמב"ן אז ביי קיין איין כלי טרעפט מען נישט אז דער פסוק דערמאנט עס מיט א ה' הידיעה, נאר ועשית ארון, שולחן וכדו', און נאר דא ביים אורים ותומים ווערן זיי גלייך ערמאנט מיט'ן ה' הידיעה וְנָתַתָּ אֶל חֹשֶׁן הַמִּשְׁפָּט אֶת הָאוּרִים וְאֶת הַתֻּמִּים, איז משמע אז עס א זאך וואס משה רבינו האט געוויסט דערפון, און עס איז נישט געמאכט געווארן דורך די עושי המשכן פון כלל ישראל, נאר משה רבינו אליינס האט עס געשריבן, אדער איז עס געקומען געשריבן פון הימל.


יישוב ראיות ה'אבן עזרא' ע"פ הרד"ק
א. אז מען קוקט אריין אין רד"ק אין ספר שמואל, ווערן פארענטפערט די ראיות וואס דער אבן עזרא ברענגט פון די פסוקים אין שמואל, סיי וואס ער פרעגט אז אויב עס וואלט געווען דער אפוד פונעם כהן גדול וואלט געדארפט שטיין האפוד הוריד בידו, און נישט אֵפוֹד יָרַד בְּיָדוֹ, אז עס איז נאר געווען בדרך אגב, זאגט דער רד"ק אז ער האט טאקע נישט געהאט גכוונה מיט צו נעמען מיט זיך דער אפוד, נאר מן השמים האט מען צו געפירט אז ווען ער איז אנטלאפן און ער האט געכאפט וואס איהם געךיגן אונטערן האנט כדרך הבורחים, איז איהם אויך אונטער געקומען דעם אפוד מיט'ן חושן.

און דאס וואס שטייט ביי שאול אז ער האט אנגעפרעגט ביי די אורים צו ער זאל גיין אין מלחמה מיט די פלישתים, זאגט דער רד"ק אז עס קען זיין אז ער האט געשיקט שלוחים צו אביתר וואס איז געווען ביי דוד, זיי זאלן פרעגן דעם אורים ותומים, און זיי האבן נישט באקומען קיין תשובה.

און די שְׁמֹנִים וַחֲמִשָּׁה אִישׁ נֹשֵׂא אֵפוֹד בָּד ביי די כהני נוב, האט נישט קיין שייכות מיט'ן אפוד פון די בגדי כהונה, נאר עס איז געווען די דרך פון די עובדי ה' צו גיין מיט אזא בגד, און אזוי טרעפט מען אויך אז דוד המלך איז געגאנגען מיט אן אפוד בד ביים ארויף ברענגען דעם ארון קיין ירושלים (ש"ב ו, יד).


יישוב ראיות ה'אבן עזרא' להרמב"ן
דער רמב"ן געבט אבער יא גערעכט דעם אבן עזרא לגבי דעם אז מען האט געמאכט נאך אפודים חוץ פונעם אפוד פונעם כה גדול, אבער נישטפון דיז עלבע סחורה נאר פון לינען, ווי דער פסוק זאגט אֵפוֹד בָּד, און נאך וואס משה רבינו האט אויסגעלערנט דעם סוד פון די אורים ותומים פאר די חכמי ישראל צוזאמען מיט די אנדערע סתרי תורה וואס זענען אריבער בקבלה מדור דור, האט דער וואס איז געגאנגען מיטן אפוד בד געקענט מכוון זיין די שמות, און צומאהל האבן זיי באקומען די ריכטיגע תשובות וואס מען דארף צו טוהן.


און דאס וואס דער אבע"ז איז מדייק אז די אורים ותומים זענען צוויי באזונדערע זאכן, זאגט דער רמב"ן אז עס זענען טאקע געווען צוויי אנדערע שמות וואס דער כהן האט געדארפט אינזינען האבן ביים פרעגן, ווי אויבן דערמאנט.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליך שיין
כפתור ופרח

יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

19 א שטיקעלע רמבן - תצוה.pdf
(207.89 KiB) געווארן דאונלאודעד 42 מאל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת כי תשא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די וואכעדיגע סדרה הייבט זיך אן מיט די מצוה פון (ל, יב) כִּי תִשָּׂא אֶת רֹאשׁ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לִפְקֻדֵיהֶם וְנָתְנוּ אִישׁ כֹּפֶר נַפְשׁוֹ לַיהֹוָה בִּפְקֹד אֹתָם וְלֹא יִהְיֶה בָהֶם נֶגֶף בִּפְקֹד אֹתָם.


איז שוין דער רמב"ן מסביר, אז הגם אין פסוק איז נישט דא קיין בפירוש'ע ציווי יעצט צו ציילן די אידן פאר הקמת המשכן, איז עס מוכח פון דעם אויספיר (שם טז) וְלָקַחְתָּ אֶת כֶּסֶף הַכִּפֻּרִים מֵאֵת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְנָתַתָּ אֹתוֹ עַל עֲבֹדַת אֹהֶל מוֹעֵד וגו', אז עס איז א דבר פשוט אז משה רבינו דארף יעצט ציילן די אידן, און מען דארף איהם נאר זאגן וואס ער זאל טוהן מיט די מחצית השקל פון דעם ציילן, אז ער זאל דאס נוצן פאר צו מאכן די אדנים פונעם משכן.

און דער רמב"ן לייגט צו, אז די סיבה פארוואס עס איז נישט געווען קיין קלארע ציווי צו ציילן די אידן, ווי מיר טרעפן ביים קומענדיגע ציילונג אנהייב חומש במדבר, ווי דער פסוק לייגט אויך צו אז עס זאל זיין דורך משה ואהרן און די נשיאים פון די שבטים, ווייל עס איז נישט געווען יעצט קיין חיוב אויף משה רבינו צו ציילן יעדן עקסטער און מברר זיין וויפיהל יודן ס'איז דא, נאר כלל ישראל האט געברענגט די מחצית השקל צוזאמען מיט די אנדערע נדבות המשכן, און משה רבינו האט נאר געדארפט אפציילן די סך הכל וויפיהל מחצית השקלים איז דא, און אזוי וועט ער האבן באקומען די חשבון פון כלל ישראל.

און הגם אז דער פסוק זאגט כָּל הָעֹבֵר עַל הַפְּקֻדִים, איז דאך משמע אז מען האט יא געדארפט אריבערגיין פאר משה רבינו, אזוי ווי ביים מספר פון ר"ח אייר, זאגט דער רמב"ן אז עס מיינט נישט אז מען איז טאקע אריבער, נאר דער וואס איז ראוי אריבערצוגיין ווען מ'וועט ציילן אויף דעם אופן.

און אזוי זענען די מפרשי רש"י מסביר וואס רש"י זאגט 'העובר על הפקודים. דרך המונין מעבירין את הנמנין זה אחר זה', אז רש"י וויל זאגן, אז די פשט איז נישט אז זיי זענען טאקע אריבער ביי די ציילונג,נאר מען כאפט אן אזא לשון אויף די וואס ווערן געציילט, וויבאלד ביי אנדערע ציילונגען פון בעלי חיים איז דאס דער סדר זיי צו ציילן דורכן אריבערגיין פאר'ן ציילער, פאסט זיך צו אנכאפן א לשון פון העברה.


און לויט ווי די פסוק זאגט אין פרשת פקודי איז די סך הכל פון די מחצית השקל געווען (לח, כה-כו) וְכֶסֶף פְּקוּדֵי הָעֵדָה מְאַת כִּכָּר וְאֶלֶף וּשְׁבַע מֵאוֹת וַחֲמִשָּׁה וְשִׁבְעִים שֶׁקֶל בְּשֶׁקֶל הַקֹּדֶשׁ. בֶּקַע לַגֻּלְגֹּלֶת מַחֲצִית הַשֶּׁקֶל בְּשֶׁקֶל הַקֹּדֶשׁ לְכֹל הָעֹבֵר עַל הַפְּקֻדִים מִבֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וָמַעְלָה לְשֵׁשׁ מֵאוֹת אֶלֶף וּשְׁלֹשֶׁת אֲלָפִים וַחֲמֵשׁ מֵאוֹת וַחֲמִשִּׁים.

פרעגט רש"י, דער ציילונג איז דאך פארגעקומען גלייך נאך יום כיפור, נאך פארן בויען די משכן, ווייל מיט די זילבער וואס איז אריינגעקומען פון די שקלים האט מען געמאכט די אדנים פארן משכן, און דעמאלטס איז כלל ישראל געווען 603,550 זכרים פון 20 יאר און העכער, אויב אזוי ווי קען עס זיין אז מער ווי א האלבע יאר שפעטער, ווען מען האט געציילט די אידן ר"ח אייר נאך הקמת המשכן, זאגט דער פסוק (במדבר א, מו) וַיִּהְיוּ כָּל הַפְּקֻדִים שֵׁשׁ מֵאוֹת אֶלֶף וּשְׁלֹשֶׁת אֲלָפִים וַחֲמֵשׁ מֵאוֹת וַחֲמִשִּׁים, און זיי זענען געבליבן די זעלבע מספר ווי פריער, און עס איז נישט צוגעקומען קיין מענטשן וואס זענען אין די האלבע יאר געווארן צוואנציג יאר אלט.


שיטת רש"י
ברענגט רש"י א תירוץ, ומקורו אין מדרש שמות רבה (א, י) אז אנדערש ווי ביי אנדערע פלעצער ווי די יארן פונעם מענטש טוישן זיך יעדער ביי זיין געבורטסטאג ווען עס געפאלט אויס סיי ווען אינמיטן יאר, ביים ציילן די אידן האט מען נאר גערעכנט יארן פון תשרי ביז תשרי, און אלע וואס זענען געבוירן אינמיטן יאר, ווען עס איז געווארן דעם קומענדיגן ראש השנה הייבט זיך אן א נייע יאר, און עס הייסט שוין אז זיי זענען שוין אריין אינעם צווייטן יאר זייערע, און נאך צוואנציג ראש השנה'ס ווערן אלע וואס זענען געבוירן דאס יאר בכלל יוצאי צבא, און זיי ווערן געציילט אינעם מספר פון כלל ישראל.


קושיות הרמב"ן
דער רמב"ן פרעגט אויף רש"י'ס מהלך 2 קושיות.

א. דער תירוץ פארענטפערט נאר פארוואס עס זענען נישט צוגעקומען קיין מענטשן צו דעם מספר וואס זיי זענען געווען נאך יו"כ, אדער עס בלייבט נאך אלץ שווער, ווי קען זיין אז פון אזא גרויסע ציבור פון איבער 600,000 איז קיינער נישט אוועק אין די האלבע יאר, און די צאל איז געבליבן פונקט די זעלבע.

און א ראיה אז מענטשן זענען טאקע יא נפטר געווארן אין די תקופה צווישן יו"כ און ר"ח אייר, איז פון די פרשה פון פסח שני, ווי דער פסוק זאגט אין פרשת בהעלותך (במדבר ט, ו) וַיְהִי אֲנָשִׁים אֲשֶׁר הָיוּ טְמֵאִים לְנֶפֶשׁ אָדָם וְלֹא יָכְלוּ לַעֲשֹׂת הַפֶּסַח בַּיּוֹם הַהוּא, זעהט מען אז עס איז געווען א מת פאר פסח פונעם יאר פון הקמת המשכן, אז מען האט זיך געדארפט מטמא זיין צו איהם.

ב. נאך פרעגט דער רמב"ן אז די גמרא אין ערכין (יח:) רעכנט אויס א ליסטע פון זאכן וואס מען רעכנט די יארן זייערע מעת לעת, דהיינו א גאנצע יאר פון ווען עס הייבט זיך אן נישט קיין חילוק ווען אין יאר עס איז, און צווישן זיי ווען גערעכנט די יארן פון ערכין, און דער רמב"ן פארשטייט אז דער מקור דערצו איז וויל עס שטייט ביי די יארגענג 'וָמַעְלָה', וואס דאס מיינט גאנצע און פולע יארן, אויב אזוי ביי די מספר וואס עס שטייט אויך (פסוק יד) מִבֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וָמָעְלָה, מיינט עס אויך גאנצע צוואנציג יאר פונעם טאג וואס ער איז געבוירן, און נישט אז דער ערשטע יאר רעכנט מען נאר ביז ראש השנה, און פון דארט הייבט זיך שוין אן די צווייטע יאר.


פי' הרמב"ן א'
מכח דעם וויל דער רמב"ן זאגן, אז עס זענען טאקע סיי צוגעקומען פרישע מענטשן וואס זענען געווארן צוואנציג יאר במשך די זיבן חדשים צווישן די ערשטע ציילונג און די צווייטע, און אזוי אויך זענען אידן אוועק פון די וועלט אין די תקופה, און עס איז פונקט אויסגעקומען אז די צאל פון די וואס זענען געווארן צואנציג האבן משלים געווען די וואס זענען נפטר געווארן אין די צייט, און דערפאר איז ר"ח אייר געווען פונקט די זעלבע חשבון פון אידן צווישן 20 און 60.


שיטת הרמב"ן ב'
אבער דער רמב"ן פירט אויס אז אין אמת'ן אריין טרעפט מען א חילוק צווישן די צוויי ציילונגען, ווייל ביי די מספר פון ספר במדבר איז דא א ציווי (א, מט) אַךְ אֶת מַטֵּה לֵוִי לֹא תִפְקֹד וְאֶת רֹאשָׁם לֹא תִשָּׂא בְּתוֹךְ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, און עס איז משמע פון דעם אז ביז היינט זענען זיי געציילט געווארן אינעם חשבון פון גאנץ כלל ישראל, און נאר פון ווען זיי האבן אנגעהויבן טוהן די עבודה אין משכן ווערן זיי גערענכט פאר זיך אליינס.

מילא קומט אויס אז ביי די ערשטע מספר וואס איז געווען נאך פאר הקמת המשכן איז מיט שבט לוי צוזאמען געווען די סך הכל פון כלל ישראל 603,550, און אין די קומענדיגע זיבן חדשים זענען טאקע אידן נפטר געווארן, אבער עס זענען צוגעקומען אסאך מער נייע מענטשן וואס זענען געווארן צוואנציג יאר אין די צייט, און די סך הכל איז געוון אז עס זענען צוגעקומען צום חשבון מער ווי 20,000 מענטשן, און זיי האבן ממלא געווען דאס וואס האט געפעלט פונעם מספר דורך דעם וואס ביים צווייטן מאל האט מען נישט מיט גערעכנט שבט לוי, און אזוי איז די מספר ווייטער געבליבן ביי 603,550.


יישוב שיטת רש"י
די מפרשי רש"י פארענטפערן די קושיות פונעם רמב"ן, כל אחד לפי דרכו.

א. אויפן קושיא פונעם רמב"ן ווי אזוי עס קיין זיין אז אין די תקופה פון 7 חדשים איז קיינער נישט אוועק פון די וועלט, און די מספר איז געבליבן די זעלבע, טענה'ט דער מזרחי אז דאס איז בכלל נישט קיין קשיא, וויבאלד דאס גאנצע לעבנס שטייגער פונעם דור המדבר איז דאך געוען איין שטיק נס, אנגעהויבן פונעם מן און דעם באר, די ענני הכבוד וואס האט זיי ארומגענומען, די קליידער וואס זענען מיט געוואקסן מיט זיי פון אלץ קליין קינד, אזוי עס איז בכלל נישט קיין וואונדער אז עס איז קיינער פון זיי איז נישט אוועק אין די תקופה.

ובפרט נאך אז דער רמב"ן אליינס שרייבט אין פרשת בחקתי (ויקרא כו, יא) אז ווען כלל ישראל איז בשלימות, דאן גייט בכלל נישט אן ביי זיי הנהגת הטבע, און זיי דארפן נישט צוקומען צו קיין דאקטוירים וכדו', און אזוי שרייבט אויך דער רמב"ן אין פרשת בראשית (ה, ד) אז די אבות הק' האבן געלעבט אסאך לענגער ווי אנדערע מענטשן בדורם, ווייל יראת ה' יוסיף ימים, מילא איז אזוי געוען ביי דעם דור המדבר, אז קיינער איז טאקע נישט אוועק אין די צייט.

און דאס וואס מיר זעהן אז עס ענען געווען טמאים לנפש אדם ערב פסח, טענה'ט דער מזרחי, אדבה, דאס מוטשעט זיך טאקע די גמרא אין (סוכה כה.) 'אותן אנשים מי היו', ווייל די גמרא האט געוואוסט אז קיינער איז דאך נישט אוועק אין די תקופה, און די גמרא זאגט אז עס זענען אדער געווען נושאי ארונו של יוסף, אדער מישאל ואלצפן וואס האבן זיך מטמא געווען צו נדבואביהוא וואס זיי זענען מלכתחילה נישט געווען אינעם מספר, לויט ווי רש"י לערנט אז ביי ביידע האט מען געציילט די זעלבע מענטשן, אזוי אז אויב ביים צווייטן מאל האט מען נישט געציילט די לויים, זענען זיי אויך נישט געווארן געציילט ביים ערשטן ציילונג.

דער מהר"ל לייגט צו אז עס איז מוכרח אז קיינער איז נישט אוועק צווישן יום כיפור און הקמת המשכן, ווייל די זילבער פון מחצית השקל איז דאך געגאנגען פאר די אדנים, און דער פסוק זאגט אויף דעם וְהָיָה לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל לְזִכָּרוֹן לִפְנֵי ה' לְכַפֵּר עַל נַפְשֹׁתֵיכֶם, און היות עס איז נישט שייך א זכרון און כפרה פאר איינער וואס לעבט שוין נישט, איז מוכרח אז אלע וואס האבן געגעבן די מחצית השקל נאך יום כיפור זענען געבליבן לעבן פאר כאטש נאך קרוב צו 6 חדשים ביזן אויפשטעלן די משכן עס זאל קענען זיין לְזִכָּרוֹן לִפְנֵי ה'.


נאך טענה'ט אבער דער גור אריה, אז אין אמת'ן אריין איז עס בכלל נישט קיין קשיא, וויבאלד מען האט נאר געציילט פון צוואנציג ביז זעכציג יאר אלט, און די גמרא זאגט דאך (מו"ק כח.) אז איינער וואס ווערט נפטר פאר די זעכציג איז עס מיתת כרת, און אזוי זעהט מען אויך ביים חטא המרגלים אז הגם עס איז נגזר געווארן מיתה אויפן גאנצן דור, זענען זיי נאר אוועק נאכן ווערן זעכציג יאר אלט, אויב אזוי איז נישט קיין פלא אז פון די אידן אונטער 60 איז קיינער נישט נפטר געווארן אין די תקופה.


ב. און אויף די טענה פונעם רמב"ן אז ווי עס שטייט וָמַעְלָה מיינט עס גאנצע יארן מיום ליום, טענה'ט דער גו"א אז עס האט נישט קיין מקור אין גמרא, און דאס וואס ביי ערכין רעכנט מען די יארן פונעם געבורטסטאג זאגט תוס' אין ערכין (יט. ד"ה ולערכין) אז פונקט ווי ביים ערך מבן חודש ומעלה מוז מען רעכענען פונעם יום הלידה, לערנט מען ארויס אויף אלע אנדערע ערכין אז עס איז אויך מיום ליום, אבער ביי אנדערע חשבונות איז משמע אין מס' ראש השנה (י:) אז מען רעכנט לויט תשרי, און פון ר"ה הייבט זיך אן א נייע יאהר.


איי מען זעהט דאך אז ביים ציילן ר"ח אייר דארף דער פסוק אנזאגן אַךְ אֶת מַטֵּה לֵוִי לֹא תִפְקֹד, איז דאך משמע אז ביז יעצט האט מען זיי יא געציילט, און נישט אז עס זענען געווען די זעלע געציילטע ביי ביידע ציילונגען, ענטפערט דער מהר"ל אז אין אמת'ן אריין איז פשוט אז שבט לוי וואס איז דער לגיון של מלך ווערט נישט אריינגערעכנט אינעם סך הכל פון כלל ישראל, נאר זיי דארפן געציילט ווערן פאר זיך, נאר וויבאלד אז ביים מספר פון פרשת במדבר האט מען דאך אויך גערעכנט יעדע שבט באזונדער וויפיהל מענטשן זיי האבן, וואלט דאך געווען א הו"א אז עס איז נישט קיין פראבלעם אויך צו ציילן די לויים, היות למעשה איז עס א חשבון אויף יעדע שבט אליין, דערפאר האט געמוזט קומען אן עקסטערע ציווי אז אויך ביי דעם מנין היות צום סוף מאכט מען א סך הכל פון אלעמען אינאיינעם, זאל מען אויך נישט ציילן די לויים, נאר מען זאל זיי ציילן אינגאנצן באזונדער.


שיטת הגור אריה
דער מהר"ל כשלעצמו - לולי דברי רש"י - וויל ער לערנען פשט אז עס זענען בכלל נישט געווען קיין צוויי ציילונגען, וויבאלד דא אין פסוק שטייט בכלל נישט קיין ציווי צו ציילן די אידן, און אזוי איז אויך משמע אין מדרש תנחומא (תשא ט) אז עס ווערט נאר גערעכנט דאס ציילן די אידן פון ר"ח אייר און נישט פון נאך יו"כ. נאר דער ציווי איז געווען אז כדי עס זאל נישט זיין קיין מגפה בשעת מען וועט ציילן די אידן ר"ח אייר, זאלן די אלע וואס גייען דעמאלטס זיין מבן עשרים שנה ומעלה, זיי זאלן שוין יעצט ברענגען א מחצית השקל פאר די אדנים, וואס דאס וועט זיין א כופר נפש עס זאל נישט זיין קיין נגף ביים ציילן ר"ח אייר. דערפאר איז טאקע די מספר די זעלבע, וויבאלד אלע וואס זענען געווען ר"ח אייר צווישן 20 און 60 האבן שוין נאך יו"כ געברענגט מחצית השקל פאר די אדנים.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

20 א שטיקעלע רמבן - תשא.pdf
(148.17 KiB) געווארן דאונלאודעד 44 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

חזקה על חבר שאינו מוצא דבר שאינו מתוקן

הערליך שיין
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת פקודי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אין די וואכעדיגע פרשה פרשת פקודי,שטייט די מצוה פון הקמת המשכן דורך משה רבינו (מ, א-ה) וַיְדַבֵּר ה' אֶל מֹשֶׁה לֵּאמֹר. בְּיוֹם הַחֹדֶשׁ הָרִאשׁוֹן בְּאֶחָד לַחֹדֶשׁ תָּקִים אֶת מִשְׁכַּן אֹהֶל מוֹעֵד וגו' וְהֵבֵאתָ אֶת הַשֻּׁלְחָן וְעָרַכְתָּ אֶת עֶרְכּוֹ וְהֵבֵאתָ אֶת הַמְּנֹרָה וְהַעֲלֵיתָ אֶת נֵרֹתֶיהָ. וְנָתַתָּה אֶת מִזְבַּח הַזָּהָב לִקְטֹרֶת לִפְנֵי אֲרוֹן הָעֵדֻת וגו'.

און אזוי שטייט ווייטער אז משה רבינו האט מקיים געווען למעשה (שם, טז-כט) וַיַּעַשׂ מֹשֶׁה כְּכֹל אֲשֶׁר צִוָּה ה' אֹתוֹ כֵּן עָשָׂה. וַיְהִי בַּחֹדֶשׁ הָרִאשׁוֹן בַּשָּׁנָה הַשֵּׁנִית בְּאֶחָד לַחֹדֶשׁ הוּקַם הַמִּשְׁכָּן. וַיָּקֶם מֹשֶׁה אֶת הַמִּשְׁכָּן וגו' וַיִּתֵּן אֶת הַשֻּׁלְחָן בְּאֹהֶל מוֹעֵד עַל יֶרֶךְ הַמִּשְׁכָּן צָפֹנָה מִחוּץ לַפָּרֹכֶת. וַיַּעֲרֹךְ עָלָיו עֵרֶךְ לֶחֶם לִפְנֵי ה' כַּאֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה. וַיָּשֶׂם אֶת הַמְּנֹרָה בְּאֹהֶל מוֹעֵד נֹכַח הַשֻּׁלְחָן עַל יֶרֶךְ הַמִּשְׁכָּן נֶגְבָּה. וַיַּעַל הַנֵּרֹת לִפְנֵי ה' כַּאֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה. וַיָּשֶׂם אֶת מִזְבַּח הַזָּהָב בְּאֹהֶל מוֹעֵד לִפְנֵי הַפָּרֹכֶת. וַיַּקְטֵר עָלָיו קְטֹרֶת סַמִּים כַּאֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה וגו' וְאֵת מִזְבַּח הָעֹלָה שָׂם פֶּתַח מִשְׁכַּן אֹהֶל מוֹעֵד וַיַּעַל עָלָיו אֶת הָעֹלָה וְאֶת הַמִּנְחָה כַּאֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה.


שיטת ה'אבן עזרא'
ווי עס ליינט זיך פשוט פשט אין פסוק, האט זיך די גאנצע הקמת המשכן נאר אנגעהויבן ראש חודש ניסן, און ווי עס שטייט דער ציווי אין פרשת תצוה, און אין פרשת צו שטייט דאס אויספירן למעשה, איז ערשט געווען שבעת ימי המילואים, וואס משה רבינו האט מקריב געווען ספעציעלע קרבנות, און הערשט דערנאך אינעם אכטן טאג פון די ימי המילואים האט אהרן אנגעהויבן טוהן די עבודה.

מילא קומט אויס אז אויב ראש חודש ניסן איז געווען די ערשטע טאג פון הקמת המשכן, האבן זיך דעמאלטס אנגעהויבן שבעת ימי המילואים ביז ז' ניסן, און ח' ניסן איז געווען שמיני למילואים.

לויט דעם קומט אויך אויס אז דאס וואס שטייט אין פסוק אז משה רבינו האט אנגעראכטן די לחם הפנים, אנגעצינדן די מנורה און מקטיר געווען קטורת ראש חודש ניסן, איז דאס געווען די סדר אין די שבעת ימי המילואים, אזוי ווי די אנדערע קרבנות פון די שבעת ימי המילואים וואס שטייט אין פרשת תצוה אז משה רבינו זאל מקריב זיין, וויבאלד אהרן איז נאכנישט געווארן ראוי לכהונה ביז שמיני למילואים, און אויף זיי זאגט דער פסוק וַיַּעַל עָלָיו אֶת הָעֹלָה וְאֶת הַמִּנְחָה כַּאֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה.


און הגם אז ביי דעם ציווי שטייט נאר אז משה זאל מסדר זיין די לחם הפנים און אנצינדן די מנורה, און עס שטייט נישט אז ער זאל מקטיר זיין קטורת, זאגט דער רמב"ן אז אעפ"כ האט משה רבינו פארשטאנען אז פונקט ווי ער דארף טוהן די אנדערע עבודות כדי ער זאל זיין דער ערשטע כהן ביי די עבודות, אזוי דארף ער אויך טוהן די עבודה פון קטורת. אדער קען זיין אז אינעם לשון פון וְנָתַתָּה אֶת מִזְבַּח הַזָּהָב לִקְטֹרֶת, ליגט שוין אויך דער ציווי אז ער זאל מקטיר זיין קטורת אויף דעם מזבח.

און הגם אז אין פסוק פון מזבח הקטורת שטייט ארויסגעשריבן (ל, ז) וְהִקְטִיר עָלָיו אַהֲרֹן קְטֹרֶת סַמִּים, מיינט עס נאר פון שמיני למילואים און ווייטער ווען אהרן איז געווארן ראוי לכהונה, פונקט ווי עס שטייט דארט (שם, ח) וּבְהַעֲלֹת אַהֲרֹן אֶת הַנֵּרֹת בֵּין הָעַרְבַּיִם יַקְטִירֶנָּה, און נאכאלץ זאגט דער פסוק בפירוש אויף ר"ח ניסן צו משה וְהַעֲלֵיתָ אֶת נֵרֹתֶיהָ.


און דער אבן עזרא ברענגט זיך א ראיה פון די דעה פון רבי עקיבא אין מס' סוכה (כה:) אז די מענטשן וואס זענען געווען (במדבר ט, ו) טְמֵאִים לְנֶפֶשׁ אָדָם וְלֹא יָכְלוּ לַעֲשֹׂת הַפֶּסַח בַּיּוֹם הַהוּא זענען געווען מישאל ואלצפן וואס האבן זיך מטמא געווען צו נדב אוביהוא וואס זענען נפטר געווארן שמיני למילואים, און אויב שמיני למילואים איז שוין געווען ר"ח ניסן, האבן זיי שוין געהאט גענוג צייט זיך מטהר צו זיין ביז ערב פסח ווי ר' יצחק פרעגט דארט אין די גמ', נאר מוז זיין אז ר' עקיבא לערנט אז די ימי המילואים האבן זיך אנגעהויבן ראש חודש, און שמיני למילואים איז הערשט געווען ח' ניסן, מילא איז די זיבעטע טאג זייערע נאר געווען ערב פסח, און זיי זענען נאכנישט געווען ראוי צו מקריב זיין דעם קרבן פסח.

און הגם אין מס' זבחים (קא:) איז דא די דעה פון ר' נחמיה אז דער שעיר החטאת וואס אהרן און זיינע קינדער האבן פארברענט שמיני למילואים איז געווען דער שעיר ראש חודש, טענה'ט דער אבן עזרא אז די פשטות הפסוק (ויקרא י, טז) וְאֵת שְׂעִיר הַחַטָּאת דָּרֹשׁ דָּרַשׁ מֹשֶׁה וְהִנֵּה שֹׂרָף מיט'ן ה' הידיעה, איז משמע אז מען רעדט פון א שעיר וואס מ'האט שוין דערמאנט פריער אין פסוק, וואס דאס איז דער (שם ט, ג) שְׂעִיר עִזִּים לְחַטָּאת וואס כלל ישראל האט געברענגט מיוחד צום שמיני למילואים, און נישט שעיר ר"ח וואס שטייט נישט אין די פסוקים.


שיטת רש"י ע"פ חז"ל
עס איז אבער באקאנט וואס שטייט אין גמרא (שבת פז:) און אין די מדרשי חז"ל אז שמיני למילואים איז געווען אין ראש חודש ניסן, און יענע טאג האט געהאט עשר עטרות, צווישן זיי זייענדיג ראש חודש פונעם ערשטן חודש, און דעם ערטן טאג פון די הקרבה דורך די כהנים, און לויט דעם קומט אויס אז די שבעת ימי המילואים האבן זיך שוין אנגעהויבן זיבן טעג פריער אין כ"ג אדר.

לויט דעם דארף מען לערנען פשט, אז דאס וואס שטייט אין פסוק בְּיוֹם הַחֹדֶשׁ הָרִאשׁוֹן בְּאֶחָד לַחֹדֶשׁ תָּקִים אֶת מִשְׁכַּן אֹהֶל מוֹעֵד, און וַיְהִי בַּחֹדֶשׁ הָרִאשׁוֹן בַּשָּׁנָה הַשֵּׁנִית בְּאֶחָד לַחֹדֶשׁ הוּקַם הַמִּשְׁכָּן, הגם אז מען האט שוין אויפגעשטעלט די משכן שוין פון כ"ג אדר כדי צו קענען טוהן דארט די עבודות פון שבעת ימי המילואים, מוז מען זאגן אז אין די זיבן טעג האט מען עס אויפגעשטעלט נאר לצורך די עבודה, און דערנאך האט מען עס צוריק צונומען, משא"כ ראש חודש ניסן איז געווען די ציווי אז מען זאל צוריק אויפשטעלן די משכן און דאסמאל כדי עס זאל בלייבן שטיין ביז מען וועט זיך אוועק ציען פון דארט ווייטער.

דער רמב"ן איז מסביר וואס איז טאקע געווען דער צורך צו צונעמען דעם משכן יעדן טאג, אדער כדי די לויים זאלן זיך קענען לערנען ווי אזוי אויפצושטעלן דעם משכן און עס צונעמען, אדער כדי מייחד צו זיין די הקמה פון ראש חודש עס זאל האבן דעם חשיבות פון עס אויפשטעלן לקיום מער ווי די אנדערע טעג.


רש"י ברענגט זיך ראיה צו דעם אז במשך די שבעה ימי המילואים האט מען אויפגעשטעלט יעדן טאג די משכן אין פרשת נשא (ז, א) ווי עס שטייט דארט אין פסוק וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת מֹשֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן, איז נישט ויהיה בהקים משה את המשכן, איז משמע אין פסוק אז עס זענען געווען מער ווי איין מאל וואס מען האט עס אויפגעשטעלט, און אין דעם טאג האט משה רבינו געענדיגט אויפצושטעלן דעם משכן.

דער רמב"ן זאגט אבער אז דאס איז נאר 'כדמות ראיה', ווייל עס קען זיין אז דער כַּלּוֹת גייט אויפן המשך הפסוק וואס איז כולל מערערע פעולות, בְּיוֹם כַּלּוֹת מֹשֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן וַיִּמְשַׁח אֹתוֹ וַיְקַדֵּשׁ אֹתוֹ וְאֶת כָּל כֵּלָיו וְאֶת הַמִּזְבֵּחַ וְאֶת כָּל כֵּלָיו וַיִּמְשָׁחֵם וַיְקַדֵּשׁ אֹתָם, מילא קען זיין אז דער כַּלּוֹת מיינט ענדיגן די אלע משיחות און נישט אז מען האט מערערע מאל אויפגעשטעלט דעם משכן.


און אזוי איז אויך מוכרח אז שמיני למילואים איז געווען ר"ח ניסן, פון די סוגיית הגמרא אין מס' זבחים (קא.) די שיטה פון ר' נחמיה, וואס רש"י נעמט אן אין פרשת שמיני, אז די שעיר החטאת וואס אהרן און זיינע קינדער האבן פארברענט שמיני למילואים, איז געווען די שעיר פון מוסף פון ראש חודש, און הגם אז משה רבינו האט זיי אנגעזאגט א הוראת שעה צו עסן די קרבנות היום אפילו זיי זענען געווען אוננים, האט אהרן גע'טענה'ט אז די שעיר ראש חודש וואס איז נוהג לדורות איז נישט בכלל דעם היתר, און דאס שטימט נאר אויב שמיני למילואים איז געווען ראש חודש ניסן.


דער רמב"ן לייגט צו, אז אזוי קומט אויך אויס פון דעם וואס שטייט צום סוף פרשה (פסוק לד-לה) וַיְכַס הֶעָנָן אֶת אֹהֶל מוֹעֵד וּכְבוֹד ה' מָלֵא אֶת הַמִּשְׁכָּן. וְלֹא יָכֹל מֹשֶׁה לָבוֹא אֶל אֹהֶל מוֹעֵד כִּי שָׁכַן עָלָיו הֶעָנָן וּכְבוֹד ה' מָלֵא אֶת הַמִּשְׁכָּן, און מיר זעהן אין פרשת שמיני אז משה רבינו האט געזאגט צו כלל ישראל שמיני למילואים וַיֹּאמֶר מֹשֶׁה זֶה הַדָּבָר אֲשֶׁר צִוָּה ה' תַּעֲשׂוּ וְיֵרָא אֲלֵיכֶם כְּבוֹד ה', און ווי רש"י איז דארט מסביר (פסוק כג) אז אין די שבעת ימי המילואים האט מען נישט געזעהן קיין השראת השכינה אינעם משכן, און משה רבינו האט זיי געזאגט אז אין דעם טאג, דורך אהרן'ס קרבנות, וועט די שכינה זיך באווייזן אין אהל מועד, מילא קומט אויס אז די פסוקים פון הקמת המשכן ר"ח ניסן דורך משה וואס נאכדעם האט דער ענן באדעקט דעם משכן, רעדן זיך פון שמיני למילואים.


קומט אויס פון דעם אז די פסוקים רעדן זיך פון הקמת המשכן אינעם טאג פון שמיני למילואים, אז הגם אז אין דעם טאג האבן שוין אהרן און זיינע קינדער מקריב געווען די קרבנות היום ווי עס שטייט אין פרשת שמיני, האט נאכאלץ משה רבינו געטוהן די עבודות פון עריכת הלחם און הדלקת הנרות, ווי עס שטייט אין פסוק וְהֵבֵאתָ אֶת הַשֻּׁלְחָן וְעָרַכְתָּ אֶת עֶרְכּוֹ וְהֵבֵאתָ אֶת הַמְּנֹרָה וְהַעֲלֵיתָ אֶת נֵרֹתֶיהָ.


און אזוי איז אויך רש"י מסביר דאס וואס שטייט אין פסוק וַיַּעַל עָלָיו אֶת הָעֹלָה וְאֶת הַמִּנְחָה, און דאס קען דאך נישט מיינען די קרבנות פון שמיני למילואים וואס עס שטייט בפירוש אז אהרן האט עס מקריב געווען, זאגט רש"י אז דאס גייט אויפ'ן עולת התמיד און איר מנחה, וואס דאס האט אויך משה רבינו מקריב געווען אין שמיני למילואים, און אהרן ובניו האבן נאר מקריב געווען די קרבנות וואס זענען געקומען ספעציעל אויף דעם טאג.

און הגם אז אין פרשת שמיני אויפן פסוק (ויקרא י, יט) הֵן הַיּוֹם הִקְרִיבוּ, ברענגט רש"י פון די גמרא אין זבחים (שם) אז אהרן האט געזאגט אז ער האט מקריב געווען דעם שעיר פון מוסף ראש חודש, הגם עס איז נישט געווען פון די קרבנות וואס זענען געקומען מיוחד פאר די מילואים, זאגט דער 'משכיל לדוד' אז שמיני למילואים האט משה רבינו נאר געטוהן די עבודות וואס ער האט שוין געטוהן ביז היינט אין די שבעת ימי המילואים, אבער די מוסף ר"ח וואס איז נישט געווען ביז היינט האט יא אהרן מקריב געווען.


ולגבי מקטיר זיין די קטורת ברענגט דער רמב"ן א גירסא אין רש"י 'וַיַּקְטֵר עָלָיו אהרן קְטֹרֶת. שחרית וערבית, כמה שנאמר בבקר בבקר בהטיבו את הנרות'. און לכאורה איז דער הכרח געווען וויבאלד אז ביים ציווי שטייט נישט אז משה רבינו זאל מקטיר זיין קטורת ראש חודש ניסן, און אין פרשת הקטורת שטייט וְהִקְטִיר עָלָיו אַהֲרֹן, טרעפן מיר נישט אז משה רבינו זאל בכלל טוהן די עבודה פון קטורת, מילא מוז מען זאגן אז אנדערש ווי די אנדערע עבודות וואס משה רבינו האט אליינס געטוהן ווי ער איז מצווה געווארן בפירוש, דאס וואס שטייט וַיַּקְטֵר עָלָיו קְטֹרֶת סַמִּים מיינט אז דער וואס דארף מקטיר זיין – דהיי' אהרן – ער האט מקטיר געווען די קטורת.

דער רמב"ן טענה'ט אבער אז עס קען זיין אז עס איז א טעות סופרים, און ער איז נישט מסביר קלאר די טעם דערפון, הגם ע"פ פשטות איז עס ווייל דער רמב"ן האט געהאט א אנדער מהלך אין די פסוקים ווי מיר וועלן ווייטער אויסשמועסן בעז"ה, איז אבער לכאורה אזוי מוכרח לויט רש"י'ס מהלך אויך, ווייל ווייטער זאגט דאך רש"י אז דאס וואס שטייט וַיַּעַל עָלָיו אֶת הָעֹלָה וְאֶת הַמִּנְחָה מוז מיינען אז משה רבינו האט מקריב געווען די קרבנות התמיד פון שמיני למילואים, און אויב מען קען אריינלערנען אין וַיַּקְטֵר עָלָיו קְטֹרֶת סַמִּים אז אהרן האט עס מקריב געווען, ואלט מען אויך געקענט די זעלבע זאגן וַיַּעַל עָלָיו אֶת הָעֹלָה וְאֶת הַמִּנְחָה אז אהרן האט מקריב געווען די קרבנות און נישט משה רבינו אליינס.


שיטת ה'אור החיים הקדוש'
דער אוהחה"ק גייט אויך מיט די דעה פון חז"ל אז די ציווי פון הקמת המשכן ראש חודש ניסן גייט אויף שמיני למילואים וואס איז געווען ר"ח ניסן, אבער ער לייגט צו אז נאר דעם טאג האט מען אויפגעשטעלט די משכן בשלימות און אריינגעלייגט אלע כלים אינעם אוהל מועד, און משה רבינו האט דארט געטוהן די עבודות פון עריכת הלחם און הדלקת הנרות, משא"כ אין די שבעת ימי המילואים האט מען נאר אויפגעשטעלט די בנין המשכן און מקריב געווען די קרבנות אויפן מזבח און נישט מער, ווייל ווען נישט וואלט דער פסוק נישט געדארפט מסביר זיין פאר משה רבינו ווי אזוי ער זאל אריינלייגן אלע כלים אינעם אוהל מועד ראש חודש ניסן, אויב ער האט עס שוין געטוהן אין די זיבן טעג פריער.


שיטת הרמב"ן
דער רמב"ן גייט אויך מיט די דעה פון חז"ל ווי רש"י, אז די שבעת ימי המילואים האבן זיך אנגעפאנגען כ"ג אדר, און ראש חודש ניסן איז שוין געווען שמיני למילואים, אבער אין די פירוש הפסוקים לערנט ער אנדערש ווי רש"י, היות ווייל לויט שיטת רש"י קומט אויס אז די פסוקים פון וַיָּקֶם מֹשֶׁה אֶת הַמִּשְׁכָּן און ווייטער רעדן זיך שוין פונעם הקמת המשכן אין ראש חודש ניסן, און דערנאך אין פרשת צו (ויקרא ח) גייען די פסוקים צוריק צו די סדר פון שבעת ימי המילואים, און הערשט אין פרשת שמיני (שם ט) רעדט מען פון די סדר פון שמיני למילואים.

דערפאר לערנט דער רמב"ן אז משה רבינו האט שוין באקומען דעם ציווי פון בְּיוֹם הַחֹדֶשׁ הָרִאשׁוֹן בְּאֶחָד לַחֹדֶשׁ תָּקִים אֶת מִשְׁכַּן אֹהֶל מוֹעֵד נאך פאר די שבעת ימי המילואים, און אויף דעם זאגט דער פסוק אז ווען עס איז געקומען די צייט וַיַּעַשׂ מֹשֶׁה כְּכֹל אֲשֶׁר צִוָּה ה' אֹתוֹ כֵּן עָשָׂה. וַיְהִי בַּחֹדֶשׁ הָרִאשׁוֹן בַּשָּׁנָה הַשֵּׁנִית בְּאֶחָד לַחֹדֶשׁ הוּקַם הַמִּשְׁכָּן, אבער דערנאך גייט די פסוק צוריק צו כ"ג אדר אנהייב פון די שבעה ימי המילואים און דעמאלטס וַיָּקֶם מֹשֶׁה אֶת הַמִּשְׁכָּן וגו' וַיִּתֵּן אֶת הַשֻּׁלְחָן וגו' וַיַּעֲרֹךְ עָלָיו עֵרֶךְ לֶחֶם וגו' וַיָּשֶׂם אֶת הַמְּנֹרָה וגו' וַיַּעַל הַנֵּרֹת לִפְנֵי ה' וגו' וַיָּשֶׂם אֶת מִזְבַּח הַזָּהָב וגו' וַיַּקְטֵר עָלָיו קְטֹרֶת סַמִּים וגו' וְאֵת מִזְבַּח הָעֹלָה שָׂם פֶּתַח מִשְׁכַּן אֹהֶל מוֹעֵד וַיַּעַל עָלָיו אֶת הָעֹלָה וְאֶת הַמִּנְחָה כַּאֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה.

און לויט דעם קומט אויס אז די הקטרת הקטורת וואס שטייט דא אין פסוק רעדט מען פון די שבעה ימי המילואים, און דערפאר איז געווען מוכרח פאר'ן רמב"ן אז משה רבינו איז געווען דער וואס האט מקטיר געווען די קטורת און נישט אהרן, וויבאלד אהרן איז נאכנישט געווען ראוי לכהונה אין די טעג, און נאר משה רבינו האט געטוהן אלע עבודות.

איי אויב אזוי, פארוואס שטייט נישט דא אז משה רבינו האט אויך געזאלבט די כלים און מיט'ן שמן המשחה ווי עס שטייט אין פרשת צו (ויקרא ח, י) וַיִּקַּח מֹשֶׁה אֶת שֶׁמֶן הַמִּשְׁחָה וַיִּמְשַׁח אֶת הַמִּשְׁכָּן וְאֶת כָּל אֲשֶׁר בּוֹ וַיְקַדֵּשׁ אֹתָם, זאגט דער רמב"ן אז היות אויפ'ן שמן המשחה איז געקומען אן עקסטערע ציווי כ"ג אדר, ווי עס שטייט דארט (שם ב) קַח אֶת אַהֲרֹן וְאֶת בָּנָיו אִתּוֹ וְאֵת הַבְּגָדִים וְאֵת שֶׁמֶן הַמִּשְׁחָה, דערפאר שטייט עס נאכנישט אויסגערעכנט דא פאר'ן ציווי.


און דאס וואס שטייט ווייטער וַיַּעַל עָלָיו אֶת הָעֹלָה וְאֶת הַמִּנְחָה, גייט אויך אויף די שבעת ימי המילואים וואס משה רבינו האט מקריב געווען אלע קרבנות, און לויט דעם קען זיין אז שמיני למילואים האט אהרן געטוהן אלע עבודות, און משה רבינו האט מער גארנישט געטוהן דעם טאג.


און לויט דעם שטימט די סדר הפסוקים ווייטער, ווייל גלייך נאך הקמת המשכן אין כ"ג אדר איז געווען דער (ויקרא א, א) וַיִּקְרָא אֶל מֹשֶׁה וַיְדַבֵּר ה' אֵלָיו מֵאֹהֶל מוֹעֵד אלע הלכות פון קרבנות וואס שטייען אין פרשת ויקרא און אין די ערשטע האלב פון פרשת צו, און דערנאך איז משה רבינו צו געגאנגען צום סדר פון די ימי המילואים ווי עס שטייט אינעם צווייטן האלב פון פרשת צו.

והגם אז אין קהלת רבה (א, יב) שטייט אז די פרשיות פון קרבנות ויקרא און צו זענען געזאגט געווארן נאר שמיני למילואים, און פון דעם איז דאך משמע ווי רש"י אז די פסוקים סוף פון אונזער פרשה רעדן זיך פון שמיני למילואים, טענה'ט דער רמב"ן אז דער מדרש ברענגט עס בשם ר' ישמעאל, און עס קען זיין אז עס איז נאר א דעת יחיד.


קושיות ה'אבן עזרא'
דער אבן עזרא פרעגט דריי קשיות אויף די דעה אז די שבעת ימי המילואים האבן זיך אנגעהויבן כ"ג אדר, און שמיני למילואים איז געווען ראש חודש.

א. לויט די דעה מוז דאך זיין אז אין די זיבן טעג האט מען יעדן טאג אויפגעטעלט דעם משכן און צוריק צונומען, אויב אזוי פארוואס ווערט עס נישט דערמאנט אין פסוק, נישט דאס אויפשטעלן און נישט דאס צונעמען.

ב. אויב מען האט צונומען דעם משכן נאך די עבודות, ווי אזוי האבן אהרן און זיינע קינדער מקיים געווען דעם ציווי פון (ויקרא ח, לה) וּפֶתַח אֹהֶל מוֹעֵד תֵּשְׁבוּ יוֹמָם וָלַיְלָה שִׁבְעַת יָמִים, אויב עס איז נישט געווען קיין אהל מועד, און ווי דער רמב"ן ברענגט א ראיה פון תורת כהנים (ויקרא א, ה) אז קרבנות וואס מען האט גע'שחט'ן בשעת די אוהל מועד איז צונומען איז נישט כשר, ווייל עס הייסט נישט פֶּתַח אֹהֶל מוֹעֵד.

און דער רמב"ן לייגט צו צו דעם קשיא, לויט ווי ער לערנט אז משה רבינו האט אנגעצינדן די מנורה אין די שבעת ימי המילואים, און די מנורה דארף דאך ברענען מערב עד בוקר, און אויב מען האט צונומען די משכן, ווי האט די מנורה געברענט.

ג. אויב שמיני למילואים איז געווען ראש חודש, וואלט געדארפט צו שטיין אין פרשת שמיני, ווי עס שטייט (שם ט, יז) וַיַּקְטֵר עַל הַמִּזְבֵּחַ מִלְּבַד עֹלַת הַבֹּקֶר אויך 'מלבד עולת החדש', אזוי ווי עס שטייט ביי די מוסף פון ראש השנה (במדבר כט, ו) מִלְּבַד עֹלַת הַחֹדֶשׁ וּמִנְחָתָהּ וְעֹלַת הַתָּמִיד וּמִנְחָתָהּ.


יישוב הקושיות
דער רמב"ן פארענטפערט די ערשטע צוויי קשיות פונעם אבן עזרא.

א. אויף דעם וואס עס שטייט נישט קיין ציווי אויפצושטעלן דעם מכן שבעת ימי המילואים, טענה'ט דער רמב"ן אז עס איז נכלל אינעם פסוק פרשת תרומה (שמות כו, ל) וַהֲקֵמֹתָ אֶת הַמִּשְׁכָּן כְּמִשְׁפָּטוֹ אֲשֶׁר הָרְאֵיתָ בָּהָר, אז ווען מ'וועט דארפן דעם משכן זאל עס משה רבינו אויפשטעלן, און פון דעם וואס עס איז געווען אן עקסטערע ציווי אויף ר"ח ניסן, האט משה רבינו פארשטאנען אז ביז דעמאלטס זאל מען נאר אויפשטעלן און צוריק צונעמען.

ב. און דאס וואס עס איז מוכרח אז דער משכן איז געשטאנען די גאנצע זיבן טעג פון דעם ציווי וּפֶתַח אֹהֶל מוֹעֵד תֵּשְׁבוּ יוֹמָם וָלַיְלָה שִׁבְעַת יָמִים, און פון די הדלקת המנורה, זאגט דער רמב"ן אז עס איז נישט פשט אז מען האט צונומען דעם משכן נאך די עבודות און עס געלאזט צונומען ביז צומארגנס, נאר משה רבינו האט עס צונומען און גלייך צוריק אויפגעשטעלט, היות עס איז נאר געווען צו לערנען די לויים ווי אזוי צו אויפשטעלן און צונעמען דעם משכן, אדער כדי צו ווייזן די חשיבות פונעם הקמה פון ר"ח, און דערנאך איז דער משכן ווייטער געטאנען ביז צומארגנס נאך די עבודות.

ג. אולי קען מען פארענטפערן די דריטע קשיא, לויט שיטת רש"י אז דער קרבן תמיד האט משה רבינו מקריב געווען און אהרן הכהן האט מקריב געווען די קרבנות היום און די קרבן מוסף ראש חודש, קען מען זאגן, אז הגם אז דער קרבן תמיד קומט פריער אלץ תדיר, און מען מעג נישט מקריב זיין אנדערע קרבנות פריער, אבער דער מוסף ראש חודש , הגם עס איז תדיר, איז היות אז אהרן האט עס מקריב געווען ווי דער 'משכיל לדוד' שרייבט, האט ער קודם מקריב געווען די קרבנות היום וואס זענען געווען מיחד עס זאל ברענגען די השראת השכינה און די אש מן השמים, און הערשט דערנאך האט ער מקריב געווען דעם מוסף פון ראש חודש, און אזוי ליינט זיך אין פסוק אז משה רבינו האט איהם געזאגט (ויקרא ט, ז) קְרַב אֶל הַמִּזְבֵּחַ וַעֲשֵׂה אֶת חַטָּאתְךָ וְאֶת עֹלָתֶךָ, איז משמע אז דאס זענען געווען די ערשטע קרבנות וואס אהרן האט מקריב געווען נאכן קרבן תמיד וואס משה רבינו האט מקריב געווען, מילא שטימט אז עס שטייט נאר מִלְּבַד עֹלַת הַבֹּקֶר, ווייל די מוספין פון ר"ח האט ער נאר מקריב געווען שפעטער.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

21 א שטיקעלע רמבן - פקודי.pdf
(221.09 KiB) געווארן דאונלאודעד 49 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יישר כח הערליך שיין אראפ געלייגט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

פשיהא, א לאנגס און א ברייטס פלאס נאך אן ’אולי אפשר’ אויך.

אריינגעברענגט א ליכטיקייט אינעם שב”ק, זאל דיר השי”ת באצאלן דערפאר.

א גוט שבת
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת ויקרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די וואך הייבן מיר אן חומש ויקרא בכלל און פרשת ויקרא בפרט וואס איז מיוסד אויפן ענין פון מקריב זיין קרבנות לפרטיה ודקדוקיה, וועלן מיר בעז"ה לערנען דעם יסוד וואס איז די ענין פון די קרבנות.


שיטת הרמב"ם
דער רמב"ם אין מורה נבוכים (ח"ג פמ"ו) איז מסביר דאס וואס קרבנות בהמה קען מען נאר ברענגען פון די דריי מינים, בקר, און צאן וואס איז כולל עזים און כבשים, ווייל די דריי מינים זענען געווען אנגענומען אלץ עבודה זרה ביי די פעלקער ווי כלל ישראל איז געווען אין יענע צייטן, דהיינו די מענטשן פון בבל ווי אברהם אבינו האט געשטאמט פלעגן דינען און מקריב זיין פאר די שדים, וואס זיי האבן געהאלטן אז זיי קוקן אויס ווי ציגן, און ווי דער פסוק רופט זיי אן אין פרשת אחרי (יז, ז) וְלֹא יִזְבְּחוּ עוֹד אֶת זִבְחֵיהֶם לַשְּׂעִירִם אֲשֶׁר הֵם זֹנִים אַחֲרֵיהֶם, און די מצריים פלעגן דינען די מזל טלה, און דערפאר זענען געווען פארהייליגט ביי זיי די שאף, און דערפאר פלעגן זיי ממאס זיין די וואס שחט'ן און עסן פלייש פון די מיני בהמות, ווי דער פסוק זאגט אין פרשת מקץ (בראשית מג, לב) כִּי לֹא יוּכְלוּן הַמִּצְרִים לֶאֱכֹל אֶת הָעִבְרִים לֶחֶם כִּי תוֹעֵבָה הִוא לְמִצְרָיִם, און דער תרגום איז מסביר אֲרֵי בְעִירָא דְּמִצְרָאֵי דָחֲלִין לֵהּ עִבְרָאֵי אָכְלִין. און אזוי איז אויך געווען ביי אלע געצנדינער א פאר'מיאוס'טע זאך דאס שחט'ן בקר, ווייל ביי זיי איז דאס א פארהייליגטע זאך, און אפילו אין פלעצער ווי מען שחט יא אנדערע בעלי חיים שחט מען נישט קיין רינדער, ווי עס גייט נאך אן ביז היינט אין אינדיע.

דערפאר האט די תורה געהייסן אז א מענטש וואס דארף א כפרה, זאל ער דייקא נעמען פון די מיני בהמות און טוהן מיט זיי דאס פארקערטע וואס די עובדי עבודה זרה טוהן, וואס עבודה זרה איז די שורש פון אלע עבירות, און מיט דעם וואס ער איז מוציא מלבם פון די עבודה זרה, ווערט ער דערנענטערט צום באשעפער און זיינע עבירות ווערן מכופר.


קושיות הרמב"ן
דער רמב"ן פעגט זייער שטארק אויף דעם וואס קומט אויס פונעם רמב"ם, אז דאס גאנצע ענין פון קרבנות איז נאר להוציא מלבם פון די גוים עבודי עבודה זרה, און ער שרייבט אויף דעם אז דאס זענען 'דברי הבאי', פרעגנדיג אויף דעם פיר קשיות.

א. צו דען איז דאס פאסנדיג אז מען זאל דייקא נעמען די בהמות וואס די גוים דינען זיי און עס פארברענען אויפן מזבח ה' נאר להוציא מלבם פון די אומות העולם, דאס איז דאך א בזיון פארן מזבח ה'.

ב. אפילו די מצריים און די כשדים וואס האבן נישט געלאזט שחט'ן די בהמות, איז עס נאר געווען ווען די מטרה איז עס צו עסן, אבער זיי אליינס פלעגן שחט'ן און מקריב זיין בהמות פאר די מזלות וואס זיי האבן געדינט, און ווי דער פסוק זאגט אליינס 'וְלֹא יִזְבְּחוּ עוֹד אֶת זִבְחֵיהֶם לַשְּׂעִירִם', און אזוי אויך ביים חטא העגל ווען זיי האבן געמאכט און געדינט א צורה פון א בהמה, שטייט נאכאלץ (שמות לב, ח) וַיִּזְבְּחוּ לוֹ, קומט אויס אז שחט'ן בהמות און עס מקריב זיין איז נישט קיין סתירה מיט די מהלך פון די עובדי ע"ז, און נאר שחט'ן בהמות זיי אויפצועסן איז געווען אקעגן די אמונה פון די גוים, און דאס וואלט געווען די ריכטיגע וועג להוציא מלבם, צו שחט'ן בהמות און זיי אויפעסן צו דער זעט.

ג. מיר טרעפן דעם ענין פון מקריב זיין קרבנות לריח ניחוח אויך ווען עס זענען נאך בכלל נישט געווען קיין עבודי עבודה זרה בכלל, ווי מיר זעהן ביי הבל (בראשית ד, ד) וְהֶבֶל הֵבִיא גַם הוּא מִבְּכֹרוֹת צֹאנוֹ וּמֵחֶלְבֵהֶן וַיִּשַׁע ה' אֶל הֶבֶל וְאֶל מִנְחָתוֹ, און אזוי אויך ווען נח איז ארויס פונעם תיבה מיט זיינע קינדער האט ער מקריב געווען קרבנות (שם ח, כא) וַיָּרַח ה' אֶת רֵיחַ הַנִּיחֹחַ, הגם עס זענען נישט געווען קיין עובדי ע"ז וואס מען זאל דארפן להוציא מלבם.

און אזוי אויך בלעם'ס קרבנות וואס ער האט געברענגט כדי צו קענען שעלטן די אידן האט ניט קיין שייכות מיט'ן שולל זיין די אמונה אין עבודה זרה.

ד. און נאך טענה'ט דער רמב"ן, אז לויט'ן רמב"ם קומט אויס אז עס איז נישט דא קיין שום תועלת אין ברענגען קרבנות כלפי מעלה, נאר צו טוהן קעגן די שמונה פון די שוטים, און אין פסוק שטייט (במדבר כח, ב) אֶת קָרְבָּנִי לַחְמִי לְאִשַּׁי רֵיחַ נִיחֹחִי, און ביי אלע קרבנות שטייט רֵיחַ נִיחוֹחַ לַה', איז דאך משמע אז עס איז יא דא רצון כלפי מעלה פון ברענגען קרבנות.


שיטת הרמב"ן ע"ד הפשט
פיהרט דער רמב"ן אויס, אז עס איז מער מסתבר די טעם וואס ווערט געברענגט אין די מדרשי חז"ל, אז היות אז די מעשים פונעם מענטש ווערן אויסגעפירט דורך מחשה דיבור און מעשה, דארף ער ברענגען א קרבן און זיך מתודה זיין בדיבור און סומך זיין אויף דעם במעשה, און מקריב זיין פון דעם די כליות וואס זענען די כלי המחשבה, און די קרב וואס איז די שורש פונעם תאוה וואס ברענגן דעם מענטש צו זינדיגן און די כרעים וואס זענען קעגן די הענט וואס זינדיגן במעשה. און אזוי אויך זאל מען מקריב זיין און שפריצן די בלוט וואס איז די חיות פונעם בהמה, אז דער מענטש זאל זיך מתבונן זיין אז באמת וואלט געווען ראוי זיין בלוט זאל פארגאסן ווערן און זיין גוף פארברענט ווערן אלץ עונש אויף זיין עבירה, נאר דער באשעפער האא רחמנות געהאט און ער נעמט אן די בלוט און פלייש פון די בהמה אנשטאט זיין גוף, און די איבעריגע חלקים פונעם קרבן חטאת זאל ער געבן פאר די כהנים וואס לערנען תורה פאר כלל ישראל, כדי זיי זאלן מתפלל זיין אז דער באשעפער זאל אננעמען זיין תשובה.


שיטת הרמב"ן ע"ד הסוד
זאגט אבער דער רמב"ן אז על דרך האמת איז דא א העכערע סוד אינעם ענין פון קרבנות, און ער שרייבט עס ברמז, און דער רבינו בחיי איז מער מאריך אין דעם, לויט וויפיל מיר קענען פארשטיין.

זאגט דער רמב"ן אז דער ספרי (פינחס קמג) איז מדייק אז מיר זעהן ביי קרבנות אז עס ווערט נאר דערמאנט דער שם הוי"ה און נישט די אנדערע כינויים, און דער ענין איז וויל די קרבנות קומען צו ווייזן אז מען אנערקענט אז אלעס וואס ווערט געטוהן אויף די וועלט דורך די מלאכים וואס זענען ממונה אויף די בריאה, און די אלע פארשידענע הנהגות וואס הקב"ה פירט מיט דעם די וועלט - וואס אויף דעם ווייזן די פארשידענע כינויים און שמותיו ית' - קומען אלע פון איין איינציגע באשעפער, וואס דער שם הוי"ה איז דער שם העצם.

און דאס איז דער ענין פון די קרבנות, וואס פון די פלייש ווערט קודם א רויעך און דערנאך ווערט עס נהפך צו פייער וואס גייט אויף ארויף, ביז עס בלייבט נאר איבער א ריח וואס האט נישט קיין ממשות, און דאס ווייזט אז אלעס וואס פירט זיך דא אויף די וועלט קומט פון אויבן, און אלעס קומט פון א כח וואס איז העכער פון אלעם וואס מען קען נישט זעהן און משיג זיין במציאות, און דורך דעם וואס מען אנערקענט דאס איז מען מעורר שפע פון אויבן פונעם מדת הרחמים, יעדע קרבן לויט זיין מדרגה און זיין בחינה.


יישוב שיטת הרמב"ם
אין שנת ה'תרכ"ח איז געדרוקט געווארן מתוך כת"י פונעם ריטב"א - וואס איז געווען א תלמיד פון תלמידי הרמב"ן - א ספר מיטן נאמען 'ספר הזכרון' וואס איז מיוסד זיך אנצונעמען פארן רמב"ם פון די השגות פונעם רמב"ן אויף איהם, און ווי ער איז מסביר אין די הקדמה, אז הגם אז דער רמב"ן האט אזוי שטארק משיג געווען אויפן רמב"ם ווייל ער איז געגאנגען מיט'ן דרך הקבלה וואס דאס איז טאקע דער אמת'ער דרך, און דער מהלך פונעם רמב"ם ע"פ הפשט איז צומאהל זיך סותר מיט דעם וועג, קומען אבער אסאך מאל די השגות פונעם רמב"ן פון דעם וואס ער האט נישט געהאט די ריכטיגע איבערטייטשונג פונעם רמב"ם וואס האט געשריבן זיינע ספרים אויף אראביש, און די מתרגמים האבן מקצר געווען בדבריו, וואס דאס האט גורם געווען אז זיינע ווערטער זאלן נישט ריכטיג פארשטאנען ווערן.

אויך זאגט דער ריטב"א, אז הגם אז ע"פ דרך האמת זענען דא הויעכע טעמים און אלע מצוות, איז נאך אלץ דא א מקום צום דרך הרמב"ם וואס הא געגעבן טעמים לפי הפשט צו האבן וואס צו ענטפערן פאר די אפיקורסים וואס פרובירן אוועק צו מאכן די מצוות התורה, און דערפאר האט ער זיך נישט מונע געווען צו געבן טעמים וואס זענען נאר שייך צו די תקופה פון מתן תורה, הגם אז די מצוות זענען נוהג אין אלע דורות, און אז מען איז מדייק בדבריו ריכטיג זעהט מען אז זיינע ווערטער זענען ריכטיג און עס זענען נישט דא קיין סתירות לדבריו.


א-ד. זאגט דער ריטב"א אז מען קוקט אריין פריער אינעם רמב"ם (ח"ג פרק ל"ב) שרייבט ער נישט אז די קרבנות קומען נאר להוציא מלבם פון די עובדי עבודה זרה, נאר אז וויבאלד די וועג פון מקריב זיין בבעלי חיים פאר די העכערע כוחות איז געווען די אנגענומענע וועג פון די פעלקער זיי צו דינען, און הקב"ה האט געהייסן אז די אידן זאלן איהם דינען און נישט קיין אנדערן ח"ו, דערפאר האט דער באשעפער געהייסן אז די אידן זאלן איהם דינען אויף דעם וועג פון מקריב זיין בהמות פאר איהם, ווייל ווען משה רבינו וואלט זיי געהייסן אינגאנצן אפלאזן דעם דרך פון מקריב זיין לגבוה, וואלט עס געווען אין זיערע אויגן ווי ווען א נביא וואלט געקומען היינטיגע צייטן און געזאגט אז דער באשעפער האט געהייסן נישט דאווענען צו איהם, נישט תשובה טוהן, און נישט מקיים זיין די מצוות למעשה, ווייל עס איז געווען אזוי אריינגעבאקן אז דאס איז די ריכטיגע וועג צו דינען א העכערע כח.


וכעין דברי הריטב"א טרעפן מיר אין מדרש רבה פר' אחרי (ויק"ר כב, ח) ווי דער מדרש איז ממשיל צו א בן מלך וואס איז געווען להוט צו עסן פלייש, און ער פלעגט עסן נבלות וטריפות וואס זענען פאר'מיאוס'ט, האט דער מלך געהייסן מען זאל איהם צושטעלן גענוג פלייש פונעם מלך'ס טיש, אז עס זאל כאטש זיין ריינע פלייש, אזוי אויך זענען די אידן געווען להוט צו מקריב זיין קרבנות צו די העכערע כוחות, ווי דער פסוק זאגט (יז, ז) וְלֹא יִזְבְּחוּ עוֹד אֶת זִבְחֵיהֶם לַשְּׂעִירִים אֲשֶׁר הֵם זֹנִים אַחֲרֵיהֶם, האט דער באשעפער געהייסן אז זיי זאלן מקריב זיין קרבנות פאר איהם אין בית המקדש, און אזוי זאלן זיי מער נישט מקריב זיין צו די שדים און עבודה זרות.


זאגט ווייטער דער ריטב"א, אז דאס וואס דער רמב"ם שרייבט יא אז שחט'ן די בהמות איז להוציא פון די כשדיים און מצריים, איז נאר א טעם אויף דעם פרט פארוואס די קרבנות זאלן דייקא זיין פון די מיני בהמות און נישט פון אנדערע בעלי חיים, דאס איז וויבאלד די אומות פלעגן מקפיד זיין מען זאל נישט שחט'ן די מיני בהמות.

ב. און דאס וואס מיר טרעפן אז די עבודי עבודה זרה האבן אויך מקריב געווען קרבנות, טענה'ט דער ריטב"א אז זייערע קרבנות זענען געווען נאר פון אנדערע בעלי חיים ווי לייבן און בערן און אנדערע ווילדע בעלי חיים, אבער נישט פון די דריי מיני בהמות וואס דער תורה הייסט ברענגען פאר קרבנות, וואס די מינים זענען געווען פארהייליגט ביי זיי, און זיי האבן מקפיד געווען זיי נישט צו הרג'ענען בכלל.

און דאס וואס בלעם האט יא מקריב געווען (במדבר כג, ב) פָּר וָאַיִל בַּמִּזְבֵּחַ, איז ווייל ער איז נישט געווען פון די פעלקער וואס האבן מקפיד געווען דעם.

ג. און דאס וואס נח האט מקריב געווען קרבנות גלייך נאכן מבול הגם עס זענען נאכנישט געווען קיין עובדי עבודה זרה, זאגט דער ריטב"א אז דאס איז נישט קיין קשיא, ווייל נח האט געוואלט ווייזן מיט דעם אז ער איז אנדערש ווי די מענטשן וואס זענען געווען אינעם דור המבול וואס זיי האבן געדינט עבודה זרה, און מיט זיינע קרבנות האט ער שולל געווען פון זיך זייער דרך.

און דאס וואס הבל האבן מקריב מבכורות צאנו ווען עס איז נאכנישט געווען בכלל א מושג פון עבודה זרה אויפ'ן וועלט, צייכנט דער ריטב"א צו צום רמב"ם אין הל' איסורי המזבח (פ"ז הי"א) אז דאס איז געווען אן אנדערע עני, צו ווייזן אז מען איז גרייט אוועק צו געבן די בעסטע וואס מען האט פארן באשעפער, און היות הבל האט געטוהן מיט בהמות, האט ער געגעבן פון די בעסטע פון זיי מקריב צו זיין פאר הקב"ה.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליך שיין מלא טעם אין געשמאק

יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

22 א שטיקעלע רמבן - ויקרא.pdf
(175.67 KiB) געווארן דאונלאודעד 47 מאל
אוועטאר
מרה דאבוה
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2022 8:47 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרה דאבוה »

קליגער פון קליג האט געשריבן: זונטאג יאנואר 29, 2023 5:43 pm
ווייניג ווייסן פון די שטיקל אין די הקדמה :

ואשים למאור פני נרות המנורה הטהורה,

פרושי רבנו שלמה, עטרת צבי וצפירת תפארה,

מוכתר בנימוסו במקרא במשנה ובגמרא,

לו משפט הבכורה,

בדבריו אהגה, באהבתם אשגה,

ועמהם יהיה לנו משא ומתן דרישה וחקירה,

בפשטיו ומדרשיו וכל אגדה בצורה,

אשר בפירושיו זכורה.

ועם רבי אברהם בן עזרא,

תהיה לנו תוכחת מגולה ואהבה מסותרה.
זהב רותח יוצק וכו'
קליגער פון קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 1:58 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליגער פון קליג »

מרה דאבוה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 1:24 pm
קליגער פון קליג האט געשריבן: זונטאג יאנואר 29, 2023 5:43 pm
ווייניג ווייסן פון די שטיקל אין די הקדמה :

ואשים למאור פני נרות המנורה הטהורה,

פרושי רבנו שלמה, עטרת צבי וצפירת תפארה,

מוכתר בנימוסו במקרא במשנה ובגמרא,

לו משפט הבכורה,

בדבריו אהגה, באהבתם אשגה,

ועמהם יהיה לנו משא ומתן דרישה וחקירה,

בפשטיו ומדרשיו וכל אגדה בצורה,

אשר בפירושיו זכורה.

ועם רבי אברהם בן עזרא,

תהיה לנו תוכחת מגולה ואהבה מסותרה.
זהב רותח יוצק וכו'
ועתה פתח פיך ואכול את הספר אשר פרשתי לפניך, בטנך תאכל ומעיך תמלא את המגלה הזאת ותהי בפיך כדבש למתוק ותאורנה עיניך
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת צו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אין די וואכעדיגע פרשה שטייט די איסור פון עסן חלב (ז, כב-כה) וַיְדַבֵּר ה' אֶל מֹשֶׁה לֵּאמֹר. דַּבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לֵאמֹר כָּל חֵלֶב שׁוֹר וְכֶשֶׂב וָעֵז לֹא תֹאכֵלוּ. וְחֵלֶב נְבֵלָה וְחֵלֶב טְרֵפָה יֵעָשֶׂה לְכָל מְלָאכָה וְאָכֹל לֹא תֹאכְלֻהוּ. כִּי כָּל אֹכֵל חֵלֶב מִן הַבְּהֵמָה אֲשֶׁר יַקְרִיב מִמֶּנָּה אִשֶּׁה לַה' וְנִכְרְתָה הַנֶּפֶשׁ הָאֹכֶלֶת מֵעַמֶּיהָ.

און בקיצור ווערט שוין דער איסור דערמאנט אין יענע וואכעדיגע פרשה, ביים סוף פונעם פרשה פון קרבן שלמים (ג, יז) חֻקַּת עוֹלָם לְדֹרֹתֵיכֶם בְּכֹל מוֹשְׁבֹתֵיכֶם כָּל חֵלֶב וְכָל דָּם לֹא תֹאכֵלוּ.


ביאור ה'אבן עזרא'
דער אבן עזרא ברענגט א ויכוח וואס ער האט געהאט מיט א צדוקי, וואס איז געקומען מיט'ן הנחה אז דער איסור פון חלב איז כולל אלע פעטע חלקים פון די בהמה, און נישט ווי די כללים וואס חז"ל זענען קובע אין מס' חולין וואס הייסט חלב און עס איז אסור און וואס איז שומן און עס איז מותר, מילא האט דער צדוקי גע'טענה'ט אז דער אליה פון א בהמה, הגם עס האט נישט די כללים פון חלב, דארף עס אויך זיין אסור אלץ איסור חלב, ובפרט אז דער פסוק רופט עס אן אין פרשת ויקרא (ג, ט) חֶלְבּוֹ הָאַלְיָה תְמִימָה.

האט איהם דער אבן עזרא אפגעענטפערט, אז אין פסוק טרעפן מיר בכלל נישט קיין איסור צו עסן חלב פון בהמות חולין, און די פשטות הפסוקים רעדן נאר פון בהמות קדשים וואס מען דארף מקריב זיין זייער חלב אויפ'ן מזבח, אויף דעם שטייט קלאר אין פסוק אז עס איז אסור באכילה, משא"כ עסן חלב פון בהמות חולין דאס איז געבויעט אויף קבלת חז"ל אז דאס איז אויך בכלל דעם איסור, מילא אז מען פארלאזט זיך אויף דברי חז"ל דארף מען זיך פארלאזן אינגאנצן אויף זייער קבלה וואס איז יא בכלל דעם איסור און וואס נישט.

און דער אבן עזרא פירט אויס אז צום סוף האט איהם דער צדוקי מודה געווען, און זיינע אויגן זענען געעפנט געווארן, און ער האט געשוואוירן אז ער גייט זיך מער נישט פארלאזן אויף זיין אייגענע דעה מסביר צו זיין די מצוות, נאר ער וועט זיך שוין פארלאזן אויף די פירושים פון חכמינו ז"ל.


ראיות ה'אבן עזרא'.
און דער אבע"ז האט זיך געברענגט 3 ראיות אויף דעם.

א. דאס וואס דער פסוק זאגט ביי אונז כִּי כָּל אֹכֵל חֵלֶב מִן הַבְּהֵמָה אֲשֶׁר יַקְרִיב מִמֶּנָּה אִשֶּׁה לַה', רעדט זיך דאך דער פסוק נאר פון א בהמה וואס מען האט מקריב געווען אלץ קרבן און נישט פון חולין.

ב. פון דעם וואס דער פסוק דארף אסר'ן וְחֵלֶב נְבֵלָה וְחֵלֶב טְרֵפָה וגו' וְאָכֹל לֹא תֹאכְלֻהוּ, וואס וואלט געווען דער הוה אמינא אז חלב פון א נבלה וטרפה זאל זיין לייכטער, נאר מוז זיין אז דער תורה האט נישט געשריבן בפירוש קיין איסור אויף חלב פון א חולינ'דיגע בהמה, וועט א מענטש טראכטן היות חלב איז נישט בכלל די פלייש פונעם נבילה לגבי טומאה, אפשר גייט נישט אן ביי דעם די איסור פון אכילת נבילה וטריפה, זאגט דער פסוק אז די חלב האט א דין ווי די פלייש און עס גייט יא אן ביי דעם די איסור פון נבילה וטריפה.

ג. אין די פסוק אין פרשת ראה ווען די תורה איז מתיר בשר תאוה נאכ'ן אריינקומען קיין א"י, שטייט נאר (דברים יב, כב-כג) אַךְ כַּאֲשֶׁר יֵאָכֵל אֶת הַצְּבִי וְאֶת הָאַיָּל כֵּן תֹּאכְלֶנּוּ הַטָּמֵא וְהַטָּהוֹר יַחְדָּו יֹאכֲלֶנּוּ. רַק חֲזַק לְבִלְתִּי אֲכֹל הַדָּם כִּי הַדָּם הוּא הַנָּפֶשׁ, און עס ווערט נישט דערמאנט קיין איסור אויף חלב, איז א ראיה אז דאס וואס דער פסוק דערמאנט זיי יא צוזאמען אין פרשת ויקרא כָּל חֵלֶב וְכָל דָּם לֹא תֹאכֵלוּ, גייט נאר ארויף אויף דעם קרבן שלמים וואס די פסוקים פריער רעדן זיך.


האט דער צדוקי גע'טענהט אז דער פסוק הייבט זיך דאך אן מיט חֻקַּת עוֹלָם לְדֹרֹתֵיכֶם בְּכֹל מוֹשְׁבֹתֵיכֶם, און קרבנות גייען נישט אן אויף אייביג, האט איהם דער אבע"ז אויפגעוויזן אז דאס איז נישט קיין ראיה, ווייל מען טרעפט שוין ביים איסור פון חדש שטייט אויך (כג, יד) וְלֶחֶם וְקָלִי וְכַרְמֶל לֹא תֹאכְלוּ עַד עֶצֶם הַיּוֹם הַזֶּה עַד הֲבִיאֲכֶם אֶת קָרְבַּן אֱלֹקֵיכֶם חֻקַּת עוֹלָם לְדֹרֹתֵיכֶם בְּכֹל מֹשְׁבֹתֵיכֶם, און היינטיגע צייטן גייט דאך נישט אן דעם עַד הֲבִיאֲכֶם אֶת קָרְבַּן אֱלֹקֵיכֶם, צו דען בלייבט חדש אסור בזמן הזה אויף אייביג, נאר איז א ראיה אז דער לשון חֻקַּת עוֹלָם לְדֹרֹתֵיכֶם בְּכֹל מוֹשְׁבֹתֵיכֶם קען זיך רעדן אויך פון זאכן וואס זענען נאר שייך בזמן המקדש.


ד. וכדברי ה'אבן עזרא' איז משמע אין תורת כהנים אויף דעם פסוק, 'כִּי כָּל אֹכֵל חֵלֶב מִן הַבְּהֵמָה אֲשֶׁר יַקְרִיב מִמֶּנָּה אִשֶּׁה לַה', אין לי אלא חלב תמימים שכשר לקרב, חלב בעלי מומין מנין, תלמוד לומר מִן הַבְּהֵמָה. חלב חולין מנין, תלמוד לומר כִּי כָּל אֹכֵל חֵלֶב', זעהט מען אז דער פשוטע פשט אין פסוק רעדט זיך דווקא פון קרבנות, און חלב חולין איז מען מרבה פונעם ריבוי פון כָּל.


קושיות הרמב"ן
דער רמב"ן מאכט אוועק דעם מהלך צו לערנען אז אין די פסוקים שטייט נישט בפירוש קיין איסור אויף חלב פון חולין, און בתוך הדברים רופט ער אן דערוואס לערנט יא אזוי 'המשתבש', און ער פרעגט אויף דעם 6 קשיות.

א. פון דעם וואס דער פסוק מאכט א כלל און אסר'ט כָּל חֵלֶב, און כָּל חֵלֶב שׁוֹר וְכֶשֶׂב וָעֵז לֹא תֹאכֵלוּ, און איז נישט מחלק צווישן קדשים מיט חולין, איז משמע אז יעדע חלב איז אסור אפילו פון חולין.

ב. פון דעם וואס דער פסוק אסר'ט חֵלֶב נְבֵלָה וְחֵלֶב טְרֵפָה אינעם פרשה פון חלב, איז משמע אז די איסור גייט צו אלץ חלב, און עס איז נכלל אינעם איסור כרת וואס שטייט אינעם ווייטערדיגן פסוק, און נישט נאר אלץ נבילה וטריפה וואס איז נאר במלקות, און היות נבלה וטריפה זענען דאך נישט ראוי להקרבה, איז מוכח אז דער איסור גייט אן אפילו ביי חלב וואס מען דארף נישט מקריב זיין אויפ'ן מזבח.

ג. דער לשון בְּכֹל מוֹשְׁבֹתֵיכֶם וואס שטייט אין פרשת ויקרא טרעפט מען קיינמאל נישט ביי קרבנות, היות קרבנות איז נאר שייך אינעם משכן אדער אין בית המקדש, און אין פרשה פון מתנות כהונה אין פרשת קרח (במדבר יח) הגם עס שטייט מערערע מאל לְחָק עוֹלָם, שטייט נישט בְּכֹל מוֹשְׁבֹתֵיכֶם היות ביי קרבנות איז דאס נישט שייך.

און דאס וואס דער אבע"ז טענה'ט אז מען טרעפט יא דעם לשון ביים קרבן עומר עַד הֲבִיאֲכֶם אֶת קָרְבַּן אֱלֹקֵיכֶם חֻקַּת עוֹלָם לְדֹרֹתֵיכֶם בְּכֹל מֹשְׁבֹתֵיכֶם, טענה'ט דער רמב"ן אז דאס גייט אויפן איסור פון חדש פון אנהייב פסוק וְלֶחֶם וְקָלִי וְכַרְמֶל לֹא תֹאכְלוּ עַד עֶצֶם הַיּוֹם הַזֶּה, און דאס גייט אן בכל מקום און אפילו בזמן הזה, נאר דער פסוק לייגט צו אז בזמן המקדש וואס עס איז דא די מעגליכקייט צו ברענגען דעם עומר איז חדש אסור עַד הֲבִיאֲכֶם אֶת קָרְבַּן אֱלֹקֵיכֶם, ווייל דאס איז דער טעם פונעם איסור כדי דער עומר זאל זיין די ערשטע זאך פון די נייע תבואה, אבער ווען נישט איז עס נאכאלץ אסור עַד עֶצֶם הַיּוֹם הַזֶּה און שפעטער נישט.

אדער זאגט דער רמב"ן אז דער פסוק רעדט בכלל נישט פונעם ברענגען דעם קרבן עומר, נאר דער עַד הֲבִיאֲכֶם אֶת קָרְבַּן אֱלֹקֵיכֶם גייט אויפ'ן עַד עֶצֶם הַיּוֹם הַזֶּה, דהיינו דער איסור פון חדש גייט אן ביזן טאג וואס מען דארף ברענגען דעם קרבן עומר, כאילו עס וואלט געשטאנען עַד יום הֲבִיאֲכֶם אֶת קָרְבַּן אֱלֹקֵיכֶם.

ד. אויב די איסור רעדט נאר פון בהמות קדשים, וואס פעלט אויס א באזונדערע איסור דערויף, פון דעם וואס די תורה הייסט מקירב זיין די אימורים אויפ'ן מזבח פארשטייט מען אליינס אז מען מעג עס נישט אויפעסן.

ה. אויב די איסור איז נישט צו עסן די חלק וואס מען דארף מקריב זיין לגבוה, פארוואס אסר'ט נישט דער פסוק צו עסן די יותרת הכבד און די כליות וואס מען איז אויך מקריב מיט די חלבים.

ו. אויב די איסור איז נאר ביי קרבנות, פארוואס דארף דער פסוק אויסרעכענען כָּל חֵלֶב שׁוֹר וְכֶשֶׂב וָעֵז, מען קען דאך ממילא נישט ברענגען קיין קרבנות נאר פון די דריי מינים.


ז. דער אוהחה"ק לייגט צו נאך א קשיא אויף דעם אז די פסוקים זאלן זיך רעדן פון קדשים, פון דעם וואס דער פסוק זאגט וְחֵלֶב נְבֵלָה וְחֵלֶב טְרֵפָה יֵעָשֶׂה לְכָל מְלָאכָה, און א קרבן וואס ווערט נבילה, אדער ווערט געפונען טריפה דארף מען פארברענען און עס איז אסור בנהאה, מילא קע נישט זיין אז די פסוקים רעדן זיך פון קרבנות.

אבער אין אמת'ן איז דער אבע"ז אויך מודה אז דער פסוק רעדט זיך פון חולין ווי אויבן דערמאנט, און ער איז מסביר אז דער פסוק קומט זאגן אז הגם אז חלב איז נישט בכלל טומאת נבילה איז עס יא בכלל איסור אכילת נבילה, און ווען נישט דעם שטייט טאקע נישט אין פסוק אז עס איז אסור אלץ חלב.


יישוב ראיות ה'אבן עזרא'
און דער רמב"ן פארענטפערט די ראיות וואס דער אבן עזרא ברענגט.

א. דאס וואס שטייט מִן הַבְּהֵמָה אֲשֶׁר יַקְרִיב מִמֶּנָּה אִשֶּׁה לַה', מיינט נישט די בהמה וואס מען האט טאקע מקריב געווען, נאר פון דעם מין וואס מען קען פון דעם ברענגען א קרבן, אזוי ווי מען זעהט אין פרשת בחקותי ווען א מענטש איז מקדיש א אבר פון א בהמה שטייט (כז, ט) וְאִם בְּהֵמָה אֲשֶׁר יַקְרִיבוּ מִמֶּנָּה קָרְבָּן לַה' כֹּל אֲשֶׁר יִתֵּן מִמֶּנּוּ לַה' יִהְיֶה קֹּדֶשׁ, דערט מען דאך נישט פון א בהמה וואס איז שוין א קרבן, נאר אֲשֶׁר יַקְרִיבוּ מִמֶּנָּה קָרְבָּן לַה' מיינט וואס מען קען פון דעם סארט ברענגען א קרבן.

און אזוי אויך פארקערט, זאגט דער פסוק דארט (שם יא) וְאִם כָּל בְּהֵמָה טְמֵאָה אֲשֶׁר לֹא יַקְרִיבוּ מִמֶּנָּה קָרְבָּן לַה' איז דאך פשוט אז מען האט נישט געברענגט קיין קרבן פון א טמא'נעם בהמה, נאר דער פסוק מיינט צו זאגן פון דעם מין וואס מען קען נישט ברענגען קיין קרבן.

און נאך א דוגמא ברענגט דער רמב"ן פון דעם פסוק פון טומאת נבילה אין פרשת שמיני (יא, לט) וְכִי יָמוּת מִן הַבְּהֵמָה אֲשֶׁר הִיא לָכֶם לְאָכְלָה, מיינט עס אודאי נישט אז מען קען דעם בהמה עסן, עס איז דאך א נבילה, נאר עס מיינט פון דעם מין וואס עס איז מותר צו עסן גע'שחט'ענערהייט.

ב. און היות דער פסוק אסר'ט נאר חלב פון די סארט בהמות וואס מען קען ברענגען דערפון א קרבן, וואלט געווען א הו"א אז נבילה וטריפה ווערן נישט פארעכנט אלץ ראוי צו ברענגען א קרבן דערפון, דערפאר דארף די תורה ארויסשרייבן בפירוש אז זייער חלב איז אויך בכלל די איסור, וויבאלד זיי הייסן יא בכלל דעם מין וואס איז ראוי לקרבן.

ג. און די ראיה וואס דער אבן עזזרא ברענגט פונעם פרשה פון בשר תאוה אז עס ווערט נאר דערמאנט דעם איסור פון דם און נישט חלב, זאגט דער רמב"ן אז דאס וועט ער דארט מסביר זיין, און דארט ברענגט ער אויף דעם 4 תירוצים.

1. היות אז אין פרשת אחרי ביים איסור פון דם געבט דער פסוק אן א טעם (ויקרא יז יא) וַאֲנִי נְתַתִּיו לָכֶם עַל הַמִּזְבֵּחַ לְכַפֵּר עַל נַפְשֹׁתֵיכֶם, וואלט געווען א הו"א אז דער איסור גייט נאר אן ביי בלוט פון קרבנות וואס מען דארף טאקע שפריצן אויפן מזבח, דערפאר דארף דער פסוק נאכאמאהל אויסשמועסן בפירוש ווען מען רעדט פון חולין פלייש אז דער איסור גייט אויך אן ביי דעם. אבער אויף איסור חלב שטייט נישט אז דער איסור האט מיט דעם וואס מען איז עס מקטיר אויפן מזבח, נאר אדרבה, כליות וואס מען איז מקריב איז נישט בכלל פונעם איסור, און די אליה וואס מען פארברענט יא אויפן מזבח איז נישט אסור, מילא דארף עס נישט שטיין נאכאמאהל.

2. היות די תורה וויל זאגן אז נאכן אריינקומען קיין א"י מעג מען עסן בשר תאוה, און מען דארף עס נישט מקריב זיין אלץ שלמים, פונקט ווי מען האט געמעגט עסן אין מדבר פלייש פון חיות וואס זענען נישט ראוי אויף א רבן שלמים כַּאֲשֶׁר יֵאָכֵל אֶת הַצְּבִי וְאֶת הָאַיָּל, וואלט מען געקענט מיינען אז די בלוט דארף האבן כיסוי הדם פונקט ווי ביי א חיה, דארף דער פסוק זאגן (דברים יב, כד) עַל הָאָרֶץ תִּשְׁפְּכֶנּוּ כַּמָּיִם, מילא אז מען רעדט שוין פונעם בלוט, דערמאנט שוין אויך דער פסוק די איסור פון דם, משא"כ חלב וואס ווערט נישט דערמאנט.

3. נאך מער זאגט דער רמב"ן, אז עס וואלט געווען א הו"א אז ביי חיות ועופות וואס מען קען נישט מקריב זיין קיין קרבנות פון זיי, האט די תורה געהייסן מען זאל באדעקן די בלוט, כדי עס זאל נישט אויסקוקן ווי די וואס פלעגן דינען די שדים מיט'ן גיסן די בלוט אויפ'ן ערד, נאר ביי בהמות האט די תורה נישט געהייסן באדעקן היות אין מדבר האט מען זיי געדארפט מקריב זיין אלץ קרבנות און שפריצן די בלוט אויפ'ן מזבח. וואלט מען געקענט מיינען אז יעצט אז מען גייט אריין קיין א"י און מ'קען שוין שחט'ן בהמות אויך זאל מען עס דארפן באדעקן אזוי ווי ביי חיות ועופות, אדער אז נישט זאל מען עס מוזן אויפעסן מיט'ן פלייש, דער עיקר אז מען זאל עס נישט סתם גיסן אויפ'ן ערד, דערפאר זאגט די תורה אז נישט, נאר די בלוט בלייבט אסור באכילה, און מען דארף עס נישט באדעקן.

און דער רמב"ן לייגט צו טעם דערויף, היות די סדר פון דינען צו די שדים איז געווען (ויקרא יז, ה) עַל פְּנֵי הַשָּׂדֶה, דערפאר גייט די חיוב פון כיסוי הדם נאר אן אויף חיות ועופות וואס איז דער סדר צו פאנגען אין פעלד, און מען פלעגט עס שחט'ן אויפ'ן ארט, מילא איז עס דומה צו די שדים דינעריי, משא"כ בהמות וואס מען איז מגדל אין שטוב און מ'שחט זיי דארט איז נישט דא די חשש.

4. נאך זאגט דער רמב"ן אז חז"ל אין ספרי דרש'נען פון דעם וואס דער פסוק זאגט (דברים יב, כג) רַק חֲזַק לְבִלְתִּי אֲכֹל הַדָּם, און (שם כה) לֹא תֹּאכְלֶנּוּ לְמַעַן יִיטַב לְךָ אז כלל ישראל איז געווען להוט נאכ'ן עסן בלוט, און דערפאר האט די תורה אזוי געדארפט אנזאגן אויף דעם אז מען זאל זיך שטארקן, און צוזאגן א שכר דערויף, מילא איז פשוט אז דער פסוק חזר'ט נאר איבער דעם איסור פון דם, און נישט חלב וואס מען איז נישט געווען אזוי להוט דערויף.

און דער רמב"ן איז מסביר וואס מען איז געווען אזוי להוט, און די תורה דארף הייסן זיך שטארקן קעגן דעם, דאס איז ווייל די מצריים וואס פלעגן דינען די שדים האבן געהאלטן אז די שדים עסן בלוט, דערפאר פלעגן זיי שחט'ן בהמות פאר די שדים און עסן זייער בלוט, האלטנדיג אז מיט דעם ווערט פארענכט אז זיי זענען געלאדנט געווארן צו די טיש פון די שדים. און די וואס האבן נישט געקענט םארנעמען צו עסן בלוט פלעגן שחט'ן בהמות איבער א גריבל עס זאל זיך דארט צוזאם נעמען די בלוט, און זיי פלעגן זיך ארום זעצן ארום די בלוט, כאילו זיי זיצן ביי די שדים'ס טיש, און דורך דעם פלעגן זיי נאכזאגן נביאות און עתידות בשם די שדים, און דאס איז געווען די סיבה פארוואס מען דארף אזא שטארקע חיזוק צו אויסרייסן דעם דרך וואס זיי האבן געזעהן אין מצרים, אזוי ווי די תורה הייסט אז מען זאל זיך נישט לאזן פון די נביאי השקר.


ד. און דאס וואס דער תורת כהנים דארף האבן אן עקסטערע ריבוי מרבה צו זיין בהמות חולין, זאגט דער אוהחה"ק אז מען וואלט געקענט מיינען אז הגם אז דר איסור גייט אויף אלע בהמות, וויבאלד ביי דעם עונש כרת שטייט אֲשֶׁר יַקְרִיב מִמֶּנָּה אִשֶּׁה לַה', וואלט איך געקענט מיינען אז כרת איז נאר דא ביי קרבנות, דערפאר דארף מען א ריבוי, אבער דער עצם איסור חלב ביי בהמות חולין שטייט בפירוש אין פסוק.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

23 א שטיקעלע רמבן - צו.pdf
(234.17 KiB) געווארן דאונלאודעד 47 מאל
לעצט פארראכטן דורך פאנטאזיע פליער אום דאנערשטאג מארטש 30, 2023 6:17 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליך

יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אאהההההה, קלערער פון קלאר. א הערליכער ארבעט מיין פריינט, עס איז מים קרים על נפש עייפה וואך איין וואך אויס.

הערליך
אוועטאר
מרה דאבוה
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2022 8:47 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרה דאבוה »

קליגער פון קליג האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 1:58 pm
מרה דאבוה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 1:24 pm
קליגער פון קליג האט געשריבן: זונטאג יאנואר 29, 2023 5:43 pm
ווייניג ווייסן פון די שטיקל אין די הקדמה :

ואשים למאור פני נרות המנורה הטהורה,

פרושי רבנו שלמה, עטרת צבי וצפירת תפארה,

מוכתר בנימוסו במקרא במשנה ובגמרא,

לו משפט הבכורה,

בדבריו אהגה, באהבתם אשגה,

ועמהם יהיה לנו משא ומתן דרישה וחקירה,

בפשטיו ומדרשיו וכל אגדה בצורה,

אשר בפירושיו זכורה.

ועם רבי אברהם בן עזרא,

תהיה לנו תוכחת מגולה ואהבה מסותרה.
זהב רותח יוצק וכו'
ועתה פתח פיך ואכול את הספר אשר פרשתי לפניך, בטנך תאכל ומעיך תמלא את המגלה הזאת ותהי בפיך כדבש למתוק ותאורנה עיניך
איך האב דאס געמיינט, די שורה שלושים ושלוש:
דא איז פארהאן אפאר פלעצער וואו דער רמב''ן רעדט אויף דער אבן העזרא בבחי' תוכחה מגילה ואהבה מסותרה
רמב"ן:
וחם הוא - רבי אברהם כתב כי חם ראה והגיד בחוץ... והנה עזב רבי אברהם דרכו בפשוטי המקרא, והחל להנבא שקרים... (בראשית ט יח)

שלושים ושלש - כרש"י, ורבי אברהם השיבו, אם כן מדוע לא הזכירה התורה הפלא הזה... ופן יהיה חכם בעיניו בסתירת דברי רבותינו... וזהו זהב רותח יוצק בפי החכם הזה ממה שהשיב על חז"ל במקומות שונים... (שם מו טז)

אשר תשלח עמי - ...לרבי אברהם הוא מיכאל, הבין בטוב בפסוקים... אבל לא יוכל לדעת האמת כי לא שמע ולא ינבא... (שמות לג יב)

ועוד אזכיר טעות גדולה שטעה רבי אברהם בטענותיו עמהם, הרע לומר מהם... (ויקרא ג ט)
אוועטאר
מרה דאבוה
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2022 8:47 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרה דאבוה »

...און אפאר פלעצער ווי דער אב''ע נוצט שארפע לשונות (די עיקר אנטקעגן קראים)
אבן עזרא:
בעבור זה - לרבי מרינוס ראוי להיות בעבור שעשה ה' לי... ולדעתי אין ראיותיו נכונות, כי איך נהפוך דברי אלקים חיים... (שמות יג ח)

במעלות - לבן זוטא מגזרת מעל... וחשב לעלות סולם חכמה בהבליו, ונגלתה ערותו עליו... (שם כ כג)

שור רעהו - לבן זוטא רעהו הוא תואר לשור, ואין לשור ריע, רק בן זוטא לבדו... (שם כא לה)

כראשונים - כמדתם, להגאון הלוחות השניים נכבדים מהראשונים... ואלו כדברי חלום לא מעלין ולא מורידין... (שם לד א)

בחריש - לענן, ימחה שמו כענן, נאמר זה על משכב האשה... (שם לד כא)
שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלישעי »

לחיים היינט איז די יארצייט זי"ע
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”