א שטיקעלע רמב"ן

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שׁטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 10:00 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁטילער »

הערליך און קלאר

א דאנק פאר דיין צייט און ארבעט
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3354
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

07 א שטיקעלע רמבן - וישלח.pdf
(231.14 KiB) געווארן דאונלאודעד 119 מאל
לעילוי נשמת הבחור יהודה אריה אושפיץ ז"ל בן ר' זאב אליעזר נ"י
בלע המות לנצח ומחה הוי' אלקים דמעה מעל כל פנים וחרפת עמו יסיר מעל כל הארץ כי ה' דבר, אמן.
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער שיין! שכח
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת וישב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די וואך דרייט זיך די פרשה ארום מכירת יוסף, וועלן מיר בעז"ה אויסקלארן די סתירות הפסוקים וואס זענען דא אין דעם ענין, ווער האט פארקויפט יוסף, און פאר וועמען האט מען איהם פארקויפט, און ווער האט איהם ווייטער פארקויפט צו פוטיפר.

קודם וועלן מיר ברענגען די פסוקים.

לז, כה-כז - עצת המכירה
וַיֵּשְׁבוּ לֶאֱכָל לֶחֶם וַיִּשְׂאוּ עֵינֵיהֶם וַיִּרְאוּ וְהִנֵּה אֹרְחַת יִשְׁמְעֵאלִים בָּאָה מִגִּלְעָד וּגְמַלֵּיהֶם נֹשְׂאִים נְכֹאת וּצְרִי וָלֹט הוֹלְכִים לְהוֹרִיד מִצְרָיְמָה: וַיֹּאמֶר יְהוּדָה אֶל אֶחָיו מַה בֶּצַע כִּי נַהֲרֹג אֶת אָחִינוּ וְכִסִּינוּ אֶת דָּמוֹ: לְכוּ וְנִמְכְּרֶנּוּ לַיִּשְׁמְעֵאלִים וְיָדֵנוּ אַל תְּהִי בוֹ כִּי אָחִינוּ בְשָׂרֵנוּ הוּא וַיִּשְׁמְעוּ אֶחָיו.

פסוק כח - מכירת יוסף
וַיַּעַבְרוּ אֲנָשִׁים מִדְיָנִים סֹחֲרִים וַיִּמְשְׁכוּ וַיַּעֲלוּ אֶת יוֹסֵף מִן הַבּוֹר וַיִּמְכְּרוּ אֶת יוֹסֵף לַיִּשְׁמְעֵאלִים בְּעֶשְׂרִים כָּסֶף וַיָּבִיאוּ אֶת יוֹסֵף מִצְרָיְמָה.

דארף מען פארשטיין ווי קומען די מדינים אריין דא, אויב מ'האט איהם פארקויפט פאר די ישמעאלים, און זיי האבן איהם געטראגן קיין מצרים.

מכירת יוסף למצרים
לז, לו

וְהַמְּדָנִים מָכְרוּ אֹתוֹ אֶל מִצְרָיִם לְפוֹטִיפַר סְרִיס פַּרְעֹה שַׂר הַטַּבָּחִים.
לט, א
וְיוֹסֵף הוּרַד מִצְרָיְמָה וַיִּקְנֵהוּ פּוֹטִיפַר סְרִיס פַּרְעֹה שַׂר הַטַּבָּחִים אִישׁ מִצְרִי מִיַּד הַיִּשְׁמְעֵאלִים אֲשֶׁר הוֹרִדֻהוּ שָׁמָּה.

האבן מיר דא א אפענע סתירה, ווער האט פארקויפט יוסף קיין מצרים, קודם שטייט אז די מדנים האבן איהם פארקויפט, און שפעטער שטייט אז פוטיפר האט איהם געקויפט פון די ישמעאלים.

נאך דארף מען וויסן, פריער ווערט דערמאנט מדינים, און דא שטייט מדנים, איז דאס די זעלבע, אדער אן אנדערע קבוצה.


פי' האבן עזרא והרד"ק
די פשוט'סטע פשט איז דער מהלך פונעם אבן עזרא און דער רד"ק, און אזוי שרייבט אויך דער רשב"ם ע"פ הפשט, אז מ'רעדט דא פון די זעלבע מענטשן, ווייל די מדינים מיט מדנים שטאמען ביידע פון די בני קטורה, און זיי זענען געווען ווי איין פאלק, און זיי ווערן אויך אנגערופן 'ישמעאלים', ווי ס'שטייט אין פסוק אין ספר שופטים נאך וואס גדעון האט באזיגט די מלחמה מיט מדין, וואס האבן מצער געווען די אידן אין יענע תקופה, ווי די פסוק זאגט (ו, ג) וְהָיָה אִם זָרַע יִשְׂרָאֵל וְעָלָה מִדְיָן וַעֲמָלֵק וּבְנֵי קֶדֶם וְעָלוּ עָלָיו, שטייט אז גדעון האט געבעטן פון יעדע איד זאל איהם געבן איין נזם פונעם שלל און די פסוק איז מסביר אז זיי זענען געגאנגען מיט נזמים (ח, כד) 'כִּי נִזְמֵי זָהָב לָהֶם כִּי יִשְׁמְעֵאלִים הֵם'.

און דער מהר"ל אין 'גור אריה' איז עס מער מסביר, ע"פ וואס שטייט אין פרשת לך לך אויף ישמעאל (טז, יב) וְעַל פְּנֵי כָל אֶחָיו יִשְׁכֹּן, און ווי רש"י איז מסביר דארט האבן די בני ישמעאל - מחמת זייער גרויסע ריבוי - געוואוינט אויסגעשפרייט אויך אין די לענדער פון זיינע ברודער, דהיינו די אנדערע קינדער פון אברהם, די בני קטורה, וואס צווישן זיי רעכענען זיך מדין און מדן, מילא זענען זיי געווארן ווי איין גרויסע פאלק, און זיי ווערן אנגערופן על שם די גרעסטע קבוצה צווישן זיי, וואס דאס זענען די בני ישמעאל, און אזוי אויך האבן די בני קטורה זיך געקליידעט און זיך געפירט ווי די בני ישמעאל, ווי די פסוק זאגט אין שופטים אז דערפאר זענען זיי געגאנגען מיט נזמים.

איי פארוואס רופט זיי דער פסוק אמאל אזוי און אמאל אזוי, ענטפערט דער מהר"ל, אז היות זיי זענען געגאנגען געקליידעט ווי די ישמעאלים האבן די אנדערע מענטשן זיי אנגעקוקט ווי ישמעאלים, מילא ווען דער פסוק רעדט פון זיי בקשר צו אנדערע מענטשן, רופט זיי דער פסוק 'ישמעאלים'. משא"כ ווען מ'רעדט פון זיי אליינס, רופט מען זיי ביים ריכטיגן נאמען 'מדינים' און 'מדנים'.

דערפאר הייבט די פסוק אן וַיִּשְׂאוּ עֵינֵיהֶם וַיִּרְאוּ וְהִנֵּה אֹרְחַת יִשְׁמְעֵאלִים בָּאָה, היו זיי האבן געזעהן מענטשן מיט ישמעאל'ישע קליידער, האבן זיי געמיינט אז דא קומען ישמעאלים, און דערפאר האט יהודה מציע געווען לְכוּ וְנִמְכְּרֶנּוּ לַיִּשְׁמְעֵאלִים.

ווען עס איז אבער געקומען למעשה, זאגט די פסוק אז אין אמת'ן אריין וַיַּעַבְרוּ אֲנָשִׁים מִדְיָנִים סֹחֲרִים, אבער די ברידער האבן זיי ווייטער פאררעכנט פאר ישמעאלים, און דערפאר שטייט וַיִּמְכְּרוּ אֶת יוֹסֵף לַיִּשְׁמְעֵאלִים.

ווייטער ווען די פסוק רעדט וואס זיי האבן געטוהן מיט יוסף, רופט זיי דער פסוק ביים ריכטיגן נאמען וְהַמְּדָנִים מָכְרוּ אֹתוֹ אֶל מִצְרָיִם לְפוֹטִיפַר, אבער פוטיפר האט אויך געמיינט אז דא האנדלט מען פון ישמעאלים, מילא זאגט דער פסוק ווייטער וַיִּקְנֵהוּ פּוֹטִיפַר סְרִיס פַּרְעֹה שַׂר הַטַּבָּחִים אִישׁ מִצְרִי מִיַּד הַיִּשְׁמְעֵאלִים.


דחיית הרמב"ן
דער רמב"ן מאכט אוועק דעם מהלך אז די מדינים ווערן אויך אנגערופן ישמעאלים, ווייל דאס איז נישט מסתבר. און די ראיה וואס דער אבן עזרא ברענגט פון ספר שופטים איז דער רמב"ן דחוה אויף צוויי אופמים.

א. אז די פסוק זאגט דאך אז נישט נאר די מדינים אליינס האבן געטשעפעט די אידן, נאר אויך די 'בני קדם', און דאס איז כולל די ישמעאלים וואס האבן געוואוינט מיט די בני קטורה וואס אברהם אבינו האט זיי פארשיקט (בראשית כה, ו) 'קֵדְמָה אֶל אֶרֶץ קֶדֶם', און אויף זיי זאגט די פסוק אז זיי זענען געגאנגען מיט נזמים 'כִּי יִשְׁמְעֵאלִים הֵם'.

ב. אז עס קען זיין אז די ישמעאלים האבן געוועלטיגט אויף מדין, און זיי זענען געגאנגען מיט די נזמים.


פירוש רש"י
רש"י גייט מיט'ן מדרש, אז דא רעדט מען פון אנדערע מענטשן, און די מדינים זענען נישט די זעלבע מענטשן ווי די אורחת ישמעאלים, נאר יוסף איז פארקויפט געווארן סיי פאר די ישמעאלים און סיי פאר די מדינים וואס ווערן אויך אנגערופן מדנים, וויבאלד זיי שטאמען פון צוויי ברודער ווי פריער דערמאנט (רא"ם).

אזוי אויך לערנט רש"י אז מדינים און סוחרים זענען אויך צוויי אנדערע קבוצות, און יוסף איז פארקויפט געווארן פאר ביידע פון זיי, און דאס איז מרומז אינעם כתונת פסים וואס דער טאטע האט איהם געמאכט, ווייל פסי"ם איז ראשי תיבות פ'וטיפר ס'וחרים י'שמעאלים מ'דינים.

און די סדר המכירה איז געווען אז די ברידער האבן איהם פארקויפט פאר די ישמעאלים, ווי עס שטייט אין פסוק. און די ישמעאלים האבן איהם פארקויפט פאר די סוחרים, די סוחרים פאר די מדינים, און די מדינים פאר פוטיפר.


מיד הישמעאלים - לפי' רש"י
איי עס שטייט אין פסוק אז פוטיפר האט איהם געקויפט פון די ישמעאלים, טרעפן מיר צוויי וועגן.

א. דער דעת זקנים זאגט, אז ווען די מדינים האבן געוואלט פארקויפן יוסף, האט פוטיפר גע'טענה'ט אז עס איז נישט מסתבר אז יוסף איז א קנעכט, וויבאלד ער איז געווען א יפה תואר, און די עבדים זענען בדרך כלל נישט געווען קיין יפי תואר, מילא האט ער חושד געווען אז זיי האבן איהם פארכאפט און זיי פארקויפן איהם. האבן די מדנים געברענגט די ישמעאלים צו מעיד זיין אז זיי האבן איהם געקויפט פון זיין משפחה און פארקויפט פאר די מדינים, און אויף זייער ווארט האט פוטיפר איהם געקויפט, מילא שטייט אין פסוק מִיַּד הַיִּשְׁמְעֵאלִים ווייל אויף זייער נאמנות איז געווען די מכירה.

ב. דער מהר"ל איז נישט צופרידן פון דעם פשט, און ער טענה'ט אז דאס איז דברי נביאות צו זאגן אז אזוי איז געווען די מעשה, מילא זאגט ער אז רש"י לערנט אויך אז עס איז געווען איין קבוצה, נאר צווישן זיי זענען געווען ישמעאלים סוחרים און מדינים, און וויבאלד די ישמעאלים זענען געווען די רוב ווערט די קבוצה אנגערופן על שמם. און טאקע די ישמעאלים האבן איהם געקויפט פון די ברודער און ווייטער פארקויפט פאר די סוחרים, וואס זיי האבן איהם פארקויפט פאר די מדנים, און הגם פוטיפר האט איהם געקויפט פון זיי, שטייט מיד הישמעאלים, ווייל די קבוצה וואס איז צוזאמען אראפ קיין מצרים האט געהאט א רוב פון זיי, און פוטיפר האט זיי אנגעקוקט אלץ ישמעאלים.


ויעברו אנשים מדינים - לפי' רש"י
דארף מען אבער נאך פארשטיין, אויב די מדינים און סוחרים האבן איהם געקויפט פון די ישמעאלים נאך וואס זיי האבן איהם געקויפט פון די ברידער, פארוואס שטייט נאך פאר'ן ערשטן מכירה 'וַיַּעַבְרוּ אֲנָשִׁים מִדְיָנִים סֹחֲרִים'.

אויך דארף מען פארשטיין, אויב די ישמעאלים האבן איהם געקויפט, פארוואס האבן זיי איהם גלייך ווייטער פארקויפט פאר די סוחרים.

א. לויט דעם מהר"ל איז פשוט, אז דער פסוק וויל זאגן אז די מדינים און סוחרים זענען געווען אין די זעלבע שיירה ווי די ישמעאלים, און זיי זענען צוזאמען געגאנגען קיין מצרים. און הגם די ברידער האבן איהם פארקויפט פאר די ישמעאלים וואס זיי זענען געווען די רוב פון די קבוצה, האבן זיי אבער נישט געהאט קיין אינטערעסע איהם ווייטער צו באהאנדלען, זייענדיג פארנומען מיט זייערע סחורות נְכֹאת וּצְרִי וָלֹט, מילא האבן זיי איהם ווייטער פארקויפט פאר די סוחרים, וואס זיי זוכן צו קויפן סחורה און פארקויפן ווייטער פאר טייערער, און זיי האבן עס ווייטער פארקויפט פאר די מדינים פונעם קבוצה.

ב. דער דעת זקנים זאגט אז די מדינים סוחרים זענען דארט געשטאנען בשעת ווען די ברידער האבן ארויסגענומען יוסף און פארקויפט פאר די ישמעאלים, און נאכדעם האבן זיי גע'טענה'ט אז אין אמת'ן אריין האבן די אחי יוסף איהם געוואלט פאקויפן פאר זיי, נאר די ישמעאלים האבן אויסגעכאפט, מילא האבן די ישמעאלים איהם פארקויפט פאר די מדינים.

ג. נאך א מהלך האט דער דעת זקנים, אז די מדינים און מדנים זענען אויך צוויי אנדערע קבוצות, און די ברידער האבן איהם פארקויפט פאר די מדנים וואס זענען דארט אריבער ווען יוסף איז נאך געווען אין בור, און זיי האבן געצאהלט א ביליגע פרייז, וויבאלד עס איז נישט געווען זיכער צו ער לעבט נאך בכלל, און דאס וואס שטייט וַיִּמְשְׁכוּ וַיַּעֲלוּ אֶת יוֹסֵף מִן הַבּוֹר וַיִּמְכְּרוּ אֶת יוֹסֵף לַיִּשְׁמְעֵאלִים גייט אויף די מדינים, און די ימשעאלים האבן איהם שפעטער פארקויפט פאר די מדנים, וואס זיי האבן איהם פארקויפט פאר פוטיפר.

ד. דער כלי יקר איז מסביר, אז די ברידער האבן נישט געוואלט פארקויפן יוסף פאר גענצליך פרעמדע מענטשן וואס וועלן נישט רחמנות האבן אויף איהם, נאר פאר די ישמעאלים וואס זענען משפחה מיט זיי, אבער די ישמעאלים פון זייער זייט זענען נישט געווען קיין קנעכט הענדלער, מילא האבן זיי איהם נישט געוואלט קויפן. אבער ווען זיי האבן געזעהן די מדינים סוחרים, האבן זיי געקויפט יוסף על דעת איהם גלייך ווייטער צו פארקויפן פאר די מדינים, קעגן די ווילן פון די ברידער.


פירוש הרשב"ם
ענליך צו דער דעת זקנים לערנט דער רשב"ם לפי עומק הפשט, אז די ברידער האבן בכלל נישט פארקויפט יוסף למעשה, נאר נאך וואס יהודה האט מציע געווען דעם פלאן, נאך פאר זיי האבן אנגעיאגט עס אויס צו פירן, זענען אריבער א קבוצה פון מדינים און איהם ארויס געשלעפט פונעם בור, און פארקויפט פאר די ישמעאלים, וואס זיי האבן איהם ווייטער פארקויפט פאר פוטיפר.

איי יוסף האט געזאגט פאר די ברידער (מה, ג) אֲנִי יוֹסֵף אֲחִיכֶם אֲשֶׁר מְכַרְתֶּם אֹתִי מִצְרָיְמָה, מיינט עס אז דורך זיי איז ארויס געקומען אז ער איז פארקויפט געווארן קיין מצרים. און אזוי אויך דאס וואס שטייט 'וְהַמְּדָנִים מָכְרוּ אֹתוֹ אֶל מִצְרָיִם לְפוֹטִיפַר', מיינט אז דורך די מדנים איז ער אנגעקומען צו פארקויפט ווערן פאר פוטיפר, אבער למעשה האבן איהם די ישמעאלים פאקויפט אהין.


כעין זה לערנט דער מלבי"ם, אבער ער לייגט צו אז דאס איז געווען לכתחילה די פלאן פון יהודה, לְכוּ לאמיר אוועק גיין פון דא, מילא אז די ישמעאלים וועלן זעהן א מענטש הפקר אין א בור, וועלן זיי פארשטיין אז מהאט איהם דן געווען למיתה, און זיי וועלן איהם נעמען פאר א קנעכט, קומט אויס אז דורכ'ן אוועק גיין וועט זיין וְנִמְכְּרֶנּוּ לַיִּשְׁמְעֵאלִים וְיָדֵנוּ אַל תְּהִי בוֹ, און אונז וועלן אפילו נישט האבן א חלק בידים אין די מכירה.


פירוש הרמב"ן
דער רמב"ן לערנט ע"פ פשט, אז די ישמעאלים זענען נישט געווען קיין הענדלער, נאר סחורה טרעגער, וואס מיט זייערע קעמלען האבן זיי געטראגן סחורה פאר אנדערע מענטשן פון איין פלאץ צום צווייטן. און די שיירה דא האבן געטראגן די מיני בשמים וואס האבן געהערט פאר מדינים, וואס זיי זענען געווען סוחרים.

מילא קומט אויס אז קודם וַיִּשְׂאוּ עֵינֵיהֶם וַיִּרְאוּ וְהִנֵּה אֹרְחַת יִשְׁמְעֵאלִים בָּאָה, זעהנדיג א שיירא מיט קעמלען וואס דאס פלעגן די ישמעאלים טוהן, אבער זיי האבן נישט געוואוסט פאר וועמען זיי טראגן יעצט די סחורה. ווען זיי זענען געקומען נענטער האבן זיי געזעהן אז וַיַּעַבְרוּ אֲנָשִׁים מִדְיָנִים סֹחֲרִים, זיי זענען די בעלי בתים פן די טראנספארט. האבן זיי פאקויפט יוסף פאר די מדינים, און איהם איבערגעעבן פאר די טרעגער די ישמעאלים צו טראגן קיין מצרים, דערפאר שטייט וַיִּמְכְּרוּ אֶת יוֹסֵף לַיִּשְׁמְעֵאלִים.. וַיָּבִיאוּ אֶת יוֹסֵף מִצְרָיְמָה.

דארט האבן איהם די מדנים פארקויפט פאר פוטיפר, און פוטיפר האט איהם אפגענומען מִיַּד הַיִּשְׁמְעֵאלִים.


דער ספורנו לייגט צו, אז די שבטים האבן נישט געוואלט האנדלען גלייך מיט די סוחרים, וויבאלד זיי פלעגן פארקויפן זייערע סחורות אויך אין די שטעט ווי זיי האבן געוואוינט, און זיי האבן נישט געוואלט מ'זאל זיי דערקענען, מילא האבן זיי געהאנדלט מיט די ישמעאלים וואס האבן געקויפט יוסף בשליחות פון די מדינים.



פירוש האור החיים הק'
אן ענליכן מהלך שטייט אין אוהחה"ק נאר ער לערנט אז די ישמעאלים זענען יא געווען די בעלי בתים פון די סחורה, און די מדינים זענען געווען מעקלער וואס האבן מציע געווען פאר אנדערע מענטשן וואס צו קויפן, און באקומען א חלק אין די ריוח פאר זייער מעקלעריי.
מילא זאגט דער פסוק אז דורך דעם וואס וַיַּעַבְרוּ אֲנָשִׁים מִדְיָנִים סֹחֲרִים, האבן זיי אנטגעטראגן די סחורה פאר די ישמעאלים וואס האבן בדר"כ נאר געהאנדלט מיט בשמים, און אזוי האבן די ברידער פארקויפט יוסף אר די ישמעאלים. און ווען עס איז געקומען איהם ווייטער צו פארקויפן און זיך טיילן מיט'ן ריוח, האט די מכירה געמוזט זיין מיט ביידנ'ס הסכמה, מילא שטייט וְהַמְּדָנִים מָכְרוּ אֹתוֹ אֶל מִצְרָיִם, ובפרט אז זיי האבן געקענט די פרייזן פון דעם, און זיי האבן אנגעפירט די מכירה, אבער למעשה וַיִּקְנֵהוּ פּוֹטִיפַר וגו' מִיַּד הַיִּשְׁמְעֵאלִים, וואס זיי זענען געווען די ריכטיגע בעלי בתים.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3354
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

08 א שטיקעלע רמבן - וישב.pdf
(240.27 KiB) געווארן דאונלאודעד 51 מאל
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

הערליך אורי!

שכח פאר די עבר, הוה, און אונז קוקמער ארויס אויפן קומענדיגן שיעור
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יישר כח
אזוי שיין און קלאר
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

זייער שיין און קלאר!!!



יעצט נאכן שיעור קען מען כאפן א בליק אין פש"מ צו זען ווי וועלכן פשט ער האט אנגענומען...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

Kollel האט געשריבן:
הערליך אורי!

שכח פאר די עבר, הוה, און אונז קוקמער ארויס אויפן קומענדיגן שיעור
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

הערליך הערליך
א דאנק!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת מקץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

קודם א שטיקל רמב"ן אויפ'ן פרשת השבוע.


ווען די ברידער זענען אנגעקומען די ערשטע מאל צו יוסף, שטייט אין פסוק (מב, ו) וַיָּבֹאוּ אֲחֵי יוֹסֵף וַיִּשְׁתַּחֲווּ לוֹ אַפַּיִם אָרְצָה.

דערנאך שטייט צוויי פסוקים (ז-ח) וַיַּרְא יוֹסֵף אֶת אֶחָיו, וַיַּכִּרֵם וַיִּתְנַכֵּר אֲלֵיהֶם וַיְדַבֵּר אִתָּם קָשׁוֹת וַיֹּאמֶר אֲלֵהֶם מֵאַיִן בָּאתֶם וַיֹּאמְרוּ מֵאֶרֶץ כְּנַעַן לִשְׁבָּר אֹכֶל. וַיַּכֵּר יוֹסֵף, אֶת אֶחָיו וְהֵם לֹא הִכִּרֻהוּ.

און שפעטער שטייט (פסוק י) וַיִּזְכֹּר יוֹסֵף אֵת הַחֲלֹמוֹת אֲשֶׁר חָלַם לָהֶם וַיֹּאמֶר אֲלֵהֶם מְרַגְּלִים אַתֶּם לִרְאוֹת אֶת עֶרְוַת הָאָרֶץ בָּאתֶם.

דארף מען פארשטיין די שייכות, ווי קומט דא אריין דאס געדענקן די חלומות, סיי וואס האט עס איהם דערמאנט, און סיי וואס איז עס נוגע פאר די מעשה אז ער האט עס געדענקט.


פירוש רש"י
רש"י זאגט אז דאס גייט ארויף אויף דאס וואס שטייט פריער 'וַיִּשְׁתַּחֲווּ לוֹ אַפַּיִם אָרְצָה', וואס מיט דעם איז מקוים געווארן דעם חלום אז די ברידער וועלן זיך בוקן צו איהם, און דאס וויל דער פסוק לאזן הערן, דער קיום החלום, און דורך דעם האט זיך יוסף דערמאנט פונעם חלום, וויבאלד יעצט איז עס מקוים געווארן. און בפשטות האט עס נישט קיין שייכות מיט די המשך 'וַיֹּאמֶר אֲלֵהֶם מְרַגְּלִים אַתֶּם', וואס דאס איז געווען א זאך פאר זיך, זיי מצער צו זיין כדי מכפר זיין זייער חטא (ע"פ נח"י).

אבער דער 'באר בשדה' לייגט צו, אז עס יא א שייכות מיטן המשך, ווייל הגם דער עצם חלום איז שוין מקוים געווארן מיט דעם וואס די ברידער האבן זיך געבוקט צו איהם, האט יוסף געוואלט מקיים זיין בשלימות דעם פתרון וואס זיי האבן עס פותר געווען (לז, ח) 'הֲמָלֹךְ תִּמְלֹךְ עָלֵינוּ אִם מָשׁוֹל תִּמְשֹׁל בָּנוּ', און ער האט זיי געוואלט אביסל אונטערדרוקן ארויס צו ברענגן זיין מלוכה און ממשלה איבער זיי, דורך זיי איינזעצן אין תפיסה מיט'ן טענה פון 'מְרַגְּלִים אַתֶּם'.


טענות הרמב"ן
דער רמב"ן איז נישט צופרידן פון דעם מהלך.

א. איינס טענה'ט דער רמב"ן אז דער חלום איז דאך נאכנישט מקוים געווארן, ווייל אין חלום האט ער געזעהן ווי אלע ברידער בוקן זיך צו איהם, און דא האט געפעלט בנימין.

ב. נאך טענה'ט דער רמב"ן אז הגם יוסף האט געהאט אן ענין צו מצער זיין זיינע ברידער, אבער מיט וואסערע רעכט האט ער מצער געווען יעקב מיטן האלטן שמעון.

דערפאר טענה'ט דער רמב"ן, אז אדרבה, ביים זעהן אז די ברידער בוקן זיך צו איהם אן בנימין, האט זיך יוסף דערמאנט אז דא פעהלט א חלק פונעם חלום, מילא איז נאכנישט געקומען די צייט מודיע צו זיין פאר זיינע ברידער אז ער איז יוסף, און זיי זאלן קומען מיט יעקב קיין מצרים, און זיך בוקן אלע צוזאמען פאר איהם, ווייל דאס איז דאך געווען די צווייטע חלום (לז, ט) 'וְהִנֵּה הַשֶּׁמֶשׁ וְהַיָּרֵחַ וְאַחַד עָשָׂר כּוֹכָבִים מִשְׁתַּחֲוִים לִי', און קודם דארף נאך מקוים ווערן די ערשטע חלום אז אלע עלף ברידער זאלן זיך בוקן צו איהם אן יעקב, דערפאר האט ער אנגעהויבן טענה'ן 'מְרַגְּלִים אַתֶּם', כדי צו צוקומען אז זיי זאלן ברענגען בנימין, מקיים צו זיין דעם ערשטן חלום.

און דאס באהאלטן דעם בעכער ביי בנימין איז אויך נישט געווען זיי מצער צו זיין, נאר יוסף האט נישט געוואלט צוריק שיקן בנימין מיט די ברידער, האלטנדיג אז זיי זענען עלול איהם צו שעדיגן פון קנאה צו די בני רחל, אזוי ווי עס איז געשעהן צו איהם, מילא האט ער גענוצט דעם טאקטיק צו זעהן ווי שטארק זיי זענען גרייט זיך אן צו נעמען פאר איהם, און נאר נאכדעם האט ער זיך אנטפלעקט צו זיי.


מיט דעם יסוד פארענטפערט דער רמב"ן אויך די קשיא, פארוואס איז די 9 יאהר וואס יוסף איז געווען אויף די פריי און געדינט אלץ מלך האט ער נישט געשיקט מודיע זיין פאר יעקב אז ער לעבט, און יאהם געלאזט זיין בצער אזא לאנגע תקופה, מצרים איז דאך נישט מער ווי א מהלך פון 6 טעג פון חברון, און ער האט געהאט גענוג מעגליכקייטן צו שיקן א שליח צו יעקב.

נאר יוסף האט פארשטאנען אז אין ארץ ישראל וועט לכאורה נישט צושטאנד קומען א מצב אז די ברידער מיט זייער טאטע יעקב זאלן זיך דארפן בוקן צו איהם, און דא זיענדיג א מושל אין מצרים, און וואוסנדיג פון פרעה'ס חלומות אז עס גייען קומען הונגער יאהרן וואס וועט צוברענגען אז מ'זאל דארפן קומען פון די אומגעגנט קויפן תבואה קיין מצרים וואס האט געהאט זיבן זאטע יארן, האט ער פארשטאנען אז דאס אלעס איז כדי זיינע חלומות זאלן מקוים ווערן, מילא האט ער נישט געוואלט שטערן, און צוגעווארט ביזן קיום פונעם ערשטן חלום, און נאר דעמאלטס מודיע געווען פאר יעקב אז ער לעבט, און ער זאל קומען קיין מצרים עס זאל מקויים ווער די צווייטע חלום אויך.


יישוב שיטת רש"י

אויפן טענה פונעם רמב"ן אז דער חלום איז נאכנישט מקוים געווארן, ווייל בנימין איז נישט געווען מיט זיי, שטייט אין רבינו בחיי (ולפלא אז ער ברענגט עס גאר בשם דער רמב"ן) אז אין די ערשטע חלום האט יוסף נאר געזעהן צען ברידער, און נישט בנימין.


און אויף די טענה ווי אזוי האט יוסף מצער געווען זיין טאטע מיטן נישט מודיע זיין ביז דעמאלטס אז ער לעבט, טרעפן מיר כמה מהלכים אין די מפרשים.

א. דער דעת זקנים ענטפערט ע"פ וואס שטייט אין מדרש אז די שבטים האבן געמאכט א חרם אויף ווער עס וועט מגלה זיין פאר יעקב איבער מכירת יוסף, מילא האט יוסף אויך נישט געמעגט מגלה זיין. און אויב ער וועט מודיע זיין פאר יעקב אז ער לעבט וועט יעקב אבינו געוואויר ווערן פון די מכירה, מילא וועט ער עובר זיין אויפן חרם. דערפאר האט ער געווארט ביז די ברידער זאלן ווערן איבער געבעטן און זיי זאלן מסכים זיין מ'זאל מודיע זיין פאר יעקב.

ב. נאך ענטפערט דער דעת זקנים, אז יוסף האט געהאלטן אז מודיע זיין אז ער לעבט וועט גורם זיין נאך מער צער פאר יעקב, ווייל דורך דעם וואס יעקב וועט געוואויר ווערן פון די מכירה, וועלן די ברידער פאר פחד פון יעקב אנטלויפן צו אלע זייטן, און זיי וועלן מורא האבן זיך צו טרעפן מיט איהם, וואס דאס וועט איהם נאר מאכן מער בצער. און נאר נאך וואס יוסף האט זיי געקענט מסביר זיין אז עס איז געווען לטובה, און יעקב אבינו וועט זיי נישט מעניש זיין אויף דעם, דעמאלטס האט ער געשיקט מודיע זיין פאר יעקב אז ער לעבט.

ג. ענליך צו דעם שטייט אין אור החיים הק' (סוף פרשת ויגש) אז יוסף האט מורא געהאט אז די ברידער וועלן פארשעמט ווערן ווען יעקב וועט געוואויר ווערן פון די מכירה, און יוסף האט געהאלטן אז עס איז ענדערש אז יעקב אבינו זאל זיין בצער, ווי מבייש זיין זיינע ברודער וואס האבן איהם פארקויפט.

ד. אין של"ה הק' (פרשת וישב) שטייט אז יוסף האט נישט געקענט מודיע זיין פאר יעקב אז ער לעבט, וויבאלד עס זענען נאכנשיט אריבער די 22 יאר וואס יוסף האט געדארפט פעהלן פון יעקב אלץ עונש אויף דעם וואס ער האט זיך אויפגעהאלטן ביי לבן 22 יאהר.

און ער ברענגט צוויי צדדים אין דעם, אדער האט יוסף געהאט רוח הקודש אז דאס איז אן עונש פאר יעקב און אז ער מעג נאכנישט מודיע זיין אז ער לעבט, אדער האט מען אוועק גענומען פון יוסף זיין בחירה און ער האט נישט געקענט מודיע זיין פאר יעקב, כדי יעקב זאל באקומען דעם עונש מכפר צו זיין אויפן חסרון אין כיבוד אב ואם.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לכבוד חנוכה וועלן מיר לערנען א שטיקל רמב"ן אין פרשת ויחי, ווי דער רמב"ן באציהט זיך צום ביטערן סוף פונעם משפחת החשמונאים.


די גמרא דערציילט אין מסכת בבא בתרא (ג:) אז הורדוס איז געווען א רוימשיע קנעכט ביי די מלך מבית חשמונאי, איין טאג האט ער געהערט א בת קול, אז א עבד וואס וועט יעצט מורד זיין אין זיין האר וועט מצליח זיין, האט ער אויסגענוצט די געלעגנהייט און אויס גע'הרג'עט די גאנצע משפחת המלוכה, איבערלאזנדיג איין מיידל, וואס ער האט מיט איר געוואלט חתונה האבן.

(פשטות איז די סיבה געווען, ווייל דאס מיידל איז איהם געפאלן, ווי עס איז משמע אין די גמרא דארט, אבער דער מהרש"א לייגט צו אז ער האט געהאט נאך א כוונה דערביי, ע"פ די הלכה אז א אדון האט חתונה מיט זיין שפחה, נעמט מען אן אז ער האט איהר באפרייט, ווייל אין אדם עושה בעילתו בעילת זנות. אזוי אויך ווען ער וועט הייראטן דעם מיידל וואס איז געבליבן די איינציגסטע יורש, וועט דאס זיין א ראיה אויף זיין באפרייאונג).

ווען די מיידל האט דאס געזעהן, איז זי ארויף אויפן דאך, און אויסגערופן, אז היות זי איז געבליבן די איינציגסטע אפשטאמיגע פון די חשמונאים, און זי גייט זיך יעצט אראפווארפן פונעם דאך, איז יעדער וואס קומט זאגן אז ער שטאמט פון בית חשמונאי, מוז זין אז ער שטאמט פון איינע פון די קנעכט פון די חשמונאים, וואס האבן זיך אויך גערופן 'בית חשמונאי'.

(אינטרעסאנט צו אנצייכענען, לויט ווי עס איז מבואר אין די מדרשים איז איינע פון די ערשטע שריט פון די מלחמה פון די חשמונאים קעגן די יונים, איז געווען ווען זיי האבן נישט געלאזט דעם גוי'שן הגמון מטמא זיין מתתיהו'ס טאכטער, און דער טראגישע סוף פון די משפחה איז אויך געווען ווען די מידל האט אנגעהאלטן די הנהגה און נישט געוואלט חתונה האבן מיטן רוימישן עבד).


ביאור הרמב"ן בעונש החשמונאים
פרעגט דער רמב"ן (בראשית מט, י) די חשמונאים זענען דאך געווען 'חסידי עליון', און ווען נישט זיי וואלט דאך נשתכח געווארן די תורה און מצוות פון כלל ישראל, ווי קומט עס אז זיי זאלן נענש ווערן מיט אזא עונש, עס זאל גארנישט בלייבן פון זיי. און הגם עס זענען געווען פון די מלכי בית חשמונאי וואס זענען געווען צדוקים, דאס איז נאר פון די קינדער פון שמעון בן מתתיהו, אבער ווי קומט עס אז פון אלע צאצאים פונעם צדיק מתתיהו זאל גארנישט בלייבן.

ענטפערט דער רמב"ן, אז דאס איז געווען אן עונש אויף דעם וואס נאך זייער נצחון האבן זיי גענומען די מלוכה פאר זיך, אנשטאט עס איבער צו געבן פאר די בני יהודה, וואס יעקב אבינו האט געלאזט צוואה (שם) לֹא יָסוּר שֵׁבֶט מִיהוּדָה וּמְחֹקֵק מִבֵּין רַגְלָיו, זענען זי נענש געווארן מדה כנגד מדה, און זייער עבד וואס איז נישט ראוי למלוכה האט זיי פארשניטן און איבער גענומען די קעניגרייך.

אזוי אויך טרעפן מיר דער ירושלמי אין מס' הוריות (פ"ג ה"ב) דרש'נט א סמיכות, נאך די פרשה פון מלך שטייט אין פסוק (דברים יח, א) לֹא יִהְיֶה לַכֹּהֲנִים הַלְוִיִּם כָּל שֵׁבֶט לֵוִי חֵלֶק וְנַחֲלָה עִם יִשְׂרָאֵל, דרש'נט די ירושלמי אז דאס מיינט אז מ'מעג נישט אויפנעמען קיין כהנים פאר מלכים. און דער רמב"ן איז מסביר אז דאס מיינט אפילו כהנים וואס זענען ראוי געזאלבט צו ווערן מיטן שמן השמחה, זאל מען זיי נישט זאלבן אלץ מלכים, וכ"ש פון אנדערע שבטים.


שטעלט זיך אבער א קשיא, אויב איז עס טאקע א איסור צו נעמען מלכים פון אנדערע שבטים, פארוואס האבן די חשמונאים וואס זענען געווען צדיקים, עובר געווען אויף דעם איסור. און אויך פארוואס האבן כלל ישראל און די סנהדרין בראשם מסכים געווען דערצו?

אויך דארף מען פארשטיין, פארוואס זענען זיי נישט גלייך נענש געווארן אויף דעם, נאר אפאר דורות שפעטער, נאך וואס מלכות בית חשמונאי האט זיך שוין געצויגן פאר הונדערט און דריי יאר.


ערוגת הבושם
דער 'ערוגת הבושם' אין פרשת מקץ זאגט, אז די חשמונאים האבן פארשטאנען אז זיי דארפן נעמען די מלוכה, כדי צו האבן דעם כח צוריק צו שטעלן די תורה ביי כלל ישראל מיט גדרים וסייגים, וואס פעלט זיך אויס א כח פון מלוכה.

און ער לייגט צו, אז די חשמונאים ברוח קדשם האבן געוואוסט אז זיי גייען נענש ווערן אויף דעם, אבער זיי זענען איינגעגאנגען זיך מוסר נפש צו זיין, עס זאל גארנישט איבער בלייבן פון זיי, כדי עסזאל צוריק געשטעלט ווערן די שמירת התורה ביי אידן.

אבער וויבאלד זיי האבן געוואוסט אז זיי גייען נענש ווערן, דערפאר האבן זיי נישט מתקן געווען קיין חיוב פון סעודות און משתה ושמחה חנוכה, ווייל 'לשמחה מה זו עושה', ווען עס גייט זיך אזוי ביטער ענדיגן, מילא האבן זיי נאר געמאכט א זכר פאר די נס פון די נרות.


קען זיין לפי דבריו קען מען אויך פארענטפערן די צווייטע קשיא, אז דאס איז טאקע געווען א תירוץ ווי לאנג זיי זענען טאקע געווען פארנומען אוועק צו שטעלן יודישקייט, האט דאס מגין געווען זיי זאלן נישט נענש ווערן, וויבאלד עס איז געווען לשם שמים, אבער נאך וואס די מלכים האבן אנגעהויבן גייט מיט די צדוקים, און זיי האבן שוין נישט גענוצט די מלוכה לטובה, איז נתעורר געווארן דעם חטא, און עס איז געקומען דעם עונש.


חתם סופר
אין חידושי חתם סופר (כתובות יא.) איז ער מסביר, די טעם פארוואס מ'מעג נישט זאלבן קיין כהנים אלץ מלכים איז כדי זיי זאלן נישט זיך נישט האלטן צו גרויס, זייענדיג סיי מלך און סיי א כהן, אבער דאס איז גוט ווען די מלוכה איז אוועק געשטעלט און עס איז א סיבה פאר גיאות, משא"כ אנהייב פון די מלוכה פון די חשמונאים איז די מצב געווען זייער שוואך, עד כדי כך אז מען האט מבטל געווען דעם חיוב צו מאכן הבדלה על הכוס צוליב דעם שווערן פינאנציעלע מצב, איז נישט אנגעגאנגען דעם איסור צו נעמען א מלך פון די כהנים.

אבער שפעטער ווען די מלוכה איז אוועק געשטעלט געווארן, און בימי ינאי המלך האט ער איינגענומען זעכציג כרכים, און מ'האט געפראוועט סעודות אויף גאלדענע טישן, דעמאלטס איז שוין געווען א פראבלעם דאס וואס זיי האבן אנגעהאלטן די מלוכה, און עס נישט איבער געגעבן פאר די בני יהודה.


שם משמואל
דער שם משמואל אין די תורות אויף מנוכה איז מסביר אויף צוויי ענליכע אופנים, אז ביי די חשמונאים אליינס איז נישט אנגעגאנגען די איסור, נאר אויף די שפעטערדיגע דורות.

איין מהלך איז, אז היות די חשמונאים האבן זיך מוסר נפש געווען און זיך געפירט למעלה מדרך הטבע, זענען זיי געווארן דערהויבן אויף א מדרגה וואס עס איז נישט דא קיין גבולות, און אזוי ווי מ'טרעפט אז משה רבינו הגם ער איז געווען א לוי, האט ער אויך געדינט אלץ כהן און מלך (עי' זבחים קא:), אוזי אויך הגם די מדה פון מלוכה געהערט צו שבט יהודה, זיינעדיג למעלה מדרך הטבע האבן די כהנים אויך זוכה געווען צו די מדה.

און אויף אן אנדערע מהלך שרייבט דער שם משמואל, אז די מלוכה געהערט פאר יהודה, ווייל זיי האבן מקדש געווען שם שמים ביים ים סוף, און מיט דעם אריינגעבאקן מלכות שמים ביי אידישע קינדער, מילא דא וואס די כהנים האבן זיך מוסר נפש געווען פאר כבוד שמים, האבן זיי באקומען די זעלבע כח ווי מלכות יהודה.

אבער דאס איז געווען אין די ערשטע דורות, אבער די שפעטערדיגע דורות וואס זענען שוין נישט געווען אויף די מדרגה, ביי זיי איז עס שוין געווען אן עולה אז זיי האבן נישט צוריק געגעבן די מלוכה פאר שבט יהודה, און דערפאר זענען זיי נענש געווארן.


פרי צדיק
רבי צדוק הכהן ענטפערט, ע"פ דעם וואס די גמרא זאגט אין מס' סנהדרין (ה.) 'לא יסור שבט מיהודה אלו ראשי גליות שבבבל שרודין את ישראל בשבט, ומחוקק מבין רגליו, אלו בני בניו של הלל שמלמדין תורה ברבים'. און תוספות איז מסביר פארוואס די ראשי גליוית האבן געהאט א שטערקע כח ווי די נשיאים אין א"י, ווייל די ריש גלותא'ס זענען געווען בן אחר בן פון בית דוד, משא"כ הלל האט געשטאמט פון מלכות בית דוד דורך א טאכטער פון דוד.

לויט דעם, אז אויך אפשטאמיגע דורך נקבות הייסן פון שבט יהודה, קומט דאך אויס אז די כהנים זענען אויך ראוי למלוכה, ווייל אהרן האט דאך חתונה געהאט מיט אלישבע בת עמינדב וואס איז געווען פון שבט יהודה.

נאר די חילוק איז, אז מלוכה פון שררה, דאס געהערט נאר פאר די וואס שטאמען פון יהודה בן אחר בן, און דערפאר 'שבט' וואס וויזט אויף שררות גייט ארויף אויף די ראשי גלויות, משא"כ די וואס שטאמען פון די מאמע'ס זייט, זיי האבן די כח פון מחוקק, וואס דאס מיינט מלוכה אויף די חלק התורה, ווי די נשיאים אין א"י וואס זענען געווען מוונה אויף די בית דין און זייער תפקיד איז געווען צו זארגן אז מ'זאל אפהיטן די תורה, ווי הלל און זיינע קינדער.

מילא די חשמונאים אליינס, זיי זענען טאקע געווען אין די בחינה פון 'מחוקק', אוועק שטעלנדיג די תורה, ובפרט די תורה שבעל פה ביי אידן. אבער אין די שפעטערדיגע דורות ווען ד מלכי בית חשמונאי האבן גענויגט צו די צדוקים, און זיי זענען געגאנגען קעגן תורה שבעל פה וואס קומט צו מאכן גדרים וסייגם אויף שמירת התורה, אויב אזוי איז עס געבליבן נאר א מלוכה פון שררה, וואס דאס געהערט נאר פאר די וואס זענען זיך מתייחס צו יהודה למשפחותם לבית אבותם, און נישט פאר די וואס שטאמען נאר פון יהודה דורך די מאמע'ס זייט.

ובפרט אז ביי ינאי המלך זאגט די גמרא אז עס איז געווען א טענה אויף זיין כהונה, ווייל עס איז געווען א שמועה אז זיין מאמע איז געווען א שבויה וואס איז פסול לכהונה, אבער ינאי האט זיך נישט גערעכנט מיטן ייחוס פון זיין מאמעס זייט, אויב אזוי פאלט אוועק די טענה אז זיי זענען אויך אפשטאמיגע פון יהודה מצד אלישבע בת עמינדב, וייל אויב מ'רעכנט זיך נישט מיט די ייחוס מצד האם לגבי די כהונה, קען מען זיך אויך נישט רעכענען מיט דעם מצד די מלוכה.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

צוויי הערליכע שטיקעלעך איינס שענער ווי דער צווייטער...

יישר כח.....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14569
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

פאנטאזיע פליער האט געשריבן:
08 א שטיקעלע רמבן - וישב.pdf
ווארטן מיר אויף די PDF.
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3354
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

09 א שטיקעלע רמבן - מקץ חנוכה.pdf
(217.8 KiB) געווארן דאונלאודעד 53 מאל
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שכוח, וואט עי טריעט.

א פרייליכן חנוכה און א גוט שבת
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אוראייניקל האט געשריבן:
לכבוד חנוכה וועלן מיר לערנען א שטיקל רמב"ן אין פרשת ויחי, ווי דער רמב"ן באציהט זיך צום ביטערן סוף פונעם משפחת החשמונאים.
הערליך, האמיר שטארק הנאה.

די זכות פון זיכוי הרבים לתלמוד תורה והפצת דברי הראשונים וועט דיך זיכער ביישטיין להיוושע בכל טוב.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14569
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

פאנטאזיע פליער האט געשריבן:
09 א שטיקעלע רמבן - מקץ חנוכה.pdf
יישר כח!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת ויגש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די וואך וועלן מיר פרובירן אדורך צו טוהן א יסודות'דיגע ויכוח צווישן דעם רמב"ן מיטן רמב"ם בענין שינוי הלשונות אינעם תרגום אונקלוס, ווען עס קומט איבער צו טייטשן פסוקים וואס שרייבן אויפן באשעפער כ"י זאכן וואס קוקט אויס צו האבן א שייכות מיט עניני גשמיות, און אויבנאויף קוקט אויס אין קעגנזאץ צו דעם דריטן עיקר פון די עיקרי האמונה 'אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אֵינוֹ גוּף, וְלֹא יַשִּׂיגוּהוּ מַשִּׂיגֵי הַגּוּף, וְאֵין לוֹ שׁוּם דִּמְיוֹן כְּלָל', נאר ווי רש"י שרייבט שוין (שמות יט, יח) זענען די זאכן זענען נאר א משל לשבר את האוזן, אז הקב"ה האט געמאכט אז עס זאל ארויס קומען די תוצאה, וואס א מענטש וואלט געדארפט טוהן פאר דעם די פעולה.


שיטת הרמב"ם
דער רמב"ם אין מורה נבוכים (פרקים כ"ז ומ"ח) מאכט א הקדמה, אז אונקלוס הגם אז ער איז געווען א גר, וואס דאס וואלט געווען א סיבה ער זאל נישט ריכטיג שולט זיין אין לשון הקודש, אדער אויב האט ער זיך מגייר געווען יונגערהייט זאל עס זיין א סיבה ער זאל נישט ריכטיג שולט זיין אינעם אראמישן לשון, וואס איינס פון די ביידע וואלט געווען א סיבה מ'זאל נישט מדקדק זיין אין זיינע לשונות, זאגט אבער דער רמב"ם אז אונקלוס האט שולט געווען בשלימות אין ביידע שפראכן, און די שינויים וואס ער מאכט האט א טיפערע באדייט (ע"פ פי' האברבנאל).

מכח דעם שטעלט דער רמב"ם אראפ א יסוד, אז ווען אונקלוס האט געטראפן אין פסוק לשונות וואס פאסן זיך נאר אויף א גשמיות'דיגע גוף, האט ער משנה געווען פונעם פשוטן טייטשט, און עס געשריבן אויף אן אנדער אופן, ברענגנדיג כמה וכמה דוגמאות צו דעם.

א. שמיעה, הערן איז א דבר גשמי וואס ווערט געטוהן דורכ'ן גשמיות'דיגע אויער, און דאס ווערט גענוצט דרך משל אויף כביכול ווען עס דער באשעפער נעמט אן א תפילה וכדו', דערפאר ווען עס שטייט ביי לאה (בראשית כט, לג) כִּי שָׁמַע ה' כִּי שְׂנוּאָה אָנֹכִי, זאגט נישט דער תרגום שמיע ה' נאר שמיע קדם ה'. און אזוי אויך אין פרשת משפטים (שמות כב, כב) שָׁמֹעַ אֶשְׁמַע צַעֲקָתוֹ, זאגט דער תרגום 'קבלא אקבל קבילתיה', אז דער באשעפער וועט אננעמען זיין געשריי.

ב. רגל, שטייט כמה פענים א לשון פון רגל אויפן באשעפער, והיות וואס לא ישיגוהו משיגי הגוף, טייטשט עס דער תרגום אייביג לפי הענין, אין פרשת משפטים (כד, י) וְתַחַת רַגְלָיו כְּמַעֲשֵׂה לִבְנַת הַסַּפִּיר, זאגט דער תרגום 'ותחות כורסי יקריה', און דער רמב"ם לייגט צו אז אפילו 'כורסיה' וואלט וואלט געמיינט א כסא פאר הקב"ה האט דער תרגום אויך נישט געוואלט שרייבן, וויבאלד זיצן אויף א בענקל איז אויך א דבר גשמי, נאר עס שטייט 'כורסי יקריה', וואס לשיטת הרמב"ם מיינט יקריה אן אור וואס איז דא ווי דער באשעפער ווערט נתגלה, און דאס ווערט אויך אנגערופן שכינה.

אזוי אויך אין תרגום יונתן בן עוזיאל אין ספר זכריה (יד, ד) וְעָמְדוּ רַגְלָיו בַּיּוֹם הַהוּא עַל הַר הַזֵּיתִים, איז דער תרגום 'ויתגלי בגבורתיה ביומא ההוא על טור זיתיא', נישט ארויס צו שרייבן אן ענין וואס קען אפגעטייטשט ווערן א דבר גשמי אויפן באשעפער.

ג. אויף דעם מיר טרעפן ביי די לוחות א לשון פון (שמות לא, יח) כְּתֻבִים בְּאֶצְבַּע אֱלֹקִים, און דער תרגום זאגט 'כתיבין באצבעא דה'', איז דער רמב"ם מחדש אז דאס איז א בריאה וואס דער באשעפער האט באשאפן וואס וערט אנגערופן 'אצבע אלקים', און דורך דעם זענען די לוחות געשריבן געווארן.

ד. ווען עס קומט צו ראיה, וואס איז אויך א דבר גשמי, דארט טרעפן מיר שוין א חילוק, צומאהל טייטשט דער תרגום כפשוטו 'וחזא ה', און צומאהל איז דער טייטש 'וגלי קדם ה', איז דער רמב"ם מסביר דעם חילוק, היות ראיה קען אויך מיינען א לשון פון ידיעה און פארשטיין ווי מ'טרעפן מיר כמה פעמים אין די פסוקים, מילא איז עס נישט קיין התגשמות שרייבן אויפן באשעפער א לשון פון ראיה, וואס דאס מוז נישט מיינען קיין גשמיות'דיגע ראיה ווי מיט די אויגן, נאר א לשון פון השגה והבנה.

אבער אין פלעצער ווי עס רעדט זיך אז מענטשן האבן געטוהן עוולות אדער עבירות וכדו', וואס אויף שטייט דאך אין פסוק (חבקוק א, יג) וְהַבִּיט אֶל עָמָל לֹא תוּכָל, דארט שטייט א לשון פון 'גלי קדם ה'.

און דער רמב"ם רעכנט אויס די פלעצער, ביי לאה (בראשית כט, לב) כִּי רָאָה ה' בְּעָנְיִי, אז יעקב האט איר נישט ליב, איז דער תרגום 'ארי גלי קדם ה' עולבני', ווען דער מלאך זאגט צו יעקב (לא, יב) כִּי רָאִיתִי אֵת כָּל אֲשֶׁר לָבָן עֹשֶׂה לָּךְ 'ארי גלי קדמי'. אזוי אויך איבעראל ווי עס שטייט ראיה אויף די שיעבוד מצרים שטייט אייביג 'וגלי קדם ה'' און 'גלי קדמי'. אזוי אויך ביים חטא העגל (שמות לב, ט) רָאִיתִי אֶת הָעָם הַזֶּה איז ער מתרגם 'גלי קדמי עמא הדין', און אין פרשת האזינו (דברים לב, יט) וַיַּרְא יְיָ וַיִּנְאָץ, און ביי (שם לו) כִּי יִרְאֶה כִּי אָזְלַת יָד, וואס גייט אויף די צרות וואס די גוים וועלן טוהן פאר די אידן אין גלות.

אבער דער רמב"ם בלייבט שווער אויף דעם פון דריי פלעצער, וואס הגם מ'רעדט פון עוולות וואס זענען געטוהן געווארן, שטייט יא אין תרגום א לשון פון וחזא ה', און נישט גלי קדם ה', וואס דאס זענען ביים דור המבול (בראשית ו, ה) וַיַּרְא ה' כִּי רַבָּה רָעַת הָאָדָם, און (שם יב) וַיַּרְא אֱלֹקִים אֶת הָאָרֶץ וְהִנֵּה נִשְׁחָתָה, און טאקע ביי לאה (כט, לא) וַיַּרְא ה' כִּי שְׂנוּאָה לֵאָה.

זאגט דער רמב"ם אז עס מוז זיין אז עס איז טאקע א טעות אין אונזער נוסח, און נאר ווען מיר האבן ווען דעם כתב יד פון אונקלוס פאר אונז, און מיר זעהן דארט אז עס שטייט וחזא דעמאלטס וועט עס זיין א קשיא.

ה. תנועה, זיך רוקן פון איין פלאץ צום צווייטן איז אויך א גשמיות'דיגע פעולה, און דערפאר ווען עס שטייט אזא לשון (שמות לד, ו) ויעבר ה' על פניו, זאגטדער תרגום 'ואעביר ה' שכינתיה על אפוהי', וואס ווי דערמאנט שכינתיה לויטן רמב"ם מיינט אן אור וואס איז דא ווי עס איז דא גילוי שכינה, און עס גייט נישט אויפן באשעפער אליינס.

אזוי אויך ווען עס שטייט א לשון פון ירידה, וואס מיינט אויך זיך רוקן פון אויבן אויף אראפ, ווי מ'טרעפט ביים דור הפלגה (בראשית יא, ה) וַיֵּרֶד ה', (שם ז) הָבָה נֵרְדָה, זאגט דער תרגום 'ואתגלי ה'' און 'הבו נתגלי', און אזוי אויך ביי סדום (יח, כא) אֵרְדָה נָּא וְאֶרְאֶה, איז דער תרגום 'אתגלי כען ואדון'.


אויף דעם האט אבער דער רמב"ם א קשיא פון אונזער פרשה, ווען הקב"ה האט מבטיח געווען פאר יעקב (מו, ד) אָנֹכִי אֵרֵד עִמְּךָ מִצְרַיְמָה וְאָנֹכִי אַעַלְךָ גַם עָלֹה, זאגט יא דער תרגום כפשוטו, 'אנא אחות עמך למצרים ואנא אסקנך אף אסקא', שטייט דאך יא א לשון ירידה אויפ'ן באשעפער כ"י.

אויף דעם ענטפערט דער רמב"ם צוויי תירוצים.

א. די קפידא איז נאר ווען דער פסוק דערציילט א מעשה שהיה, דעמאלטס איז א פראבלעם צו שרייבן אויפן כביכול א גשמיות'דיגע לשון, אבער ביי וואס יעקב אבינו האט געזעהן און עס איז למעשה געזאגט געווארן צו איהם די ווערטער איז דער באשעפער וועט מיט גיין מיט איהם, איז נישט דא קיין חשש צו טייטשן די פירוש המילות כפשוטו.

ב. נאך וויל דער רמב"ם זאגן, אז דער וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים לְיִשְׂרָאֵל בְּמַרְאֹת הַלַּיְלָה, מיינט נישט אז הקב"ה האט אליינס גערעדט צו איהם, נאר אלקים קען אויך מיינען א מלאך, און אויף א מלאך פאסט יא צו שרייבן א לשון פון ירידה.


קושיות הרמב"ן
דער רמב"ן פרעגט אסאך קשיות אויפ'ן רמב"ם, סיי אויף דעם יסוד אז די סיבה פארוואס אונקלוס טוישט די לשונות פון פשוט'ן טייטש איז כדי נישט מגשם צו זיין, און סיי אויף דעם וואס דער רמב"ם איז מחדש אז שכינה מיינט אן אור וואס איז נישט דער באשעפער אליינס.

קודם אויף דעם אז אונקלוס טייטשט נישט קיין לשונות גשמיים אויפן באשעפער כפשוטן.

א. אויף דעם וואס דער רמב"ם שרייבט אז שמיעה איז א התגשמות, טענה'ט דער רמב"ן אז פונקט ווי ביי ראיה איז דער רמב"ם מודה אז היות עס קען אויך מיינען השגה והבנה האט עס דער תרגום געקענט טייטשן כפשוטו, פארוואס ביי שמיעה וואס ווערט רוב מאל גענוצט אלץ לשון פון פארשטיין, דארט האט מען יא געדארפט טוישן פונעם פשוט'ן טייטש.

ב. פארוואס ביי דיבור אדער קריאה וואס איז אויך א גשמיות'דיגע פעולה טיישט דער תרגום יא כפשוטו 'ומליל ה'' און 'וקרא ה' למשה'.

ג. נאך טרעפט מען אז אונקלוס האט נישט קין פראבלעם צו טייטשן 'יד' כפשוטו א האנט, ווי מ'זעהט אין פרשת בשלח (יד, לא) 'וַיַּרְא יִשְׂרָאֵל אֶת הַיָּד הַגְּדֹלָה אֲשֶׁר עָשָׂה ה' בְּמִצְרַיִם', הגם דער תרגום לייגט צו א ווארט און ער טייטשט 'וחזא ישראל ית "גבורתא" ידא רבתא די עבד ה' במצרים', דאס איז נאר ווייל אויף יד אליינס איז נישט שייך דער לשון 'אשר עשה', מילא מוז מען צולייגן א ווארט אז די אידן האבן געזעהן גבורת היד, אבער סוכ"ס טייטשט ער דעם ווארט יד כפשוטו.

און אזוי אויך אינעם שירה ווערט כמה פעמים דערמאנט די רעכטע האנט (טו ו, יב) טייטשט דער תרגום אייביג ימינך כפשוטו, און אזוי אויך ווי עס ווערט דערמאנט אין די תורה יד חזקה ביי יציאת מצרים איז דער תרגום 'ידא' כפשוטו.

ד. אזוי אויך אין פרשת וזאת הברכה (דברים לג, ב) 'מִימִינוֹ אֵשׁ דָּת לָמוֹ', זאגט דער תרגום 'כתב ימינה מגו אשתא אוריתא יהב לנא', אויב אזוי פארוואס ביי כְּתֻבִים בְּאֶצְבַּע אֱלֹקִים זאל מען דארפן זאגן אז עס איז א נייע בריאה.

ה. און ביי (דברים יא, יב) עֵינֵי ה' אֱלֹקֶיךָ בָּהּ, טייטשט דער תרגום כפשוטו א לשון פון אויגן, הגם עס איז א גשמיות'דיגע אבר מאיברי הגוף.

ו. אויף דעם אז תנועה איז א דבר גשמי וואס מ'קען נישט מתרגם זיין אויף הקב"ה איז שווער פונעם פסוק אין פרשת וילך (לא, ג) ה' אֱלֹקֶיךָ הוּא עֹבֵר לְפָנֶיךָ, ווי דער תרגום טייטשט (לויטן רמב"ן'ס גירסא) ה' אלקך עבר קדמך.

ז. אויף דעם וואס דער רמב"ם פארענטפערט אז ביי א חלום איז נישט קיין חסרון צו שרייבן א גשמיות'דיגע לשון, פרעגט דער רמב"ם פון יעקב אבינו'ס חלום (בראשית כח, יג) וְהִנֵּה ה' נִצָּב עָלָיו, ווי דער תרגום איז 'והא יקרא דה' מעתד עלווהי' און נישט 'והא ה' מעתד', אפילו מוועט זאגן אז נצב איז אויך א לשון גשמי, אבער ביי א חלום וואלט עס נישט געדארפט זיין קיין חסרון.

ח. און אזוי אויך טרעפט מען ביי די חלומות פון אבימלך און לבן, (בראשית כ, ג) וַיָּבֹא אֱלֹקִים אֶל אֲבִימֶלֶךְ בַּחֲלוֹם הַלָּיְלָה, און (לא, כד) וַיָּבֹא אֱלֹקִים אֶל לָבָן הָאֲרַמִּי בַּחֲלֹם, זאגט דער תרגום 'ואתא מימר מן קדם ה''.

ט. אויך טרעפט מען אסאך פלעצער ווי דער תרגום טייטשט ה' אלץ 'מימר ה'' הגם עס איז נישט דא קיין חשש פון הגשמה, און אפילו אין א חלום, ווי מ'זעהט ביי יעקב אבינו'ס חלום (בראשית כח, טו) וְהִנֵּה אָנֹכִי עִמָּךְ, און דער תרגום איז 'והא מימרי בסעדך', און אזוי אויך ביי משה רבינו שטייט (שמות ג, יב) וַיֹּאמֶר כִּי אֶהְיֶה עִמָּךְ און איןתרגום שטייט 'ארי יהא מימרי עמך', און אזוי נאך אסאך דוגמאות ווי עס קומט נישט אריין קיין התגשמות, און דאך שטייט א שינוי לשון.



און אויף דעם וואס דער רמב"ם טוט אויף אז שכינה איז נישט דער באשעפער אליינס, טענה'ט דער רמב"ן חס ושלום אזוי צו זאגן עס עס מיינט א כבוד נברא.

א. ווען דער באשעפער האט געזאגט צו משה (שמות לב, לד) הִנֵּה מַלְאָכִי יֵלֵךְ לְפָנֶיךָ, און משרע"ה איז נישט געווען צופרידן מיט דעם און געבעטן (לג, יד) אִם אֵין פָּנֶיךָ הֹלְכִים אַל תַּעֲלֵנוּ מִזֶּה, און הקב"ה האט מסכים געווען זאגנדיג (שם יז) גַּם אֶת הַדָּבָר הַזֶּה אֲשֶׁר דִּבַּרְתָּ אֶעֱשֶׂה, טרעפן מיר אז משה רבינו זאגט (לד, ט) יֵלֶךְ נָא ה' בְּקִרְבֵּנוּ, זאגט דער תרגום אויף דעם 'תהך כען שכינתא דה' ביננא', מוז דאך זיין אז שכינה מיינט דער באשעפער אליינס.

ב. אזוי אויך דארט אויפ'ן פסוק (לג, כ) לֹא תוּכַל לִרְאֹת אֶת פָּנָי איז דער תרגום 'לא תוכל למחזי אפי שכינתי'.

ג. אזוי אויך ווי קען תרגום יונתן מפרש זיין דעם פסוק אין יחזקאל (ג, יב) בָּרוּךְ כְּבוֹד ה' מִמְּקוֹמוֹ, 'בריך יקרא דה' מאתר בית שכינתיה', אויב יקרא דה' און שכינה מיינט נישט דער באשעפער אליינס, ווי טרעפט מען אז מ'מעג לויבן און דאוונען צו עפעס אנדערש חוץ פון דער באשעפער.


שיטת הרמב"ן
נאר פירט דער רמב"ן אויס אז אונקלוס האט איבעראל געהאט א ספעציעלע חשבון ע"פ קבלה וסוד הידוע ליודעי חן וואס צו טייטשן כפשוטו און וואס משנה צו זיין, און עס ווענדט זיך מיט וועלכע בחינה אין הנהגת ה' עס איז געוועהן.

און דער רמב"ן ברענגט א דוגמא, אין די פרשה פון מתן תורה ווי עס שטייט 'אלקים' טייטשט דער תרגום 'יקרא דה' אדער מימרא דה'', און ווי עס שטייט שם הוי' שטייט ה' כפשוטו.

און דאס וואס ביי די צרות פון אידן, אדער מעשי בני אדם טייטשט דער תרגום 'איתגלי' אנשטאט וחזא, טענה'ט דער רמב"ן אז דאס איז וויבאלד עס איז א לשון פון השגחה אויף זייער הנהגה, און נישט פשוט זיי זעהן.

און דאס וואס שטייט דא א לשון ירידה אויפן באשעפער ביי אָנֹכִי אֵרֵד עִמְּךָ מִצְרַיְמָה וְאָנֹכִי אַעַלְךָ גַם עָלֹה, און דער תרגום טייטשט אנא איחות, איז דער רמב"ן מסביר אז יעקב אבינו האט מקריב געווען קרבנות לֵאלֹקֵי אָבִיו יִצְחָק, דאס איז געווען ממתיק צו זיין דעם מדת הדין וואס איז יצחק אבינו'ס מדה, און ויאמר אלקים ליעקב וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים לְיִשְׂרָאֵל בְּמַרְאֹת הַלַּיְלָה מיינט א בחינה פון מדת הדין רפה, און דער מדה און הנהגה וועט זיין אין מצרים,און אזוי אויך די גאולה וועט זיין מיט די מדה.


יישוב שיטת הרמב"ם
דער אברבנאל אין זיין פירוש אויפן מורה נבוכים, איז מאריך מיישב זיין שיטת הרמב"ם.

א. אויפן קשיא מאי שנא אז 'ראיה' האט אונקלוס יא געטייטשט 'חזא' וויבאלד עס קען מיינען השגה והבנה, משא"כ 'שמיעה' וואס קען אויך מיינען הבנה וקבלה האט ער יא געדארפט משנה זיין, טענה'ט דער אברבנאל אז ביי ראיה איז אראמיש גלייך צו לשון הקודש, אז 'חזא' קען מיינען זעהן מיט די פליישיגע אויגן, און עס קען אויך מיינען זעהן מיט די עיני השכל, משא"כ שמיעה אויף אראמיש מיינט נאר הערן און עס וערט נישט גענוצט אויף פארשטיין און אננעמען, מילא האט אונקלוס נישט געקענט לאזן די לשון שמיעה וואס אויף אראמיש מיינט עס נאר די גשמיות'דיגע שמיעה.

ב. אויף דעם וואס קריאה און דיבור טייטשט דער תרגום יא כפשוטו, זאגט דער אברבנאל אז דער עיקר חסרון ביי שמיעה איז אז עס איז א פעולה וואס ווערט גדעטוהן דאורך א צווייטן, דהיינו דער וואס רעדט מאכט דעם הערער ער זאל הערן, און דאס איז נישט קיין כבוד כלפי מעלה צו שרייבן אז א בריה האט איהם געמאכט הערן, משא"כ קריאה וואס דאס איז א פעולה פונעם באשעפער איז עס נישט אזא חסרון.

ג. אויפ'ן טענה פון דעם וואס יד ווערט אפגעטייטשט כפשוטו, ענטפערט דער אברבנאל, אז איינמאל דער תרגום האט שוין ביי די מכות געשריבן אז 'יד' מיינט נישט קיין האנט נאר א מכה, ווי עס שטייט ביי מכת דבר (שמות ט, ג) הִנֵּה יַד ה' הוֹיָה בְּמִקְנְךָ, און אין תרגום 'הא מחא מן קדם ה' הויא בבעירך', מילא פארלאזט זיך שוין דער תרגום אז ווי מען דערמאנט יד ה' אויף די מכות אין מצרים, וועט מען שוין נישט קיין טעות האבן און מייחס זיין א גשמיות'דיגע האנט צום באשעפער.

און אזוי אויף אויף די 'ימינך' אינעם שירה, איינמאל דער פסוק זאגט בפירוש ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען דאס הרג'ענען די מצריים ביים ים, פארשטייט יעדער אז ימינך איז נאר א מליצה אויפ'ן כח ה', און עס וועט נישט קומען לידי טעות.

ד. אויף דעם וואס דער תרגום שרייבט 'כתב ימיניה מגו אשתא אוריתא יהב לנא', טענהט דער אברבנאל אז עס איז נישט קיין סתירה מיט דעם וואס דער רמב"ם שרייבט אז אצבע אלקים איז א בריאה פאר זיך, ווייל עס קען זיין אז דער בריאה געפינט זיך בצד ימין בתוך האש, און פון דארט איז טאקע געקומען דער כתב פון די לוחות.

ה. אויפן קשיא פון עיני ה"א בה, ברענגט דער אברבנאל א גירסא תדירא שכינתא דה' אלקך בה, מילא הייבט זיך די קשיא נישט אן. און אפילו לויטן גירסט פון עיני ה' אלך בה, קען מען טייטשן א לשון פון עינות מים, ווי די פסוק רעדט דארט פריער אויף די רעגן וואס הקב"ה זארגט פאר ארץ ישראל.

ו. אזוי אויך אויף ה' אלקיך הוא עובד לפניך, איז אונזער גירסא 'מימר דה' אלקך הוא עבר קדמך', און לויט דעם איז דאס אויך נישט קיין קשיא. און אויך לויט'ן רמב"ן'ס גירסא זאגט דער אברבנאל אז היות די תורה רעדט נישט דא פון קיין סיפור דברים, נאר ווערטער וואס משה רבינו רעדט צו די אידן נוצדיג לשון בני אדם, מילא טייטשט דער תרגום יא כפשוטו.

ז. אזוי אויך דאס וואס דער רמב"ם זאגט אז ביי א חלום איז נישט קיין חסרון צו שרייבן כפשוטו, מיינט עס נישט ווייל עס איז א חלום, נאר אין חלום איז עס בדרך כלל א דיבור וואס איז געזאגט געווארן און נישט קיין סיפור דברים במציאות, און ביים רעדן פאסט זיך יא צו מתרגם זיין כפשוטו, היות ביים רעדן נוצט מען א לשון גשמי לשבר את האוזן.

אבער ביי יעקב אבינו'ס חלום איז דער וְהִנֵּה ה' נִצָּב עָלָיו נישט נאר געווען קיין חלום, נאר יעקב אבינו האט במראה החלום געזעהן דאס וואס איז געווען במעשה, דארט דארף מען שוין יא שרייבן 'והא יקרא דה' מעתד עלווהי'.

ח. און דאס וואס ביי די חלומות פון אבימלך און לבן שטייט מימר ה', קומט עס צו לאזן הערן אז עס איז נישט געווען קיין ריכטיגע נבואה, נאר זיי האבן געהערט א ציווי בחלום.

ט. און די אלע פלעצער ווי דער תרגום לייגט צו מיר ה' וכדו' אפילו עס איז נישט שייך א הגשמה, דאס איז דארט ווי דער פסוק פארגלייכט דעם באשעפער מיט מענטשן, ווי (שמות ג, יב) כִּי אֶהְיֶה עִמָּךְ, אדער (בראשית ט, יב) זֹאת אוֹת הַבְּרִית אֲשֶׁר אֲנִי נֹתֵן בֵּינִי וּבֵינֵיכֶם וכדו', וואס דאס איז נישט קיין כבוד כלפי מעלה, אדער דארט ווי עס איז ממש אן ענין פון בזיון ווי אין פרשת חקת ( במדבר כא, ה) וַיְדַבֵּר הָעָם בֵּאלֹקִים וּבְמֹשֶׁה, דארט לייגט אונקלוס צו מימר אדער מימרא דה'.


א. און אויף די טענות וואס דער רמב"ן האט לגבי דעם וואס דער רמב"ם זאגט אז שכינה איז א זאך פאר זיך אליינס, פון דעם וואס משרע"ה בעהט יֵלֶךְ נָא ה' בְּקִרְבֵּנוּ, און דער תגו טייטשט עס אויף די שכינה, זאגט דער אברבנאל אז דאס איז פשוט אז דער אור וואס ווערט אנגערופן שכינה גייט אייביג נאר ווי עס איז דא התגלות ה', און אז די שכינה גייט מיט מיינט עס ממילא אז דער באשעפער אליינס גייט מיט.

ב. און אזוי אויך אויפן בקשה צו זעהן דעם באשעפער איז די תשובה געווען אז אפילו דער אור השכינה קען א מענטש נישט זעהן, כ"ש עצמותו ית'.

ג. און דאס וואס דער תרגום יונתן זאגט אויך ברוך כבוד ה' מאתר בית שכינתיה, איז נישט קיין לויב צום שכינה, נאר מאתר בית שכינתיה ווערט געלויבט און געבענטשט כבוד ה' אליינס.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

הערליך און קלאר, שכוח ר’ אורי
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יישר כח
מלא טעם ומתיקות
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3354
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

10 א שטיקעלע רמבן - ויגש.pdf
(233.84 KiB) געווארן דאונלאודעד 43 מאל
אוועטאר
איינגעשריבענע גאסט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:23 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינגעשריבענע גאסט »

ממש א גרויסע יישר כח
א שאד צו פארפאסן די וואך

גאר יסודות'דיג
געשמאקע צייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 22, 2021 12:11 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע צייטן »

@אוראייניקל
איך האב איין וואך געפרינט אפאר זאכן און צווישן די ארטיקלן דיין הערליכן ווערק, למעשה האב איך עס נישט געליינט דעמעלטס, סאיז געבליבן אין טאש.
פאריגע וואך האב איך נישט געהאט קיין צייט צו פרינטען פאר שבת, האב איך ארויס געצויגן די פאריגע די אלטע סחורה און געזוכט וואס איך קען איבערליינען, איך בין אנגעקומען צו דיין רמבן שרייבערע איך האב זיך מחי' געווען דערמיט דו קענסט זיך נישט פארשטעלן. קלאר מסדור און אזא גרינעג פליסגע שפארך אז סלאזט זיך נישט גלייבן.
איך האב געטארכט צו מיר מגייט מיר שמייסן פארן עס נישט ליינען. סאיז אינטערסאנט און הייליגע ווארע !
א דאנק און גיי מער עס ליינען בעזר השם יעדע וואך!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת ויחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לכבוד'ן ענדיגן חומש בראשית, וועלן מיר מאכן א שטיקל ליקוט, ווי דער רמב"ן דערמאנט כמה וכמה פעמים דעם באקאנטן יסוד וואס שטייט אין חז"ל (תנחומא לך לך ט) 'סימן נתן לו הקב"ה לאברהם שכל מה שאירע לו אירע לבניו', און ווי עס ווערט אנגערופן אין די ספרים 'מעשה אבות סימן לבנים', מיט דעם איז דער רמב"ן מסביר געוויסע פרשיות וואס אויבנאויף קוקן זיי אויס איבעריג, ווי די תורה איז מאריך אין ענינים וואס קוקן נישט אויס ווי וויכטיג, אבער דער תורה שרייבט עס אראפ, ווייל דאס איז געווען א הכנה פאר כלל ישראל לדורות.


כדי מסביר צו זיין בטעם הדבר, אז די זאכן זענען געשעהן צו די אבות אלץ סימן עס זאל שפעטער פאסירן צו כלל ישראל, וועלן מיר מקדים זיין דעם פסוק אין די וואכעדיגע סדרה (מח, כב) 'וַאֲנִי נָתַתִּי לְךָ שְׁכֶם אַחַד עַל אַחֶיךָ אֲשֶׁר לָקַחְתִּי מִיַּד הָאֱמֹרִי בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי'.


פירוש א' ברש"י - העיר שכם
אין די ערשטע פשט לערנט רש"י, אז דאס גייט ארויף אויפן שטאט שכם, וואס דאס איז א מדה כנגד מדה, אויף דעם וואס יוסף איז זיך מתעסק בקבורת יעקב, באקומט ער דעם שטאט שכם אלץ חלק אין ארץ ישראל, ווי מ'וועט איהם באגראבן דארט נאך וואס די אידן וועלן אריינקומען קיין ארץ ישראל.

לויט דעם פשט איז פשוט דעם אֲשֶׁר לָקַחְתִּי מִיַּד הָאֱמֹרִי בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי, הגם דאס עצם אויסהרג'נען דעם שטאט שכם האט יעקב נישט געהאט קיין חלק, און שמעון ולוי האבן עס געטוהן שלא ברצונו, איז אבער רש"י מוסיף (ע"פ ב"ר פ, י) אז נאכדעם זענען די ארומיגע שטעט געקומען אין מלחמה מיט די בני יעקב, און דעמאלט האט יעקב אבינו מלחמה געהאלטן מיט זיי, קומט אויס אז דאס וואס שכם איז אונטער זייער שליטה שוין יעצט, נאך פארן כובש זיין דאס גאנצע לאנד, איז עס מכוחו פון יעקב אבינו'ס כלי מלחמה.

דאס פארענטפערט אויך די קשיא פונעם מדרש (ב"ר צז, ו) פארוואס עס שטייט מיד האמורי, הגם שכם איז געווען פון דעם פאלק חוי, ווי עס שטייט אין פרשת וישלח (לד, ב) וַיַּרְא אֹתָהּ שְׁכֶם בֶּן חֲמוֹר הַחִוִּי, און דער מדרש ענטפערט אז אמורי איז א שם כולל פאר אלע פעלקער פון די בני כנען, אבער לויט וואס רש"י שרייבט אז יעקב רעדט פון די מלחמות מיט די ארומיגע שטעט, קען זיין אז זיי זענען יא געווען פון די אמורי.

והגם אז אין פסוק דארט ליינט זיך אז עס איז נישט געווען קיין מלחמה נאכן אויסהרג'נען שכם, ווי עס שטייט (לה, ה) וַיִּסָּעוּ וַיְהִי חִתַּת אֱלֹקִים עַל הֶעָרִים אֲשֶׁר סְבִיבוֹתֵיהֶם וְלֹא רָדְפוּ אַחֲרֵי בְּנֵי יַעֲקֹב (וכן הק' החזקוני על רש"י), זאגט שוין דער רמב"ן דארט, אז אויב מיר נעמען אן וואס שטייט אין ספר מלחמות בני יעקב (וואס די מפרשים זענען משער אז דאס גייט אויפן ספר הישר וואס איז מאריך אין די פרטים פון די מלחמות), וועט מען טייטשן דעם פסוק וְלֹא רָדְפוּ אַחֲרֵי בְּנֵי יַעֲקֹב, אז נאך די מלחמות וואלטן זיי זיך געדארפט צוזאמען נעמען אלע שטעט ארום, און זיי באפאלן מיט א ריזיגע מיליטער, נאר דורכ'ן חתת אלקים וואס איז געקומען דוך די גבורות וואס יעקב מיט זיינע קינדער האבן באוויזן ביי די מלחמות, האבן זיי מורא געהאט און זיי מער נישט נאכגעיאגט.


פירוש ב' ברש"י ושאר ראשונים- חלק אחד
רש"י איז נישט צופרידן מיט דעם פשט, ווייל לויט דעם פשט, דארף מען צולייגן א ווארט וואס שטייט נישט אין פסוק, ווייל אויפן שטאט שכם שטימט נישט דעם לשון 'אַחַד עַל אַחֶיךָ', עס וואלט געדארפט שטיין 'יתר על אחיך', און אויך א שטאט ווערט גערופן בלשון נקבה, וואלט געדארפט שטיין 'אחת על אחיך', מילא מוז מען טייטשן דעם פסוק, וַאֲנִי נָתַתִּי לְךָ דעם שטאט שְׁכֶם, וואס דאס וועט זיין "חלק" אַחַד עַל אַחֶיךָ.

דערפאר ברענגט רש"י דעם צווייטן פשט, אז שכם איז מלשון חלוקה, ווי מ'טרעפט אין תהילים (ס, ח) 'אֲחַלְּקָה שְׁכֶם', און די טייטש איז אז יוסף וועט באקומען דעם חלק בכורה, מער ווי די אנדערע ברידער וואס באקומען נאר איין חלק.

און אזוי נעמען אן די אנדערע מפרשי המקרא, ווי דער רמב"ן, אבן עזרא און דער רשב"ם און נאך.


לויט דעם פשט ווערט אבער שווער, אויב רעדט מען פונעם בכורה וואס מיינט 'אֲשֶׁר לָקַחְתִּי מִיַּד הָאֱמֹרִי בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי'.

מיד האמרי בחרבי ובקשתי - פירוש רש"י
ענטפערט רש"י אז לויט דעם גייט אמורי ארויף אויף עשו הרשע, וואס האט געטוהן עבירות ווי די אמוריים, און ווי מיר טרעפן אז זיי זענען געווען די עיקר בעלי עבירה פון די בני כנען, ווי הקב"ה האט געזאגט פאר אאע"ה ביים ברית בין הבתרים כִּי לֹא שָׁלֵם עֲוֹן הָאֱמוֹרִי עַד הֵנָּה. אדער ווערט עשו אנגערופן אמורי, על שם וואס ער פלעגט אויסנארן זיין טאטע יצחק מיט אמרי פיו.

און דאס וואס שטייט בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי איז רש"י מסביר ע"פ דעם מדרש, אז חרב גייט ארויף אויף יעקב אבינו'ס חכמה וואס ער האט גענוצט צו קויפן די בכורה פון עשו, ווייל אויף חכמה פאסט זיך די לשון שארפקייט, וואס איז א לשון נופל על לשון אויפן שארפקייט פון א שווערד, און קשת גייט אויף תפילה וואס יעקב אבינו האט געדאוונט ער זאל זוכה זיין צו באקומען די בכורה, וויבאלד תפילה ארבעט ווי א פייל, וואס דער שיסער שטייט דא, און זיין פייל טוט אויף פונדערווייטנס, אזוי אויך א תפילה פון דא אונטן טוט אויף אויבן אין הימל (גו"א).


שייכות בכורתו של יוסף לבכורתו של עשו
די מפרשים שטעלן זיך אויף דעם פשט, וואס האט א שייכות די בכורה וואס יעקב אבינו האט געגעבן פאר יוסף במקום פון ראובן, מיט די בכורה וואס יעקב האט אפגעקויפט פון עשו.

א. דער משכיל לדוד זאגט אז פשטות וואלט געווען פשט, אז יעקב אבינו האט עס גענוצט פאר א משל, אז ער געבט איהם איבער די בכורה הגם ער איז נישט די ריכטיגע בכור מלידה, פונקט ווי ער האט אפגעקויפט די בכור פון עשו הגם ער איז נישט געבוירן אלץ בכור. אבער ער פירט אויס אז דער פשט איז שווער ווייל עס וואלט געדארפט שטיין 'כמו שלקחתי', און נישט אֲשֶׁר לָקַחְתִּי וואס איז משמע אז ער רעדט פון די זעלבע זאך וואס ער האט גענומען פונעם אמורי, דאס געבט ער פאר יוסף.

ב. דער ספורנו זאגט, אז דאס וואס יעקב האט געקענט איינטיילן ווער עס זאל באקומען א דאפלטע חלק אין ארץ ישראל וואס איז ירושה להם, איז ווייל ווען נישט אז יעקב קויפט אפ די בכורה, וואלט עשו געהאט א חלק אין ארץ ישראל, און יעדער פון די שבטים וואלט ממילא באקומען א קלענערע חלק, קומט אויס אז פון דער חלק וואס איז צוגעקומען דורכ'ן אפקויפן די בכורה, קען יעקב אבינו געבן א דאפלטע חלק פאר יוסף.

ג. אבער אז מ'קוקט אריין אין מדרש רבה (שם) שטייט א הוספה, אז אין די בכורה איז אויך נכלל 'לבושו של אדם הראשון' וואס דאס זענען די כתנות אור וואס דער באשעפער האט געמאכט פאר אדם הראשון, ווי דער מדרש רבה זאגט אין פרשת במדבר (ד, ח) אז דאס זענען געווען ווי בגדי כהונה 'והיו הבכורות משתמשין בהם', און פון אדם איז עס אריבער צו שת, און פון איהם צו מתושלח, נח, שם, אברהם און יצחק, און היות יעקב אבינו האט אפגעקויפט די בכורה פון עשו, איז עס אריבער צו יעקב, און דאס האט יעקב יעצט געגעבן פאר יוסף.


פירוש הרמב"ן ושאר ראשונים
דער רמב"ן און די אנדערע ראשונים לערנען אז די פסוק רעדט אויפן עתיד, ווען כלל ישראל גייט אייננעמען ארץ ישראל מיט א מלחמה בימי יהושע בן נון, דעמאלטס וועט זיין שייך די חלק בכורה, ווען די בני יוסף וועלן באקומען צוויי חלקים אין ארץ ישראל.

אויף דעם פשט איז אבער שווער דריי קשיות.

א. אויב אזוי פארוואס שטייט אשר לקחתי בלשון עבר, איז דאך משמע אז עס גייט ארויף אויף א זאך וואס איז שוין געווען, און נישט אויף כיבוש הארץ וואס וועט זיין בעתיד.

ב. פארוואס שטייט דייקא מִיַּד הָאֱמוֹרִי, כלל ישראל האט דאך מלחמה געהאלטן מיט אלע שבע אומות.

ג. פארוואס רופט עס יעקב בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי, יעקב אבינו האט זיך דאך נישט משתתף געווען אין די מלחמה אויף ארץ ישראל.


אשר לקחתי
א. זאגט דער חזקוני אז מ'טרעפט אז עס שטייט א לשון עבר אויף זאכן וואס גייען געשעהן בעתיד, ווי מ'זעהט אין פרשת חיי שרה, אז אברהם אבינו האט געזאגט צו עפרון נָתַתִּי כֶּסֶף הַשָּׂדֶה, אפילו ער האט געמיינט צו זאגן אז ער איז גרייט עס צו געבן.

ב. נאך זאגט דער חזקוני, און אזוי שטייט אויך אין אבן עזרא, אז נאך וואס דער באשעפער האט צוגזאגט ארץ ישראל פאר כלל ישראל, איז עס שוין כאילו זיי האבן עס שוין איינגענומען, און עס פאסט זיך שוין צו זאגן אויף דעם א לשון עבר 'אשר לקחתי'.


מיד האמורי
א. דער אבן עזרא און דער חזקוני זאגן אז דער פסוק כאפט אן אמורי, ווייל ער איז געווען די שטערקסטע פון אלע שבע אומות, ווי דער נביא זאגט (עמוס ב, ט) 'וְאָנֹכִי הִשְׁמַדְתִּי אֶת הָאֱמֹרִי מִפְּנֵיהֶם אֲשֶׁר כְּגֹבַהּ אֲרָזִים גָּבְהוֹ וְחָסֹן הוּא כָּאַלּוֹנִים'.

ב. דער רמב"ן זאגט אז יעקב האט דערמאנט אמורי, ווייל דאס איז געווען די ערשטע מלחמה פון כיבוש הארץ, די מלחמה וואס משה רבינו און כלל ישראל האבן געהאט מיט סיחון ועוג שני מלכי האמורי, און אויך די ערשטע גרויסע מלחמה וואס יהושע האט אפגעהאלטן קעגן די מלכי הדרום איז געווען מיט די אמורי, וויעס שטייט דארט אין פסוק (יהושע י, יב) 'אָז יְדַבֵּר יְהוֹשֻׁעַ לַה' בְּיוֹם תֵּת ה' אֶת הָאֱמוֹרִי לִפְנֵי בְּנֵי יִשְׂרָאֵל'. אזוי אויך ווייל א חלק פון די בני יוסף האבן גע'ירש'נט די חלק פון אמורי, ווי די חצי שבט המנשה אין ארץ סיחון ועוג, און אזוי אויך די בני אפרים'ס חלק איז געווען בגבול בני האמרוי ווי עס קומט אויס פון פסוק אין ספר שופטים (א, לה).


בחרבי ובקשתי
א. ע"פ פשוטו זאגט דער רד"ק 'בחרב בני ובקשתם'.

ב. דער רשב"ם און דער רמב"ן זאגן אז כלל ישראל האבן מנצח געווען אין די מלחמות אין יעקב אבינו'ס זכות, דערפאר רופט עס יעקב בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי.


ביאור הרמב"ן
נאך א מהלך זאגט דער רמב"ן, וואס פארענטפערט אלע דריי דיוקים.

זאגט דער רמב"ן 'וקרוב אלי עוד' אז מיר טרעפן ביי די נביאים, אז זיי האבן געטוהן א פעולה וואס זאל זיין א משל צו זייער נבואה, ווי מיר זעהן ביי אלישע (מלכים ב' טו, טו-יט), אז ער האט געהייסן פארן מלך ישראל ארויס שיסן א פייל פונעם פענסטער אויף מזרח זייט, צום זייט פון ארם, און דאס וועט זיין א סימן אז ער וועט מנצח זיין די מלחמה קעגן ארם. נאכדעם האט ער געהייסן דעם מלך זאל קלאפן מיט דעם חץ אויפן ערד, און ווען ער האט זיך אפגעשטעלט נאך דריי מאל, האט זיך אלישע געבייזערט, אז ווען ער וואלט ממשיך געווען צו קלאפן ביז פינעף אדער זעקס מאל וואלט ער געקענט מנצח זיין ארם אינגאנצן, אבער יעצט וועט ער זיי נאר דריי מאל קענען איבערקומען.

איז דער רמב"ן אין פרשת לך לך (ו, יב) מסביר פשט אין דעם, אז צו מאהל איז דא א נבואה וואס כדי עס זאל נקבע ווערן און עס זאל נישט קענען בטל ווערן, דארף דער נביא טוהן א פעולה דמיוני צו דעם נבואה, וואס דורך דעם ווערט נקבע אז דאס גייט זיכער געשעהן, און דערפאר האט אלישע געדארפט מאכן א דמיון צו זיין נבואה, און ווען עס איז נישט אויסגעפירט געווארן בשלימות, איז די נצחון אויך נישט געווען בשלימות, נאר וויפיהל דער מלך ישראל האט געמאכט בדמיון.

דער ערבי נחל אין פרשת וירא איז מאריך אין דעם יסוד פונעם רמב"ן, און ער איז מסביר אז כדי א נבואה זאל מקוים ווערן דארף עס דער נביא אראפברענגען וואס ער זעהט בנבואתו אויבן דורך דעם וואס ער זאגט די נבואה, אבער צומאהל איז נאכנישט די צייט וואס איז ראוי די נבואה זאל מקוים ווערן, דעמאלטס איז נישט גענוג דעם דיבור פונעם נביא, נאר ער דארף טוהן א מעשה כדי ממשיך צו זיין די נבואה אויף די וועלט, און דורך דעם וועט עס מקויים ווערן בבא העת.

לויט דעם איז דער רמב"ן מחדש, אז יעקב אבינו האט אויך געמאכט א פועל דמיוני אויף די הבטחה אז כלל ישראל וועט אייננעמען ארץ ישראל, מיט דעם וואס ער האט אויסגעשטרעקט זיין שווערד צום לאנד פון די אמורי, און געשאסן פיילן מיט זיין בויגן צו זייער זייט, מאכנדיג מיט דעם א הכנה אז עס זאל מקוים ווערן די הבטחה אז זיינע קינדער וועלן כובש זיין דעם לאנד, און אויף דעם פעולה האט יעקב אבינו געזאגט 'אֲשֶׁר לָקַחְתִּי מִיַּד הָאֱמֹרִי בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי', וויבאלד דורך דעם וועלן די אידן אייננעמען ארץ ישראל.


מעשה אבות סימן לבנים
דער יסוד זאגט דער רמב"ן איז א גרויסע כלל צו פארשטיין וואס מיר האבן געברענגט אויבן אז מעשה אבות סימן לבנים, און דערפאר איז די תורה מאריך אין סיפורים וואס קוקן נישט אויס וויכטיג, אבער אין אמת'ן אריין זענען זיי געווען פעולות וואס די אבות האבן געטוהן כדי עס זאל זיין א פעולה דמיוני פאר דאס וואס גייט געשעהן מיט כלל ישראל אין די שפעטערדיגע דורות, ווי דער רמב"ן דעמאנט אפאר מאל במשך דעם גאנצן חומש, ווי מיר וועלן דא אויסרעכענען בעז"ה.


ביאת אאע"ה לארץ ישראל וירידתו למצרים
אין פרשת לך לך (יב, ו-י) ווען אאע"ה איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל, האט ער זיך אפגעשטעלט אויף דריי פלעצער, שכם, בין בית א-ל ובין העי, און דערנאך שטייט וַיִּסַּע אַבְרָם הָלוֹךְ וְנָסוֹעַ הַנֶּגְבָּה.

זאגט דער רמב"ן אז דאס איז געווען א סימן אויף די התחלות פון כיבוש הארץ דורך זיינע קינדער.

די ערשטע פלאץ וואס די שבטים האבן איינגענומען אין א"י איז געווען די שטאט שכם וואס די בני יעקב האבן אויס גע'הרג'עט נאך מעשה דינה.

די ערשטע מלחמה וואס יהושע האט געפירט אין ארץ ישראל איז געווען ביים שטאט עי (הגם עס איז שוין געווען פריער די מלחמה אין יריחו, זאגן די מפרשים אז יענע מלחמה איז געווען אינגאנצן למעלה מדרך הטבע, דורך ארומגיין די חומות, משא"כ מלחמת העי איז געווען בצורה פון א מלחמה בדרך הטבע. און אויך אז יריחו האט מען מקדיש געווען אינגאנצן שללה לה', און מחרים געווען אז מ'זאל עס קיינמאל נישט צוריק בויען, מילא איז עי די ערשטע שטאט וואס יהושע האט איינגענומען אויף זיך צו באזעצן דארט).

און צווישן די שבטים איז יהודה געווען די ערשטע וואס האבן כובש געווען זייער חלק אין ארץ ישראל אין דרום ארץ ישראל ווי עס שטייט אין אנהייב ספר שופטים (א, ב).


מלחמת המלכים
די מלחמה וואס אברהם אבינו האט געפירט מיט די ארבעה מלכים, און די תורה איז מאריך אין זייערע נעמען און שטעט, איז דער רמב"ן מסביר אז דאס איז א סימן אויף די ארבעה מלכיות וואס וועלן שולט זיין אויף כלל ישראל, און פונקט ווי אברהם אבינו האט זיי מנצח געווען, און צוריק געברענגט די געפאנגענע און זייערע פארמעגן, אזוי אויך ועלן די אידן ארויס גיין פון די גליות מיט זייער גאנצע פארמעגן.

וַיְהִי בִּימֵי אַמְרָפֶל מֶלֶךְ שִׁנְעָר, שנער איז דאך בבל, אַרְיוֹךְ מֶלֶךְ אֶלָּסָר, אלסר איז א שטאט אין פרס אדער אין מדי. כְּדָרְלָעֹמֶר מֶלֶךְ עֵילָם, עילם איז דער שטאט ווי מלכות יון האט זיך אנגעפאנגען, ווי עס שטייט אין מס' ע"ז (י.), וְתִדְעָל מֶלֶךְ גּוֹיִם, גייט אויף מלכות רומי וואס איז א קיבוץ פון אסאך פעלקער.


בארות יצחק
נאך א פלאץ ווי מיר טרעפן אז דער תורה איז מאריך, און עס קוקט נישט אויס ווי עפעס וואס איז מעלה ומריד, איז ביי די בארות וואס יצחק האט געגראבן ביים אוועק גיין פון גרר, ווי עס שטייט אין פרשת תולדות (כו, יט-כב) וַיַּחְפְּרוּ עַבְדֵי יִצְחָק בַּנָּחַל וַיִּמְצְאוּ שָׁם בְּאֵר מַיִם חַיִּים. זאגט דער רמב"ן אז די באר איז א רמז אויפן בית המקדש על שם הכתוב (ירמיהו יז, יג) מְקוֹר מַיִם חַיִּים אֶת ה'.

ביים ערשטן באר שטייט וַיָּרִיבוּ רֹעֵי גְרָר עִם רֹעֵי יִצְחָק לֵאמֹר לָנוּ הַמָּיִם וַיִּקְרָא שֵׁם הַבְּאֵר עֵשֶׂק כִּי הִתְעַשְּׂקוּ עִמּוֹ. דאס איז געווען א רמז אויפן בית ראשון, וואס בשעתו איז געווען פארשידענע מלחמות פון די פעלקער ארום ארץ ישראל וואס האבן געפייניגט די אידן ביז עס איז חרוב געווארן.

דער צווייטע באר וואס שטייט וַיַּחְפְּרוּ בְּאֵר אַחֶרֶת וַיָּרִיבוּ גַּם עָלֶיהָ וַיִּקְרָא שְׁמָהּ שִׂטְנָה. איז א רמז אויפן צווייטן בית המקדש, וואס די גוים האבן עס פרובירט צו שטערן נאך פון אנהייב אן, ווי די פסוק זאגט (עזרא ד, ו) וּבְמַלְכוּת אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ בִּתְחִלַּת מַלְכוּתוֹ כָּתְבוּ שִׂטְנָה עַל יֹשְׁבֵי יְהוּדָה וִירוּשָׁלִָם, און כל ימיו זענען די אידן געווען אונטערטעניג אונטער די גוים.

און דער דריטע באר וַיַּעְתֵּק מִשָּׁם וַיַּחְפֹּר בְּאֵר אַחֶרֶת וְלֹא רָבוּ עָלֶיהָ וַיִּקְרָא שְׁמָהּ רְחֹבוֹת, איז קעגן דעם דריטן בית המקדש שיבנה במהרה בימינו, וואס דעמאלטס וועט קיינער נישט שטיין און וועג, וַיֹּאמֶר כִּי עַתָּה הִרְחִיב ה' לָנוּ ווייל דעמאלטס וועט מקויים ווערן דעם (דברים יט, ח) 'כִּי יַרְחִיב ה' אֱלֹקֶיךָ אֶת גְּבֻלְךָ כַּאֲשֶׁר דִּבֶּר לָךְ' און דאס וואס שטייט אויפן דריטן ביהמ"ק (יחזקאל מא, ז) 'וְרָחֲבָה וְנָסְבָה לְמַעְלָה לְמַעְלָה', וּפָרִינוּ בָאָרֶץ, דאס גייט אויף דעם וואס די פעלקער וועלן אנערקענען און דינען דעם באשעפער, וואס דאס איז א פרי פון ישועתן של ישראל.

און דאס וואס שטייט ווייטער דארט (פסוק לב) וַיָּבֹאוּ עַבְדֵי יִצְחָק וַיַּגִּדוּ לוֹ עַל אֹדוֹת הַבְּאֵר אֲשֶׁר חָפָרוּ וַיֹּאמְרוּ לוֹ מָצָאנוּ מָיִם, וואס דאס איז דער זעלבע באר וואס אברהם אבינו האט געגראבן און די פלשתים האבן עס פארמאכט, דאס איז א רמז אויפן משכן שילה, וואס די פלשתים האבן צוגענומען דעם ארון פון דארט, און עס דערנאך צוריק געשיקט מיט מתנות נאך וואס זיי זענען נענש געווארן אויף דעם.


יציאת האבות לחו"ל

ירידת אאע"ה למצרים
דריי מאל טרעפן מיר אז די אבות זענען ארויס פון א"י מכח ההכרח פון א הונגער, אברהם אבינו קיין מצרים, יצחק איז געגאנגען קיין ארץ פלישתים, און דער באשעפער האט איהם געהייסן (כו, ג) גּוּר בָּאָרֶץ הַזֹּאת, און דאס דריטע מאל איז דאס וואס יעקב אבינו איז אראפ קיין מצרים בשבעים נפש.

זאגט דער רמב"ן אז דאס איז מרמז אויף די דריי גלויות וואס כלל ישראל איז געגאנגען אוועק פון זייער לאנד.

אברהם אבינו'ס גיין קיין מצרים, איז א סימן אויף גלות מצרים, און דאס וואס פרעה האט איהם פרובירט אוועק צו נעמען שרה איז א רמז אויפ'ן שיעבוד, און אויפן גזירה פון (שמות א, כב) כָּל הַבֵּן הַיִּלּוֹד הַיְאֹרָה תַּשְׁלִיכֻהוּ וְכָל הַבַּת תְּחַיּוּן, וואס איז געווען מיט א פלאן אז די אידישע מיידלעך זאלן מוזן חתונה האבן מיט די מצריים. און די נגעים גדולים וואס פרעה האט באקומען איז געווען א סימן אויף די עשר מכות, די מתנות וואס פרעה האט געגעבן פאר אברהם איז א סימן אויף די רכוש גדול, און דערנאך וַיְצַו עָלָיו פַּרְעֹה אֲנָשִׁים וַיְשַׁלְּחוּ אֹתוֹ וְאֶת אִשְׁתּוֹ וְאֶת כָּל אֲשֶׁר לוֹ, איז געוון א סימן אויפ'ן ארויסשיקן די אידן פון מצרים הם וכל אשר להם.

מגורי יצחק בארץ פלישתים
יצחק אבינו איז נישט געגאנגען קיין מצרים, נאר צו ארץ פלשתים וואס איז נאך בגבולות ארץ ישראל וואס איז ארץ מולדתו, וואס איז א רמז אויף גלות בבל, א לאנד וואס כלל ישראל שטאמט פון דארט, וויבאלד אאע"ה קומט פון אור כשדים. און פונקט ווי יצחק האט מען איהם נישט געטשעפעט זייענדיג דארט, אזוי אויך אין גלות בבל, איינמאל כלל ישראל איז אנגעקומען אהין האט מען זיי נישט געטשעפעט, און פארקערט זיי האבן זיך געדרייט אין בית המלוכה און עס זענען געווען אידישע שרים, פונקט ווי יצחק איז רייך און גרויס געווארן אין גרר.

אזוי אויך דאס וואס אבימלך האט איהם קודם פארשיקט פון גרר, און דערנאך געקומען איבערבעטן און מאכן א ברית, אזוי אויך סוף פון דעם גלות האט כורש געגעבן רשות צו בויען דעם ביהמ"ק, און דערנאך עס מבטל געווען, ביז דער צווייטער כורש האט נאכאמאהל געגעבן דעם רשות ממשיך צו זיין מיט'ן בויען.

ירידת יעקב אבינו למצרים
יעקב אבינו'ס אראפגיין קיין מצרים, איז א הכנה אויף אונער גלות, גלות אדום, וואס פונקט ווי דער ירידה איז געקומען דורך די בני יעקב אליינס וואס האבן פארקויפט יוסף קיין מצרים, און יעקב אבינו איז אראפ געגאנגען אהין כדי זיך צו ראטעווען פונעם הונגער, אזוי אויך האט זיך די שליטה פון די רומיים אין ארץ ישראל זיך אנגעהויבן ווען די צוויי ברידער הורקנוס און אריסטובולוס (קינדער פון ינאי המלך, זוהן פון יוחנן בן שמעון בן מתתיהו בן יוחנן כה"ג) האבן זיך ארום געקריגט אויף די מלוכה, און הורקנוס האט געבעטן הילף פון די רוימער וואס האבן איהם ארויס געהאלפן וויסנדיג אז ער איז א שוואכער, און אזוי וועלן זיי האבן א שליטה אויף ארץ ישראל. און אזוי אויך אגריפס המלך האט זיך פארלאזט אויף די הילף פון די רוימער, און ביי איינע פון זיינע באזוכן אין אוים האט מען איהם פאגיפטיגט און גע'הרג'עט, וואס דאס האט צום סוף צו געברענגט דעם חורבן הבית.

אבער פונקט אזוי ווי נאך יעקב אבינו'ס פטירה האט מען איהם ארויף געברענגט קיין ארץ ישראל בכבוד גדול, מיט באגלייטונג פון א גרויסע מיליטער, עד כדי כך אז עס האט ווי געטוהן פאר די מצריים די גרויסע כבוד וואס יעקב האט געהאט, ביז די כנענים האבן געזאגט (נ, יא) אֵבֶל כָּבֵד זֶה לְמִצְרָיִם, אזוי אויך וועט זיין נאך וואס די אידן וועלן זיך שוין מייאש זיין פון די גאולה, וועט קומען די ישועת ה' און די גוים וועלן אונז באגלייטן קיין ארץ ישראל, און עס וועט זיי וויי טוהן די גרויסע כבוד וואס מיר וועלן זוכה זיין במהרה בימינו.


פגישת יעקב עם עשו
אויך דאס באגעגעניש צוויש יעקב מיט עשו איז געווען א הכנה אויף אונזער גלות, וואס האט זיך אנגעהויבן מיט די בני עשו, און דערפאר האט זיך עס אנגעהויבן מיט דעם וואס יעקב האט געשיקט שלוחים צו עשו, וואס ווי עס שטייט אין מדרש האט ער גאר מיט דעם דערמאנט עשו פון דעם אלטן שנאה, אזוי אויך איז די שליטה פון די בני עשו אין ארץ ישראל געקומען דורך דעם וואס די מלכי חשמונאי האבן געשיקט בעטן נאך זייער הילף.

און יעקב אבינו האט געמאכט א הכנה לדורות מיט דעם וואס (לב, ח-ט) וַיַּחַץ אֶת הָעָם אֲשֶׁר אִתּוֹ וְאֶת הַצֹּאן וְאֶת הַבָּקָר וְהַגְּמַלִּים לִשְׁנֵי מַחֲנוֹת. וַיֹּאמֶר אִם יָבוֹא עֵשָׂו אֶל הַמַּחֲנֶה הָאַחַת וְהִכָּהוּ וְהָיָה הַמַּחֲנֶה הַנִּשְׁאָר לִפְלֵיטָה', אז ווען עס וועט זיין א מלך וואס וועט מאכן צרות פאר אידן, וועט אייביג זיין א צווייטע פלאץ ווי די אידן וועלן לעבן רואיג ווי מ'וועט קענען אנטלויפן, און עס וועט קיינמאל נישט זיין א צרה אויף אלע מקומות ווי אידן וואוינען.

אזוי אויך זאגט דער מדרש, אז מיט דעם וואס יעקב אבינו האט געמאכט א ריוח בין עדר לעדר, האט ער אויס געפועלט אז עס זאל זיין א ריוח אפ צו אטעמען צווישן איין גזירה און דעם צווייטן.

און דאס זיך שלאגן מיט'ן מלאך וואס האט הימלישע כוחות און איהם מנצח זיין, איז געווען א הכנה לדורות אז אין די שווערסטע און גזירות און שמדות וואס די גויים וועלן גוזר זיין אויף אונז, וואס זיי זענען איבער די מענטשליכע כוחות, וועלן די אידן אייביג בלייבן פעלזן פעסט און זיך קענען האלטן קעגן דעם.

און דאס וואס יעקב אבינו האט געזאגט עַד אֲשֶׁר אָבֹא אֶל אֲדֹנִי שֵׂעִירָה, האט ער גמיינט דערמיט ווען עס וועט מקויים ווערן דעם (עובדיה א, כא) וְעָלוּ מוֹשִׁעִים בְּהַר צִיּוֹן לִשְׁפֹּט אֶת הַר עֵשָׂו וְהָיְתָה לַה' הַמְּלוּכָה, במהרה בימינו אמן.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”