גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

אחראי: יאנאש

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

צו די זאך האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 6:32 pm
דאס האב איך געשריבן פאר איינעם אין אישי:

און בכלל דארפסטו פארשטייין, אויף אן אמת, שלאגט מען זיך נישט אויף די גיידליינס, ווייל אזוי ווי די ריכטר ברענגט ארויס, זאגן זיי פשוט פשט פונעם געזעץ, און סאיז כמעט די זעלבע ווי אלע יארן, און קיינער האט נישט געהאט א פראבלעם די אלע יארן מיט די סאבדזשעקטס.

די עיקר פחד דא איז געווען, אז זיי האבן האבן זיך גענומען די אויטיריטעט, אריינצוקומען אינעם מוסד, און אינטיילן רעכסט און לינקס, און אפמאכן אויב מאינפארסירט די געזעץ, דאס איז געווען די גרעסטע סכנה,

און דאס איז ב״ה אנילירט געווארן.
זיי גייען ווייטער קענען אריין קומען אין א מוסד און זאגן אז מען לערנט נישט גענוג

סך הכל קענען זיי נישט אפשפארן די מוסד, נאר זיי קענען איינשפארן די עלטערן היל"ת....
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

SCR.jpg
SCR.jpg (385.55 KiB) געזען 6182 מאל
איך פארשטיי נישט פארוואס מען טענה'ט דא אז זיי קענען אוועקנעמען פאנדס פון די מוסדות.

עס שטייט דא בפירוש אז זיי קענען נישט באשטראפן דעם סקול מיט סיי וועלכע קאנסעקווענצן אויב די מוסד שטעלט נישט צו די פארלאנגטע לימודים, וויבאלד דאס איז נישט אויף די מוסד צו זיכער מאכן אז דער קינד באקומט די גאנצע סובסטענשל עקוויווילענט ערציאונג, נאר אויף די עלטערן.

עס שטייט ווייטער אז זיי קענען באשטראפן דעם סקול דיסטריקט און אוועק נעמען פאנדס, אויב די סקול דיסטריקט נעמט נישט קעיר אז די קינדער אין איר דיסטריקט באקומען אזא ערציאונג, אבער דער סקול דיסטריקט קען ווייטער נישט באשטראפן די מוסדות, ווייל ווי געזאגט זענען זיי נישט דער וואס דארף דאס צושטעלן, נאר די עלטערן. סא לו יצויר זיי זעען אז אין א געוויסע סקול דיסטריקט נעמט מען נישט קעיר אז די קינדער פון יענעם דיסטריקט באקומען די פארלאנגטע ערציאונג, קענען זיי שטראפן דעם דיסטריקט אדער די עלטערן דיירעקט.

און לכאורה האבן זיי נישט קיין וועג דאס נאכצוגיין, ווייל אויב זאלן זיי קוקן אויף די טעסטס, קענען זיי אפהאלטן פון אלע פאבליק סקולס אויכעט, ווייל עס איז באקאנט די גאר שוואכע טעסט ראטעס פון אסאך סקולס דורכאויס דעם סטעיט, וואס אסאך קומען אן צו ממש אין די פופציגער אדער ווייניגער אפילו ביי די טעסט רעזולטאטן.
לעצט פארראכטן דורך עפעס אנדערש אום זונטאג מארטש 26, 2023 12:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

עפעס אנדערש האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 12:46 am
SCR.jpg
איך פארשטיי נישט פארוואס מען טענה'ט דא אז זיי קענען אוועקנעמען פאנדס פון די מוסדות.

עס שטייט דא בפירוש אז זיי קענען נישט באשטראפן דעם סקול מיט סיי וועלכע קאנסעקווענצן אויב די מוסד שטעלט נישט צו די פארלאנגטע לימודים, וויבאלד דאס איז נישט אויף די מוסד צו זיכער מאכן אז דער קינד באקומט די גאנצע סובסטענשל עקוויווילענט ערציאונג, נאר אויף די עלטערן.

עס שטייט ווייטער אז זיי קענען באשטראפן דעם סקול דיסטריקט און אוועק נעמען פאנדס, אויב די סקול דיסטריקט נעמט נישט קעיר אז די קינדער אין איר דיסטריקט באקומען אזא ערציאונג, אבער דער סקול דיסטריקט קען ווייטער נישט באשטראפן די מוסדות, ווייל ווי געזאגט זענען זיי נישט דער וואס דארף דאס צושטעלן, נאר די עלטערן. סא לו יצויר זיי זעען אז אין א געוויסע סקול דיסטריקט נעמט מען נישט קעיר אז די קינדער פון יענעם דיסטריקט באקומען די פארלאנגטע ערציאונג, קענען זיי שטראפן דעם דיסטריקט אדער די עלטערן דיירעקט.

און לכאורה האבן זיי נישט קיין וועג דאס נאכצוגיין, ווייל אויב זאלן זיי קוקן אויף די טעסטס, קענען זיי אפהאלטן פון אלע פאבליק סקולס אויכעט, ווייל עס איז באקאנט די גאר שוואכע טעסט ראטעס פון אסאך סקולס דורכאויס דעם סטעיט, וואס אסאך קומען אן צו ממש אין די פופציגער אדער ווייניגער אפילו ביי די טעסט רעזולטאטן.
פאבליק סקול פאנדינג קען מען נישט אוועקנעמען, די רעגירונג מוז זיכער מאכן אז עס איז דא פאבליק סקולס אפילו אויב יעדע קינד באקומט א זיראו אויף אלע טעסטס, יעדע אמעריקאנע קינד מוז קענען האבן עפעס א סקול ווי זיי קענען גיין.

פריוואטע אינסטיטוציעס כדי זיי זאלן קענען באקומען געלט וואס איז באשטימט פאר עדיוקעישען קענען זיי נוצן די טעסטס נאכצוקוקן אויב מען גיבט טאקע די עדיוקעישען.
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 2:34 pm
דער פראבלעם איז אבער, אינעם לאו סוט האבן זיי טאקע ווי געזאגט אטאקירט די עצם געזעץ (substantially equivalent), אבער זייער נישט ריכטיג. אנשטאטס דערציילן פאר׳ן ריכטער אז כהיום קומען די מוסדות נאך די סטעיט געזעץ מיט די לימודים, און נאר מיט די גיידליינס פאלן די מוסדות ארויס, האבן זיי אינעם סוט געהאט טענות אויפן substantially equivalent טערמין, אז דאס איז דיסקרימאנעישן (ווי צוזאגן אז וועגן דעם קומען די מוסדות "נישט" נאך די געזעץ). איי פארוואס איז טאקע נישט געווען די קלאגע אז אונז קומען יא נאך דעם געזעץ, נאר די גיידליינס שטופן אונז אומגערעכטערהייט ארויס? קשיא...
ביזט זיכער אז נישט דאס איז געווען די טענה,? און דאס האט די ריכטערין געאורטיילט אז ווילאנג זי "מעג" פארלאנגען (אזוי שטייט אינעם געזעץ) זענען די רעגולאציעס סוכ"ס אין איינקלאנג מיטן געזעץ?

איי זי נוצט אויס די געזעץ צו דיסקרימינירן, נו דאס דארף ווארטן אויף א געלעגנהייט ווען זי וועט פאקטיש בפועל דיסקרימינירן
לעצט פארראכטן דורך פאליטישע עקספערט אום זונטאג מארטש 26, 2023 3:39 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 3:39 am
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 2:34 pm
דער פראבלעם איז אבער, אינעם לאו סוט האבן זיי טאקע ווי געזאגט אטאקירט די עצם געזעץ (substantially equivalent), אבער זייער נישט ריכטיג. אנשטאטס דערציילן פאר׳ן ריכטער אז כהיום קומען די מוסדות נאך די סטעיט געזעץ מיט די לימודים, און נאר מיט די גיידליינס פאלן די מוסדות ארויס, האבן זיי אינעם סוט געהאט טענות אויפן substantially equivalent טערמין, אז דאס איז דיסקרימאנעישן (ווי צוזאגן אז וועגן דעם קומען די מוסדות "נישט" נאך די געזעץ). איי פארוואס איז טאקע נישט געווען די קלאגע אז אונז קומען יא נאך דעם געזעץ, נאר די גיידליינס שטופן אונז אומגערעכטערהייט ארויס? קשיא...
ביזט זיכער אז נישט דאס איז געווען די טענה,? און דאס האט די ריכטערין געאורטיילט אז ווילאנג זי "מעג" פארלאנגען (אזוי שטייט אינעם געזעץ) זענען די רעגולאציעס סוכ"ס אין איינקלאנג מיטן געזעץ?

איי זי נוצט אויס די געזעץ צו דיסקרימינירן, נו דאס דארף ווארטן אויף א געלעגנהייט ווען זי וועט פאקטיש בפועל דיסקרימינירן

די ריכטער זאגט דאך קלאר אז די גיידליינס זענען אויסגעהאלטן געזעצליך. און אויב האסטו א טענה, האסטו א טענה אויפן עצם געזעץ. וואס אויף דעם זאגט זי עוד חזון למועד.

אויב וואלט די טענה געווען אז די ניצט אויס די געזעץ נישט ריכטיג, וואלט זי, לפחות געזאגט, אז די גיידליינס זענען אינטער פראגע צייכן.

איך וואלט זייער נייגעריג געווען וואס @געוואלד געשריגן האט צו זאגן אויף די חלק פון פאנדינג, ווייל אויב איז דאס ריכטיג איז עס נישט א הצלה פורתא, נאר א גאנצע הצלה במלוא מובן המילה. דאס מיינט אז זיי מעגן מאכן וואספארא גזירות נאר זיי שמעקט, די געיט איז אבער פארמאכט. דו קענסט אונז נישט מחייב זיין בכל אופן. דער פראבלעם איז אז עס איז כמעט זיכער נישט ריכטיג, ווייל די סטעיט ריכטער האט דא גע׳עקאוט די לאו. און די געזעץ איז אז פרייוועט סקולס קענען געניסן פון פאנדינג ווילאנג זיי זענען אן ליניע מיטן געזעץ. (איך האב נישט די גענוי טעקסט, אדרבה, ברענג עס אהער.) דאס יא, זיי האבן גענומען אוטארעטעט וואס זיי האבן נישט. און זיי קענען נישט פארשפארן סקולס, אדער אויספירן זייערע דעקלעראציעס וואס זיי סטראשען אין די גיידליינס.

אין אנדערע ווערטער, נישט געניסן פון די פאנדינג איז נישט קיין ״קאנסצעקווענסן״. פארקערט, ווער עס איז ליניע מיט די לאו, האט די ״בענעפיט״.


עטליכע פרעגן מיר אין אישי, אויב דאס וואס איך זאג ריכטיג, פארוואס האט די ריכטער נישט אליינס אויפגעברענגט דאס אז בעצם זענען מיר אינטערן געזעץ אין דיפאלט (ווייל די געזעץ אליינס לייגט דאך פאר סובדשעקטס, ווי מסביר געווען.) און מיט דעם אויסבעסערן די טענה פומעם די לאו סוט? ״די ריכטער איז דען אזא נער?״.

גוט געפרעגט, די תירוץ אויף דעם איז אז א ריכטער איז נישט דיין לעגאלע קאוטש. זיין פסק וועט אלעמאל אדרעסירט ווערן צו דיין קלעים, און וויזוי די סוט/מאשען איז אריינגעגעבן געווארן. זייער זעלטן אז א ריכטער זאל אריינגיין אין אנאליזן און רעדן ברייטער פונעם עצם קלאגע.

שנית, די ריכטער ווייסט נישט (אזוי צו זאגן) וואס אונזערע לימודים זענען. ווילאנג אונז טענה׳ן מיר נישט אז אונז זעמער איינשטומיג מיטן געזעץ, מיז זי דאס נישט וויסן..
לעצט פארראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום זונטאג מארטש 26, 2023 12:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

צו די זאך האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 6:32 pm
דאס האב איך געשריבן פאר איינעם אין אישי:

און בכלל דארפסטו פארשטייין, אויף אן אמת, שלאגט מען זיך נישט אויף די גיידליינס, ווייל אזוי ווי די ריכטר ברענגט ארויס, זאגן זיי פשוט פשט פונעם געזעץ, און סאיז כמעט די זעלבע ווי אלע יארן, און קיינער האט נישט געהאט א פראבלעם די אלע יארן מיט די סאבדזשעקטס.

די עיקר פחד דא איז געווען, אז זיי האבן האבן זיך גענומען די אויטיריטעט, אריינצוקומען אינעם מוסד, און אינטיילן רעכסט און לינקס, און אפמאכן אויב מאינפארסירט די געזעץ, דאס איז געווען די גרעסטע סכנה,

און דאס איז ב״ה אנילירט געווארן.

נישט ריכטיג.

די גאנצע גזירה האט זיך ״נישט״ אנגעהויבן ווייל זיי ״האבן זיך גענומען די אויטיריטעט, אריינצוקומען אינעם מוסד וכו׳. דאס איז אינגאנצן א האלבע יאר אלט.

עס האט זיך אנגעהויבן נאך ווען די גאווערמענט האט אונז מנוחה געלאזט, שוין זייט די צווייטע וועלט מלחמה. נאר די ערב רב פון כלל ישראל האבן די לעצטערע יארן זיך אנגעהויבן פארלייגן און לייגן דריק אויף די גאווערמענט, אז זיי פארסירן נישט די נוא יארק געזעץ אויף די פרייוועט סקולס.

ביז, די גאווערמענט (ליין: בארד אוו עדזשוקעישן) האט זיך ענדגילטיג געבראכן פאר זיי, מיט די יעצטיגע גיידליינס, וואס איז א גרויסער פראבלעם, און דערמיט געסטראשעט אריינצושטעלן די לאפעס אין די ת״ת.
רשעות קאלטע סעלצער
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

מיין פריוואטער אנאליז:
די קאנסטיטושענל רעכטן איז צוטיילט אין צוויי
א' צו בעצם האט די די או אי א רעכט: דאס ווערט בכלל נישט אויסגעפסקענט און דער שופט שטעלט קלאר אז דאס איז נישט א חלק פונעם דיון
ב' אויב די גיידליינס זענען אנקאנסטיטושענל: דהיינו: אויב מען איז קלאר אז בעצם איז די די או אי יא אויסגעהאלטן צו די פרטי הרעגולעשנס צו איז יענס אויסגעהאלטן אדער נישט:
דע האט דער שופט געזאגט אז עס גייט צוריק צום שורש הגעזעץ און אויף אזויפיל אז עס איז נאן-דיסקרימינטארי ממילא ווערט דער שאלה ווייטער נישט אויסגע'פסק'ענט
ג' בנוגע די חיובים פון די סקולס, דא האט סטעיט געכאפט א געזונטס והוא העיקר ווייל יעצט דארפן סקולס נישט קא-אפערירן
ד' אויב די סטעיט וויל איינעם צופיקסן קען עס מער נישט זיין אןיף א סקול/מוסד בעסיס און זיי וועלן מוזן ברענדגן אינדיווידועל קעיסעס אויב זיי הרבן א פראבלעם

איך קוק עס אן ווי א ריזיגע געווינס וואס האט גארנישט געטוישט אין מציאות פון די לעצטע הונדערט יאר און געלאזט די אלטע יאדער קעיס שאלה פון קאנסטיטושן ווייטער אומגע'פסק'נט
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

Jhon האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 12:14 am
ווערעצקי האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 8:44 pm
איז עס לכאורה א געוואלדיגע דערגרייכונג, הלכה למעשה. ווייל ביז יעצט האבן זיי געקענט רודפ'ן די אדמינסטראטארן פון די מוסדות, וועלכע זענען געווען אין זייער א ענגע פאזיציע, און געקענט ח"ו אונטערברעכן אונטער די אומגעהויערע דרוק פון די רעגירונג. אבער יעצט קענען זיין ס"ה נאכלויפן די עלטערן, וואס בדרך הטבע מיינט דאס אז זיי קענען גארנישט טוהן, אויסער לייגן "שטעכל דראטן" ארום גאנץ ברוקלין והגלילות.
ס'איז גארנישט אזוי פרייליך ווי די מאכסט עס, די ווייסט נישט וואס גאווערנמענט קען אלס, היל"ת, עלטערן פריוואט זענען אסאך שוואכער ווי מנהלי המוסדות, זעה וואס טיט זיך אין קאנאדע, נאר וואס דען אז אלע וועלן ארבעטן מיט איין כח צוזאמען מיט די רבנים און עהרליכע עסקנים קען ארויסקומען א ישועה
וואס טוט זיך אין קאנאדע ?
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

טשאדי ספעשל פאר דיר בנוגע פאנדינג
שווער צו זאגן וויאזוי דאס גייט זיך אויסקאכן און עס וועט זיכער האבן עפעס אן עפעקט אבער לכאורה נישט צו א גרויסע עפעקט ווייל די באלון האט געבאסט אויף אסאך חלקים כדלהלן:
בעצם פאנדינג איז דא עטליכע חלקים:
פאנדינג פאר עדיוקעשן פארן סקול
פאנדינג פאר די פאסיליטי וואס דער סקול איז סך הכל א שליח
דוגמא: לאנטש פראגראם
בעצם האט די לאנטשעס גארנישט מיט די סקולס. מיט די צייט איז אויסגעקומען אז חברה האבן אנגעהויבן פארפירן אז קינדער פון ארעמע פאמיליעס עסן נישט קיין לאנטש אין פובליק סקול בשעת דער געפעטשיעטער רייכער יונגל פרעסט דזשירקי מיט קיורד פיש ביי לאנטש און עס איז נישט פעיר
איז גיעקומען די רעגירונג און געזאגט געב לאנטש און איך וועל דיר באצאלן.
יעצט בעצם איז דער לאנטש דאס קינד'ס און האט גארנישט מיטן סקול נאר די סקול איז א פעסיליטי וואו עלידזשי\בעל קינדער זענען דארט לאנטש האוער און עסן דארט לאנטש.
וה"ה טרענספארטעשן . דאס קינד גייט צו א פעסיליטי וואו ער לערנט זאכן וואס ער דארף לערנען ביי לאו
די לינקע חברה האבן פרובירט אז די ערשטע זאך פארן זעהן א גרייצער דארף די פאסיליטי זיין א סקול און נאכדעם וועסטו קענען בעטן לאנטס וכו'
דאס גייט לכאורה מער נישט קענען זיין א תנאי קודם למעשה לויט דע פסק ווייל די סקול איז סך הכל א בעביסיטינג סערוויס און דעטס איט
יעצט אויב קינדער וואס זענען בעצם קוואליפיצרט פאר לאנטש און זענען אינעם סקול בנין ביי לאנטש פארוואס זאלן זיי נישט זיין קוואליפייד?
וואס וועט לכאורה מוזן געשען אויב דער פסק בלייבט גיליטיג עז איז אז פאנדינג וואס איז דירעקט פאר אן עדיוקעשענעל פראגראם לדוגמא טייטל וואן, בוקס, טוטארינג וכדומה גייען זיי קענען פארלאנגען עפעס למשל טייטל וואן גייען טיטשערס מוזן זיין סערטיפייד אבער פאר פראגרעמס וואס זענען נישט דירעקט פארבינדן מיט עדיוקעשן גייען זיי ווייטער מוזן געבן
די גרעסטע פייט גייט לכאורה זיין אויף טרענספארטעשן וואס איז אן "הכנה" פאר עדיוקעשן ווייל טראנספארטעשן צו א מתמידים איז נישט קוואליפיצירט
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

פראנט קאווער פון צייטונגען ביים פייערן די זיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

דער איד
unnamed - 2023-03-29T092756.548.jpg
unnamed - 2023-03-29T092756.548.jpg (147.8 KiB) געזען 4967 מאל
די צייטונג
unnamed - 2023-03-29T092744.383.jpg
unnamed - 2023-03-29T092744.383.jpg (80.29 KiB) געזען 4967 מאל
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

Screenshot 2023-04-03 115452.png
Screenshot 2023-04-03 115452.png (161.45 KiB) געזען 4959 מאל
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

והקב"ה מצילנו מידם:
ריכטערין קריסטינאַ ריבאַ אורטיילט אַז סטעיט האָט נישט קיין רעכט צו שליסן מוסדות התורה אָדער צווינגען עלטערן ארויסצונעמען קינדער, נאָך געלונגענע אָנקלאַגע פון פּערל"ס

אורטייל איז מבטל קריטישער טייל פון גזירת החינוך אַנולירנדיג די רעגולאַציע אַז א שולע וואָס איז נישט סאָבסטענשעל עקוויוועלענט איז נישט קיין שולע; ענדיגט אויטאָמאַטישע דראָאונגען מיט שטראָפן אויף די עלטערן אויב מוסדות קומען נישט נאך סטעיט פארשריפטן
בתלת הוי חזקה:
אשריכם גבורי חיל: עס איז שוין דאָס דריטע מאָל וואָס די פּערל"ס אָרגאַניזאַציע געפירט דורך די גרעסטע מוסדות התורה און עסקנים, בהתייעצות הרבנים שליט"א, באַווייזן צו באַזיגן די סטעיט עדיוקעישאָן דעפּאַרטמענט ב"ה

אָלבאַני, ניו יאָרק – פאָריגע וואָך דאָנערשטאָג פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, דער טאָג וואָס איז מסוגל פאַר ישועות פאַר כלל ישראל, אַרייטרעטנדיג אינעם חודש אשר ישועות בו מקיפות, און די פרשה וואָס מ'הייבט אָן לערנען מיט קינדער די תורה, ווי דער מדרש זאָגט יבואו טהורים ויתעסקו בטהורים, איז געקומען די גוטע בשורה אַז די חשוב'ע פּערל"ס אָרגאַניזאַציע האָט געזיגט אין מבטל זיין די קריטישסטע טיילן פון די גזירת החינוך, און האָט אַראָפּגענומען דעם געדוכטן וואָלקן אויפ'ן ערליכן חינוך, ווען סטעיט ריכטערין קריסטינאַ ריבאַ האט גע'פסל'ט דעם טייל פון די סטעיט עדיוקעישאָן דעפּאַרטמענט'ס גזירת החינוך וועלכע האָבן געלויטעט אַז זיי קענען באַצייכענען מוסדות אַז זיי קומען נישט נאָך דעם געזעץ און זענען נישט קיין סקולס, און דעריבער וועלן זיי צווינגען עלטערן ארויסצונעמען די קינדער פון דאָרט.
מיט איר אורטייל, האָט ריכטערין ריבאַ אייגענטליך מבטל געווען דער עיקר דראָאונג פון די נייע רעגולאַציעס, אַז אויב מוסדות התורה וועלן זיך נישט צושטעלן צו די סטעיט פאָדערונגען און וועלן אין זייערע אויגן נישט נאָכקומען דאָס געזעץ, קען דער מוסד נישט באטראכט ווערן אַלס אַ מוסד און עלטערן מוז'ן אַרויסנעמען די קינדער פונעם מוסד און זיי שיקן אין אַנדערע שולעס וואָס קומען יאָ נאָך דעם געזעץ, און אויב נישט האָט דער געזעץ געדראָעט די עלטערן אַז מ'וועט באַטראַכטן זייערע קינדער אַלס טרוענט, און די עלטערן וואָלטן אויטאָמאַטיש באַדראָעט געוואָרן מיט טרוענסי קנסות און טורמע. מיט די ענדע פון די דראָאונגען פון אויטאָמאַטישע שטראָפן, איז די געפאַר פון די גזירה מערסטנס בטל געוואָרן. מ'האָפט אַז דער אורטייל וועט בלייבן שטיין, און אויך די איבריגע טיילן פון די רעגולאַציעס זאָלן בטל ווערן.

די פאָרגעשלאָגענע רעגולאַציעס
פאָריגע וואָך איז געוואָרן אַ יאָר פון ווען די סטעיט האָט אַרויסגעלייגט די רעגולאַציעס וועלכע זענען געווען געצילט קעגן דעם ערליכן חינוך. די נייע רעגולאַציעס האָבן געזוכט אַרויפצולייגן רעגלמעסיגע אינספּעקציעס אויף אַלע פּריוואַטע שולעס – סיידן אויב זיי קוואַליפיצירן פאַר געוויסע אויסנאַמען, ווי זיי האָבן אַקרעדיטעישאָן, נעמען רידזשענטס אָדער טעסטס וועלכע זענען אַנערקענט דורך די סטעיט א.ד.ג. – דורכצוגיין אינספּעקציעס ביז 2-3 יאָר, און דערנאָך איין מאָל אין יעדע זיבן יאָר.
די אינספעקציעס וואָלטן איינגעשלאָסן אַז מ'וואָלט געדאַרפט צושטעלן קוריקולומס און אינפאָרמאַציע וואָס מ'לערנט אין די מוסדות, צו מ'לערנט אַרום צוועלף סאָבדזשעקטס, די סקעדזשועלס, ווי אַזוי מ'נעמט אויף טיטשערס און ווי אַזוי מ'באַשטעטיגט זייערע קוואַליפיקאַציעס און נאָך.
ווען אַ מוסד וואָלט געפינען געוואָרן אַז זיי זענען נישט סאָבסטענשעל עקוויוועלענט – דאס הייסט אַז זיי קומען נישט נאָך די אַלע נייע פאָדערונגען - אָדער דאָס זעלבע אויב אַ מוסד וואָלט נישט קאָאָפּערירט מיט די אינספּעקציעס אָדער פאַרלאַנג פאַר דאָקומענטן, וואָלטן זיי באַקומען זעכציג טעג צייט אויסצואַרבעטן אַ פּלאַן ווי אַזוי די שולע וועט יאָ אָנקומען צו די סטעיט פאַרלאַנגן. דער פּלאַן וואָלט געמוזט ברענגן די שולע נאָכצוקומען דעם געזעץ ביז שפּעטסטנס סוף די פאָלגנדע שולע יאָר.
און אויב דאָס פּאַסירט ווען נישט וואָלט דער מוסד באַצייכנט געוואָרן אַלס נישט סאָבסטענשעל עקוויוועלענט. מ'וואָלט דאָס געדאַרפט מעלדן פאַר די עלטערן און נאָך אַ קורצע צייט מוז'ן אַלע קינדער טראַנספערירט ווערן צו שולעס וואָס זענען יאָ באַשטעטיגט אונטער'ן געזעץ. און אויב עלטערן איגנאָרירן די רעגולאַציעס און טראַנספערירן נישט די קינדער, האָבן די נייע רעגולאַציעס געהאַט אַ ספּעציעלע אָפּטיילונג וואָס רעכנט אויס "שטראָפן און פאָרסירונגען":
"סיי וועלכע פאַרלעצונג פון די געזעץ-פאַרלאַנגטע עדיוקעישאָן פאָרשריפטן וועלכע זענען אין אַרטיקל 65 פון די עדיוקעישאָן געזעץ זענען אויסגעשטעלט צו שטראָפן וועלכע זענען אַרויסגעשריבן אין די עדיוקעישאָן געזעץ 3233." יענער געזעץ לויטעט אַז עלטערן וואָס שיקן נישט זייערע קינדער אין שולעס וועלכע האָבן אַ סאָבסטענשעל עקוויוועלענט חינוך, קומט זיך פאַר יעדע ערשטע פאַרלעצונג אַ שטראָף נישט העכער פון צען דאָלאַר אָדער צען טעג טורמע; און יעדע ווייטערדיגע פאַרלעצונג אַ שטראָף נישט מער ווי פופציג דאָלאַר אָדער טורמע נישט מער ווי דרייסיג טעג, אָדער ביידע – אַ געלט שטראָף און טורמע.
דאָס הייסט, אַז אונטער די רעגולאַציעס וואָלט'ן עלטערן וואָס שיקן די קינדער אין אַ מוסד וואָס איז באַצייכנט געוואָרן נישט עקוויוועלענט אויטאָמאַטיש באַטראַכט געוואָרן ווי זיי ברעכן דעם געזעץ, און עס וואָלט געדראָעט די עלטערן טורמע ח"ו.
ווי מ'געדענקט האָט פּערל"ס – מיט די הילף פון אַ רייע אָרגאַניזאַציעס און מוסדות התורה - נאָך דעם פאָרשלאַג פון די רעגולאַציעס, אָרגאַניזירט אַ מאַסיווע קאָמענטאַרן קאַמפּיין. די סטעיט האָט דאַן אַריינבאַקומען אַ מאַסיווער שטראָם פון אַן ערך פון 350,000 קאָמענטאַרן, די איבערוויגנדע מערהייט דערקעגן. אויך האָט מען פּרובירט נאָך אַ רייע מיטלען צו אינטערווענירן ביי זיי צוריקצוטרעטן פון די גזירה.
למעשה האָט די באָורד אָוו רידזשענטס ליידער גלייך נאָכ'ן זומער געשטימט צו אַדאָפּאַטירן די רעגולאַציעס, איגנאָרירנדיג די ריזיגע צאָל געבעטן און קאָמענטאַרן דערקעגן.

די הויפּט פּראָבלעמען אין די נייע רעגולאַציעס
די נייע רעגולאַציעס האָבן הויפּטזעכליך צוגעלייגט צוויי יסודות'דיגע פּראָבלעמען קעגן דעם אַלטן סאָבסטענשעל עקוויוועלענט געזעץ, וועלכע גייט שוין צוריק מער ווי 125 יאָר.
דער אַלטער געזעץ האָט נישט קלאָר אַרויסגעשריבן וואָס סאָבסטענשעל עקוויוועלענט מיינט. עס איז שוין טאַקע געווען פאַר יאָרן 'גיידענס' אויף די סטעיט עדיוקעישאָן דעפּאַרטעמנט וועבסייט וועלכע האָבן געזאָגט אַז מ'דאַרף לערנען די אַלע סאָבדזשעקטס וואָס מ'לערנט אין די פּובליק סקולס, אָבער דאָס איז נישט געווען קיין פאָרמעלע רעגולאַציע. מ'האָט געקענט זיך שטעלן אַז קינדער וואָס לערנען אַנדערע לימודים וואָס שאַרפן דעם קאָפּ, קומען אויך נאָך דעם געזעץ, ווילאַנג זיי קענען די בעיסיק שפּראַך, מאַטעמאַטיקס א.ד.ג.
די הויפּט צרה איז געווען אַז די סטעיט וואָלט אַריינגעקומען אינספּעקטירן אַלע מוסדות ביז עטליכע יאָר און דערנאָך יעדע זיבן יאָר און קאָנטראָלירט יעדן מוסד גענוי וואָס מ'לערנט און אויב מ'קומט נאָך דעם געזעץ.
ווער ס'קען אביסל ביוראָקראַטיע ווייסט אַז צו באַקומען אַ פאָרמעלע באַשטעטיגונג אַז מ'איז פולקאָם אויסגעהאַלטן אונטער'ן געזעץ איז פילפאַכיג שווערער ווי אַ פּאַסיווע אַנערקענונג אַז מ'קומט נאָך דעם געזעץ. ביז היינט איז יעדער מוסד באַטראַכט געוואָרן געזעצליך, סיידן עס איז אַריינגעקומען אַ קאָמפּלעינט האָט זיך אָנגעהויבן פראַגעס און איבערזיכטן (וואָס עטליכע צענדליגער מוסדות האַלטן איצט אינמיטן אַזאַ איבערזיכט באַזירט אויף אַ קאָמפּלעינט פון נאָנט צו אַכט יאָר צוריק). אונטער די רעגולאַציעס, וואָלט געווען פאַרקערט, יעדער מוסד וואָלט געדאַרפט אויפווייזן אַז מ'קומט נאָך די פאָרשריפטן, און אויב נישט, איז מען אומגעזעצליך און די עלטערן וואָלטן פאַראָרדענט געוואָרן אַרויסצונעמען די קינדער און אויב נישט וואָלטן זיי אויטאָמאַטיש געוואָרן אויסגעשטעלט צו שטראָפן.

די פּערל"ס אָנקלאַגע
ערב סוכות האָט פּערל"ס – פאַרטרעטן דורך איינע פון די סאַמע בעסטע לאָיערס אין ניו יאָרק, ר' אבי שיק, און נאָך אויסגערופענע יוריסטן פון די טראַוטמאַן פּעפּער גרופּע – אַריינגעטראָגן אַן אָנקלאַגע אין געריכט צו פסל'ען די רעגולאַציעס.
די אָנקלאַגע האָט געזוכט סיי צו אַנולירן די פאַרלאַנגן אַז מוסדות התורה זאָלן מוזן לערנען די אַלע סאָבדזשעקטס וואָס זענען אויסגערעכנט אין די רעגולאַציעס, און סיי צו ענדיגן די אינספּעקציעס און דראָאונגען אויב חלילה מ'קומט נישט נאָך זייערע פאָדערונגען.
צווישן די טענות, איז געווען אז די רעגולאַציעס וועלן פאַקטיש בלויז צילן ישיבות מיט אינספּעקציעס, און א פאַרלאַנג אויפצואווייזן אַז זיי לערנען מער ווי 20 סאָבדזשעקטס אין די ענגלישע שפּראַך – אין די צייט ווען אַנדערע שולעס האָבן באַקומען ספּעציעלע אויסנאַמען - פאַרלעצט דאָס די סטעיט געזעץ, וואָס ערלויבט נישט דורכפירן רעגולאַציעס וועלכע צילן דירעקט אַ געוויסע קאַטעגאָריע, ספּעציעל אַז עס צילט קעגן איין רעליגיע.
אויך האָט עס גע'טענה'ט אַז די עדיוקעישאָן דעפּאַרטמענט האט נישט עכט דורכגעטאָן און זיך גערעכנט מיט די מער ווי 300,000 קאָמענטאַרן קעגן די רעגולאַציעס וואָס זיי האָבן באַקומען, ווייל זיי האָבן שוין פון פריער באַשלאָסן דורכצופירן די גזירה. דאָס איז אַ פאַרלעצונג פון די ניו יאָרק סטעיט פּראָצעדור ווי אַזוי מ'דאַרף דורכפירן רעגולאַציעס (באַוויסט אַלס סאַפּ"אַ).
אויך האָט די אָנקלאַגע אָנגעוויזן אַז די סטעיט'ס רעגולאַציעס שטעלט אַרויף אַ פאַרלאַנג אַז יעדער מוסד מוז באַקומען אַ באַשטעטיגונג צו עקזיסטירן. אין פאַקט, באַדייט דאָס אַז דער מוסד מוז באַקומען אַ לייסענס צו מעגן זיין אָפען, טראָץ וואָס עס טראָגט נישט דעם נאָמען לייסענס. דאָס איז קעגן אַ 1948 אורטייל פונעם העכסטן געריכט אין ניו יאָרק סטעיט, די קאָורט אָוו אַפּיעלס, וועלכע האָט גע'פסל'ט אַ פאַרזוך צו פאַרלאַנגן אַז פּריוואַטע שולעס זאָלן זיך רעגיסטרירן, און אַז זייער לערן פּראָגראַם דאַרף ווערן איבערגעקוקט און באַקומען אַ לייסענס צו קענען זיין אָפען.
אויך האָט גע'טענה'ט די לאָוסוט, אַז דער נייער געזעץ פאַרלעצט די קאָנסטיטוציאָנעלע רעכטן: דער ערשטער אַמענדמענט און די ניו יאָרק קאָנסטיטוציע וואָס פאַרבאָט צו מאַכן אַ געזעץ וואָס שטערט רעליגיע דורך פּרובירן אַריינצורעדן וויפיל צייט מ'קען לערנען מיט די קינדער תורה און ווען מ'דאַרף לערנען אַנדערע זאַכן. ווי אויך פאַרלעצט עס די "פרייהייט פון שפראַך", און דער פערצענטער אַמענדמענט אַז יעדער מענטש דאַרף ערלויבט ווערן צו פּראַקטיצירן זייערע אויסוואַלן, און מ'טאָר נישט צונעמען די פרייהייטן אָן קיין יושר'דיגן פּראָצעדור.
די געריכט פּאַפּירן האָבן אויך אָנגעוויזן אַז דער געזעץ דיסקרימינירט דירעקט קעגן ישיבות אין אַ רייע וועגן, אַריינגערעכנט מיט דעם וואָס עס צווינגט אַז אַלע סאָבדזשעקטס מוזן געלערנט ווערן אין ענגליש. צוליב דעם שפּראַך פאַרלאַנג רעכענען זיי זיך בכלל נישט מיט די געוואַלדיגע חינוך וואָס קינדער באַקומען פון לימודי קודש, הוויות דאביי ורבא, וואָס דאָס שאַרפט אויס דעם קאָפּ און ציעט אויף ערזעצענע קלוגע מענטשן. אין קאָנטראַסט, ווייזט עס אָן אַז די ניו יאָרק סטעיט עדיוקעישאָן דעפּאַרטמענט האָט אין די לעצטע יאָרן ערלויבט און געמוטיגט הונדערטער פּובליק און רעגירונג-קאָנטראָלירטע שולעס צו לערנען אַ גרויסן טייל פון זייער צייט – ביז 90 פּראָצענט – אין פרעמדע שפּראַכן.

טענה אַז סטעיט קען נישט רעגולירן מוסדות נאָר עלטערן
דורכאויס די פּערל"ס טענות האָט דער לאָיער מר. שיק פיל מאָל אויפגעברענגט אַז די נייע רעגולאַציעס איז אַ יסודות'דיגער טויש פון ביז היינט אין וועמענס פליכט עס איז צו פאַרזיכערן אַז קינדער באַקומען אַ גוטע ערציאונג. אַנשטאָט וואָס ביז היינט האָט די סטעיט נישט געהאַט קיין שום קאָנטראָל אויף פּריוואַטע שולעס, און אויב עפּעס האָבן נאר די עלטערן געדארפט איינהאלטן די ניו יארק סטעיט געזעץ אז זיי מוז'ן פארזיכערן אז זייערע קינדער באקומען די פאַרלאַנגטע עדיוקעישאָן, לעומת זה, ווילן די נייע רעגולאַציעס אונטערוואַרפן די שולעס אונטער די סטעיט אויפזיכט, און עס וויל זיי געבן די רעכט צו פארשפארן פריוואטע שולעס.
פאָלגענד איז אַן אויסצוג פון די געריכט פּאַפּירן איבער די טעמע:
"פודאַמענטאַל, טוען די נייע רעגולאַציעס ראַדיקאַל טראַנספאָרמירן די באַציאונג צווישן די סטעיט און די נישט-פּובליק שולעס, איבערהויפּט ישיבות. די סאָבסטענשעל עקוויוועלענסי סטאַנדאַרט איז געווען אַ טייל פון די עדיוקעישאָן געזעץ פאַר מער ווי 125 יאָר. עס איז געווען אַן עלעמענט פון די קאָמפּולסאָרי עדיוקעישאָן פליכט וואָס אַלע עלטערן האָבן פאַר זייערע קינדער. עס איז דירעקטירט אויף עלטערן, נישט שולעס, און צוליב די סיבה איז עס אייניג גילטיג פאַר קינדער מיט וועלכע מ'לערנט אינדערהיים (האָומ-סקולינג). אין איינקלאַנג מיט די פאַרשטענדעניש, האָט בלויז ביז עטליכע יאָר צוריק SED'ס פּובליצירטע גיידענס אַנערקענט אַז עס 'האָט נישט קיין שום דירעקטע אויטאָריטעט איבער אַ נישט-פּובליק סקול'," האָט געלויטעט דער צווייטער פּאַראַגראַף אין די מעמאָראַנדום אָוו לאָו אַריינגעגעבן אַלס טייל פון די אָנקלאַגע.
"די רעאַגירער (די סטעיט) פּרובירט אומריכטיג אויסצומיידן לעגאַלע איבערזיכט דורך נאָכאָנאַנד אָנגעבן אַז די נייע רעגולאַציעס 'לייגן נישט אַרויף קיין שום נייע ערנסטע פאָרשריפטן אויף נישט-פּובליק שולעס איבער זייער פליכט צו צושטעלן סאָבסטענשעלי עקוויוועלענט ערציאונג פאַר זייערע סטודענטן," האָט דער לאָיער געזאָגט. "בעת די קאָמפּולסאָרי עדיוקעישאָן געזעץ האָט לאַנג פאַרלאַנגט עלטערן צו פאַרזיכערן אַז קינדער באַקומען אינסטרוקציעס וועלכע זענען סאָבסטענשעל עקוויוועלענט צו די לאָקאַלע פּובליק שולעס, טוען די נייע רעגולאַציעס פשוט אַרויפלייגן שטאַרק נייע פאָרשריפטן אויף נאָן-פּובליק שולעס." (ד.ה. עס לייגט אַרויף דעם פליכט אויפ'ן מוסד, אַנשטאָט אויף די עלטערן).
די טענה איז פיל מאָל אַרויפגעברענגט געוואָרן דורכאויס די געריכט פּאַפּירן.

דער אורטייל
מיט עטליכע וואָכן צוריק, ווי באַריכטעט אין 'וואכנשריפט', האָט די ריכטערין, קריסטינאַ ריבאַ, אָפּגעהאַלטן אַ הירינג איבער די קעיס, וואו זי האָט אַרויסגעוויזן אַ שטאַרקע אינטערעסע און מר. שיק'ס טענות, איבערהויפּט האָט זי גערעדט מיט מר. שיק איבער די האָומסקולינג רעגולאַציעס און ווי אַזוי עס איז אַנדערש פון די נייע סטעיט רעגולאַציעס, און נאָך. זי האָט דאַן געגעבן פאַר ר' אבי שיק אַרום דאָפּעלט צייט ווי אָריגינעל געפּלאַנט, וואָס האָט אָנגעדייט אַז זי נעמט ערנסט די קעיס. דאָך איז געווען זייער שווער פאָראויסצוזאָגן די קעיס.
ווי געזאָגט, איז פאָריגע וואָך דאָנערשטאָג אַרויסגעקומען דער אורטייל. אין 21 בלעטער, האָט די ריכטערין רעאַגירט צו די פאַרשידענע מאָושענס און טענות אין די קעיס. אין סך הכל האָט די ריכטערין געשאָנקן אַ מאַסיוון געווינס פאַר'ן ערליכן ציבור, דורך אַרויסנעמען דעם אומגעזעצליכן שטעקן פון די נייע רעגולאַציעס, אורטיילנדיג אַז די סטעיט האָט נישט קיין רעכט צו אורטיילן אַז שולעס וואָס זענען נישט סאָבסטענשעל עקוויוועלענט זענען אומגעזעצליך און מוזן זיך שליסן, און אַז די עלטערן מוזן אַרויסנעמען די קינדער פון דאָרט.
"עס איז נישט פאַראַן קיין שום פּראָוויזיע אין די קאָמפּולסאָרי עדיוקעישאָן געזעץ וועלכע פאַרלאַנגט פון עלטערן גענצליך אַרויסצונעמען זייערע קינדער פון נישט-פּובליק שולעס וועלכע פאַרפולן נישט אַלע זייערע סאָבסטענשעל עקוויוועלענסי פאָדערונגען. עס איז אויך נישטאָ קיין שום פּראָוויזיע פון די קאָמפּולסאָרי עדיוקעישאָן געזעץ וואָס פאַרלאַנגט פון נישט-פּובליק שולעס צו שליסן זייערע טירן אויב עס קומט נישט נאָך יעדע איינציגע קריטעריע פון די סאָבסטענשעל עקוויוועלענסי פאָרשריפטן," האָט זי געשריבן.
אַנשטאָט, קענען עלטערן אַליין באַשליסן פון וואו און ווי אַזוי זייערע קינדער זאָלן לערנען וואָס די סטעיט פאַרלאַנגט - אינדערהיים, אין אַ פּריוואַטע שולע אָדער אין אַ קאָמבינאַציע דערפון, האָט די ריכטערין געזאָגט.
ממילא, קען די סטעיט נישט אויטאָמאַטיש באַטראַכטן אַז עלטערן וואָס שיקן קינדער אין נישט-עקוויוועלענט שולעס אַלס פאַרברעכער וועלכע זענען אויטאָמאַטיש אויסגעשטעלט צו שטראָפן, אַזוי ווי די אַלטע רעגולאַציעס האָבן געלויטעט. אויב עפּעס, אין ערגסטן פאַל, קענען זיי פרעגן די עלטערן ווי אַזוי זיי סומפּלעמענטירן דאָס וואָס דאָס קינד לערנט אינעם מוסד (וואָס איז די זעלבע פראַגע וואָס עלטערן וואָס שיקן די קינדער אין סקולס וואָס זענען בכלל נישט איינגעשריבן אין ערגעץ קענען אויסשטיין).
דער פאַקט אַז אַ מוסד וואָס פאַלט דורך די אינספּעקציעס ווערט נישט אויטאָמאַטיש באַטראַכט אַלס אומלעגאַל און די עלטערן ווערן נישט זאָפאָרט פאַראָרדענט אַרויסצונעמען די קינדער אָדער אויסשטיין שטראָפן, איז אַ העכסט פּאָזיטיווער אורטייל און מ'שטייט איצט ביים בעסטן פּונקט פון די לעצטע אַכט יאָר, וואָס די גזירת החינוך לויערט אויף כלל ישראל.
דער אורטייל האָט נישט בלויז אָפּגעוואָרפן די רעגולאַציעס, נאָר מ'שטייט בעסער ווי מ'איז געשטאַנען בעפאָר די רעגולאַציעס. ווייל ביז איצט איז געווען אָנגענומען אַז אַ שולע קעגן וועלכע עס איז דאָ אַ קאמפּלעינט מוז אויפווייזן אַז זיי לערנען יאָ די סאָבדזשעקטס, און אַז נישט מוזן די קינדער אַרויסגענומען ווערן פון די שולע אָדער קענען זיי באַטראַכט ווערן אַלס טרוענט. לויט דער נייער אורטייל איז דאָס אויך נישט ריכטיג. די שולע מוז בכלל נישט צושטעלן אַלע לימודים, און דאָס מאַכט עס נישט אויטאָמאַטיש אויס שולע, און די עלטערן קענען נישט אויטאָמאַטיש אויסשטיין שטראָפן.

אַנטוואָרט אויף די איבריגע טענות
די ריכטערין האָט אין איר אורטייל נישט אָנגענומען די טענה אַז די סטעיט האָט נישט קיין רעכט צו לערנען די אַלע סאָבדזשעקטס. אויף די טענה האָט זי אָנגענומען וואָס די SED האָט גע'טענה'ט אַז עס איז נישט קיין נייע פאָדערונג, נאָר דאָס האָט אַלץ באַדייט סאָבסטענשעל עקוויוועלענט, אַז מ'דאַרף לערנען די אַלע סאָבדזשעקט.
עס דאַרף באַטאָנט ווערן אַז מיט יאָרן צוריק איז שוין אַריינגעטראָגן געוואָרן אַן אָנקלאַגע דורך די 'מלאכים' קעגן דאָס פאַרלאַנגן צו זיין סאָבסטענשעל עקוויוועלענט, און דער געריכט האָט אָפּגעוואָרפן זייער אָנקלאַגע, און עס איז דאַן געגאַנגען ביז'ן סופּרים קאָורט. אַזוי אויך זענען אַנדערע קעיסעס קעגן די סאָבסטענשעל עקוויוועלענס געזעץ אָפּגעוואָרפן געוואָרן. עס וואָלט געווען זייער שווער צו געווינען אַן אורטייל קעגן אַ געזעץ וואָס איז שוין אין קראַפט 125 יאָר. דעריבער איז די פּערל"ס אָנקלאַגע געווען באַזירט צו זאָגן אַז די רעגולאַציעס גייען ווייטער ווי דער עצם געזעץ, וואָס די ריכטערין האָט נישט אָנגענומען.
די ריכטערין האָט אויך אַנטזאָגט אָנצונעמען די טענה אַז דער געזעץ קומט נישט נאָך די פאָרשריפטן ווי אַזוי מ'דאַרף דורכפירן נייע רעגולאַציעס, וויבאַלד די סטעיט האָט זיך נישט עכט גערעכנט מיט די קאָמענטאַרן, זאָגנדיג אַז זיי מוזן עס בלויז אַנערקענען, אָבער מוזן נישט אָננעמען די קאָמענטאַרן. (דער ציל פון די טענה איז געווען אָנצוקומען צו דיסקאָווערי, וואו מ'וואָלט געקענט אויספרעגן באַאַמטע איבער אינערליכע פאַרהאַנדלונגען און אַז זיי האָבן דוקא נישט געוואָלט טוישן געוויסע פּונקטן כדי צו קענען דורכפירן די רעגולאַציעס וואָס שנעלער. אבער, אַזוי ווי די ריכטערין האָט ממילא אַרויסגעשליידערט דער הויפּט שטעקן פונעם געזעץ, איז דאָס אַ פיל שטערקערער געווינס).
די ריכטערין האָט געזאָגט אַז דערווייל קען זי נישט דן זיין אויף די אַנדערע טיילן פונעם געזעץ, וועלכע פּערל"ס האָט גע'טענה'ט אַז זיי צילן דירעקט קעגן מוסדות מיט פאַרלאַנגן שטרענגערע אינספּעקציעס א.ד.ג. זי האָט אָנגעוויזן אויף אַ לעגאַלע דאָקטאָרינע אַז ווען מ'פאַרמעסט זיך קעגן אַ געזעץ מוז זי באַטראַכטן די מערסטע פּאָזיטיווע מעגליכקייטן ווי אַזוי די רעגירונג קען עס דורכפירן. ממילא, האָט זי געזאָגט אַז אין טעאָריע, קען זיין אַז ישיבות וועלן נישט ווערן דיסקרימינירט א.ד.ג. אויב למעשה שטעלט זיך טאַקע אויס אַז בלויז ישיבות ווערן געצילט מיט'ן געזעץ, און מ'באַגייט זיך קעגן זיי שטרענגער ווי אַנדערע שולעס, קען מען דאַן צוריקקומען אין געריכט און קלאָגן דערוועגן, האָט זי געזאָגט.


וואָס ווייטער?
איצט איז די פראַגע, וואָס איז ווייטער? די ערשטע פראַגע איז, וועט די סטעיט אַפּעלירן דעם געזעץ?
דערווייל האָט די סטעיט געגעבן אַ פּאַרווע סטעיטמענט איבער'ן אורטייל, און נישט אָנגעדייט אויב זיי וועלן עס אַפּעלירן. די יאַפע"ד אַנטי-ישיבה גרופּע האָט אויסגעדרוקט אַנטוישונג אַז דער אורטייל האָט אַוועקגענומען די פאָסירונג מעכאַניזם דורכצופירן די גזירה, און האָט "אַרויסגעצויגן דעם טעפּיך פון אונטער דיין פיס ווי אַזוי עס צו מאַכן פּאַסירן (דורכצופירן זייער פאַרזוך ח"ו צו צווינגען טוישן אינעם חינוך, היל"ת)," האָבן זיי געזאָגט אין אַ סטעיטמענט.
אויך איז דאָ זאָרג אַז עס זאָל נישט אויפקומען קיין געזעצן אין אָלבאַני וואָס זאָלן פּרובירן צו געבן די SED די מעגליכקייט צו רעגולירן שולעס (עטליכע אַזעלכע געזעץ פאָרשלאַגן זענען אַריינגעטראָגן געוואָרן אין די פאַרגאַנגענהייט).
למעשה, מיט דעם שטאַרקן זיג איז דאָ אַ שטאַרקע האָפענונג אַז די לעגיסלאַטור און די סטעיט רעגירונג וועט מער נישט זוכן זיך איינצורייסן און חלילה פּרובירן צו דיקטירן דעם ערליכן חינוך.
דריטנס, בלייבט צו זען אויב די SED וועט פּרובירן דורכצופירן נאָך רעגולאַציעס און אַנדערע אופנים ווי אַזוי צו פאָרסירן דעם געזעץ. אָבער דער איצטיגער אורטייל באַגרעניצט זייער שטאַרק זייער מעגליכקייט ווי אַזוי עס צו פאָרסירן.
בעת מ'דאַרף געבן אַ הודאה על העבר אויף דעם שטאַרקן געווינס, דאַרף מען ווייטער מתפלל זיין אַז עס זאָלן בטל ווערן די מזימות רשע וועלכע וויל ח"ו אונטערגראָבן דעם ערליכן חינוך, און אַרבעטן השכם והערב צו העצן קעגן דעם ערליכן חינוך און צו שטופּן פרישע גזירות.

בתלת הוי חזקה:
פּערל"ס: אַ חזקה פון דערפאָלגרייך פאַרטיידיגן דעם ערליכן חינוך
אין סך הכל, האָט די פּערל"ס אָנקלאַגע אָפּגעצייכנט אַ מאַסיוון זיג בעז"ה קעגן די הויפּט דראָאונגען פון חלילה נעמען שריט צו צווינגען צו טוישן דעם ערליכן חינוך, אַדאַנק די אַרבעט פון די געטרייע עסקנים פון פּערל"ס. דאָס איז שוין אַ חזקה, צום דריטן מאָל וואָס די אָרגאַניזאַציע באַווייזן אָפּצוקעמפן די פאַרזוכן פון די SED דורכצופירן די ביטערע גזירה אויפ'ן חינוך.
פּערל"ס איז פאַקטיש די אָרגאַניזאַציע וועלכע זענען שוין עטליכע מאָל אַריין אין געריכט איבער דעם גזירת החינוך און האָבן שוין איצט ב"ה באַוויזן אָפּצוקעמפן דעם דריטן פאַרזוך פון די סטעיט עדיוקעישאָן דעפּאַרטמענט דורכצופירן די גזירת החינוך.
צום ערשטן מאָל, האָט די זעלבע סטעיט ריכטערין, קריסטינאַ ריבאַ, אָפּגעוואָרפן מיט פיר יאָר צוריק דער פאַרזוך פון די SED דורכצופירן נייע גיידליינס אויף די אייגענע האַנט, וואָס וואָלט דיקטירט גענוי וויפיל שעות יעדער מוסד דאַרף לערנען וועלכע סאָבדזשעקטס און נאָך. דאַן האָט זי געגעבן גערעכט פאַר פּערל"ס אַז דער געזעץ איז נישט נאָכגעקומען דער לעגאַלער וועג ווי אַזוי מ'דאַרף דורכצופירן אַ געזעץ. יענער אורטייל איז אויך אַרויסגעקומען אין חודש ניסן, י"ג ניסן תשע"ט, ערב בדיקת חמץ.
די צווייטע מאָל איז געווען ווען די סטעיט האָט צוריקגעצויגן די ערשטע פאַרזוך דורכצופירן רעגולאַציעס, נאָכ'ן באַקומען איבער 140,000 קאָמענטאַרן אָרגאַניזירט דורך פּערל"ס. חמשה עשר בשבט תש"פ האָט די רידזשענטס געמאָלדן אַז זיי געבן אויף יענע רעגולאַציעס, און מ'גייט צוריק הערן פון אַלע סטעיקהאָולדערס בעפאָר זיי נעמען ווייטערדיגע שריט.
איצט, ראש חודש ניסן איז ב"ה אַרויסגעקומען דער שטאַרקער אורטייל וועלכע נעמט צו פון די סטעיט עדיוקעישאָן דעפּאַרטמענט די מעגליכקייט צו שליסן מוסדות התורה און דראָען עלטערן מיט שטראָפן פאַר האַלטן זייערע קינדער אין מוסדות וואָס קומען נישט נאָך זייערע פאָדערונגען.
אין צוגאָב, האָט פּערל"ס אויך געקעמפט אין פעדעראַלן געריכט אַז די עדיוקעישאָן אויטאָריטעטן זאָלן אויך מעגן נעמען אין חשבון די ידיעות און כשרונות וואָס קינדער באַקומען אין לימוד קודש, ווען מ'באַטראַכט צו מ'קומט נאָך די עדיוקעישאָן געזעצן, אָפּקעמפנדיג אַן אָנקלאַגע פון די אַנטי-ישיבה העצער יאַפע"ד איבער די טעמע (פּערל"ס איז דאַן געווען אַ דריטע פּאַרטיי אינטערווענירער אין די קעיס, אָבער דער פעדעראַלער ריכטער האָט ציטירט גאָר אַסאַך פון די טענות פון דעם לאָיער אַבי שיק און זיין גרופּע אָנווייזנדיג פאַרוואָס ער וואַרפט אַרויס די אָנקלאַגע).
אין צוגאָב, שטייט פּערל"ס און באַשיצט און פאַרטרעט די צענדליגער מוסדות התורה וועלכע שטייען שוין אויס אַן אַכט-יעריגע אָנקלאַגע פון די מוסרים גרופּע, און האָט ב"ה זיי באַוויזן צו פאַרטיידיגן ביז איצט, און האָט אויך געטאָן גאָר אַסאַך אויפ'ן שתדלנות פראָנט אָפּקעמפנדיג די גזירה. באַזונדער, האָט פּערל"ס פאַרטרעטן מוסדות וואָס זענען אויסגעשטאַנען פּערזענליכע אָנקלאַגעס פון עלטערן וועלכע האָבן אַראָפּגעגליטשט פון ערליכן וועג, און האָבן געקלאָגט צו צווינגען זייער ערליכן פּאָר אַרויסצונעמען די קינדער פון ערליכע מוסדות, און האָבן אויך אַריינגערייכט אָנקלאַגעס קעגן די מוסדות.
"מיר זענען צופרידן אז דער געריכט האט אנערקענט אז די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט איז אריבערגעגאנגען איר אויטאריטעט אין איינשטעל די רעגולאציעס וועלכע באדראען די ישיבות און עלטערן מיט גאר שווערע שטראָפן. אין אַראָפּוואַרפן די טיילן פון די רעגולאַציעס, האט דער געריכט איינגעשטימט מיט עלטערן און פריוואטע שולעס לענגאויס ניו יארק סטעיט וועלכע האבן זיך קעגנגעשטעלט די רעגולאציעס. דער געריכט האט אויך פרעזערווירט אונזער מעגליכקייט צו ברענגן א קאנסטיטוציאנעלע אנקלאגע אויב זאל סיי וועלכע ישיבה ווערן אומ'יושר'דיג פאראורטיילט אדער באלאסטיגט דורך סטעיט'ס דורכפירן די רעגולאציעס," האט פערל"ס געזאגט אין א סטעיטמענט.
דער איצטיגער אורטייל איז מער פונדאַמענטאַל ווי אַלע פריערדיגע, און אונטערמינעוועט די סטעיט'ס אויטאָריטעט אויף די מוסדות, און דאָס האָט דערלאַנגט אַ פונדאַמענטאַלן זעץ פאַר זייערע פאַרזוכן צו קענען דיקטירן וואָס צו לערנען אין מוסדות התורה, היל"ת.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

ערשטמאליגער אריינבליק אינערהאלב די הויפטקווארטירן פון כלל ישראל'ס פערל"ס ארגאניזאציע אפצושלאגן ביטערער גזירות החינוך אין ניו יארק
גאר אינפארמאטיווער שמועס אפגעהאלטן מיט דער פארזיצער און דירעקטאר פון פערל"ס מו"ה ר' יוסף גרינוואלד הי"ו
על החינוך
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
פלייוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלייוואד »

ברעיקינג:

נ.י. סטעיט אפעלירט אורטייל.
אוועטאר
א פיינע וואקאציע
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2023 5:26 pm

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע וואקאציע »

פלייוואד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 4:37 pm
ברעיקינג:

נ.י. סטעיט אפעלירט אורטייל.
איינער מיט מער אינפארמאציע?
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

פלייוואד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 4:37 pm
ברעיקינג:

נ.י. סטעיט אפעלירט אורטייל.
שטיקל קאררעקשען: זיי האבן נאכנישט אפיעלט, זיי האבן אריינגעגעבען א נאטיס אוו אפיעל
איצט האבן זיי א האלבע יאר צו אריינגעבן די עקטשועל אפיעל מיט זייערע טענות דערקעגן, נאכדעם גייט מען צוריקענפערן, וחוזר וחלילה.. אין אויפדערווייל מיטן פסק האבען זיי ב''ה נישט קיין שליטה אויף די מוסדות הקדושים, כן יעזור ה' להלאה.

די אייבערשטער וואס האט געהאלפען ביז היינט וועט אוודאי העלפען ווייטער שלא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשו.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1420
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

פלייוואד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 4:37 pm
ברעיקינג:

נ.י. סטעיט אפעלירט אורטייל.
as expected.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

IMG_20230424_171918_295.jpg
IMG_20230424_171918_295.jpg (143.9 KiB) געזען 3874 מאל
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

אינטערוויו: "גזירות החינוך", די ניו יארק סטעיט גרייט זיך אריינצוגעבן אן אפיעל קעגן די גינסטיגע פסק וואס איז לעצטענס ערשינען אנבאלאנגט די גזירות החינוך
ג' אח"ק פ״ג
הרב חיים דוד צוויבל
https://www.yiddish24.com/interviews/12/82589
אוועטאר
א פיינע וואקאציע
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2023 5:26 pm

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע וואקאציע »

פלייוואד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 4:37 pm
ברעיקינג:

נ.י. סטעיט אפעלירט אורטייל.
סטעיט פלאנירט צו אפעלירן ריכטער'ס אורטייל איבער ישיבות
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (25.16 KiB) געזען 3294 מאל
אלבאני - פארגאנגענעם ראש חודש ניסן איז ארויסגעקומען דער אורטייל פונעם געריכט לויט וועלכע די סטעיט קען נישט נוצן די ישיבות צו אינפארסירן ניו יארק סטעיט'ס עדיוקעישאן פארלאנגען - כאטש די עצם רעגולאציעס זענען לויטן געריכט יא געזעצליך - נאר די מוסדות זענען בארעכטיגט צו אפערירן ווי א דעי קעיר א.ד.ג. און די עלטערן דארפן עקסטער זיכער מאכן אז די קינדער לערנען די פארלאנגטע לימודים אינדרויסן פונעם בית חינוך.
דער אורטייל איז געווען א געווינס פאר די ישיבות וועלכע האבן זיך אזוי ארום באוויזן צו ארויס דרייען פון די סטעיט'ס פארלאנגען, און זיי האבן נישט פרובירט צו אפעלירן, אבער די סטעיט האט די טעג איינגעגעבן א נאטיץ אז זיי פלאנען צו אפילן, וויבאלד עס איז זיי פיל גרינגער צו אינפארסירן די רעגולאציעס דורך די מוסדות ווי נאכגיין צענדליגער טויזנטער פאמיליעס עקסטער. די אנטוויקלונג איז א דערמאנונג אז די געפאר איז נאך ווייט פון פאריבער און מען איז מתפלל שלא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים.
אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט מיט נישט »

א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

א פיינע וואקאציע האט געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2023 12:33 pm
פלייוואד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 4:37 pm
ברעיקינג:

נ.י. סטעיט אפעלירט אורטייל.
סטעיט פלאנירט צו אפעלירן ריכטער'ס אורטייל איבער ישיבות
unnamed (2).jpg
אלבאני - פארגאנגענעם ראש חודש ניסן איז ארויסגעקומען דער אורטייל פונעם געריכט לויט וועלכע די סטעיט קען נישט נוצן די ישיבות צו אינפארסירן ניו יארק סטעיט'ס עדיוקעישאן פארלאנגען - כאטש די עצם רעגולאציעס זענען לויטן געריכט יא געזעצליך - נאר די מוסדות זענען בארעכטיגט צו אפערירן ווי א דעי קעיר א.ד.ג. און די עלטערן דארפן עקסטער זיכער מאכן אז די קינדער לערנען די פארלאנגטע לימודים אינדרויסן פונעם בית חינוך.
דער אורטייל איז געווען א געווינס פאר די ישיבות וועלכע האבן זיך אזוי ארום באוויזן צו ארויס דרייען פון די סטעיט'ס פארלאנגען, און זיי האבן נישט פרובירט צו אפעלירן, אבער די סטעיט האט די טעג איינגעגעבן א נאטיץ אז זיי פלאנען צו אפילן, וויבאלד עס איז זיי פיל גרינגער צו אינפארסירן די רעגולאציעס דורך די מוסדות ווי נאכגיין צענדליגער טויזנטער פאמיליעס עקסטער. די אנטוויקלונג איז א דערמאנונג אז די געפאר איז נאך ווייט פון פאריבער און מען איז מתפלל שלא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים.
ווי ערווארטעט האט די סטעיט איצט נאכמיטאג פארמאל אריינגעגעבען זייער אפיעל אקעגען די גינסטליכע פסק פון געריכט פארגאנגענעם ראש חודש ניסן לטובת פערל''ס אז די סטעיט קען בשו''א נישט נוצן די ישיבות צו אינפארסירן ניו יארק סטעיט'ס עדיוקעישאן פארלאנגען!
כלל ישראל איז ווייטער מתפלל און מעורר רחמים שלא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים ותטה לב המלכות עלינו לטובה און די געטרייע שליחא דידן ושליחא דרחמנא זאלען קענען ווייטער שטיין על המשמר צו פארטיידיגען די זעלבסשטענדיגע ריינע חינוך פון אינזערע קינדער ע''ד שקבלנו מאבותינו ורבותינו נבג''מ אומגעשטערט ווי ביז היינט.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

בלייב געזונט האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 5:00 pm
ברעקינג!
ניו יארק סטעיט טוט אפעלירן די גינסטיגע געריכט אורטייל!
די אפיעל
https://iapps.courts.state.ny.us/nyscef ... isplay=all

#11
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
שטענדיג צופרידען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 4:47 pm

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטענדיג צופרידען »

הרב אהרן ווידער הי"ו איבער די נייע ישיבה חינוך רעגולאציעס

https://ahblicklive.com/post.php?u_id=U ... qfY6OTwsoq
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:01 am
מערכת סאטמאר מעלדט איבער אן אסיפה דחופה נעכטן נאכט אינעם רבינס שטוב למען תינוקות של בית רבן. מיטן השתתפות פון רבני סאטמאר פון אומעטום.

ווייסט איינער דעטאלן?
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”