וואס איז דאס Hz?

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

וואס איז דאס הערטז? א ווארט אין וואס מ'שטויסט זיך זייער אפט אן אין די היינטיגע טעכנאלאגישע וועלט, וואס איז על שם א דייטשער וויסנשאפטלער וואס האט געהייסן גוסטאוו הערטז, און איז אפט פארקורצערט צו Hz.

(אין א זייטיגע נאטיץ איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז דער גוסטאוו הערטז האט געהאט אין זיך אידיש בלוט צוליב וואס זיין טאטע איז געווען א איד. ווען נאצי דייטשלאנד האט איבערגענומען די רעגירונג, האט ער אויפגעגעבן זיין פאזיציע אינערהאלב די דייטשע רעגירונג און אנטלאפן קיין רוסלאנד.)

דער אמת איז אז עס איז דא דריי זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות אויבנאויף וואס הייסן הערטז. אבער זיי האבן אבער א צד השוה וואס אלע דריי הייסן אויף דעם ארויף הערטז.

קודם די דריי זאכן זענען: איינס, די שארפקייט פון קול. צוויי, די שנעלקייט פון א קאמפיוטער. דריי, די AC עלעקטריסיטי זעט מען אלס 50 אדער 60 הערטז.
יעצט לאמיר צונעמען יעדע פון די דריי באזונדער.

די ערשטע, און מערסט באקאנטע, איז די שארפקייט פון קול. סאונד פריקווענסי.

סאונד פריקווענסי איז א זאך וואס ווערט געמאסטן אין הערטז. וואס א העכערע נומער אלס שארפער די קול. א נידריגע נומער באדייט א ברייטע קול. די שארפקייט פון א מענטשליכע שטימע איז געווענטליך צווישן דריי הינדערט און טויזנט הערטז. (א קינד הערט זיך שארפער נישט ווייל סאיז א העכערע פריקווענסי, נאר ווייל סאיז א העכערע קיו. א זאך וואס פארלאנגט זיך א עקסטערע ארטיקל אין די נושא פון סאונד בכלל.) א מענטש'ס אויער כאפט אויף פון צוואנציג ביז צוואנציג טויזנט הערטז. (איר געדענקט די יעני/לארעל? עס איז א חלק אין דעם שמועס פון סאונד.) די באסס וואס שפילט אינטער מוזיק איז ביי ארום הינדערט ביז דריי הינדערט פופציג הערטז. די שארפע קלאנגען פון די טעלערלעך פונעם פויקער איז ביי א שארפקייט פון אומגעפער פופצן ביז אכצן קילא הערטז. (און אז מ'רעדט שוין, טויזנט הערטז איז איין קילא הערטז. און איר וועט געוואר ווערן בהמשך אינעם ארטיקל אז טויזנט קילא הערטז איז איין מעגא הערטז, און טויזנט מעגא הערטז איז איין גיגא הערטז, און טויזנט גיגא הערטז איז איין טערא הערטז, און טויזנט טערא הערטז איז איין פעטא הערטז, און טויזנט פעטא הערטז איז איין עקסע הערטז... וכו' וכו'...) על כל פנים, דאס ווארט הערטז איז על שם וויפיל וועיווס די פריקווענסי פראדוצירט אין א סעקונדע, אה, פרעגסט וואס מיינט וועיווס? איז לאמיר אנהייבן פון אנהייב. וויאזוי ווערט א קול? וואס איז א קול? די תירוץ אין קורצן איז, כוואליעס. און צו די ערשטע שאלה, וויאזוי ווערט א קול, איז די תירוץ אז ווען די לופט ווערט אויפגעשאקלט, גיט עס ארויס א קול. וואס שנעלער די לופט שאקלט זיך אלס שארפער הערט זיך עס. און דאס איז די סכום פון הערטז וואס איר זעט ביי קול. וויפיל כוואליעס פאבריצירט די קול אין א סעקונדע.

אזוי אויך איז דא די עלעקטרא-מאגנעטישע ספעקטרום, וואס נעמט אריין אנדערע סארט פריקוועסיס וואס א מענטש קען נישט הערן, וואס ווערט אויך געמאסטן אין הערטז. למשל, רעדיא וועיווס, מייקרא וועיווס, און אינפרא-רעד שטראלן. און למעלה בקודש איז דא די קאלירן וואס מ'קען זען איז אויך שטראלן וואס זענען ביסודם אויך פריקווענסי. נאך העכער אין די ספעקטרום איז אלטראווייאלעט, עקס רעיס, און ראדיאאקטיווע שטראלן.

די צווייטע זאך וואס הייסט הערטז, איז די שנעלקייט פון א קאמפיוטער. (דאס רעכנט אריין אויך סעלפאונס און כדומה) צו פארשטיין דאס דארף מען מסביר זיין וויאזוי א קאמפיוטער ארבעט. א קאמפיוטער איז א שנעלע קאלקעלעיטער. ווי שנעל? דאס רעכנט מען פער וויפיל קאלקולאציעס די מאשין קען רעכענען אין א סקונדע. נו, וויפיל קען עס? לויט די קלאק ספיד. וואס איז דאס קלאק ספיד? די קאמפיוטער האט אריינגעבויט א קליינע קווארטז שטיין וואס קלאפט יעדע - סכום צייט. יעדע אזא קלאפ, הייסט א הערטז. און נאך יעדע קלאפ, קען די קאמפיוטער אויפנעמען די נעקסטע קאמענד. (פאר א גאנצע אריכות איבער וויאזוי די זאכן ארבעטן גייט דא ס'איז אראפגעלייגט ממש פאר בעגינערס וויאזוי א קאמפיוטער ארבעט.) די סכום פון וויפיל קלאפעס/קאמענדס ער טוט אין א סעקונדע, דאס וויפיל הערטז ס'איז. אבער דארט זעט מען נישט אזעלכע נומבערס ווי טויזענט אדער אפילו מיליאן הערטז. דארט רעדט מען אין די ביליאנס! א דורכשניטליכע קאמפיוטער היינט איז א גוטע צווישן דריי ביז פיר גיגעהערטז! (נאכאמאל, א גיגא איז א ביליאן.)

די דריטע זאך איז, עלעקטריציטעט. AC עלעקטריק קומט אין פולסעס. עס איז דא וואס לויפן ביי פופציג פולסעס א סעקונדע, און עס איז דא וואס לויפן ביי זעכציג פולסעס א סעקונדע. עפ"י רוב אויב ס'איז פופציג אדער זעכציג ווענדט זיך אינעם פלאץ. אבער ס'איז לאו דוקא. (פאר לענגערע הסברים וויאזוי עלעקטריק ארבעט, וועט איר דארפן ווארטן איך זאל באשרייבן עלעקטריציטעט. אדער אליין אויפזוכן באשרייבונגען אויף דעם.)
יעצט צום סך הכל. איר האט שוין מן הסתם אליין צאמגעשטעלט אז ביי אלע דריי איז די הערטז די סכום וויפיל מאל א סעקונדע ער טוט דאס וואס ער טוט. ביי סאונד איז עס כוואליעס אין די לופט. ביי א קאמפיוטער איז עס וויפיל מאל א סעקונדע דער זייגער קלאפט. און ביי עלעקטריק איז עס וויפיל מאל א סעקונדע די קארענט טאנצט ארויס און אראפ. הצד השוה שבהן, אז וויפיל מאל א סעקונדע דאס איז די הערטז.

און לאמיר נישט פארגעסן פון הערטז קאר רענטל וואס איז ווארשיינליך אויך על שם די זעלבע פאמיליע נאמען...

און יעצט פארשטייט איר שוין נאך עפעס...



(יישר כח @גלענפידיטש פארן אויפמערקזאם מאכן איבער עטליכע טעותים.)
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
יחיד מומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm

Re: וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיד מומחה »

;l;p- ;l;p- ;l;p- הערליך! אינפארמאטיוו ביז גאר! יישר כח!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יישר כח! איך וויל דווקא יא הערן ווערן די קינדערישע הויכע קיו...
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

ממוצע האט געשריבן:
יישר כח! איך וויל דווקא יא הערן ווערן די קינדערישע הויכע קיו...
בעזר השם. וואן דעי...
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

מיט ריספּעקט. אבער די נומערן פון קינדערישע שטומעס, ווי אויך די נומערן פון בעיס, איז נישט ריכטיג.
קיו קומט נישט אריין דא בכלל. רבונו ד׳יונא.. מיס אינפארמעישאן.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

יאני לארעל האט זיך געטוישט מיטן פּיטשׁ. כהאב דאן געהאט א סקרין ריקארדינג ווי כהאב קלאר געוויזן וויאזוי איך קען טוישן וואס מ׳הערט באזירט אויפן פּיטשׁ. העכערע פיטש איז העכערע פריקווענסי/הערץ
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

אביסל קלארקייט אינעם ענין דא און דא פון @לכתחילה אריבער..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

הרב יואל קליין האט געשריבן:
יאני לארעל האט זיך געטוישט מיטן פּיטשׁ. כהאב דאן געהאט א סקרין ריקארדינג ווי כהאב קלאר געוויזן וויאזוי איך קען טוישן וואס מ׳הערט באזירט אויפן פּיטשׁ. העכערע פיטש איז העכערע פריקווענסי/הערץ
100%. דאכט זיך איך נישט געשריבן אנדערש.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
פארפאסונג
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2022 11:42 pm

Re: וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפאסונג »

אינפארמאטיוו ;l;p-
תהלים
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 04, 2022 6:35 pm

Re: וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תהלים »

מוראדיג קלאר שכח
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

א דאנק!
הערליך, קלאר און אינפארמאטיוו
האסט מהנה געווען א איד!
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

צעטל קלעבער האט געשריבן:
א דאנק!
הערליך, קלאר און אינפארמאטיוו
האסט מהנה געווען א איד!
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

זייער אינטערעסאנט
יישר כח פארן שרייבן
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

זייער שיין, ש'כח פאר די אינפארמאציע.
___
און דאס איז דער סיבה פארוואס מען קען נישט הערן ווען א מענטש רעדט אין ספעיס, ווייל עס איז נישט דא קיין לופט וואס זאל ווערן אויפגעשאקלט.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

שכח א מיליאן.
איך האב זייער הנאה געהאט
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

הרב יואל קליין האט געשריבן:
מיט ריספּעקט. אבער די נומערן פון קינדערישע שטומעס, ווי אויך די נומערן פון בעיס, איז נישט ריכטיג.
קיו קומט נישט אריין דא בכלל. רבונו ד׳יונא.. מיס אינפארמעישאן.
טענקס פאר די רעספעקט...
כ'מיין כ'האב נישט געשריבן קיין פריקווענסי פון קינדער, און וועגן די קיו, איז ליגט מיר אין קאפ אז קינדער'ס שטימעס זענען שטארק קאנצענטרירט מיט ווייניגער אווערטאונס וואס דוכט זיך דאס הייסט הויכע קיו. אדרבא, אויב בין איך ראנג, קום אריין קלאר און עדזשעקעיט דעם עולם.
וועגן די בעיס, זאג דו וואס יא. דו טוסט דאך אין דעם, מיט דעם עקספערט וועל איך מיר נישט טענה'ן...
קיו קומט טאקע נישט אריין אין די שמועס פון פיטש, אבער כ'האב עס געשריבן לרווחא דמילתא.

יישר כח למפרע פארן אויסקלארן אלעס.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

יש הנאה האט געשריבן:
זייער שיין, ש'כח פאר די אינפארמאציע.
___
און דאס איז דער סיבה פארוואס מען קען נישט הערן ווען א מענטש רעדט אין ספעיס, ווייל עס איז נישט דא קיין לופט וואס זאל ווערן אויפגעשאקלט.
קיינמאל געוואוסט, איז קאמיוניקירן זיי נאר דורך עלאקטראנישע מיטלען?
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

צעטל קלעבער האט געשריבן:
קיינמאל געוואוסט, איז קאמיוניקירן זיי נאר דורך עלאקטראנישע מיטלען?
יא, זיי קענען רעדן אזוי ווי אונז רעדן אויפן סעלפאון, איינער רעדט אריין אין זיין מייקראפאון, וואס איז אין זיין פארמאכטן העלמעט, און דער צווייטער הערט דאס אין זיין אויער דורך די קאמיוניקאציע מיטלן.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

איל משולש האט געשריבן:
.
א גוטע וואך
גייט קומען א פארזעצונג?
מיר קוקן ארויס דערפאר....
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6189
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

WOW נאך א מזל מען האט מסדר געווען די אשכולות אזוי האב איך דאס געטראפן

פיינע נייעס

יישר כח איל
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

איינער האט די לארל/יעני ריקארדינג, ביטע שיקן אין דרייוו אדער דראפבאקס.
אוועטאר
קאפיבארא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 5:44 pm

Re: וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפיבארא »

חיים שטיין האט געשריבן:
איינער האט די לארל/יעני ריקארדינג, ביטע שיקן אין דרייוו אדער דראפבאקס.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=36923
בילד
יואל פארקאש
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 12:02 pm

Re: וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פארקאש »

דער רעכענונג פון הערטז איז ווי שנעל עס טוישט א סטאטוס אין איין סעקונדע.

ביי אקוסטישע קול, טויש זיך די פרעשור אין די לופט. אין די שנעלקייט פון קול. (אלגעמיין 1130 פיס פער סקונדע) געוואנדן אין די טעמפעראטור און יומידיטי

ביי עלעקטריק איז עס די טויש עלעקטראן סטאטוס אין די מעדי'יאם. אין די שנעלקייט פון ליכטיגקייט (186 טויזנט מייל פער סעקונדע). געוואנדן אין די מאטריאל.

ראדיו וואלן איז דער די טויש אין עלעקטאריק און מאגנעטישע ענערגיע אין די לופט. וואס לויפט אין שנעלקייט פון לעכטיגקייט (186 טויזנט מייל פער סקונדע) געוואנדן אין די געדעכטיגיקייט אין די לופט.

ביי א קאמפיוטער איז עס די שנעלקייט פון עלקטאריק וואס דער טשיפ קען ארבעטן. ווי שנעלער אלס מער אינפארמאציע קען עס שיקן אין א סקונדע.

כמעט ביי יעדע זאך אין די וועלט איז דא די רעכענונג פון "הערטז".
_______________

ספיד - איז ווי שנעל עס נעמט צו טוישן די ענערגיע. וואס ווערט גערעכנט ביי פיס (אדער מעטער) פער סקונדע.
פריקווענסי - ווערט גערעכנט אין "הערטז" - וואס דאס איז ווי שנעל עס נעמט די וועיוו צו ענדיגן דעם סייקל.
וועיוולענד - גערעכנט אין פיס אדער מעטער - ווי לאנג נעמט צו ענדיגן זיין וועיוו.
עמפליטאוט, וואלטס, פאוער, - ווערט גערעכנט אין דעסיבעלס אדער וואלטס. - איז דער כח פון ענערגיע אין
א געוויסע פלאץ.
וואט - ווערט גערעכנט אין וואטס - איז וויפיל כח וואס ווערט גענוצט אין א געוויסע פלאץ צו א געוויסע צייט.
עמפס - ווערט גערעכנט אין עמפערטש - איז וויפיל היץ א געוויסע פלאץ אדער באשטאנדטייל ערלויבט אריבערצופירן.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

יואל פארקאש האט געשריבן:
עמפס - ווערט גערעכנט אין עמפערטש - איז וויפיל היץ א געוויסע פלאץ אדער באשטאנדטייל ערלויבט אריבערצופירן.
דאכט זיך אז דער פארמולא פאר עמפס איז וואלטס פלאס וואטס. ריכטיג?
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: וואס איז דאס Hz?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

יואל פארקאש האט געשריבן:
אז מיר האבן דיר שוין יא דא, אפשר קלארסטו אויס דאס אויך?
איל משולש האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:
מיט ריספּעקט. אבער די נומערן פון קינדערישע שטומעס, ווי אויך די נומערן פון בעיס, איז נישט ריכטיג.
קיו קומט נישט אריין דא בכלל. רבונו ד׳יונא.. מיס אינפארמעישאן.
טענקס פאר די רעספעקט...
כ'מיין כ'האב נישט געשריבן קיין פריקווענסי פון קינדער, און וועגן די קיו, איז ליגט מיר אין קאפ אז קינדער'ס שטימעס זענען שטארק קאנצענטרירט מיט ווייניגער אווערטאונס וואס דוכט זיך דאס הייסט הויכע קיו. אדרבא, אויב בין איך ראנג, קום אריין קלאר און עדזשעקעיט דעם עולם.
וועגן די בעיס, זאג דו וואס יא. דו טוסט דאך אין דעם, מיט דעם עקספערט וועל איך מיר נישט טענה'ן...
קיו קומט טאקע נישט אריין אין די שמועס פון פיטש, אבער כ'האב עס געשריבן לרווחא דמילתא.

יישר כח למפרע פארן אויסקלארן אלעס.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”