נייעס פון פרשת חקת תשפ"ב

אידישע וועלט אויסגאבעס און מאגאזינען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

נייעס פון פרשת חקת תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

א דאנק @enjoy פארן צוזאמברענגן.
---------

אמעריקאנע נייעס
אמעריקע רוקט זיך נענטער צו מאכן א החלטה צו פארקויפן פאר טערקיי F16 פליגערס.

עס קוקט אויס ווי טערקיי'ס באנוץ מיט פינלאנד און שוועדן'ס אריינקומען אין נאטא האט היבש נושא פירות געווען.
*
טראמפ זאגט אז ער קומט זיך גוט אויס מיט דיסענטיס און ער שליסט נישט אויס אים צו נעמען פאר זיין וויצע פרעזידענט קאנדידאט.
*
פרישע גאר דראמאטישע עמערסאן אנקעטע פון די 2024 וואלן:

דאנאלד טראמפ - 44%
דזשאו ביידען - 39%

די אנקעטע איז גענומען געווארן שוין נאכדעם וואס אמעריקאנער זענען געפיטערט געווארן מיט די נייע "שוידערליכע סקאנדאלן" אז טראמפ האט געווארפן טעלערס און אנגעשלאגן סיקרעט סערוועס אגענטן, (וואס איז שוין געווארן אפגעווארפן דורך די סיקרעט סערוויס אגענטן אלס פשוטע ליגנטס).
*
מיט די אונטערשריפט פון גאווערנאר געווין ניוסאם אויף די סטעיט בודזשעט, איז קאליפארניע גאווערנאר געווארן די סאמע ערשטע סטעיט אין אמעריקא וועלכע וועט -אנגעהויבן אין 2024 למספרם- ערלויבן אלע אומלעגאלע אימיגראנטן צו געניסן פון די מעדיקעיד פראגראם.
*
גאווערנאר ניוסאם האט אויך אונטערגעשריבן א געזעץ וועלכע וועט פארלאנגען פון פראדוצירער צו באגרעניצן און ביז עטליכע יאר ארום אינגאנצן אויפהערן איינצופאקן פראדוקטן ווי שאמפו, עסן און אלעס אינדערמיט אין פלאסטישע האלטערס.
*
ניו יארק סיטי האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן 5 גאן פירמעס וועלכע זיי באשולדיגן אין פארקויפן אומלעגאלע 'גאוסט גאנס'.
*
די יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאלדן אז א מאן פון פענסעלוועניע איז אנגעקלאגט געווארן צוליב וואס ער האט געשיקט בריוון פאר גענעראל מארק מילי, הויז ספיקער נענסי פעלאוסי און נאך, אין וועלכע ער האט געסטראשעט זיי צו פארכאפן און שעדיגן.
*
אויטאריטעטן זאגן אז דער דרייווער פון די טרעילער אין וועלכע מען האט געפונען מערערע טויטע אימיגראנטן, איז אידענטעפיצירט און ארעסטירט געווארן. דער מאן האט זיך אויסגעמישט מיט די געפונענע אימיגראנטן און געשפילט ווי ער איז איינע פון די פארוואונדעטע.

די ציפער פון טויטע שטייט יעצט ביי 53.
4 מענטשן זענען אנגעקלאגט געווארן אין פארבינדונג מיט די 53 טויטע אימיגראנטן אין טעקסאס. 2 פון די אנגעקלאגטע שטייען אויס מעגליכע לעבנסלענגליכע טורמע אדער גאר א טויט אורטייל.
*
ניו יארקע גאווערנער האוקאל האט געמאלדן אז זי פלאנט דורכצופירן א געזעץ וואס וועט פארבאטן צו טראגן וואפן אין געשעפטן, חוץ אויב די געשעפט שטעלט ארויס א שילד וואס זאגט אז זיי ערלויבן גאנס.

דאס קומט אין ליכט פון די לעצטערע סופרים קאורט אורטייל וואס געבט די רעכט פאר ניו יארקער צו טראגן וואפן אינדרויסן פון זייערע היימען.

גאן אקטיוויסטן האבן פארשפראכן אז זיי וועלן באקעמפן די פרישע פארגעשלאגענע געזעץ אין געריכט.
*
א שוידערליכע אינצידענט האט זיך אפגעשפילט אין די אפער איסט-סייד אין מאנהעטן, ווען א פרוי האט שפאצירט מיט א קערידזש מיט איר קינד, און א מאן איז צוגעקומען פון אונטן און איר דערשאסן צום טויט.
דער 22 יעריגער געוועזענער מאן פון די 20 יעריגע געשאסענע פרוי, איז ארעסטירט געווארן און ווערט געהאלטן אונטער ארעסט אן בעיל, (אינטערעסאנט מען האט אים נישט ארויסגעלאזט פריי).
*
א פרישע נעיווי באריכט דעקט אויף אז שלעכטע מענעדזשמענט און מענטשליכע טעותים האבן פאראורזאכט א גאזאלין אויסגיס אין די וואסערן פון פערל הארבאר פארגאנגענע יאר, וועלכע האט פאר'סמ'ט טויזענטער מענטשן און געצווינגען די נעיווי צו עוואקואירן ארום 4,000 מיליטערישע פאמיליעס.
*
די FBI האט צוגעלייגט 'קריפטאו-קעניגן' רודזשע איגנאטאווע צו די 10 מערסט געזוכטע פארברעכער, נאכן פירן א פיראמיד שווינדל, וואו זי האט גערויבט איבער 4 ביליאן דאלער פון מענטשן.

אין 2016 האט זי געמאלדן א פרישע קריפטאו וואלוטע מיטן נאמען וואנקאוין, און דערקלערט אז דאס וועט אונטערברענגען ביטקוין, און אין 2017 איז זי פארשוואונדן געווארן, און די גאנצע זאך איז געגאנגען פייפן. זינט דאן ווערט זי געזוכט דורך אמעריקאנער און אייראפעאישע אויטאריטעטן.
*
באריכטן געבן אן אז געוועזענער פרעזידענט טראמפ האט געזאגט פאר זיינע נאנטע אז ער וועט מעגליך מעלדן זיין קאמפיין פאר פרעזידענט אין 2024 אזוי פרי ווי דעם זומער.
*
3 פאליציי אפיצירן זענען אומגעקומען, און נאך 3 און איין ציווילער זענען פארוואונדעט געווארן, ווען זיי האבן פרובירט צו אויספירן א ווארענט אין קענטאקי און דער מאן האט געעפנט פייער אויף זיי. דער מערדער איז ארעסטירט געווארן.
*
דעמאנסטראציעס קומען פאר אין עקראן, אהייאו, און ארטיגע פאליציי גרייטן זיך אויף מעגליכע ראיאטן נאך וואס פאליציי האט ארויסגעשטעלט די באדי-קעם ווידעא פון א לעצטערע פאטאלע שיסעריי אינצידענט.

די אינצידענט האט זיך אפגעשפילט ווען פאליציי האט אפגעשטעלט דעם 25 יעריגן שווארצן מאן, זשעילענד וואלקער, צוליב א טראפיק פארלעצונג.

וואלקער איז אנטלאפן פון די פאליציי, און אינמיטן די געיעג האט ער ארויסגעשאסן מיט א האנד ביקס אויף די פאליציי. שפעטער האט ער אפגעשטעלט די קאר און האט אנגעהויבן לויפן צופיס, אנגעטון מיט א סקי-מאסק אויפן פנים.

נאכן לויפן אביסל האט ער זיך אויסגעדרייט צו די פאליציי, פאליציי האט אים אומסוקסעספול פרובירט צו טעיזן, און נאכדעם האבן די אפיצירן געעפענט פייער, און אים פאטאל געשאסן איבער 60 מאל. ער האט געהאט געלאזט זיין ביקס אין די קאר, און איז געווען אומבאוואפענט, פאליציי האט דאס אבער נישט געוואוסט, און געזאגט אז זיי האבן מורא געהאט ער וועט ווידעראמאל שיסן אויף זיי ווען ער האט זיך אפגעשטעלט.

די 8 פארמישטע אפיצירן זענען געשטעלט געווארן אויף אדמינסטראטיווע אורלויב, און די פאליציי פירער זאגט אז נאך די אויספארשונג וועט מען באשלוסן אויב מען וועט זיי קרימינאל אנקלאגן.
*
א באריכט פון די UN גיבט אן אז דער יוניידעט סטעיטס-מעקסיקא בארדער איז דער טויטליכסטער בארדער קראסינג פון דער גאנצע וועלט, מיט 728 פאטאליטעטן פארגעקומען דורכאויס 2021.

מידטורמס וואלן נייעס
געוועזענע אריזאנע קאנגרעסמאן מעט סאלמאן (ר) האט געמאלדן אז ער ציעט זיך ארויס פון די גאווערנאר פארמעסט.

איבערלאזענדיג אינעם פארמעסט די טראמפ אינדארסירטע קערי לעיק און קערין טעילער ראבינסאן.

סאלמאן איז געווארן אינדארסירט דורך די רעפובליקאנער סופער-פעק קלאב פאר גראוט.
*
ווירדזשיניע גאווערנאר גלען יאנגקין וועט אנהויבן ארומפארן העפטיג קאמפיינען פאר רעפובליקאנע קאנדידאטן איינמאל מיינסטנס פריימעריס זענען אנטשידן אום אוגוסט למספרם.
*
אין קאלעראדא ווי די מאדערעט רעפובליקאנער קאנדידאט דזשאו אדיע איז דערקלערט געווארן דער געווינער פון די רעפובליקאנער סענאט פריימערי, קוקט אויס ווי ס'וועט זיין אין פלעי אין די נאוועמבער וואלן.

אדיע האט קלארגעשטעלט אז ער לויפט נישט אויף א שטארק רעכטע פלאטפארמע, און געזאגט אז ער וויל זיין די דזשאו מענשאן פון די רעפובליקאנער פארטיי.

ער איז שטארק פרא טשויס, און ער האט שאנסן צו זיגן אין די ביידען 13%+ קאלעראדא.
*
לויער דשאן וואד, וועלכער איז געווען פון די פירנדע אויספארשער פאר די יאנואר 6 קאמיטע, און האט פארגאנגענע וואך געמאלדן אז ער פארלאזט זיין פאזיציע, האט געמאלדן אז ער לויפט פאר סענאט אין מיזורי אלס אן אינדעפענדענט.
*
אן אדוואקאט פאר טראמפ האט געשיקט א "סיז ענד דעיסיסט" בריוו צו די סענאט קאמפיין פון מארק ברנאוויטש פון אריזאנע, זאגנדיג אז זיי זאלן אויפהערן צו נוצן טראמפ'ס נאמען, בילד און דאס גלייכן פאר זייער פאנדרעיזערס.
*
פענסילוועניע דעמאקראטישע סענאט נאמיני דזשאן פעטערמאן וויל אז די סענאט זאל לויז ווערן פונעם פיליבאסטער, באשטעטיגן יוניווערסאל בעקגראונד טשעקס פאר אלע גאן פארקויפונגען, א פארבאט אויף מיליטערישע סטיל וואפן און מאגאזינען וועלכע קענען האלטן אן ערנסטע קוואנטום פון קוילן.

ער רופט אויך אפצושפארן און אנקלאגן גאן האנדלער וועמענ'ס פארקויפטע גאנס ווערן צופיל געפונען גענוצט ביי קרימינאלע פארברעכן סצענעס.
*
מיזורי סטעיט געזעצגעבער פרוי דערגעס (ר) געמאלדן איר רעזיגנאציע פון אפיס נאכן געפונען ווערן שולדיג דורך א דזשורי אויף פעדעראלע שווינדלעריי קלאגעס אין פארבינדונג מיט א 900,000 גרענט באקומען אונטער די קעירס עקט.
*
ניו זשערסי גאווערנאר קריס מוירפי (ד) האט דינסטאג אונטערגעשריבן א פעקל גאן סעיפטי געזעצן, נאכפאלגענדיג די לעצטערע אין די סעריע מאסן שיסערייען איבער אמעריקא.
*
פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאלדן א סיוויל רייטס לאוסוט קעגן אריזאנע, אין פארבינדונג מיט א געזעץ וואס פארלאנגט וויילער זאלן צייגן אמעריקאנע בירגערשאפט באווייז צו קענען שטימען.
*

נייעס פון קאנגרעס און סענאט
סענאט בודזשעט קאמיטע פארזיצער בערני סאנדערס פארלאנגט פון טראנספארטאציע סעקרעטאר פיט בוטידזשעדזש צו נעמען שריט אנטקעגן די לופט ליניע אינדוסטריע איבער אפגערופענע רייזעס, און שלאגט פאר שטראפן און פאסאזשיר ריפאנדס.
*
אין די אנגייענדע רעקאנסיליאציע געשפרעכן, וויל סענעטאר מענשין צוריקדרייען מערערע טראמפ שטייער שניטן, מער ווי דאס וואס סענעטאר סינעמא איז גרייט פאר.
*
מעקאנעל: מיר מוזן אויפקומען מיט עפעס א וועג צו אידענטיפיצירן צופידלטע יונגע פארשוינען און עס איז זייער קאמפליצירט ווייל נאך יעדע איינע פון די שיסערייען קומען מענטשן און זאגן:

אה, איך האב אים געקענט און פארדעכטיגט אז ער פירט זיך אויף היבש מאדנע, און א שאד אז איך האב נישט עימיצן אלארמירט דערוועגן באצייטנס.
*
פירנדע דעמאקראטן אין סענאט רייסן ארונטער די ביידען פלאן פאראויסצוגיין מיט די עף 16 קאמפס דזשעט פארקויף צו טערקיי.
*

פרעזידענט ביידען
וויצע פרעזידענט קאמאלא העריס: דזשאו ביידען לויפט פאר ווידערוויילונג, און איך וועל זיין די מיטלויפער.
*
פרעזידענט ביידען זאגט אז ער שטיצט צו עלימינירן די פיליבאסטער צו קענען באשטעטיגן א פעדעראלע רציחה רעכט.
*
דער פרעזידענט זאגט אז ער וועט נישט (פארלאנגען) [בעטן] פון סאודי אראביע ספעציפיש צו העכערן אויל פראדוקציע.

ער וועט ענדערש פארשלאגן פאר גאלף לענדער זאלן אינאיינעם העכערן פראדוקציע.
*
א ניו יארק טיימס באריכט זאגט אז פרעזידענט ביידען ווערט נערווירט פון די דעמאקראטן וועלכע ווילן נישט אננעמען אז ער גייט לויפן אין 2024.
*
פרעזידענט ביידען זאגט אז ער שטיצט דאס פארקויפן אמעריקאנער F-16 קאמפס פליגער פאר טערקיי, און ער האלט אז קאנגרעס וועט געבן די נויטיגע באשטעטיגונג.
*
מען הערט אז די אדמיניסטראציע גרייט זיך מער ערנסט צו מעלדן אז זיי נעמען אראפ געוויסע טאריפס פון כינע שפעטער אין יולי למספרם.
*
א "זיצונג" צווישן ביידען און דעמאקראטישע גאווערנארס נאכפאלגענדיג די אנטי רציחה אורטייל, וואו מען האט אויסגעשמועסט סטראטעגיע גייענדיג פאראויס, איז צושטאנד געקומען אין אזא איילעניש אז קיינער איז נישט ערשינען פערזענליך, און עטליכע געלאדנטע האבן זיך ניטאמאל באטייליגט ווירטואל, נישט זייענדיג גרייט צו טוישן סקעדזשועל אין די לעצטע מינוט.
*

יאנואר 6 קאמיטע
יוסטיץ דעפארטמענט שרייבט צו די סעלעקט קאמיטע אז זייער אומוויליגקייט איבערצוגעבן עדות טראנסקריפטן שטערט קרימינאלע אויספארשונגען.

קאמיטע זאגט אז מען גייט נישט אלעס איבערגעבן אזוי שנעל

אין ליכט פון דעם האט די דעפארטמענט געבעטן פון א ריכטער אפצושיבן פראצעסן פון אנגעקלאגטע.
*
דער קאמיטע שיקט סובפינע צו סיפאלאני וועלכע האט שוין אויפגעטרעטן אונטער פארמאכטע טירן.

ער וויל נישט אויפטרעטן נאכאמאל אין פובליק אבער די קאמיטע וויל יא הערן פון אים.
*
עס ווערט באקאנט אז די קאמיטע האט שוין אויסגעפרעגט טראמפ ווייסע הויז געהילף צוריק אין יונואר למספרם און נאכאמאל אין מערץ למספרם.

די קאמיטע מיטגלידער האבן אויפגענומען סקעפטיש זיינע ענטפערס.
*

געריכטן
פעדעראלע דיסטריקט ריכטער מארק וואלקער (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) אורטיילט אז צוויי פלארידא לערערס מאנגלען סטענדינג צו קענען ברענגן אן אנקלאגע אקעגן די סטעיט'ס נייע אנטי קריטיקל ראסע טעאריע געזעץ און ערציאונג רעגולאציעס.
*
א פאנעל אויף די דריטע קרייז געריכט האט געאורטיילט אז אויב די פארט אויטאריטעט פארלאנגט פון אירע איינגעשטעלטע צו טראגן מאסקעס ביי די ארבעט,קענען זיי נישט פארבאטן פאר ארבעטער צו טראגן "אפריקאנע אמעריקאנע לעבנס מאכן אויס" מאסקעס,ווייל עס פארלעצט זייערע ערשטע אמענדמענט רעכטן.

די איינשטימיגע אורטייל איז געקומען פון ריכטער מייקל פישער (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער) ריכטערין פעטי שווארץ (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) און ריכטער דעיוויד פארטער (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ).
*
סופרים קאורט זיכערהייט באאמטע פארלאנגען אז ווירזשיניע און מערילענד זאלן אינפארסירן עקזיסטירענדע געזעצן קעגן פראטעסטירן ביי די הייזער פון ריכטער אין די צוויי סטעיטס.
*
קעטאנזשי בראון דזשעקסאן איז אפיציעל איינגעשוואוירן געווארן אלס א סופרים קאורט ריכטער, מאכענדיג היסטאריע אלס די ערשטע אפריקאנע אמעריקאנע פרוי אינעם געריכט.
*
די נעוואדע סופרים קאורט האט בלאקירט דאס ארויפשטעלן אויפן שטים בעלאט אן אינציאטיוו פאר א קאנסטיטוציאנאלע אמענדמענט אונטער וועלכע די סטעיט וועט מוזן אויסרעכענען וויפיל זי צאלט פאר ערציאונג פון פובליק שולע קינדער און אנגעהויבן אין 2025 למספרם אוועקשטעלן א פאנד פון וועלכע עלטערן וועלכע שיקן די קינדער אין פריוואטע שולעס זאלן קענען דעקן זייער ערציאונג קאסטן.
*

נייעס פון מדינת ישראל
די יונייטעד סטעיטס האט געלייגט שטארקע דרוק אויף די פאלעסטינע אוטאריטי צו אריבער שיקען די בולעט וואס האט אומגעברענגט די דזשורנאליסט פון אל-דזשאזירע שירין אבו-על-אקלע, כדי צו פארענדיגן די פרשה איידער פרעזידענט ביידען באזיכט אין די געגענט.

די פאלעסטינע האבן טאקע אריבער געשיקט אנגעבליך דעם בולעט, און די יונייטעד סטעיטס האט רעליסט א סטעיטמענט אז מ'קען נישט פעסט שטעלן פון די בולעט פון וועמענ'ס געווער עס איז געשאסען געווארען צו פון די אראבער אדער מדינת ישראל, און מיט דעם ענדיגט זיך לכאורה די פרשה.
*
דער CEO פון יוניליווער, די שירעם פירמע פון בען ענד דזשערי'ס, האט געמאלדן אין א סטעיטמענט אז די קאמפאני וועט לויט א פרישע אפמאך ברעכן איר באיקאט קעגן די איינגענומענע שטחים אין מדינת ישראל וועלכע די בען ענד דזשערי'ס באורד האט אפגעמאכט, זאגנדיג אז יונילעווער האט קיינמאל נישט אויסגעדרוקט שטיצע פאר די אנטיסעמיטישע BDS שטראם צו באיקאטירן מדינת ישראל און פלאנירט עס ווייטער נישט צו טון.
בען ענד דזשערי האט גענומען מיטלן דערקעגן.
*
ארויסגייענדער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל נפתלי בענעט האט געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן אין די בעפארשטייענדע וואלן.
*
איראנע העקערס האבן באוויזן צו העקן עטליכע וועבזייטלעך פון די איזראעלי Gol Tours בוקינג פירמע, וועלכע אפערירט ארום 20 טרעוול וועבזייטלעך, און באוויזן צו באקומען סענסעטיווע אינפארמאציע פון ארום 300,000 מדינת ישראל בירגער, א שטייגער ווי טעלעפאן נומערן, אדרעסן, דאטומס און לאקאציעס פון געפלאנטע וואקאציעס, און מעדיצינישע אינפארמאציע.

מדינת ישראל אויטאריטעטן האבן פארכאפט די סערווערס פון די פירמע, נאך וואס זיי האבן אנטזאגט צו מיטארבעטן מיט די אויספארשונג.
*
אן איינוואוינער פון די שמואל הנביא געגענט אין ירושלים האט פרובירט צו שטעכן אדמו"ר מדושינסקי שבת נאכמיטאג, אבער איז אפגעהאלטן געווארן דורך חסידים.

דער אטאקירער איז ארעסטירט געווארן ווען ער איז צוריק געקומען ביינאכט און לייכט פארוואונדעט צוויי חסידים.
*
די מידיע אין אלזשיר (Algeria) האט ארויסגעשטעלט א בילד פון א זעלטענע צוזאמענטרעף צווישן דער פירער פון די פאלעסטינער אויטאריטעט אבו מאזן און דער פירער פון חאמאס אסמאעיל האניע. דער מיטינג איז צושטאנד געקומען אויפן אינציאטיוו פונעם פרעזידענט פון אלזשיר עבד אל מגיד תבון.
*

פון ארום די וועלט
אמווייניגסטענס 51 ארעסטאנטן אומגעקומען -און נאך העכער 20 אפגעפירט אין שפיטאל- ביי א פייער אין א טורמע אין די קאלאמביאנע שטעטל טוּלוּאַ.

ווי דער הויפט פון די ארטיגע טורמע סערוויסעס -גענעראל טיטאו קאסטעלאנאס- גיבט איבער, האט די פייער זיך אנגעפאנגען דורכאויס טורמע ראיאטן ווען ארעסטאנטן האבן אונטערגעצינדן מאטראצן.
*
פאליציי אין דייטשלאנג האבן פארהאלטן א מאן וואס ווערט פארדעכטיגט אין איבערלאזן א קאפ פון א מענטש אינדרויסן פון א געריכט הויז אין די שטאט בּאָן.

א קערפער איז געפונען געווארן אין א דערנעבענדיגע טייך, און די פאליציי גלויבט אז די קאפ איז פריער געווען מחובר צו יענע קערפער.
*
אן עגיפטישע געריכט האט פאראורטיילט 10 צו טויט שטראף -און נאך 50 צו לעבנסלענגליכע טורמע טערמינען- נאכן געפונען ווערן שולדיג אין שטיצן און/אדער אויספירן אטאקעס קעגן ארטיגע זיכערהייט קרעפטן אין די יארן פון 2013 ביז 2015.
*
באאמטע אין ליביע האבן געמאלדן אז זיי האבן אפגעפונען די קערפער פון 20 אימיגראנטן, וואס זענען ווארשיינליך אויסגעגאנגען פאר דורשט אין די ארטיגע מדבר, נאך וואס מען האט נישט געהערט פון זיי זינט יוני 14.
*
פראטעסטירער אין ליביע האבן געשטורעמט דעם ארטיגן פארלימענט.
*
די סאנדעי טיימס באריכטעט אז די 96 יעריגע קעניגן פון ענגלאנד האט אנגעהויבן צוביסלעך אריבערצופירן געוויסע פליכטן, כוחות און פאראנווארטלעכקייטן צו איר 73 יעריגער זוהן טשארלס, פרינץ פון וויילס.
*
פינף זענען אומגעקומען -און נאך צענדליגער פארוואונדעט- נאך וואס א 6.1 ערדציטערניש האט באטראפן די הארמאזגאן פראווינץ אין דרום איראן.
*
עס איז דא באריכטן איבער מאסיווע פראטעסטן די לעצטערע טעג אין די קאראקאלפאקסטאן ראיאן אין אוזבעקסיטאן.

די פראטעסטן קומען נאך וואס פרעזידענט מירזשיאיעוו שלאגט פאר א קאנסטיטוציאנלע אמענדמענט צו צוימען די אוטאנאמיע מאכט פון די ראיאן.
פרעזידענט מירזשיאיעוו דערקלערט א סטעיט אוו עמערזשענסי פאר די קאראקאלפאקסטאן ראיאן.
*
סאלא אבדעסלאם, דער איינציגסטער איבערלעבער פון א גרופע פון 10 טעראריסטן וועלכע האבן דורכגעפירט א רייע קאארדאנירטע טעראר אטאקעס אין פאריז אום נאוועמבער 13 2015 איבערלאזענדיג 130 טויט און 490 פארוואונדעט, איז געפונען געווארן שולדיג אויף טעראריזם און מארד קלאגעס.
*
צפון קארעא באשולדיגט אז די קאוויד אויסברוך אין לאנד קומט פון 'פרעמדע מאטריאל' וואס דרום קארעא האט אריינגעשיקט איבער זייער גרעניץ, און געווארענט אירע בירגער נישט צו קומען אין בארירונג מיט זאכן וואס פאלט ביים גרעניץ, א שטייגער ווי די פראפעגאנדע ליפלעטן וואס דרום שיקט אריין.
*
עטליכע מענטשן זענען געשאסן געווארן אין א שאפינג מאלל אין דענמארק, איינער איז ארעסטירט געווארן. דעטאלן זענען נאך דערווייל אומקלאר.
פאליציי אין דענמארק זאגט אז עטליכע זענען אומגעקומען, און עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן אין די שיסעריי.

די מאטיוון פון די שיסעריי איז דערווייל נישט קלאר, און פאליציי זאגט אז זיי שליסן נישט אויס די מעגליכקייט אז דאס איז געווען א טעראר אטאקע.

פאליציי זאגט אז זיי האבן ארעסטירט איין 22 יעריגער מאן, וועלכער איז פארדעכטיגט אין דורכפירן די שיסעריי.
*
איטאליע האט דערקלערט א סטעיט אף עמערדשענסי אין 5 ראיאנען אין דרום זייט פון לאנד אין ליכט פון די שווערסטע טרוקעניש אין איטאליע אין 70 יאר.
עטליכע פון די ראיאנען זענען קריטיש וויכטיג פאר עסן פראדוקציע.
*
די אויסערן מיניסטעריום פון אוזבעקיסטאן האט באשולדיגט אפגאניסטאן אין אריינשיסן 5 ראקעטן אין אוזבעק טעריטאריע.
*
כינעזע שטאט שיאן (Xi’an) געווארן אריינגעשטעלט אונטער שלאס-און-ריגל נאך וואס לאקאלע באאמטע האבן באריכטעט עטליכע וויירוס קעיסעס די לעצטערע טעג.
*
באאמטע אין שאנכאי, כינע, האבן געמאלדן א מאסן וויירוס טעסטינג פראגראם פאר מיינסטענס פון די 25 מיליאן איינוואוינער אין שטאט דורכאויס די קומענדיגע פאר טאג, אין א פראוו צו אפשטעלן די פארשפרייטונג פונעם וויירוס.
*
זיבן בערג קריכער זענען אומגעקומען און אנדערע 14 פעלן נאך, ווען די צוזאמפאל פון א גלעישער (א מאסיווע שטיקל אייז), האט פאראורזאכט אן אוואלאנטש אויף די איטאליענישע אלפן בערג, נאך א רעקאָרד הויעכע 50 דעגרי פארנהייט אין די ראיאן.
*
בריטישער פרעמיער מיניסטער באריס זשאנסאן האט אפיציעל געמאלדן אז ער רעזיגנירט אין ליכט פון די לעצטערע שווערע סקאנדאל. ער וועט פארבלייבן פרעימיער מיניסטער ביז די קאנסערוואטיווע פארטיי ערוועלט איינעם אנשטאט אים.
*
געוועזענער יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער שינזא אבע איז געשטארבן נאכן געשאסן ווערן דורכאויס א קאמפיין רעדע.

דער 41 יעריגער מערדער, וועלכער איז א געוועזענער ארטיגער נעיווי מיטגליד, האט אים געשאסן מיט א היים געמאכטע שאט-גאן, און האט געזאגט פאר די פאליציי אז ער האט אים געוואלט אומברענגען ווייל ער איז געווען פרוסטרירט מיט דעם געוועזענער פרעמיער מיניסטער.
*

אינטערעסאנטע קרישקעלעך
אן אנאליסט פאר באנק אוו אמעריקא וועלכע האט באזוכט לאקאלן פון די בעד בעט און בעיאנד ריז באריכטעט אז די ריטעיל נעץ וועלכע גייט אריבער שווערע עקאנאמישע צייטן האט אונטערגענומען א רייע שריט צו שפארן געלט, אריינגערעכנט שפארן געוויסע פון אירע געשעפטן פריער, און פארלעשן די עיר קאנדישאן אין טייל געשעפטן.

א ווארטזאגער פאר די פירמע לייקנט אז עס זאל האבן געקומען אזא פארארדענונג פון די פירערשאפט פאר די געשעפטן.
*

אוקריינע מלחמה נייעס
פרעזידענט זעלענסקי זאגט אז זיינע סאלדאטן וועלן צוריקנעמען לוסיטשאנסק אפילו זיי זענען יעצט אוועק פון דארט, אדאנק די נייע וואפן און טאקטיקן וואס זיי באקומען פון די מערב וועלט לענדער.
*
שולץ: רוסלאנד איז שוין געווען גרייט צו אינוואדירן אוקריינע מיט א יאר פריער.
*
אנליסטן: רוסלאנד האט טאקע דערקלערט זיג אויף די לוהאנסק ראיאן, אבער האבן געדארפט ניצן גאר אסאך סאלדאטן צו עס געווינען און סהאט גענומען וואכן.
יעצט אין דאנבאס גייט זיין אביסעל אנדערש’ סאיז גרעסער אין שטח וויפיל זיי דארפן נאך נעמען, זייערע סאלדאטן זענען גוט אפגעמיטשט.
די אוקריינער ווייסט דעס און האבן אנגעגרייט ריאנפארסמענט און פארגעשריטענע וואפן.
מזעהט טאקע ווי זלענסקי האט שוין געמאלדן אז זיינע סאלדאטן וועלן צוריק קומען קיין לוסיטשאנסק גאר שנעל .
*
דער אוקריינער פאן פלאטערט מיט א שטאלץ אויף סנעיק איילענד.
*
די ליטא האט איינגעקויפט א בייראקטער דראון וואס די ליטווישע ציבור האט געהאלפן שאפן 5 מיליאן יורא. מען גייט עס פרעזענטירן פארן ציבור און דערנאך איבערגעגעבן אלס א מתנה פאר אוקריינע.
*
אוקריינע פלאנט דראסטיש צו שניידן זייער גאווערמענט

די צענטראלע אפיסעס וועלן גיין פון 9.2 טויזנט איינגעשטעלטע צו 2.7 טויזנט
דעפארטמענטס גייט פון 20 צו 12
*
סעפטעמבער 9 וועט פארקומען אזויגערופענע רעפערענדומס אין זאפאריזשיע און חערסאן
*
מאריאפל:

נישטא קיין איין דאקטאר אין שטאט
נאכדעם וואס די רוסן האבן אוועקגעפירט די לעצטע 17 ארבעטער מיט ווייסע חאלאטלעך
*
א רוסישע העליקאפטער האט געשאסן 2 מיסילס אויף א שולע אין סומי ראיאן

ש'טא קיין פארוואונדעטע
*
"אוקריינע מיליטער האט איבערגעלאזט ליסיטשאנסק אן קיין פארלוסטן.." - Serhii Haidai (געוועזענע) גאווערנאר פון לוהאנסק
*
פעסקאוו:
"די קרעמלין האט נישט קיין שום ידיעה איבער א רוסישע שיף מיט ווייץ פארכאפט אין טערקיי.."
*
רוסלאנד באשולדיגט אמעריקאנער ספעיס אפטיילונג און אנדערע מעריב וועלט לענדער און העלפן זייער שונא אוקריינע.
*
אוקריינע האט ארעסטירט א געוועזענער קעי דזשעי בי אגענט פארן שפאנירען פאר רוסלאנד
*
סערגי לאוראוו רוסישער אויסערן מיניסטער גייט זיך משתתף זיין קומענדיגע וואך ביים G20 סאמיט אין אינדאניזיע
*
פרעזידענט ביידען אין מאדריד ביים נאטא סאמיט אינאיינעם מיט גענעראל סטאלטענבערג, אנאנסירט אז אמעריקע וועט שיקן מער ערד, וואסער און לופט קרעפטן קיין אייראפע אין ליכט פונעם קריג אין אוקריינע.
*
נאטא דערקלערט אפיציעל אין איר סטראטעגישע קאנצעפט פון 2022 רוסלאנד אלס די שטערקסטע און דירעקטע סכנה פאר דעם נאטא אליאנץ.
*
נארוועגיע געבט פאר אוקריינע 3 שטיק פון די M270 מלר"ס סיסטעמס
*
סיי פוטין און סיי זעלענסקי וועלן זיך געפינען ביי די G20!
אין אינדאניזיע שפעטער אין די יאר אין נאוועמבער
*
נאטא האט געשיקט א אפיציעלע איינלאדענונג פאר שוועדן און פינלאנד אריינצוקומען אין די פארבאנד
*
די יונייטעד קינגדאם לייגט ארויף סאנקציעס אויפן רוסישן אוליגארך און די צווייט רייכסטע מענטש אין רוסלאנד וולאדימיר פוטנין. ער איז אויך א דעפיוטי אין די רוסישע רעגירונג.

(ער איז די 62'סטע רייכסטע מענטש אין די וועלט לויט בלומבערג).
*
CNN- פראנקרייך קוקט אריין אין די מעגליכקייט פון געבן פאר אוקריינע די פראנצויזיש פאבריצירטע אנטי שיף מיסיל Exocet (פליעדיגע פיש מיסיל) מיט א שטרעקע פון 70 קילאמעטער. די מיסיל ווערט באנוצט דורך די נעיווי און עיר פארס פון 25 לענדער איבער די וועלט.
*
א גראפישע בילד איז פארשפרייט געווארן פון א זעקס יעריג קינד באגראבן אונטער ברוכווארג נאך א רוסישע אטאקע אויף א הויז אין ניקאלייעוו.

די אטאקע איז פארגעקומען אויף א הויכע בנין אין ניקאלייעוו.
*
בריטישער ביליאנער ריטשארד ברענסאן באזוכט האסטאמעל אינעם קיעוו אבלאסט. ער האט אויסגעדרוקט אינטערעסע איבערצובויען דעם אנטאנאוו לופטפעלד וואס איז חרוב געווארן אינעם קריג.
*
סיריע האט מחליט געווען אפיציעל צו אנערקענען די זעלבסשטענדיקייט פון די LPR און די DPR.

- סירישע אויסערן מיניסטעריום
*
פיינענשעל טיימס:

אמעריקע שטעלט ארויף סאנקציעס אויף 5 כינעזער קאמפאניס אין ליכט פון זייער שטיצע פאר די רוסישע ארמיי.

'די החלטה שיקט א מעכטיגע מעססעדש פאר ביזנעסער און יחידים איבער די וועלט, אז אויב איר פרובירט צו שטיצן רוסלאנד וועט אמעריקע אייך אפהאקן פון אונזערע מארקעטס'. - אונטער קאמערץ סעקרעטאר עלען עסטעוועז.
*
זעלענסקי האט זיך געטראפן מיטן פרעזידענט פון אינדאניזיע דזשאקאו ווידאודא אין קיעוו
*
דער אייראפעאישער געריכט פאר מענטשן רעכט פארלעצונגן האט אנגענומען די קלאגע פון אוקריינע אנטקעגן רוסלאנד. קיעוו באשולדיגט מאסקווע אין מיליטערישע אגרעסיעס, אטאקעס אויף ציווילע בירגער און אנדערע מענטשן רעכט פארלעצונגן.
*
דער אמעריקאנער טרעזשורי דעפאַרטמענט זאגט אז אמעריקע האט געפרוירן רוסישע נכסים אין די ווערט פון 330 מיליאן דאלער איבער די לעצטע 100 טעג.
*
די יו ען זאגט אז די רוסישע מיליטער האט געהרג'ט ציווילע בירגער אין 30 שטעט אין אוקריינע.
*
די פראדוקציע פון פאסאנזשיר אויטאמאבילן אין רוסלאנד האט געטראסקעט מיט 96 פראצענט אין מאי אין פארגלייך צו די זעלבע צייט פאראיאר. רוסלאנד פראדוצירט יעצט 30 מאל ווייניגער אויטאס ווי פאריגעס יאר.
*
די פעדעראלע קאונסיל אין שווייץ האט אפיציעל ארויפגעשטעלט סאנקציעס אויף רוסלאנד אין איינקלאנג מיט די זעקסטע פעקל סאנקציעס פון די אייראפעאישער פאראיין.
*
רויטערס:

אמעריקע שאצט אז פוטין וויל נאך אלץ איינעמען רוב אוקריינע.
*
עי פי באריכטעט בשם אוקריינער מיליטער אז רוסלאנד האט דאנערשטאג פארלאזט דאס קליינע, אבער גאר סטראטעגישע, סנעיק איילענד אינזל, נאכדעם וואס זיי זענען באפאלן געווארען מיט אומצאליגע מיסילס, זיי האבן פארלאזט מיט קליינע ספיעד שיפלעך

רוסלאנד איז אויך מודה אז זיי האבן פארלאזט דאס אינזל, זאגנדיג אז ס'איז א צייכען פון גוטע ווילען , אזוי אויך זאגן די רוסן אז זיי האבן שוין אלסדינג עקאמפלישד אויפן אינזל.

שאלה איז וואספארא סחורה האבן זיי נאך דארט איבערגעלאזט
*
פראנקרייך שיקט א נייע פעקל מיט א שיינע צאל טאנקן און נאך 6 פון זייער גאר אפעקטיווע סיזער האוויצערס
*
אוקריינע האקט אפ באציונגען מיט סיריע
*
באריס דזשאנסען זאגט: אז "סנעק איילענד" איז א ביישפיל אז רוסלאנד קען נישט אין וועט נישט אנהאלטן די אקופירטע שטחים און אוקריינע
*
אוקריינע זאגט אז די סנעק איילענד ריקצונג פון די רוסן האט איבערגעלאזט אסאך עקוויפמענס
*
לעווראוו:
א "אייזערנע פירהאנק" האט זיך אראפגעלאזט צווישן רוסלאנד און די מערב וועלט לענדער. די מערב וועלט זאל זעען צי זיין פארזיכטיג!
*
א חלק פון די נייע פעקל נעמט אריין פאטראל שיפן פאר זייער נעיווי,

אמעריקא פאוקסט שטארק איבערצומאכן אוקריינעס נעיווי.
*
געזעצגעבער(?) אין מאסקווע האבן געארטיילט גרינגער צו מאכן פאר די רעגירונג צי פארשליסן אין פארבאטן נייעס סטאנציעס וואס די אינפארמאציע איז "שעדליך" פאר די קרעמלין
*
קאנאדא פלאנט צו שיקן 39 ACSV טרעקלעך קיין אוקריינע
*
רוסלאנד האט אנגעהויבן צו ניצן אלטע סאוויטישע מיסילס
*
זעלענסקי האט זיך געטראפן מיטן געוועזענעם סעקרעטערי גענעראל פון נאטא רעסמיוסען.
*
די דאנעצק פיפעלס רעפאבליק האט אנאנסירט קרימינאלע קלאגעס קעגן פרישע צוויי בריטישע בירגער
*
די אוקריינע מיליטער שאצט אז רוסלאנד האט פארלוירן אויף סנעיק איילענד 1 ביליאן דאלער ווערט עקוויפמענט
*
אוקריינע זאגט אז זיי האבן געניצט אוקריינע געמאכטע ארטילערי (Bohdana 155mm self-propelled howitzer) אין די אטאקעס אויפן אינזל
*
זעלענסקי האט זיך געטראפן מיטן פרעמיער מיניסטער פון נארוועגיע. דער פרעמיער האט געזאגט אז נארוועגיע וועט ממשיך זיין צו שטיצן אוקריינע און ביי ענדע 2023 וועט די נארוועגישע שטיצע האלטן ביי 1 ביליאן יורא.
*
א שיף מיט גגנבט'ע תבואה פון דעם אקופירטן בערדיאנסק אין אוקריינע האט געאנקערט אין א פארט אין טערקיי. אוקריינע האט געבעטן די טערקישע אויטאריטעטן צו נעמען שריט.
*
די אוקריינער זאגן אז זיי פלאנען צו אויפסעטן א אנוועזנהייט פון פערסאנעל פון די ארמיי אויפן סנעיק איילענד
*
איינער ווייזט אן א אינטערעסאנטע נקודה

די פולישע קרעב האוויצערס וואס די אוקריינער ניצן גאר אפעקטיוו אין די מלחמה האט א רעינדזש פון 40 קמ
דאס וואלט געקענט געניצט ווערן צו אטאקירן רוהיג די גאר וויכטיגע חערסאן בריק
די אוקריינער האבן נאך קיינמאל פראבירט צו אטאקירן די חערסאן בריק

דאס מיינט אז זיי האבן גרויסע האפענונגען נאך אמאל צו קענען פארכאפן דעם בריק
*
צום ערשטן מאל אין היסטאריע וואס אייראפע האט אימפארטירט מער גאז פון אמעריקע ווי פון רוסלאנד.
*
דער פרעמיער פון בולגאריע האט אפגעווארפן א רוסישע אולטימאטום צוריקצוציען פון דאס ארויסשטעלן 70 רוסישע דיפלאמאטן פון לאנד.

'מיר וועלן קיינמאל נישט ערלויבן קיינעם צו געבן אן אולטימאטום פאר בולגאריע!'.
*
די אוקריינער זיכערהייטס סערוויסעס האבן נייטראליזירט א גרופע פון 4 רוסישע אגענטן אין קיעוו וואס פלעגן נאכקוקן און איבערגעבן באריכטן איבער אוקריינער מיליטערישע פאזיציעס.
*
די הויפט גאס פושקין סטריט אין קריווי ריע איינער פון די גרעסטע סיטיס אין אוקריינע (זעלענסקי'ס געבורט פלאץ) וועט טוישן די נאמען צו ביידען סטריט לאות הוקרה פאר זיין שטענדיגע הילף.
*
אמעריקע אנאנסירט א פרישע הילף פעקל פאר אוקריינע אין די ווערט פון 820 מיליאן דאלער.

נאך א שטארקע זאך אינעם פעקל איז 150 טויזנט 155 מילימעטער ארטילערי שעלס צו נוצן מיט די פארשידענע סיסטעמען וואס די מערב וועלט האט מנדב געווען די לעצטערע חדשים.
איינער פון די ספעציעלע זאכן אינעם פעקל איז צוויי NASAM סוירפעס טו עיר מיסיל סיסטעמען וואס איז גאר גוט אפצושלאגן אסאך זאכן פון קרוז מיסילס צו עירקרעפט.
*
א פענטאגאן ווארטזאגער האט מסביר געווען אז די רוסן האבן איבערגעלאזט סנעיק איילענד אונטער דרוק פון די אוקריינישע אטאקעס ווייל זיי זענען געווען ווי באלאגערט, וויפיל מאל די שוץ סיסטעמען האבן נאר באוויזן אפצוהאלטן די אוקריינישע אטאקעס אויף סנעיק איילענד זענען למעשה די רוסישע שיפן כסדר געצילט געווארן מיט הארפונס און ראקעטן אזוי ארום איז געווארן ביטער שווער יעדע סארט טראנספארטאציע פון און צו דעם אינזל ביז די זעלנער אויפן אינזל האבן זיך פשוט געשפירט ווי איינגעשפארט אויפן אינזל אן קיין געהעריגע פארבינדונג מיט די איבריגע וועלט, זיי האבן געמאנגלט אין די פשוטס'טע אבער לעבענסוויכטיגע סופליי א שטייגער ווי עסן און מעדיצינען וכדו', ביז זיי האבן בלית ברירה אפגעצויגן פון דארט.
*
בעלארוס זאגט אז אירע Pantsir-S1 לופט פארטיידיגונגס סיסטעמען האבן אפגעהאלטן א אוקריינישע אטאקע אויף בעלארוס. לוקעשענקאו זאגט ער זוכט נישט צו גיין אין קריג מיט אוקריינע אבער ער לאזט די טיר אפן דערצו אויב עס וועט זיך אויספעלן.
*
דער פרעמיער מיניסטער פון אויסטראליע האט באזוכט אין בוטשא
*
רוסלאנד מעלדט אז די LPR אין די דאנבאס איז אינגאנצן אונטער רוסישע קאנטראל.
*
באריכטן אז טערקיי האט אנגעהויבן שיקן אנטי טאנק מיסילס קיין אוקריינע.
*
בלומבערג: די אי יו שאצט די קאסטן פאר די איבערבוי פון אוקריינע נאכן קריג אויף איבער 500 ביליאן יורא.
*
דער פרעמיער פון אויסטראליע אויף א באזוך אין קיעוו זאגט אז אויסטראליע וועט ארויפלייגן פרישע סאנקציעס אויף 16 רוסישע מיניסטארן, און וועט ארויפשטעלן א פארבאט אויף אימפארטן פון רוסישע גאלד.
*
אויסטראליע וועט געבן פאר אוקריינע א מיליטערישע שטיצע פעקל אין די ווערט פון 100 מיליאן דאלער. עס וועט אנטהאלטן צווישן אנדערע:

14 געפאנצערטע מיליטערישע וויהיקעלס.
20 פרישע בושמעסטער וויהיקעלס (אין צוגאב צו די 40 וואס זיי האבן שוין געגעבן).
דראונס אוו אנדערע עקוויפמענט.
*
אוקריינע האט דורכגעפירט מער ווי דרייסיג לופט אטאקעס אין די פארכאפטע "מאליטאפול" ווי זיי האבן צעשמעטערט צווישן אנדערע א ריזיגע מיליטערישע באזע
*
סלאווקישע פרעימיער זאגט:

סלאוואקיי וועט טרעספערירן אירע מיג 29 פליגער און טאנקן קיין אוקריינע
*
רוסן האבן פארכאפט א שיינע ביסל אוקריינע עקוויפמענט אין סעווערדאנעסק
אריינגערעכנט צוויי אמעריקאנע האמוויס ועוד
*
אמעריקא וועט שיקן קיין אוקריינע די פארגעשריטענע NASAMS עיר דעפענס סיסטעם וואס האט א 30 קמ רעינדזש
*
קריס קאומא, ברודער פון געוועזענער גאווערנער קאומא, וועלכער איז אפגעזאגט געווארן פון CNN פארגאנגענע דעצעמבער, צוליב א פערזענליכע סקאנדאל און צוגאב וואס ער איז געווען פארמישט אין זיין ברודער'ס סקאנדאל, האט געפאוסט אויף סאציאלע מידיע צום ערשטן מאל זינט פארגאנגענע נאוועמבער, בילדער וואס ער האט גענומען אין אוקריינע.
*
פרעמיער מיניסטארשע פון שוועדן האט אפגעשטאט א באזוך אין קיעוו און זיך געטראפן מיט זעלענסקי, דערנאך האט זי באזוכט בוטשא און באראדיאנקע.
*
די דייטשע גאז ריז קאמפאני 'Uniper' איז אין געשפרעכן מיט די רעגירונג איבער א בעילאויט פלאן נאכדעם וואס זי האט זיך דערזעהן מיט א לאך פון 9 ביליאן יורא, צוליב די רוסישע גאז מאנגל.
*
דער געוועזענער אמעריקאנער רעפרעזענטעטיוו צו אוקריינע קורט וואלקער זאגט אז די לעצטערע אמעריקאנער מיליטערישע מתנות פאר אוקריינע האט שוין א שטארקע השפעה אינעם קריג.

'די סוקסעפולע אטאקעס אויף מוניציע זאפאסן וואס מיר האבן געזעהן אין די פארגאנגענע טעג, וועט ווייטער אנהאלטן, און דאס שטעלט די רוסן אין זייער א וואקלדיגע פאזיציע'.
*
שולץ:

די דייטשע בירגער ברויכן זיך גרייטן פאר א לאנגע עקאנאמישע קריזיס. די שווערע עקאנאמישע סיטואציע איז געקומען צוליב די קאנסעקווענצן פון די קאראנע פאנדעמיע און די מלחמה אין אוקריינע, עס גייט זיך נישט טוישן אין די נאנטן צוקונפט'.
*
געוועזענער קאמאנדיר פון די אמעריקאנער קרעפטן אין אייראפע זאגט אז אוקריינע זאל אטאקירען די לופט באזעס וואס די רוסן נוצן צו שיסן קרוז מיסילס אויף אוקריינע.

'ווען מ'רעד מיר פון מיסילס, און קרוז מיסילס וואס ווערן ארויסגעשאסן פון די טעריטאריען אין רוסלאנד און בעלארוס, איז די וועג דאס אפצושלאגן, דורך אטאקירן די לופט באזעס פון וואו די פליגערס פליען ארויס. אדער דארף מען טרעפן אן אנדערע וועג צו צושטערן די מעגליכקייטן פון דעליווערן אזעלכע מיסילס צו די ארויסשיס פלעצער'.
*
ענגלאנד אנאנסירט פרישע עקאנאמישע, טרעיד אוו טראנספארט סאנקציעס אויף בעלארוס אין ליכט פון זייער הילף פאר רוסלאנד.
*
רוסישע ארעסטאנטן אין סט. פעטערסבורג ווערן געאפערט צו דינען אין וואגנער אין אויסטויש פאר פרייהייט און 200,000 רובל ($3,571...)

מקור -רוסישע דזשורנאליסטן וואס האבן דאס געהערט פון משפחות פון ארעסטאנטן אין די IK-7 Yablonevka און IK-6 Obukhovo טורמעס
*
באריס דזשאנסען: ענגלאנד וועט נישט שיקן קיין מלחמה שיפן צום שווארצן ים צו באגלייטן די ווייץ שיפן ווייל עס פארלעצט די Montreux קאנווענשן
*
די רוסן שטיפן צוריק די אוקריינער ביי דרום דאנעצק נעבן וואלהעדאר
*
רוסישע אסטראנאטן אין די אינטערנעשינאל ספעיס סענטער פיקטשור’ן זיך מיט די LPR און די DPR פענער
*
מאנטאג איז פארגעקומען א וועלטליכע שלום פארום אין בעדזשינג, בשעת מעשה איז געווען א שטיקל רייבעריי צווישן די אומבאסאדאר’ס (?) פון רוסלאנד און אמעריקע, ווי די אמעריקאנער האט אראפגעריסן רוסלאנד וועגן די מלחמה, און גלייך נאכדעם האט דער רוסישער אויפגעטרעטן און צוריקגעווארפן אויפן אמעריקאנער.
*
די בריטישע בירגער וואס איז געווארן פארכאפט און ג’משפט אויף טויט האט אריינגעגעבן א ביטע צו אפיעלן זיין טויט אורטייל.
*
אויסטראליע נעמט אראפ דוטיס פון אוקריינער אימפארטן.
*
דער מעיאר פונעם אקופירטן מאליטאפול זאגט אז איבער צוויי הונדערט רוסישע זעלנער זענען אומגעקומען און איבער דריי הונדערט זענען פארוואונדעט געווארן אין א אטאקע אויף איינער פון די פיר רוסישע באזעס אין שטאט. אמוניציע און אויל זאפאסן אזוי אויך באראקן זענען אינגאנצן חרוב געגאנגן אין די אטאקע.
*
וואלקסוועגאן וועט ליקווידירן איר פלענט אין ניזשני נאוואגארד אין רוסלאנד ביז א וואך.
*
VOLVO זאגט זי האט נאכנישט מחליט געווען אויב זי זאל פארלאזן רוסלאנד.
*
פעסקאוו: דאס באנוץ מיט פארפרוירענע רוסישע גאלד פאר דאס איבערבוי פון אוקריינע איז אינגאנצן אומלעגאל און רוסלאנד איז קאטעגאריש דערקעגן.
*
פעסקאוו שלאגט אפ באריכטן אין די מידיע אז דער כינעזער פרעזידענט האט זיך אפגעזאגט פון א פארלאנג צו קומען באזוכן רוסלאנד.
*
רוסלאנד האט אויפגעהערט צו געבן טוריסטן וויזעס פאר בולגארישע בירגער נאכדעם וואס בולגאריע האט ארויסגעשטעלט 70 רוסישע דיפלאמאטן פון לאנד.
*
די פינישע נייעס אגענטור yle מעלדט אז לויט סאטעלייט בילדער האט רוסלאנד אין די פארגאנגענע וואכן אוועקגערוקט מיליטערישע עקוויפמענט פון איר באזע נעבן די גרעניץ מיט פינלאנד.
*
די DPR אינפארמאציע מיניסטעריום זאגט אז די הייזער פון די איינוואינער פון מאריופאל וועלן ווערן צוריקגעשטעלט בחנם אין כסף.
*
די דייטשע צייטונג דער בילד באריכטעט אז געוויסע לענדלארדס אין דייטשלאנד האבן שוין אנגעהויבן צו רעדוצירן די שעות ווען זיי שטעלן צו הייצונג און הייס וואסער פאר זייערע טענענטס.
*
פרעמיער דזשאנסאן האט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט זעלענסקי אין וועלכע ער האט עם פארשפראכן פרישע 10 האוויצערס און נאך מיליטערישע עקוויפמענט.
*
נאך א אויסלענדישע קעמפפער פארכאפט אין אזאווסטאל - דאס מאל א שוועדישע - איז א קאנדידאט פאר טויט שטראף
*
באריכטן אז אוקריינע שטייט אין די לעצטע שטאפלען פון זיך ארויסלאזן אויף א מאסיווער "קאנטער אפענסיווע אפעראציע" אינאיינעם מיט גאר אסאך נייע וואפן וואס זיי האבן באקומען די לעצטערע וואכן
צווישן די וואפן ציילט זיך היימארס, מולטי ראקעטן ארויסשיסער, העליקאפטער, אנטי שיף מיסילס, טאנקן, ארטילעריע, און נאך פילע שווערע וואפן
סוועט זיך ווארשיינליך אנהייבן אין חארסון
*
יאפאן שטעלט ארויס א פארבאט אויף רוסישע גאלד אימפארטן.
*
ארדואן זאגט אז ער האפט אז זיינע פארהאנדלונגען מיט זעלענסקי און פוטין איבער די אוקריינער תבואה וועט נושא פירות זיין בקרוב.
*
אוקראינער מיליטער געט אן אז זייערע פלאנירטע אפעראציעס וועלן גיין גרינגער ווי געמיינט דערנאך וואס זיי האבן באוויזן צי מאכן א בארג אש א מולטי מיליאן דאלערדיגן "מיסעל שוץ סיסטעם" פין די טייערסטע סארט פון די רויסישע מיליטער אין איינע פון זייערע לעצטיגע פונקטליכע אטאקעס אין רוסיש קאנטראלירטע געגנטער אין דאנבאס
*
רוסלאנד האט ארויסגעשטעלט בילדער פון קאמאנדירן פונעם אזאוו רעגימענט אין מאריופאל וואס ווערן פארהאלטן דורך די רוסישע פעדעראציע אין 'ספעשל פעסיליטיס'.
*
די ליטא וועט אריבערפירן פרישע 10 מיליאן יורא צו שטיצן אוקריינעס איבערבוי. די ליטווישע שטיצע פאר אוקריינע ובתוכם פאר אוקריינער פליטים שטייט שוין ביי 500 מיליאן יורא.
*
די אמעריקאנע בעסקעטבאל שפילערין בריטני גרינער וועלכע זיצט אין טורמע אין רוסלאנד, האט געשיקט א פערזענליכע בריוו פאר פרעזידענט ביידען בעטנדיג ער זאל טון פאר איר, און שרייבט צווישן אנדערע "איך בין שטארק דערשראקן אז איך וועל מעגליך פארבלייבן דא פאר אייביג".
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: נייעס פון פרשת חקת תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

הו טוט ער א מאסיווע ארבעט
שיין הערליך צאמגענומען
חינוך האט געזיגט!
מיינסט עס ערנסט?!
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 7:55 pm

Re: נייעס פון פרשת חקת תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינסט עס ערנסט?! »

Wיי Wיי הערליכע ארבעט
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: נייעס פון פרשת חקת תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

דאס איז סאמטינג עלס! עפעס אנדערש בלעז
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: נייעס פון פרשת חקת תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

זייטס וויסן אז דעיס אלעס איז אריין יעדע וואך און די שרייבער!
מ'כאפט נישט ווען סאיז און די שרייבער ווי סאך ס'איז.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: נייעס פון פרשת חקת תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

הו הו! א מאסיוון ארבעט!
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: נייעס פון פרשת חקת תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

זיך באלעקט מיט יעדע ווארט
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm


שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!



ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
אוועטאר
.hershy
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2021 3:36 pm

Re: נייעס פון פרשת חקת תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך .hershy »

pls on a pdf
"hate will never ever win"
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

Re: נייעס פון פרשת חקת תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

.hershy האט געשריבן:pls on a pdf

פליז סעי טעינק יו
אוועטאר
עניטינג
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 2:42 pm

Re: נייעס פון פרשת חקת תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עניטינג »

גאר א גרויסע דאנק!
מען כאפט טאקע נישט ווי סאך ארבעט עס גייט אריין אין די שרייבער יעדע וואך. איך קען מיך נישט גענוג באדאנקו!
הלוואי קומט די שרייבער צוריק ארויס!
שרייב תגובה

צוריק צו “אייוועלט פרעזענטירט”