האוקול פאר גאווערנאר

אחראי: יאנאש

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

דיעזע געהענגל איז געווידמעט לטובת די האוקול געלויף פאר גאווערנאר, בקרוב וועלן מיר דא מעלדן אי"ה קאמפיין אפדעיטס.
ביטע אנהאלטן דא א ריין פאזיטיווע אטמאספערע לכבודה פון די אמטירנדע גאווערנאר שטול.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

נו שוין..
(--ווערטערלאז--)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

טראץ וואס ניו יארק איז בכלליות א דעמאקראטישע פעסטונג, דעסטוועגן פארשטייט די האוקול קאמפיין די געברויכן פונעם היימישן עולם און זי אנערקענט די דאמירנדע רעכטע אנטשויאונגען פון אונזער ציבור אין אלגעמיין. זי איז א מומחה אין גיין צווישן די טראפן, פון איין זייט קענען דעליווערן סיי וויכטיגע סאציאלע פראגראמען וואס מיר זענען אנגעוויזן דערויף, און צו די זעלבע צייט רעספעקטירן אונזער רעליגיעזן לעבנסשטייגער.

דאס קומט ווייל אין די יארן אלץ קאנגרעספרוי, איז זי באצייכנט געווארן אלס איינע פון די מערסט קאנסערוואטיווע דעמאקראטן אין קאנגרעס. און אזא סארט איז וואס מיר ברויכן.
פון די ערשטע מינוט ווען זי איז אויסגעקליבן געווארן צו זיין לוטענענט גאווערנאר איז זי געגאנגען באזוכן היימישע געגנטער און אנקניפן גוטע באציאונגען, איך געדענק דעם באזוך יענעם זומער אין די היימישע מיידל קעמפ'ס.

אנדערש ווי איר געוועזענע באסס קאומא, און אנדערש ווי איר יעצטיגער קעגנער, איז זי בכלל נישט קיין קריגערישע טייפ. זי איז א מומחה אין ערלעדיגן זאכן שטיל און סמוד אן קיין איבערקערענישן און אגענדע'ס. אמור מעט ועשה הרבה. דאס איז גאר גוט פאר אחב"י. אפילו אויב עמיצער וועט נישט מסכים זיין מיט איר אויף עפעס, וועט זיך עס שפירן כאילו מען האט נישט קיין ערנסטע דיפרענצן. און מען קומט זיך אויס גאנץ גרינג.

צו גיבן א דוגמא, ווילאנג קאומא איז געווען אין אמט, האט מען יעדן צווייטן טאג געהאט צו הערן פארשידענע פרישע קאפ דרייענישע קאוויד רעגולאציעס ביי די טרויעריג בארימטע זעלססט בארימנדע פרעס קאנפרענצן, חדשים לבקרים. די רגע ער איז אינדרויסן הערט מען נישט דערפון. פארוואס? נישט ווייל ס'איז נישטא, נאר ווייל קיינער ווייסט פשוט נישט צו זאגן דערפון... ס'איז שא שטיל.

די פולע פראגראמען אויף די ebt קארטלען איז אין גרויס טייל צום פארדאנקען איר פרא-פאמיליע וויזיע, סיי די מאקסימום פס ווען ס'שוין לאנג נישטא קאוויד, די מוסדות געלטער, און אלעס אינדערמיט. שווער צו גלייבן אז א קאנסערוואטיווע אדמין וואלט דאס אלעס אזוי גרינג דורכגעלאזט דעם גאווערנאר'ס טישל. כהנה וכהנה רבות. ס'איז נאך דא פילע פראגראמען אויפן טיש בקרוב אי"ה.

א רעפאבליקאנע גאווערנאר וואלט געהאט קנאפע קאנטראל אדער ווארט אויף די פילע רעגירונג פליגלען אין אלבאני. צו איז דאס די לעגיסלאטיווע ברענטשעס אדער די עדיוקעישאן דעפארטעמענט. דאס איז שוין אין בעסטן פאל. דערצו אז ער איז אויף די אנדערע פאליטישע זייט ווי יענע, און יעדן טאג מיינט א פרישער געראנגל, דאן ווערן זאכן גאר קאמפליצירט.

מיר מוזן האבן א גאווערנאר וואס האט דייקא גוטע באציאונגען מיט די גאנצע אלבאני ביוקראציע - דורך אין דורך!
א גאווערנאר וואס איר ווארט איז מאסגעבנד אין אלע פליגלען פון די רעגירונג!

פארוואס זאג איך אייך דאס אלעס?
ווייל וואספארא חוזק וועלן מיר זיין א טאג נאך די וואלן, ווען ס'וועט זיך ארויסשטעלן אז 72% אייוועלט האט ווידעראמאל געפאלגט די איינזייטיגע אינסטינקטן און געשטימט פאר סליווע, און מיר האבן אוועקגעווארפן א שאנס פון א סימפאטישן באאמטע וואס מיר וואלטן געקענט פארדינען גאר אסאך, וויאזוי וועלן מיר דאן נאך האבן די חוצפה זיך צו באווייזן דאס פנים?...

און הגם דער זעלדין גיבט נישט אזא שלעכטן אימעדזש, ער האט אפילו אויפגענומען א באצאלטן גראפיקער דאהי נעקסט דאר, וועט מיין אחריות'דיגע שטימע אי"ה גיין פאר האוקול, מיטן ציהל צו קאנטער באלאנצירן די מיסט געלייגטע בחור'ישע שטימען פאר זעלדינ'ען (חוץ אויב מיין קהילה וועט אינדארסירן זעלדין, א ווייטע מעגליכקייט)
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

גוט געשריבן

אריינגעסיינט
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

די תירוץ אין איין ווארט: בעיל רעפארם...
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
קאנספיראציע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 09, 2021 12:46 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנספיראציע »

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

געענדיגט די צייטן ווען זיין א רעפאבליקען האט געמיינט א גאראנטירטע שטימע פון די היימישע קאווע שטיבלעך... אז עמיצער וויל אונזער שטימע, דאן מוז מען פאקטיש דעליווערן!..
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ר' יום טוב האט געשריבן:געענדיגט די צייטן ווען זיין א רעפאבליקען האט געמיינט א גאראנטירטע שטימע פון די היימישע קאווע שטיבלעך... אז עמיצער וויל אונזער שטימע, דאן מוז מען פאקטיש דעליווערן!..

רט

(הלואי זענען די צייטן געענדיגט...)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

Screenshot 2022-07-04 184411.jpg
Screenshot 2022-07-04 184411.jpg (48.03 KiB) געזען 7511 מאל
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק וחסיד »

נייגעריג צו עס איז דא איינער וואס קערט עכט פאר דעם האקל.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

צו די אלע אידן וואס האבן גענומען די מיה מיר צו באדאנקען פערזענליך:
איך אקצעפטיר נישט אייער העפליכקייט. צוערשט מוזט איר ארויסקומען אין די עפענטליכקייט דערקלערן אנע בושה אז איר גייט שטימען פאר א דעמאקראט. איר זענט נישט געווארן איבערנאכט א ליבעראלער חסר דעה. איר זענט א נארמאלער ערוואקסענער מענטש, מיט א ביסל שיקול הדעת, און איר פארקויפט מער נישט אייער אמת'ע טובה פאר אביסל פאליטישע רעטאריק.

אין אמת'ן, דארף מען מאכן א לאגישער חשבון הנפש. ווייל הגם ביי א גרויס חלק פארמעסטן איז געווען קריטיש צו גיבן די שטימע פאר א רעפאבליקען, צו ווייל מען האט אזוי אריינגעוועלט אונזערע ריכטיגע חברה, אדער ווייל מ'האט זיך פשוט נישט געקענט ערלויבן צו שטימען פאר די סארט דעמאקראטישן קאנדידאט וואס רעספעקטירט נישט אונזערע ווירדן. וועט אבער יעדער מודה זיין אז זייער אסאך מאל איז די שטימע פארן רעפאבליקען געווען אין די מיסט אריין.

מ'האט אבי געשטימט פאר די גאנצע רעפאבליקאנער ליניע בלויז צו באקומען די גוטע אנטי-עסטאבלישמענט געפיל פאר געציילטע סעקונדן נאכצופאלגן א געוויסע קילע פילאזאפיע וואס ס'איז נישט ווערט די צייט וואס מען גייט שטימען. וואס'האסטע געהאט דערפון למעשה?...

ואת חטאי אני מזכיר, איך האב שוין אויך איינמאל אזוי געטון, אלס בחור מיט יארן צוריק. האף מיר אז דיעזע ווערטער וועלן זיין ריכטיגע תשובת המשקל.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

ר' יום טוב האט געשריבן:מ'האט אבי געשטימט פאר די גאנצע רעפאבליקאנער ליניע בלויז צו באקומען די גוטע אנטי-עסטאבלישמענט געפיל...

ואת חטאי אני מזכיר, איך האב שוין אויך איינמאל אזוי געטון, אלס בחור מיט יארן צוריק. האף מיר אז דיעזע ווערטער וועלן זיין ריכטיגע תשובת המשקל.

מיין טאטע, זיידע און עלטער זיידע האבן שוין אזוי געטון נאך פאר סאיז געווען קיל..

------

אקעי כוויל נישט אראפפירן דעם אשכול.. שטימטס פאר האוקול
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

מסתמא האט געשריבן:
שטימטס פאר האוקול

בשו"א
דו דארפסט פאלגן וואס דיין עלטער זיידע האט געטון...!
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

וואס איז האוקעל׳ס שטעלונג אויף בעיל רעפארם?
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

@יום טוב איך האב געשטימט פאר עדעמס אווער די אנטי עסטעבלישמענט יענג און אווער דעם סייקאו מיטן רויטן היטל איך דענק שוין נישט זיין נאמען.

איך האב נישט קיין פראבלעם צו שטימען פאר איינעם וואס לויפט אויף די דעמאקראטישע טיקעט ווען איך פיל פאר וויכטיג, און ס'האט מיר אויך נערוועז געמאכט ווען א שיין חלק פון די קאמיונעטי האט יא געשטימט פאר דעם סליווא (אה זיך דערמאנט די נאמען).

אין די פאל פון האוקל קעגן זעלדין אויב גיי איך נישט זעהן אז ס'גייט ממש בנפשם פון די היימישע עסקנים אז מען זאל שטימען פאר האוקל גייט מיין שטימע גיין פאר זעלדין.

די סיבה דערצו איז פשוט, יא קען זיין אז האוקל פאר זיך איז מער צו די מעסיגע זייט, במציאות אבער איז ניו יארק געלאפן די לעצטע פאר יאר שארף צו לינק, און דאס איז אריינגערעכנט חינוך און בעיל רעפארם, די היסטערי דא אין ניו יארק האט געוויזן אז מיט א צוטיילטע פאוער אין ניו יארק איז די סטעיט געפארן די בעסטע, ווען איין זייט האט די גאנצע פאוער זעהט עס אויס ווי יעצט.

יא האוקל איז זייער גוט מיט די היימישע קאמיונעטי און זי קען פראבירן צו העלפן די מערסטע וואס שייך במציאות אבער לויפט זי אלס א דעמאקראט און זי קען נישט אדער וויל נישט זיך ארויסשטעלן קעגן די לינקע בנוגע בעיל רעפארם אדער חינוך.

פארשטייט זיך אבער אז די מוסדות דארפן און זאלן אינדארסירן האוקל.
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

@זעקל די איינציגסטע וועג דיך צו מאכן נישט שטימען פאר זעלדין איז אויב עס ווערט א חסידות פאלעטיק...
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ניין. ווי געשריבן אויב גיי איך זעהן אז די עסקנים (בעיקר פון מיין קהילה) ווילן באמת אז דער עולם זאל שטימען פאר האוקל גיי איך שטימען פאר איר.
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

דער איד רופט איר: האוכעל. מיט א כף
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

און אמת'ן, פארוואס זאל זיך האוקול אדער סיי וועלכע דעמאקראט זיך צושטעלן צו אונז - די שטארקסטע טראמפ באזע - א כל שהוא, וויסנדיג אז ס'וועט איר נישט ברענגען קיין איין שטימע מער אדער ווייניגער. פארוואס זאל ביידען גיין קאמפיינען אין אלאבאמא?

די פוינט פון אונזער מאוומענט איז נישט אזוי ווייט יא האוקעל אדער נישט האוקעל. זעלדין איז גראדע נישט קיין שלעכטע אויסוואל (אאפס..)
עס איז צייט צו טוישן אונזער ביז יעצטיגע סטראטעגיע. עס איז זייער נישט קלוג צו נוצן כסדר וואלן בלויז אלס א מיטל "צו שיקן א מעסעדזש". דאס האט זיך קיינמאל נישט אויסגעארבייט ביז היינט.

אונזער איידיע איז צו זיין אנדיסיידעט ביז די שפעטסטע מאמענט מעגליך, אפילו ביז אריין אין די שטים בודקע, און דאן מאכן אן אינפארמאטיוון דיסישאן וואס איז די בעסטע געלוינט (אדער שטימען פאר די קהילה אינדארסירטע קאנדידאטן)
עס איז מער נישט די צייטן ווען מען שטימט פאר אן אומקוואליפיצירטן קאנדידאט באזירט אויף זיין פאליטישע אפיליאציע.

די החלטה פאר וועלכע קאנדידאט מען שטימט דארף זיין באזירט אויף די קאנסעקווענצן פון למחרת פון די וואלן, נישט אויף די מאמענטאלע רעטארישע געפילן איבער זאכן וועלכע שפילן גאנץ א קנאפע ראלע למעשה.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ר' זעקל האט געשריבן:ניין. ווי געשריבן אויב גיי איך זעהן אז די עסקנים (בעיקר פון מיין קהילה) ווילן באמת אז דער עולם זאל שטימען פאר האוקל גיי איך שטימען פאר איר.

;l;p- ;l;p-

עענדליך איינער רעדט צום דבר
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

ר' יום טוב האט געשריבן:און אמת'ן, פארוואס זאל זיך האוקול אדער סיי וועלכע דעמאקראט זיך צושטעלן צו אונז - די שטארקסטע טראמפ באזע - א כל שהוא, וויסנדיג אז ס'וועט איר נישט ברענגען קיין איין שטימע מער אדער ווייניגער. פארוואס זאל ביידען גיין קאמפיינען אין אלאבאמא?

זי ווייסט אויך אז אויב שטעלט מען זיך שיין צו באקומט מען די שטימעס, ווי זעקל האט שוין פריער געשריבן, לאמיר נישט פארגעסן אז עדעמס האט געווינען די פריימעריס דורך אידישע 1סט און 2נד רענקד טשויס, און כגלייב אז יעצט גייט נישט זיין אזא אנטי באוועגונג, און האקול ווייסט אז רוב היימישע אידן שטימען נישט רעפובליקאן מיט פארמאכטע אויגן, רוף ביטע נישט אהן א פאוסט קאוויד מאוועמענט טראמפ באזע.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

ר' יום טוב האט געשריבן:און אמת'ן, פארוואס זאל זיך האוקול אדער סיי וועלכע דעמאקראט זיך צושטעלן צו אונז - די שטארקסטע טראמפ באזע - א כל שהוא, וויסנדיג אז ס'וועט איר נישט ברענגען קיין איין שטימע מער אדער ווייניגער. פארוואס זאל ביידען גיין קאמפיינען אין אלאבאמא?

די פוינט פון אונזער מאוומענט איז נישט אזוי ווייט יא האוקעל אדער נישט האוקעל. זעלדין איז גראדע נישט קיין שלעכטע אויסוואל (אאפס..)
עס איז צייט צו טוישן אונזער ביז יעצטיגע סטראטעגיע. עס איז זייער נישט קלוג צו נוצן כסדר וואלן בלויז אלס א מיטל "צו שיקן א מעסעדזש". דאס האט זיך קיינמאל נישט אויסגעארבייט ביז היינט.

אונזער איידיע איז צו זיין אנדיסיידעט ביז די שפעטסטע מאמענט מעגליך, אפילו ביז אריין אין די שטים בודקע, און דאן מאכן אן אינפארמאטיוון דיסישאן וואס איז די בעסטע געלוינט (אדער שטימען פאר די קהילה אינדארסירטע קאנדידאטן)
עס איז מער נישט די צייטן ווען מען שטימט פאר אן אומקוואליפיצירטן קאנדידאט באזירט אויף זיין פאליטישע אפיליאציע.

די החלטה פאר וועלכע קאנדידאט מען שטימט דארף זיין באזירט אויף די קאנסעקווענצן פון למחרת פון די וואלן, נישט אויף די מאמענטאלע רעטארישע געפילן איבער זאכן וועלכע שפילן גאנץ א קנאפע ראלע למעשה.

איז זעלדין אומקוואלאפאצירט? די ביסטעך סותר מניה וביה.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

זינט די מאמענט עס איז געעפנט געווארן דא די האוקעל קאמפיין, שטייגט די ענטוזיאזם העכער אלע אקטיוועס. פון א נעבאכדיגע שטיצע פון בלויז געציילטע יחידים געוועזענע ביידען וויילער, איז די האוקול שטיצע געוואקסן גאר באדייטענד, און טראץ וואס אסאך ווילן נישט ארויסקומען אין די עפענטליכקייט, ווערן די שטימען צו מזל אפגעגעבן אויף א קאנפידענציאלע אופן, אזוי ארום אז ס'נישטא פון וואס זיך צו שרעקן פון ווערן איבערגעטראטן.

אונזער מאטא איז קלאר אז דער ניכטערער באשלוס פארוועם צו וואוטען דארף קומען אין די לעצטע מינוט איידער די וואלן, ווייל אויף דעם אופן האט מען נישט קיין מניאות פון מחשבות זרות און איינזייטיגע העצע. אבער דאך מעג מען איצטער אויך אנהויבן באטראכט נעמען די קאנדידאטן ווער ס'לויפן, און ס'איז גאנץ קלאר אז אזא סארט דעמאקראט ווי די גובארנאר'טע איז די טיפיקעל סארט דעמאקראט וואס מיר דארפן, אזא איינער וואס שטייט מיט אונז טאג איין טאג אויס אויף לעבנסוויכטיגע אישו'ס, אפגעזען פארטיי אפיליאציע. און טאקע ווייל ס'איז ליידער דא היינט ווינציג פון די סארט דעמאקראטן, דארפן מיר אויסנוצן די געלעגנהייט, און נישט פארטאכלעבען די מאכטפולע רעכט פון אונזערע צינגעלעך פאר עמיצן וואס שטייט מיט אונז בלויז אין די קאמישע ווירטואלע וועלט.

די גאווערנאר עפרישיעט יעדע איינציגע שטימע פון אחב"י. אנדערש פון אנדערע בעלי גאווה פאליטישאן'ס וואס האלטן אז זיי האבן גענוג שטימען אין זייער ענגע באזע, און ס'איז א שאד די ארבייט צו קומען צו אונז.

טראץ וואס מיר ווייסן אויך וויפיל שטימען ביידען האט געהאט ביי אונז, און מיר אנערקענען אז עס וועט זיין א שטיקל בארג ארויף, גייען מיר טוהן עפעס וואס קיין איין סטעיטווייד דעמאקראט האט נאכנישט געטון בעבר, אפעלירן דירעקט צו די באזע חרדי'שע וויילער.

אויך אפעלירט די קאמפיין, אז ווער ס'וויל דא ארויפקומען זיך לערנען "גראפיקס", איז פריי דאס צו טון אויף די אייגענע אחריות.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

טעסטינג טעסטינג...

המממ... זעלדין האט א בעסערע גראפיסט
אטעטשמענטס
Screenshot 2022-07-06 165236.jpg
Screenshot 2022-07-06 165236.jpg (56.33 KiB) געזען 6083 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”