זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7162
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט שלאף רבי'ס אין קעמפ, איז דא געניג?

שלאף רבי'ס איז געווען גענוג, וויבאלד אסאך כולל יונגעלייט וועלכע פארדינען מאקסימום עטליכע הונדערט דאלער א חודש זענען עס גרייט צו טון ווייל זיי באקומען א באנגעלאו מיט עסן, אין צוגאב צו אביסל געלט.

מלמדים אין קעמפס מיין איך איז אויך דא א מאנגל.
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:צאלן דענער איז איין זאך.
צאל לכל הםחות וואס א צווייטער צאלט.
אויב איז דא מוסדות דא אין שטאט וואס צאלן שוין 55k 60k 65k א יאהר און דו ווייסט עס! ווי אזוי איז נאך דא מלמדים וואס באקומן ניטאמאהל קיין 40k?
אויב א מלמד פרטי מיט 4 3 שעה ארבייט א טאג מיט ווייניג אחריות (ביי א מלמד מיינט הצלחה אז 26 פון 31 זענעו מצוינים, ביים מלמד פרטי מיינט הצלחה אז 2 פון פיהר זענען בינונים) גייט ארויס מיט 75k אהן די קאפוויי פוו א מלמד מיט 27 קינדער 27 קלוגע מאמעס און 27 קלוגע טאטעס מיט 18 חברי הנהלה איבער דיר?

א מלמד הייבט אן מיט 1000 א וואך (איך האב גערעט מיט עטליכע מלמדים)
וויפיל שכר לימוד צאלט איר א חודש, א יונגערמאן מיט 4 קינדער צאלט 1000 דאללער נאך אלע דיסקאונטס

איך בין א מלמד קרוב צו 20 יאהר אנגעהויבן מיט 625 געהייסן א סאך איך האלט נאך ווייו פון טויזענט א וואך.

פאר 20 יאהר צירוק האט א יונגערמאן אנגעהויבען מיט 350 א וואך

ער זאגט דאך אז ער מאכט נאך "יעצט" נישט קיין 1000

פאר 20 יאהר צוריק. שאלה דו ווייסט אדער דו שטעלסט זיך פאהר? מיין רעביצין אלץ מיידל האט זי געמאכט 450 א וואך קעש.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

שמואל ק. האט געשריבן:דאס קומט פון אן אנדערע אשכול. און מ'קען זאגן אז דאס איז באמת באמת די נושא פארוואס ס'איז דא א מאנגל. און מ'דארף טרעפן עצות אויף דעם.
לדעתי האט געשריבן:קודם האב איך עס נישט געוואלט ארויסלייגן לרבים,
ווייל כ'האב נישט קיין כח צו מענטשן וואס גייען מיר יעצט סקראען, (דא אויף אייוועלט), איך בין פארט נישט קיין פאבליק ספיקער,
אבער אזוי ווי כ'זעה אז דער עולם קען באשטיין צו הערן מיין שטעלע איבער די נושא, וועל איך ארויפשטעלן וואס כ'האב געשיקט אין אישי.
יעדער קען טוהן דערמיט וואס ער וויל, אדער קייען, אדער שפייען.

הצלחה וברכה!

-----
אזוי ווי דעס איז זייער א האקעלע נושא, אין ס'דארף זיין 'גוט' פארגעשריבן, כדי דער עולם זאל פארשטיין, און זיך נישט ארויפכאפן אויף יעדע קלייניקייט, אין איך האב נישט די צייט צו דעם, דעריבער שיק איך דיר עס אין אישי.

והנה!
ווען מען מאכט א קאמפיין אז מענטשן זאלן וועלן ווערן מלמדים, צו וועמען אפעלירט מען?
נישט צו קיין מענטשן העכער די 30. זיי האבן שוין דשאבס,
און איינער וואס האט שוין געטוהן סיי וועלכע דשאב, חוץ כולל, זאל עס זיין ווערהויז, עמעזאן, טראק דרייווער, טעקסי דרייווער, אקאנטענט, וכו' וכו'
קיינער פון זיי גייט נישט ווערן קיין מלמד, פינטל.
אפי' ער זעהט אז ער דארף האבן מער געלט צום לעבן, און מ'צאלט פאר א מלמד לאמיר זאגן 1,200 אפי' א וואך, פלאס די אלע חשבונות אז א מלמד מאכט זייער שיין פרנסה.
אויב אזוי, נישט צו זיי אפעלירט מען ווען מ'גייט העכערן די געהאלט.

צו וועמען אפעלירט מען יא?
צו די פרישע אינגעלייט, ארויס פון ישיבה, ארויס פון די 2 3 יאר כולל.
רוב מלמדים זענען געווארן מלמדים נאך אין זייער גאר יונגע עלטער, דאס איז א מציאות.

דא איז די תירוץ!
א מלמד איז היינט געווארן עפעס א מינע באשעפעניש, וואס איז מכלומרשט נישט אויף אונזער פלאנעט.
ער מוז גיין מיט א היט און רעקל אין גאס,
ער טאר נישט עסן אין א פיצא סטאר מיט זיין משפחה,
ער טאר (קען) נישט פארן מיט א ריזיגע קעדי עסקעלעיט, (היינט האט עס שוין א נייע נאמען),
ער קען נישט גרילן אין קאנטרי מיט זיינע חברים (מיט די היט אין רעקל...)
וואס הייסט, ער איז דאך א מלמד! ער איז עפעס א מינע מלאך!

איינער וואס קומט אן מיט א ריזיגע קעדי, מיט א פיצא באקס אויף די ווינדוי שילד,
ער וויל ווערן א מלמד, ווייל מ'האט שוין ב"ה גערעיזט... און ס'לוינט זיך אים שוין געלט ווייז צו זיין א מלמד, גייט מען אים נישט אננעמען.

אמאל:
אמאל זענען (כמעט) אלע מענטשן געווען אין די קאטעגאריע,
דער עולם איז געגאנגען מיט אן ערנסטקייט אין גאס,
מ'האט זיך צוגעשטעלט צו אלע טרעדישאנעלס וואס פעלט זיך אויס,
ס'איז נישט געווען א 'מלמד באגרענעצונג', ס'איז געווען א 'מענטשליכע באגרענעצונג'.
יעדער האט געהאט א שיעור צופרי און ביינאכט,
נאר, ס'איז געווען באשערט ווער ס'וועט מוזן דעליווערן די מילך פאר די גראסעריס, און ווער ס'וועט דרייוון א באס, און ווער ס'וועט זיין די מלמד.
יעדער איז בעצם געווען אין א 'מלמד קאטעגאריע',
דעריבער האט יעדער געפיט אין די באקס פון 'זיין א מלמד'.

היינט:
ווען רוב יונגעלייט ווילן לעבן מער א ליפטיגע לעבן, און ס'ווערט נאר ערגער און ערגער פון יאר צו יאר,
וויל קיינער נישט אריינשטעלן זיינע ערשטע טריט אין לעבן אין א פלאץ וואס פארלאנגט זיך דאס פארקערטע פון דעם, ד.ה. זיין א מלמד.
אמת אז אפאר יאר נאכן גיין ארבעטן, לאנדעט מען אביסל אויף אונזער פלאנעט, אבער דעמאלס איז שוין צו שפעיט צו ווערן א מלמד, כדלעיל.
פון א מלמד פארלאנגט זיך צו זיין ווי א פרעמדע באשעפעניש פון די גאנצע וועלט. כדלעיל.

די מציאות איז אז די מלמד מיט די קינדער פון חדר 'מיט די קינדערס עלטערן' זענען אויף צוויי אנדערע וועלטן,

מען פראדאצירט שוין נישט די אייטעם "מלמד".

מ'מאכט תקנות אין מוסדות וועגן כלים, וועגן לבושים, און מ'אינפארסט עס נישט,
ווייל אויב מ'גייט עס אינפארסן, קען מען צומאכן די האלבע מוסד,
ד.ה. אז מ'האדעוועט נישט קיין מלמדים אין די מוסדות,
אם אין גדיים אין תיישים.

והבן כי קצרתי.

כ'וועל מסיים זיין צו דעם תגובה
התינח בוויליאמסבורג, אין אנדערע אידישע שטעט איז אביסל אנדערש
אין דעם שטעטל וואו איך וואוין פיטן איבער 50 פראצענט אריין אין דעם קאטאגאריע פון 'מלמד' ווי דא ווערט דיסקרייבט
די פראבלעם איז נישט די מהות וואס דו דארפסט זיין, די פראבלעם איז געלט! מ'פילט זיך אויסגענוצט!
א מלמד האט מיר געזאגט לעצטענס ער פלאנט אויפצוגעבן דאס מלומדות, ער ווייסט נישט וואס ער גייט טון, אבער נישט דאס, ער איז ביזי בייטאג און ביינאכט, און באקומט פיאסטער בדרך בזיון
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

כ'האב נאך געהאט מלמדים וואס האבן זיךגעדרייט אין חדר מיטן טלית קטן, כ'ווייס נישט וואס זיי האבן געטון אויפן גאס
אבער דאס זעט מען טאקע היינט נישט כמעט
אבער ס'איז נישט ערנסט א מלמד ווי ער לייגט עס אראפ, דער פראבלעם איז אז די וועג ווי אזוי מ'באהאנדלט דיך פילט מען זיך ווערטלאז
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אינטערסאנטע איד
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:30 am

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערסאנטע איד »

איך האב יעצט גערעדט מיט א מנהל, עס איז קלאר אז די פרייזן האלטן יעצט ביי בערך טויזנט דאלער א וואך אדער עכ"פ כמעט אזויפיל ביי זייער אסאך מוסדות, און די פראבלעם איז יא אז די עולם לויפט יעצט ענדערש צו אלע פריוואטע לערנען דזאבס, און אויך דאס אז מענטשן היינט האבן נישט ליב צו ארבייטן בכלל, עס איז דא אזויפיל ברירות פון ארבעט וואס איז אסאך גרינגער,
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

תג נוצער האט געשריבן:
שמואל ק. האט געשריבן:

די פראבלעם איז נישט די מהות וואס דו דארפסט זיין, די פראבלעם איז געלט! מ'פילט זיך אויסגענוצט!
א מלמד האט מיר געזאגט לעצטענס ער פלאנט אויפצוגעבן דאס מלומדות, ער ווייסט נישט וואס ער גייט טון, אבער נישט דאס, ער איז ביזי בייטאג און ביינאכט, און באקומט פיאסטער בדרך בזיון

אז מרעדט פון מלמדים איז עס דאך אווי יעדע ארבעט, אז איך נעם למשל א פעינטער און איך אפעער אים נאר האלב פרייז קען איך ערווארטן א בדיעבדיעגע זשאב און אז איך וויל א גוטע ארבעט דארף ער ווערן באצאלט פארהעלמעסיג גוט,
איז יעצט די מלמדים ווערן טאקע נישט באצאלט ריכטיג,
אלזא דארפן מיר עלטערן גיבן א בעסערע פרייז אז די מלמדים זאלן טון א בעסערע ארבעט,
די הנהלת המוסדות זענען סך הכל אונזערע שליחים אויסצוטיילן די געלט און אנפילן די לעכער,
איז יעצט אז מרעכנט אויס, א מלמד באקומט למשל 700 א וואך וואס דאס איז גארנישט מיט גארנישט, נישט לעבן און נישט צו שטארבן,
יעצט אז מגייט צולייגן לאמיר זאגן נאך 500 א מלמד פער וואך, וויפל גייט דאס קאסטן פאר אונז די עלטערן?

לאמיר גיין למשל א מוסד מיט 1000 קינדער קומט 40 מלמדים, אלעס איז געדעקט יעדער צאלט זין שכר לימוד,
און מגייט העכערן 500 א וואך פער מלמד קומט צו צום בודשעט נאך 84000 א חודש פאר 40 מלמדים,
צוטייל עס פער קינד קומט אויס "84 א קינד",
און פאר א טאטע מיט 5 קינדער קומט צו א חודש 420,
און געדענקען די גמרא אז כל מזונותיו של אדם קצובין חוץ מהוצאת בניו לתלמיד תורה, הוצאות בניו לתלמיד תורה קאסט נישט.

פשוט גערעדט 84x25 איז 2100 איבער צווי אלפים מער א חודש פאר א מלמד + די באנעסעס וואס א מלמד האט, ווערט דאס שוין א שיינע פרנסה
נו סאיז נישט אזוי ווייט און שווער צו קענען טוישן די סטאנדארד פון אונזערע מלמדים צו א העכערע לעוועל.
'ומאתים לנוטרים את פריו'
מעורב בין הבריות
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 26, 2016 10:11 pm

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעורב בין הבריות »

נישט פארגעסן א שטארקע פאונט, אז ס'דא מנהלים וואס וואלטן קיינמאל נישט געקענט זיין אין סיי וועלכע אנדערע ליעדערשיפ פאזיציע, נאר צוליב געוויסע סיבות זיצט ער אויף זיין שטעלע און מאכט אומבאקוועם - מילד גערעדט - פאר זיינע ארבעטער - די מלמדים.
ביי אנדערע ארבעט איז נישט מצוי אזא סיטואציע
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: נייעס און קרישעלעך איבער די מלמדים מאנגל קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

האלצשטיין האט געשריבן:
משה הירש האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:אין די לעצטע יאר צוויי, מייסטנס דורכאויס די קאוויד פאנדעמיק האט אנגעהויבן ווערן א שטאארקע מאנגל פון מלמדים.

די מלמדים מאנגל קריזיס ווערט שווערע ממיט יעדן פארבייגייענדן טאג, יעצט קומט עס צום אויבערפלאך ווען די מוסדות אין וויליאמסבורג און בארא פארק מוטשענען זיך געפערליך צו טרעפן מלמדים פאר'ן זוממער.

עס זענען דא אסאך מוסדות'ער וואס הייבן אן זייער זומער סעזאן קומענדיגן זונטאג און מאנטאג, און זיי עס פעלט זיי נאך מלמדים נאכ'ן נישט קענען טרעפן מענטשן וואס זענען גרייט דערפאר, אפילו פאר שיינע וועידזשעס.

לויט ווי ס'גייט קומט א פעסטע קריזיס צום קומענדיגן שנת הלימודים תשפ"ג.

אז מועט באצאלן כאטשיג וויפיל מבאצאלט פאר א גוי וואס ארבעט און מוסד וועט זיין מלמדים א יונגערמאן קען היינט נישט אויסקומען מיט די גיהאלט וואס די מוסדות באצאלן

היינטיגע צייטן וואס די מוסדות האבן א איבערפלוס פון פאנדינג איז ניש דא קיין סיבה נישט בעסער צו צאלן פאר די מלמדים

כ'האב געהערט פון א מוסד וואס האט געאפפערט צו צאלן $1000 פאר די זומער, אן ס'איז נישט געווען ווער ס'אזל נעמען דעם דזשאב.

יעצט יא..
א גוטער חבר א מלמד אין א מוסד וואס צאהלט נישט עפעס מוראדיג. די זומער באקומט יעדער אין א גוטער פאל 725 ווייל עס איז א שעה ווייניגער ווי א גאנץ יאהר. ער איז זייער באליבט ער באקומט 825. ער האט באקומען אן אפפער די וואך פאר 1250 מען לאזט איהם נישט גיין (ער ציטערט צו אנפייפן ווייל ער איז דארט א גאנץ יאהר) מען מעטשע נישט און מען קערט נישט.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: נייעס און קרישעלעך איבער די מלמדים מאנגל קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

איבערלעבער האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:
משה הירש האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:אין די לעצטע יאר צוויי, מייסטנס דורכאויס די קאוויד פאנדעמיק האט אנגעהויבן ווערן א שטאארקע מאנגל פון מלמדים.

א גוטער חבר א מלמד אין א מוסד וואס צאהלט נישט עפעס מוראדיג. די זומער באקומט יעדער אין א גוטער פאל 725 ווייל עס איז א שעה ווייניגער ווי א גאנץ יאהר. ער איז זייער באליבט ער באקומט 825. ער האט באקומען אן אפפער די וואך פאר 1250 מען לאזט איהם נישט גיין (ער ציטערט צו אנפייפן ווייל ער איז דארט א גאנץ יאהר) מען מעטשע נישט און מען קערט נישט.

שמעתי אז עפעס א קאנטרי איז געווען גרייט צו צאלן יעצט פאר א קינדער גארטן מלמד $20.000... (כמדומה אן א באנגעלא)
אז מ'וויל קען מען...

איך מיין אז ס'וועט זיין מלמדים, נאר מ'וועט מיזן ארויפצוען די פרייז פאר זיי.

איך וואלט געהאפט אז ס'זאל ווערן א מאנגל ביי די מיידל סקול טיטשערס, וואס דעמאלט וועט מען אי"ה אנהייבן צאלן פאר זיי כאטש די מינימום פרייז וואס מ'צאלט פאר א ביליגע ספאנישער...
כ'האב געהערט בשם איינע פון די אויבער הארן פון די מוסדות, אז ווילאנג ס'דא א דימענד צו ווערן טיטשערס, האט ער נישט קיין שום סיבה צו הייבן די פרייזן...

ליידער איז עס א ביטערע געלעכטער, די וואס ווערן טיטשערס איז נאר אלס ערליכקייט ווייל זיי ווילן נישט גיין אין אפיסעס/קאמפיוטערס, וואס דארט מאכט מען $700-1200 א וואך, אבער א טיטשער פארדינט א קיימא לן פון $300-500 א וואך...

(אויב איך האב א טעות צו איך צוריק)
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

אינטערסאנטע איד האט געשריבן:איך האב יעצט גערעדט מיט א מנהל, עס איז קלאר אז די פרייזן האלטן יעצט ביי בערך טויזנט דאלער א וואך אדער עכ"פ כמעט אזויפיל ביי זייער אסאך מוסדות, און די פראבלעם איז יא אז די עולם לויפט יעצט ענדערש צו אלע פריוואטע לערנען דזאבס, און אויך דאס אז מענטשן היינט האבן נישט ליב צו ארבייטן בכלל, עס איז דא אזויפיל ברירות פון ארבעט וואס איז אסאך גרינגער,

נאר פאר נייע. נייע איז מען שוין גרייט 1250 אויך אבער די וואס זענען שוין מלמדים פאר יאהרן און זיכן נישט צו לויפן פון איין פלאץ צום צווייטן, צו א נייע חדר נייע נסיונות נייע טיפ עלטערן נייע לימוד נייע לעוועל קלאס, זיי בלייבן סטאק מיט אונטער טויזענט. בדידי הוה עובדא ולחברי.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

ניס קראכער האט געשריבן:א.אינטערסאנט אלע מוסדות כמעט האבן אין די לעצטע יאר צוויי גערעיזט זייערע מלמדים, ב.מיט דעם אלעם שרייט מען נאכאלס, צאלטס מער וועט זיין מער מלמדים

ג.דאס איז חוץ א מעשה וואס אסאך מלמדים קענען היינט בעסער אויסקומען זייער חודש ווי אסאך עוורידזש עמך אידן, ואכמ"ל

א. שקר. עטלכע אפשר
ב. אמת. ווייל אפילו אויב א רעיז 15 דולער א וואך נאך 5 יאהר הייסט געזרעזט?
ג. שקר ווי געלונגענע מענטשן מיט פאסטענעס? אדער ווי מענטשן אהן פאסטענעס. מלמדים אהן א פאסטן ענדיגן אויך נישט דעם חודש ווי א מחמד מיט א פאסטן. והבן.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

א מוסד דא אין שטאט האבן זיך די מלמדים פאראייניגט און אריינגעשיקט א פארלאנג פאר 1200 א וואך. מען פייפט זיי אהן. מען זוכט נאך דעם בונטעווער.. דער וועט פליען אהן באצאהלט ווערן די חובות. רח"ל
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

צ"ק
זארג פון הורים הקדושים איבער קוואליטי מלמדים מאנגל...
אז מ'באצאלט נישט גייסטו נישט טרעפן הויך-קוואליטי מלמדים.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
מפי השמועה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

אויב באקומט מען מער באצאהלט ווען מען לערנט פריוואט, דעמאלטס קען מען איינפירן אזויווי אמאל, א יעדע יונגל זאל לערנען פריוואט מיט א מלמד און נישט א גאנצע קלאס אונטער איין מלמד

והכל על מקומו יבא בשלום
קאפ אין אקסלען
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:52 am

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפ אין אקסלען »

שוין צייט אז די מנהלי המוסדות זאלן פארשטיין אז א גרעסערע חלק פינעם בודזעט זאל עקטולי גיין פאר פעיראלל!!! עס איז א ווייטאג אז מפאנדרעיזט מיליאנען אבער פאר די ראנג חלק...

צאל ווי א מענטש וועט זיין גיטע מלמדים. גיטע קינדער. גיטע נדבנים.
ויקשב וישמע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2022 11:07 pm

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויקשב וישמע »

קאפ אין אקסלען האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 1:49 am
שוין צייט אז די מנהלי המוסדות זאלן פארשטיין אז א גרעסערע חלק פינעם בודזעט זאל עקטולי גיין פאר פעיראלל!!! עס איז א ווייטאג אז מפאנדרעיזט מיליאנען אבער פאר די ראנג חלק...

צאל ווי א מענטש וועט זיין גיטע מלמדים. גיטע קינדער. גיטע נדבנים.
אוי ביסטו גערעכט!! אין פאקט האבן די אדמיניסטראטערן פין אינזערע חדרים איינגעזעהן אז עס איז ענדערש אז די חדרים זאלן געפירט ווערן ווי 5 סטאר האטעלן אנגעהויבן פין עסן קריספי נייע באסעס אך אין וויי אויב א עיר קאנדישן אויפן באס ארבעט נישט. שפאציר איך לעיטלי אריין אין א חדר האב איך כעמיינט פאר א סקונדע אז איך בען אין א פרינטינג סטאר :roll: א מולטי טויזענט דאללערדיגע קאפי רום אויפגעסעט אין וואס נישט...... אבער צאלן נארמאל פאר מלמדים איז אימוויכטיג אין פעלט נישט אויס פאר די סוקסעס פארן חדר
איך בין ציגעבינדען צי דער תורה וועגן דעם בין איך פארנימען!!!
אוועטאר
ידיד נאמן
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 2:42 am

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד נאמן »

ויקשב וישמע האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 10:29 am
קאפ אין אקסלען האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 1:49 am
שוין צייט אז די מנהלי המוסדות זאלן פארשטיין אז א גרעסערע חלק פינעם בודזעט זאל עקטולי גיין פאר פעיראלל!!! עס איז א ווייטאג אז מפאנדרעיזט מיליאנען אבער פאר די ראנג חלק...

צאל ווי א מענטש וועט זיין גיטע מלמדים. גיטע קינדער. גיטע נדבנים.
אוי ביסטו גערעכט!! אין פאקט האבן די אדמיניסטראטערן פין אינזערע חדרים איינגעזעהן אז עס איז ענדערש אז די חדרים זאלן געפירט ווערן ווי 5 סטאר האטעלן אנגעהויבן פין עסן קריספי נייע באסעס אך אין וויי אויב א עיר קאנדישן אויפן באס ארבעט נישט. שפאציר איך לעיטלי אריין אין א חדר האב איך כעמיינט פאר א סקונדע אז איך בען אין א פרינטינג סטאר :roll: א מולטי טויזענט דאללערדיגע קאפי רום אויפגעסעט אין וואס נישט...... אבער צאלן נארמאל פאר מלמדים איז אימוויכטיג אין פעלט נישט אויס פאר די סוקסעס פארן חדר
איך מיין אז עסן/קריספי באסעס/קאפי פעפער זענען זאכן וואס א גרויסע חלק דערפון ווערט באצאלט דורך די שטאט.
מפי השמועה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

ידיד נאמן האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 11:09 am

זאל מען אראפשניידן דערפון א חלק און דאס געבן פאר די מלמדים (אזויווי מען טוט ממילא)
אוועטאר
מענדל וועבער
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל וועבער »

איבערלעבער האט געשריבן: פרייטאג יולי 01, 2022 2:18 pm
א מוסד דא אין שטאט האבן זיך די מלמדים פאראייניגט און אריינגעשיקט א פארלאנג פאר 1200 א וואך. מען פייפט זיי אהן. מען זוכט נאך דעם בונטעווער.. דער וועט פליען אהן באצאהלט ווערן די חובות. רח"ל
איך מיין אז און מאנסי איז א נארמאלע זאך 1200
מפי השמועה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

איבערלעבער האט געשריבן: פרייטאג יולי 01, 2022 2:18 pm
א מוסד דא אין שטאט האבן זיך די מלמדים פאראייניגט און אריינגעשיקט א פארלאנג פאר 1200 א וואך. מען פייפט זיי אהן. מען זוכט נאך דעם בונטעווער.. דער וועט פליען אהן באצאהלט ווערן די חובות. רח"ל
וועמען גייט מען אויפנעמען אנשטאט דעם בונטעווער? קיינער וויל דאך נישט ווערן קיין מלמד

(אפשר וועט אים דער אדמיניסטראטאר איבערנעמען פאר כעס)
קאפ אין אקסלען
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:52 am

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפ אין אקסלען »

דעי אשכול איז בכלל נישט אקטיוו. ווייסט פארוואס? ווייל דעיר עולם קערט א פייג ... אז סטוט וויי שרייט מען..

מנהלי המוסדות. רבנים. דיינים. עסקנים... מאכטס א ויצעקי, מיר פארלירן דעי וויכטיגסטע וואס כלל ישראל דארף. די מלמדים פאר די תינוקות של בית רבן.... ראטעוועטס בעוד מועד. צאלטס(אביסל) נארמאל ....עס איז דא געניג אין נאך יונגעלייט וואס *ווילן* זיין כלי קודש אבער אן א מינימום צים לעבן איז impossible.

דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אינטערסאנטע איד האט געשריבן: פרייטאג יולי 01, 2022 12:57 pm
איך האב יעצט גערעדט מיט א מנהל, עס איז קלאר אז די פרייזן האלטן יעצט ביי בערך טויזנט דאלער א וואך אדער עכ"פ כמעט אזויפיל ביי זייער אסאך מוסדות, און די פראבלעם איז יא אז די עולם לויפט יעצט ענדערש צו אלע פריוואטע לערנען דזאבס, און אויך דאס אז מענטשן היינט האבן נישט ליב צו ארבייטן בכלל, עס איז דא אזויפיל ברירות פון ארבעט וואס איז אסאך גרינגער,
נאך א פראבלעם, וואס איז בעצם א כלל'יתדיגע פראבלעם. אמאל זענען מענטשן געווען מער אחריות'דיג. מ'האט הוצאות וואס דארף געדעקט ווערן, האט מען פראבירט צו ארבעטן און פארדינען וויפול מ'קען. מ'האט אפילו פראבירט צו שפארן און אוועקלייגן פאר חתונה מאכן די קינדער. טאמער האט מען זיך דערזען מיט א לאך, האט מען בלית ברירה געטון די אומאנגענעמע שריט און נהנה געווען פון צדקה. דעריבער, טאמער איז געווען א מלומדת פאסטן אוועילעבל האט מען עס גענומען, ווייל הכל ריוח וויפול מ'קען פארדינען.
היינט דרייען זיך אסאך פוילע שטריקעס וואס אדער ווער איך א מיליאנער און אז נישט זענען ב"ה דא חסד ארגענזאציעס און פראגראמן פאר אלעם, און נאך בדרך כבוד. ווי האט יענער געזאגט? נו, וועט זיך כלל ישראל אביסול מער אנשטרענגן. טאמער דארף ער פארדינען 1,500 וועכענטליך אויף צום לעבן און א מלמד פארדינט בלויז 1,000, איז ממש א שאד צו ארבעטן.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

קאפ אין אקסלען האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 8:39 am
דעי אשכול איז בכלל נישט אקטיוו. ווייסט פארוואס? ווייל דעיר עולם קערט א פייג ... אז סטוט וויי שרייט מען..

מנהלי המוסדות. רבנים. דיינים. עסקנים... מאכטס א ויצעקי, מיר פארלירן דעי וויכטיגסטע וואס כלל ישראל דארף. די מלמדים פאר די תינוקות של בית רבן.... ראטעוועטס בעוד מועד. צאלטס(אביסל) נארמאל ....עס איז דא געניג אין נאך יונגעלייט וואס *ווילן* זיין כלי קודש אבער אן א מינימום צים לעבן איז impossible.
מען קעירט נישט? אוי ווי מען קעירט, ווען די קינדער קומען אהיים פון חדר און קענען נאר נאכזינגען די טעיפ וואס האט געשפילט אויפ'ן באס ווייל די מוסד האט געמוזט נעמען א מלמד א טויגניכטס ווייל א געלונגענע איז נישט פארהאן, קעירט מען שוין איינמאל,
נאר? ס'איז א צירקול נושא וואס האט נישט איין ענדגילטיגע לייזונג,
א געלונגענער מענטש וויל בשו''א א מלמד נישט ווערן, ס'איז א שווערע ארבעט, מען באקומט די געשמאקע סטיגמע פון זיין א מלמד, מען ווערט לאקט אין ביז די פופציג און דעמאלט קומען אריין אפאר נייע היץ קעפ וואס טראסקענען דיר ארויס בשן ועין, רעספעקט קריגט מען זערא און כסף באקומט מען א שטויס,
די מוסד קען נישט במציאות לויט די איצטיגע שכר לימוד סטאנדארטן צאלן צופיל מער, פיצט ער אפ פון שטח, די מוסד נעמט אריין איינער וואס איז נישט געאייגנט פאר דעם פאסטן, מאכט ער א שלעכטן ארבעט, בייזערן זיך די עלטערן ביז'ן דאך און שוין.

איך פערזענליך קען אסאך איצטיגע און געוועזענע אמת'ע געלונגענע מלמדים, פארשטיין צו קינדער איז א געהעריגע פאך, און זיי האבן דאס אין די הענט,
ער באקומט אבער פינאטס פאר באצאלט, נאו ריספעקט וואט סאו עווער - פארקערט, ער קריגט גרויסע הויפענעס דיסרעספעקט, און טאטע'ס שרייען א גאנצן טאג,
פון די אנדערע זייט קען איך אינגעלייט וואס קוקן באמת ארויף זייער קינדערס מלמדים אבער קענען פשוט נישט באצאלן מער שכר לימוד, קוים וואס זיי שטיפן דורך די איצטיגע ראטעס.
און אדמיניסטראטרן שרייען אז זיי קענען נישט באצאלן די אומגעהויערע קאסטן אן צו הייבן שכר לימוד.
מילא איז דאס א נושא וואס קומט נישט מיט א איינמאליגע איינזייטיגע לייזונג, קומט מען נישט אריין דא.
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: זארג פון מוסדות הקדושים איבער מלמדים מאנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

צום קעפל.

צ''ל *זארג פון מוסדות הקדושים איבער דארפן צאלן געהעריג פאר די מלמדים צוליב מלמדים מאנגל אין רעזולטאט פון נישט באצאלן געהעריג.. מלמדים באקומען האלב וויפיל די מוסדות-אפיס ארבעטן באקומען באצאלט...

צו א לאנגע קעפל אפשר, אבער דאס איז דער אמת...
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”