הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

זעה איך אז א אשכול איבער אים און איבער זיינע גיוואלדיגע פעלות נאכן קריג איז נישט פארהאן, וועל איך גיין פתיחה.

געבוירן איז ער צו זיין טאטע הרה"ח רבי דוד מאשקאוויטש אין די שטעטל ליסיע וואס איז נעבן ברעזנא אין מדינת טשעכסלאוואקיע, און די נאמען יצחק אייזיק האט ער באקומען נאכן סוואליווע רב זצ"ל,

אלס אינגער בחור איז אים זיין טאטע אוועק און ער האט זיך מקשר געוועהן אינעם מנחת אלעזר ממונקאטש זצ"ל ווי ער איז געווען פון די ערשטע פון זיינע תלמידים אין זיין ישיבה,
אזוי אויך האט ער אסאך מקבל געוועהן פון הרב מברעזנא זצ"ל און אין זיין ערשטע חלק פון זיין ספר בית יצחק איז דא א באזינדערע קונטרס פון הנהגות וואס ער האט זיך פארשריבן פון רבו הרב מברעזנא,
ווי אויך האט ער מקבל געוועהן פון הרב מאונגוואר זצ"ל,
ווען ער איז געקומען אין די יארן איז ער א איידעם געווארן ביי החסיד המפורסם רבי משה דוד ציג מטערניווא און דארט איז ער געוועהן די חברותא פון הרב מטערניווא זצ"ל און דורך דעם איז ער נתקרב געווארן צום אהבת ישראל מוויזניץ זצ"ל ולממשיכי דרכו,
די צרות ביים קריג האט אים נישט איבערגעהיפט ווען זיין ווייב מיט זיינע דריי קינדער נעקה"ש, ער אליינס איז פארוואגעלט געווארן קודם צו די ארבעטס לאגערן, דערנאך אין א געפענגעניש לאגער אין רוסלאנד,

נאכן מלחמה איז ער אנגעקומען קיין "פאדווא איטאליע" איינער אליין אנע משפחה, און אן א דאך איבערן קאפ, דארטן אין די פליטים לאגער האט ער מיט די הילף פון אנדערע אנגעהויבן טוהן צוריק צו בויען אידישקייט אזוי ווי אמאל, און דארטן מיטן הילף פון הרה"ח רבי בנימין בארזיקאבסקי און הרה"ח רבי יעקב לעכאוויצקי האט ער געשטעלט די גרונדשטיין פאר די "ישיבה מאור הגולה" פאר די בחורים די שארית הפליטה,
און ווען די ישיבה איז אריבער קיין רומא האט זיך מצטרף געוועהן הרה"ג רבי אפרים אשרי זצ"ל און אינאיינעם האבן זיי מחנך געוועהן און געבויעט די קומענדיגע דור פון תורה,
שפעטער איז די ישיבה אריבער קיין מאנטריאל ווי דארטן האט ער ווייטער ממשיך געוועהן מיט די הרבצת התורה,
ער האט מחבר געוועהן ספר בית יצחק ב"כ על התורה הלכה ואגדה נלב"ע י"ג ניסן תשנ"ג לפק
אטעטשמענטס
Yitzchok Isaac Moskowitz.jpg
Yitzchok Isaac Moskowitz.jpg (132.93 KiB) געזען 1431 מאל
לעצט פארראכטן דורך הארזים אום מוצ"ש יוני 18, 2022 10:52 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

רבי אייזיק איז געוועהן פון די ערשטע תלמידים פונעם מנחת אלעזר ממונקאטש און ער רופט אים אן מו"ר.

הגהות על ספר דברי תורה מונקאטש.
אטעטשמענטס
IMG_20220619_000034.jpg
IMG_20220619_000034.jpg (209.15 KiB) געזען 1343 מאל
IMG_20220619_000014.jpg
IMG_20220619_000014.jpg (201.47 KiB) געזען 1343 מאל
הגהות על דברי תורה מונקאטש
הגהות על דברי תורה מונקאטש
IMG_20220617_170636.jpg (220.23 KiB) געזען 1451 מאל
לעצט פארראכטן דורך הארזים אום זונטאג יוני 19, 2022 12:01 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "דינער לטובת הישיבה "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

דינער לטובת הישיבה
אטעטשמענטס
מאור הגולה.jpg
מאור הגולה.jpg (126.8 KiB) געזען 1450 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

.דער בנין האט א אטאליענישער איד געבארגט פאר די ישיבה ערגעצוואו איז ער געפארן קיין אמעריקע אין געשטארבן אויפן שיף, זיין משפחה זייענדיג מאדערן האבן זיי ארויסגעווארפן די ישיבה פינעם בנין, דעמאלטס האבן זיי באקומען פון די דזשוינט די פאלאץ פון מוסאליני פארן באניץ פון די ישיבה.

מערקט דעם רייכען איד נעבן די בילד פינעם בנין, ווייסט איינער ווער דאס איז געוועהן?
אטעטשמענטס
ישיבת מאור הגולה תשו.jpg
ישיבת מאור הגולה תשו.jpg (58.87 KiB) געזען 1436 מאל
24474_39_964_0.png
24474_39_964_0.png (73.61 KiB) געזען 1441 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

הישיבה ברומא
רבי אפרים אשרי אינדערמיט.
אטעטשמענטס
"מאור הגולה"
"מאור הגולה"
375_1.jpg (49.8 KiB) געזען 1390 מאל
"מאור הגולה"
"מאור הגולה"
375_2.jpg (25.06 KiB) געזען 1390 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

ערשטמאליג: ישיבה אין רומא נאך 200 יאר,
Dec 16 1945
אטעטשמענטס
מאור הגולה
מאור הגולה
39680.jpeg (218.88 KiB) געזען 1358 מאל
39681.jpeg
39681.jpeg (137 KiB) געזען 1358 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

ספרו בית יצחק,
אטעטשמענטס
ספר בית יצחק
ספר בית יצחק
58836.jpg (195.86 KiB) געזען 1337 מאל
ספר בית יצחק
ספר בית יצחק
58085.jpg (190.85 KiB) געזען 1337 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

ס'איז דא א יוצאים שול אין רוים ווי כ'האב געהאט די זכי' צו באזוכן, אויך האבן זיי א בית מדרש אין די אפטאון געגנט אין מאנטריאל, די רב דארט איז דאכט זיך א זון, אדער א שטיף זין פון פונעם ראש הישיבה הרב מאשקאוויטש, די בית מדרש דארט איז גאר זיס און בא'חנ'ט לוינט זיך צו כאפן א בליק, אלטע אונגערישע אידן מלא חן, די משמש דארט הייסט ר' הערשל צימליכמאן, ער פירט בעיסיקלי די לחיים טישל, ער איז ממש מתוק מדבש
אטעטשמענטס
ר' הערשל צימליכמאן אין ביהמ''ד מאור הגולא אפטאון מאנטריאל
ר' הערשל צימליכמאן אין ביהמ''ד מאור הגולא אפטאון מאנטריאל
13236-1.jpg (145.19 KiB) געזען 1326 מאל
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21067
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

זייער אינטערסאנט
דערמאנט מיר פון מאור הגולה שוהל נעקסט פון ריינפעלדס
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

נארמאליזעם האט געשריבן:זייער אינטערסאנט
דערמאנט מיר פון מאור הגולה שוהל נעקסט פון ריינפעלדס

נו נו, פון דעם רעד מיר

אחר חצות האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:זייער אינטערסאנט
דערמאנט מיר פון מאור הגולה שוהל נעקסט פון ריינפעלדס

נו נו, פון דעם רעד מיר

פיינע צייטן דארט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

אחר חצות האט געשריבן:ס'איז דא א יוצאים שול אין רוים ווי כ'האב געהאט די זכי' צו באזוכן, אויך האבן זיי א בית מדרש אין די אפטאון געגנט אין מאנטריאל, די רב דארט איז דאכט זיך א זון, אדער א שטיף זין פון פונעם ראש הישיבה הרב מאשקאוויטש, די בית מדרש דארט איז גאר זיס און בא'חנ'ט לוינט זיך צו כאפן א בליק, אלטע אונגערישע אידן מלא חן, די משמש דארט הייסט ר' הערשל צימליכמאן, ער פירט בעיסיקלי די לחיים טישל, ער איז ממש מתוק מדבש

דער דא איז מעכיל א עלטערע ברידער געבוירן נאך אין סאטמאר
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

אחר חצות האט געשריבן: אויך האבן זיי א בית מדרש אין די אפטאון געגנט אין מאנטריאל, די רב דארט איז דאכט זיך א זון, אדער א שטיף זין פון פונעם ראש הישיבה הרב מאשקאוויטש,

א שטיף זוהן, כהיום פירט מער ווייניגער די שול זיין שטיף אייניקעל הרב שמעון מאשקאוויטש.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

הארזים האט געשריבן:
אחר חצות האט געשריבן: אויך האבן זיי א בית מדרש אין די אפטאון געגנט אין מאנטריאל, די רב דארט איז דאכט זיך א זון, אדער א שטיף זין פון פונעם ראש הישיבה הרב מאשקאוויטש,

א שטיף זוהן, כהיום פירט מער ווייניגער די שול זיין שטיף אייניקעל הרב שמעון מאשקאוויטש.

דאס איז די ביהמ''ד ווי הרה''צ ר' ישעי יעקב איז געווען רב?
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

בזיוויג שני האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית בלומא בת הרה"ח רבי שמעון ליכט מיעריסלאוו-סאניק, נפטרה י"ח תשרי ב' דחוה"מ סוכות תשל"ג לפ"ק

ובזיוויג שלישי מיט הרבנית בת קדושים מרת רויזא בלומא
איר איידעם, איז הגה"צ מסקולען שליט"א, ועוד.
לעצט פארראכטן דורך הארזים אום זונטאג יוני 19, 2022 12:47 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

אחר חצות האט געשריבן:
הארזים האט געשריבן:
אחר חצות האט געשריבן: אויך האבן זיי א בית מדרש אין די אפטאון געגנט אין מאנטריאל, די רב דארט איז דאכט זיך א זון, אדער א שטיף זין פון פונעם ראש הישיבה הרב מאשקאוויטש,

א שטיף זוהן, כהיום פירט מער ווייניגער די שול זיין שטיף אייניקעל הרב שמעון מאשקאוויטש.

דאס איז די ביהמ''ד ווי הרה''צ ר' ישעי יעקב איז געווען רב?

ניין ער איז געוועהן אין דאונטאון
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

די מאור הגולה שול אין אפטאון מאנטריאל.
אטעטשמענטס
MEOR HAGOLAH UPTOWN 2.jpg
MEOR HAGOLAH UPTOWN 2.jpg (198.86 KiB) געזען 1258 מאל
MEOR HAGOLAH UPTOWN.jpg
MEOR HAGOLAH UPTOWN.jpg (165.41 KiB) געזען 1258 מאל
MEOR HAGOLAH UPTOWN 3.jpg
MEOR HAGOLAH UPTOWN 3.jpg (150.28 KiB) געזען 1258 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

הארזים האט געשריבן:
אחר חצות האט געשריבן: אויך האבן זיי א בית מדרש אין די אפטאון געגנט אין מאנטריאל, די רב דארט איז דאכט זיך א זון, אדער א שטיף זין פון פונעם ראש הישיבה הרב מאשקאוויטש,

א שטיף זוהן, כהיום פירט מער ווייניגער די שול זיין שטיף אייניקעל הרב שמעון מאשקאוויטש.

הגה"צ ר' אייזיק מאשקאוויטש זצ"ל האט (לפי ידיעתי) ליידער נישט איבערגעלאזט קיין אייגענע קינדער.

די מאור הגולה שוהל אין אפטאון געגנט פון מאנטריאל פלעגט פירן זיין שטיף איידעם הרה"ג ר' שלום ניימאן ע"ה.

די דאונטאון שוהל אויף די דזשין מענס גאס אין די חסידישע געגנט פלעגט ער אליין פירן, אבער ער איז ליידער געווען נישט געזונט פאר אסאך יארן, פלעגט די שוהל מער ווייניגער געפירט ווערן דורך זיין שטיף איידעם הרה"צ ר' ישעי' יעקב פארטוגאל שליט"א (כהיום אדמו"ר מסקולען), הגם ר' ישעי' יעקב פלעגט נישט ווועלן האבן דעם טיטל "רב", און ער פלעגט אפי' נישט דאווענען דארט אלע תפילות, איז עס אבער געווען תחת נשיאותו.

הארזים האט געשריבן:בזיוויג שני האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית בלומא בת הרה"ח רבי שמעון ליכט מיעריסלאוו-סאניק, נפטרה י"ח תשרי ב' דחוה"מ סוכות תשל"ג לפ"ק

ובזיוויג שלישי מיט הרבנית בת קדושים מרת רויזא בלומא
איר איידעם, איז הגה"צ מסקולען שליט"א, ועוד.

אין די ועוד ציילט זיך אויך כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וואס איז אויך אן איידעם פון די רעבעצין ע"ה (בזיווגה הקודם איז איר מאן געווען דער טעטשער רב זצ"ל)
---
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

רעסיט
אטעטשמענטס
מאור הגולה
מאור הגולה
39891.jpeg (143.63 KiB) געזען 1220 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4510
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

הארזים האט געשריבן:רעסיט

די ישיבה איז נאך געווען אפען 12 יאר צוריק?
אויב יא ווער האט עס געפירט, די סקולענע רבי שליט"א?
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

חסד השם האט געשריבן:
הארזים האט געשריבן:רעסיט

די ישיבה איז נאך געווען אפען 12 יאר צוריק?
אויב יא ווער האט עס געפירט, די סקולענע רבי שליט"א?

סאיז דא נאמען סך הכל.

הגה"צ רבי אהרן ראזענפעלד מיפו פאר רבי אייזיק,
אטעטשמענטס
הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש
הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש
IMG_20220619_124008.jpg (160.6 KiB) געזען 1126 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4510
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

הארזים האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
הארזים האט געשריבן:רעסיט

די ישיבה איז נאך געווען אפען 12 יאר צוריק?
אויב יא ווער האט עס געפירט, די סקולענע רבי שליט"א?

סאיז דא נאמען סך הכל.

אההה, הייסט סאיז א נדבה פארן בית מדרש.
ווען האטסעך די ישיבה פארמאכט ?
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8351
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

באקאנט אז די ישיבה האט זיך שוין פארמאכט יארן צוריק, זייער בנין איז געווען די היינטיגע ביהמ"ד דקהל יטב לב 5555 און עס איז געווען א שטיקל רייבעריי ביים אפקויפן דעם בנין.

זייער מסתבר אז דער ביהמ"ד גיבט נאך היינט אזעלכע רעסיטס צוליב טעקס פורפסעס, נישט אז איך ווייס אבער דאס איז נאכנישט קיין סיבה איהם אונטערצורייסן.
לעצט פארראכטן דורך אונגארישע הייזער אום זונטאג יוני 19, 2022 9:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:באקאנט אז די ישיבה האט זיך שוין פארמאכט יארן צוריק, זייער בנין איז געווען די היינטיגע ביהמ"ד דקהל יטב לב 5555 און עס איז געווען א שטיקל רייבעריי ביים אפקויפן דעם בנין.

נישט די היינטיגע סאטמארע ביהמ"ד אויף 555 האטשיסאן סטריט אין מאנטריאל, נאר די אמאליגע ביהמ"ד דקהל יטב לב דסאטמאר אויף 5214 סעינט-אורבען סטריט. וואס דארט איז געווען סאטמארע ביהמ"ד ביז תשמ"ז ווען מ'האט געבויעט דעם יעצטיגן 5555 בנין, און דערנאך איז עס אריבער צו דינען אלץ די סאטמארע ת"ת, און נאך עד היום איז דארט די מקוה טהרה.

אינטערעסאנט אז אין פארנט פון דעם בנין איז נאך היינט פראמינענט אריינגעקריצט די שילד פון ישיבת מאור הגולה. און אויף גוגל מעפס ווען מען סיערטשט פאר דעם אדרעס זעהט מען עס אן.

5214 Rue Saint-Urbain, Montréal, QC H2T 2W9, Canada
---
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”