וואס האבן די דעמאקראטן פארזעהן?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואס האבן די דעמאקראטן פארזעהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וואלד האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:אה, יעצט כאפ איך אז מר @קאמפאט באציט זיך צו די מידטורם'ס אין די צייט וואס די פותח האשכול באציט זיך צו די פרעזידענט וואלן, און צו דעם האב איך מיך באצויגן.

פרעזידענט וואלן?

בעליוו מי דו ווילסט נישט זעהן די אנקעטעס א וויילע נאך וואס עס גייט זיך האבן אנגעהויבן א קאמפיין בפועל צווישן ביידן און טראמפ.

איך וויל.

אפשר וועלן זיך די נומערן טוישן ארויף אראפ, אבער "בעליוו מי" אז די סך הכל גייט נישט זיין אנדערש.

ווי טשעיני שרייבט אין אנדערן אשכול, 58% האלט טראמפ באלאנגט אין תפיסה, און וואס ער שרייבט נישט איז אז 60 קעגן 38 פראצענט האלטן אז די יאנואר 6 קאמיטע איז יושר'דיג.

איי ביידן איז פיל שוואכער ווי דעם אין די אנקעטעס? דאס ווייל ער איז שוואך ביי די באזע און ביי די יונגע, און אינדעפענדענטס זענען נישט פרייליך מיט 5$ גאזאלין. אבער דאס איז אלעס ביז עס וועט עקטשועל זיין דער פארמעסט הנ"ל, און דעמאלטס וועט גאז לכאורה זיין ביליגער. (אדער וועט 5$ הייסן ביליגער..)
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: וואס האבן די דעמאקראטן פארזעהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

איך רעספעקטיר פרעז ביידן פאר זיין סערוויס פארן לאנד אזויפיל יארן, אבער קען איינער מסביר זיין פארוואס די דעמאקראטן האלטן אז דער 80 יעריגער וואס סימני זקנה קפצו עליו איז די פאסיגע מענטש צו לויפן פאר פרעזידענט אין די קומענדיגע וואלן?
איז אין גאנץ אמעריקע נישטא ענערגישע אינגערע קאנדידאטן וואס וואלטן געקענט אריינשפרינגן זיך פארמעסטן מיט דעם קומענדיגן רעפובליקאנער קאנדידאט?
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7666
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: וואס האבן די דעמאקראטן פארזעהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

shalsheles האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 11:41 am

װאל נישט קײן חוליק װעלעכער דעמיקראט לױפט װעט ער ממילא געװינען (װילאנג די ריפאבליקענס װעלן זיך נישט אױסלענען צי שטימען אין די מאסן בײ מעיל)
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: וואס האבן די דעמאקראטן פארזעהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

און אפשר האבן זיך די רעפובליקאנער דאס דערלערנט אין וועלן דאס נאכמאכן דאס מאל?
ריגארדלעס, איז דאך זיכער אז א ענערגישע כאריזמאטישע קאנדידאט איז א גרויסע פלאס.
בנוסף, אז ביידן האט היבש אסאך פוטער ווי אימיגרעשאן און די געפיל פון אנארכיע וואס הערשט אין לאנד.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7666
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: וואס האבן די דעמאקראטן פארזעהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

shalsheles האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 11:52 am
און אפשר האבן זיך די רעפובליקאנער דאס דערלערנט אין וועלן דאס נאכמאכן דאס מאל?
ריגארדלעס, איז דאך זיכער אז א ענערגישע כאריזמאטישע קאנדידאט איז א גרויסע פלאס.
בנוסף, אז ביידן האט היבש אסאך פוטער ווי אימיגרעשאן און די געפיל פון אנארכיע וואס הערשט אין לאנד.
די רעפובליקאנער װעלן זיך קײנמאל דערלערנען, די מאיבי תחכמני קענען זײ נישט אין אפ׳ אױב יא קענען עס די דעמיקראטן אסאך אסאך בעסער
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואס האבן די דעמאקראטן פארזעהן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

shalsheles האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 11:41 am
איז אין גאנץ אמעריקע נישטא ענערגישע אינגערע קאנדידאטן וואס וואלטן געקענט אריינשפרינגן זיך פארמעסטן מיט דעם קומענדיגן רעפובליקאנער קאנדידאט?
מער ווייניגער איז דער תירוץ, ניין.

1) מען טראסט קיינעם צו לויפן קעגן טראמפ.

2) אויב ביידן לויפט נישט, איז העריס העווי פעוואריט אין די פריימערי. (זי ליעדט אין די אנקעטעס, פלאס וואס אפילו אין 1968 האט האמפרי געווינען די פריימערי.)

3) אינקאמבענסי עדווענטעדזש. (פלאס אינקאמבענסי פארטיי אפענע רעיס דיסעטווענטעדזש.)

זייטיגע נאטיץ
קעגן דעסאנטיס וואלט פילייכט געווען אנדערש, די דעמאקראטן קענען לכאורה געווינען א דעסאנטיס העריס פארמעסט נישט צופיל שווערער ווי א ביידן דעסאנטיס פארמעסט.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”