בלאט 1 פון 17

אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 6:16 pm
דורך Joe the Farmer
בס”ד
אריינפיר
איך עפען דאס אשכול פאר אינפארמאציע איבער ’לאנדווירטשאפט’ - ’אַגריקולטור און האדעווען בהמות - לייווסטאַק פאַרמינג’,

ס”איז טאקע 2 באזונדערע ענינים, און פיהל פארמער וועלן נישט טיען ביידע, אבער פאקטיש היסטאריש גייט עס צוזאמען, און ע”פ רוב וועלן אויך בימינו פארמער טיען ביידע, און ביידע גייט טאקע אריין בכלל ’פארמינג’.

אַגריקולטור (Agriculture), מיינט פלאנטצען ’תבואה’ אדער ’ירקות’ אדער ’פרוכט’.
לייווסטאַק פאַרמינג, מיינט אויפציען ’בהמות’ אדער ’פאלטערי פארמינג’ (Poultry) ד.מ. פארשידענע עופות (הינער, קאטשקעס, אדער קוויל [=שליו]) פאר פלייש אדער אייער, אדער פאר די פעדערן.

א שטיקל באשרייבונג איבער דעם פון די אידישע היסטאריע, הן וואס מען זעהט אין תורה שבכתב און תורה שבע”פ, און הן ווי אונזערע איר עלטערן אין יוראפ האבן געהאנדעלט.

און עצות און טיפס פאר ווער עס וויל אלס וויסן און לערנען.

דער ציבור החשוב ווערט געבעטן זיך משתתף זיין און בארייכערן דעם אשכול מיט אינטרעסאנטע און ניצבארע ידיעות

די בילדער און קליפס, וואס ווערן צוגעשטעלט דורך מיר, איז פריוואט, און Copyright


מפתח ענינים
איבער 'לאנדווירטשאפט' אמאל און היינט. - איבער אלעס וואס פארקערפערט זיך אין האוימסטעדינג, און לאנדווירשאפט - המשך
קען מען מאכן שיין פרנסה דערפון אויך היינטיכע צייטן - וויאזוי מאכט מען געלט דורך פארמינג -קלענערע פארמער׳ס ערערנעירן זיך פון לאקאלע סעילס, און סטעדי קאסטומערס - לדוגמא עמיש טאון - עמיש טאון, המשך - גאווערמענט גרענטס
וועלן אידן זיך מוזן צוריק אריינלייגן דערין בהכרח?
ווי הייב איך אן?
וויאזוי צו אינוועסטירן אין פארם לאנד
אףף גריד ליווינג - מיר גלייכן די בריאה - נאך, מיין בחור וועט האבן וואס צו טיען ווען קומט אהיים פון ישיבה
א היימישע פארם שטעטל, א שטייגער ווי ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ז"ל - נאך לענינינו - נאך לענינינו - נאך לענינינו
ארבעטן לקיום ישוב העולם
פרישע פראדוקטן פון די קליינע פארמער האבן עפעס אויסטערלישע געשמאקע טעמים
שאלה. איך וויל האדעווען אפאר 'טשיקענס' (בלע”ז ’כפרות’...) פאר אייער, זאל איך אויך האלטן א 'הון', אדער נאר 'הינער'?, מיט געוואלדיגע ידיעות איבער די נאטורן פון 'טשיקענס' חלק א' - המשך, מלחמת גוג ומגוג באנפין זעירין - המשך - המשך - המשך - המשך - חלק ב'
מסורה פון פארשידענע סארט טשיקענס - המשך - המשך
איבער פארשידענע סארט קוען
זייט געווארנט ווען איר האדעוועט באשעפענישן - נאך לענינינו
טשיקנס האבן א ניצן, זיי עסן אפ די טיקס פון די יארדס - פארשענערן די גראז

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 6:21 pm
דורך מענדי
נו! גרייט מיט מיין שטרויענעם היטל.

יו איז הייס היינט. די זון באקט אוועק.

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 6:25 pm
דורך גברא דקפדנא
הו הא, מ'זעמיר גרייט

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 6:28 pm
דורך יש הנאה
חברה ס'קומט גוטע צייטן!

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 6:37 pm
דורך Joe the Farmer
קודם כל וועל איך אייך באגריסן מיט א גוט מארגן (זעה בייגעלייגט א לינק צום קליפ, פונעם האן אויפן פארם, טוט באגריסן דעם פרי מארגן)
א גוט מארגן

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 6:54 pm
דורך Joe the Farmer
ס’קומט מיר ארויף אויפן געדאנק

נקודה 1.
’קין’ האט נאר עוסק געווען אין פלאנצען (אפשר איז ער געווען א וועדזשי טעריען... אדער גאר נישט געוואלט מאכן צער בעלי חיים, צום סוף...), ווידער ’הבל’ האט געפאשעט שאף.

נקודה 2.
ווען א יונגערמאן פאנגט אן טראכטן וואס צו טיען פאר פרנסה למעשה, און וואס זאל שיין מצליח זיין (איך רעד נישט פון דער איינער וואס זיינע עלטערן האבן אן עסטעבלישט פרנסה, דעמאלטס געווענדליך טוט מען נאך די עלטערן [חז”ל]), די ערשטע קומט אים ארויף אויפן געדאנק וואס מען האט געלערנט אין חדר, אז די אבות הקדושים, און משה רבינו, און דוד המלך, האבן געפאשעט בעלי חיים.

און רש”י זאגט דאך ’עשתרות קרים’ שמעשרות בעליהן, אז פאשענען שאף מאכך רייך זייערע בעלי בתים

אין דער אלטער היים, איז געווען א געוואלד היימישער פארמער, געהאדעוועט קיען פאר מילך, גע’האנדעלט מיט אקסן, אדער אגריקאלטשער, געהאנדעלט מיט האלץ פון וועלדער, אידן האבן געהאט האלץ מילן לרחצה, און פיהל האבן געהאט שיין פרנסה

אויב אזוי פארוואס זעהט מען נישט היינט היימישע פארמער?

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 7:11 pm
דורך Joe the Farmer
באמת קען מען מאכן שיין פרנסה דערפון אויך היינטיכע צייטן,

נאר לענ”ד פארוואס היינט איז מען נישט עוסק אין פארמינג, ווייל נאך די מלחמה האט זיך דער היימישער עולם קאנצעטרירט צו וואוינען און זיך בויען אין שטאט, במילא איז עס כמעט נישט געווען שייך, און דער וואס האט יא געטיען דערין האט געדארפט זיין אגאנצע וואך ווייט פון די משפחה און אידישע צענטערן, במילא איז עס נאר געבליבן פאר די פאר מענטשן וואס האבן זיך אריינגעווארפן צו צושטעלן כשר’ס פארן ציבור,

והא ראיה, אז אין ארץ ישראל די היימישע אידן וואס האבן געוואוינט אין די דערפער לדוגמא קוממיות און נאך, האבן פעסט עוסק געווען דערמיט.

איז מיר בייגעפאלן דאס אין די יעצטיגע תקופה וואס דער עולם זיכט ארויסצוגיין פון שטאט, און זיכן ביליגע ערטער צו וואוינען, אפשר איז עס טאקע א געלעגנהייט צו דערוועקן דער טעמא, און אפשר אויסצוארבעטן א מושב וואס מען זאל יא קענען עוסק זיין דערין. וועט שען איינוועגס אויך זייך נייע שיינע פרנסות...

אפשר ווייסט נישט דער היימישער עולם, ס’דא גוטע גאווערמענט פראגרעמס פאר פארמער, אפילו פאר קליינע פארמער, און מען קען מאכן שיין געלט נאר פון מאכן קלאסן זיך צו לערנען,

און איינוועגס קען מען בויען און באוואוינען פארם לענד, וואס סתם אזוי וואלסטו נישט באקומען קיין פערמיט פאר רעזידענטשל. פארשטייט זיך ווען די פלענער נעמען אריין אגריקאלטשער און פארמינג פעלדער, און שטאלן (Barn).

און בעיקר אויב שטעלסטו אויס א פלאן פרנסה אפילו פאר א קליינער פארם, געט דיר אנקעל סעם ביז בערך $300,000 פאר א דאן פעימענט (צריך בירור די פרטים), און אין די ישובים מיינעך דארף מען נישט מער אפילו פאר א שיינע פאר עקער איז עס איבער גענוג.

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 7:12 pm
דורך לייטער
שכוח
כ'ליין מיט דארשט

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 7:22 pm
דורך יש הנאה
Joe the Farmer האט געשריבן:ס’קומט מיר ארויף אויפן געדאנק

נקודה 1.
’קין’ האט נאר עוסק געווען אין פלאנצען (אפשר איז ער געווען א וועדזשי טעריען... אדער גאר נישט געוואלט מאכן צער בעלי חיים, צום סוף...), ווידער ’הבל’ האט געפאשעט שאף.

;l;p- אסאך ספרים שרייבן שוין דעם בחינה, אז קין איז געווען פון די צער בעלי חיים גרופעס, ער איז געווען דער 'נייס' מענטש, "פארוואס רודפן בעלי חיים? שחטן און עסן?" בקיצור; ברענגען די ספרים ארויס אז קוק ווי ער איז אנגעקומען געהרגעט זיין ברודער...

____

הכלל ביזט ריזיג! קיפיראפ! גיימיר פארמערן פארמערס!

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 7:26 pm
דורך ממוצע
סובסקרייבד. גיי אן! יישר כח!

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 7:40 pm
דורך אלי' מקוה יוד
ממוצע האט געשריבן:סובסקרייבד. גיי אן! יישר כח!

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 7:47 pm
דורך Joe the Farmer
לאמיר אויך אריינקומען פון א צווייטער זייט, אביסל עקסטרעמיסטיש גערעדט, ווי אזוי רופט מען עס, קאנטרעווערסעל...

כ’מיין סעוועט קומען א צייט וואס היימישע אידן וועלן זיין געצווינגען צוריק צו גיין צו פאַרמינג.

1. ווייל די ווייסט נישט וואס מען טוט דארט, סיי ביי דזשינעטיקס פון בעלי חיים, און סיי ביי קערליך פון תבואה און געוויקסן, וואס ווערן קאנטראלערט ביי איינצעלנע קאמפאניס. און אלס כשרות (און געזונט) דארפן מיר בעוד מועד זיך אריינלייגן אין די מקצועות, אזוי ווי מען טוט אנדערע מצוות אליין, און מען טראסט נישט דער גוי

2. צו ווייסט איר אז די טעכנעלאגיע האלט שוין אזוי ווייט, דאס מען קען שוין פאבריצירן ’פלייש’ בשר בהמה אין א לעבעטאריע, איי וואס האט עס מיט מיר, לעצטענס איז געווען אין די נייעס ’ביל געיט’ס’ האט געווארפן א באמבע, ווען ער האט געליפטערט זיין מיינונג, דאס רייכע לענדער דארפן ערענסט נעמען זיך צו למעשה פאבריצירן ’לעב פלייש’ כדי צו פארמינערן ’גרין גאז’ וואס ווערט פאבריצירט פון פאשענען לעבעדיגע בהמות... און דאס מימרא אליינס האט ארויפגעטריבן אין די מיליאנען די סטאקס פון די לעבס... נייעס איבער ביל געיטס וועגן לעב פראדיצירטע פלייש

צו ווייסט איר וואס דאס מיינט רח”ל, איך גיי נישט אריין אין די כשרות, אבער אויב וועלן די לינקע אינוויירעמאנטעליסטן, וואס לפי אמירם דעלמא ווילן זיי ראטעווען (חרוב מאכן) די וועלט, זיך ארויפכאפן דערויף, וועלן די לינקע גאווערמענטס מבטל זיין פערמיטס פאר עכטע פארמער, ווייל ס’מאכט גרין גאז, און ביז אפאר יאר וועט ארויף גיין די פרייזן פון עכטע פלייש אין די הימלען (אויס ס’וועט נאך בכלל זיין שייך עס צובאקומען ליגאל....)

3. חוץ מזה, טיען דאך די לינקע ארויפדרייען די פרייזן פון גאזאלין בכוונה, מען זאל עס נישט ניצן, נו וועט מען דאך מוזן צוריק גיין צו פערד און וואגן.... אדער צו אקערן מיט אפאר אקסן, ווי די עמיש,

אויב אזוי פארוואס ווארטן ווען מ’ווערט שוין דערשטיקט, לאמיר שוין ארויפטאנצן אויפן וואגן....

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 7:55 pm
דורך Joe the Farmer
וויפיל הונט האט יעקב אבינו געהאט?
און פארוואס?

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 7:55 pm
דורך ממוצע
אופס.. דא לאזסטו זיך שוין אריין אין השקפה...

באטמגיי אן עניוועי...

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 7:58 pm
דורך השקפה ברורה
אן עכטע פארמער..

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 8:03 pm
דורך Joe the Farmer
ממוצע האט געשריבן:אופס.. דא לאזסטו זיך שוין אריין אין השקפה...

באטמגיי אן עניוועי...

כככ איך ווארט שוין קוים ס’זאל זיך אנפאנגען עפעס א דין ודברים... אבי מען רעדט, צום סוף קומט מען ערגעץ אן, וויפיל יאר רעדט שוין לעזער קרויס פון פלארידא?
אבער דער עיקר וועט נאך קומען בע”ה, און דאס עצם עבודה, ווי אזוי גייט עס צו

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 8:03 pm
דורך מושך חסד
זייער אינטערסאנט
Joe the Farmer האט געשריבן:באמת קען מען מאכן שיין פרנסה דערפון אויך היינטיכע צייטן,....
.....און מען קען מאכן שיין געלט נאר פון מאכן קלאסן זיך צו לערנען,

אפשר קענסטו עפלייען פאר פאנדינג פאר די אשכול

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 8:04 pm
דורך Joe the Farmer
ביז דערווייל האט נאך קיינער נישט צוריק געגריסט מיין ’האן’ דעם גוט מארגען

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 8:05 pm
דורך Joe the Farmer
מושך חסד האט געשריבן:זייער אינטערסאנט
Joe the Farmer האט געשריבן:באמת קען מען מאכן שיין פרנסה דערפון אויך היינטיכע צייטן,....
.....און מען קען מאכן שיין געלט נאר פון מאכן קלאסן זיך צו לערנען,

אפשר קענסטו עפלייען פאר פאנדינג פאר די אשכול

כ’וועל עס שפעטער מער מסביר זיין וויאזוי, איך וויל קודם מאכן מער ריסערטש די פרטים

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 8:10 pm
דורך יש הנאה
Joe the Farmer האט געשריבן:קודם כל וועל איך אייך באגריסן מיט א גוט מארגן
א גוט מארגן

שיין, אייגנס?

__
פארזעהן צוויי תגובות צוריק... א גוט מארגן א גוט יאר!

Re:

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 8:19 pm
דורך Jhon
ווארטן מיר קוים זאלסט ממשיך זיין

Re:

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 8:22 pm
דורך Joe the Farmer
יש הנאה האט געשריבן:
Joe the Farmer האט געשריבן:קודם כל וועל איך אייך באגריסן מיט א גוט מארגן
א גוט מארגן

שיין, אייגנס?

__
פארזעהן צוויי תגובות צוריק... א גוט מארגן א גוט יאר!

יא, ב"ה

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 11:49 pm
דורך Joe the Farmer
אקעי איך בין אינטרעסירט צו אינוועסטן אין אגריקאלטשער אדער פארמינג, ווי הייב איך אן?

אפילו אויב האט איר אוועקגעלייגטע קאפיטאל, וואלט איך אייך נישט גע’עצה’ט צו שוין גיין קויפן א גרויסער פארעם, און בינגא איר זענט א פארמער, ווייל צו זיין א פארמער פארלאנגט זיך עקספיריענס און לכה”פ ידיעות (נאלידזש) וויאזוי זיך אומצוגיין מיט בעלי חיים און מיט די קאטעגאריע בפרט וואס איר האט חשק.

סיי ווייל אויב באהאנדעלט איר ראנג די בעלי חיים, וועט איר נישט האבן קיין ניצן פון אייער גאנצער פלאג, ווייל עס וועט סיי נישט זיין פראדאקטיוו, און אויך ס’וועט זיין זייער שווער צו באהאנדלען, ווייל בעלי חיים זענען זייער קלוג (יעדער נער זיין שטעטל פארשטייט ער), זיי וועלן לעבן אין שאק אדער סתם פארנאכלעסיגקייט, און איר קענט אריינפאלן אין פראבלעמען און עס נישט קענען באהאנדלען. און בעלי חיים וואס זענען נישט פרייליך רוהיג אדער נישט געזונט געבן נישט ארויס קיין פירות, און זיי זענען נאר שווער פארן בעל הבית, פארקערט ווען זיי ווערן ריכטיג באהאנדעלט, ווערט אזא הערמאניע און מען פארשטייט זיך בערך אויפן ווינק, און חוץ וואס ס’איז פראדאקטיוו ארבעט מען אסאך גרינגער.

קודם קויפטס אביסל גוטע ביכער וואס רעדן פון דעם ענין, באקענט אייך מיט די בעלי חיים, און אויך פראבירט אנצוהייבן אויף א קליינער פארנעם, און ס’זאל אייך קאסטן וואס ווייניגער געלט, ניצט האלץ און אנדערע מאטריאל פון זאכן וואס איר טוט ריסייקלען, אזוי וועט עס אייך קאסטן ווייניג און אריינברענגען מער אינקאם.

זעהטס אז איר זאלט נישט אריינפאלן אין א מאשין וואס פראדיצירט א געוואלד מיט סחורה, פאר איר ווייסט וואס צו טיען און וויאזוי צו פראסעסן די סחורה, אז נישט וועט איר קראכן אינטערן לאסט פון אזויפיהל סחורה, לדוגמא איר וועט קויפן צענדליגער הינער וואס וועלן לייגן אזוי פיהל אייער און אדער די אייער וועלן ווערן נייע הינער אז איר וועט זיך נישט קענען אן עצה געבן, ווייל יא ’עשתרות קרנים’, די בעלי חיים דאפלען זיך אזוי סאך אין א קורצע תקופה, אויב וועט איר נישט וויסן וויאזוי צו פראסעסן און ווי עס צו טיען, וועט איר מאכן צער פאר אייך און די ארימיגע.... ווי די מעשה אין די גמרא מיט ר’ חייא, וואס אורחים האבן איבערגעלאזט אפאר הינער וכו’.

אייער ווערן צוגעגרייט צו גיין אין אינקאבעטער,
IMG_0158.JPG
IMG_0158.JPG (103.74 KiB) געזען 6675 מאל


אין דעם אינקאבעטער פיט אריין בערך 300 אייער, ס’נעמט 21 טעג ס’’זאל ארויסקומען קליינע עופות, נישט אלע וועלן העטשן, ס’ווענט זיך אין די קוואליטי פון די אייער, און פון די עלטערן, און פון די קעיר בשעתן ליגן אין די אינקאבעטער
IMG_0181.JPG
IMG_0181.JPG (134.69 KiB) געזען 6675 מאל


די אייער קראכן אויף, די הינדעלעך פיקן ארויס, די פריש געבוירענע ווערן געטראנספערט צום בראדער.
IMG_0201.JPG
IMG_0201.JPG (37.46 KiB) געזען 6613 מאל


ברוך הבא (זעה לינק צו א קליפ פון די געבוירענע יונגע הינדעלעך)
מזל טוב!



די זעלבע איז מיט פלאנצונגען, איר זאלט אנהייבן מיט אביסל, און זיך לערנען וויאזוי מען טוט עס, דערנאך קען מען גיין גרויס, לדוגמא ווען איך האב יארן צוריק אנגעהויבן צו פלאנצען טאמעטעס, אנהייב זענען די פלענטס זייער קליין, מען מיינט אז מען קען עס צוזאמשטיפן, ווייל ס’איז דאך ממש אשאד אויף די פלאץ... און אויב פלאנצט מען זיי נישט געניג ווייט איינער פון צווייטן ווי רעקומענדעט איז ממש א גיהנם, ווייל ווען זיי הייבן זיך אן צו צו וואקסן וואקסן זיי ארויס ארויף אין די הייעך און און די ברייט, אז ס’ווערט א געדעכטער וואלד, ס’האט א וועג וויאזוי מען פלאנצט עס, ווי ווייט, און אנגרייטן די טרעלעסעס באצייטונס, ווי עס צו לאזן זיך ארויפ שלענגלען, ווייל אויב דערמאנט מען זיך שפעט איז עס אווער וועלמינג.

און אויב מען ווייסט וואס מען טוט, איז עס א געוואלדיגע הנאה, מיט יעדער ביסל ריווח, די הנאה איז מער ווי מיט אנדערע ארבעט, ווייל איר זענט קאנעקטעט מיט השי”ת בריאה, און די נפלאות הבריאה איז מורא’דיג און עווארדינג.

ביי בעלי חיים איז די ביליגסטע אנצוהייבן מיט הינער, ווייל עסען קאסט זייער ווייניג, לערך צו די פירות וואס עס גוט דיר און דאס ריווח, און אויך איז עס די גרינגסטע צו באהאנדלען, די עיקר הוצאות ממון איז צו בויען דער ’טשיקען קאאפ’ (שטאל פאר די הינער), און פאר עקוויפמענט, ווי פידערס און דרינקערס, קארטונס פאר די אייער, און מאשינען צו פראסעסן די שחיטה, חוץ אויב איר האט לאקאל א שחיטה וואס איר ווייסט קלאר זיי וועלן עס טיען פאר אייך....

און פארשטייט זיך מען זאל וואטשען צו אנהייבן אויף א קליינעם פארנעם, ביז איר זענט שוין למוד געוואוינט און איר ווייסט ווי אזוי עס צו באהאנדלען, קענט איר מאכן אייערע קאלקעלעישענס (חשבונות) וויאזוי צו וואקסן און גיין גרעסער.

אויך איז זייער וויכטיג צו האבן איינעם מיט אייך, וואס איז אינטרעסירט אייך צו העלפען, אז און פאל פון א נויט אדער איר ווילט אוועק פארן, זאלן ער זיין גרייט צו געבן צו עסן און האלטן א אויג אויף אייערע בעלי חיים, דערפאר איז אויך זייער וויכטיג צו האבן כלים וואס האלטן עסען מיט וואסער פאר לכה”פ אפאר טעג, איר זאלט נישט זיין זייער צוגעבינדן, ווייל ס’טיט זייער אויסמיטשען, אז איר האט נישט קיין פרייהייט.

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 11:59 pm
דורך SPXUP
זיך שוין לאנג געוואונדערט צי סאיז דא א אזא זאך ווי אינוועסטען אין פארם לאנד אין סווערט געמענעדזשט ביי כמו מענעדזשמענט קאמפעני ביי ריעל עסטעיט וואס אפארעיט די פארם אין שיקט אריין די רווחים. צי קען א אינגערמאן וואס שיקט 100 אלפים צי א הייזקע אין נוארק שיקען 100 אלפים צי א פארם אין מאכן די זעלבע נישט געלט דארט.

אין איינוועגס וועט מען שוין וויסן אינזין האבן ונתתי עשב בשדך לבהמתך. אשטאט טראכטן צי די טענענט טוט זיך רעגן וועט מען טראכטן צי גאט קען שיקען אביסעל רעגן.

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 12:38 am
דורך Joe the Farmer
SPXUP האט געשריבן:זיך שוין לאנג געוואונדערט צי סאיז דא א אזא זאך ווי אינוועסטען אין פארם לאנד אין סווערט געמענעדזשט ביי כמו מענעדזשמענט קאמפעני ביי ריעל עסטעיט וואס אפארעיט די פארם אין שיקט אריין די רווחים. צי קען א אינגערמאן וואס שיקט 100 אלפים צי א הייזקע אין נוארק שיקען 100 אלפים צי א פארם אין מאכן די זעלבע נישט געלט דארט.

אין איינוועגס וועט מען שוין וויסן אינזין האבן ונתתי עשב בשדך לבהמתך. אשטאט טראכטן צי די טענענט טוט זיך רעגן וועט מען טראכטן צי גאט קען שיקען אביסעל רעגן.

אוודאי איז שייך, אבער ס’הייסט לכאורה א געלט שיתוף, מער ווי סתם א מענעדשמענט, דארפסט מאכן זיכער דער שיתוף ווייסט וואס ער טוט, אדער לכל הפחות זייער ערענסט צו טיען די בעסטע וואס שייך און לערנט זיך, און אינוועסטן די געלט ווי מען דארף און ווען מען דארף, ווייל ביי פארמינג קען מען אויך אריינגיין אין גרויסע חובות מיטן זיך איינהאנדלען טייערע עקוויפמענט, וואס באמת האלט נאך נישט דער פארעם ס’זאל אריינברענגען דער גרויסער אינקאם און ס’קען נעמען יארן ס’זאל זיך אויסצאלן,

וועגן דעם גייען ארויס אסאך קליינע פארמס פון ביזנעס, ווייל זיי גייען אריין אין עקסטערע עקספענסעס, פאר זיי קענען זיך עס ערלויבן,

אזוי אויך דארף מען האבן שכל ווי אזוי צו אויסניצן א פארם לאנד, מען קען עס ניצן פאר סתם גראז צו פלאנצן די גראזן צו געבן צו עסן פאר די בהמות, אדער צו פלאנצען ווייץ, אדער קארן, תבואה איז א קאמאדעטי, און יעדער זאך ברענגט אריין אנדערע רווחים, און כמות און איכות פער עקער לאנד, מען דארף עס אויסרעכענען קלוג, צו מאכן די מערסטע געלט,

פארשטייט זיך מען דארף אויך וויסן צו וואס מען אינזשויט צו טיען, און וויפיל צייט מען קען אינוועסטן, איינער וועט זאגן מוזט פלאנצן בעריס ווייל מען מאכט די מערסטע געלט פער עקער, אבער ס’פעהלט אויס א געוואלד ארבעט אגאנץ זומער עס צו באהאנדלען, משא”כ סתם תבואה,

און יא זיין מקושר צו תפילה און תפילה, ס’זאל גוט וואקסן און די מארקעט זאל זיין פעסט, לדוגמא ווייץ האט געקאסט א יאר צוריק א מאס וואס הייסט א ’באשעל’ בערך $7, יעצט קאסט עס בערך $10, און אן עקער לאנד קען ארויסגעבן פון 50 צו 110 באשל’ס פער עקער, ס’דארף אסאך תפילה און וואסן וואס מען טוט, און ווי מען פארקויפט עס, למשל מיר אידן קענען מיר האבן די אידישע מארקעט און מען קען בעסער פארדינען.

במילא סתם א מענעדזשמענט וועט זיך נישט אריינלייגן אזוי געטריי, ס’דארף זיין א שיתוף וואס זיכט צו מאכן די מערסטע, און דער געלט שיתוף טאר נישט שטיין אינגאנצן פון דערווייטענס, דארף אראפקומען און אמאל צולייגן א האנט.

ס’דא געוויסע פלעצער ווי מען קען דינגען עקוויפמענט ווי קאמביינס און גרויסע טרעקטער, אדער א פארמער פון געגענט וואס וועט טיען געוויסע ארבעט פאר דיר פאר באצאלט, מען דארף עס נישט טיען אליינס, און מען דארף נישט די עקוויפמענט.

טאקע, אסאך אידן פארמאגן פארם לענד, אדער אפילו וואד לענד, און ס’שטייט ליידיג פאר צענדליגער יארן, ווייל זיי ווייסן נישט אז זיי קענען ארויסנעמען רווחים ביזן קרעטשמע..., פארשטייט זיך יעדער שטיקל לאנד דארף א באזונדערע אפשאץ, צו ס’האט אויך א שטיקל געביידע, צו ס’האט וואסער, אדער עלעקטעריסיטי, וואס די אלע פאקטארס קען טוישן די יכולת פון די אינקאם