טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ל"ד (ירושלים ח"ג - ענדע!) ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גראדע האב איך קיין שייכות מיט די איבערארבעטונג פונעם סייט, איך בין אבער יא פארנומען (ב"ה מיט א שמחה, און מיט בזעת אפיך). כ'דארף אבער מאכן צייט אויף פאר דעם, ס'קיין וויץ.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

מזל טוב.
מיר ווארטען.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

אפשר א פרישע קאפיטל לכבוד די התחדשות דא אויפן וועלטעל ?
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8520
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

שכוח פאר די לעצטע קאפיטל, אלס קאזשניצער איינקל האב איך ספעציעל הנאה געהאט...
אוועטאר
ענדשוי
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 3:26 pm
לאקאציע: אינעם מיסט קאסטן

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדשוי »

לכאורה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 14, 2023 8:44 am
גראדע האב איך קיין שייכות מיט די איבערארבעטונג פונעם סייט, איך בין אבער יא פארנומען (ב"ה מיט א שמחה, און מיט בזעת אפיך). כ'דארף אבער מאכן צייט אויף פאר דעם, ס'קיין וויץ.
נאופ בכלל ניט קיין וויץ!
ווען די ווילסטעך באדאנקן אויף א ארטיקל וואס איך האב געשריבן, ביטע לאזט דיר הערן דורך א תגובה.

בילד
[email protected]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מען קלערט ערנסט פון פארציילן ווייטער די טאגבוך יעצט ביינאכט
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

לכאורה האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 11:31 pm
מען קלערט ערנסט פון פארציילן ווייטער די טאגבוך יעצט ביינאכט
שוין עפעס אויפגעטאן מיטן דאנק קנעפל
אז @לכאורה באקומט חשק פאר נאך א קאפיטל
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל כ"א - קראקא!

ווי געשריבן זענען מיר אוועקגעפארן פון ראדישיץ - אונזער לעצטע דעסטינאציע אין פוילן בעפאר קראקא, פון וואו מיר זענען עווענטועל אפגעפלויגן קיין ארץ ישראל - פינף מינוט נאך זעקס אזייגער מיטאג, דאנערשטאג פרשת אמור בחו"ל (בהר בא"י). דער וועג צווישן ראדישיץ און קראקא געדויערט אומגעפער צוויי שעה מיט צוואנציג מינוט, עס איז געווען זייער א געשמאקע און רואיגע וועג ב"ה, ווען מיר באטראכטן יעדן שטיינדל און ביימל אונטערוועגנס און מיר געזעגענען זיך שוין אט פון דעם לאנד וואו אונזערע אור עלטערן האבן זיך געקארמעט און טייל ליידער פארברענט געווארן אויף אש הי"ד.

אזוי ליינענדיג די שילדן פון אלע שטעט און שטעטלעך וואס מיר פארן פארביי, האט מיך געכאפט איין נאמען וואס האט זיך געליינט ווי דער שטאט ל. וואו עס האט געוואוינט מיין טאטע'ס עלטער-עלטער זיידע. א תשוקה האט מיך אנגעכאפט צו פארקירעווען אונזער שטרעזל אריין צו דעם שטאט און אויפזוכן דעם בית החיים, דען עס מאכט זיך נישט אפט - אויב בכלל - אז א אידיש נפש זאל באטרעטן דעם דאזיגן בית החיים לויט אלע ווארשיינליכקייטן. איך רוף שנעל אריין מיין פעטער וועלכער פילעוועט אין די משפחה'ס היסטאריע און האט שוין אויף זיין רעקארד מערערע ערפינדענע מציבות און אפיציעלע דאקומענטן פון די אור עלטערן. ב"ה ער הייבט אויף, ער ווייסט ניטאמאל אז מיר רייזן יעצט ארום אין זיין באליבטע אייראפע וואו ער איז א גאנץ אפטער גאסט. אבער ווען מיר ברענגען אים אויף דעם נאמען פונעם שטאט און מיר פרעגן זיך נאך אויפ'ן זיידנ'ס קבר, מעלדט ער אונז מיט באדויער אז וויפיל ער האט געגרובלט דערין, מיינט ער אז עס איז קיין זכר נישט געבליבן פון דעם בית החיים וואו יענער ראש המשפחה ליגט; און בכלל איז ער נישט זיכער אויב דער שטעטל ל. וואס מיר זענען אט פארבייגעפארן איז טאקע דער זעלביגער ווי יענע וואו דער זיידע האט געוואוינט, זינט פוילן איז היבש אנגעלייגט מיט אזעלכע סארט נעמען (דערמאנט מיך פון די פילע מיקאלייעווס און ברעסלעווס אין אוקריינע, כידוע לחובבי המלחמה).

דער נאכט פאלט צוביסלעך צו, דער זייגער קלאפט שוין פערטל נאך אכט - די לאקאלער שקיעה צייט - ווען מיר דערזעען זיך ענדליך אין די געסער פון דער עיר ואם בישראל קראקא.

קראקא איז גאנץ נאנט צו מיר, די מוטער פון מיין טאטע, זאל זי רוען אין ליכטיגן גן עדן, האט זיך נאך דארט געהאדעוועט ביים קריג אויסברוך. איר באבע איז געווען א פראמינענטע רייכע פרוי דארטן, און זי איז געווען די באבע'ס געהילף במשך א יאר צייט, זייענדיג אין א פרעמד לאנד ווייט אוועק פון די אייגענע פאמיליע.

און אז מען גייט צוריק דורי דורות, האט דא אין קראקא געלעבט דער הייליגער רמ"א פון וועמען מיר שטאמען, ווי אויך דער ב"ח, דער מגלה עמוקות, דער מגיני שלמה, רבי ר' העשיל בעל חנוכת התורה, דער תוספות יום טוב, אלע גדולי עולם וואס ליגן אין דעם אור אלטן בית החיים - וואס מיר האבן דער זכי' זיך צו רעכענען צווישן זייערע טויזנטער אייניקלעך.

פון א מאדנע אספעקט איז קראקא גאנץ נאנט צו מיין הארץ, ווען די ערשטע בוך וואס איך האב געליינט און איבערגעליינט אלס קינד איבער די צווייטע וועלט קריג (נאכדעם וואס מיין פאטער האט ארויסגעריסן דערפון די גאר הארצרייסנדע בילדער וואס קענען שאטן פאר קליינע קינדער) איז געווען די בארימטע "איך וועל זיי איבערלעבן" פון הרה"ח ר' חיים שלמה פרידמאן ז"ל, וואו דער מחבר שילדערט אין די ערשטע קאפיטלען מיט נאסטאלגיע די זיסע גוטע צייטן פון זיינע יארן אין פאדגורזש, קראקא און די היסטאריע פון די אלע בארימטע שולן וואס שטייען נאך עד היום הזה. דעם בוך האבן מיר געליינט אין די צייט ווען היינטיגע קינדער ליינען די וועכנטליכע מאגאזינען וואס האבן ערשט אנגעהויבן ערשיינען די לעצטע עטליכע יאר, אדער די מאנאטליכע אויסגאבעס וועלכע האבן שוין יא אנגעהויבן ערשיינען אין מיינע בחור'ישע יארן, אבער אלס קינד האב איך זיך געקארמעט אויפ'ן "איך וועל זיי איבערלעבן", און שפעטער מיט'ן "נצח קדושים"... ביכער וועלכע קענען גאנץ זיכער קרעדיטירט ווערן מיט מיין קאשמארישע יוגנט, ווען איך פלעג זיך אויפוועקן אין א שווייס און געלאפן זוכן שוץ ביי די עלטערן. (שפעטער האט א רב מייעץ געווען מיין פאטער מיר צו פארשאפן א ספר עין יעקב אויף אידיש, וויבאלד 'אגדה' איז אותיות 'דאגה' און קען העלפן קעגן פחדים. איך האב מסיים געווען די פיר רויטע בענדער צוויי מאל ביז די בר מצוה).

אנקומענדיג קיין קראקא זענען מיר שוין געווען גוט הונגעריג, זינט א רעכט מאכל איז אין אונזער מויל נישט אריינגעקומען במשך דעם גאנצן ליבן טאג. יענעם דאנערשטאג האבן מיר בלויז גע'סנעק'ט דא און דארט אויף די מיטגעשלעפטע היימישע אדער געקויפט-אין-ניו-יארק מאכלים, און שפעטער געכאפט א טעימה אינעם הכנסת אורחים כאטקע אין ראדישיץ, אבער יעצט אין נאכטמאל צייט זענען מיר געווען געהעריג פאר'חלש'ט נאך עפעס רעכטיג, עפעס ווארעמס. צו מזל האבן מיר באשטעלט אפאר פארציאנען ביי א איד ר' אברהם זאלדאן וועלכער פארפיגט מיט א הכנסת אורחים אין שטאט אונטער די השגחה פון בד"ץ עדה החרדית (איינער פון די משגיחים דארט איז א קרוב משפחה מיט מיין באגלייטער'ס מחותן... האבן מיר אפילו נישט באצאלט קיין גרייצער - דאכט זיך - פאר די אכילה ושתיה דארט).

מיר האבן אריינגעלייגט דעם אדרעסע פון ר' אברהם אין יושע מנחם'ס מאשינקע, און ער הייבט אן טענה'ן אז מען קען נישט געהעריג צוקומען דערצו דורך די גאסן, וועלכע זענען מאיזה סיבה פארשלאסן אויפ'ן מאמענט, און מען דארף נעמען א שטיקל אומוועג. מיר ווערן נערוועז און אנגעצויגן, דאס עסן שטייט און ווארט שוין א לענגערע וויילע אויף אונז, און מיר זענען הונגעריג ווי נאך א תענית י"ז בתמוז. מיר באשליסן צו לאזן יושע מנחם מאכן דעם אומוועג אליינס מיט זיין אויטא, און מיר שפאנען ארויס דערפון מיט א האסטיגקייט, ווען דער פריוואטער גוגעל-מאפעס פון מיין באגלייטער'ס טעלעפאון צייגט אונז ווי אנצוקומען צופיס צום אנגעגעבענעם אדרעס. קומענדיג נאנטער זעען מיר אז 'קיין בער קיין וואלד', גאסן זענען פיין אפן און קארס שמעטערן געהעריג ארום, יושע מנחם וואלט אונז רואיג געקענט אהערברענגען מיט זיין אויטא. נו שוין, כאטש געכאפט אביסל קלארע קראקעווער לופט [הגם, די גאסן דארט זענען אנגעפיקעוועט מיט טויגניכטס, זייענדיג אן אטראקציע ארט פאר נאנט און ווייט, און אין די נאכט שטונדן פארוויילן אלע טוריסטן און לאקאלן אויף די גאסן פון שטאט, בפרט אין די היסטארישע געגנט וואו עס איז א באקאנטע הענג-ארט].

אט שטייען מיר פאר א גרויסע אפארטמענט קאמפלעקס וואו עס געפינט זיך אנגעבליך דער הכנסת אורחים. מיר שלייכן זיך אריין אין דעם ווילד פרעמדן הויז, זיך שפירנדיג ווי פרעמדע אינוואדירער וואס זוכן שוץ פון א שונא, אדער גאר שפיאנען איבער וועלכע מען ליינט אין די דיקע נאוועל ביכער. פיר מרגלים אין צאל זענען מיר געווען, אין א געביידע וואס ווירבלט מיט פאלאקן און מיטגלידער פון די איבריגע ניין און זעכציג פעלקער... איך געדענק נישט אויב דער געביידע האט פארמאגט אן עלעוועיטאר, אבער דאכט זיך מיר האבן סייווי גענומען די שטיגן. מיר קלאפן אן, און אט באווייזט זיך פאר אונז א ריכטיגע עיר מקלט, א תיבת נח אין די מזוהמ'דיגע שטאט; דא וואוינט א איד!

מיר שטעלן עטליכע טריט אין דעם הכנסת אורחים דירה, ווען מיר באמערקן אז אין דעם קליינעם קעכל גייט א פארע פון א שבת'דיגער הינדל זופ, ווען די לאקשן דערפון זייערן זיך אינעם וואסער לייטונג. דער שבת גערוך האט זיך געשפירט אין אלע ווינקלען, ווען ר' אברהם גרייט צו א שבת קודש פאר צענדליגער אורחים אין צאל יעדן איינציגן ערב שבת. מיר באמערקן דארט אז מיר זענען נישט די איינציגע געסט, הגם עס איז אונז שווער צו אויסמאכן ווער עס איז א גאסט און ווער אן אנגעלייגטער תושב אדער גאר צוהעלפער צום מאסשטאבליכן קאך אפאראט.

מיר ווערן צוגעוויזן א זייטיגע צימער וואו עס איז שוין געדעקט טיש פאר אונזער נאכטמאל, אנגעהויבן פון ברויט מיט א לאקאלע הכשר [פון הרב אליעזר גורארי'. איך האב דאס נישט געגעסן], וואס מען האט געקענט פארטינקען אין א גרעסערע אויסוואל פון שארפע סאלאטן, נוסח ארץ ישראל ועדות המזרח. אין מיין הונגער האב איך זיך צוגעשארט צו די סאלאטן זעלבסט, און געגעסן טייל פון זיי מיט גרימאסן אויפ'ן פנים... מיר האבן זיך געצווייפלט צווישן זיך אויב עס גייט קומען מילכיגס, פארעווע אדער גאר פליישיג, ווען די געהילפן האבן אריינגעברענגט הייסע פארציעס טשיקן פלייש מיט קארטאפל, און בלית ברירה האב איך זיך צוגעכאפט דערצו, וויסנדיג אז אויפ'ן פליגער וועט זיכער נישט זיין קיין רעכטע איבערבייס, און די קומענדיגע עסנווארג צו באטרעפן אונזערע גומען וועט פילייכט נישט זיין בעפאר פרייטאג צונאכטס - איבער א מעת לעת שפעטער!

צו לאנג האבן מיר נישט געקענט פארברענגען דארט, וויבאלד דער זייגער האט זיך געריקט מיט שנעלע טריט און מיר האבן געהאלטן בעפאר תפלת מנחה. מיר האבן קורצליך באגריסט א היימישער רב פון מאנסי - א שטיקל מחותן מיינער - וועלכער איז אויך אהין אריינגעקומען, און איז פונקט ווי אונז אוועקגעפירט געווארן צו אן אנדערע צימערל וואו ער האט געגעסן מיט זיין סוויטע [יענער איז געווען אין פוילן צוליב דער יארצייט פונעם ראפשיצער רב זי"ע, און אויך א רב פון א"י וועם מיר האבן שפעטער געטראפן אין לופטפעלד איז דארט געווען צוליב די אייניגע סיבה], און אנטוענדיג דעם גארטל שוין אין די גאסטהויז האבן מיר געזאגט די קרבנות שפרינגענדיג אויף די טרעפ אראפ און אויף די געסעלעך וואס פירן פון די הכנסת אורחים ביז'ן רמ"א שול, וואו מיר האבן אפגעשמועסט מיט'ן שומר אז ער גייט אראפקומען דאס עפענען ספעציעל פאר אונז.

ווי באקאנט איז דער רמ"א שול היינט צוטאג א שטארקע אטראקציע ארט, זייענדיג פון די עלטסטע שולן אין לאנד, און אויך צוליב די היסטארישע בית החיים וואס געפינט זיך אין איר הויף - וואו עס ליגן די דערמאנטע צדיקים און נאך, און געווענליך איז דא געוויסע שעות אין טאג ווען מען קען אהינקומען, אבער דאן הערשט דארט א שטיקל תערובות און אומאנגענעמקייט ווען מען דארף זיך דרייען צווישן טוריסטן פון אלע פיר עקן וועלט. האבן מיר זיך בדיעבד לכתחילה געפריידט צו אנקומען אזוי שפעט און ווערן אריינגעלאזט דורכ'ן שומר אויף א גאר פערזענליכן אופן. געהערט האבן מיר אז דער שומר נעמט א צוואנציגער [בערך], אבער ווען עס איז געקומען למעשה האט ער גע'טענה'ט אז דאס איז בלויז דער פרייז פון אינמיטן טאג, אבער וויבאלד ער האט זיך ספעציעל אראפגעשלעפט פאר אונזערטוועגן אין די נאכט שעות, זאלן מיר מוחל זיין און באצאלן צוואנציג דאלער פער מענטש = אכציג דאלער. מיר האבן זיך געפריידט דאס צו באצאלן, און שוין געטיפעט מיט די פיס פאר נערוועזקייט פארוואס עס דויערט אים אזוי לאנג יעדע זאך, ווען עס איז שוין לאנג נאך די זעכציג מינוט פון די שקיעה, און אט קענען מיר בלויז דאווענען צוויי שמונה-עשרה'ס פון מעריב - אויב דאס יא (ווענדט זיך צי מיר הייסן שוגגין אדער מזידין פאר'ן נישט דאווענען ביז דער שפעטער שעה).

מיין באגלייטער האט טאקע נישט געווארט אויף דעם שומר, און האט זיך געשטעלט שמונה עשרה אויף די גאס מיט'ן פנים צום שולהויף, אבער איך האב נישט געוואלט דאווענען אזוי אויפ'ן פרייען גאס (תרתי משמע), און ממש געצאפלט פאר אנגעצויגנקייט אז דער אלטער שומר זאל זיך שוין באקראצן און עפענען דעם שלאס און אונז אריינלאזן א תפילה טאן אין דעם היסטארישן שול. ברוך השם איך האב נאך פארכאפט זיך צו שטעלן שמונה עשרה ביי ארום אכט און זעכציג-זיבעציג מינוט נאך דער שקיעה, אבער טאקע אין דעם מקום שהתפללו בו אבותי - דער הייליגער רמ"א זי"ע!

נאכ'ן פארענדיגן מנחה, האבן מיר זיך אביסל אומגעקוקט אינעם היסטארישן שול, געליינט די טעוועלעך אויף די ווענט און באטראכט מיט וואונדער די גרויסע פענסטער און די אינטערעסאנטע אייזענעס מיט וואס מען עפנט זיי אויף. אינצווישן כאפ איך זיך אז איך האב דאך געליינט אמאל אז דאס איז א ריכטיגע בית הכנסת, וואו מען טאר נישט רעדן קיין דבר חול! האב איך שנעל געווינקען פאר די איבריגע פון די שיירא אז מען זאל שווייגן שטיל און זיך ארויסריקן פון דעם היכל אויב מען וויל לאזן פאלן באמערקונגען.

יעצט איז שוין געווען שטאק נאכט, ליל ששי, ווען דער שומר האט אונז צוגעוויזן דעם טיר וואס פירט צום הויף וואס דינט אלס בית החיים. קיין לעקטער האט דארט נישט געארבעט, און מיר האבן נישט געהאט מיט זיך קיין פלעשלייטס, די איינציגע הילף וואס מיר האבן געהאט איז געווען פון די אריינגעבויעטע לעמפלעך אין איינע פון די טעלעפאונען וואס מיר האבן געהאט מיט זיך. די ערשטע האבן מיר געצינדן ליכט און געזאגט תהלים ביים הייליגן רמ"א, וועלכער ליגט גאנץ נאנט צום טיר פונעם שולהויף, און דאן האט זיך אנגעהויבן א שטארקע געיעג צו טרעפן די אנדערע באקאנטע גדולים - א שטייגער ווי דער מגלה עמוקות, דער תוספות יום טוב און נאך - וועלכע ליגן צעשפרייט איבער דעם פינסטערן בית החיים. קיין טראפ איבריגע צייט צו זוכן האבן מיר נישט געהאט, ווייל אונזער פליגער האט זיך געדארפט הייבן האלב נאך צוועלף פארטאגס, און דאס מיינט אז מיר דארפן שוין זיין אין לופטפעלד כאטש האלב נאך צען, און מיר האבן קוים אנגעהויבן אונזער טור אינעם בית החיים פערטל צו צען - ווען מיר דארפן נאך פארן א וויילע פונעם אידישן קווארטל ביז'ן לופטפעלד אינדרויסן פון שטאט.

עס איז ענטשטאנען ממש א בהלה, ווען מיר זענען געלאפן מיט די תהלימ'לעך אין די הענט און ליכט און צינדערס אין די אנדערע, און יעדע פאר מינוט שרייט איינער פון די חבורה אויס "חברה, קומט אהער, כ'האב געטראפן דעם מגיני שלמה / מגלה עמוקות" און אזוי ווייטער... דאן האט מען אנגעצינדן דעם שטארקן טעלעפאון לאמפ און זיכער געמאכט אז מען האט טאקע געטראפן דעם ריכטיגן מקום קדוש, און מען האט הויך געזאגט אינאיינעם א קאפיטל תהלים און ווייטער געלאפן צום נעקסטן בארימטן קבר. עס איז אונז גאנץ שווערליך אנגעקומען צו טרעפן דעם קבר פונעם תוספות יום טוב - וואס איז די לעצטע פאר יאר שטארק באקאנט געווארן. מיר האבן געוואוסט פון די מעשה ביכער אז ער האט געלאזט צוואה מען זאל אים לייגן ערגעץ ביים עק, נישט צווישן די מכובדים, אבער דער עק איז אויך גאנץ גרויס און לאנג... ענדליך ענדליך האבן מיר אים פארכאפט, און מיט התעוררות אפגעזאגט דארט אביסל תהלים און געצינדן ליכט (איך בין נישט באקאנט אויב איינער האט זיך דארט פארגענומען עפעס אין ריכטונג פון נישט רעדן ביים דאווענען), און דאן זענען מיר ארויס פון דארט מיט גרויס האפענונג אז מען האט גע'פועל'ט אלעס גוטס.

מיין באגלייטער איז דאך מקפיד נישט דורכצולאזן א טאג אן קיין מקוה, האט ער צושפאצירט פון דארט צו א געוויסע האטעל וואו מען האט אים געזאגט אז עס געפינט זיך א כשר'ע מקוה. מיר האבן באקומען אט דער ידיעה זיצנדיג ביים נאכטמאל טיש, און דער פארציילער האט קענטיג נישט געוואוסט אז נישט יעדער אין די גרופע איז פארהייראט, און האט זיך אנגערופן אז ביינאכט דארף מען זיך אינטערעסירן בעפארדעם אויב עס איז נישט פארנומען און מען קען טאקע קומען. איך האב נישט געוואוסט וויאזוי צו רעאגירן, אבער דער חתן וואס האט מיט אים געהאנדעלט האט עס באהאנדלט זעלטן רואיג און נאטורליך, אזש איך האב שפעטער געפרעגט זיין פאטער וואס דאס דארף צו מיינען, און ער האט מיר געזאגט 'גם בעיני יפלא'...

און וואס מיינט איר? מיר קומען אן צום האטעל, און עס קומט אריין די אומגינסטיגע נייעס אז דער מקוה איז נישט אוועילעבל פאר אונז. מיר האט עס כלל נישט געבאדערט, אבער פאר מיין שותף איז עס געווען א שווערע פיל אראפצושלינגען. אגב, הארט נעבן דעם האטעל האבן מיר געזען א ווענדינג-מאשין וואס פארקויפט - נו, וואס קלערט איר - מארוכאנא!... עס איז געווען ניכר אויף אלע גאסן וואנדערער אז זיי האלטן שוין נאך א טעימה פון די לעגאל געווארענע פארטייבונג בלעטלעך.

מיר זעצן זיך אריין אין טענדער עטליכע מינוט נאך צען אזייגער ביינאכט, און פארן צו אונזער לעצטע דעסטינאציע על אדמת פוילן - דער לופטפעלד וואס רופט זיך על שם פויפסט דזשאן פאול דער צווייטער (א פוילישער אפשטאמיגער) וואו מיר וועלן נעמען א פוילישער 'לאט' פליגער פון קראקא קיין תל אביב.

אונטערוועגנס דארף מען זיך דאך פאררעכענען מיט יושע מנחם און זיין אויבערהאר, און א שטיקל געפעכט איז ענטשטאנען ווען דער בעה"ב האט געבעטן א געוויסע סומע און מיין באגלייטער האט זיך געאייסערט אז מיר האבן טאקע אפגעשמועסט אז דער פרייז קען דערגרייכן ביז אהין, אבער מיר האבן דאך אויסגעלאזט גאנצעטע געגנטער אינערהאלב פוילן און דאס דארף זיכער אראפנעמען פונעם געשאצטן פרייז - זיכער נישט גרייכן צום מאקסימום שאצונג. מען האט זיך גע'טענה'ט אהין און צוריק, ביז מען איז זיך דורכגעקומען אויף א געוויסע מיטלפונקט, און מיר האבן ביידע ארויסגענומען הונדערטער באנקנאטן פון די קעשענעס און אהינדערלאנגט פאר יושע מנחם'ן, וועלכער האט זיך די גאנצע צייט געהאלטן רואיג און נישט גענומען קיין שטעלונג אין דעם פרייזן סאמעטוכע.

ביים אנקומען צום לופטפעלד - אום 10:33 - האבן מיר זיך געלאזט בילדערן מיט יושע מנחם, וועם מיין באגלייטער האט באשוואוירן אז דאס קומענדיגע מאל מיר טרעפן זיך מוז ער שוין טראגן א קאפל אויפ'ן קאפ און זיין אן ערליכער איד...

מיר זענען אריין אין לופטפעלד, וואס איז געווען היבש ליידיג און טונקל, מיט בלויז געציילטע פליגערס וואס פליען נאך אפ אין אזא שפעטע שטונדע, און מיר שפאצירן גלייך צום ארט וואו מען שרייבט זיך איין פאר די פליגער קיין ארץ ישראל, און כמעט וואס עס קוקט אויס ווי א בית המדרש... א קול פון העברעאיש הערט זיך אין די לופטן, תינוקים ותינוקות שנשבו דרייען זיך איבעראל מיט'ן לשון שבדו להם על לשונם. דא און דארט זעען מיר אויך היימישע אידן, א שטייגער ווי א געוויסער אדמו"ר און זיין געזינדל וועלכע האבן באזוכט אין לאנצוט אויפ'ן יארצייט טאג ווי געשריבן, אדער די ספרד'ישע כולל וואס האט געמאכט א שטרעזל איבער מערערע מקומות הקדושים און מיר האבן זיי באגעגנט אין ליזענסק.

קודם זענען מיר געווען רואיג אז א מנין צו מעריב וועט זיין אויף א ברייטן פארנעם, וכך הוה, ווען מיר האבן אפילו געהאט דעם אדמו"ר וואס זאל אונז פארציילן ספירת העומר.
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

ישר כח מנהל! גאר א אינטרעסאנטער עטוואס קאמישער ארטיקל!

פארוואס האט מען נישט געדאוונט אין די הכנת אורחים הויז מנחה?

וואס איז געשעהן מיט די זילבערנע פלעשלייט וואס דער מנהל האט מיטגענומען ביים פאריגן נסיעה?

איז י”ז בתמוז די לענגסטע פאסטטאג אז מהאט דאס גענוצט פאר א משל?

#גם בעיני יפלא
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

ס'שמעקט שוין א"י...

שכויעך פאר די זאפטיגע קאפיטל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בדרך אפשר האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 8:09 am
ישר כח מנהל! גאר א אינטרעסאנטער עטוואס קאמישער ארטיקל!

פארוואס האט מען נישט געדאוונט אין די הכנת אורחים הויז מנחה?

וואס איז געשעהן מיט די זילבערנע פלעשלייט וואס דער מנהל האט מיטגענומען ביים פאריגן נסיעה?

איז י”ז בתמוז די לענגסטע פאסטטאג אז מהאט דאס גענוצט פאר א משל?

#גם בעיני יפלא
איך געדענק נישט פארוואס מ'האט נישט געדאוונט מנחה אין די הכנסת אורחים, איך קען טראכטן עטליכע סיבות דערפאר: 1) די אידן דארט דאווענען געווענליך מנחה בעפאר די שקיעה, און מיר וואלטן געווען ווי גוים אין זייערע אויגן. 2) מיר האבן געהאט א פאלשע האפענונג אז מיר וועלן זיך באגעגענען מיט נאך אידישע טוריסטן אין רמ"א שול וואס וועלן פונקט האלטן ביי מנחה. 3) מיר האבן געוואלט האבן דעם קדושת המקום גורם. 4) מיר האבן נישט געוואלט פארפאסן דעם אלטן שומר וואס האט צוגעזאגט דארט צו זיין אויף 9:30.

י"ז בתמוז איז געווענליך די לענגסטע פאסט טאג אין אונזערע געגנטער, ווען מען רעכנט נישט די תעניתים פון ת"ב און יו"כ וואס זענען מעת לעת.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אגב, ס'א גוטע זאך די לייק קנעפל ב"ה, יעצט זע איך פונקטליך ווער עס האט עס שוין געליינט און געלייקט אפילו ווען יענער האט נישט צוגעשריבן עפעס

אבער איך בעט אז מען זאל זיך טאקע נישט צוריקהאלטן פון קאמענטירן און איבערפרעגן, ווייל לייקס אליינס זענען נישט גענוג גאזאלין צו פאראויסגיין מיט'ן המשך
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

נישט גענוג א לייק דאס מאל; עס איז געווען צו זאפטיג!

געדענק! ווען עס איז זאפטיג רינט עס איבער... טענקס!
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

שכח מנהל !
זייער הנאה געהאט !
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אוועטאר
איטר יד
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 6:24 pm
לאקאציע: אויף די לינקע זייט

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטר יד »

לכאורה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 1:07 am
קאפיטל כ"א - קראקא!
אוי האסטו גוט אפגעשריבן די הייליגע שטאט קראקע!
ס'בענקט זיך מיר צוריק אהין!

אויב מעג איך, וועל איך צולייגן אביסל פון מיין באזוך דארט פארגאנגענעם חודש אלול.
קודם מיט די נאכטמאל ביי ר' אברהמ'ן.. בעסיקלי דער ר' אברהם זאלדאן איז א סאטמארע חסיד פון בני ברק, און אן ערשטע קרוב מיט די באקאנטע זאלדאן משפחה אין קרית יואל. ער פלעגט יעדע זומער אפדונגען א דירה אין קראקא, גלייך נעבן ר' אייזיק ר' יעקל'ס שול (ע"ה...) און צושטעלן היימישע ישראלישע סטיל נאכטמאלן. דאכט זיך אז ער האט געזאגט אז ער גייט מופן, און איך מיין אז היינט איז ער שוין ערגעץ אנדערש, אויך מיינעך אז ער האט זיך אפיציעל אהינגעצויגן. די גאנצע אוויר דארט ביי אים אין שטוב שמעקט פון ארץ הקודש..

איך האב ארומשפאצירט מיט אפאר חבירים אין די שפעטע נאכט שטונדן, אונז זעמיר געגאנגען צום וואסער וואס שנייד דורך קראקא, און דא דארט געזעהן וואקן חברה וואס האבן שוין געהאלטן לאנג נאך עד דלא ידע.. מילד גערעדט...

מיט די גרודער וואס קומט ארויס ביינאכט פון די 'באל הייזער', קומט עס נאכאלץ נישט צו צו די געראשקע וואס דארט טוט זיך אינמיטן טאג. די אלע טורס וואס דארט איז דא, מען קען דארט טרעפן מענטשן פון אלע זיבעציג פעלקער, זיך דרייען ווי ליימענע גולמים אין די רמ"א שול און אין די אלטע בית החיים, איין באשעפער ווייסט וואס זיי זעהן דארט..

דאס איז נאר אין קורצן.. (למעשה איז דאס לכאורה'ס אשכול נישט מיינס...)
זיי דן דיין חבר גאר שיין, ווי די ווילסט מען זאל דן זיין דיר אליין. ווייל ווען מען וועט דיר אמאל דן זיין, און דארט וועט דיין טענה זיין, מען זאל דיר אויך נאר גוט דן זיין. (מיכאל)
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

לכאורה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:59 am
אגב, ס'א גוטע זאך די לייק קנעפל ב"ה, יעצט זע איך פונקטליך ווער עס האט עס שוין געליינט און געלייקט אפילו ווען יענער האט נישט צוגעשריבן עפעס

אבער איך בעט אז מען זאל זיך טאקע נישט צוריקהאלטן פון קאמענטירן און איבערפרעגן, ווייל לייקס אליינס זענען נישט גענוג גאזאלין צו פאראויסגיין מיט'ן המשך
וואס ווילסטו פונקטליך איך זאל שרייבן, אז סבאדערט מיך יעדעס מאל איך ליין דיינע ארטיקלען אז איך בין נישט מיטגעפארן? האסטע...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 3:00 pm

נו, מיר קענען שוין אנהייבן עפעס פלאנירן...
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

שכח מנהל! זייער אינטערעסאנט, ספעציעל אז מיר גרייטן זיך פאר א נסיעה בקרוב, וואס וועט ארייננעמען קראקא
אין מאגן ברענט א פייער קיין טאמס קען עס נישט פארלעשן

מיניטשער וועלט האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 3:35 pm
שכח מנהל! זייער אינטערעסאנט, ספעציעל אז מיר גרייטן זיך פאר א נסיעה בקרוב, וואס וועט ארייננעמען קראקא
פארגעס נישט צו באזוכן אויך דעם נייעם בית החיים, וואס מיר האבן נישט פארכאפט (דארט ליגט דער מאור ושמש, צווישן אנדערע)

לכאורה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 3:19 pm

קודם געב ארויס אלעס וואס די האסט ביז אהער נאכדעם העט מען טראכטן ווייטער.
אגב די א"ידיגע חלק גייט מיך מסתם נישט אזוי שטארק אינטערעסירן ווייל איך בין אינגאנצן איינמאל דארט געווען פאר גאר א קורצע צייט און סציהט מיך בכלל נישט אהינצוגיין אן משיח צדקינו. אבער ליינען וועל איך זיכער יא ווייל די שרייבסט פיין.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

מנהל הערליך.
אאינס אין דער וועלט.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 4:10 pm
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 3:19 pm
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 3:00 pm
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:59 am
אגב, ס'א גוטע זאך די לייק קנעפל ב"ה, יעצט זע איך פונקטליך ווער עס האט עס שוין געליינט און געלייקט אפילו ווען יענער האט נישט צוגעשריבן עפעס

אבער איך בעט אז מען זאל זיך טאקע נישט צוריקהאלטן פון קאמענטירן און איבערפרעגן, ווייל לייקס אליינס זענען נישט גענוג גאזאלין צו פאראויסגיין מיט'ן המשך
וואס ווילסטו פונקטליך איך זאל שרייבן, אז סבאדערט מיך יעדעס מאל איך ליין דיינע ארטיקלען אז איך בין נישט מיטגעפארן? האסטע...
נו, מיר קענען שוין אנהייבן עפעס פלאנירן...
קודם געב ארויס אלעס וואס די האסט ביז אהער נאכדעם העט מען טראכטן ווייטער.
אגב די א"ידיגע חלק גייט מיך מסתם נישט אזוי שטארק אינטערעסירן ווייל איך בין אינגאנצן איינמאל דארט געווען פאר גאר א קורצע צייט און סציהט מיך בכלל נישט אהינצוגיין אן משיח צדקינו. אבער ליינען וועל איך זיכער יא ווייל די שרייבסט פיין.
ביסט גערעכט, איך נעם געווענליך נישט אונטער קיין נסיעה בעפאר די פריערדיגע איז כתוב וחתום אינעם ספר הזכרונות.

איך בין אויך קיינמאל געווען אין א"י ביז די יעצטיגע נסיעה - וואס איז געווען אויף גאר א קורצע צייט, אבער איך האב זיך שוין אויסגעלערנט אז נישט אלעס ווענדט זיך אין וואס איך וויל און וויאזוי איך פיל... מען דארף זיך לאזן פירן.

עס וועט מיר זיין א טשעלענדזש צו שרייבן דעם א"י חלק גענוג אינטערעסאנט אויך פאר אזעלכע ווי דיר... אי"ה.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

טוט זיך א 'געלייקאכטס' אויפ'ן ארטיקל.

די ליינערס ליינען און דערנאך די לייקערס לייקן...
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

לכאורה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 3:48 pm
מיניטשער וועלט האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 3:35 pm
שכח מנהל! זייער אינטערעסאנט, ספעציעל אז מיר גרייטן זיך פאר א נסיעה בקרוב, וואס וועט ארייננעמען קראקא
פארגעס נישט צו באזוכן אויך דעם נייעם בית החיים, וואס מיר האבן נישט פארכאפט (דארט ליגט דער מאור ושמש, צווישן אנדערע)
דאכציך כ'בין דארט געווען פאריאר
אין מאגן ברענט א פייער קיין טאמס קען עס נישט פארלעשן
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”