מלמדים מלמדים מלמדים

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

בארביקיא האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 1:30 am
איך קען א מלמד וואס האט געמאכט אין די לעצטע פאר יאהר. בערך 130K א יאהר אן קויוועד געלט. ער איז א מלמד, ענגליש פרינציפל, און א ראש המדריכים אין די זוממער. און האט ב"ה געקויפט א הויז אויף זיין נאמען, מיט 5 קינדער אין די משפחה קע"ה. עלטערן שווערן זיך ביי איהם. און ער זאגט "איך וואלט געקענט געבן סאך מער פאר די תלמידים ווען נישט מיינע אנדערע דזאבס". איז דאס א ראי' אז מען קען מאכן געלד אלס מלמד? ניין נישט יעדער געלונגענע מלמד קען עס טון. ועוד ווער דערלייגט אז דער מלמד פארדינט נישט גענוג? נאר אונזער קינדער ליידער.
א שאד א שאד.
אויך א רחמנות אויף איהם און אויף זיין משפחה.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
בארביקיא
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 12:31 am

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארביקיא »

איבערלעבער האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 2:20 pm
בארביקיא האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 1:30 am
א שאד א שאד.
אויך א רחמנות אויף איהם און אויף זיין משפחה.
זיי מסביר
איז אייוועלט א פלאץ פאר גוטע אינפארמאציע אויס צו ליפטערן, צייט פארטרייבונג?
כשרייב עס פאר מיר אליין
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 11:04 am
בארביקיא האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 9:34 am
וויפיל מאכט א אינגערמאן היינט נאכן זיין אפאר יאהר אין די ארבעטס קראפט. איינער ווייסט?
נישטא קיין כלל , יעדע בעה”ב און ארבעטער איז אנדערש, פינטל.

אבער אן average פאנגט מען נישט אן אונטער $1000 ביז $1200 א וואך און א געלונגענע אינגערמאן וואס האלט ביים ארבעטן און מ’קען אויף אים ארויפלייגן טעסקס מיט ”אחריות” אין אנדערע ווערטער ער איז דא צו נעמען ריספאנסיבילטי’ס קומט אן איבער $1500 זייער שנעל און פון דארט וואקסט עס יעדע 6 חדשים אדער יאר.

למעלה אין להם שיעור אבער א בעה”ב מיט א giving מיינדסעט (עקסלודעד בעלי בתים מיט אלד סקול מיינדסעט אז דער ארבעטער איז א גארביזדש...) און א גוטע ארבעטער וואס נעמט ריספאנסיביליטי’ס קומען זייער אסאך אן צו $2500 ביז $3000 א וואך. דאס אלעס איז אויב מ’האט נישט קיין ספעציפישע פאך/ לייסענס, אויב יא קען עס גיין נאך העכער.

אבל דא עקא, היינטיגע צייטן א אינגערמאן וואס מאכט אפילו $3000 א וואך געהעריג איז א ביטערע רחמנות, קרח מכאן ומכאן. קאסט אים העלט אינשורענס, נישט קיין פוד סטעמפס, חלק שמונה, טעקס ריטורן אדער וואטשערס. מ’שינד אים די הויט ביי שכ”ל און גראסערי ווייל די אנדערע צאלן עס עניוועי נישט פון טאש און דאס מאכט אז מ’זאל כסדר העכערן די פרייז ווייל קיינער קערט עניוועי נישט אדער ווייל מ’האט פראגראמען אדער ווייל מ’האט באמת ברייט געלט. קומט אויס אז דער איינציגסטער רחמנות איז דער אויבן דערמאנטער ארבעטער.

פען און פעיפער פאר א משפחה מיט פיר פינף קינדער אדער מער, שטייט דער אויף די פראגראמען סאך בעסער פיינענשעלי. אנלעס מ’האלט שוין ביי לכה”פ 250k ביז 300k דאן פאנגט זיך אן צו בעלענס’ן און דער שיינער פארדינער פאנגט אן צו שניידן זיינע פירות אויף אלע יארן וואס ער האט געליטן וועגן זיינע ארימע... שכינים וואס האבן געספענד סאך מער ווי אים און אויסגעשטאכן זיינע אויגן. למעשה אנצוקומען צו די נומערס געשעהט נישט איבער נאכט און פאסירט געווענליך טאקע נאר דורך נישט זיין אויף פראגראמען וועלכע איז א ביטער שווערע נסיון ספעציעל אין ווען מ’האלט ביים פיעק פון 150k.

למעשה ווילאנג מ’מאכט נישט די געלטער לוינט זיך עס נישט. די געלט ווערט פארוואסערט צווישן צודרייטע טעקסעס, שכ”ל, הויעכע רענט / מארטגעדש, און פארריקטע עסן פרייזן. עס איז קוקן אויפן קורץ טערמין ווס. אויפן לאנגען טערמין. די אלע פראגראמען שרינקען ווען מ’ווערט 50 - 60 יאר ווען מ’גיבט אויס די קינדער און דאן איז שוין צו שפעט צו טוישן און מ’האט נישט קיין סאושעל סעקיורטי אויכעט נישט ווען מ’האט געמאכט די מינימום וועידש אלע יארן.

דאס אלעס איז נאר צווישן ארבעטער ווערסעס ארבעטער.
ווען מ’איז סעיף עמפלויד זענען זאכן סאך גרינגער וויבאלד די באטעם ליין אינקאם איז שוין נאכן אראפנעמען אלע עקספענסעס (טראמפ אלערט) און זיי קענען יא צומאל טאנצן אויף ביידע חתונות ביינעזאם.
פארלאנגט זיך ערנסט אן עקסטערע אשכול!..
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 11:04 am
צוריק צו די נושא פון מלמדים... א מלמד וואס מאכט $1500 א וואך איז גלייך מיט דעם פלייסיגן אינגערמאן 2-3 יאר אריין אויף זיין זשאב און דער מלמד באקומט די געלט אויף parsonage געווענליך און ער קען נאך אלס האבן אלע פראגראמען פונקט ווי די אינגערמאן וואס באקומט באצאלט אויף א LLC (זייער קאמאן היינט) און ער פיילט א loss סוף יאר קען אויך האבן פראגראמען. למעשה אבער פון די נומער’ס קען מען קוים לעבן בצמצום איינמאל מ’שפרייזט אריבער די 30 און מ’האט א געזינדל. ווער רעדט נאך פון שמחות און ווייטער.

צו זאגן אז דאס הייסט שיין באצאלט פארן מלמד וואס גייט בדרך הטבע אנקומען צו די פערציג זייער שנעל מיט א גרויסע משפחה איז אבסורד. סארי.
זיין א מלמד מיינט אין א געוויסע זין מסורת נפש צו קענען לערנען אידישקייט מיט די באשעפערס קינדער, אבער אין די מוסד איז עס אסאך גרינגער ס’איז אודאי נישט ווי האבן א ’געווענטליכע’ דזשאב אבער טאקע דערפאר איז עס נישט קיין געווענטליכע דזשאב.
אוועטאר
בארביקיא
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 12:31 am

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארביקיא »

פאר די וואס לעבן מיט דעם אשרי להם ואשרי חלקם. אבער דאס העלפט נישט אריינצוברענגען מער טויגליכע מלמדים אין די פעלד.
איז אייוועלט א פלאץ פאר גוטע אינפארמאציע אויס צו ליפטערן, צייט פארטרייבונג?
כשרייב עס פאר מיר אליין
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”