אלעס ארום קאר סערוויס אין מאנסי

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

אלעס ארום קאר סערוויס אין מאנסי

תגובה דורך באנאנא »

ווי שוין ברייט אויסגעשמועסט אינעם מאנסי אשכול און אין די נייע מאנסי שאטעל אשכול הערשט א ריזיגע פראבלעם פון פרויען און קינדער אין קאר סערוויסעס.

לאור די סענסיטיווקייט פונעם נושא און כדי מען זאל קענען האלטן אפן דעם אשכול, בעט מען מען זאל רעדן מיט די גאנצע איידלקייט ודי, מ'זאל האלטן די שמועס פאר'ן תכלית.

(וויבאלד די נושא איז ווייט ווייט פון מיוחד נאר פאר מאנסי, און סיי ווייל א שאטעל איז נישט די ענגילטיגע עצה, און סיי ווייל די נושא פארלאנגט א וויי געשריי מען זאל ערשט פשוט שאקלן וועלטן אז א פייער פלאקערט, דערפאר האב איך אויפגעמאכט דעם אשכול איבער דעם נושא, פאר אלע שטעט).
לעצט פארראכטן דורך באנאנא אום דאנערשטאג מארטש 31, 2022 7:29 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך באנאנא »

וואס איז די פראבלעם:
מער און מער הערט מען פון פרויען (און קינדער, אבער פרויען עטליכע מאל מער), אז ווען זיי באנוצען זיך מיט קאר סערוויסעס קען מען אריינפאלן מיט א דרייווער וואס האט צו א גוטע אויג אויפן מיטרייזענדע און די נאכפאלגן זענען שרעקליך.
עס זענען שוין געווען וועלכע האבן שוין אינעם קאר געפרעגט פריוואטע שאלות ווי אויב מען איז חתונה געהאט, עס איז שוין געווען וועלכע האבן באקומען א טעלעפאון קאלל שפעטער, עס איז שוין געווען וועלכע זענען געוויזן געווארן בילדער ה"י און איך וויל נישט רעדן ווייטער.
די פחד איז גרויס, די סכנה שרייט, און לא עת לחשות.

ווען איז די פראבלעם:
די פראבלעם איז אין אלע טעג אין יאר און אין אלע צייטן, די יצר הרע שלאפט נישט, אבער צוליב די סיבה פארוואס די פראבלעם איז דא מאכט זיך עס אסאך אסאך מער ווען פרויען גייען צו שמחות אנגעטוען שיין (ואהכמ"ל), ביינאכט, אין שטילע געגענטער, אד"ג.
אן אריינגיין אין פרטים, די פראבלעם האט זיך אויכעט אסאך געמאכט ווען זיי פירן די פרויען, און זיי ווייסן ווי זיי פירן און פארוואס ודי.

מיט וועם איז די פראבלעם:
מען האט שוין אויסגעמועסט אין די אנדערע אשכולות מיט וועלכע קאר סערוויס עס מאכט זיך מער און מיט וועלכע סארט מענטשען, אבער כ'מיין אז ווען מען ליינט אלעס אין איין שאס זעט מען אז יעדער האט פשוט אנדערע מעשיות אויף א צווייטע סארט גוי אבער הצד השוה אז א גוי איז א גוי נישט קיין חילוק פון וועלכע לאנד ער קומט..
ליידער, טאקע אויף א פיל קלענערע פראבלעם, דארף מען אבער אייביג שטיין על המשמר און וויסן אויב מען קען שיקן א קינד אליין אין א קאר סערוויס ביינאכט אפילו מיט משלנו. א פיצקעלע פראצענט אבער מען קען נישט לייקענען א פראבלעם.

וואס קען מען טוען דערצו:
אה, דא קומט די שאלה און צוליב דעם האב איך גע'עפענט די אשכול.

מען האט אויסגעשמועסט אינעם מאנסי אשכול וועגן א נייע היימישע שאטל, גאר א גוטע געדאנק אבער נאר פאר מאנסי, די פראבלעם בלייבט א ריזיגע (בפרט אין בארא פארק, וויליאמסבורג און נאכמער לעיקוואד). און אויכעט ווי געשמועסט מאכן זיך רוב פראבלעמען צווישען גיין אויף שמחות און אנדערע פלעצער ביינאכט וואס די פרויען וועלן נישט ניצן די שאטל ודי.

פרויען דרייוון הערט זיך ווי גאר א גוטע געדאנק און א ריזיגע תיקון, אבער ווער זענען אונז אריינצורעדן א זאך וואס גדולי ישראל האבן פארפירט, אבער עס וואלט געווען א ריזיגע טובה אויב אן עסקן קען צוזאמנעמען די אויבנאן פון ניו יארק און ניו דשערסי און אנהייבן דערציילן מעשה נאך מעשה כדי מען זאל ווידער דן זיין איבער'ן נושא און קומען צו אן החלטה בדעת תורה וחכמה.

נאך אידישע קאר סערוויס איז א גוטע געדאנק אבער ווי שוין געשמועסט אזויפיל מאל האלט מען נאך ווייט פון דארט. ס'איז נישט קיין לעזונג וואס גייט געשען יעצט און די פייער ברענט.
לעצט פארראכטן דורך באנאנא אום דאנערשטאג מארטש 31, 2022 7:31 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך באנאנא »

די הנהלה קען אהערברענגען די תגובות וואס באלאנגן דא לתועלת
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16951
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך את פתח לו »

נישטא וואס צו טוהן .פינטעל
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך התחברות »

ביטע אויפקלערן 2 קליינע קלאץ קשיות:

די ערשטע קשיא איז:
מה נשתנה בתשפ"ב?
אמער, דער פראבלעם גייט שוין אן זינט קאר סערוויס שטייט, בערך 70 יאר?
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך באנאנא »

התחברות האט געשריבן:ביטע אויפקלערן 2 קליינע קלאץ קשיות:

די ערשטע קשיא איז:
מה נשתנה בתשפ"ב?
אמער, דער פראבלעם גייט שוין אן זינט קאר סערוויס שטייט, בערך 70 יאר?

כווייס נישט, אבער אין די לעצטע געציילטע יארן הערט מען אויפשטעלנדע געשיכטעס.
יכול להוית ס'איז אייביג געווען און מען האט עס נישט מפרסים געווען? גיי ווייס. אבער יעצט געשע'ען צופיל מעשיות און ווען מען רעדט נאר דערוועגן הערט מען פלוצלינג "מיין ווייב האט געהאט אזא מעשה און מיין ווייב אזא"..
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך ר' יום טוב »

די בעסטע עצה וואס דו קענסט טון איז ווערן די טעקסי דרייווער פון דיין הויזגעזונט. אונזערע פרויען גייען נישט דרייוון ביז ווילאנג ס'וועט זיין דרייווער'לאזע קארס.
אמאל האבן די מענער אויך נישט געדרייווד, נאר היינט וואוינט מען סאך ווייטער. עס איז אויפגעשטאנען א דור פון פראפעסאניאלן, און דרייוון איז איין בענעפיט.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך שמו »

התחברות האט געשריבן:ביטע אויפקלערן 2 קליינע קלאץ קשיות:

די ערשטע קשיא איז:
מה נשתנה בתשפ"ב?
אמער, דער פראבלעם גייט שוין אן זינט קאר סערוויס שטייט, בערך 70 יאר?

דער פראבלעם איז כהיום, 15 יאר צוריק האט מען דאס נישט געהערט

דער גאס ווערט מער און מער שמוציג.....
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך באנאנא »

לענ"דדארף מען אן אסיפת רבנים דערוועגן ווי שנעלער.
נישט דוקא איבערן ענין פון פרויען דרייוון, נאר בכלליות זיי זאלן די ערשטע מאל הערן אז די פראבלעם איז א גרויסע און ווערט נאר ערגער, און זען וואס מען אלץ טון דערצו
רעכט
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 13, 2022 12:25 am

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך רעכט »

געגאנגען ר' באנאנא....
דו האסט אפשר די tools וואס מען ברויך צו צוזאמברענגען אן אסיפת הרבנים?
אוועטאר
שמעטערלינג
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 04, 2020 9:26 am
לאקאציע: איבעראל

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך שמעטערלינג »

שמו האט געשריבן:
התחברות האט געשריבן:ביטע אויפקלערן 2 קליינע קלאץ קשיות:

די ערשטע קשיא איז:
מה נשתנה בתשפ"ב?
אמער, דער פראבלעם גייט שוין אן זינט קאר סערוויס שטייט, בערך 70 יאר?

דער פראבלעם איז כהיום, 15 יאר צוריק האט מען דאס נישט געהערט

דער גאס ווערט מער און מער שמוציג.....

איך רוף עס נישט שמוציג. איך רוף עס אן אויפוואכונג. Awareness בלע"ז.
אוועטאר
שמעטערלינג
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 04, 2020 9:26 am
לאקאציע: איבעראל

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך שמעטערלינג »

ר' יום טוב האט געשריבן:די בעסטע עצה וואס דו קענסט טון איז ווערן די טעקסי דרייווער פון דיין הויזגעזונט. אונזערע פרויען גייען נישט דרייוון ביז ווילאנג ס'וועט זיין דרייווער'לאזע קארס.
אמאל האבן די מענער אויך נישט געדרייווד, נאר היינט וואוינט מען סאך ווייטער. עס איז אויפגעשטאנען א דור פון פראפעסאניאלן, און דרייוון איז איין בענעפיט.

ממש נישט מעגליך אין א שטוב נאר מיט קליינע קינדער.
די ווייב וויל גיין צו א חתונה ווען די מאן היט אויף די קינדער אינדערהיים.
כמעט נישט מעגליך צו טרעפן בעביסיטערס אין די נייע געגנטער ווי מען וואוינט היבש צושפרייט.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

די פשוט'ע לעזונג איז, מער גוי'אישע פרויען קאר סערוויס דרייווערס.

וויאזוי ערלעדיגט מען דאס? אז זיי וועלן זעהן עס איז דא א פארלאנג וועלן זיי דאס צושטעלן.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך ר' דן »

עס איז מאדנע ביז גאר די וואס האלטן אז די עצה איז גאר אז די פרויען זאלן דרייווען (ווען די רבנים זאלן ווען לאזן.)

עס איז דא א סיבה צו די גדר. א שטארקע סיבה. עס קומט גראדע דא אריין.

די עצה איז אפשר זיך בעסער צו היטען, און באזייטיגן אנגייענדע פראבלעמען.
אוועטאר
מהיות טוב
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך מהיות טוב »

ר' דן האט געשריבן:עס איז מאדנע ביז גאר די וואס האלטן אז די עצה איז גאר אז די פרויען זאלן דרייווען (ווען די רבנים זאלן ווען לאזן.)

עס איז דא א סיבה צו די גדר. א שטארקע סיבה. עס קומט גראדע דא אריין.

די עצה איז אפשר זיך בעסער צו היטען, און באזייטיגן אנגייענדע פראבלעמען.

און וויאזוי היט מען?
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך ר' דן »

מהיות טוב האט געשריבן:

אפשר א שטארקע עווערנעס קאמפיין און א שטארקע קאמפיין צו מודיע זיין ספעציפישע פראבלעמען?

איך ווייס נישט, די עצה איז זיכער נישט צו מאכן די פראבלעם גרעסער.
אוועטאר
שמעטערלינג
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 04, 2020 9:26 am
לאקאציע: איבעראל

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך שמעטערלינג »

ר' דן האט געשריבן:עס איז מאדנע ביז גאר די וואס האלטן אז די עצה איז גאר אז די פרויען זאלן דרייווען (ווען די רבנים זאלן ווען לאזן.)

עס איז דא א סיבה צו די גדר. א שטארקע סיבה. עס קומט גראדע דא אריין.

די עצה איז אפשר זיך בעסער צו היטען, און באזייטיגן אנגייענדע פראבלעמען.

איז די סיבה פארן גדר עפעס וואס איז נישט נוגע פאר מענער?
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך ר' דן »

שמעטערלינג האט געשריבן:

זעט אזוי אויס.
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך ר' דן »

ר' יום טוב האט געשריבן:די בעסטע עצה וואס דו קענסט טון איז ווערן די טעקסי דרייווער פון דיין הויזגעזונט. אונזערע פרויען גייען נישט דרייוון ביז ווילאנג ס'וועט זיין דרייווער'לאזע קארס.
אמאל האבן די מענער אויך נישט געדרייווד, נאר היינט וואוינט מען סאך ווייטער. עס איז אויפגעשטאנען א דור פון פראפעסאניאלן, און דרייוון איז איין בענעפיט.

פאר וועם און ווען עס איז שייך.

זייער א גוטע נקודה.
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך חלקי »

איך מיין אז א היימיש געפירטע קאר סערוויס אפי' מיט גוישע דרייווערס וואס זאל האבן א קעמרע אין יעדע קאר וואלט אסאך ארויסגעהאלפן צו אוועקנעמען די פראבלעם.
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
שמעטערלינג
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 04, 2020 9:26 am
לאקאציע: איבעראל

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך שמעטערלינג »

חלקי האט געשריבן:איך מיין אז א היימיש געפירטע קאר סערוויס אפי' מיט גוישע דרייווערס וואס זאל האבן א קעמרע אין יעדע קאר וואלט אסאך ארויסגעהאלפן צו אוועקנעמען די פראבלעם.

דאס העלפט נישט דאס וואס זיי שמועסן מיט צענערלינגען אין א קאר, אדער אז זיי שיקן רח'"ל בילדער צו די פרויען אפאר טאג שפעטער.
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע: נישט דאהי

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך הייסע פעפער »

באנאנא האט געשריבן:

מען האט אויסגעשמועסט אינעם מאנסי אשכול וועגן א נייע היימישע שאטל, גאר א גוטע געדאנק אבער נאר פאר מאנסי, די פראבלעם בלייבט א ריזיגע (בפרט אין בארא פארק, וויליאמסבורג און נאכמער לעיקוואד)

וואס עפעס?

באנאנא האט געשריבן:נאך אידישע קאר סערוויס איז א גוטע געדאנק אבער ווי שוין געשמועסט אזויפיל מאל האלט מען נאך ווייט פון דארט. ס'איז נישט קיין לעזונג וואס גייט געשען יעצט און די פייער ברענט.

ווי ווייט איך ווייס פעלט דאס נישט אויס און לעיקוואד ווייל סלכאורה דא די מערסטע אידישע ק"ס אין לעיקוואד (עכ"פ פראצענטידש קעגן וויפיל סדרייוון נישט)
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך חלקי »

שמעטערלינג האט געשריבן:
חלקי האט געשריבן:איך מיין אז א היימיש געפירטע קאר סערוויס אפי' מיט גוישע דרייווערס וואס זאל האבן א קעמרע אין יעדע קאר וואלט אסאך ארויסגעהאלפן צו אוועקנעמען די פראבלעם.

דאס העלפט נישט דאס וואס זיי שמועסן מיט צענערלינגען אין א קאר, אדער אז זיי שיקן רח'"ל בילדער צו די פרויען אפאר טאג שפעטער.

אויב איז עס אונטער אויפזוכטונג און זיי ווייסען אז פאר יעדע קאמפלעין פליען זיי קען עס העלפן.
ועוד זאת מקען זיכער מאכן א סיסטעם אז די דרייווערס זאלן נישט האבן די נאמבער פון די רייזענדע. (אז זיי קענען נאר קאלן פון די טעבלעט וכדו')
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
שמעטערלינג
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 04, 2020 9:26 am
לאקאציע: איבעראל

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך שמעטערלינג »

חלקי האט געשריבן:
שמעטערלינג האט געשריבן:
חלקי האט געשריבן:איך מיין אז א היימיש געפירטע קאר סערוויס אפי' מיט גוישע דרייווערס וואס זאל האבן א קעמרע אין יעדע קאר וואלט אסאך ארויסגעהאלפן צו אוועקנעמען די פראבלעם.

דאס העלפט נישט דאס וואס זיי שמועסן מיט צענערלינגען אין א קאר, אדער אז זיי שיקן רח'"ל בילדער צו די פרויען אפאר טאג שפעטער.

אויב איז עס אונטער אויפזוכטונג און זיי ווייסען אז פאר יעדע קאמפלעין פליען זיי קען עס העלפן.
ועוד זאת מקען זיכער מאכן א סיסטעם אז די דרייווערס זאלן נישט האבן די נאמבער פון די רייזענדע. (אז זיי קענען נאר קאלן פון די טעבלעט וכדו')

אובער איז טאקע בעסער אין דעם הינזיכט.
מאנסי און לעיקוואד איז אבער אביסל שווער מיט אובערס.
אפשר קען מען דאס מער אריינברענגען ביים עולם.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!

תגובה דורך יצחק אייזיק »

שמעטערלינג האט געשריבן:
חלקי האט געשריבן:איך מיין אז א היימיש געפירטע קאר סערוויס אפי' מיט גוישע דרייווערס וואס זאל האבן א קעמרע אין יעדע קאר וואלט אסאך ארויסגעהאלפן צו אוועקנעמען די פראבלעם.

דאס העלפט נישט דאס וואס זיי שמועסן מיט צענערלינגען אין א קאר, אדער אז זיי שיקן רח'"ל בילדער צו די פרויען אפאר טאג שפעטער.

זיכער העלפט עס. אויף די קעמרעס וועט מען קענען מיטהאלטן און הערן אלעס, און ווי נאר מ'כאפט אויף אדער מ'הערט צוריק אז עפעס א דרייווער טויג נישט פליעט ער פון דארט.

אויך וועלן זיי האבן פרויען גויאישע דרייווערס, ווי איינער האט שוין ערווענט.

אויך זאל מען מאכן א סיסטעם אז די דרייווערס באקומען אויף קיין פאל נישט די נאמבערס פון די קליענטן, נאר עס גייט דורך א סיסטעם וואס מ'קען נישט זען די נאמבערס.

@שמעטערלינג פאר די איידיע ;l;p- ;l;p-
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
פארשפארט

צוריק צו “דעת הקהל”