פארשטעלט ווי א.....

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

פארשטעלט ווי א.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

"המממ... עס שמעקט דא אן אויסערגעווענליכע גוטע ריח! איך שפיר ממש ווי פון דעם הויז קומט ארויס א גערוך פון גן עדן! איך מוז אריינגיין!" רופט זיך אן דער הייליגער צדיק הרה"ק מצאנז זצוק"ל צו זיין גבאי, ווי נאר זיי זענען דורכגעגאנגען אין'ם ערשטן גאס, פון'ם שטאט ווי זיי זענען נארוואס אנגעקומען.
אין דעם אנגעגעבענעם הויז האט געוואוינט ר' פסח. דער ר' פסח איז געווען באקאנט אינ'ם שטאט אלס גבאי צדקה פאר אלע איינגעלעגהייטן, און אייביג האט מען אים געקענט זען ארומגיין זאמלען צדקה פאר געוויסע אונטערגעקומענע צוועקן.
דער גבאי פונ'ם רבי'ן גייט צו צום הויז, קלאפט אן ביים טיר. ר' פסח עפענט אויף און דער גבאי זאגט אים: "דער צאנזער רב וויל אריינקומען". מיט ציטער און עהרעפארכט ליידענט ר' פסח זיי אריין צו זיך אין הויז.
דער רבי הייבט גלייך אן ארומצוגיין אינ'ם דירה. גייט פון איין שטוב צו די אנדערע. פלוצלינג! שטעלט זיך דער רבי אפ נעבן א שאנק, און זאגט: "פון דא קומט ארויס די גערוך פון גן עדן וואס איך האב געשפיהרט פון דרויסן!".
דער צאנזער רב בעט ר' פסח צו עפענען דעם שאנק. ר' פסח קווענקעלט אביסל, אבער צוליב'ן כבוד פונעם רבי'ן עפענט ער דאס אויף. און ער הייבט אן ארויסצושלעפן אלטע פארלאטעטע קליידער, און צווישן דעם, פאלט פלוצלינג ארויס.......... גלח'ישע קליידער. דער צאנזער רב רופט זיך אן: "פון די קליידער גייט ארויס א גערוך פון גן עדן".
ר' פסח איז דערשראקן געווארן אז מען האט געטראפן גלח'ישע קליידער אין זיין שאנק, און ער הייבט אן צו דערציילן: איך בין א גבאי צדקה דא אין שטאט, און איך האב א באשטימטע סדר וויאזוי איך גיי ארום אינ'ם שטאט זאמלען צדקה צווישן די איינוואוינער, און דערנאך פארטייל איך דאס פאר די וואס ווארטן דערויף. איין אווענט בין איך -ווי מיין סדר- ארויסגעגאנגען פון מיין שטוב צו זאמלען די נדבות פון די איינוואוינער, און פארטיילט פאר אלע באדערפענדע, און איך קום אן אהיים. טרעף איך דארט איינעם וואס ווארט אויף מיר אומגעדולדיג און זאגט: "ר' פסח, איך בין אין א גרויסע צרה. מיינע חובות דרוקען מיר און איך מוז דרינגענד פארשאפן יעצט א געוויסע סכום, און אויב נישט, בין איך אינגגאנצען פארלוירן!". "אבער פארוואס ביזטו יעצט געקומען?" האב איך געפרעגט. "איך האב שוין פארטיילט די גאנצע צדקה געלט. איך קען נישט יעצט גיין נאכאמאל צו די זעלבע מענטשן". דער מענטש האט אנגעהויבן צו יאמערן און וויינען איבער זיין שלעכטע צושטאנד. איך האב נישט געקענט צוקוקן צו זיין צער און ווייטאג, האב איך באשלאסן נאכאמאל ארומצוגיין אינ'ם שטאט און פארשטיין געבן פאר די נדבנים אז עס איז מיר אונטערגעקומען א איד וואס געפונט זיך אין א געפערליכע צושטאנד און דארף דרינגענדע הילף. די איינוואוינער האבן געקרעכצט, אבער רוב פון זיי האבן זיך נאכאמאל באטייליגט און באשטייערט שיינע סכומים, און אזוי נאך א שטיק צייט האב איך באוויזן צוזאמצונעמען די פארלאנגטע סכום פאר יענעם איד. איך בין צוריק אהיימגעקומען און געברענגט דאס געלט פאר יענעם איד. ער האט מיך ארומגענומען און באדאנקט פון טיעפען הארצן, און איז שנעל געגאנגען באצאלן זיינע חובות.

ענדליך זעץ איך מיך אוועק אפצורוען מיינע ביינער. און עס גייט נישט דורך קיין פערטל שעה און ווידער הערט זיך א קלאפ אין טיר. איך עפן דעם טיר און עס שטייט דארט א פארביטערטע איד וואס הייבט מיר אן צו פארציילן זיין גאנצע היסטאריע ווי ער מיטשעט זיך מיט חובות, און פלאצט אויס מיט א געוויין: "דאס איז פיקוח נפש! אויב העלפסטו מיר נישט, וועט דאס זיין ח"ו מיין סוף!". זאג איך אים: "ר' איד, איך וויל אייך באמת זייער העלפן, אבער איך בין שוין היינט געווען צוויי מאל ביי די איינוואוינער פונ'ם שטאט איינצוזאמלען צדקה, און איך קען בשום אופן נישט גיין נאכאמאל. מען וועט מיר פארטרייבן פון די הייזער!". דער איד האט ווייטער ביטערליך געוויינט און מיין הארץ איז צוריסן געווארן אויף שטיקער, אבער איך האב געוואוסט אז איך קען אויף קיין פאל נישט ארומגיין נאכאמאל אינ'ם שטאט. איך האב פרובירט צו טראכטן וואס נאך איך קען טון.
פלוצלינג איז מיר איינגעפאלן א געדאנק, אבער א מאדנע געדאנק! נעבן מיין הויז געפונט זיך א קרעטשמע א באר, ווי יעדע נאכט קומען זיך דארט צוזאם געוויסע יונגען, פראסטע ליידיגייער פון די שטאט, און טרינקען זיך אן ביז זיי ווערן שיכור, און זיי פארברענגען דארט די נעכט מיט שטותים והבלים. האב איך געטראכט אז איך וועל פרובירן מיין מזל ביי זיי, אפשר וועל איך קענען באקומען פון זיי א שיינע סכום פאר צדקה. איך האב מיך פארגעשטעלט וואס זייער רעאקציע גייט זיין, אבער איך האב באשלאסן אז מיט דעם אלעם גיי איך פרובירן. און אזוי האב איך געטון.
איך בין אריבער געגאנגען צום קרעטשמע, און ווי נאר זיי האבן מיר באמערקט, איז געווארן פריילעך. זיי האבן מיר באזונגען און באקלאטשט. "אויך ביי אונז איז ער געקומען זיכען צדקה?! זעט אויס זיין מצב איז שוין זייער שווער..." האבן זיי געשריגן און געלאכט. איך בין געווארן בלאס און עס האט מיר אנגעכאפט א שוואכקייט. קומט צו צו מיר איינער פון זיי, דער זון פון'ם שטאטישען גביר, און זאגט מיר: "אויב ביזטו דא געקומען, איז א סימן אז דו דארפסט זייער וויכטיג דאס געלט. איז לאמיר מאכן א געשעפט. הער צו! אמאל איז געווען ביי אונזער הויז א גלח, און ער האט איבערגעלאזט זיינע גלח'ישע קליידער ביי אונז. אויב וועסטו אנטון די גלח'ישע קליידער, און ארומגיין מיט אונז דעם גאנצען שטאט, וועל איך דיר געבן דאס גאנצע געלט וואס דו דארפסט".
איך האב מיך שטארק געקווענקלט וואס איך זאל טון. אויב וועל איך דאס טון וועט יעדער זאגן אז איך בין אראפ פון זינען. אבער פון די אנדערע זייט וויאזוי קען איך לאזן דעם צובראכענעם איד אומבאהאלפען, אויב איך קען אים העלפן.
איך האב באשלאסן אז איך נעם אן זייער פארשלאג. דער יונג האט מיר געברענגט די גלח'ישע קליידער און איך האב עס אנגעטון. די אלע פארזאמעלטע האבן אויסגעפלאצט אין א הילכיגע געלעכטער, און זענען מיר נאכגעגאנגען ווי איך האב שפאצירט אין די גאסן פונ'ם שטאט.
די שטאטישע אידן האבן געהויבן זייערע ברעמען מיט ערשטוינונג און זיך געפרעגט: "איז פורים היינט?! וואס איז דאס דער מאדנע געשעעניש וואס דער גבאי האט דא געטון? עפעס טויג נישט מיט אים. זיכער איז ער אויפן קאפ געפאלן!".
אזוי זענען מיר אריבער דעם גאנצן שטאט, און ווי נאר אונז זעמיר צוריק געקומען, האט דער יונג מיר געגעבן דעם גאנצען סכום וואס איך האב געדארפט, זאגנדיג: "איך האב צוגעזאגט און איך האלט ווארט! און דו ווייסט וואס? דו קענסט אויך האבן די גלח'ישע פארשטעלאכץ פאר א מתנה...". איך האב אויסגעטון די גלח'ישע קליידער, און איך האב געטראכט אז איך וועל עס האלטן ביי מיר אלס אן אנדענק אז דארך דעם האב איך געקענט מחי' זיין א איד. פארענדיגט ר' פסח זיין געשיכטע.
דער צאנזער רב רופט זיך אן: "האסט געטון זייער ריכטיג! יעצט הער צו וואס איך זאג דיר. נעם דעם אנצוג און זאג אן דיינע קינדער, אז נאך דיין מאה ועשרים זאלן זיי דיר דאס אנטון אלס תכריכים און דערמיט באגראבן. קיין איין שלעכטע מלאך וועט נישט קענען צוקומען נאנט צו דיר!". אזוי האט ער טאקע געטון, און ווען עס איז געקומען זיין צייט, איז ר' פסח טאקע באגראבן געווארן מיט די קליידער פונ'ם גלח, אין א ביה"ח אין פוילן.
יארן שפעטער, האט דער פוילישער רעגירונג באשלאסן צו בויען א שאסיי דארך דעם בית החיים ווי ר' פסח איז באערדיגט געווארן, און מען האט געדארפט אריבער פירן אלע דארטיגע קברים צו אן אנדערן פלאץ. ווען מען איז אנגעקומען צו ר' פסח'ס קבר אים אריבער צו פירן, האט מען אים געפונען גאנץ.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: פארשטעלט ווי א.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

;l;p-
אלטע מעשה מיט א נייעם גלאנץ..

שכח
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: פארשטעלט ווי א.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

זייער געשמאק געועהן צו ליינען
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
שמייכל אייביג!
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 13, 2022 7:41 pm
פארבינד זיך:

Re: פארשטעלט ווי א.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל אייביג! »

הערליך!!!
אוועטאר
בן בגבג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 04, 2022 3:22 pm

Re: פארשטעלט ווי א.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בגבג »

מורא'דיגע מוסר השכל. זי"ע.
איך בין אייביג גערעכט...

ווייל איך נעם אלץ די גערעכטע זייט!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: פארשטעלט ווי א.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

שטארקע מעשה, מיט א מורא'דיגע לימוד.
די זאך וואס זעהט דיר אויס דיין ערגסטע טאג, אט דאס איז די בעסטע
אוועטאר
משה הילל
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 09, 2022 1:06 pm
לאקאציע: גארנישט קארנער גארנישט

Re: פארשטעלט ווי א.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הילל »

Wow wow
הערליך שיין
מיין נישט אז איך קיק אויף דיר
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: פארשטעלט ווי א.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

הערליך הערליך!

די ביסט זייער זייער זייער א גוטע שרייבער!
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: פארשטעלט ווי א.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

ניינער האט געשריבן:הערליך הערליך!

די ביסט זייער זייער זייער א גוטע שרייבער!
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: פארשטעלט ווי א.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

עכטע צאנז'ע מעשה
פאר צדקה דארף מען זיין גרייט פאר אלעס
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פארשטעלט ווי א.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

יעדער האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 10:22 pm
עכטע צאנז'ע מעשה
פאר צדקה דארף מען זיין גרייט פאר אלעס
פון וואו האט איר דאס יעצט אפירגעקראצט?
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4313
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: פארשטעלט ווי א.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

עפעס אנדערש האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:53 pm
יעדער האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 10:22 pm
עכטע צאנז'ע מעשה
פאר צדקה דארף מען זיין גרייט פאר אלעס
פון וואו האט איר דאס יעצט אפירגעקראצט?
ער זוכט אויף אסאך אשכולות היינט לכבוד די יומא דהילולא פונעם הייליגן רב...

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל!
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”