עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5610
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

בלוט בלבול האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 6:52 pm
מאדנע. ליגט מיר נאך אין קאפ ביז יעצט ווען אלס בחור האט מיר מיין טאטע אין אן ערנסטן שטימונג דערציילט אז מיין מומע איז אוועק, און כ'האזעך פשוט גענומען שמייכלען. ער פרעגט מיר שאקירט "ס'קומט דיר צו לאכן?" און כאמער געוואלט פארשטעקן...

טעראפיסטן געבעטן צו מסבר'ן.
איך בין נישט געווען קיין טעראפיסט אבער געהאט ענליכע מצבים ווען איך בין געווען אינגער, די בעפרשטייענדע פארמאליטעטן און די געוויינען וואס גייען קומען פון די ארומיגע (בעיקר פון די עזרת נשים) פלעגן ארויפצווינגען א שמייכל.

כ'האב עס געקאנט האבן אביסל אלץ קינד ווען כ'האב געדארפט גיין צום מנהל'ס אפיס.... איך פלעג שמייכלען פון טראכטן וואס ער שפירט איצט אלץ מנהל איבער א קליינע אומבהאלפענע אינגל, און דער שרייט נאך צו מיר: "דו לאכסט נאך???".

לאך איך דען? ס'לאכטס זיך פון זיך אליין.

אוואו נאר דער קאנטשיק האט זיך ארויסבאקומען פונעם לעדל און זיך געשטעלט אויפן טיש קעגן מיין געזיכט זענען די שמייכלען מיסטעריעז פארשוואונדן געווארן וואס זאגטס אונז אלע אז ס'איז שוין איינמאל דא א סאלושן צום לאכן-פראבלעם.

דער אויבעשטער זאל אונז אלע באהיטן.
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4623
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

תגובה דורך בלוט בלבול »

פראקטיש האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 7:00 pm

אפשר לאכט מען פשוט פון פארלוירנקייט? נאכ'ן אריבערגיין דעם גרעניץ וואו גרימאסן באלעבאטעוועט קומט מען בע"כ צוריק צום לאך... כ'טראכט נאר.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

סאיז דא א בלוט-דרוק מעדעצין וואס הייסט פראפרענעלאל (propranolol) וואס פסעקייעטריסטן גיבן פאר מענטשן וואס ליידן פון פיזישע שרעק אטאקעס ביים האלטן א דרשה וכדומה, די מעדעצין נעמט מען בלויז as needed ווי בעפאר א דרשה וכו’ און סגיבט פשוט פאר די מענטש א געוויסע פיזישע סעלף קאנטראל אז די מוסקלען זאלן זיך נישט ציטאנצן אן קיין רשות..

די מעדעצין איז אין די קאטעגאריע פון בעט”א בלאקע”ר בלאד פרעשור מעדיצינען, מנעמט דערפון ממש די קלענסטע דאוז און סווייזט וואונדער. סהאט נישט קיין שום פאסיבל סייד אפעקטס פון וואס מורא צו האבן ובפרט ביי א פיצי דאוז, עסק יאור לאוקעל דאקטער.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

בלוט בלבול האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 6:52 pm
מאדנע. ליגט מיר נאך אין קאפ ביז יעצט ווען אלס בחור האט מיר מיין טאטע אין אן ערנסטן שטימונג דערציילט אז מיין מומע איז אוועק, און כ'האזעך פשוט גענומען שמייכלען. ער פרעגט מיר שאקירט "ס'קומט דיר צו לאכן?" און כאמער געוואלט פארשטעקן...

טעראפיסטן געבעטן צו מסבר'ן.
יוי דערמאנסט מיר... די זעלבע זאך געווען ביי מיר ווען מיין עלטער באבע איז אוועק.
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
ווייסעכנישט גארנישט
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2019 6:51 pm

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעכנישט גארנישט »

די סיבה דערפון: ווי עמיצער האט שוין ערווענט איז די סיבה 'סאציאלע אקזייעטי', מ'איז זייער אנגעוויזן אויף די ארומיגע וואס וועלן זיי זאגן, און מ'טוט אלעס אויף דער וועלט צו זיין נארמאל ביי אנדערע מענטשן, און אלעס וואס מ'טוט איז צוליב אנדערע, יעצט זאגט די סיסטעם אזוי, בקיצור, נישט עכט און נאטורליך. ממילא ווען ס'קומט א צייט וואס א נארמאלע מענטש דארף זיין ערנסט, ציט ער אויך ארויף אויף זיך אן ערנסטקייט וואס קומט אינגאנצן נישט צוליב די ארגינעלע סיבה פארוואס נארמאלע מענטשן זענען יעצט ערנסט, ווי צ.ב.ש. פסח ביינאכט, נאר זיין קאפ פאוקעסט יעצט "איך וויל זיין א נארמאלער מענטש צווישן מענטשן ממילא מוז איך עקטן ערנסט", דעמאלטס קומט די אויסברוך.

די עצה צו פראווענטן: 1. ארבעט אויף דיך עס זאל דיר באמת נישט אנגיין וואס אנדערע מענטשן טראכטן איבער דיר, צו דו ביסט אן ערנסטן מענטש אדער נישט. אזוי אז דאס אז די ארומיגע מענטשן ערווארטן פון דיר צו זיין ערנסט זאל נאכנישט זיין קיין שום סיבה פארן זיך מאכן יעצט ערנסט, אדרבה אלס צו זיין א חלק פון די סיסטעם בין איך גרייט צו לאכן הויעך אויפן קול, וואס איז? איך דארף איינעם דא געפעלן? איך דארף שפילן א געים, א פלעי, עקטן פאלש? זיין וואס איך בין נישט? אז איך בין נישט ערנסט איז נישט, פארפאלן, איך בין וואס איך בין.

2. טויש עכט וואס דו ביסט. ארבעט אויף די עכטע ארגינעלע סיבה פון זיין ערנסט, אן האב אריינגעמישט אין דעם פעיר-פרעשער, טראכט די טייטש פון די ווערטער, טראכט די געהויבנקייט פון די מצב, און דיינע אלע תנועות זאלן נאר זיין עכט, ארגינעל און נאטורליך, נישט ווייל יענער, נאר ווייל איך זע די ערנסטקייט פון די מצב, און איך פארשטיי אז מ'דארף זיין ערנסט.

די עצה בשעתן לאכן: 1. שמייכל א לייכטן שמייכל ביז עס בארואיגט זיך, ווי צו געבן דעם מעסעדזש פאר זיך אליין, און פאר אלעמען ארום: "איך בין יעצט נישט אין קיין ערנסטן מצב, און איך פרוביר נישט צו עקטן אנדערש וואס איך בין", און ממילא גייט זיך עס בארואיגן ווייל מ'איז אויפגעלאזט און מ'דרוקט זיך נישט צו זיין ערנסט. 2. דערנאך, לאז אפ אלעס ארום, און גיי אריין אין די אמת'ע סיבה פון זיין ערנסט, פארטיף דיך אין די טייטש פון די ווערטער, אין די געהויבנקייט פון די זמן, די טיפקייט פון די עבודת הקידוש וכו' (פעלט נישט אויס צו נוצן אזעלכע שרעקעדיגע ווי ICU וכדו').
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

נאך די אלע עצות דא, הוי גייט זיין אן ערנסטעם סדר. ביז...
גאליציאנע פרעזידענט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 08, 2023 4:18 pm

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנע פרעזידענט »

כי בשמחה תצאו
ווילסט האבן א גוט לעבן בגשמיות ?
לעב מיט אמונה
House arrest
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 17, 2023 2:50 am

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך House arrest »

ווייסעכנישט גארנישט האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 8:12 pm
די סיבה דערפון: ווי עמיצער האט שוין ערווענט איז די סיבה 'סאציאלע אקזייעטי', מ'איז זייער אנגעוויזן אויף די ארומיגע וואס וועלן זיי זאגן, און מ'טוט אלעס אויף דער וועלט צו זיין נארמאל ביי אנדערע מענטשן, און אלעס וואס מ'טוט איז צוליב אנדערע, יעצט זאגט די סיסטעם אזוי, בקיצור, נישט עכט און נאטורליך. ממילא ווען ס'קומט א צייט וואס א נארמאלע מענטש דארף זיין ערנסט, ציט ער אויך ארויף אויף זיך אן ערנסטקייט וואס קומט אינגאנצן נישט צוליב די ארגינעלע סיבה פארוואס נארמאלע מענטשן זענען יעצט ערנסט, ווי צ.ב.ש. פסח ביינאכט, נאר זיין קאפ פאוקעסט יעצט "איך וויל זיין א נארמאלער מענטש צווישן מענטשן ממילא מוז איך עקטן ערנסט", דעמאלטס קומט די אויסברוך.

די עצה צו פראווענטן: 1. ארבעט אויף דיך עס זאל דיר באמת נישט אנגיין וואס אנדערע מענטשן טראכטן איבער דיר, צו דו ביסט אן ערנסטן מענטש אדער נישט. אזוי אז דאס אז די ארומיגע מענטשן ערווארטן פון דיר צו זיין ערנסט זאל נאכנישט זיין קיין שום סיבה פארן זיך מאכן יעצט ערנסט, אדרבה אלס צו זיין א חלק פון די סיסטעם בין איך גרייט צו לאכן הויעך אויפן קול, וואס איז? איך דארף איינעם דא געפעלן? איך דארף שפילן א געים, א פלעי, עקטן פאלש? זיין וואס איך בין נישט? אז איך בין נישט ערנסט איז נישט, פארפאלן, איך בין וואס איך בין.

2. טויש עכט וואס דו ביסט. ארבעט אויף די עכטע ארגינעלע סיבה פון זיין ערנסט, אן האב אריינגעמישט אין דעם פעיר-פרעשער, טראכט די טייטש פון די ווערטער, טראכט די געהויבנקייט פון די מצב, און דיינע אלע תנועות זאלן נאר זיין עכט, ארגינעל און נאטורליך, נישט ווייל יענער, נאר ווייל איך זע די ערנסטקייט פון די מצב, און איך פארשטיי אז מ'דארף זיין ערנסט.

די עצה בשעתן לאכן: 1. שמייכל א לייכטן שמייכל ביז עס בארואיגט זיך, ווי צו געבן דעם מעסעדזש פאר זיך אליין, און פאר אלעמען ארום: "איך בין יעצט נישט אין קיין ערנסטן מצב, און איך פרוביר נישט צו עקטן אנדערש וואס איך בין", און ממילא גייט זיך עס בארואיגן ווייל מ'איז אויפגעלאזט און מ'דרוקט זיך נישט צו זיין ערנסט. 2. דערנאך, לאז אפ אלעס ארום, און גיי אריין אין די אמת'ע סיבה פון זיין ערנסט, פארטיף דיך אין די טייטש פון די ווערטער, אין די געהויבנקייט פון די זמן, די טיפקייט פון די עבודת הקידוש וכו' (פעלט נישט אויס צו נוצן אזעלכע שרעקעדיגע ווי ICU וכדו').

זייער גוט ארויס געברענגט. ;l;p-
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

יוש איז דאס א אשכול… פיין צאמגעלאכט!!!
דובי'ס א פען
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 10:38 pm

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דובי'ס א פען »

כ'קען נישט גלייבן אז די עוילם רעדט דא גיהעריג האפן פון די פראבלעם, אבער יא, עמו אנוכי בצרה... ווען דאס לאך קומט אן איז נישטא ווי צו אנטלויפן...

מ'טרייט זיך מער אריין צו טוהן און די פירוש המילות, און מ'פארט.. ביז נאך קידוש וואס דעמאלטס איז שוין לעגאל צו לאכן .

יוש.. טאטע... קוק נאר ווי דיינע קינדער ווילן זיין וואויל
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4623
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

צ"ק
פאר די קינדער צווישן אונז, וויפיל מאל דארפט איר אנפילן אייער בעכער ווייל ס'גיסט זיך אויס ביים לאכן?
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

גרויס האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 3:19 pm
קלוגער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 12:59 pm
נישט ביי מיין טאטען און נישט ביי מיין שווער האב איך געזעהן די מאדנע מנהג פון לאכען ביים סדר, ס'הערשט א ערענסקייט און העכערקייט, ס'קומט בכלל נישט צו לאכען

איך בין זיכער אז די דאקטוירים האבען מעדיצינען פאר דעם
כ'האף אז דיינע קינדער האבן הנאה צו זיצן ביי דיין סדר און ווארטן נישׁט אויפן מינוט וואס מ'זאגט חחדד גגגדדדיייאאא מיט אזא אטעם
זיי לאווען די סדר, ס'איז ב"ה געשמאק, נישט געצויגען און נישט געיאגט, מיט א רואיגקייט און געשמאק, אן קיין געשרייען, ווען ס'גיסט זיך אויס איינעם'ס וויין שרייט מען נישט, ס'איז א פרייליכע ליבליכע אבער געהויבענער מצב, ביי אונז לאכט מען זייער שטארק פורים
גרויס
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2022 2:06 pm

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויס »

קלוגער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 10:49 am
גרויס האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 3:19 pm
קלוגער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 12:59 pm
נישט ביי מיין טאטען און נישט ביי מיין שווער האב איך געזעהן די מאדנע מנהג פון לאכען ביים סדר, ס'הערשט א ערענסקייט און העכערקייט, ס'קומט בכלל נישט צו לאכען

איך בין זיכער אז די דאקטוירים האבען מעדיצינען פאר דעם
כ'האף אז דיינע קינדער האבן הנאה צו זיצן ביי דיין סדר און ווארטן נישׁט אויפן מינוט וואס מ'זאגט חחדד גגגדדדיייאאא מיט אזא אטעם
זיי לאווען די סדר, ס'איז ב"ה געשמאק, נישט געצויגען און נישט געיאגט, מיט א רואיגקייט און געשמאק, אן קיין געשרייען, ווען ס'גיסט זיך אויס איינעם'ס וויין שרייט מען נישט, ס'איז א פרייליכע ליבליכע אבער געהויבענער מצב, ביי אונז לאכט מען זייער שטארק פורים
כ'האב הנאה צו הערן
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: לאכן ביים סדר *די אשכול איז אויף אייער אייגענעם אחריות*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מנשה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 1:58 pm
מען דארף טוישן דעם קעפל, ווייל ס'האט גארנישט מיט'ן סדר.
ס'זענען דא מענטשן וואס ס'קומט זיי צו לאכן אין יעדע ערנסטע און פורמאלע מצב, דער סדר איז נאר איינס פון די צייטן.
סהאט פיין מיטן סדר דעי מענטשן וואס לאכן ביים סדר לאכן נישט סתם אזוי אין ערענסטע מיניטן עפעס איז דא ספציעל ביים סדר וואס קימט צו לאכן . אלטס בחור פלעגט זיין אין מיין משפחה אנשים נשים וטף זיך געהארגעט פאר געלעכטער און מיין טאטע בראש

:lol: :lol:
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

זעה איך יעצט אז ס'איז שוין א איר אלטע פראבלעם פון עטליכע 100 יאר צוריק. נאדיר א שטיקל פונעם חיי אדם אין כלל קל סי ז
אטעטשמענטס
20230329_214540 (1).jpg
20230329_214540 (1).jpg (196.52 KiB) געזען 620 מאל
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

איך בין חושש אז עס האט א סיבה על פי סוד.
אני הוא הנער, נער המדבר
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

בלוט בלבול האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 2:26 am
צ"ק
פאר די קינדער צווישן אונז, וויפיל מאל דארפט איר אנפילן אייער בעכער ווייל ס'גיסט זיך אויס ביים לאכן?
יעדע מאל עס גיסט זיך אביסל מער שרויפט עס ארויף די לאכן עס טוט שאקלען ביז עס בלייבט גארנישט איבער…
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5610
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

sheetrock האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 9:49 pm
זעה איך יעצט אז ס'איז שוין א איר אלטע פראבלעם פון עטליכע 100 יאר צוריק. נאדיר א שטיקל פונעם חיי אדם אין כלל קל סי ז
זעהר אינטערסאנט, אבער כ'האף די פארשטייסט אז די מתביישת און די שחוק איז אלעס צוליב די זעלבע סיבה, ער רעדט נישט פון לאכן סתם אזוי.

נאכמער ער זאגט טאקע דעריבער זאל נאר די ראש המשפחה מגביה זיין די קערה לאפוקי ווי טייל אחרונים דא אינעם אשכול וואס האלטן אז מ'זאל לאכן ווי מער, אויף די כוסות זאָל מען נישט מוסיף זיין אבער אויף די לאכן יא.

און איך וועל דאס נוצן אלץ א ראיה צו וואס כ'האב געשריבן אויבן, אויב דאס מאכן קידוש בענעזאם אדער סיי וואס איז גורם לאכן, זאל מען זיך דורכרעדן מיט מורה הוראה און אים אנווייזן דעם חיי אדם ווי מ'האט משנה געווען א מנהג אינעם סדר אלץ כדי צו פארמיידן דאס לאכן.
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

תגובה דורך מקובל אלוקי »

פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 8:31 am

לענ"ד האט ער א חשש שחוק סתם אזוי,
ולא מפני שאינו יכולה עכשיו,
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!

בניהו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 10:08 pm
איך בין חושש אז עס האט א סיבה על פי סוד.
נע, פארוואס עפעס?
ע"פ סוד מרחק זיין די נשים?
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5610
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

מקובל אלוקי האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 8:37 am
פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 8:31 am
sheetrock האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 9:49 pm
זעה איך יעצט אז ס'איז שוין א איר אלטע פראבלעם פון עטליכע 100 יאר צוריק. נאדיר א שטיקל פונעם חיי אדם אין כלל קל סי ז
זעהר אינטערסאנט, אבער כ'האף די פארשטייסט אז די מתביישת און די שחוק איז אלעס צוליב די זעלבע סיבה, ער רעדט נישט פון לאכן סתם אזוי.

נאכמער ער זאגט טאקע דעריבער זאל נאר די ראש המשפחה מגביה זיין די קערה לאפוקי ווי טייל אחרונים דא אינעם אשכול וואס האלטן אז מ'זאל לאכן ווי מער, אויף די כוסות זאָל מען נישט מוסיף זיין אבער אויף די לאכן יא.

און איך וועל דאס נוצן אלץ א ראיה צו וואס כ'האב געשריבן אויבן, אויב דאס מאכן קידוש בענעזאם אדער סיי וואס איז גורם לאכן, זאל מען זיך דורכרעדן מיט מורה הוראה און אים אנווייזן דעם חיי אדם ווי מ'האט משנה געווען א מנהג אינעם סדר אלץ כדי צו פארמיידן דאס לאכן.
לענ"ד האט ער א חשש שחוק סתם אזוי,
ולא מפני שאינו יכולה עכשיו,
און עשירות דעתי זאגט אנדערש.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 8:31 am
sheetrock האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 9:49 pm
זעה איך יעצט אז ס'איז שוין א איר אלטע פראבלעם פון עטליכע 100 יאר צוריק. נאדיר א שטיקל פונעם חיי אדם אין כלל קל סי ז
זעהר אינטערסאנט, אבער כ'האף די פארשטייסט אז די מתביישת און די שחוק איז אלעס צוליב די זעלבע סיבה, ער רעדט נישט פון לאכן סתם אזוי.

נאכמער ער זאגט טאקע דעריבער זאל נאר די ראש המשפחה מגביה זיין די קערה לאפוקי ווי טייל אחרונים דא אינעם אשכול וואס האלטן אז מ'זאל לאכן ווי מער, אויף די כוסות זאָל מען נישט מוסיף זיין אבער אויף די לאכן יא.

און איך וועל דאס נוצן אלץ א ראיה צו וואס כ'האב געשריבן אויבן, אויב דאס מאכן קידוש בענעזאם אדער סיי וואס איז גורם לאכן, זאל מען זיך דורכרעדן מיט מורה הוראה און אים אנווייזן דעם חיי אדם ווי מ'האט משנה געווען א מנהג אינעם סדר אלץ כדי צו פארמיידן דאס לאכן.
כ'האב נישט געליינט אלע בלעטער ביז אהער, קענסט מיר אהער ברענגן דיין תגובה?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אלי שטיינפעלד
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2022 2:56 pm

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי שטיינפעלד »

גאליציאנע פרעזידענט האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 9:17 pm
כי בשמחה תצאו
ווייסעך נישט צו דו אליין פארשטייסט דעם עמקות פון דיין ווארט, אבער כ'וועל אביסל מאריך זיין. און דערמיט וועל איך אויך מגיב זיין צו דער וואס האט געפרעגט צו ס'איז דא א טעם ע"פ סוד.
אין גמ' שטייט חייב אדם לראות את עצמו כאלו הוא יצא ממצרים.
אין ספה"ק איז מבואר אז די ווארט מצרים איז א מלשון "מצר"- באדרענגענישן.
אין ספרי חסידות איז מבואר א פירוש אויף די פסוק "כי בשמחה תצאו" אז כדי ארויס צו גיין פון א צער דארף מען זיין בשמחה, כי בשמחה- מיט שמחה, תצאו- גייט מען ארויס פון צרות און מצרים (מיט א קמץ).
נו איז נישט דאן מער ווי פאסיג אז טאקע ביים ליל הסדר ווען מען וויל ארויסגיין פון אונזערע מצרים און צרות צו געבן א שמייכעלע?
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

מקובל אלוקי האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 8:39 am
בניהו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 10:08 pm
איך בין חושש אז עס האט א סיבה על פי סוד.
נע, פארוואס עפעס?
ע"פ סוד מרחק זיין די נשים?
וואס?
אני הוא הנער, נער המדבר
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5610
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

sheetrock האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 9:22 am
פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 8:31 am
sheetrock האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 9:49 pm
זעה איך יעצט אז ס'איז שוין א איר אלטע פראבלעם פון עטליכע 100 יאר צוריק. נאדיר א שטיקל פונעם חיי אדם אין כלל קל סי ז
זעהר אינטערסאנט, אבער כ'האף די פארשטייסט אז די מתביישת און די שחוק איז אלעס צוליב די זעלבע סיבה, ער רעדט נישט פון לאכן סתם אזוי.

נאכמער ער זאגט טאקע דעריבער זאל נאר די ראש המשפחה מגביה זיין די קערה לאפוקי ווי טייל אחרונים דא אינעם אשכול וואס האלטן אז מ'זאל לאכן ווי מער, אויף די כוסות זאָל מען נישט מוסיף זיין אבער אויף די לאכן יא.

און איך וועל דאס נוצן אלץ א ראיה צו וואס כ'האב געשריבן אויבן, אויב דאס מאכן קידוש בענעזאם אדער סיי וואס איז גורם לאכן, זאל מען זיך דורכרעדן מיט מורה הוראה און אים אנווייזן דעם חיי אדם ווי מ'האט משנה געווען א מנהג אינעם סדר אלץ כדי צו פארמיידן דאס לאכן.
כ'האב נישט געליינט אלע בלעטער ביז אהער, קענסט מיר אהער ברענגן דיין תגובה?
נאדיר
viewtopic.php?p=4209409#p4209409
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”