קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

איפכא מיסתבר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:51 am
נקדימון האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:45 am
לעפערד-2 טאנקען

עס זעט אויס אז די ערשטע לעפערד-2 טאנק איז חרוב געגאנגען נעכטן אין די זאפאריזשע פראנט.

עס זעט נישט אויס ווי א געלע חדר באס אדער א טראקטאר :wink:

https://www.dropbox.com/s/wa1afloea74nu ... 4.mp4?dl=0
עמערצישע קאשע, ווי זעט מען אז דאס איז א לעמפערט טאנק?
מ'זעהט לעפארדס דארט. די טאנק וואס איז געווארען געהיט קען מען נישט זעהן צו ס'איז א לעפארד.
ס'איז אבער לכאורה נישט קיין T טאנק ווייל די טארעט פליעט נישט ארויף אין ספעיס.
אוועטאר
סבר פנים יפות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 27, 2021 5:11 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבר פנים יפות »

הבוחר בטוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:11 am
למעשה שטעלט זיך ארויס אז די אוקריינער עקשנות אין באכמוט איז געווען די ריכטיגע שריט.

ווען די אוקריינער צוען זיך צוריק וואלטען די רוסען געקענט אנגרייטען דיפענס ליינס דארט און געהאט איין סעקטאר וויניגער זיך צו זארגען.

יעצט חוץ די צענדיגע טויזענטער וואס זיי האבען פארלוירען דארט, זענען זיי אין א דילעמע שיפטען כוחות פון זעפראזשיע קיין באכמוט, עקספויזד די זעפראזשיע פראנט.
שיפטען כוחות פון באכמוט קיין זעפראזשיע, חוץ די פאליטישע פארלוסט פון פארלירען עפעס וואס זיי האבען זיך געשלאגען פאר א יאר, און די איינצוגסטע סוקסעס (אויך מיר א סוקסעס) פון זייער ווינטער אפענסיוו. אויב די אוקריינער ברעכען דארט דורךצאיז די גאנצע רוסישע פראנט אין דאנעטצק און פאטענשעלי לוהאנסק אין געפאר פון צוזאמפאל.
דא קען זיין די סעלאשען, מען שיפט פון חערסאן און אנדערע נישט קריטישע פלעצער קיין באכמוט און זעפראזשיע
הבוחר בטוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:01 am
די רוסען גרייטען זיך פאר א זאפארטיגע רוקצוג פון חערסאן אבלעסט צו פארשטערקערען די דיפענס אין זעפראזשיע. ( אפשר צוליב דעם האט די דעם יעצט אויפגעריסען גם לי גם לך לא יהיה)
אוועטאר
פליישיג
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:00 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליישיג »

קוועלער נאנט צו מיליטערישע פירער אין אוקראינא געבן איבער אז די מיליטער האט שוין אינטערגענומען די לאנג-ערווארטעטע קאנטער-אפענסיווע
ה' בהעלתך פ״ג

זיי זאגן אז עס קומען פאר א כוואליע אטאקעס ביי די דרום-מזרח פראנט ליניעס, אבער די אוקראינער מיליטער פון איר זייט האט נישט געמאכט קיין שום עמטליכע מעלדונג. רוסישע באאמטע און איינפלוסרייכע רוסישע מיליטערישע שרייבער ווארענען שוין טעג אז מען זעט א פארשטארקערטע צאל אטאקעס, איבערהויפט אין די זעפארעיזשע ראיאן, וואו מען האט זיך אלץ גערישט אז די אוקראינער מיליטער וועט פראבירן צו ברעכן רוסלאנד'ס דעפענסיווע ליניעס.
0:41
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/85220
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

נקדימון האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:45 am
לעפערד-2 טאנקען

עס זעט אויס אז די ערשטע לעפערד-2 טאנק איז חרוב געגאנגען נעכטן אין די זאפאריזשע פראנט.

עס זעט נישט אויס ווי א געלע חדר באס אדער א טראקטאר :wink:

https://www.dropbox.com/s/wa1afloea74nu ... 4.mp4?dl=0
די איינציגסטע וועג אז דאס זאל קענען זיין א לעפארד איז נאר אויב די טארעט און גאן איז אויסגעדרייט צו די בעק.

אויב איזעס צו די פראנט איז דאס נישט קיין לעפארד, א דריטעל פון די טאנק האאל איז עקספויזד. שוין מיטען נעמען אין באטראכט אז ער איז געדרייט 45 דעגריס, איז נאך אלטס צו סאך עקספויזד. די טארעט פון א לעפארד איז גרויס און דעקט צו כמעט די גאנצע טאנק.
אוועטאר
פליישיג
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:00 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליישיג »

א טראפ טיפער
ג' בהעלתך פ״ג

א מאסיווע דאמבע אין אוקראינע וואס האט צוריקגעהאלטן קרוב צו פינף טריליאן גאלאן וואסער איז אויפגעריסן געווארן דורך רוסלאנד, אדער אפשר דורך אוקראינע, אדער אפשר איז עס פשוט איינגעפאלן... אפגעזען ווער ס'האט עס געטאן זענען די שאדנס געפערליכע און די קאנסעקווענצן געפערליכע. ווער שטייט אונטער דעם שענדליכן אקט און וואס זענען די מאטיוון?
16:57
https://www.yiddish24.com/analysis/146/85120
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

מהאט שוין גראדע גערעדט אפאר מאל אז די רוסען לערנען זיך אן די גאו. זיי אדאפטירען זיך שנעל צו א מצב , און דערשרעקען זיך נישט פון האלבע פארלוסטען, סמאכט זיי נאר מער דענזשריס ווען זיי ווערען געוואר זייערע לעכער, זיי דארף מען אינגאנצן געווינען,
מהאי טעמא גלייכען זיי א פראוזען קאנפליקט אדער א טשייניז-רוסיש שלום פלאן,

זייער גאול איז אפציברעכען מערב וועלט שטיצע, ערשט אמעריקע/ביידען/אבאמא, וואס זיי זענען די גרינגסטע טארגעט און די רוסישע אויגען,
און נאכדעם וואס אמעריקע ווייסט ארויס צייכענעס פון שוואכקייט קומט נאך זייער שנעל פראנקרייך און אנדערע
די נאווע קאקאווקע דאמבע איז די טיפיקעל ארגאנזירטע כאאס וואס די רוסען ברויכען פאר דעם צוועק,
דעס מיט אפאר פארברענטע לעפערדס און א פרישע לצנות און פראפאגאנדע אפענסיווע וועט זיי טראגען צי א פראזען קאנפליקט (ליין טשייניזע שלום פלאן)
און יא אויך א פרישע דיסאינפא קאמפיין

די ענגלישע זיכערהייט פירער האבען שוין גערעדט דערפון פאראיאר ביי א סעקיורעטי קאנפרענץ, זיי האבען גערופען די יעצטיגע מערכה מיט פוטין , "טאטעל מאבעליזאציע"
איינמאל א דיקטאטור נעמט אראפ זיין מאסקע איז נישט דא קיין וועג צוריק, נישט פאר אים און נישט פאר די וועלט,

די וועלט שטייט פאר א טעסט!
נישט אוקריינע, זיי טון וואס יעדע לאנד וואס ווערט אטאקירט ברויך טון, זיי פייטען מיט ציין און נעגעל,

אונז שטיי מיר פאר א טעסט, ביידען שטייט פאר א טעסט

סי ען ען שטייט נישט פאר א טעסט ווייל זיי ווערען באצאלט פון איינעם פונקט ווי אר טי ווערט באצאלט פון איינעם

אוקריינע בעט זיך פאר וואפען פונקט ווי מאסאריק פון טשעכיי האט זיך געבעטען פאר הילף

סי ען ען זאגט פאר א געוועזענע פארטיידינגס מיניסטער; וועלכע האט קריטיקירט די אדמיניסטראציע צעגערען טריט און שריט צי שיקען וואס אוקריינע "דארף" האבען צי געווינען מיט די ווייניגסטע "מענטשליכע" פארלוסטען.
אז אוקריינע זאל פייטען מיט וואס זיי האבען ווייל אזוי טוען ריכטיגע העלדען, שעם אן דעם סי ען ען ווייסט נישט די פאקטען וואס יעדע חדר אינגעל ווייסט?

די קארפארעיט מידיא שטייט פאר א טעסט, גייט עטס העלפען דעמאקראטיע אויף יעדע וועג, אדער גייט עטס דינען פאליטישע אגענדעס??
יעדער זאל מאכען די תירוץ פאר זיך

די ענגלישע הויכע קאמענדאנט האט געזאגט אז די וועג פון פוטין ענדיגט זיך נאר מיט א טאטעל זיג איבער פוטין אדער וועט עס גיין קיין ליטע עסטאניע ואין לדבר סוף, מהאט עס געוויסט פאראיאר און סהאט זיך נישט געטוישט

ווייל לאמיר זיך נישט פאפען טשיינע און איראן זענען העווי אינוואלד אויף יעדע וועג אז רוסלאנד זאל געווינען,
אויב וואלטען די רוסען יעצט געכאפט מכות אויף א שלאבערישע וועג אויף א וועג פון אטרישען, וואלט לכאורה טשיינע ארויסגעקומען מיט זייער אמת'ע פנים און מוואלט פעסט געזען א אפענע כינעזע אנוועזענהייט און אוקריינע מוואלט געזען כינעזע ריינע פרישע געביגעלטע קליידונג און לאנגע רייעס מיט כינעזע גלאנציגע טרעקלעך, פונקט ווי מהאט עס געזען און האנג קאנג,
און האנג קאנג האט טשיינע אלעס געטון אז זיי זאלען בלייבען מיט קלינע הענט אפי' א זאך וואס לויט זייער פארדרייטע שיטה באלאנגט פאר זיי, האבען זיי גענוצט די מיליטער און מונדירען פון לאקאלע פאליציי אונטערצידריקען די פאלק וועלכע האט געלעבט פריי און האנג קאנג פאר 100 יאר זיי האבען גענוצט די לאקאלע פראסיקוטער אפיס,
אבער ווען זיי האבען געזען כי כלתה זענען זיי ארויסגעקומען מיט זייערע גלאנציגע ברוטאלע טרעקלעך און געפאכט מיט א טיאנעמען סקווער,

די זעלבע איז מיט פוטין, וועלכע האט גענוצט די פאליטיק פון אנדערע לענדער אונטערצידריקען ציביסלעך די וועלט אבער ווען אוקריינע האט זיך נישט געלאזט האבען זיי פארלוירען די פייט (צי בלייבען מיט א סוט א מחותן מיט די וועלט) און ארויסגעקומען מיט זייערע אמת'ע מיסעלס

מיסעלס איבער אוקריינע בכלל און מיסעלס איבער מאריאפעל שפיטעלער און מארד איינהייטען און בוטשע,

ניין נישט כאמאס און כיזאבאלא וואס זענען זייערע שלוחים צי נארמאלזירען טעראר השחתה און בלוט פארגיסינגען,
נאר רוסלאנד גופא

ווער סמיינט אז טשיינע איז נישט א פארטיי און איינס מיט רוסלאנדס רציחה איז געברעינוואשט מיט כינעזע קאוויד אדער קען נישט יענער די פאקטען פון טשיינע רוסלאנד פון די לעצטע 80 יאר
----

די אוקריינע סאלדאטען שטייען דא פאר א שווערע טעקסט צי באשוצען זייערע היימלאנד זייערע קינדער פון א ברוטאלע חיה א חיה וועלכע האט קנאפע 30 יאר צירוק קאנטראלירט די טשערנאבעל "נוקלאר" פלענט!
און די חיות האבען זיך אפי קיינמאל נישט אנטשולדיגט פאר די טראגעדיע, איינע פון די גרעסטע טראגעדיעס איבער די וועלט זינט די צווייטע וועלט קריג,
אבער די עיקר איז אוקריינע שטייט יעצט צי באשוצען די וועלט פון כוחות הטיראניע ורציחה
ווי אייזענהאוער האט געזאגט פאר זיינע טרופען ביי די "די דעי" פאר זיי זענען אריין אפהאקען די נאצישע שלאנג,

"די וועלטס ציקונפט פון שלום און פרידען שטייט אויף ענקער פלייצע, די וועלט שטייט פאר גורלדיגע טעג, די וועלט קוקט ארויס אויף א נייע שיינענעדע פרימארגען
זאל גאט זיין מיט ענק
די וועלט איז פאראייניגט מתפלל צי זיין פאר ענקער הצלחה קעגען טיראניע"

גייטס אוקריינע גייטס!!

די וועלט איז מתפלל פאר ענקער הצלחה
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

יישר כח פאלעסיידס
אבער נאך א זאך דארף מען נעמען אין חשבון אז רוסלאנד האט געארבעט א יאר איינצונעמען באקמוט מיט הונדרעט טויזענט קעזולטיס איז אויב אוקריינע נעמט עס צירוק אין א חודש צויי הייסט עס א מוראדיגע סוקסעס ממילא רבותי האטס אביסעל געדולד בשם ד' נעשה ונצליח דער רשע פוטין מיינט דאך גאנץ יוראפ דער רוצח איז נישט בעסער ווי היטלער ווען נישט זעלענסקי איז שוין פוילען אין פינלאנד אונטער זיינע לאפעס מען דארף מתפלל זיין ולד' הישועה
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

ס'איז שוין פארנאכטס אין אוקריינא און מ'הערט נישט קיין גרויסע דורכברוכן.

ווען ס'וואלט ווען געווען ערגעץ אויפן פראנט א שטארקע דורכברוך וואלטן די רוסישע אקאונטס געווען היציג און צומישט, אזויווי ביי באלעקליע.

(די תירוץ פאג אוו וואר נעם איך נישט אזוי שטארק אן.... ווען ס'איז דא א 'עכטע' דורכברוך ווערט עס גאנץ שנעל פאבליק)

אדערווייל קוקט אויס ווי די רוסן האלטן שטארק אן די ליניעס און די אוקריינאר האבן שטארקע פארלוסטן (נישט אז ס'איז מאסיוו מאסיוו אבער מ'רעדט פון פארשעמענדע פארלוסטן) און די אוקריינאר באגעגננען זיך מיט עקשנות'דיגע עירבארן יוניטס און גאנץ גוט טרענירטע זעלנער.

נישט פארגעסן אז יענע פראנט איז געווען באקאנט אלץ א שטארק סעקיורד פראנט מצד די רוסן, זיי זענען געווען גוט צוגעגרייט, איך האמיר גלייך געווינדערט פארוואס די אוקריינאר שטורעמען דארט.

ווי מ'האלט יעצט שטייען די אוקריינאר אויפן זעלבן לעוועל ווי די רוסן ביים וואלאדער דורכפאל, און נאך מיט א שטאפל אהעד מיט גוט טרענירטע זעלנער און מערב וועלט עקוויפמענט.

לעטס פרעי פאר דע גלארי אף אוקריינא.
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

@פאלעסיידס שטארקע ווערטער!
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

עפעס הער איך אז איך אז זעלינסקי האט געזאגט אז ביי די נאטא סאמיט וועט ער דיסקוסירן מיטן קאנאדישן טרודא איבער זייער נייע וואפן...
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.
כאפט דעם פערי פון גערי ביז בערי...
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

Jhon האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:03 pm
הבוחר בטוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:47 am
רוסשיע מקורות.

די אוקריינער אטאקירען אין די Malaya Tokmak עריע.

דאס איז נעבען די P37 ראוד 5 קילומטר פון Tokmak 12קילאמעטער דרום פון די פראנטליין
נישט דא אזא שטאט, די מיינסט לכאורה Mala Tokmachka
לויט די דיפ סטעיט איז עס נאכנישט געווען איינגענימען ביי די רוסן... סוי עפעס שטימט נישט
ריכטיג
אמאל געווען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 11, 2019 2:47 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמאל געווען »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:38 am
הבוחר בטוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:11 am
למעשה שטעלט זיך ארויס אז די אוקריינער עקשנות אין באכמוט איז געווען די ריכטיגע שריט.

ווען די אוקריינער צוען זיך צוריק וואלטען די רוסען געקענט אנגרייטען דיפענס ליינס דארט און געהאט איין סעקטאר וויניגער זיך צו זארגען.

יעצט חוץ די צענדיגע טויזענטער וואס זיי האבען פארלוירען דארט, זענען זיי אין א דילעמע שיפטען כוחות פון זעפראזשיע קיין באכמוט, עקספויזד די זעפראזשיע פראנט.
שיפטען כוחות פון באכמוט קיין זעפראזשיע, חוץ די פאליטישע פארלוסט פון פארלירען עפעס וואס זיי האבען זיך געשלאגען פאר א יאר, און די איינצוגסטע סוקסעס (אויך מיר א סוקסעס) פון זייער ווינטער אפענסיוו. אויב די אוקריינער ברעכען דארט דורךצאיז די גאנצע רוסישע פראנט אין דאנעטצק און פאטענשעלי לוהאנסק אין געפאר פון צוזאמפאל.
איך האב נאכאלץ א געפיל אז די מעידזשאר סורפרייז אפענסיוו גייט זיין ביי באקמוט.
נישט מסתבר אז זיי האבן אנגעהויבן די לאנג ערווארטעטע אפענסיווע מיט אזא קליינע קראפט ביי די מערסטע באפעסטיגסטע פלאץ.

ווי זענען די דראונס?

איך פיל אז ס'איז אזא כארקאוו און כארסען שפיל
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

@העלאו
דעס זאג איך, די רוסען זיצען און קארופציע און שלאבערישקייט און נאכדערצו ווען קיינער וויל נישט זאגען א שלעכט ווארט צום פהורער,
אבער זיי לערנען זיך פון זייערע מיסטעיקס,

מהאט זיי גוט פערנערט אפאר מאל אבער יעדעס מאל ווערט עס שווערער פון די אוקריינער,
מפארלירט די עדווענטיזש, בפרט ווען די אלע געוועזענע גענעראלען פון די מערב וועלט האבען אויפגעטרעטען נאכט נאך נאכט מסביר זיין זייערע לעכער און טשיינע און רוסלאנד זענען דעס געזיצען און אויסגעהערט
גיב א קוק וויאזוי רוסלאנד האט אריינגעוואקט די ערשטע פאר טעג!
זיי האבען געטון יעדע זאך פארקערט ווי די מיליטערישע כללים אריינגעוואקט צוזאם געשטיפט אויסגעשורט ווי צום שחיטה וכו'
ביי א מיליטער איז נישט שייך צו טוישען קיין לאנג געפלאנטע אפאראציע פון איין טאג צום צווייטען אויב די פלענער געבויעט אויף א טעות, א מיליטער איז א גרויסע מאשין מיט א סאך דיטעלס,
פארדעם האבען די רוסען געוואלט ארויפצווינגען א שלום פלאן וואס זאל אפשטעלען די אוקריינע אקציעס אין ראונד 1 ווען די אוקריינע האבען זיי גוט איינגעזאלצען מיט מאסען ראנג אינפא,

אבער ביז אפאר וואכען האבען זיי געטוישט די סטראטעגיע אנשטאט גענצליך אויפגעבען,
און ביי ראונד 2 האבען זיי נאך אלטס געמאכט גראבע סאוויעטישע טיפשות אבער סאיז שוין געווען פיל קלענער,
ביי באקמוט האבען זיי שוין אפערירט גאר אנדערש, און דעס וואס זיי האבען פארלוירן אזויפיל איז געקומען ווייל זיי האבען נישט געקענט בעסער דעמאלטס ווייל זייער מיליטער איז געווען יארען קארופטירט און די איינציגסטע אנדערע ברירה איז געווען "אויפגעבען" די קריג און ארויספוצען פון יענעמס לאנד און זיי האבען עס נישט געטון,
(ממעג זיך לערנען פון די מידה ווי סשטייט מאויבי תחכמינו מגעט נישט קיינמאל אויף קיין קריג)

זיי האפען אז די מערב שטיצע וועט ציפאלען און נאר זיי וועלען געניסען פון שטיצע פון זייערע מערדער שותפים ווי קארעא איראן און א פאוערפול ברוטאלע טשיינע בראש,

ווי זענען די בייראקטערס? די רוסען זענען נישט אזאלכע לאציס, אויב יא קומט עס פון אקטיווע סאבטאזש און דיסאינפא פון אוקריינע אינטעלעזשענס צווישען די רוסישע רייען, נישט אלעס געשעט אליין
---

פון די אנדערע זייט אויב וועט די וועלט שטיין ציזאמען עד הסוף און אוקריינע וועט פייטען עד הסוף איז בדרך הטבע נישטא קיין מציאות אז פוטין זאל געווינען, קארופציע קען נישט געווינען ווען מפייט עס אמתדיג

איך האב שוין געשריבען פאר די קריג דא אז קיינער קען נישט פייטען די גאנצע וועלט אפי פוטין
זיין כח איז איינצישלעפען די וועלט אבער טאמער די וועלט איז אנטשלאסען קען ער ציברעכען דאמבעס שיסען מיסילס סוועט אים נישט העלפען,
און זיכער קען ער נישט געווינען מיליטעריש די גאנצע וועלט,
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:55 pm
ס'איז שוין פארנאכטס אין אוקריינא און מ'הערט נישט קיין גרויסע דורכברוכן.

ווען ס'וואלט ווען געווען ערגעץ אויפן פראנט א שטארקע דורכברוך וואלטן די רוסישע אקאונטס געווען היציג און צומישט, אזויווי ביי באלעקליע.

(די תירוץ פאג אוו וואר נעם איך נישט אזוי שטארק אן.... ווען ס'איז דא א 'עכטע' דורכברוך ווערט עס גאנץ שנעל פאבליק)

אדערווייל קוקט אויס ווי די רוסן האלטן שטארק אן די ליניעס און די אוקריינאר האבן שטארקע פארלוסטן (נישט אז ס'איז מאסיוו מאסיוו אבער מ'רעדט פון פארשעמענדע פארלוסטן) און די אוקריינאר באגעגננען זיך מיט עקשנות'דיגע עירבארן יוניטס און גאנץ גוט טרענירטע זעלנער.

נישט פארגעסן אז יענע פראנט איז געווען באקאנט אלץ א שטארק סעקיורד פראנט מצד די רוסן, זיי זענען געווען גוט צוגעגרייט, איך האמיר גלייך געווינדערט פארוואס די אוקריינאר שטורעמען דארט.

ווי מ'האלט יעצט שטייען די אוקריינאר אויפן זעלבן לעוועל ווי די רוסן ביים וואלאדער דורכפאל, און נאך מיט א שטאפל אהעד מיט גוט טרענירטע זעלנער און מערב וועלט עקוויפמענט.

לעטס פרעי פאר דע גלארי אף אוקריינא.
סאו ס'קען נאר זיין אדער אהין אדער אהער? אדער א מאסיווע סוקסעס ווי כארקוב, אדער איז עס שוין אין די ערשטע טאג א וואלאדער דורכפאל און נאך מיט א שטאפל אריבער? סארי, אבער וויפיל near peer מלחמות האסטו שוין מיטגעהאלטן אדער שטודירט? אין וועלכע עולם הדמיון ארבעט עס אזוי?
הושענא, חנה דוד, הושענא!
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

איך וויל צילייגען עפעס ,

אויב אוקריינע וועט אפהאלטען מאסיווע זיגען א שטייגער ווי חערסאן ליימאן כארקאוו,
און סוועט גיין גאנץ שנעל,
(אפי מיט פארלוסטען)
דאן וועט טשיינע שטיין ווייט אין זיך באהאלטען און מייזען לאך ווייל סאיז נישט זייער טאג
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

קִרְיַת חָנָה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:25 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:55 pm
ס'איז שוין פארנאכטס אין אוקריינא און מ'הערט נישט קיין גרויסע דורכברוכן.

ווען ס'וואלט ווען געווען ערגעץ אויפן פראנט א שטארקע דורכברוך וואלטן די רוסישע אקאונטס געווען היציג און צומישט, אזויווי ביי באלעקליע.

(די תירוץ פאג אוו וואר נעם איך נישט אזוי שטארק אן.... ווען ס'איז דא א 'עכטע' דורכברוך ווערט עס גאנץ שנעל פאבליק)

אדערווייל קוקט אויס ווי די רוסן האלטן שטארק אן די ליניעס און די אוקריינאר האבן שטארקע פארלוסטן (נישט אז ס'איז מאסיוו מאסיוו אבער מ'רעדט פון פארשעמענדע פארלוסטן) און די אוקריינאר באגעגננען זיך מיט עקשנות'דיגע עירבארן יוניטס און גאנץ גוט טרענירטע זעלנער.

נישט פארגעסן אז יענע פראנט איז געווען באקאנט אלץ א שטארק סעקיורד פראנט מצד די רוסן, זיי זענען געווען גוט צוגעגרייט, איך האמיר גלייך געווינדערט פארוואס די אוקריינאר שטורעמען דארט.

ווי מ'האלט יעצט שטייען די אוקריינאר אויפן זעלבן לעוועל ווי די רוסן ביים וואלאדער דורכפאל, און נאך מיט א שטאפל אהעד מיט גוט טרענירטע זעלנער און מערב וועלט עקוויפמענט.

לעטס פרעי פאר דע גלארי אף אוקריינא.
סאו ס'קען נאר זיין אדער אהין אדער אהער? אדער א מאסיווע סוקסעס ווי כארקוב, אדער איז עס שוין אין די ערשטע טאג א וואלאדער דורכפאל און נאך מיט א שטאפל אריבער? סארי, אבער וויפיל near peer מלחמות האסטו שוין מיטגעהאלטן אדער שטודירט? אין וועלכע עולם הדמיון ארבעט עס אזוי?
כ'האב בכלל נישט אוועקגעמאכט די אוקריינאר ארמיי.
בכלל נישט געסטעמפעלט די אווער אלל קאנטער אפענסיוו.
בכלל נישט גערעדט פון די פיוטשער, קיינער ווייסט נישט וואס גייט פאסירן.

איך האב געשריבן ווי מ'האלט יעצט האלב ניין אויפדערנאכט נאך 24 שעה מערב וועלט פייטינג נאך דריי טאג פראובינג אטאקעס קוקט עס אויס ווי א וואלאדער מערכה.

בד''וו דאס אליינס האט זיך געלוינט דיר ארויסצושלעפן פון באהאלטעניש... יעצט אהער מיט אן אנאליז.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

nodeJS האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:22 pm
@נקדימון אויב שוין פוקנטליכקייט אין נעמען, אויף אוקרייניש אידאס קריווי ריה, קריוואי רוג איז די רוסישע ווערסיע
איך בין נישט קיין ליגנוויסט. אין אלע אידישע צייטונגען פלעגט מען שרייבן קריוואי-ראג אלץ צוויי ווערטער אדער קריוואראג. קריווי ריה איז מעגליך אויסגעהאלטן גראמאטיש עס איז אבער זעלטן אזוי געשריבן געווארן אין אידיש. מער אין עברית.

במילא גלייך איך צו ניצן וויאזוי מען שרייבט אין אידיש.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:31 pm
קִרְיַת חָנָה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:25 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:55 pm
ס'איז שוין פארנאכטס אין אוקריינא און מ'הערט נישט קיין גרויסע דורכברוכן.

ווען ס'וואלט ווען געווען ערגעץ אויפן פראנט א שטארקע דורכברוך וואלטן די רוסישע אקאונטס געווען היציג און צומישט, אזויווי ביי באלעקליע.

(די תירוץ פאג אוו וואר נעם איך נישט אזוי שטארק אן.... ווען ס'איז דא א 'עכטע' דורכברוך ווערט עס גאנץ שנעל פאבליק)

אדערווייל קוקט אויס ווי די רוסן האלטן שטארק אן די ליניעס און די אוקריינאר האבן שטארקע פארלוסטן (נישט אז ס'איז מאסיוו מאסיוו אבער מ'רעדט פון פארשעמענדע פארלוסטן) און די אוקריינאר באגעגננען זיך מיט עקשנות'דיגע עירבארן יוניטס און גאנץ גוט טרענירטע זעלנער.

נישט פארגעסן אז יענע פראנט איז געווען באקאנט אלץ א שטארק סעקיורד פראנט מצד די רוסן, זיי זענען געווען גוט צוגעגרייט, איך האמיר גלייך געווינדערט פארוואס די אוקריינאר שטורעמען דארט.

ווי מ'האלט יעצט שטייען די אוקריינאר אויפן זעלבן לעוועל ווי די רוסן ביים וואלאדער דורכפאל, און נאך מיט א שטאפל אהעד מיט גוט טרענירטע זעלנער און מערב וועלט עקוויפמענט.

לעטס פרעי פאר דע גלארי אף אוקריינא.
סאו ס'קען נאר זיין אדער אהין אדער אהער? אדער א מאסיווע סוקסעס ווי כארקוב, אדער איז עס שוין אין די ערשטע טאג א וואלאדער דורכפאל און נאך מיט א שטאפל אריבער? סארי, אבער וויפיל near peer מלחמות האסטו שוין מיטגעהאלטן אדער שטודירט? אין וועלכע עולם הדמיון ארבעט עס אזוי?
כ'האב בכלל נישט אוועקגעמאכט די אוקריינאר ארמיי.
בכלל נישט געסטעמפעלט די אווער אלל קאנטער אפענסיוו.
בכלל נישט גערעדט פון די פיוטשער, קיינער ווייסט נישט וואס גייט פאסירן.

איך האב געשריבן ווי מ'האלט יעצט האלב ניין אויפדערנאכט נאך 24 שעה מערב וועלט פייטינג נאך דריי טאג פראובינג אטאקעס קוקט עס אויס ווי א וואלאדער מערכה.

בד''וו דאס אליינס האט זיך געלוינט דיר ארויסצושלעפן פון באהאלטעניש... יעצט אהער מיט אן אנאליז.
קרית חנה
ביטע הער דיך צו צי זיין בקשה, און געב אפאר מינוט פאר אונז,
שרייב עפעס
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די ה/ג טינג איז פיל מער קאמפליצירט ווי די כ/ק טינג, און דארט מעג יעדער שרייבן, ווי אזוי ער וויל.

וכן בנוגע ווי אזוי מען זאגט א מלאפום אין יענע שפראכן.


ישר כח @פאלעסיידס מיט די אנדערע פאר די ווארימע ווערטער.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

שכח @פאלעסיידס דאס מיינט א סוקסעספולע קאנטער אפענסיוו!

מיט דיינע ידיעות און כעס אויף די סאוויאט רעזשים קוקט אויס ווי די האסט ליידער געלעבט יארן אונטער דעם אייזענעם פורהאנג...
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

20230608_133758.jpg
20230608_133758.jpg (118.82 KiB) געזען 697 מאל
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

די רוסן האבן גענומען דער אוקריינער מיטל פון פראפאגאנדע, מען זעט נישט די וועלט זיך צוריקשלאגן, וואו זענען די גרויסע מערב וועלט מידיע אגענטורן וואס זאלן מעלדן גרויסע רוסישע פארלוסטן, וואו זענען די חברה מיט די פאלשע בילדער, דאס איז קריטיש וויכטיג.

רוסלאנד לייגט ארויס פעסטע בילדער און שוין...
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
סבר פנים יפות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 27, 2021 5:11 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבר פנים יפות »

נקדימון האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:45 pm
20230608_133758.jpg
ווער איז דאס
אוועטאר
wbbp
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 21, 2023 5:04 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wbbp »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 2:10 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 10:31 am
צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 7:55 am
באריכטן אז די אוקריינאר האלטן יעצט פארן שטאט Robotyne מסתמא די צווייטע דעפענס ליניע. ס'איז העכער פינף קילאמעטער פון די פריערדיגע פראנט ליניעס.
ווייטערדיגע באריכטן פון אוקריינא סוקסעסן ארום דעם שטאט.

מעגליך אן ענסירקעלמענט.
און צום דריטן מאל!

רוסישע קוועלער באריכטן פרישע אטאקעס פון די אוקריינאר וואס שטורעמען דעם פראנט.


(מ'מעג זיך לערנען פון די אוקריינאר נישט אויפצוגעבן..)
אויך פון די רוסן זיי זענען גאנץ עקשנות'דיג, אפילו עס איז נישט זייער לאנד
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

איך ווייס נישט אויב די אוקריינאר האבן זיך געגרייט דערפאר און קען זיין ס'איז בכלל נישט קיין סורפרייז פאר זיי.

אבער אויב וועט מען געוואיר ווערן אז די אוקריינאר האבן זיך נישט גערישט פאר אזאנס , וואלט איך געזאגט אז די מיינס זענען שולדיג אינעם רוסישע אוטפערפארמענטס און די אוקריינאר האבן געמיינט אז זייערע מיין סוויפערס וועט זיי געבן א גלייכע וועג אריין.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”