חסד השם האט געשריבן:ציגאנער האט געשריבן:די ניגון וואס מ'זינגט אין סאטמאר ביי 'היה עם פיפיות'. עמוק עמוק!
יאפ דעיס איז ביי מיר זיכער די נומער איינס, א ווארימע ניגון איינס און די וועלט, מאכט א געוואלדיגע ארבעט און די הייליגע טעג מיט אסאך אידן!
אנכי הרואה האט געשריבן:כ'ציגאנער ועוד, די סיגוט'ע נענועים/היה עם פיפיות איז מיין סאמע שפיץ פעיוואריט.
און לאמיר פרובירן מסביר צו זיין די גאונות פון דעם ניגון (און אינאיינוועגס, איינמאל פאר אלעמאל געהעריג צונעמען די זאך...).
א יעדע ניגון איז א צאמשטעל פון צוויי פארקערטע זאכן: שכל און הארץ. כדי אז א ניגון זאל זיין שיין דארף עס סיי זיין גוט געבויט, עס דארף זיין אויסגעהאלטן און שטימען מיטן שכל, און סיי זיין געפיליש און הארציג.
בדרך כלל זענען די צוויי זאכן א סתירה איינס מיטן צווייטן, ווייל ווי מער קאפ עס ליגט אין א ניגון און ווי מער קאמפליצירט און טיף א ניגון איז, אלס ווייניגער הארציג איז עס און אלס ווייניגער קען מען רילעיטן צו דעם מיט פשוט'ע געפילן. (א לעבעדיגע ביישפיל איז יאסי גרין'ס ניגונים, וואס כאטש זיי זענען די סאמע טיפסטע היינטיגע קאמפעזאציעס וועט מען זיי כמעט קיינמאל נישט הערן נאכזינגען, ווייל ווען עפעס איז טיף און קאמפליצירט נעמט עס אוועק פון די פשוט'ע הארציגקייט, און ביי א קומזיץ וועט מען ענדערש זינגען פשוט'ע און פלאכע 'בהסתרה' ניגונים...).
און דאס איז די טשעלענדזש פון א קאמפאזער, ער דארף קענען פותח זיין על שתי הסעיפים און גיין צווישן די טראפן פון גאונות און פשטות. דאס איז גאר א שווערע ארבעט, און אין פאקט האבן דאס זייער ווייניג באוויזן.
ניינציג פראצענט פון אונזערע ניגונים (בפרט פון די לעצטע תקופה) זענען פלאכע געפילן אן קיין שום געבוי (Am און Dm אהין און צוריק...), און די אנדערע צען פראצענט זענען קאפ און מח אן קיין שום געפיל ('ארט'). ביידע אינאיינעם איז א יקר המציאות. שווער צו טרעפן בכלל, און אודאי אין היינטיגע מוזיק.
דער אויבנדערמאנטן 'היה עם פיפיות' איז א וואונדערליכער צאמשטעל. פון איין זייט איז דאס א פשוט'ער ניגון וואס יעדער קען גרינג נאכזינגען און איז געשמאק און פשוט צו הערן, און פון די אנדערע זייט ליגט דא באהאלטן גאונות עצומות!
1. דער ניגון נוצט גאר א גרויסע רעינדזש פון טענער, און שפרינג אהין און צוריק גאר ווילד (אנדערש פון רוב אנדערע ווארעמע ניגונים וואס האלטן זיך צו די זעלבע עטליכע טענער, ווייל אזוי איז עס פשוט'ער און אטאמאטיש מער הארציג).
2. דריי באזונדער מאל נוצט ער עקסידענטל נאוטס און פארט ארויס פונעם סקעיל פלאי פלאים (הערט דעם צווייטן חלק פונעם הויעכן פאל. ביים טויש פון פרעגיש צו פרידזשיען קען מען אראפפאלן פון בענקל...).
3. און אויסערדעם איז די ניגון געבויט מיט א מייסטערהאפטיגן סיסטעם, און די גאנצע ניגון לויפט אויפן זעלבן שטייגער. (עס איז שווער מסביר צו זיין אויף פאפיר. אין אנהייב גייט עס CBA, דערנאך EDC, און דערנאך GFE, DCB. ביים הויכן פאל FED, און דערנאך CBbA, און דערנאך פארקערט EFG... ודו"ק הרבה כי עמוק הוא...).
און אזא צאמשטעל איז ממש א זעלטנהייט!