בלאט 3 פון 124

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 15, 2022 9:40 pm
דורך את פתח לו
קנאפער ידען האט געשריבן:
שטויביג האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:דער איראנער סופרים פירער, חומעיני, האט ארויסגעשטעלט א צוזאמגעשטעלטע ווידעא וואס שטעלט פאר ווי זיי הרג'ענען דעם געוועזענער פרעזידענט טראמפ, אין מאר-א-לאגאו.

ווידעא

נאר א האלבע ווידעא. נישט אזוי?

דאס איז די גאנצע עקשען. ווייטער איז בלויז א מעסעדזש און א בילד פון סאלאמאני:
https://www.dropbox.com/s/ep32qxo4iye38 ... D.mp4?dl=0

דער בעסטער חלק איז אז דאס ליגט אויף טוויטער אן קיין שום פראבלעם...

טוויטער האט פראמנאט סוספענדירט די אקאנט

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 15, 2022 11:58 pm
דורך שנעלער
אידישליך האט געשריבן:טראמפ ביי זיין ראלי היינט אין אריזאנע, איבער די משכונות סיטואציע:

ווידעא

בכלל נישט גידעקט געווארן דא איבער זיין היינטיגע ראלי
קוקט אויס די מידיע האט אונטער גישטעלט די טעקסעס סיטואציע אז נזאל נישט רעדן פון איהם

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 12:06 am
דורך פאליטישע עקספערט
היכי תמצא האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:'יאַהו' באריכטעט אז די CIA טרענירט גרופעס פון אוקריינישע ספעציעלע קרעפטן, און גרייטן זיי אן מיט ספעציעלע טאקטיקן אין פאל פון א מלחמה מיט רוסלאנד.

לויט די באריכטן קומען שוין די טרענירונגען פאר זינט 2015 אין באהאלטענע ערטער אין אמעריקע, און די טרענירטע זענען ערווארטעט צו שפילן א גאר וויכטיגע ראלע אין פאל פון א מלחמה.

אויב שטעלט זיך עס ארויס צו זיין אקוראט, קען דאס זיין אן אויסרייד פאר רוסלאנד מער צו בונטעווען, ניין?

נעע, אמעריקא מעג טרענירן אוקריינער זעלנער - ספעציעל אויב ס'גייט דאך סייווי נישט גענוצט ווערן קעגן דער רוס זינט ער פלאנירט דאך קיינמאל נישט צו אינוואדירן -- פרעג פעסקאוו...

חוץ א מעשה וואס איך בין בכלל נישט אנציקט פון די מעכטיגע טרענירונגען... די בעי אוו פיגס זענען אויך געווען סי איי עי טרענירטע

________

עפעס האפענונג איז יא דא זינט על קאאידא איז דאך אויך געווען טרענירט דורך די סי איי עי...

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 12:07 am
דורך פאליטישע עקספערט
היכי תמצא האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:מעיאר עריק עדעמס זאגט אז די ניו יארקער פאליציי זענען געשטעלט געווארן ביי וויכטיגע אידישע פאזיציעס אין ליכט פון די משכונות סיטואציע.

IMG_20220115_210242_350.jpg

- - -
פרעמיער מיניסטער בענעט פון מדינת ישראל זאגט אז ער האלט מיט די סיטואציע.

IMG_20220115_210330_794.jpg

פונקטליך וואס גייט בענעט טון?... וואס האט דאס בכלל מיט אים? ער גייט זיך אריינמישן אין טעקסאס שטאטישע אגענטורן? הצלחה רבה...

ווער האט אים געבעהטן?! איז דא עפעס א פירער פון א איסלאמישע לאנד וואס האלט אויך אן אויג?!

וועלקאם צו אלע שריט וואס די איזראעליס נעמען און מיט דעם באקרוינען זיי זיך אלץ די "אידישע לאנד"...

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 12:11 am
דורך פאליטישע עקספערט
שנעלער האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:טראמפ ביי זיין ראלי היינט אין אריזאנע, איבער די משכונות סיטואציע:

ווידעא

בכלל נישט גידעקט געווארן דא איבער זיין היינטיגע ראלי
קוקט אויס די מידיע האט אונטער גישטעלט די טעקסעס סיטואציע אז נזאל נישט רעדן פון איהם

דארפסט זיך צולערנען די שפראך

טראמפ האט א געסקעדשולטע ראלי
"פונקט" באשליסט א טעראריסט צו שטורמען א טעמפל און נעמען משכונות, ער פארלאנגט די באפרייאונג פון זיין שוועסטער - עכט איז עס נישט זיין שוועסטער, און ער האט נאך געבעטן אזא מאדנע פארלאנג וואס לייגט זיך ניטאמאל אויפן שכל, "פונקט" זענען אלע משכונות ארויס אומגעשעדיגט, "פונקט" האט עס גענומען שעות לאנג, ס'איז נישט דא קיין שום באווייז אז ער איז פאקטיש געווען באוואפנט, די מידיע איז געווען פארנומען דאר מיט דעם,.

דאס איז "פרוף" און "באווייז" אז ס'איז געווען אונטערגעשטעלט, די עף בי איי האט אים געזאגט אז ס'איז פאר א מאווי, און דערפאר האבן זיי אים דערשאסן צום טויט כדי ער זאל נישט דערציילן די אמת, און ס'איז געווען אויספלאנירט צוזאמען מיט די מידיע כדי נישט צו רעדן פון טראמפ'ס ראלי...

__________

באלד גיי איך נאך דארפן שטיין און פארענטפערן די אלע טעאריעס וואס כ'האב אקארשט אויפגעמאכט...

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 12:13 am
דורך ר' דן
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:

עפעס זאגסטו....

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 12:14 am

אנטשולדיגט פאר די ווערטל, כהאב נישט געטראכט איינער וועט עס נעמען אזוי צום הארצן

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 12:16 am
דורך פאליטישע עקספערט
שנעלער האט געשריבן:אנטשולדיגט פאר די ווערטל, כהאב נישט געטראכט איינער וועט עס נעמען אזוי צום הארצן

אנטשולדיגט פארן נישט קלארשטעלן אז כ'האב אויפגענומען דיין ווערטל גוטמוטיג

כ'האב נישט געטראכט אז גייסט טראכטן אז כ'האב עס גענומען צום הארצן

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 6:45 am
דורך קלאר אזוי
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
שנעלער האט געשריבן:אנטשולדיגט פאר די ווערטל, כהאב נישט געטראכט איינער וועט עס נעמען אזוי צום הארצן

אנטשולדיגט פארן נישט קלארשטעלן אז כ'האב אויפגענומען דיין ווערטל גוטמוטיג

כ'האב נישט געטראכט אז גייסט טראכטן אז כ'האב עס גענומען צום הארצן

ס'ווערט שוין קאמפליצירט, אייוועלט איז נישט קיין פלאץ פאר ערנסטע ווערטלעך

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 11:31 am
דורך אביסעלע פאזעטיוו
טראמפס ראלי אין אריזאנע קוקט אויס גאנץ קליין קעגן זיינע געוועזענע ראליס
נישט אזוי ?

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 11:32 am
דורך את פתח לו
אביסעלע פאזעטיוו האט געשריבן:טראמפס ראלי אין אריזאנע קוקט אויס גאנץ קליין קעגן זיינע געוועזענע ראליס
נישט אזוי ?

בילד?

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 11:36 am
דורך אביסעלע פאזעטיוו
את פתח לו האט געשריבן:
אביסעלע פאזעטיוו האט געשריבן:טראמפס ראלי אין אריזאנע קוקט אויס גאנץ קליין קעגן זיינע געוועזענע ראליס
נישט אזוי ?

בילד?

ביי אידישליך נייעס אשכול

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 11:39 am
דורך את פתח לו
אביסעלע פאזעטיוו האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:
אביסעלע פאזעטיוו האט געשריבן:טראמפס ראלי אין אריזאנע קוקט אויס גאנץ קליין קעגן זיינע געוועזענע ראליס
נישט אזוי ?

בילד?

ביי אידישליך נייעס אשכול

יא, אבער פון יענע בילד קענסטו גארנישט זען.

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 11:41 am
דורך אושפיזין
אביסעלע פאזעטיוו האט געשריבן:טראמפס ראלי אין אריזאנע קוקט אויס גאנץ קליין קעגן זיינע געוועזענע ראליס
נישט אזוי ?

איך אויך אזוי געטראכט

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 2:42 pm
דורך הלבלר בקולמסו
יישר כח אידישליך.

מיר האבן זייער הנאה פון די קורצע אינטערעסאנטע אפדעיטס טעגליך.

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 2:53 pm
דורך ממה נפשך
יישר כח אידישלעך, נאר לעצטענס אנגעהויבן ליינען סחורה.

דאס פראפעסיאנאל באדעקן די פנים פונעם פרעס סעקרעטאר מאכט עס אויסקוקן ווי איר האט געשריבן די טוויט... viewtopic.php?p=3276908#p3276908

(צען יאר צוריק וואלט עס געווען א לעגאלער פראבלעם, היינט ווייניגער)

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 3:37 pm
דורך אידישליך
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:יישר כח אידישליך.

מיר האבן זייער הנאה פון די קורצע אינטערעסאנטע אפדעיטס טעגליך.

א הערצליכן דאנק אייך הרב הלבלר!

ממה נפשך האט געשריבן:יישר כח אידישלעך, נאר לעצטענס אנגעהויבן ליינען סחורה.

דאס פראפעסיאנאל באדעקן די פנים פונעם פרעס סעקרעטאר מאכט עס אויסקוקן ווי איר האט געשריבן די טוויט... viewtopic.php?p=3276908#p3276908

(צען יאר צוריק וואלט עס געווען א לעגאלער פראבלעם, היינט ווייניגער)
א דאנק אייך!

איך זעה נישט וואס פארא פראבלעמען עס קען מאכן, זינט איך טויש נישט איר נאמען און יוזערנעים, בלויז איך פארדעק איר פראפייל בילד...

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 4:48 pm
דורך היכי תמצא
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:'יאַהו' באריכטעט אז די CIA טרענירט גרופעס פון אוקריינישע ספעציעלע קרעפטן, און גרייטן זיי אן מיט ספעציעלע טאקטיקן אין פאל פון א מלחמה מיט רוסלאנד.

לויט די באריכטן קומען שוין די טרענירונגען פאר זינט 2015 אין באהאלטענע ערטער אין אמעריקע, און די טרענירטע זענען ערווארטעט צו שפילן א גאר וויכטיגע ראלע אין פאל פון א מלחמה.

אויב שטעלט זיך עס ארויס צו זיין אקוראט, קען דאס זיין אן אויסרייד פאר רוסלאנד מער צו בונטעווען, ניין?

נעע, אמעריקא מעג טרענירן אוקריינער זעלנער - ספעציעל אויב ס'גייט דאך סייווי נישט גענוצט ווערן קעגן דער רוס זינט ער פלאנירט דאך קיינמאל נישט צו אינוואדירן -- פרעג פעסקאוו...

חוץ א מעשה וואס איך בין בכלל נישט אנציקט פון די מעכטיגע טרענירונגען... די בעי אוו פיגס זענען אויך געווען סי איי עי טרענירטע

________

עפעס האפענונג איז יא דא זינט על קאאידא איז דאך אויך געווען טרענירט דורך די סי איי עי...

נו, דאן מעג רוסלאנד אויך טרענירן די אוקריינער. ווי אזוי טרענירט מען אהן אריינשיקן סאלדאטן?! קען מען דאך נישט האבן טענות ווען רוסלאנד טוט דאס..

וועגן די סי איי עי, דארף מען געדענקן אז דורכפעלער ווערן פארעפנטליכט און ערפאלג נישט.

אזוי גייט עס מיט שפיאנאזש.

יעדער ווייסט אז רוסלאנד האט די בעסטע שפיאנען, און ווי אזוי ווייסט מען דאס? ווייל מ'האט דאך אזויפיל געפאקט/אנטדעקט...

א גוטע שפיאן פאקט מען קיינמאל, און מ'אנטדעקט קיינמאל וואס עס האט פאסירט.

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 4:51 pm
דורך פאליטישע עקספערט
היכי תמצא האט געשריבן:[
נו, דאן מעג רוסלאנד אויך טרענירן די אוקריינער. ווי אזוי טרענירט מען אהן אריינשיקן סאלדאטן?! קען מען דאך נישט האבן טענות ווען רוסלאנד טוט דאס..

וועגן די סי איי עי, דארף מען געדענקן אז דורכפעלער ווערן פארעפנטליכט און ערפאלג נישט.

אזוי גייט עס מיט שפיאנאזש.

יעדער ווייסט אז רוסלאנד האט די בעסטע שפיאנען, און ווי אזוי ווייסט מען דאס? ווייל מ'האט דאך אזויפיל געפאקט/אנטדעקט...

א גוטע שפיאן פאקט מען קיינמאל, און מ'אנטדעקט קיינמאל וואס עס האט פאסירט.

די ערשטע שורה איז ווארשיינליך סארקאסטיש

מיט די איבריגע ביסטו גערעכט

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 4:54 pm
דורך היכי תמצא
ניין, איך מיין ערנסט. ווי אזוי קען מען האבן טענות אויף די אלע טרענירונג אגענטן וואס רוסלאנד האט אלס אריינגעשיקט, אויב אמעריקע טוט די זעלבע זאך.

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 4:57 pm
דורך פאליטישע עקספערט
היכי תמצא האט געשריבן:ניין, איך מיין ערנסט. ווי אזוי קען מען האבן טענות אויף די אלע טרענירונג אגענטן וואס רוסלאנד האט אלס אריינגעשיקט, אויב אמעריקע טוט די זעלבע זאך.

אוקריינע האט געלאדנט די אמעריקאנער, בשעת זיי האבן נישט געלאדנט די רוסן, נישט גענוג פשוט?

דו פארשטייסט אז אמעריקא מעג שיקן טרופן צו מושטירן די פראנצויזן אויפן פראנצויזישע איינלאדענונג, אבער רוסלאנד קען נישט לכבוד דעם אהין שיקן טרופן אנטייל צו נעמען...

שטימט?

___________-

(אויסער דעם וואס גראדע איז אין דעם פאל די מעשה געווען אז די אוקריינער זענען געקומען קיין אמעריקא)

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 5:04 pm
דורך היכי תמצא
אקעי, אז די אוקריינער זענען געקומען דא איז שוין טאקע אנדערש.

אבער די רעבעלן אין מזרח אוקריינא זענען אין זייער געגנט א מיאריטעט, אויב לאדענען זיי איין רוסלאנד, מעג רוסלאנד קומען.

אמעריקע שטיצט נישט רעבעלן איבעראל ארום די וועלט?!

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 5:07 pm
דורך פאליטישע עקספערט
היכי תמצא האט געשריבן:אקעי, אז די אוקריינער זענען געקומען דא איז שוין טאקע אנדערש.

אבער די רעבעלן אין מזרח אוקריינא זענען אין זייער געגנט א מיאריטעט, אויב לאדענען זיי איין רוסלאנד, מעג רוסלאנד קומען.

אמעריקע שטיצט נישט רעבעלן איבעראל ארום די וועלט?!

נישטא אזא זאך!!!

אמעריקא קען דען שיקן ארופן צו טרענירן נאוואלני שטיצער??

און אין שטעט וואס זיי זענען רוב??!!

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 5:39 pm
דורך היכי תמצא
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:אקעי, אז די אוקריינער זענען געקומען דא איז שוין טאקע אנדערש.

אבער די רעבעלן אין מזרח אוקריינא זענען אין זייער געגנט א מיאריטעט, אויב לאדענען זיי איין רוסלאנד, מעג רוסלאנד קומען.

אמעריקע שטיצט נישט רעבעלן איבעראל ארום די וועלט?!

נישטא אזא זאך!!!

אמעריקא קען דען שיקן ארופן צו טרענירן נאוואלני שטיצער??

און אין שטעט וואס זיי זענען רוב??!!

ניין ווייל דאס איז שוין כמעט א דירעקטע מלחמה מיט רוסלאנד.

איך זאג אבער אז אויב די רעבעלן בעהטן הילף פון רוסלאנד, וואסערע טענות קען מען האבן אויף זיי? אמעריקע שטיצט דען נישט רעבעלן סיי וואו עס שמעקט זיי?

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

געשריבן: זונטאג יאנואר 16, 2022 6:08 pm
דורך פאליטישע עקספערט
היכי תמצא האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:אקעי, אז די אוקריינער זענען געקומען דא איז שוין טאקע אנדערש.

אבער די רעבעלן אין מזרח אוקריינא זענען אין זייער געגנט א מיאריטעט, אויב לאדענען זיי איין רוסלאנד, מעג רוסלאנד קומען.

אמעריקע שטיצט נישט רעבעלן איבעראל ארום די וועלט?!

נישטא אזא זאך!!!

אמעריקא קען דען שיקן ארופן צו טרענירן נאוואלני שטיצער??

און אין שטעט וואס זיי זענען רוב??!!

ניין ווייל דאס איז שוין כמעט א דירעקטע מלחמה מיט רוסלאנד.

איך זאג אבער אז אויב די רעבעלן בעהטן הילף פון רוסלאנד, וואסערע טענות קען מען האבן אויף זיי? אמעריקע שטיצט דען נישט רעבעלן סיי וואו עס שמעקט זיי?

אמעריקא שטיצט יא

און רוסלאנד האט די ברירא פון רעאגירן מיט סאנקציעס......

למעשה איז אבער אמעריקא בעה"ב איבער די וועלט, און זי קען טון וואס זי וויל.

און יעדער פארשטייט אז ווען אמעריקא שטיצט רעבעלן אין א געוויסע לאנד איז דאס ווי א דירעקטע קריג מיט יענע לאנד, די זעלבע זאך ווערט רוסישע שטיצע פאר "רעבעלן" אין אוקריינע פונקט אזוי באטראכט ווי אן אקט פון קריג -- אויף וואס די מערב וועלט וועט רעאגירן

__________

גראדע האלט איך אז דאס איז פארוואס די רוסן שיקן יעצט צוריק פארעשענקא, זיי גייען פשוט דארפן קומען צוהילף פאר "דעמאקראטיע" ווען דער אכזריות'דיגער אגרעסאר און כמו-דיקטאטור זעלענסקי וועט ארעסטירן זיין פאליטישער קעגנער.......... רוסלאנד גייט פשוט זאפארט פארלאנגען די באפרייאונג פונעם אומשולדיגער פאליטישער ארעסטאנט, און רעאגירן מיט מיליטערישע כח צו פארזיכערן דעמאקראטיע אין אוקריינע....

פארשטייט זיך אז דאס וועט אויך שטארק צערייסן אוקריינע פון אינעווייניג האבנדיג דער אפאזיציע פירער אין לאנד -- ער האט דאך שטיצער אויך...