@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אן F-18 קאמפס פליגער וועלכע באלאנגט פאר די שפאנישע מיליטער האט געקראכט און אויפגעריסן ביי א מיליטערישע פארשטעלונג אין א באזע אין שפאניע. דער פילאט האט זיך באוויזן צו ראטעווען.

IMG_20230520_224251_487.jpg
IMG_20230520_224251_487.jpg (51.31 KiB) געזען 9789 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

10 זענען אומגעקומען און 9 זענען פארוואונדעט געווארן ווען א פארשוין האט געעפענט פייער ביי א קאר פארמעסט אין מעקסיקא.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אוקריינישער פרעזידענט זאלענסקי איז אנגעקומען אויף א באזוך אין היראשימע, יאפאן, וואו ער האט זיך באטייליגט ביי די G-7 סאמיט מיט וועלטליכע פירער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די ווייסע הויז זאגט אז געשפרעכן איבער די חובות דאך צווישן רעפובליקאנער קאנגרעס פירער און די ווייסע הויז וועט זיך צוריק אנהייבן נאך א טעלעפאן געשפרעך צווישן ביידען און קאנגרעס ספיקער מעקקארטי.

ביידען וועט זיך טרעפן מיט מעקקארטי מארגן ווען ער קומט צוריק פון יאפאן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2023 2:50 pm
פרעזידענט ביידען זאגט אז אוקריינישער פרעזידענט זאלענסקי האט אים פארשפראכן אז זיי וועלן נישט נוצן די F-16 קאמפס פליגער אויף רוסישע טעריטאריע.

דאס קומט נאך וואס רוסלאנד האט געווארענט איבער א גרויסע ריזיקע אויב אמעריקע וועט צושטעלן די קאמפס פליגער פאר אוקריינע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: מוצ"ש מאי 20, 2023 10:43 pm
פרעזידענט ביידען אין יאפאן זאגט אז די רוסן האבן געליטן איבער 100,000 טויטע און פארוואונדעטע אין די קאמפן פאר באכמוט.

אוקריינישער פרעזידענט זעלענסקי האט געזאגט אז "באכמוט איז בלויז אין אונזערע הערצער", צולייגענדיג אז עס איז גארנישט פארבליבן פון דעם שטאט, די רוסן האבן אלעס פארניכטעט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

עקסקלוסיוו באריכטן גיבן אן אז סענעטאר טעד קרוז איז נארוואס אנגעקומען צו די צדק קאמפיין הויפטקווארטיר אין די ארמון האטעל אין קאנעטיקוט.

אין בילד: סענעטארן קארי בוקער און ריטשארד בלומענטאל מיט הרב משה מארגארעטן ביי די קאמפיין הויפטקווארטיר.

IMG_20230521_175552_702.jpg
IMG_20230521_175552_702.jpg (196.25 KiB) געזען 8296 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 5:59 pm
סענעטאר טעד קרוז ביי די צדק קאמפיין הויפטקווארטיר מיט הרב משה מארגארעטן.

IMG_20230521_191727_102.jpg
IMG_20230521_191727_102.jpg (109.72 KiB) געזען 7890 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אירלאנד'ס דאטא באשיצונג קאמיסיע האט געמאלדן א רעקארד $1.3 ביליאן געלט שטראף פאר מעטא צוליב וואס זיי האבן געשיקט באנוצער דאטא פון די אייראפעאישע פאראיין קיין אמעריקע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אמווייניגסטנס 13 זענען פארוואונדעט געווארן, טייל פןן זיי אין אן ערנסטע צושטאנד, ווען א באס האט פארלוירן קאנטראל אין אריינגעקראכט אין א וואנט אין חיפה.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

מעטא CEO מארק זאקערבורג האט היינט אנאנסירט אז וואטסעפפ באנוצער ארום די וועלט וועלן פון היינט קענען עדיטן מעסידזשעס אין די ערשטע 15 מינוט נאכן שיקן. די אפדעיט ווערט צוביסלעך ארויסגעשיקט צו באנוצער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2023 12:37 pm
רעפובליקאנער סענאטאר טים סקאט פון סאוט קאראליינע האט אפיציעל געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר די רעפובליקאנער טיקעט אין די 2024 פרעזידענטליכע פארמעסט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א יוהעל טראק האט אריינגעקראכט אין א צוים נעבן די ווייסע הויז. סיקרעט סערוויס האט ארעסטירט דעם דרייווער, און א ראבאט פון די באמבע איינהייט פירט דורך אן איבערזיכט אויף די טראק.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 1:57 pm
א פרישע זיצונג צווישן פרעזידענט ביידען און קאנגרעס ספיקער מעקקארטי איבער די חובות דאך האט דערווייל נישט געברענגט קיין רעזולטאטן צו קומען צו א פאראייניגונג, אבער ביידע זייטן זאגן אז די געשפרעכן און פארהאנדלונגען זעצן פאר און זיי האפן זיך צו אויסקומען נאך בעפאר די דעדליין אין 10 טעג ארום.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 12:01 am
פאליציי האבן אידענטעפיצירט דעם דרייווער פון די יוהעל טראק אלס דער 19 יעריגער סעי ווערסיט קענדולע פון מיסיסיפי. א נאצי פאן איז געפונען געווארן אינעם טראק.

פאליציי האבן אים אנגעקלאגט פארן סטראשען צו אומברענגען, פארכאפן אדער שעדיגן דעם פרעזידענט, וויצע פרעזידענט אדער זייערע פאמיליע מיטגלידער, אסאלט מיט א שעדליכע וואפן און טרעספעסינג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס וועט לויט באריכטן מעלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט מארגן נאכט אין א טוויטער ספעיס אינטערוויו מיט אילאן מאסק.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 10:13 am
געריכט דאקומענטן צייגן אז סעי ווערסיט קענדולע, וועלכע האט אריינגעקראכט א טראק נעבן די ווייסע הויז האט אויסגעלויבט היטלער נאכן ארעסטירט ווערן, און געזאגט פאר אויספארשער אז ער איז געקומען איבערווארפן די רעגירונג און זיך דערקלערן פירער, און איז אפילו געווען גרייט צו אומברענגען דעם פרעזידענט - אויב וואלט זיך אויסגעפעלט.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום דינסטאג מאי 23, 2023 11:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

טראמפ אדוואקאטן האבן פארלאנגט א זיצונג מיט אטורני דזשענעראל גארלענד, זאגענדיג אז טראמפ ווערט אומריכטיג באהאנדלט, און האבן מורא אז אן אנקלאגע איבער די קלאסיפיצירטע דאקומענטן איז נאנט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א מאנהעטן ריכטער האט באשטימט אז די אנהייב פון די קרימינאלע פראצעס קעגן געוועזענע פרעזידענט טראמפ, אין וועלכע ער ווערט באשולדיגט אין פעלשן ביזנעס רעקארדס , פאר מערץ 25, 2024 - ווייניגער פון 8 מאנאטן בעפאר די פרעזידענטליכע וואלן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 6:36 pm
טיקטאק האט אריינגעגעבן א פעדעראלע אנקלאגע קעגן מאנטענע זאגענדיג אז די נייע געזעץ וועלכע פארבאט טיקטאק אין די סטעיט פארלעצט די ערשטע אמענדמענט רעכטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

קריסטיענע עמענפאור, א CNN נייעס אנקער, האט זיך נעכטן לייכטערהייט אנטשולדיגט צו ליאו די, וועמענס פרוי און צוויי טעכטער זענען ערמארדעט געווארן אין א ברוטאלע טעראר אטאקע פאלאפענע ערשטע טעג פסח, אויף איר אבסורדע פארגלייך ביים באריכטן די נייעס.

ביים באריכטן די טעראר אטאקע האט עמענפאור געזאגט "מיר האבן א 15 יעריגער פאלעסטינער יונגל וואס איז געשאסן און אומגעברענגט געווארן דורך מדינת ישראל זיכערהייט קרעפטן. מיר האבן אויך די מאמע פון די צוויי שוועסטערס - זיי זענען אומגעקומען אין א שיסעריי אויסטויש, און יעצט איז די מאמע געשטארבן פון אירע וואונדן".

באקאנטער אדוואקאט עלען דערשאוויץ האט היינט געזאגט אז ער נעמט אן אומזינסט די קעיס צו קלאגן CNN.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אויטאריטעטן אין דייטשלאנד האבן דורכגעפירט 15 אבלאוועס איבערן לאנד אין פארבינדונג מיט א ראדיקאלע קלימאט אקטיוויסטן גרופע 'לעצטע גענעראציע' וועלכע זענען באקאנט מיט זייערע קריאוזע שטיק ווי שעדיגן מאלערייען און זיך צוקלעבן צו שאסייען.

פאליציי זאגט אז 7 מיטגלידער פון די גרופע זענען אונטער קרימינאלע אויספארשונג און ווערן באשולדיגט אין פארמירן אדער שטיצן קרימינאלע אקטיוויטעטן, שאפן געלט צו פינאנצירן קרימינאלע אקטיוויטעטן, און זאגן אז די פארדעכטיגטע האבן שוין אויפגעטריבן איבער $1.5 מיליאן וועלכע זענען גענוצט געווארן פאר קרימינאלע אקטיוויטעטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 2:31 pm
פלארידע גאווארנער ראן דיסענטיס האט אריינגעגעבן די נויטיגע פאפירן פאר די פעדעראלע וואלן קאמיסיע צו לויפן פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 10:32 am
א ניו יארק טיימס באריכט גיבט אן אז אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן גלייבן אז אוקריינע איז געשטאנען אונטער די דראון אטאקע אויפן קרעמלין פריער אין מאנאט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 2:50 pm
פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס האט אפיציעל געמאלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”