די ענגלישע טרעזשורי דעפארטמענט האט געמאלדן אז די בריטישע HSBC באנק האט אפגעקויפט די בריטישע אפטיילונג פון סיליקאן וואלי באנק פאר די סומע פון 1 פונט.
@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די ניו יארק סטאק עקסטשעינדזש האט אפגעשטעלט טרעידינג אויף מערערע בענק, נאך וואס די סטאקס האבן שטארק געטראסקעט.
די סטאק פון פירסט רעפובליק באנק איז געפאלן מיט א רעקארד 67%.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
פרעזידענט ביידען האט היינט אדרעסירט דעם פאלק און פארזיכערט אז די אמעריקאנער בענקינג סיסטעם שטייט שטארק.
פרעזידענט ביידען האט געזאגט אז אמעריקאנער שטייער צאלער וועלן נישט דערלייגן קיין געלט, די אינוועסטירער זענען אבער נישט פארזיכערט און די פירערשאפט פון די בענק וועלן אפגעזאגט ווערן.
דער פרעזידענט האט געזאגט אז ער וועט שטופן קאנגרעס צו פארשטארקערן רעגולאציעס איבער די באנק אינדוסטריע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
פרעזידענט ביידען האט באשטעטיגט די מאסיווע "ווילאו אויל גראבונג פראיעקט" אין אלאסקע, וועלכע אנטהאלט א געשאצטע 600 מיליאן פעסלעך אויל, טראץ די אפאזיציע פון קלימאטן טויש אקטיוויסטן גרופעס, וועלכע סטראשען אז זיי וועלן קלאגן אין געריכט אפצוהאלטן די פראיעקט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
קאנגרעס אווערסייט קאמיטע פארזיצער, רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דזשעימס קאומער האט געשיקט א סובפינע פאר 'באנק אוו אמעריקע' אין וועלכע ער פאדערט די פינאנציעלע רעקארדס פון 3 האנטער ביידענ'ס ביזנעס פארבינדעטע, פארלאנגנדיג רעקארדס זינט 2009.
'באנק אוו אמעריקע' האט זיך צוגעשטעלט צו די סובפינע און האט שוין איבערגעגעבן מערערע דאקומענטן פאר די קאמיטע.
'באנק אוו אמעריקע' האט זיך צוגעשטעלט צו די סובפינע און האט שוין איבערגעגעבן מערערע דאקומענטן פאר די קאמיטע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
דעמאקראטישער קאנגרעסמאן דזשעף דזשעקסאן פון נארט קאראליינע, וועלכע פירט אן מיט א טיקטאק אקאונט אויף וועלכע ער געבט צו פארשטיין פארשידענע קאמפליצירטע דעטאלן איבער און אינערהאלב זיין ארבעט אין קאנגרעס, געבט צו פארשטיין די בענק קריזיס וועלכע איז אנטשטאנען.
ווידעא
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
שעירהאלדערס פון סיליקאן וואלי באנק האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן געוועזענע עקזעקיוטיוון פון די באנק, אין וועלכע זיי באשולדיגן אז זיי האבן פארפעלט צו מיטטיילן די שאדן וואס הויכע אינטערעס ראטעס קען שאפן פאר די באנק, ספעציעל איבער א באנק ראן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
סעיפולא סעיפאוו, דער 35 יעריגער טעראריסט וועלכער איז אין 2017 ארויפגעפארן מיט א פיקאפ טראק אויף א בייק לעין אין מאנהעטן אומברענגענדיג 8 און פארוואונדעט נאך 11, וועט פאראורטיילט ווערן צו לעבנסלענגליכע טורמע, נאך וואס א דזשורי האט זיך נישט געקענט פאראייניגן אויף א טויט אורטייל.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
דאנעלד טראמפ אין א פרישע ווידעא רייסט אראפ פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס, זאגענדיג אז פלארידע איז געווען גוט נאך בעפאר דיסענטיס, און אז ריק סקאט און דעמאקראטישער טשארלי קריסט זענען אויך געווען גוט.
שפעטער ביי א רעדע האט טראמפ ווידער אראפגעריסן דיסענטיס און געזאגט אז ער דערמאנט אים פון סענעטאר מיט ראמני.
שפעטער ביי א רעדע האט טראמפ ווידער אראפגעריסן דיסענטיס און געזאגט אז ער דערמאנט אים פון סענעטאר מיט ראמני.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
פרעזידענט ביידען אינאיינעם מיט די פירער פון ענגלאנד און אויסטראליע האט געמאלדן אז אלס טייל פון די AUKUS זיכערהייט פאקט צווישן די 3 לענדער וועט אמעריקע צושטעלן פאר אויסטראליע 3 ווירדזשיניע קלאס נוקלעאר געטריבענע סובמארינען.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
מעטא האט געמאלדן אז אין א צווייטע רונדע ארבעט שניטן וועלן זיי אפזאגן פרישע 10,000 ארבעטער.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
פרישע ציפערן צייגן אז קאנסומער פרייזן אינדעקס אין די פאראייניגטע שטאטן איז געשטיגן פארגאנגענע מאנאט מיט 0.4% שטייענדיג ביי 6% פון א יאר צוריק, אראפ פון 6.4% פון יאנואר.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
געוועזענער ניו יארקער גאווערנער ענדרו קאומאו האט געמאלדן אז ער עפענט א פרישע ארגענעזאציע גערופן "פראגרעסיוון פאר איזראעל".
ווידעא
ווידעא
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום דינסטאג מארטש 14, 2023 12:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
געשלעגן קומען פאר פארענט פון די היים פון געוועזענער פאקיסטאנער פרעמיער מיניסטער אימראן קאַן, נאך וואס ארטיגע פאליציי זענען געקומען מיט שווערע קרעפטן אים צו ארעסטירן אויף קארופציע און טעראריזם אנקלאגעס.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א וואל סטריט זשורנאל באריכט גיבט אן אז די יוסטיץ דעפארטמענט און SEC האבן געעפענט אויספארשונגען איבער די צוזאמפאל פון סיליקאן וואלי באנק אריינגערעכנט איבער סטאקס וואס די עקזעקיוטיוון האבן פארקויפט אין די טעג בעפאר די באנק צוזאמפאל.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א רוסישער SU-27 קאמפס פליגער האט פרובירט אראפ צו צווינגען אן אמעריקאנער MQ-9 דראון פון העכער די שווארצע ים, און דערנאך אריינגעקראכט אין די דראון שעדיגנדיג די פראפעלער פון די דראון, וועלכע איז אין רעזולטאט אריינגעפאלן אין וואסער.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א CBS באריכט גיבט אן אז רעקארדס צייגן אז די אמעריקאנער רעגירונג האט מעגליך איבערגעצאלט דאפעלט פאר פראיעקטן אין וואהאן, כינע, דורך די NIH און USAID.
לויט די באריכט זענען טייל פון די פראיעקטן פארבינדן מיט די לאבאראטאריעס וועלכע זענען פארמישט אין די קאוויד לאבאראטאריע ארויסרינונג טעאריע.
לויט די באריכט זענען טייל פון די פראיעקטן פארבינדן מיט די לאבאראטאריעס וועלכע זענען פארמישט אין די קאוויד לאבאראטאריע ארויסרינונג טעאריע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אמעריקאנער עיר פארס ווארטזאגער זאגט אז אן אמעריקאנער מיליטער מאן איז געפונען געווארן טויט אין א קאר אין די פענטאגאן פארקינג לאט.
דעטאלן זענען דערווייל נישט קלאר, און אן אויספארשונג איז געעפענט געווארן.
דעטאלן זענען דערווייל נישט קלאר, און אן אויספארשונג איז געעפענט געווארן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
מדינת ישראל אויטאריטעטן האבן אויפגעדעקט אז א טעראריסט וועלכער האט דורכגעפירט א באמבע אטאקע אין צפון ארץ ישראל, פון וועלכע איינער איז ערנסט פארוואונדעט געווארן, איז אריינגעקומען פון די גרעניץ מיט לבנון און איז שפעטער אומגעברענגט געווארן דורך זיכערהייט קרעפטן.
מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו וועט פארקורצערן זיין באזוך אין דייטשלאנד און אהיימקומען פריער ווי געפלאנט צוליב די אינצידענט.
מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו וועט פארקורצערן זיין באזוך אין דייטשלאנד און אהיימקומען פריער ווי געפלאנט צוליב די אינצידענט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקרעטאר לואיד אויסטין זאגט אז ער האט אפגעהאלטן א געשפרעך מיטן רוסישער פארטיידיגונגס מיניסטער אין ליכט פון די אינצידענט מיט די אמעריקאנער דראון.
ווידעא
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
דער כינעזער ביליאנער גוואו ווענגו, א נאענט פארבינדעטער צו קאנסערוואטיווער פאליטישער אדווייזער און קאמענטאטאר סטיוו בענאן, איז ארעסטירט געווארן אין ניו יארק איבער באשולדיגונגען אז ער האט ארקעסטרירט א פארצווייגטע ביליאן דאלער'דיגע שווינדל דורכ'ן פארנארן מענטשן צו אינוועסטירן געלטער באזירט אויף פאלשע איבערגעטריבענע פארדינסטן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
דזשעימס אוקיף, דער געוועזענער פירער פון פראדזשעקט וועריטאס האט געעפענט א פרישע מידיע גרופע גערופן "אוקיף מידיע גרופע".
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די ביידען אדמיניסטראציע האט געווארנט אז זיי וועלן פארבאטן טיקטאק אין די פאראייניגטע שטאטן, אויסער אויב די כינעזע פירמע, בייטדענס, וועט טרעפן פאר וועם צו פארקויפן די עפפ.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
קאנסערוואטיווער קאנגרעסמאן טשיפ רוי פון טעקסאס אין א לענגערע סטעיטמענט מיט אן אפיציעלע אינדארסירונג פאר פלארידע גאווערנער דיסענטיס אין די רעפובליקאנער פריימערי פאר פרעזידענט קאנדידאט.
ער איז דער ערשטער ערוועלטער רעפובליקאנער מיטגלידער צו אפיציעל אינדארסירן דיסענטיס, וועלכער האט נאך דערווייל נישט געמאלדן אז ער לויפט.
ער איז דער ערשטער ערוועלטער רעפובליקאנער מיטגלידער צו אפיציעל אינדארסירן דיסענטיס, וועלכער האט נאך דערווייל נישט געמאלדן אז ער לויפט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די פענטאגאן האט ארויסגעשטעלט ווידעא פון די דראון אינצידענט, וויאזוי די רוסישע פליגער באגיסט עס מיט דזשעט גאזאלין און דערנאך קראכט אריין אין די דראון.
ווידעא