רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

זייטיגע נאטיץ
📌

אפיציעלע דערמאנונג: די אשכול איז א זעראו טאלעראנץ פאליסי אשכול - מען קען אויסגעשלאסן ווערן אן קיין ווארענונג פארן פארלעצן די תקנות. עס איז בלויז ערלויבט צו שרייבן נייעס!! פראגעס, קאמענטארן אדער אנאליזן זענען נישט ערלויבט.

פאר די ספעציעלע קאמענטארן אשכול דריקט דא.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3561
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

הבוחר בטוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:47 am
רוסשיע מקורות.

די אוקריינער אטאקירען אין די Malaya Tokmak עריע.

דאס איז נעבען די P37 ראוד 5 קילומטר פון Tokmak 12קילאמעטער דרום פון די פראנטליין
נישט דא אזא שטאט, די מיינסט לכאורה Mala Tokmachka
לויט די דיפ סטעיט איז עס נאכנישט געווען איינגענימען ביי די רוסן... סוי עפעס שטימט נישט

אקעי זיי מיינען צו זאגן אז ביי Mala Tokmachka עריע אטאקירן די אוקריינער, ד.מ. ווי פריער דערמאנט אינטער אריקהיוו Orikhiv
און... זיי האבן שוין דורך געבראכן די פראנט ליניעס ביז 5 ק.מ. אויפן וועג צו טאמקאק, וואס איז 12 ק.מ. פונעם פראנט, WOW ד.מ. אז זיי האלטן שוין ווייטער פון ראבאטיני ווי זיי זענען געווען 5 קמ פון די פראנט ליין נעכטן נאכט

(פארראכטן)
לעצט פארראכטן דורך Jhon אום דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

קאליבאר מיסילס פליען קיין אדעסע.

א אלערט איז געלייגט געווארן אויף גאנץ דרום.

די Isw האט לעצטענס באריכטעט איבער די שורטעדזש פון קאליבאר אין די רוסישע ארמיי נאכן נישט שיסן פאר א לאנגע צייט.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

Jhon האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:03 pm
הבוחר בטוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:47 am
רוסשיע מקורות.

די אוקריינער אטאקירען אין די Malaya Tokmak עריע.

דאס איז נעבען די P37 ראוד 5 קילומטר פון Tokmak 12קילאמעטער דרום פון די פראנטליין
נישט דא אזא שטאט, די מיינסט לכאורה Mala Tokmachka
לויט די דיפ סטעיט איז עס נאכנישט געווען איינגענימען ביי די רוסן... סוי עפעס שטימט נישט
די רעדע איז שטייצעך פון מילעיא טאקמאטשקע נעבן נאוואדאנילאווקע
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

@נקדימון אויב שוין פוקנטליכקייט אין נעמען, אויף אוקרייניש אידאס קריווי ריה, קריוואי רוג איז די רוסישע ווערסיע
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

די רוסן ביים נעמען פאזיציעס

https://drive.google.com/file/d/1ytScxv ... sp=sharing
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

אוקריינע פארלוסטן און די רוסישע הענט
אטעטשמענטס
FyHbnnHXsBAm2_m.jpg
FyHbnnHXsBAm2_m.jpg (218.33 KiB) געזען 7082 מאל
FyHbnnMXsCMF2de.jpg
FyHbnnMXsCMF2de.jpg (246.71 KiB) געזען 7082 מאל
FyHbnnBXsAMWyQj.jpg
FyHbnnBXsAMWyQj.jpg (240.38 KiB) געזען 7082 מאל
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

FyHbnnFXsAsM8ji.jpg
FyHbnnFXsAsM8ji.jpg (203.23 KiB) געזען 7067 מאל
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די וואך דינסטאג האט די אינטערנאציאנאלע געריכט אין די האג געעפנט פארהערן וועלכע וועט לויפן פאר צוויי וואכן צייט איבער די קלאגע וועלכע אוקריינע האט אריינגעטראגן אקעגן רוסלאנד פארן אומלעגאל פינאנצירן סעפאראטיסטישע גרופעס אין מזרח אוקריינע און פארן דיסקרימינירן אקעגן נישט רוסישע אין די אנעקסירטע קריימיע

נאכפאלגנדיג די עפענונג סטעיטמענטס פון קיעוו האט מאסקווע היינט פארגעלייגט זייערע עפענונג קאמענטארן און רוסלאנד'ס אמאסאדאר צו די נעדערלאנד, אלעקסאנדער שולגין, האט געזאגט פאר די ריכטער אז רוסלאנד רעספעקטירט די געריכט און זוכט פרידליכע שליכטונגען אין די שטרייט

קיעוו האט שוין געפיילט די קלאגעס צוריק אין 2017 למספרם און באשולדיגט מאסקווע אין פארלעצן די אינטערנאציאנאלע קאנווענשאן צו אונטערדרוקן טעראריזם פינאנץ און די אינטערנאציאנאלע קאנווענשאן צו אונטערדרוקן טעראריזם פינאנץ

נאך צוויי וואכן פון פארהערן האט די וועלט געריכט געאורטיילט אז זי פארמאגט יוריסדיקציע אויסצוהערן די קעיס וועלכע איז די וואך געלאזט געווארן אין גאנג

אדוואקאט מייקל סוועינסטאן האט געמאכט די ארגומענט אז צו פארלעצן די אינטערנאציאנאלע קאנווענשאן צו אונטערדרוקן טעראריזם פינאנץ דארף מען שיקן דאס געלט מיט א דירעקטע ציהל צו פירן צו געוואלדטאטן און טעראר און עס איז נישט גענוג אויב דאס איז בלויז א קאנסקווענץ און זייטיגע רעזולטאט פון די פאנדינג

רוסלאנד'ס אדוואקאט אין די קעיס איז ארגינעל געווען דער פראמינענטע אינטערנאציאנאלע אדוואקאט אלעין פעלעט אבער סוועינסטאן האט אים ערזעצט נאך וואס פעלעט האט זיך אפגעשאקלט פון די קעיס נאך די רוסישע אינוואזיע אויף אוקריינע

איבער די אנגעבליכע פארלעצונג פון אינטערנאציאנאלע קאנווענשאן צו אונטערדרוקן טעראריזם פינאנץ האט רוסלאנד'ס פערמענאנטע דעפיוטי רעפרעזענטאט צו די יו ען מאריא זאבאלאטסקאיא געזאגט פאר די ריכטער אז אוקריינע איז די וועלכע פירט דורך ראסע דיסקרימינאציע אקעגן רוסיש רעדנדע ביי איר אין לאנד און אז זינט 2014 למספרם ווען רוסלאנד האט איינגענומען די האלב אינזל איז די לעבנס קוואליטעט פון די איינוואוינער שטארק פארבעסערט געווארן

קומענדיגע וואך וועלן די פארהערן פארזעצן מיט א רעאקציע פון קיעוו
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פריים מיניסטער סונאק פון בריטאניע איז פון נעכטן אין וואשינגטאן, ווי ער דארף זיך באלד טרעפן מיט פרעזידענט ביידן.

שטייצעך אז די מלחמה איז דער עיקר נושא אויפן טיש.

סונאק וויל באקומען פון ביידן אז מען זאל שטעלן בריטישער פארטיידיגונגס מיניסטער קריס וואלעס בראש פון נאטא ווען סטאלטענבערג וועט בקרוב אפטרעטן.

קען זיין אז מען וועט הערן פון זײ עפעס.

--------

עס איז פריער פארגעקומען א העווי גענג אף עיט בריפינג אף קעפיטעל היל דורך די שפיאנאזש געמיינדע, פשטות איבער די אפענסיווע.

(גענג אף עיט זענען די מנהיגים פון ביידע פארטייען און ביידע הייזער, איז עס שניהם שהם ארבעה, און די פיר פירער פון די אינטעל קאמיטעען און ביידע הייזער, איז עס נאך שניהם שהם ארבעה.)
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פירערשאפט!

פרעזידענט זעלענסקי ביי זיין באזיך היינט אין די פארפלייצטע געגענטער אין כערסאן
20230608_140001~2.jpg
20230608_140001~2.jpg (293.38 KiB) געזען 6255 מאל
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 10:31 am
צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 7:55 am
באריכטן אז די אוקריינאר האלטן יעצט פארן שטאט Robotyne מסתמא די צווייטע דעפענס ליניע. ס'איז העכער פינף קילאמעטער פון די פריערדיגע פראנט ליניעס.
ווייטערדיגע באריכטן פון אוקריינא סוקסעסן ארום דעם שטאט.

מעגליך אן ענסירקעלמענט.
און צום דריטן מאל!

נאך אפאר שעה וואס די אוקריינאר זענען שטיל געווען נאכן נישט זיך קענען פאראויסריקן באריכטן רוסישע קוועלער פרישע אטאקעס פון די אוקריינאר וואס שטורעמען דעם פראנט.

(מ'מעג זיך לערנען פון די אוקריינאר נישט אויפצוגעבן..)
לעצט פארראכטן דורך צוויי גילדען אום דאנערשטאג יוני 08, 2023 2:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

רוסישע אקאונט: די אוקריינאר אויפן מערב זייט פונעם דניפרא ריווער גרייטן זיך פאר א וואסער לאנדונג אריבער דעם דניפרא.

(איך שפיר ס'איז מער א רומער צו לעגיטעמייזען די שעלינג פון די רוסן אויף אוקריינא ציווילע די אנדערע זייט טייך)
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פרעזידענט ביידען: איך גלייב אונז וועלמיר האבן די פאנדינג פאר אוקריינע פאר ווי לאנג עס וועט זיך אויספעלן.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

רוסלאנד האט באוויזן צו סטאביליזירן און צוריק שטעלן די פלוס פון א צאל וויכטיגע באשטאנדטיילן און טשיפס צו פראדוצירן נייע וואפנס, אזוי ווי בעפאר די אינוואזיע. אויסמיידענדיג די מערב וועלט סאנקציעס.

א גרויסער טייל פון די שולד גייט אויף אזאנע לענדער ווי גרויזיע. ארמעניע, קאזאכסטאן, טערקיי און די פאראייניגטע אראבישע אמיראטן.
20230608_143143.jpg
20230608_143143.jpg (224.93 KiB) געזען 4607 מאל
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21046
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 7:52 am
די רוסן זענען שוין מודה אז די אוקריינאר האבן דורכגעבראכן די דעפענס ליניעס.

---

קומען ארויס אסאך צו'מזיק'טע כלי זיין פון אוקריינא מיליטער פון די נאכט אטאקע, (אינקלודינג לעפערדס?)

סאיז א לעמפערט 2A4, לויט די רויעך און פייער קוקט אויס ווי די קרו האט עס איבערגעלעבט און קען ווערן געפיקסט, דא שטעקט די עיקר חילוק צווישן די מערב טאנקן און די סאוויטישע טאנקן, די מערב טאנקן האלטן די שעלס עקסטער און האבן א עקסטערע לעיער ארמער אפגעטיילט ווי א באלאן וואס וועט ראטעווען די קרו און נישט אויפרייסן (מאנכע שרייבן אז די ווייסע רויעך איז די סיסטעם וואס פארלעשט די פייער, אויב אמת איז עס נאך גרינגער איבערצומאכן), די סאוויטישע האלטן די שעלס צוזאמען און האבן שוואכע ערשטע לעיער ארמער, סוא ווען סווערט באטראפן רייסט עס אויף.

ביזדערווייל קוקט אויס ווי די אוקריינער האבן דארט פארלוירן (חרוב געווארן) איין טאנק בשעת די אנדערע טאנקן און ברעדליס שטייען אינדערזייט.

אויפן בילד ווערט געזען די טאנק פארן חרוב ווערן.

FyHeNotXsAIbh81.jpg
FyHeNotXsAIbh81.jpg (49.63 KiB) געזען 3904 מאל

אויפן בילד די ווייסע רויעך וואס האט פארלאשן די פייער.

FyHeNorXsAA3HlO.jpg
FyHeNorXsAA3HlO.jpg (31.82 KiB) געזען 3904 מאל
לעצט פארראכטן דורך נארמאליזעם אום דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:00 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21046
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

רוסישע BMP-2 פארכאפט געווארן דורך די אוקריינער ביי די היינטיגע שלאכטן.

FyHawVGWwAAfSyN.jpg
FyHawVGWwAAfSyN.jpg (293.74 KiB) געזען 4210 מאל
FyHaxxkWYAAbdjM.jpg
FyHaxxkWYAAbdjM.jpg (259.53 KiB) געזען 4210 מאל
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21046
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

אוקריינישע מעקס פרא (בריטישע ווערסיע) חרוב געווארן אין Novodonetske דורך א מינע, אין די הענט פון די רוסן. די קרו האט איבערגעלעבט. (קוקט אויס אז סאיז פון די זונטאג מיסיע)

FyHxTHkWABQEwJS.jpg
FyHxTHkWABQEwJS.jpg (94.98 KiB) געזען 4118 מאל
FyHxUJxWwAAA7la.jpg
FyHxUJxWwAAA7la.jpg (157.22 KiB) געזען 4118 מאל
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

צוויי סיניער אפישלס פון ביידן'ס אדמיניסטראציע זאגן פאר CNN, אז די אוקריינער מיליטער האט געליטן שווערע פארלוסטן אין עקוויפמענט און מענטשן, אין די לעצטע פרואוון דורכצוברעכן די רוסישע דעפענס ליניעס, מער ווי מ'האט געטראכט אין קיעוו (ווייסעך נישט געטראכט ווען, פאר די אפענסיווע, אדער בשעת), צוזאמען מיט דעם האבן זיי קלאר געשטעלט: די פארלוסן וואס אוקריינע האט געליטן איז נישט ערוואטעט צו האבן א באדייטנדע ווירקונג אויף די המשך.

א ארבעטער אין די נוקאלערע פלענט אין זאפאריזשיא זאגט צו AFP: די רעזערוו וואסערן פון די אויפגעריסענע דאמבע קענען מער נישט אפקילן די רעאקטערס אין די נוקאלערע פלענט.
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21046
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:18 pm

די CNN ארטיקל רעדט פון די ריקאן מיסיעס.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

באריכטן איבער א רוסישע אטאקע אויף אומאן אין אוקריינע.
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

די יודישע קהילה אין אוקריינע: די אויפרייסן וואס מ'הערט אין די געגנט פון אומאן זענען פון די דעפענס סיסטעם, ביטע זיין אויפמערקזאם צו די הוראות אין עמערדזשענסי צייטן.
זייטיגע נאטיץ
מיינע באריכטן זענען נאכגעשריבן פון פארשידענע מקורות, איך בין נישט קיין מלחמה עקספערט, און איך ווייס נישט וואס איז אמת און וואס איז נישט, אלזא די באריכטן - אלע פון זיי - זאלן גענומען ווערן מיט א זאלץ מעסטל, אדער נאכגעקוקט ווערן אין די מקור, וואס ווערט צומאל צוגעצייכנט
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21046
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 8:31 am
צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 8:17 am
זעלענסקי איז היינט געווען באזוכן אין חערסאן, געגאנגען באזוכן א שעלטער פאר אנטלאפענע פון די פלאדעד עריעס.
אין רעזאלטאט פון זעלענסקי'ס באזוך. האבן די רוסן אנגעהויבן באשעלן חערסאן נאנסטאפ ציווילע ווערן נישט אפגעשוינט, אפאר שעלטערס פול מיט אנטלאפענע זענען געווארן באטראפן, באריכטן פון טויטע און פארוואנדערטע.
הרב משה אייזמאן אין כערסאן ביים פאלן כורעים זיך צו באשיצן פון רוסישע שעלס וואס זענען געשאסן געווארן. (ווי זאגט נאר יענע פרא רוסישע אקאונט: סאיז מינעס וואס רייסן אויף.... {אינמיטן שטאט🤔?} כהייב אן ערענסט צו טראכטן אז סאיז געווען א אוקריינישע מעשה אויפצורייסן די מינעס).

Screenshot (451).png
Screenshot (451).png (260.37 KiB) געזען 2184 מאל
Screenshot (453).png
Screenshot (453).png (275.76 KiB) געזען 2184 מאל
לעצט פארראכטן דורך נארמאליזעם אום דאנערשטאג יוני 08, 2023 5:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

די סטעיט עמערדזשענסי סערוויס האט געמאלדן אז צוויי ארבעטער וואס זענען געקומען קיין חערסאן ראטעווען מענטשן פון די פארפלייצונגען, זענען געהרג'עט געווארן אין רעזולטאט פון א רוסישע אטאקע, אזוי אויך זענען אכט אנדערע פארוואונדערט געווארן.

בילדער פון אלשאקי וואס איז אינגאנצן אונטערן וואסער
אטעטשמענטס
zatopleni-oleshky-792x528.jpg
zatopleni-oleshky-792x528.jpg (46.97 KiB) געזען 1839 מאל
oleshk.jpg
oleshk.jpg (211.4 KiB) געזען 1839 מאל
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21046
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

וויאזוי די רוסישע מיליטערישע פאטאשאפ אפטיילונג ארבעט.....

מנעמט א רוסישע טאנק און מטוישט עס אביסל צו פאר א חרובע טערקישע לעמפערט טאנק פון סיריע, פארשטייט זיך אז די ליינס "—" מאכט עס אויסקוקן מער עכט...... און יא א אוקריינישע לעמפערט טאנק חרוב.....

- ערשטע בילד איז די רוסישע טאנק.
- צווייטע בילד שוין געטוישט פאר א לעמפערט.

FyDL8vrWYAQ2-23 (1).jpg
FyDL8vrWYAQ2-23 (1).jpg (51.03 KiB) געזען 1781 מאל
FyDK2b2WAAA4nj_.jpg
FyDK2b2WAAA4nj_.jpg (83.98 KiB) געזען 1781 מאל
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21046
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

6 רוסישע פליגער געהויבן, מיסילס זענען ערווארטעט.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”