רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

זייטיגע נאטיץ
📌

אפיציעלע דערמאנונג: די אשכול איז א זעראו טאלעראנץ פאליסי אשכול - מען קען אויסגעשלאסן ווערן אן קיין ווארענונג פארן פארלעצן די תקנות. עס איז בלויז ערלויבט צו שרייבן נייעס!! פראגעס, קאמענטארן אדער אנאליזן זענען נישט ערלויבט.

פאר די ספעציעלע קאמענטארן אשכול דריקט דא.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

פריגאזין:
די רוסישע מיליטער האט איבער גענומען די סעקיורעטי פון די צוויי פלאנקען ביי די באקמוטע פראנט

פריגאזין האט געמאלדען אז די רוסישע מיליטער האט ארום גענומען זיינע קעמפערס צוויי זייטען צי באשוצען פון א אוקריינע מאנווער,

אויב אמת איז דאס נישט אזוי גוט פאר אוקריינע ווייל וואגנער האט שוין געהאלטען ביי די שוועל פון ערשעפטקייט, און יעצט ווען זיי וועלען נישט דארפען זיך אפגעבען מיט זייערע זיכערהייט וועלען זיי מעגליך זיך קענען ווארפען מיט א פרישקייט אויף די דירעקטע שלאכטען
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21037
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פארוואס קען נישט רוסלאנד חרוב לייגן אלע מערב וועלט וואפן וואס ווערן געשיקט קיין אוקריינע?

פוטין: ווייל סווערט געשיקט מיט ליילעכער ביינאכט... (פארגעשריטענע רוסישע מיליטער)
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

נאכנישט געזען דא,
אמעריקאנע אינטעל האט אויפגעכאפט אז רוסלאנד האט קאארדענירט די אטאקע אויף אמעריקאנע באזעס זיי האבען עס אויסגעארבעט נאכען האבען פארארדענט איראן צי אטאקירען די אמעריקאנע באזעס אין סיריע ווי עטליכע זענען פארוואונדעט געווארען און איינער איז אומגעקומען
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

פריגאזען ווי א געניטע מיליטערישע בלאגער איז געזיצען איבער א מאפע אזוי גרויס ווי א טיש (א חלק פון די מאפע האט אראפגעהאנגען, סהאט נישט ארויפגעפיט) און געוויזען מיט א לאנגע פענסיל ווי אוקריינע גייט מעגליך אטאקירען און מסביר געווען וואס ער וואלט געטון,
פערצופעל האט ער און געוויסע פעלער גערעדט צום זאך,

ער איז געזיצען ניכטער מיט די אויגען גלעזער אויף די שפיץ נאז און געראטען, צווישען די אנדערע, די אוקריינער שנעל צי פארכאפען בעלגעראד און אנדערע רוסישע שטעטלעך וועלכע זענען נישט אזוי באשוצט און גענצליך אומציגעגרייט ווי קרימיע און די אוקריינע האבען סייווי סופלייס זייער נאנט דארטען, און נאכדעם וועלען די אוקריינע עס קענעו נוצען פאר א דיעל קעגען פוטין אויב צווינגט ער ארויף סאומהאו א פייער אפשטעל דורך טשיינע
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

דאס אז די מיליטער זאל איצט אנפאנגן אונטערשטיצן וואגנער איז גאנץ זיכער געווען די פלאן לכתחילה
דערבארומדיג'ער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 16, 2023 2:28 am
די רוסן גרייטן אן זעלנער בעסער ווי די "אבי געשיקט" וואס מען האט געזען ביז לעצטנס, און וואגנער איז כמעט זיכער אזא סענדוויטש וואס דינט ממש ווי קאנאנען פלייש ביז די רוסן וועלן בעסער טרענירן זייערע מאבעליזירטע.
אבער די שאצער'ס שאצן אז רוסלאנד האט נישט אוועקגעלייגט א גרויסע כח פון א גוט טרענירטע מיליטער, עס וועט נאך אלץ זיין שווער פאר אוקריינע צו קעמפן מיט זעלנער וועלכע קומען יעצט אן פריש, אבער די אוקריינער האבן זיך געראכטן דערפאר און אדרבה זיי זאגן אז זיי ווילן דוקא פארבלייבן אין באקמוט ווייל ביז איצט האבן זיי בלויז ערמארדערט וואגנער ארעסטאנטן, און אויב וועגן זיי אליין וואלט שוין אוקריינע אויפגעגעבן אויף באקמוט, אבער היות די רוסן האבן אנגעהויבן אהינברענגן די געהעריגע מיליטער ווילן זיי דוקא ווייטער אנהאלטן באקמוט ווייל עס גיט זיי א שאנס צו מאכן חורבנות אין די מיליטערישע רייען.

זייער געדאנקן גאנג איז אז באקמוט איז בבחינת מאריאפל, עס מוז נישט דוקא זיין א שטאל פאבריק צו קעמפן פון א פארזיכערטע ארט, די אוקריינער האבן אינוועסטירט אין באקמוט פאר אכט יאר און זיי האבן עס אויפגעבויט ספעציעל פאר במיוחד פאר אזוינע שלאכטן ווי מען זעט איצט, אלזא זיי ווילן ארויסנעמען די מאקסימום ריווח פון זייער אינוועסטמענט.

אין אמת אריין קען מען זיך דינגן אפילו אויף מאריאפל צו עס איז געווען אזא געלונגענע עצה צו קעמפן דארט ביז פופצן מינוט נאכן צווייטן פייף, די אוקריינער האבן דארט למעשה פארלוירן זייער א שטארקע כח פון קעמפער וואס האבן געקעמפט פון א אפגעשוואכטע פאזיציע זייענדיג אפגעזונדערט פון זייער באזע, וואלטן זיי געבליבן אין די אוקריינע מיליטער און זיי וואלטן געווען פאראייניגט מיט די גרעסערע אוקריינע באזע וואלט זייער כח לכאורה געווען פילפאכיג שטערקער, אין מאריאפל האבן זיי געקעמפט מיט מאגערע אמנוציע פארציעס, אן קיין מעדיצינישע באהאנדלונגן, וכו' וכו', און זיי האבן טאקע געקעמפט ווי לייבן, אבער אפשר וואלט בעסער געווען אויב מען גיט זיך פריער אונטער צו רוסלאנד ווען רוסלאנד האט געגעבן א אלטימאטום און מען באקומט זיי ארויס פון דארט גאנצערהייט און מען פלאנצט זיי איין אין בעסערע פאזיציעס.

דאס איז נאר איין צד, כמובן איז דא אנדערע שטארקע צד וואס מען האט שוין דא אויסגעשמועסט כמה פעמים, באקמוט אנטהאלט ענליכקייטן צו די מאריאפל שלאכטן, די שאלה איז די זעלבע שאלה ווי דאן, נישט ממש די זעלבע אבער די געדאנקן גאנג איז ענליך, באקמוט פארמאגט טאקע נישט אזוינע בראווע זעלנער ווי די אזאוו בריגאדע האט פארמאגט, אבער באקמוט פארמאגט יא פעסטונגן אין די ערד, און אפשר איז אפילו מער אויסגעהאלטן די קאמפן אין באכמוט זינט די זעלנער וואס מען שטייט אויס צו פארלירן זענען נישט פון די זעלבע קוואליטעט וואס די מאריאפל זעלנער האבן פארגעשטעלט מיט זיך.

די שאנסן פאר באכמוט צו האלטן איז נישט דוקא בעסער ווי פאר מאריאפל, און אזוי אויך, די שאנסן פאר הויכע פארלוסטן ביי די בעסער טרענירטע רוסישע קרעפטן איז לכאורה נישט ווייניגער ווי ביי מאריאפל, און אויך זעט מען דערווייל נישט ביי די רוסן די זעלבע אייפער און ברען -נישט בכמות און נישט באיכות- ווי זיי האבן געוויזן ביי מאריאפל.

אזוי צו אזוי, די פלאן איז לכאורה געווען פון ביידע זייטן אז וואגנער וועט נאר דינען ווי די ערשטע שיכט, און נאך זיי וועט די מיליטער אנקומען און פראבירן איבערצונעמען מיט בעסערע כוחות ווי וואגנער און אויך אין א בעסערע פאזיציע ווי וואגנער האט געהאט ביז נאנט צום סוף, זיי וועלן קומען הערשט נאכדעם וואס די וואגנעריסטן וועלן שוין האבן אויסרייניגט די שווערסטע חלקים, און די אוקריינער וועלן שוין זיין היבש אויסגעמוטשעט, אט דעמאלט'ס וועלן די מיליטערישע איינהייטן איבערנעמען די זאך און אוודאי נעמען פאר זיך די קרעדיט פונעם מכה בפטיש, די אוקריינער האבן זיך גאנץ זיכער אויך געראכטן דערצו, איך ווייס אבער נישט וואס זיי האבן געטאן דערצו, אבער זיי זאגן על כל פנים אז די סיבה פארוואס זיי גייען ווייטער דארט בלייבן און פארוואס זיי האבן אהינגעשיקט פארשטערקערטע כוחות לעצטענס איז ווייל די עכטע רוסישע כוחות זענען יעצט אנגעקומען דארט.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21037
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

לויט באריכטן האט רוסלאנד אפגעזאגט Muradov די קאמענדיר וואס איז געווען געשטעלט אויף וואלעדאר.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

סלאוועניע האט געכאפט צוויי רוסישע שפיאנען מיט פאלשע נעמען וועלכע האבען געארבעט און געליפערט סחורה פאר די זשי אר יו,

די צוויי שפיאנען זענען כלומרשט געווען ארגענטינע בירגער און געהאט זיראו פארבינדונג מיט רוסלאנד,
****

(זיי זענען געווען אונטער די טרויעריג באקאנטע סאוויעטישע אומלעגאלע פראגראם, ווי די קאמוניסטען האבען געהאט פארשפרייט אזוי גערופענע סליפער אגענטען וועלכע האבען געדארפט שלאפען פאר א מינימום 20 30 יאר פאר זיי האבען אנגעפאנגען צי ארבעטען פאר די רוסישע מאנופילעטערס,

נאכדעם וואס קאמוניזים איז ציפאלען פאר געציילטע יאר אין רוסלאנד, האט אנגעפאנגען ארויסציקומען אינפא וועגען די פראגראם,
אבער פוטין האט נאך אפגעשטעלט די ליקס לויט געוויסע עקספערטען סוף ניינציגער יארען נאך פאר ער איז געווארען עמטליך פרעזידענט און אונטער גענומען א מאסיווע ליצנות קאמפיין קעגען די ליעקס, און נאכדעם האט גאר שטארק פארברייטערט די פראגראם,
אבער לכל הדעות האט ער דעס אויסגעברייטערט נאכדעם וואס ער איז שוין געזיצען אויפען זאטעל.

צווישען די אנדערע אומלעגאלע זאכען און פראבלעמען לויט די פראגראם איז געווען אז די קינדער זענען געווען לעגאלע רוסישע בירגער וועלכע באלאנגען -לויט זייער פאטערס קאנטראקט- פאר סטאלין פאר פוטין און פאר פריגאזען אגענטורען אבער זיי זענען אויפגעוואקסען ווי אומשילדיגע אמעריקאנע אדער קאנאדישע בירגער וועלכע האבען אפי נישט געוויסט אז זיי -גענצליך אמעריקאנע בירגער- זענען עבדים פאר די עף עס בי, און ווען זיי זענען געוואר געווארען און זיי האבען זיך נישט געוואלט צישטעלען האט מען זיי קודם גערופען צי א פסיכאלאגישע קורס זיי צו ברעינוואשען מיט קאמוניסטישע רוסישע פראפאגאנדע און שקרים
(אזאלכע פראפאגאנדע וועלכע אונזערע בחורים און אינגעלייט שטויסען זיך ליידער לעצטענס אן אויף אינטערנעט, טעלעגראם קאנאלען, האטליינס וכו')

טאמער סאיז אבער נישט געגאנגען מיט גוטענס האבען זיי אפיר גענומען מאמע רוסלאנדס אנדערע "איידעלע מיטלען" און זיך מטפל געווען מיט זיי ,

די אמעריקאנע גאס האט זיך באקענט דערמיט אונטער אבאמאס צייטען ווען די עף בי איי האט אנדעקט אז זיי גייען שוין נאך פאר "צענדליגע יאר" געוויסע "אומלעגאלע" און גאר געהיימע מעטאדען וואס די בוש אדמינסטראציע האט איינגעפירט,

אבער אבאמא האט "פאר א סיבה" דעס ארויסגעגעבען און צירוק געשיקט פאר רוסלאנד "די אומלעגאלע"

און געהיים האבען עשקראפט, טשעיני, לינזי גרעהעם, זשאן מעקעין, געקאכט אויף אבאמא און זיין לינקע אטורני גענעראל האלדער פאר ארויסגעבען די אינפארמאציע,

אבאמא האט שנעל מיט די הילף פון די מידיא ארויסגעלייגט א קאמפליצירטע תירוץ פארוואס דעס איז ארויסגעקומען צום גאס , (ליין פארוואס מהאט געמוזט ענדיגען פלוצים די אויספארשונג) די תירוץ האט געשמעקט פון פאליטיקס

(איך קען יעצט נישט אריינגיין און אריכות ווייל מדארף האבען גאנצעטע בלעטער דעס דורך צי גיין ואין כאן מקום, ווי למשל איך וועל געבען צוויי דוגמת אויפן שפיץ גאפעל,

דא איז געווען אינוואלווד נאך זאכען מיט דעם אבאמא, אז פוטין מיט זיין רוסישע שפיאנען האבען געהאלפען חיזבאללה מיט איראן שמוגעלען טייערע קארס ארויס פון אמעריקע דורך מעקסיקא און דורך די זעלבע רוטס האבען די רוסען זיכער געמאכט אז דראגס פליסט אריין קיין אמעריקע און מעקסיקא (די אוקריינע פון אמעריקע) בלייבט אן אומסטאבילע שכן פאר איר גרעסטע טרעד די פרייע אמעריקע,
די יוסטיץ דעפארטמענט האט אריינגעלייגט גאר אסאך כוחות און כאפען די רינג, וועלכע איז געשטאנען אונטער די ארגאנזירטע מאסיווע קאר גניבות ביינונז אין ניו יארק, די אינוועסטיגאציע האבען געהאלטען גאר ווייט, אבער אבאמא האט אפגעשטעלט די אויספארשונג אויף די בקשה פון פוטין אין איראן,

און דאס האט אויפגעהויבען אויגען ברעמען איבער די לענג און ברייט פון די אמעריקאנע זיכערהייט אגענטורען וועלכע זענען נאכנישט געווען אנגעפילט מיט לינקע עלעמענטען אבער זיי האבען פארשטייט זיך געשוויגען ווייל זיי האבען געהאט דרך ארץ פאר די אמעריקאנע פרעזידענט,

נאכדעם איז געווען נאך אישוס ווי למשל רוסלאנד און כינע האבען אריינגעפאנדעלט שווערע געלטער און אבאמאס קאמפיין מיט די הילף פון די סליפער אגענטען און סאיז געווען ציטיילט און קליינע נדבות מיט שטרוי אקאונטס,

אבער ווען אבאמא איז געווארען פרעזידענט זענען די אלע אויספארשונגען פון די וואל קאמיטען געגאנגען שלאפען,

נאכדעם איז געווען אישוס ווען צענדליגע פראו רוסישע לינקע דייטשען און אייראפעיער זענען געקומען וואלענטורען פאר די לינקע אבאמא )

צירוק צו די סליפער אגענטען , אסאך אין די אינטעל קאמיונעטי האבען אנגעוויזען אז די תירוצים וואס זיי האבען אנגעגעבען , צי ברענגען אן ענדע צי די קאנטער שפיאנאזש אויף די אומלעגאלע , איז געווען מעשה בכל יום און גארנישט אוט אף די ארדענערי און אבאמא האט זייער גוט געוויסט דערפון,

די ספעצפישע עף בי איי קאנטער שפיאנאזש אפאראציע האט געהאט די קאוד נאמען " אפאראציע רוחות מעשיות" ghost) stories )

לאמיר גיין ווייטער, צווישען די ארבעט פון די סליפער אגענטען איז געווען אזאלכע וואס זענען געווען געשטעלט זיך אריינצידרייען צווישען די לאטינאס און אנדערע מינאריטעטען און ווערען רעדאקטערס ביי זייערע מידיא און שפייען האס קעגען אמעריקע און מסביר זיין פארוואס פוטין אין פיניג פינג זענען היראוס,

איינע פון די צייטונגען וואס איז געווען קאנטראלירט דורך פוטינס אגענט מיטען נאמען פאלאוועז א רעספעקטירטער קאלומניסט און רעדאקטער, מיט א פאלשע אינדענטעיט,
איז געווען די גרעסטע ספאנישע מידיא נעץ און ניו יארק מיט די נאמען על דיאריע לע פארנאסע
דארט האט זי געגאסען פעך און שוועבעל אויף אמעריקע ,

אויב איז די מעשה נאכנישט גענוג אינטערסאנט איז דא א אינטערסאנטע קרישקעלע וואס האט זיך אפגעשפילט מיט די צען סליפער אגענטען וועלכע אבאמא האט גראד צירוק געשיקט קיין וויען און פון דארט צי פוטין פריגאזין,

אמעריקע האט דורך געפירט אין איילעניש די אויפטויש וועלכע נעמט געווענליך חדשים אויב נישט יארען,
און באקומען פאר זיי איינער וואס איז געווען פארכאפט דורך פוטין פארען זיין אן אגענט פאר ענגלאנד נאך אונטער די קאמוניסטען, פוטין האט אים ארעסטירט נאכדעם וואס ער האט עס פארציילט יארען שפעטער ווען די סאוויעטישע רעזשים קעגען וועם ער האט שפיאנירט האט שוין נישט עקזעסטירט און סאיז געווען אויף איר פלאץ די רוסישע דעמאקראטישע גאווערמענט,
דעס אזוי ווי דייטשלאנד וואלט יעצט ארעסטירט איינעם פארען שפיאנירען קעגען די נאציס,

הפנים דער שפיאן האט געהייסען סערעגעי סקריפעל, עטס קענטס די נאמען?

יא דער וואס פוטין האט געטרייט צי פארסאמען נאכען אויסטויש,

אבער די סקריפעל האט געארבעט און א קעי זשי בי דעפארטמענט וועלכע האט זיך אפגעגעבען אין אונטער גראבען פאליטיקס און מערב לענדער, און בפרט האבען זיי געדארפט פראדוצירען שמוץ קעגען מערב פאליטישענס..

דער סקריפעל איז געשטאנען פון ענגלאנד און קאנטאקט מיט אקטיווע מעמבערס -אלטע חבירים- פון יענע דעפארטמענט וועלכע איז קיינמאל נישט געגאנגען שלאפען נאר גאר געארבעט פאר פוטין מיט א פרישקייט,

זאליך גיין ווייטער?

אקעי אביסעל!

די סקריפעל האט באקומען א בקשה פון די אבאמא אינטעל חברה (וועלכע האבען געארבעט אונטער קלינטאנס קאמפיין) צי ער קען שאפען שמוץ אויף טראמפ פון די רוסישע שמוץ דיפארטמענט,
שמוץ אקעגען די טראמפ וועלכע האט פארפירט קעגען די פראו רוסישע פראו איראנע פראו טשיינע פאלעסיס, און געסטראשעט ער גייט מאכען ארדענונג ביי די גרעניץ שווערצערייען ,

פוטין האט אומשילדיגערהייט ציגעשטעלט שמוץ וועלכע סקריפעל האט געגעבען פאר איינעם וועלכע האט עס געגעבען פאר אבאמעס באאמטע וועלכע האבען עס אריינגעלייגט אין די ניו יארק טיימס, קעגען טראמפ וועלכע איז שוין געווען פרעזידענט עלעקט!
און די טיימס האט געשריבען אז אינטעל חברה האבען באקומען א בריפינג אז פוטין האט סחורה אויף טראמפ,

לכבוד דעם האט אבאמא געעפענט א אינוועסטיגעשען קעגען טראמפ פלין נאך פאר ער איז געווארען פרעזידענט, די באקאנטע ראשון קאלאאזשען, וועלכע האט אריינגעשלעפט טראמפ מיט זיינע קינדער און רינדער קאמפיין מענעזשערס לויערס אקאונטענטס און א קייט פון ענדלאזע אויספארשונגען,

אויספארשונגען וועלכע האלטען נאך אן ביז היינט ווילאנג טראמפ וועט לויפען פאר פרעזידענט,

ווי האט נאר פריגאזין געזאגט? יא יא שיקטס וואפען פאר אוקריינע אבער איך וועל ענק ארויסשניידען די לעבער און קישקעס פאר די נעקסטע פרעזידענט וואלען..

ברעג וואס טוט זיך?)

נישט איבערגעקוקט אבער געגאנגען
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום זונטאג מארטש 26, 2023 7:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

דער טערקישער ערדואן זאגט אז טערקיי האט צי פארקויפען פרישע בייראקטארס
פרישערע מאדעלס ווי די פאריגע
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

March 27
אטעטשמענטס
3 27 23 1.png
3 27 23 1.png (43.74 KiB) געזען 7996 מאל
3 27 23 2.png
3 27 23 2.png (84.61 KiB) געזען 7996 מאל
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

British Update - March 27
אטעטשמענטס
British Update - March 27.jpg
British Update - March 27.jpg (68.88 KiB) געזען 7992 מאל
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

רוסלאנד האט געשאסען צוויי סעם 300 מיסעלס אויף הייזער און סלאוויאנסק, צוויי זענען אומגעקומען און 25 זענען פארוואונדעט
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

די פרעזידענט פון ליטווענע האט היינט געזאגט אז מברויך אפשטעלען דעם רוס ביפאר ער שאפט א נוקלארע דיזעסטערס

און אנדערע נייעס מעלדט "דער שפיגעל" אז 18 לעפערד טאנקען פון דויטשלאנד זענען שוין אנגעקומען קיין אוקריינע

ווי אויך מעלדען זיי אז 40 מערדער טרעקלעך זענען שוין און אוקריינע
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אויפרייסען זענען געהערט געווארען אין מעלטאפול
לויט באריכטען האבען די אוקריינע געצילט א בנין ווי די רוסישע אקופירער האלטען זיך אויף,

די רוסישע סטעיט מידיא מעלדט אז אין מאריאפעל האבען די אוקריינער געצילט די קאר פון די הויפט סיטי פאליציי אבער ער האט עס דורך געלעבט
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

די אוקריינער וועלכע האבען זיך טרענירט אויף די בריטישע טשעלענזשער 2 טאנקען זענען צירוק אין אוקריינע נאכען ענדיגען זייערע טרענירונגען
יהק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:40 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהק »

פרעזטענד זעלנסקי באזוכט זאפרישע פראנט ליינס
יהק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:40 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהק »

די אוקריינע גענארלן קוקן איבער די באשלוס פון אנהאלטן באקמוט . מצב נישט גוט
יהק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:40 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהק »

די אוקריינע מילטער איז מודה און אנערקענט אז אדוויקא איז די נעקסט באקמוט
רואה חשבונות
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואה חשבונות »

TASS news: א באמבע האט אויגעריסן דעם קאר פונעם רוסישער געשטעלטער פאליס טשיף אין מאריאפאל ווי ער איז לייכט פארוואונדעט געווארן.
רואה חשבונות
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואה חשבונות »

אוקריינע, עסטאניע, ליטע און פולין האבן אפעלירט אין א געמיינזאמען סטעיטמענט צו די (IOC) אלימפיק שפיל ארגענעזאציע אויסצושליסן רוסלאנד און בעלערוסער שפילער פון 24' אלימפיקס.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

מעמד חלוקת פרסים אינעם זאפאראזשיע ראיאן בראשות הנשיא זעלענסקי.

https://www.dropbox.com/s/zdanlv0n84vhh ... 4.mp4?dl=0
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

אונגארן ראטיפיצירט פינלאנד'ס אריינטריט אין נאטא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21037
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

א שווארצע וואלקן העכער מאסקווע האט געהויבן די האר (פון ביבער היט) פון די אומוויסענדע איינואוינער אויסרופנדיג שרעק............. למעשה איז עס געווען א טראנספארמער וואס האט ערגיץ ווי אויפגעריסן אדער א פייערווארקס טעסט, גארנישט מער.

Screenshot (106).png
Screenshot (106).png (168.64 KiB) געזען 2013 מאל
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אוקריינע האט פארעפענטליך בילדער וויאזוי גאנצע געביידעס פלאקערען אין באקמוט די נאכט
חלקים פון באקמוט איז א שטיק פייער
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21037
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

אין מינסק - בעלארוס ברענט א גרויסע פייער, לאקאלע איינואוינער באריכטן אז עטליכע אויפרייסן זענען געהערט געווארן פארדעם.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”