רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

זייטיגע נאטיץ
📌

אפיציעלע דערמאנונג: די אשכול איז א זעראו טאלעראנץ פאליסי אשכול - מען קען אויסגעשלאסן ווערן אן קיין ווארענונג פארן פארלעצן די תקנות. עס איז בלויז ערלויבט צו שרייבן נייעס!! פראגעס, קאמענטארן אדער אנאליזן זענען נישט ערלויבט.

פאר די ספעציעלע קאמענטארן אשכול דריקט דא.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16516
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אין בעפארברייטונג צו זיין באזיך אין רוסלאנד האט דזשינפינג פאבליצירט אן ארטיקל פאר די רוסישע מידיע.

דזשינפינג רעדט ארום איבער זיין פריינטשאפט מיט רוסלאנד און נאך

עטליכע אויסצוגן
20230319_231829.jpg
20230319_231829.jpg (259.5 KiB) געזען 7060 מאל
20230319_231838.jpg
20230319_231838.jpg (256.43 KiB) געזען 7060 מאל
20230319_231827.jpg
20230319_231827.jpg (272.64 KiB) געזען 7060 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16516
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

צו דער זעלבע צייט האט פרעזידענט פוטין אפגעשריבן אן ארטיקל וואס איז געווארן פאבליצירט אין די כינעזער סטעיט געפירטע מידיע.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16516
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 04, 2023 11:49 pm
נקדימון האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 13, 2023 8:54 am
נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:
די טיימס ווייסט צו פארציילן אז אמעריקא שלעפט ארויס בערך 300 טויזנט 155 מילימעטער ארטילעריע רונדעס וואס זי האלט אויף אין מדינת ישראל צו שיקן פאר אוקריינע.

---
אמעריקא שיקט שוין מער וואפן פון מדינת ישראל זאפאסן ווי מדינת ישראל אליינס...
צוויי קלייניגקייטן וואס קומט מיר אין קאפ. קען זיין אמעריקא וויל אנגרייטן אוקריינע צו זיין אויסשטאפירט ביי זייער נעקסטע קאנטער אפענסיווע. לעצטנס איז דא שיינע פעקלעך מיט וואפנס און האפענטליך די זיצונג די וואך וועט ברענגן פירות. די אייראפעישע פון זייער זייט וועלן זייער מעגליך באקומען רשות פון דייטשלאנד פאר טאנקען און ענגלאנד האט שוין אויך געמאלדן שיינע פעקלעך וואס וועלן קומען בקרוב וכו'.

דאס אלעס איז שריט אין די ריכטיגע דירעקציע פון שיקן מער מאכטפולע וואפנס פאר אוקריינע.

נאך עפעס וואס איך טראכט איז, אז אפי' די מערב וועלט שטייט ווייטער צו די האנט פון אוקריינע און וויל געבן וואפנס איז "האבן די מעגליכקייט" צו געבן אויך עפעס וואס איז גאר וויכטיג.

נישט יעדער לאנד זיצט מיט זאפאסן פון וואפן צו שיקן קיין אוקריינע.

צום ביישפיל פראנקרייך האט געהאט געגעבען בערך א דריטל פון זייער סיזער האוויטצער פלאטע. זיי זיצן נישט מיט צוויי הונדערט שטיק.

וואפנס נעמט צייט צו פראדוצירן. אמאל וואכן, און צומאל חדשים און אפי' יארן...

צוויי טויזנט טאנקען לעפערד-2 עוועליבל פאר אוקריינע... האו אבאוט ריינמעטאל וועט האבן קארגע צוואנציג שטיק און נישט יעצט נאר אין יאר ארום...

אמעריקא האט אויך נישט ענדלאזע זאפאסן פון ארטילעריע רונדעס. אמעריקא קען אויך אויסלויפן פון געוויסע וואפנס. (געוויס קענען זיי טון דראסטישע שריט צו ארויפשרויפן די פראדוקציע אבער דערווייל איז עס נישט דארט).

אוקריינע דארף א געשאצטע הונדערט טויזנט ארטילעריע רונדעס חודש'לעך.

אמעריקא פאבריצירט פערצן טויזנט חודש'לעך...

אמעריקא האט געמאלדן עטליכע חדשים צוריק אז זיי לייגן אריין כוחות צו הייבן די פראדוקציע און וועט פראדוצירן צוואנציג טויזנט 155 מילימעטער ארטילעריע רונדעס ביי די זומער און פערציג טויזנט רונדעס ביי יארע 2025.

גאנץ אייראפע פראדוצירט יערליך ווייניגער פון וויפיל אוקריינע האט פארניצט אין א האלבער יאר.

צו דאס איז א זאפארטיגע פראבלעם? יא. צו עס זיך אן יעצט אויף די מינוט? ניין.

אויב די קריג גייט אזוי אנגיין פאר ווער ווייסט ווי לאנג גייט מען דארפן שארף הייבן די פראדוקציע.

רוסלאנד פארמאגט אפשר אפילו שטערקער די פראבלעם. רוסלאנד האט פארניצט צוריק אין יוני הונדערטע טויזנטע רונדעס. פרובירנדיג צו דעקן די לאך פון זייער מאנסקראפט דעפעציט.

דאס איז ווארשיינלעך פארוואס זיי האבן היפש פארמינערט די באראזשן די לעצטע חדשים ווען זיי פרובירן צו שפארן וויפיל זיי קענען ביז זיי באווייזן צו פראדוצירן מער רונדעס.
גיטע נייעס פון די פענטעגאן היינט. די פענטעגאן זאגט אז אמעריקא וועט קענען הייבן איר פראדוקציע פון די הונדערט פינעוו אין פופציג מילימעטער ארטילעריע רונדעס אויף אזויפיל ווי ניינציג טויזנט שטיק חודש'לעך אין צוויי יאר פון יעצט.

דאס איז א זעקס הונדערט פראצענט שפרינג אין פראדוקציע אין צוויי יאר.
גיט מארגן. נאט"א סעקרעטאר גענעראל סטאלטנבערג וועקט זיך אויף אז די פראבלעם איז עכט.

אוקריינע פארניצט ריזיגע סכומים פון אמוניציע. סך מער פון וויפיל אייראפעישע לענדער פראדוצירן יערליך. די פראדוקציע טיימליין איז חדשים אויב נישט יארן.
20230213_083812.jpg

---
און בד"וו מען רעדט פון טאנקען און פליגערס. אלעס איז שיין און מעכטיג. געס וואט. נאך הונדערטע טויזנטע ארטילעריע אמוניציע רונדעס איז וואס אוקריינע דארף יעצט עיסעפ. בעפאר פליגערס און טאנקען.

אוקריינע דארף קריטיש א סך ארטילעריע רונדעס, א סך לופט פארטיידיגונס סיסטעמען, אינפאנטריע טרעקלעך (ברעדליס איז גיטע נייעס), לאנג שטרעקיגע געצילטע מיסילס (איידיעלי עיטאקמס. כאטשיג באקומען די אוקריינער דזשי-על-עס-די-בי באמבעס. מעגליך אבער נישט בעפאר לאנגע חדשים ארום). דערנאך טאנקען און דערנאך פליגערס.

דאס זענען די פריאריטעטן אין א סדר פאר די אוקריינער מיליטער.

דאס מיינט נישט אז אוקריינער פילאטן זאלן ווארטן. זיי זאלן זאפארט אנהייבן טרענירונג כדאי צו זיין גרייט ווען מען וועט באשליסן יא צו געבן פליגערס נישט צו אנהייבן פון אלף דעמאלטס.
עס איז אבאוט טיים זיך צו געבן אן ערענסטע שאקל.

"ארטילעריע איז די נומער 1 זאך וואס אונזער מיליטער דארף. ביידע סיסטעמען און ארטילעריע רונדעס אין ריזיגע ציפערן" פרעזידענט זעלענסקי נעכטן אין לעמבערג איבער דאס וויכטיגסטע וואס זיין מיליטער דארף צו קענען אנגיין און מצליח זיין.

---
אוקריינע פארלאנגט פון די אייראפעישע פאראיין א פערטל מיליאן רונדעס חודש'לעך צו פארגרינגערן א קריטישע שארטעדזש אין די אוקריינער זאפאסן.

רעזניקאוו זאגט אז זיין לאנד פארניצט יעצט בלויז א פיפטעל פון וויפיל זי קען פארניצן א חודש צוליב די שוואכע סופלייען.

צו איבער'חזר'ן נאכאמאל אויב איינער איז נישט קלאר די וויכטיגקייט און דרינגנטקייט דערפון.

די אייראפעישע פאראיין האט פראדוצירט בערך 300 טויזנט ארטילעריע רונדעס דורכאויס די גאנצע יאר 2022.

אוקריינע פארניצט בערך 100 טויזנט ארטילעריע רונדעס יעדער חודש.

די מערב וועלט איז שפעט אין די געים. זי דארף טרעפן א וועג צו דראסטיש הייבן די פראדוקציע מיט ריזיגע ציפערן און סאם האו נישט אין צוויי דריי יאר פון יעצט נאר שנעלער פון דעם.

(אמעריקא דארף זיין גאר שטייף אויף כינע אז זיי זאלן נישט באשליסן צו שיקן ארטילעריע רונדעס פאר רוסלאנד. דאס איז פון די וויכטיגסטע באשטאנדטיילן אין די קריג).

די אייראפעישע פאראיין האט פאריגער וואך געמאלדן אז זי גייט צושטעלן אמוניציע אין די ווערד פון א ביליאן יורא (איך ווייס נישט וויפיל רונדעס דאס באטרעפט. איך בין נישט זיכער עס איז ווער ווייסט וואס. אפשר עטליכע חדשים ווערד?). עטליכע חדשים ווערד איז געוויס א שטארקע הילף.
20230304_234118.jpg
איך קען זאגן אז א סטאבילע און ברייטע פלוס פון ארטילעריע רונדעס פאר די אוקריינער מיליטער איז בפשטות דער נומער 1 פראבלעם וואס דארף ווערן געלעזט.

ווי לאנג דאס איז נישט געלעזט קענסטו שיקן אבראמס מיט מיג 29 פליגערס פון היינט ביז נעכטן.

איך מיין די וועלט וועקט זיך שוין צוביסלעך אויף אז דאס איז ווי די פאוקוס דארף זיין גאר שטארק. אבער נאכנישט געניג. עס דארף פארנעמען א שטארקערע ארט אויפן אויבנאן.

צו מען וויל צו נישט, אוקריינע און שטייצעך רוסלאנד זענען אן ארטילעריע ארמיי. וויאזוי די אוקריינער ארמיי גייט אויסקוקען אין צען יאר ארום ווייסעך נישט. אבער לעת עתה זענען זיי אן ארטילעריע ארמיי.

און אן ארטילעריע ארמיי קען נאר געוואונען ווען עס איז דא ארטילעריע מאשינען און רונדעס מיט א ברייטקייט. אן ארטילעריע קען זי נישט פונקציאנירן געהעריג.

ווער עס לויפט אויס ערשט פון ארטילעריע רונדעס איז געווענליך דער פארלירער אינעם קריג.

איך האב נישט ליב צו פרעדיקטען אבער עס איז דא שאנסן אז דא קען זיך עס אויך אזוי אויסשפילן.

מארגן דארף פארקומען א זיצונג ווי די קריגס מיניסטארן פון די אייראפעישע פאראיין לענדער וועלן זיצן אין בריסל צו מטכס עצה זיין אויף וויאזוי צו ארויפשרויפן די פראדוקציע פון מער ארטילעריע רונדעס. ספעציפיש די 155 מילימעטער רונדעס.

די רעדע איז דערווייל איבער איין ביליאן יורא וואס ווערט רעזערווירט צו העלפן שאפן מער ארטילעריע רונדעס.

עס בלייבט איבער צו זען וויאזוי זיי גייען לייזן די פראבלעם. צו מיט נייע פאבריקן, צו גאר אז א רייע לענדער וועלן זיך אויסלעהרן די טאשן פון זייער עקזיסטירנדע זאפאסן פאר דערווייל, מיט די חשבון אז זיי קענען באין ברירה ווארטן עטליכע יאר ביז זיי קענען צוריק אנפילן זייער זאפאסן צו די געהעריגע שטאפלען.

אבי אז אוקריינע זאל באקומען וואס זי דארף.

די פראבלעמען זענען נישט קיין קליינע. עס איז נישט בלויז אז פראדוקציע פאר די ארטילעריע רונדעס זענען ביי פילע פאבריקן שוין יעצט ביי 100% קאפאציטעט. און עס איז שווער צו צולייגן גרויסע ציפערן אין א שנעלע צייט.

עס איז אויך דא ערענסטע פראבלעמען צו באקומען די רויע מאטריאלן געניצט צו פראדוצירן ארטילעריע רונדעס. צו איז עס די גאן פוידער שטויב, אדער די טנ"ט אויפרייס מאטריאל וואס ווערט אריינגעלייגט אינעם קויל צו אנדערע באשטאנדטיילן.

עס איז א פודאמענטאלער פראבלעם. אייראפעישע לענדער זענען שוין לאנג נישט אויסגעשטעלט און גיט אהערגעשטעלט פאר לאנג פארצויגענע מלחמות.

לאמיר האפן די זיצונג וועט ברענגן פאקטישע לעזונגען צו די פראבלעם.

די פראבלעם איז נישט נאר פאר אוקריינע. רוסלאנד פארמאגט אויך די פראבלעם. איך ווייס נישט זייער סטאק לעוועלס און וויפיל פון זיי קענען נאך געניצט ווערן. רוסלאנד פארניצט שוין היפש ווייניגער ארטילעריע רונדעס. נאכאלץ אפשר צוויי ביז דריי מאל מער פון אוקריינע. פארט ווייניגער ווי אמאל.

רוסלאנד מיטשעט זיך צו לעזן די פראבלעם און איינע פון זייערע פרואוון צו לינדערן די קריזיס איז צו פרובירן צו קריכן קיין איראן, כינע צו גאר צפון קארעא.
רואה חשבונות
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואה חשבונות »

טשיינע פרעזידענט האט נאר וואס געלאנדעט אין רוסלאנד.

רוסלאנד האט געפרוירן אלע נכסים פון די דייטשע קאר פירמע 'וואלקסוועגן' וואס זיי האבן דארט איבערגעלאזט אין לאנד.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24011
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

רואה חשבונות האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 6:42 am
טשיינע פרעזידענט האט נאר וואס געלאנדעט אין רוסלאנד.
ויבוא

https://www.dropbox.com/s/4nvam0od9lmrg ... 0.mp4?dl=0

ישראל_הלוי האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 7:38 am
רואה חשבונות האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 6:42 am
טשיינע פרעזידענט האט נאר וואס געלאנדעט אין רוסלאנד.
ויבוא

https://www.dropbox.com/s/4nvam0od9lmrg ... 0.mp4?dl=0
אטעטשמענטס
IMG_20230320_075343_101.jpg
IMG_20230320_075343_101.jpg (62.13 KiB) געזען 5513 מאל
IMG_20230320_075354_485.jpg
IMG_20230320_075354_485.jpg (68.86 KiB) געזען 5513 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24011
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

פוטין איז נישט ארויס אפווארטן דעם חשוב'ן גאסט ביים לופטפעלד.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24011
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

ווי געמאלדן אויבן וועט דזשינפינג מעגליך אנרופן זעלענסקי'ן נאכן באזוך אין מאסקווע.
אטעטשמענטס
20230320_075931.jpg
20230320_075931.jpg (58.61 KiB) געזען 5471 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24011
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

דרום אפריקע זאגט אז זי איז באוויסטזיניג איבער אירע לעגאלע התחייבות'ער צו די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט, בנוגע די ארעסט ווארענט פאר פרעזידענט פוטין.

די BRICS סאמיט קומט פאר אין דרום אפריקע אין אוגוסט.

BRICS שטייט פאר די מעמבער שטאטן, בראזיל, רוסלאנד, אינדיע, כינע און סאוט אפריקע.
אטעטשמענטס
20230320_080117.jpg
20230320_080117.jpg (37.58 KiB) געזען 5438 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24011
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

רוסלאנד וועט אדורכפירן א קרימינאלע אויספארשונג אויף די ICC אין ליכט פון זייער ארעסט ווארענט אויפן פרעזידענט.
אטעטשמענטס
Screenshot_20230320-080855_Chrome.jpg
Screenshot_20230320-080855_Chrome.jpg (358.78 KiB) געזען 5425 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24011
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

מעדעוודעוו סטראשעט אויף טעלעגראם צו באשיסן די ICC מיט א הייפערסאניק קינזעל מיסיל. ער ענדיגט צו "ריכטער, קוקט ארויף פארזיכטיג צום הימל".
אטעטשמענטס
20230320_081503.jpg
20230320_081503.jpg (25.36 KiB) געזען 5380 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24011
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

אוקריינער אויסערן מיניסטער: קיעוו ערווארט פון בעידזשינג אויסצונוצן איר השפעה אויף מאסקווע צו לייגן א סוף צו איר קריג אנטקעגן אוקריינע.
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3248
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

March 20
אטעטשמענטס
3 20 23 1.png
3 20 23 1.png (44.29 KiB) געזען 5168 מאל
3 20 23 2.png
3 20 23 2.png (84.55 KiB) געזען 5168 מאל
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3248
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

British Update - March 20
אטעטשמענטס
British Update - March 20.jpg
British Update - March 20.jpg (61.23 KiB) געזען 5167 מאל
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8656
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 11:41 am
רוסישע אויסערן מעניסטוריום: די ווייץ דיעל מיט אוקריינא איז פארלענגערט געווארן פאר 60 טעג.
----

אוקריינא האט זיך געהאט געעקשנט אז ס'מוז זיין פאר עטליסט 120 טעג, זעהט אויס זיי האבן זיך געבראכן.
איך האב פארשטאנען אז די סיבה פארוואס די אוקריינאר ווילן דווקא פאר פיר חדשים איז ווייל זיי ווייסן אז אין צוויי חדשים גייט רוסלאנד האבן מיאוסע מפלות און אזוי אויך אטאקעס אין רוסלאנד גופא און אויב דארף מען עס פון פריש רינוען נאך צוויי חדשים גייט רוסלאנד זיכער נישט מסכים זיין, ווילן זיי עטליסט ביז 4 חדשים א חודש ארויס פון ספרינג.
אוקריינא מיט טערקיי זאגן אז די גרעין דיעל איז פאר 120 טעג.

ווי איך פארשטיי שטייט נישט קלאר ארויס אינעם הסכם א דאטום צוליב וואס מ'האט זיך נישט געקענט דורכקומען.
און מיר קוקט אויס אז נאך 60 טעג גייט די דיעל אטאטאמאטיש ווייטער אנגיין אזויווי נאך די קריימיע בריק אויפרייס וואס פוטין האט אפגעהאקט דעם דיעל און טערקיי האט געזאגט נישטא אזא זאך און אלעס איז ווייטער אנגעגאנגען.

----

רוסלאנד אויסערן מעניסטוריום האט היינט געזאגט אז כדי צו פארלענגערן די גרעין דיעל וועט די מערב וועלט מוזן אראפנעמען די סאנקציעס פון זייער בענקינג סיסטעם און פון סוויפט. (וואס באמת שטערט זיי נישט די סאנקציעס....) זעהט אויס אז זייער קעש איז אויסגעלאפן....

פוטין האט געזאגט אז אויב גייט נישט ווערן רעניוט די גרעין דיעל גייט ער שיקן פאר פרי די ווייץ צו די אפריקאנע לענדער.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8656
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

viewtopic.php?p=4190803#p4190803
למעשה האט די אי-יו זיך פאראייניגט אויף א צוויי ביליאן ארטילערי פראדוקשאן פאנד.

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 9:22 am
viewtopic.php?p=4190803#p4190803
למעשה האט די אי-יו זיך פאראייניגט אויף א צוויי ביליאן ארטילערי פראדוקשאן פאנד.
דאס קומט אויס א טאטעל פון א מיליאן שעלס!!...(עפעס שטימט נישט...)

אונגארן אז זיי גייען זיך נישט צושטעלן צו דעם דיעל צו פייענענסן די טויטליכע וואפן.
און ווי געווענטליך וועלן זיי ביי די ענד צאלן ווי געהעריג.

אוקריינא זעלנער האבן געענדיגט טרענירונג אויף די פארגעשריטענע Samp-t עיר דעפענס סיסטעם פון איטאליע און פראנקרייך.
זיי זענען אויפן וועג צוריק קיין אוקריינא מיטן בעטערי.

קוקט אויס ווי די אלע צוגעזאגעכטצער נאכן נייע יאר מיסיל אטאקע זענען שוין אדער קומען שוין אן קיין אוקריינא אזוי אויך די פאטריאט סיסטעם איז שוין אין אוקריינא.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

א B52 באמבאדיר פליגער באגריסט דעם כינעזער פרעזידענט פליענדיג גאר נאנט צום רוסישע גרעניץ
אטעטשמענטס
b-52 estonia.JPG
b-52 estonia.JPG (142.45 KiB) געזען 4067 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 9:25 am
צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 9:22 am
viewtopic.php?p=4190803#p4190803
למעשה האט די אי-יו זיך פאראייניגט אויף א צוויי ביליאן ארטילערי פראדוקשאן פאנד.
דאס קומט אויס א טאטעל פון א מיליאן שעלס!!...(עפעס שטימט נישט...)

אונגארן אז זיי גייען זיך נישט צושטעלן צו דעם דיעל צו פייענענסן די טויטליכע וואפן.
און ווי געווענטליך וועלן זיי ביי די ענד צאלן ווי געהעריג.
ארטילערי שטיקער איז נישט קיין טייערע אייטעם, אבער מען דארף דאס מאכן אין די מאסן ווי שנעלער.

איין ביליאן פון דעם באנד גייט גיין צו ריעמבערסן מעמבער לענדער וואס האבן מנדב געווען און זענען מנדב ארטילערי שטיקער, און דער עיקר איז אז איין ביליאן יורא גייט גיין צו באשטעלן פרישע ווארע פון אייראפעישע פאבריקן. האפנטליך מיינט דאס אז עס קומט מאסן פראדוקציע ווי עס באדארף זיין, כמבואר על ידי נקדימון דא אויבן.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24011
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

הנה מה טוב
אטעטשמענטס
20230320_101224.jpg
20230320_101224.jpg (187 KiB) געזען 3810 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24011
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

אמעריקע גרייט זיך צו אנאנסירן א פרישע הילף פעקל פאר אוקריינע אין די ווערט פון 350 מיליאן דאלער.

דאס פעקל אנטהאלט א גרויסע צאל פון פארשידענע סארטן אמוניציע, אשטייגער ווי ראקעטן פאר די היימארס סיסטעמען, און א צאל אויל טאנקירער טרעקלעך, ווי אויך קליינע שנעלע Riverine שיפלעך.
אטעטשמענטס
20230320_110541.jpg
20230320_110541.jpg (210.81 KiB) געזען 3051 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24011
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

TASS - די וואגנער גרופע זאגן אז 70 פראצענט פון באקמוט איז אונטער וואגנער קאנטראל.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”