די וואך דינסטאג האט די אינטערנאציאנאלע געריכט אין די האג געעפנט פארהערן וועלכע וועט לויפן פאר צוויי וואכן צייט איבער די קלאגע וועלכע אוקריינע האט אריינגעטראגן אקעגן רוסלאנד פארן אומלעגאל פינאנצירן סעפאראטיסטישע גרופעס אין מזרח אוקריינע און פארן דיסקרימינירן אקעגן נישט רוסישע אין די אנעקסירטע קריימיע
נאכפאלגנדיג די עפענונג סטעיטמענטס פון קיעוו האט מאסקווע היינט פארגעלייגט זייערע עפענונג קאמענטארן און רוסלאנד'ס אמאסאדאר צו די נעדערלאנד, אלעקסאנדער שולגין, האט געזאגט פאר די ריכטער אז רוסלאנד רעספעקטירט די געריכט און זוכט פרידליכע שליכטונגען אין די שטרייט
קיעוו האט שוין געפיילט די קלאגעס צוריק אין 2017 למספרם און באשולדיגט מאסקווע אין פארלעצן די אינטערנאציאנאלע קאנווענשאן צו אונטערדרוקן טעראריזם פינאנץ און די אינטערנאציאנאלע קאנווענשאן צו אונטערדרוקן טעראריזם פינאנץ
נאך צוויי וואכן פון פארהערן האט די וועלט געריכט געאורטיילט אז זי פארמאגט יוריסדיקציע אויסצוהערן די קעיס וועלכע איז די וואך געלאזט געווארן אין גאנג
אדוואקאט מייקל סוועינסטאן האט געמאכט די ארגומענט אז צו פארלעצן די אינטערנאציאנאלע קאנווענשאן צו אונטערדרוקן טעראריזם פינאנץ דארף מען שיקן דאס געלט מיט א דירעקטע ציהל צו פירן צו געוואלדטאטן און טעראר און עס איז נישט גענוג אויב דאס איז בלויז א קאנסקווענץ און זייטיגע רעזולטאט פון די פאנדינג
רוסלאנד'ס אדוואקאט אין די קעיס איז ארגינעל געווען דער פראמינענטע אינטערנאציאנאלע אדוואקאט אלעין פעלעט אבער סוועינסטאן האט אים ערזעצט נאך וואס פעלעט האט זיך אפגעשאקלט פון די קעיס נאך די רוסישע אינוואזיע אויף אוקריינע
איבער די אנגעבליכע פארלעצונג פון אינטערנאציאנאלע קאנווענשאן צו אונטערדרוקן טעראריזם פינאנץ האט רוסלאנד'ס פערמענאנטע דעפיוטי רעפרעזענטאט צו די יו ען מאריא זאבאלאטסקאיא געזאגט פאר די ריכטער אז אוקריינע איז די וועלכע פירט דורך ראסע דיסקרימינאציע אקעגן רוסיש רעדנדע ביי איר אין לאנד און אז זינט 2014 למספרם ווען רוסלאנד האט איינגענומען די האלב אינזל איז די לעבנס קוואליטעט פון די איינוואוינער שטארק פארבעסערט געווארן
קומענדיגע וואך וועלן די פארהערן פארזעצן מיט א רעאקציע פון קיעוו
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פריים מיניסטער סונאק פון בריטאניע איז פון נעכטן אין וואשינגטאן, ווי ער דארף זיך באלד טרעפן מיט פרעזידענט ביידן.
שטייצעך אז די מלחמה איז דער עיקר נושא אויפן טיש.
סונאק וויל באקומען פון ביידן אז מען זאל שטעלן בריטישער פארטיידיגונגס מיניסטער קריס וואלעס בראש פון נאטא ווען סטאלטענבערג וועט בקרוב אפטרעטן.
קען זיין אז מען וועט הערן פון זײ עפעס.
--------
עס איז פריער פארגעקומען א העווי גענג אף עיט בריפינג אף קעפיטעל היל דורך די שפיאנאזש געמיינדע, פשטות איבער די אפענסיווע.
(גענג אף עיט זענען די מנהיגים פון ביידע פארטייען און ביידע הייזער, איז עס שניהם שהם ארבעה, און די פיר פירער פון די אינטעל קאמיטעען און ביידע הייזער, איז עס נאך שניהם שהם ארבעה.)
רוסלאנד האט באוויזן צו סטאביליזירן און צוריק שטעלן די פלוס פון א צאל וויכטיגע באשטאנדטיילן און טשיפס צו פראדוצירן נייע וואפנס, אזוי ווי בעפאר די אינוואזיע. אויסמיידענדיג די מערב וועלט סאנקציעס.
א גרויסער טייל פון די שולד גייט אויף אזאנע לענדער ווי גרויזיע. ארמעניע, קאזאכסטאן, טערקיי און די פאראייניגטע אראבישע אמיראטן.
אוקריינישע מעקס פרא (בריטישע ווערסיע) חרוב געווארן אין Novodonetske דורך א מינע, אין די הענט פון די רוסן. די קרו האט איבערגעלעבט. (קוקט אויס אז סאיז פון די זונטאג מיסיע)
FyHxTHkWABQEwJS.jpg (94.98 KiB) געזען 4120 מאל
FyHxUJxWwAAA7la.jpg (157.22 KiB) געזען 4120 מאל
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
צוויי סיניער אפישלס פון ביידן'ס אדמיניסטראציע זאגן פאר CNN, אז די אוקריינער מיליטער האט געליטן שווערע פארלוסטן אין עקוויפמענט און מענטשן, אין די לעצטע פרואוון דורכצוברעכן די רוסישע דעפענס ליניעס, מער ווי מ'האט געטראכט אין קיעוו (ווייסעך נישט געטראכט ווען, פאר די אפענסיווע, אדער בשעת), צוזאמען מיט דעם האבן זיי קלאר געשטעלט: די פארלוסן וואס אוקריינע האט געליטן איז נישט ערוואטעט צו האבן א באדייטנדע ווירקונג אויף די המשך.
א ארבעטער אין די נוקאלערע פלענט אין זאפאריזשיא זאגט צו AFP: די רעזערוו וואסערן פון די אויפגעריסענע דאמבע קענען מער נישט אפקילן די רעאקטערס אין די נוקאלערע פלענט.
יונה פויגל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:18 pm
צוויי סיניער אפישלס פון ביידן'ס אדמיניסטראציע זאגן פאר CNN, אז די אוקריינער מיליטער האט געליטן שווערע פארלוסטן אין עקוויפמענט און מענטשן, אין די לעצטע פרואוון דורכצוברעכן די רוסישע דעפענס ליניעס, מער ווי מ'האט געטראכט אין קיעוו (ווייסעך נישט געטראכט ווען, פאר די אפענסיווע, אדער בשעת), צוזאמען מיט דעם האבן זיי קלאר געשטעלט: די פארלוסן וואס אוקריינע האט געליטן איז נישט ערוואטעט צו האבן א באדייטנדע ווירקונג אויף די המשך.
א ארבעטער אין די נוקאלערע פלענט אין זאפאריזשיא זאגט צו AFP: די רעזערוו וואסערן פון די אויפגעריסענע דאמבע קענען מער נישט אפקילן די רעאקטערס אין די נוקאלערע פלענט.
די CNN ארטיקל רעדט פון די ריקאן מיסיעס.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
די יודישע קהילה אין אוקריינע: די אויפרייסן וואס מ'הערט אין די געגנט פון אומאן זענען פון די דעפענס סיסטעם, ביטע זיין אויפמערקזאם צו די הוראות אין עמערדזשענסי צייטן.
זייטיגע נאטיץ
מיינע באריכטן זענען נאכגעשריבן פון פארשידענע מקורות, איך בין נישט קיין מלחמה עקספערט, און איך ווייס נישט וואס איז אמת און וואס איז נישט, אלזא די באריכטן - אלע פון זיי - זאלן גענומען ווערן מיט א זאלץ מעסטל, אדער נאכגעקוקט ווערן אין די מקור, וואס ווערט צומאל צוגעצייכנט
צוויי גילדען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 8:31 am
צוויי גילדען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 8:17 am
זעלענסקי איז היינט געווען באזוכן אין חערסאן, געגאנגען באזוכן א שעלטער פאר אנטלאפענע פון די פלאדעד עריעס.
אין רעזאלטאט פון זעלענסקי'ס באזוך. האבן די רוסן אנגעהויבן באשעלן חערסאן נאנסטאפ ציווילע ווערן נישט אפגעשוינט, אפאר שעלטערס פול מיט אנטלאפענע זענען געווארן באטראפן, באריכטן פון טויטע און פארוואנדערטע.
הרב משה אייזמאן אין כערסאן ביים פאלן כורעים זיך צו באשיצן פון רוסישע שעלס וואס זענען געשאסן געווארן. (ווי זאגט נאר יענע פרא רוסישע אקאונט: סאיז מינעס וואס רייסן אויף.... {אינמיטן שטאט?} כהייב אן ערענסט צו טראכטן אז סאיז געווען א אוקריינישע מעשה אויפצורייסן די מינעס).