אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

א טרוקענע פרוכטיגע רויטע וויין, געווענטליך פון יינות המשובחות מארה״ק.. לאו דווקא קארבאנעי, סיי ביינאכט סיי צופרי אויף א שיינעם שבת וכ״ש לכבוד יו״ט קויפן מען אביסל טייערער און מער, ווי אויך ווען ס׳דא א גאסט,
א ס׳דא א קידוש מאכט מען אויף ברוינפן געווענטליך א סקאטש א פולער בעכער… און דערנאך ביים סעודה געהעריג אויף וויין, פאר הבדלה בלייבט שוין נאר גרעיפ דזשוס, א חוץ אויב מ׳האט געעפפענט א צווייט פלעשל און ס׳איז געבליבן.. אגב זעמער מקפיד צו טרונקן וויין ביי של״ש
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

Blush Grape Juice
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

אפשר איז כדי צו עפענען א עקסטער אשכול פאר די נושא, בינעך געווען אין וויין געשעפט, קומט אריין איינער און פאקט אן די קאונטער מיט אלע סארט וויינען, פרעגט אים די סוחר, אזויפיל סארטן וויין האסטו ליעב?

ענפערט ער, נעע "דאס איז פאר מיין 13 יעריגע", דאס פאר מיין 15 יעריגס, און די טריקענע איז פאר מיין עלטערע בחור..

אלס א צוקוקער בינעך געשטאנען און געשטוינט, קען זיין איך קוק עס אן מיט א אמעריקאנע פארגרעבטע בליק אז מטאר נישט געבן פאר אנדערעיטש קיין וויין, אבער די וואונדער איז מיר נאך אלס, און סאיז מיר אינטערעסאנט צוהערן פונעם ציבור, צו מקויפט לכתחילה פאר יונגע בחורימלעך וויין ממינים שונים.
#בשיטה נישט
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

צ/ק

ליכטיגע קאלטע גרעיפ דזשוס

איך האב נישט ליב קיין וויין, ביי מיר טעיסטן זיי אלע די זעלבע

ביר און ברוינפן גלייך איך יא
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

בעסער אזוי האט געשריבן:צ/ק

ליכטיגע קאלטע גרעיפ דזשוס

איך האב נישט ליב קיין וויין, ביי מיר טעיסטן זיי אלע די זעלבע

ביר און ברוינפן גלייך איך יא


וועלקאם בעיק
ווילאנג דרייסטעך שוין דאהי?
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

מיר זענען שוין דא פון חול המועד ב"ה
(--ווערטערלאז--)
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

ס'איז מיר א חידוש אז אזויפיל אירע מאכן קידוש אויף גרעיפ דזושס, איך רעד נישט לגבי אויסגעהאלטנקייט. איך גלייך א גוטע פרוכטיגע וויין ביינאכט, זימער א גוטע קאלטע ראזעי, אין ציפרו א פולע בעכער ברויפן, כן חזיתי אצל אבותי.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

איך זעה אז בעיסיקלי מאכט יעדער קידוש אויף וואס ער האט געזען ביי זיין טאטע.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

מי שברך האט געשריבן:איך זעה אז בעיסיקלי מאכט יעדער קידוש אויף וואס ער האט געזען ביי זיין טאטע.

נאופ, מיין טאטע מאכט קידוש אויף קולעי וואסער פון קדם.. און ס׳גייט אים נישט אין קאפ אריין ׳פארדעם צאלסטו פופציג דאלער??׳…
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

מי שברך האט געשריבן:איך זעה אז בעיסיקלי מאכט יעדער קידוש אויף וואס ער האט געזען ביי זיין טאטע.

אין מיין טאטעס צייטן איז נישט געווען בנמצא טרוקענע וויינען אין די כשרע מארקעט
#בשיטה נישט
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

אלטע קוגל האט געשריבן:
יסוד ארי האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:Light grape juice


ערנסטע שאלה אויב ס'איז כשר אויף קידוש
זיכער נישט קיין לכתחלה

וואס די פראבלעם מיט Light?


viewtopic.php?f=5&t=32825&hilit=%D7%9C%D7%99%D7%99%D7%98+%D7%92%D7%A8%D7%A2%D7%99%D7%A4
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ליל שבת: שטארקע קארבענעי אדער מערלוי. דורכאויס די סעודה ווערט די באטל מער און מער דורכזיכטיג. עפעס לאזט מען איבער פאר הבדלה, ווי די גמ' זאגט.

צפרא דשבתא: יין שרף אויף א 3 אונסעס בעכער.

הבדלה: האלב וויין האלב גרעיפ דזשוס.


מי שברך האט געשריבן:איך זעה אז בעיסיקלי מאכט יעדער קידוש אויף וואס ער האט געזען ביי זיין טאטע.

נאופ. מיין טאטע נוצט ראזע וויין פאר קידוש והבדלה.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

לייטיש האט געשריבן:טריקענע רויטע וויין, געווענדלעך א קעבערנעי. רוב באטעל גייט ביינאכט. איך פרוביר צו ענדיגן די באטעל ביי די צופרי סעודה. הבדלה מאך איך אויף גרעיפ זשוס ווייל אזוי האב איך געזען ביי מיין טאטע.

אגב רבי חיים קנייבסקי האלט שטארק מזאל מאכן הבדלה אויף וויין פון די גמרא "כל המבדיל על היין במוצאי שבתות הויין לו בנים זכרים"

"אמר רבי חייא בר אבא אמר רבי יוחנן: כל המבדיל על היין במוצאי שבתות - הויין לו בנים זכרים, דכתיב: להבדיל בין הקדש ובין החול, וכתיב התם: להבדיל בין הטמא ובין הטהור, וסמיך ליה: אשה כי תזריע."

ר' חיים זאגט אויך אז ווער ס'פארנעמט נישט וויין פאר הבדלה זאל כאטש נעמען אביסל וויין און מישן מיט גרעיפ דזשוס, וכן אני נוהג.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

איך וואלט ווען זייער געוואלט טרינקען וויין אבער וואס זאלעך טון אז איך גלייך עס נישט
כהאב שוין געטרייט ביליגע, טייערע, זיסע, טריקענע, ווייסע, רויטע, ראזע, ארמון, קדם, הערצאג, טעפערבערג, שילו, וג״ו און אלעס טעסט ביי מיר די זעלבע.
ביטער, ציפעדיג, און די מאגן ברענט מיר…
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

פרישע קוגל האט געשריבן:איך וואלט ווען זייער געוואלט טרינקען וויין אבער וואס זאלעך טון אז איך גלייך עס נישט
כהאב שוין געטרייט ביליגע, טייערע, זיסע, טריקענע, ווייסע, רויטע, ראזע, ארמון, קדם, הערצאג, טעפערבערג, שילו, וג״ו און אלעס טעסט ביי מיר די זעלבע.
ביטער, ציפעדיג, און די מאגן ברענט מיר…

אפשר האסטע קאראנא!? :?
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

sheetrock האט געשריבן:ביינאכט אויף דעם
SmartSelect_20211002-213330_Gallery.jpg


צופרי אויף ברוינפן

כ'פלעג עס אמאל זייער גלייכן,געקויפט יעדע וואך, ביז כ'האב שוין נישט געקענט קוקן דערויף.
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

ס'וואלט געמעגט זיין א "וויין גרופע" דא אויפן וועלטל וואס מ'וועט ארויסשטעלן ביליגערע ($25 רעינדז) געלונגענע וויינען וואס מ'האט נארווואס געטרינקען, פארן עולם צי פארזיכן אויף קימעדיגע שבת.
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

ראש המערכה האט געשריבן:ס'וואלט געמעגט זיין א "וויין גרופע" דא אויפן וועלטל וואס מ'וועט ארויסשטעלן ביליגערע ($25 רעינדז) געלונגענע וויינען וואס מ'האט נארווואס געטרינקען, פארן עולם צי פארזיכן אויף קימעדיגע שבת.

ביסט מכובד צו עפענען
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

ראש המערכה האט געשריבן:ס'וואלט געמעגט זיין א "וויין גרופע" דא אויפן וועלטל וואס מ'וועט ארויסשטעלן ביליגערע ($25 רעינדז) געלונגענע וויינען וואס מ'האט נארווואס געטרינקען, פארן עולם צי פארזיכן אויף קימעדיגע שבת.

יאפ, אין עולם היין יבש מוז מען האבן חדשות כסדר
#בשיטה נישט
איזי גאואינג
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 29, 2018 10:40 pm

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזי גאואינג »

טרוקענע Champagne

געווענטליך, די רמב״ם Rosè
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

חמרא טבא האט געשריבן:די בלויע פארברענגן איז די זאך...

בילד?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

א פיפטער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
א פיפטער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איך האב אלץ אין שטוב די "פארברענגען" וויין פון פיר פראצענט, דאס נוצן די נשים אלס קידוש וויין, און אויך יום טוב נוצט מען דאס אלס א לייכטע וויין צו מקיים זיין דערמיט שמחת יו"ט.

איר זענט מקפיד צו געבן וויין פאר נשים?

ניין. זיי זענען מקפיד צו נעמען...

אויף די לייכטע וויינען שטייט נישט די ווארענונג פונעם גאווערמענט?..

שוין לאנג וואס איך ווינדער מיך אויף דעם, פון אלע surgeon generals די לעצטע 50 יאר, איז יעדער איינשטימיג מיט די מעסעדש?
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

בדרך כלל רויטע טרוקענע (£25-£35 רעינדזש). אמאל א יומא דפגרא אדער אנדערע שמחה, שעמפעין.

בייטאג מאך איך קידוש ביי מיין מאמע תחי' אויף בראנפען, און שפעטער אינדערהיים אויף וויין.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
א פיפטער
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 19, 2021 2:49 pm

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיפטער »

דממה דקה האט געשריבן:
א פיפטער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
א פיפטער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איך האב אלץ אין שטוב די "פארברענגען" וויין פון פיר פראצענט, דאס נוצן די נשים אלס קידוש וויין, און אויך יום טוב נוצט מען דאס אלס א לייכטע וויין צו מקיים זיין דערמיט שמחת יו"ט.

איר זענט מקפיד צו געבן וויין פאר נשים?

ניין. זיי זענען מקפיד צו נעמען...

אויף די לייכטע וויינען שטייט נישט די ווארענונג פונעם גאווערמענט?..

שוין לאנג וואס איך ווינדער מיך אויף דעם, פון אלע surgeon generals די לעצטע 50 יאר, איז יעדער איינשטימיג מיט די מעסעדש?

:roll: https://www.google.com/search?q=are+eve ... s-wiz-serp
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
אלטע קוגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע: דארטן

Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

.
אטעטשמענטס
26.jpg
26.jpg (80.99 KiB) געזען 598 מאל
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
צו געבן
https://go.thechesedfund.com/babyex7777gmailcom/grand
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”