בלאט 3 פון 32

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 2:42 pm
דורך SPXUP
זי זאגט אז מעקראן האט געזעהן א מלחמה און אוקריינע האט ער געמיינט ער איז פרעזידענט פון אייראפע און האט אונגאנצען פארגעסן אז ער איז פרעזידענט פון פראנקרייך

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 2:47 pm
דורך צל עובר
מעלאנטשין זאגט אז ביידע זענען זייער שלעכט, יעדער ברויך אליינס זעהן פאר וועלכן פון די צוויי איוועלס צו שטימען..

זאגט אבער אז לעפען איז אסאך ערגער. און מען זאל בשום אופן נישט שטימען פאר איר.

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 2:48 pm
דורך צל עובר
מעלאנטשין זאגט נאכאמאל דריי מאל נאכאנאנד, מארין לע פען זאל נישט באקומען קיין איין שטימע!

(זי מוז לכאורה האבן כאטש קרוב צו 40% פון זיינע מענטשן צו געווינען..)

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 2:57 pm
דורך רוב כוס
זייט 1965 האט קיינער נישט געוואנען ביים ערשטן רונדע .זייט 2002 האט קיין איין פרעזידענט געוואנען צוויי טערמינס

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 3:05 pm
דורך צל עובר
עריק זאמור, דער ארכי רעכטער קאנדידאט וואס איז געלאפן צו רעכטס פון לע פען און באקומען ארום 7% האט אינדארסט לע פען, איר ערשטע אינדארסמענט פון א צווייטן קאנדידאט היינט נאכט.


נאך א פיצי לינקע פארטיי פון ארום א דריי פערטל פראצענט האט אינדארסירט מאקראן.

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 4:12 pm
דורך הכל הבל
רעזולטאטן פון פראנקרייך מיט 40% געציילט

לע פען 28.20%
מאקרון 26.15%

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 4:15 pm
דורך נקדימון
אונטער וועמען די איבריגע קאנדידאטן ווארפן זייער שטיצע פאר רונדע צוויי

20220410_161434.jpg
20220410_161434.jpg (113.4 KiB) געזען 1304 מאל

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 4:16 pm
דורך נקדימון
20220410_161425~2.jpg
20220410_161425~2.jpg (63.94 KiB) געזען 1301 מאל

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 4:20 pm
דורך נקדימון
רעזולטאטן אין פראנקרייך וואלן מיט 45% שטימען געציילט

לע-פען 27.69%
אמטירנדער מאקרון 26.55%
מעלענשאן 18.53%

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 4:50 pm
דורך צל עובר
אזוי ווי אין רוב פלעצער אין אמעריקע, ציילט מען אויך אין פראנקרייך קודם די טראמפיסטישע געגענטער..

----------

לויט געוויסע עדזשאסטעד לויט די רעזולטאטן עקזיט פאולס איז דער חילוק צווישן לע פען מיט מעלאנטשין בלויז 0.8%, אראפ פון די איבער 3% וואס עס איז געווען ארגינעל, וואס מיינט אז עס איז בכלל נישט אזוי סעיף ווי ווער עס גייט צו די צווייטע ראונד ווי עס זעהט אויס אין די מידיע, אבער דערווייל זעה איך נישט אז איינער זאל צוריקציען פון דעם קאל אז לע פען גייט צו די ראנאף.

און מעלאנטשין האט שוין אויך עמטליך אויפגעגעבן פריער.

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 5:16 pm
דורך צל עובר
75% שטימען געציילט, מער ווייניגער אלע פארבליבענע שטימען זענען אין פאריז והגלילות. ווי מעלאנטשין איז פאראויס פון לע פען מיט ריזיגע מארדזשינס, און מאקראן איז שטייצעך אויך שטערקער דארט ווי לע פען.

#France, presidential election results (1st round):

Incomplete results calculated based on 75% of registered voters:

Macron (LREM): 27,25 %
Le Pen (RN): 26,22 %
Mélenchon (FI): 19,26 %
Zemmour (R!): 6,87 %
Pécresse (LR): 4,7 %
Jadot (EELV): 4,28 %
...

#Presidentielles2022 https://t.co/T69gubXo7m


דא קען מען זעהן דעטאלירטע רעזולטאטן.

מערקט אז אין פאריז איז נאך גארנישט געציילט.
מערקט אז אין פאריז איז נאך גארנישט געציילט.
Screenshot_20220410-171537_Chrome.jpg (307.06 KiB) געזען 1186 מאל


-------

און דאס איז ווי די עקזיט פאול פראדזשעקשן'ס האלטן יעצט, דאס איז אויך וואס מען זעהט ווען מען זוכט די רעזולטאטן אויף גוגל.

Estimation actualisée @IpsosFrance du résultat du premier tour de l'élection présidentielle :
Macron 27,6%
Le Pen 23%
Mélenchon 22,2%
Zemmour 7,2%
Pécresse 4,8%
Jadot 4,7%

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 5:28 pm
דורך נקדימון
מיט 82% שטימען אפגעציילט שטייט
מאקרון ביי 27.3
לע-פען ביי 25.7
מעלענשאן ביי 19.8 - ארויפגעקראכן אביסל

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 5:37 pm
דורך צל עובר
אקעי, יעצט זעה איך אז מארסיי מיט ליאן זענען נאך אויך גארנישט געציילט - מען זעהט דאס נישט אויף די מאפע, זינט זיי זענען נישט קיין אייגענע קאונטי - וואס דארף לכאורה צו העכערן מעלאנטשין'ס שאנסן.

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 6:12 pm
דורך צל עובר
אה, איך זעה שוין, איך בין געווען אף מיט א גאנצן מיליאן!

זי ליעדט יעצט מיט איינס און א דריטל מיליאן, פריער האט עס געהאלטן ביי 1.65 מיליאן...

זי גייט לכאורה ענדיגן מיט א שיינע פאר הונדערט טויזנט מער.

ריזיגע בושות

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 6:13 pm
דורך פאליטישע עקספערט
בושות איט איז - ריזיגע

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 6:14 pm
דורך נקדימון
:shock:

---
מער פאריזער שטימען ערווארטעט. דאס דארף צעמענטירן מאקרונ'ס אויבערהאנט און געבן מעלענשאן א באוסט און אריינשניידן אין לי-פענס אויבערהאנט.

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 6:16 pm
דורך enjoy
צל עובר האט געשריבן:אה, איך זעה שוין, איך בין געווען אף מיט א גאנצן מיליאן!

זי ליעדט יעצט מיט איינס און א דריטל מיליאן, פריער האט עס געהאלטן ביי 1.65 מיליאן...

זי גייט לכאורה ענדיגן מיט א שיינע פאר הונדערט טויזנט מער.

ריזיגע בושות

:o :wink:

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 6:24 pm
דורך צל עובר
די אפיציעלע רעזולטאטן פון יעצט מיט 89% געציילט.

לע פען'ס ליעד איז ביי איינס א פערטל מיליאן.

איך האב פריער בלויז געקוקט אויף די טשעינדזש, פארזעהנדיג דעם חילוק פון דעם מיליאן, נאכאמזל אז עס איז אין פראנקרייך אנשטאט אמעריקע...
איך האב פריער בלויז געקוקט אויף די טשעינדזש, פארזעהנדיג דעם חילוק פון דעם מיליאן, נאכאמזל אז עס איז אין פראנקרייך אנשטאט אמעריקע...
Screenshot_20220410-182234_Chrome.jpg (252.94 KiB) געזען 974 מאל

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 6:32 pm
דורך נקדימון
נאכאמאזל. שטעלדעך פאר מען רעדט פון דזשארדזשע, אריזאנע צו פענסילוועניע...

צוויי ציפעס דו הערסט
:lol:

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 6:33 pm
דורך enjoy
נקדימון האט געשריבן:נאכאמאזל. שטעלדעך פאר מען רעדט פון דזשארדזשע, אריזאנע צו פענסילוועניע...

צוויי ציפעס דו הערסט
:lol:

:lol: :lol: :lol:

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 6:46 pm
דורך נקדימון
סאבורבס ארום פאריז לע-פען א פינפטער
20220410_184544.jpg
20220410_184544.jpg (193.68 KiB) געזען 915 מאל

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 6:50 pm
דורך נקדימון
מיט 92% שטימען אפגעציילט שטייט נאכאלץ לע-פען העכער פון מעלענשאן מיט אריבער דריי פראצענט.

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 6:57 pm
דורך נקדימון
לע-פען קנאקט אין מארסיי.

מארסיי איז קאנסידערט צענטער-רעכטס.
20220410_185503.jpg
20220410_185503.jpg (212.08 KiB) געזען 895 מאל

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 7:00 pm
דורך נקדימון
מעלענשאן אוטפערפארמס לע-פען איינס צו פינעוו אדער 6! אין פאריז.

די פראגע איז וויפיל איז נאך פארבליבן צו ציילן אין פאריז. ווארשיינלעך נישט געניג צו שטעלן לע-פען אין שאטן.

א מעלענשאן אפסעט איז נישט אויסגעשלאסן קאמפלעט אבער איז נישט לייקלי מיינעך.

איז מפטירין כדאתמול. לע-פען און מאקרון גייען פאר א ראנאף.

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 7:07 pm
דורך צל עובר
נקדימון האט געשריבן:לע-פען קנאקט אין מארסיי.

מארסיי איז קאנסידערט צענטער-רעכטס.
20220410_185503.jpg

דאס איז די גאנצע קאונטי. (צו ווי אזוי אזא זאך הייסט דארט.)

אין די שטאט מארסיי אליינס, וואס איז נאך על פי רוב לכאורה נישט געציילט, איז שטארק יתכן אז זי פארלירט.

מען וועט קענען זעהן בעסער ווען מען וועט האבן אפגעציילט די גאנצע קאונטי.

--------

די חילוק צווישן מאקראן און לע פען איז שוין קלענער ווי צווישן לע פען און ווי אזוי דער לינקער הייסט, אבער איר ליעד איז לכאורה טאקע אינסורמאונטעבל, זי ליעד מיט 900 טויזנט ווען עס פארבליבן צו ציילן נאך בערך 2.4 מיליאן. דאס מיינט אז ער ברויך ליעדן קעגן איר אין די אומגעציילטע שטימען מיט כמעט 40%, וואס איז זייער נישט לייקלי. (אז ער ליעדט דארט מיט אזא בערך צוואנציג פראצענט איז יא לייקלי, וואס מיינט אז זי וועט טאקע געווען מיט ערגעץ אונטער/ארום 1%.