פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

האסטו הנאה געהאט ביטע "שרייב" א תגובה האסט נישט קיין געדולד,צייט וועג. גיב א לייק.

;l;p-
39
27%
בילד
107
73%
 
סך הכל שטימען: 146

אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

בילד

האסט שוין אמאָל געטראכט\ זיך געווינדערט, וויאזוי האט אויסגעזהן ווינדאוס 1 ? די ערשטע אפרעטינג-סיסטעם פון מייקראָסאפט?! ווינדאוס 1… די האסט מן הסתם ווינדאוס 10, דאס הייסט די וועריסע 10 אבער וויאזוי האט אויסגעזהן ווינדאוס 1?!


איך האב באקומען שטארק חשק צו זעהן די עלטערע סארט אפרעטינג-סיטעמ'ס, און נאכמער די גאָר אלטע. האב איך זיך ארויס געלאזט אויף א רייזע צוריק 35 יאר בערך, און ארויף געשלעפט פון בעסמענט, די קאנטעינער פון די אלטע זאכן, עס אנגהויבן אויסצופאקן, כ'האָב עס גוט אפגעפיצט און אהער געברענגט, ס'איז שטוינד צו זען וואס אונזערע זיידע'ס האָבן געהאט אדער בעסער געזאגט נישט געהאט.
איז לאמיר אנהייבן פאוויליע.


קודם א טראפ מער וואס הייסט א OS? אוי-עס מיינט אפרעינטנג-סיטעם, דאס מיינט די "סאפט-וועיר" וואס מאכט זאלסט קענען ארבטען אויפן קאמפיוטער דאס איז די פראגרעמינג שפראך וואס רעדט צו די פיזקעל טייל וואס ליגט אין דיין קאמפיוטער.

ווי כמעט אלע פון אונז ווייסן, איז ביל-געטס נישט די רייכסטע מענטש….! אבער פארט איז ער ער געווען די נאמבער איינס פאר לאנגע יארן.
היינט שטייט ער נאמבער פיר אדער פינעף און ער איז טאקע אויס-קאפליטש מאכער… אבער דאָס אמאָל זיכער ער איז שטארק בעל בתיש….! ווילסט עפעס הערן ?! ביי די איין-און דרייסיג יאר! (בערך ווען דיין ערשטע מיידלע אדער יונגל גייט (אדער וועט) אין כיתה ו'.) האט דער טאמ'ענע גוי, שוין געהאט א מעלאנע מיט א פארשטאפט נאז! נאכאמאָל….! א פולע ב-ע-ל-א-נ-א !!!!

איז די אמת אז די געלט וואלט געדראפט גיין פאר אידן, ווייסטעך אידישקייט קאסט! ד' מינים, סוכה, פסח, פורים.
איז וואס האט אים געמאכט אזוי רייך?! זיין חכמה? נעה, כמעט אלע פון אונז נוצן זיין געגנב'טע אפערטינג סיסטם?!, גערופן "פענסטער'ליך" נישט זיך פארמישן מיט ווינדאוס פון די מאמענט אויסגאבע!

אזויפיל ווי 72 פראצאנט אין די "גאנצע וועלט וואס נוצט א קאמפיוטער", ניצט א מייקראָסאפט אפרעטינג-סיטעם. אזויפיל ווי 1.3 בילאן דיווייס'עס ראן יעצט (כמעט) די לעצטע וועריסע פון ווינדאוי'ס, ווינדאוס 10.

אין "די ארטיקל" העמיר רעדן בעיקר פון "ווינדאוס", ווארום די פירמע "מייקראָסאפט" פארלאנגט זיך אן עקסטערע קאפיטל.
און באמת האט שוין די פירמע מייקראָסאפט, ערצייגט סאפטוועיר און אפי' אפרעטינג'ס סיטעמ'ס, נאך פאר די ווינדאוס ווערסיע'ס, אבער לאמיר זעהן די ערשטע ווינדאוס ווערסיע Windows 1.0

בילד



קודם האט מר. געטס עס א נאמען געגעבען "אינטערפעיס-מענדזער" אנשטאץ ווינדאוס, אבער זיינע מארקעטער'ס האָבן אים מייעץ געווען אז דאָס וועט נישט טויגן, און געטוישט די נאמען צו "וונדאויס"! נאכמאזל…

[spoil]די ווילסט יא וויסן אבסיל די הסטערי פון מייקראָסאפט'ס אפרעטינג-סיסטעם ?! נאדיר, ליין אביסל..
ווי ערווענט איז דאך ווינדאוס געגנבעט לויט געוויסע, אייגענטליך נישט ממש גניבה, ס'האט פשוט א בעסערע טעם אזוי צו זאגן….

הה"ר ר' Tim Paterson האט געשריבן א אפרעטינג-סיסטעם גערפון אין קורצן QDOS פאר די פירמע איי-בי-עם. IBM. די פירמע IBM איז געווען די מענפעקטעשר פאר די הארדווער, און זיי האָבן געדארפט א OS וואס זאל ראנען אויף זייער הארד-וועיר און דאָס האט ביל. מאדעפציערט לויט געוויסע, אלס די ערשטע מייקראָסאפט OS.

די QDOS שטייט פאר קוויק-ענד-דירטי אפרעטינג-סיטעם, וואס דאָס גראדע איז אויך נישט געשריבן געווארן פון סקרעטש, נאר מיסטער טים, האט דאָס מאדעפעצירט פון א אפרעטינג סיטעם גערפון CP/M.
טים האט געשריבן די אפרעטינג סיטעם פאר א נייע אייבי עם קאמפיוטער מיט די זעלבע אינטעל טשיפ, א 16 ביט טשיפ גערפון 8080, געוויסע עקספערטן זענען ביי דער מיינוג אז ס'איז נישט מאדפאצירט, נאר זיכער געמאכט אז די אפרעטינג וועט זיך גוט פארשטיין מיט די מאדעל הארדווער, פאר די QDOS אפרעטינג-סיסטעם.

שפעטער האט מר. טים, עס א נאמען געגעבען 86-DOS, אנשטץ QDOS.
איי בים האט זיך געגרייט, צו מאכן א נייע קאמפיוטער, און זיי האָבן געוואלט האָבן א אפרעטינג-סיסטם וואס וועט ארבטען מיט דעם, ביל וואס האט אסאך ארויס געהאלפן IBM, האט זיי געזאגט ער איז גרייט זיי צו שרייבן א אפרעטינג-סיטעם, און וכך הווה זיי האָבן געבעטן ער זאל זיי מאכן א פרישע אפרעטינג-סיסטעם.

ביל איז געווען טייט אין צייט ווען די OS האט געדארפט זיין גרייט, איז מיסטער ביל געגאנען אין 1980 אפגעקויפט די 86-DOS פאר גאנצע פופציג טויזענט טאלער, און געהאט די פולע רעכטען דעראויף און גענומען אינטער זיך אין 1981 דער מיסטער טים און געמאכט די נייע MS-DOS אפרעטינג סיטעם, מזל טוב…..!

איך שרייב ביל, די אמת איז אז מיסטער ביל-געיטס איז נאר האלב פון די מייקראָסאפט פירמע, די שותף בימים ההם איז געווען, Paul Allen דער פאל איז ארויס שפעטער פון די פירמע נאכן נישט זיין געזונט, און באמת געווען פון די ערשטע מניט פונקט אזוי אינוואלוואד אין אלעם.

אין 1981 האט מייקראָסאפט געמאכט א איווענט און נא-יארק, ווי זיי האָבן פראקלמירט פאר IBM די נייע קאמפיוטער מיט די נייע אפרעטינג סיטעם, אבער פארן עולם האט מען עס געגעבען צו ערשט אין 1985.

די ערשטע אפרעטינג-סיסטעם, די MS-DOS איז געווען אזא שווארצע באקסל, אזוי ווי די קאמענד פרואמפט CMD וואס די האסט היינט, שטייצך נישט די זעלבע יכולת, אבער האט בערך אזוי אויסגעזעהן, נישט קיין גרעפיקס נישט קיין שום אייקאנס, און נישט געהאט קיין מייזל ווי ארום צו פארן, און בכלל נישט צו אסאך זאכן וואס מ'האט געקענט טהון דערמיט.

די פרישע OS האט געהייסן MSDOS די MS פאר מייקראָסאפט און DOS פאר דיסק-אפרעטינג-סיסטעם. און איז געווען א פיינער סוקוסעס פאר א ערשטע אפרעטינג סיסטעם בימים ההם.

איין שיינער טאג האט די פירמע PC/M זיך אויף געוועקט און געקלאקט IBM פארן פארקויפן זייער גאר א ענדליכע פראדאקט ווי זייער'ס OS , און זיך פארגליכענט שפעטער אז ווען מקויפט א קאמפיוטער ביי IBM וועלן זיי געבען די אפציע וועלכע OS מ'וויל, MSDOS אדער זייער, וואס האט געקאסט מיט א צוויי הונדערט טאלער מער.

די פירמע עפל האט שוין געהאט ארויסגעגעבן א OS אין 1983 וואס איז געווען גערפיקעל און געהייסן ליסא. און א אנדערע פירמע האט שוין אין 1981 ארויסגעבען א גרעפיקל OS. אבער די עפל קאמפויטער'ס האָבן געקאסט מורא'דיג טייער, די ליסא האט געקאסט 10 אלפים אדער 25 טויזענט אין היינטיגע געלטער, ווידער אום ווינדאוס איז געווען אסאך ביליגער.

נאכן זעהן זייער סוקסעס מיט זייער MSDOS אפערטינג סיסטעם, האָבן זיי געטהון א קליגע שריט אז די אפרטינעג סיסטעם איז נישט געווען געמאכט פארקויפט פאר אייבי עם נאר זיי האָבן עס גלייסענט'ס פאר זיי, און זיי האָבן אויך פארקויפט די אפרעטינג-סיסטעם פאר אנדערע קאמפעניס וואס האָבן געדארפט א OS, דערנאך זענען זיי געגאנגען פאראויס און געמאכט זייער ווינדאוס 1 קאמפיוטער.[/spoil]

די ערשטע "ווינדאוס אפרעטינג-סיסטעם" אדער OS, איז ארויס געקומען אין יארע 1985, און איז געווען די ערשטע "ווינדאוס" OS, מ'האט געקענט פארן מיט א מייזל, און קליקען אויף זאכן מיט א מייזל, און ס'האט געהאט א קאלערד סקרין !!! טאקע נאר געהאט 16 קאליר'ס, אבער קאלערד.

די פראגרעם'ס וואס מ'האט געגעפענט דאס הייסט למשל האסט געליקט די זייגער פראגרעם, האט זיך געעפענט אין אזא פענטסטער'ל גערפון א ווינדאוי. אט דאָס איז די סיבה פארוואס ס'הייסט ווינדאוס.

אבער פאר די הייבסט אן אן צו נוצן די OS, האסטו א שטיקעל ארבעט...
די האסט געדארפט באמת קויפן און אינסטאלן צוויי חלקים, פאר די ווינדאויס OS צו ארבטען, איינס איז די CORE דאָס הייסט די קערענדל, די עכטע אפרעטינג-סיסטעם דאָס האט געהייסן MSDOS, און אויף דעם האסטו ארויף אינסטאלעד די ווינדאוס OS וואס דאס האט דיר עס געמאכט גערפיקעל, און דערנאך האסטו געגענט נוצן די מייזל מיט אייקאנס וכו'.

זייער אסאך מענטשן האָבן נישט געהאט קיין מייזל בימים ההם, האט מייקראָסאפט אנגהויבן פראדעצירן אויך מייזל'ך צו קענען ארבטען מיט די "נייע" ווינדאוס.

מערקט די רייט קליק באטען און די לעפט קליק.

בילד

די OS איז געווען אינסטלד אויף א הארד-דרייוו, אבער רוב מאשינען האָבן נאך נישט פארמאגט א האדר-דרייוו, האסטו געדארפט האָבן 2 פלאפי דיסק'ס, און אויף דעם איז געווען אינסטאלד די אפרעטינג-סיסטעם.

בילד פלאפי דרייוו.

בילד

אקעי, מיר האבן שוין די OS אינסטאלעד, אונז האבן שוין אויך א מייזל, לאמיר עס אויס פראבירן, אקעי נאכן פערטיגן מיט די סעטאפ, ברויך מען יעדע מאל די קאמפיוטער צינד זיך אן שרייבן WIN צו גיין צו די גרעפיקל ווינדאויס, ארויס פון די MS DOS .

בילד

איינס פון די גרעסטע אויפטהון איז אז די האסט געקענט מאלטי-טעסקן!!! האָבן מער ווי איין פראגרעם אפען אין די זעלבע צייט.
דא קענסט זעהן אז יעצט איז אפן די נאט-פעיד פראגרעם, און די פעינט פראגרעם, און אויפן סקרין אפן די קאלקלעיטער.
די פלאפי אייקאן אונטן צו גיין צו די מעניא.

בילד


[spoil]די עולם ביז דאן האט אפי' נישט גענוצט א מייזל און מייקראָסאפט האט געמאכט א געים וואס איז געקומען צוזאמען מיט די נייע אוי עס געהייסן Reversi וואס האט נאר געארבעט מיט א מייזל, אזוי אז די עולם זאל זיך צו געוויינען צו נוצן א מייזל, פאר מיר איז געווען גרינגער צו נוצן די קיבארד ווי די מייזל ביים נוצן די ארעטינג סיטעם….
כדאי צו עפענן די מעכטיגע פראגרעמע'ס א שטייגער ווי די זייגער… האט מען געדארפט קודם עפנען א פראגרעם וואס הייסט די " מס-דאָס-עקזעקטיוו" און דארט קליקען די זייגער…
דא קענסטו זעהן די פעינט פארגרעם

בילד

זיי האָבן ארויסגעשיקט א אדווערטייזמענט, פאר ווינדאוס איז ארויס, אין מיינע אויגן גאר א נארישע עד, ווי זיי האָבן אין די קיט אריין געלייגט אזא ווינדאוס וואשער\סקוויזער.

בילד

די גאנצע OS איז געווען קלענער ווי 1 מעגבייט!!!!

קענסט זיך שפיל דא אין בראזער צו פילען אביסל, טריי די געים און נאך וועסטו וויסן וואס די האסט היינט צו פארדאנקען
https://www.pcjs.org/software/pcx86/sys/windows/1.01/[/spoil]

ווינדאוס 1.0 האט געהאט די פעינט פראגרעם, א קאלקלעיטאר, די קארד פייל, דאָס איז געמאכט פאר קאנטעקטס און נאטפעיד.
יעדע אפרעינטג סיטעסם וועריסע איז געווארן אפדעיטעד און צובאקומען פיטשער'ס שפעטער.


די אפרעטינג סיטעם האט געהאט א פעסטע אנהייב און טאקע נישט געווען אזוי פאפוילער, אבער גאר א שיינע אנהייב.
די מצבה, די ענד-אףף-לייף פון די אפרעטינג סיטעם, דאָס הייסט סהאט מער נישט באקומען סופארט איז ארויף געשטעלט ערטש נאך 16 יאר, אין 2001 למספרם.

ווינדוס 2.0


אין 1987 צוויי יאר שפעטער פון ווען די ערשטע ווערסיע איז ארויס, איז ווינדאוס 2.0 ארויס.
איך וואלט עס גערפון א "שטארקע אפדעיט". די נייע ווינדאוס האט שוין געקענט האָבן איין ווינדאוי העכער די אנדערע "אווערלעפינק".
און אויך בעסערע גרעפיק'ס (VGA) און מ'האט אויך געקענט מינימייזען און אויך האט עס געהאט די באוויסטע, קאנטראל-פעניל ווי אלע סעטינגס האָבן באקומען א מקום.
אזוי אויך האט עס געהאט נאך א אפאר שפארכן חוץ ענגליש.

בילד


ווינדאוס 3.0


בילד



אין 1990 איז ארויס די ווינדאוס 3.0

ווינדאוס 3.0 איז ווי ס'האט באמת אנגעהויבן ווערן א זאך! און מ'האט עס געקענט אנהויבן באטראכטן ווי קאמפעטישן פאר עפל, און איז שוין געוווען אוועליבעל פרי אינסטאלט ביי מערע פירמעס, אזוי אז ווען די האסט געקויפט די קאמפיוטער האסטו נישט געדארפט ווערן א טעקנישן.

ס'האט שוין געקענט ווייזן 256 קאלירן, און סופארטעט אסאך מער רעם, RAM (די אוי עס האט פארנוצט בערך 5 מעגבייטס MB און סופארט א סך הכל פון פון 16) מ'האט געקענט בעסער מאלטי-טעסקן און ס'האט גערבעט אסאך שנעלער …

די 3.0 איז געווען א מאסיווע היט פון א זאך! און ס'האט פארקויפט 10 מילאן קאפיס.
א שטיקל האט געקאסט נישט מער ווי 149

די וועג וויאזוי מ'האט געעפענט און געזהן א ליסט פון אלע פראגרעמעס האט געהייסן די Program Manager, און געהאט שיינע נייע קאלערד אייאקנ'ס, און א עקסטערע פייל מענדזער ווי פיילס זענען געסעווד געווארן. און האט געקענט ראנן סיי די אלטע סארט פראגרעמעס געשריבן פאר די פריערדיגע וועריסע'ס, און אויך פאר ווינדאוס ספעשיל, און אויך האָבן טירד פארטי פירמעס אנגהויבן מאכן פראגראמען וואס וועט ארבטען מיט ווינדאוס.

בילד


ווינדאוס 3.1


אין 1992 האָבן זיי ארויס געגעבען די טרי-פוינט-וואן.
3.1 איז געווען א מעדזער אפדעיט, ממילא איז עס 3.1, אבער איז אסאך מער ווי א אפדעיט, נאר זיי האבן געוואלט האבן די גלאנץ פון די 3.0 זאכן האָבן באקומען אייקנ'ס, אויך די אפציע פון דרעגען און דראפ האט באקומען געבורט, די אפציע פון א דראפ דאון.
און אויך אנגעהויבן סופארטען די TTF טייפ פאנטס. סאוי די האסט געקענט האָבן מער סייזעס און שעפעס אין דיין ווארד פייל און איז אויך געווען די ערשטע מאל וואס די האסט געקענט קויפן אלץ א סידי CD ROM !
די פירמע עפל האט געקלאקט די מייקראסאפט פירמע פאר גנבן די טאש-און-פיל פון זייער OS אבער לאמיר נישט פארקריכן דא.

בילד




ווינדאוס נט



ווינדאוס NT


אין יארע 1993 האט ווינדאוס איבער-געמאכט פון פריש די גאנצע קאר CORE פון די אפרטינג סיסטעם, אנשטאץ די אלטע MS DOS וואס אויף דעם האט געראנט ווינדאוס.
די OS איז דיזייענד מער פאר פראפאשענל'ס און פאר ביזנעס יאזער'ס.

און עס געגעבן א צו נאמען NT . און די די פרישע אפרעטינג-סיסטעם האט געהייסן NT3.1, די גאנצע אפרעטינג-סיסטעם איז געווארן מער סטאביל, און ס'האט געקענט ראן אויך פראגרעמעס וואס מ'האט געמאכט פאר די קאמפעטישענס אפרעטינג סיטעם.

סאיז טאקע געווען אסאך בעסער, אבער ריקווייערד בעסערע הארד-וועיר, למשל די הארד דרייוו האט געמוזט זיין גרויס 75 מעגא-בייטס, און נאך, אבער די אויסשטעל האט אויסגעזהן די זעלבע.

בילד



ווינדאוס 95


ווינדאוס 95 איז ארויס געקומען אין יאר 1995 למספרם, און איז געווען א מעסיוו OS און איז געווען "די" אפרעטינג-סיטעם וואס "יעדער" האט גענוצט.

די 95, איז די ערשטע אויב מ'קען עס אזוי אנרופן... ברודער צו די היינטיגע. די ערשטע צו האָבן די סטארט מעניא, א טעסק באר, און די ווינדאוס עקספלארער.

אויך איז עס געווען אסאך מער פארגעשריטן, אנשטאץ זעכטצן ביט ווי ביז היינט, איז עס געווען א 32 ביט, און וען מ'האט איינגעפלאקט א נייע דיווייס (געוויסע) איז עס געווען רעדי טא גא (פלאג און פלעי) און אויך איז די ערשטע מיט א בילט אין בראזער, (אין די שפעטערע וועריסע) די IE

די OS איז געווען א שטארקע בוסט אין פראפארמענ'ס און האט געקענט ראנען אפי' אויף שוואכערע הארד-וועיר ווי די פריערדיגע ביזנעס מאדעל NT 3.1 .

די אפרעטינג סיטעם איז געווערן ווי א באנדעל אן דעם וואס מזאל דארפן אינסטאלן פון פארדעם עפעס. אבער נישט אזוי סטאביל.

זיי האָבן באצאלט גאר אסאך געלט צו אדוועטייזען די 95 וועירסע, מיט א מעכטיגע רעקלימא פון 3 מיליאן טאלער פאר די סטאר- מי-אפ, עד. אזוי אויך באצאלט צו מאכן די קאלירס פון די עמפייער סטעיט בילדינג, די טהים קאלירן פון ווינדאוס, זיי האָבן טאקע פארקויפט אין די ערשטע 4 טעג א מליאן קאפיס! און 40 מיליאן אין די ערשטע יאר!!
בילד


ווינדאוס 98


ווינדאוס 98 איז ארויס אין 1998, פאר די פרייז פון $109 די מערסטע פרישע זאך, די אפציע פאר USB ארויס, סאוי אנדערע מענפעקועשערס קענען אויך מאכן דיווייסעס צו ארבטען מיט די אוי עס, און בכלל איז אלעס געווארן שיין געפאלישט און צוגעלייגט אסאך פראגרעמעס, און מער סטעביל, א יאר שפטער האָבן זיי געפיקסט אסאך באגס און אפדעיטעד די ברזער און נאך פיקסעס און עס גערפון 98 SE

בילד



[spoil]ווינדאוס NT 4.0 איז ארויס 1996 און איז די סערווער וועריסע, און אויסגעזהן כמעט ווי 95 אבער מער סאטביל און גרינגער צו צולייגן נייע הארדוועיר אסאך גרינעגער, אבער ווי די אנדערע NT האט עס געהאט העכערע הארדוועיר ריקווייערמענטס.
[/spoil]


ווינדאוס 2000


ווינדאוס 2000 ארויס הארט פאר יארע 2000, און איז בעסעקלי א צוזאמשטעל פון די NT ווערסיע מיט די יאזער'ס וועריסע 98, געצילט פאר פראפעשנעלס.

ס'האט געהאט 4 סארט Professional, Server, Advanced Server, Datacenter Server.
אקטיוו דירעקטרי איז אויך געווען אין 2000, א שטיקל האט געקאסט 319 $ און איז געווען גאר א פיינע סוקסעס

בילד




ווינדאוס ME


וינדאוס ME איז ארויס אין 2000. געצילט פאר HOME יאזער'ס, און איז געווען באגי צו קלימאקס, און הייסט א גאר פלאפעדי'גע OS , ס'האט זיך נישט געהאלטן ביים אינסטאלן און זיך אויסלעשען.

געוויסע האָבן עס גערפון די Windows Mistake Edition ס'האט אויך געטוישט נאמען פון NT 5.0 צו ME . (אפשר ואלטן זיי געדארפט צו געבען חיים אנשטץ אדער חי') אבער האט געהאט אפאר נייע פיינע פיטשער'ס למשל די סיטעם-ריסטאר אפציע ווען די קאמפיוטער כאפט א סטראק, אויך האָבן זיי שטארק אריין געארבעט צו מאכן די OS מער סעקיאר און מער ארגענייזד.
בילד


ווינדאוס XP


בילד



אקעי דא הייבט שוין די עולם אן ווערן אביסל באקאנט, די ווינדאוס עקס-פי איז געווען א מאסיווע שטיקל . און איז ארויס אין 2001, ס'איז דיזייענד נאר אלץ א פשטע יאזער. און מער נישט קיין שום סערווער יאטעלטיס.

די OS איז געשריבן מיט 45 מילאן ליינס פון קאוד.

ס'האט געהאט גאר א לאנגע לעבענסט טעג און די צווייט לענגסטע, און נאך היינט דא באנוצער דערפון…

זיי האָבן פארקויפט מער ווי א ביליאן קאפיס פון XP!!!!!

שפעטער אין 2002 איז ארויס די XP 64 ביט וועריסע און אין 2005 די X Professional
די עיקר נפק"מ צווישן די ווערסיע'ס איז וועלעכע פארסעסער'ס CPU ס'האט סעפארטעד.
בילד


די מערסטע געזעגן ווארנע בילד אין היסטערי איז לכאורה די בעקראונד פון די XP די שיינע בארג
בילד


די בארג לאקציע
https://www.google.com/maps/@38.2522365 ... 384!8i8192


ווינדאוס Vista

אין 2006איז ארויס די פארוויסטע…. מ'סארי ווינדאוס וויסטע, וואס וויסטע?
די יעדע OS האט א קאוד נאמען, די קאוד נאמען דא איז זייער פאסיג… " לאנגע-הארן" Longhorn עס איז געווען פלאפעריש און האט זיך נישט גוט פארשטאנען מיט זייער אסאך דיווייסעס און געמאכט די סעקיארטי זייער שווער און איז אויך געווען שטאטער ווי די XP
בילד



[spoil]נישט אלע פאברעצירטע וועריסע'ס זענען ארויס לאור עולם, דאָס זענען די נעמען פון די מפיל חברה

Windows Nashville
Windows Cairo
Windows Neptune.
[/spoil]


און מיט דעם האָבן מיר געשלאסן .
לעצט פארראכטן דורך נישט פשוט אום זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 11:39 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זייער אינטערעסאנט, נישט פשוט
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

זייער אינטערעסאנט!
דערווייל האלט איך ביי 3.0, וועט מען ליינען די איבריגע נאך די קאווע

---
אפאר בילדער קומען נישט ארויף גוט
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

WOW מואר'דיג!
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

זייער הנאה געהאט.

געוועלט "לייק" נאך איידער כ'האב עספיעט צו זעהן אז די אנדערע אפציע איז גאר "לייק לייק".

נעם עס אן אלץ א לייק משולשת..
---
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

זייער הנאה געהאט!

זיך מיר נאך דעם דיסלייק קנעפל..
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

א הערליכע ארבעט אויף אזא אינטערסאנטע נושא, א מעסטערפיעס בלע"ז!! יישר כח
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הערליך שיין, זיי אונז ווייטער מהנה
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31270
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

WOW WOW WOW! גאר גוט און שיין אראפגעשריבן. אינהאלטסרייך.

א דאנק ש'פשוט!
מים חיים האט געשריבן:אפאר בילדער קומען נישט ארויף גוט

עס פעלט דער https:// פאר ivelt.com.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

זייער הנאה געהאט! שכח! כ׳האב נאך א dos קאמפיוטער… אויסער אלע אנדערע..
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

זייער אינטערסאנט!
נאך איינער

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

זייער אינטערעסאנט, שטארק הנאה געהאט,
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17525
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:א הערליכע ארבעט אויף אזא אינטערסאנטע נושא, א מעסטערפיעס בלע"ז!! יישר כח
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

גאר שטארק הנאה געהאט. טרי-פוינט-וואן איז געווען די ערשטע קאמפיוטער מיט וואס איך האב געשפילט...

האמיר פארראכטן די בילדער זאלן געהעריג ארויפקומען.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

זייער אינטערעסאנט.
ייש״כ!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

זייער אינטערסאנט, דענק מיר נאך גוט ווינדאוס ניינטי עיט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

די ערשטע קאמפיוטער וואס איך מיך געשפילט אלטס אינגל איז געווען א 95 אדער 98
--
אן עקסטערע לייק פאר די געדאנק פון די לייק אנקעטע, אפשר מאך נעקסטע מאל די צוויי אפציעס דאנק און לייק
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3807
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

מאבמאסטישע ארטיקל - מיט א פארשטאפטע נאז
געשטימט פאר ראשעק הול
אהבת חינם
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 13, 2021 9:44 pm

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת חינם »

בשבילי נברא האט געשריבן:זייער הנאה געהאט.

געוועלט "לייק" נאך איידער כ'האב עספיעט צו זעהן אז די אנדערע אפציע איז גאר "לייק לייק".

נעם עס אן אלץ א לייק משולשת..
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

זייער שיין מסביר די מעשה חלונות.

א הערליך ארטיקל.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

גוטע איידיע דער לייק קנעפל

אייזענע ארטיקל, גוט אראפ געלייגט

איך האב אמאל געהערט פון געיטס' פראפעסאר אין הארווארד פיקאנטישע דערציילונגען וויאזוי זייער ביזנעס קאריערע האט זיך אנגעהויבן, זייער ערשטע אפערעיטינג סיסטעם האבן זיי געשריבן פאר א אנדערע פירמע - אפשר איי בי עם - און עס איז נישט געווען געשריבן אויף א דיסק נאר אויף פאפיר (אמאל פלעגט מען אריינפיטערן די פאפיר אינעם קאמפיוטער אנשטאט דיזשיטעל) מיט פאנטש האולס פאר די אן / אףף ביטס
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

בשבילי נברא האט געשריבן:זייער הנאה געהאט.

געוועלט "לייק" נאך איידער כ'האב עספיעט צו זעהן אז די אנדערע אפציע איז גאר "לייק לייק".

נעם עס אן אלץ א לייק משולשת..
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

THרי פינטל נול איז געווען אויף מיין ערשטען פערזענליכע קאמפיוטער. געדענק מיר נאך די אלע בילדער באשיינפערליך
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4201
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

נישט פשוט דאס (אויש, איינער האט עס שוין געשריבן?...)
איך געדענק נישט פונקטליך וועלכע ווערסיע עס איז געווען אבער עס איז געווען אזא ריזיגע גראבע באקס און עס האט געהאט אזעלכע באבעלעך וואס מען האט געדארפט אויפעסן פאר די שלעכטע מאנסטערס זענען געקומען.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

Re: פענסטער'ס אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געארבעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

אהבת חינם האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:זייער הנאה געהאט.

געוועלט "לייק" נאך איידער כ'האב עספיעט צו זעהן אז די אנדערע אפציע איז גאר "לייק לייק".

נעם עס אן אלץ א לייק משולשת..
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
שרייב תגובה

צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”