בירורי מקורות הניגונים

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ר' וועלוועל שמעלצער און ר' אהרן סאמעט, מיט ר' דוד מאיר רוס איבער א פארצייטישער גאליציאנער ניגון וואס מען ווייסט נישט דעם מקור.
https://drive.google.com/file/d/1lEgKNd ... sp=sharing
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:ר' וועלוועל שמעלצער און ר' אהרן סאמעט, מיט ר' דוד מאיר רוס איבער א פארצייטישער גאליציאנער ניגון וואס מען ווייסט נישט דעם מקור.

נו נו, דא ווייסט מען ס'איז א ווארקא ניגון...

viewtopic.php?p=2215325#p2215325
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:

יא. וואס מען ווייסט אלס נישט דא...
עס קוקט אויס אז אלעס שטאמט פון דא: אבער אויף די רעקארדינג זאגט ער בלויז א טאנץ ניגון אן די מקור.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:ר' וועלוועל שמעלצער און ר' אהרן סאמעט, מיט ר' דוד מאיר רוס איבער א פארצייטישער גאליציאנער ניגון וואס מען ווייסט נישט דעם מקור.
https://drive.google.com/file/d/1lEgKNd ... sp=sharing

פון וואו איזעס, פון קול מבשר?
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:ר' וועלוועל שמעלצער און ר' אהרן סאמעט, מיט ר' דוד מאיר רוס איבער א פארצייטישער גאליציאנער ניגון וואס מען ווייסט נישט דעם מקור.
https://drive.google.com/file/d/1lEgKNd ... sp=sharing

פון וואו איזעס, פון קול מבשר?

יא, ביי אוירא 1.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:סטאוו, דיינע ידיעות זענען צום שטוינען! כ'באלעק מיך די פינגער!
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

די ניגון שמחה אויף עתיקא קדישא #3 איז העכסט ווארשיינליך די ניגון קל מסתתר פון צאנז.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:די ניגון שמחה אויף עתיקא קדישא #3 איז העכסט ווארשיינליך די ניגון קל מסתתר פון צאנז.

;l;p-
עיין כאן הרחבת דברים
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אה יעצט זעה איך, אויף יענעם זעלבן אלבום זינגט ירמי' טאקע אויף קל מסתתר דעם קל מסתתר וואס מ'זינגט אין סאטמאר (די צאנזע שבת היום ניגון)

דוד משה האט געשריבן:די ניגון וואס מען זינגט אויף ברכי נפשי (וואס די וועלט זינגט אויף קל מסתתר) זינגט מען די הויכע פאל אנדערש ווי די וועלט, יעצט איז די שאלה ווער איז די מחבר פון די ניגון און ווער זינגט די אמת'ע ווערסיע ?

והוא פלאי האט געשריבן:בנוגע דעם ניגון אויף ברכי נפשי, שמעתי מאדמו"ר מבאבוב שליט"א, אז עס איז צוויי נוסחאות פון איין אלטען ניגון, און ער אליינס, זינגט אמאל ביידע וואריאציעס צוזאמען, (שבת היום שבת ראש חודש)

געטראפן אין א גליון ארויסגעגעבן דורך קהל עדת קאשוי - וומב"ס
אטעטשמענטס
attachment2.jpg
attachment2.jpg (51.86 KiB) געזען 3021 מאל
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
יוחנן בוקסבוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 28, 2018 3:26 pm

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן בוקסבוים »

איינער ווייסט אפשר וואס איז דער מקור פון די ניגון?
דער יאר האט מען דאס געזינגען און טעשרנאביל אין בני ברק.
https://dr123ive.google.com/file/d/1tbN ... sp=sharing

אויף דער נטפרי מהלך
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

יוחנן בוקסבוים האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר וואס איז דער מקור פון די ניגון?
דער יאר האט מען דאס געזינגען און טעשרנאביל אין בני ברק.
https://dr123ive.google.com/file/d/1tbN ... sp=sharing

אויף דער נטפרי מהלך

דאס איז דער אלטע סאטמארע פתחו לי פון ר' הירש פריעדמאן זצ"ל

א שיינע צאמשטעל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: 2. בירורי מקורות הניגונים - ניגון שהלחין הרה"ק מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:הרב סטאוויא לאמיר הערן דיין מיינונג אויף די סאטמאר'ע תרצ"ה הקפה ניגון וואס מען איז מייחס אז די רבי האט עס מחבר געווען, היש דברים בגוי?

אינטערעסאנט אין איינע פון די וויזניצע אלבומ'ס איז דא א ניגון וואס די הויכע פאל איז כמעט די זעלבע ווי די הויכע פאל פון דעם ניגון, יתכן אז ביידע קומען פון ר' בעריש ווישעווער?

ראה זה פלא!
פינקט נעכטן בין איך געקומען צים מסקנא אז דער ניגון פון *תרצ"ו - תרצ"ז האט די רבי טאקע מחבר געווען,
אבער די דריטע פאל בלייבט טאקע איבער א גרויסע ספק,
כ'האב מיר אנגעשטויסן אין דעם ריקארדינג פון תשס"ב - א קורצע צייט נאך סאטמאר וויליאמסבורג האט עס ארויסגעגעבן - ווי עס רעדט א עלטערע איד, עפעס א רב (כ'דערקען נישט ווער ס'איז - אדרבה אויב איינער ווייסט ווער דאס איז זאל ביטע מיטטיילן) און ער פארציילט מיט א ברירות אז ער געדענקט עס פון דעמאלטס

און ער זאגט אז דער הויעכע פאל וואס מ'קען היינט קומט פון אנדערע ניגון!!

דער ניגון פון אלבום א וויזניצע ניגון 1 איז טאקע דער זעלבע הויעכע פאל און דערפאר איז יתכן אז דער תרצ"ו ניגון האט געהאט א אנדערע הויעכע פאל (אויב בכלל), דער ניגון איז אויכט באקאנט אין גור, קיין וויזשניץ איז עס געקומען פון גאלאנטע און האט נישט מיט ר' בעריש ווישעווער..

די וויזניצע ניגון איז נישט אינגאנצן דומה נאר א קליין חלק, און אגב ווערט די הויכע פאל געניצט אין עטליכע ניגונים למחצה לשליש ולרביע (סטאווי קום אריין קלאר) ע"כ איז נישט קיין הכרח איז עס נישט קיין דעם רבינס ניגון, שנית קען זיין טאקע מיט די יארן האט עס פארלוירן די אויטענטישקייט צוליב די ענליכקייטן מיט אנדערע ניגונים
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: 2. בירורי מקורות הניגונים - ניגון שהלחין הרה"ק מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

קרייסלער האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:הרב סטאוויא לאמיר הערן דיין מיינונג אויף די סאטמאר'ע תרצ"ה הקפה ניגון וואס מען איז מייחס אז די רבי האט עס מחבר געווען, היש דברים בגוי?

אינטערעסאנט אין איינע פון די וויזניצע אלבומ'ס איז דא א ניגון וואס די הויכע פאל איז כמעט די זעלבע ווי די הויכע פאל פון דעם ניגון, יתכן אז ביידע קומען פון ר' בעריש ווישעווער?

ראה זה פלא!
פינקט נעכטן בין איך געקומען צים מסקנא אז דער ניגון פון *תרצ"ו - תרצ"ז האט די רבי טאקע מחבר געווען,
אבער די דריטע פאל בלייבט טאקע איבער א גרויסע ספק,
כ'האב מיר אנגעשטויסן אין דעם ריקארדינג פון תשס"ב - א קורצע צייט נאך סאטמאר וויליאמסבורג האט עס ארויסגעגעבן - ווי עס רעדט א עלטערע איד, עפעס א רב (כ'דערקען נישט ווער ס'איז - אדרבה אויב איינער ווייסט ווער דאס איז זאל ביטע מיטטיילן) און ער פארציילט מיט א ברירות אז ער געדענקט עס פון דעמאלטס

און ער זאגט אז דער הויעכע פאל וואס מ'קען היינט קומט פון אנדערע ניגון!!

דער ניגון פון אלבום א וויזניצע ניגון 1 איז טאקע דער זעלבע הויעכע פאל און דערפאר איז יתכן אז דער תרצ"ו ניגון האט געהאט א אנדערע הויעכע פאל (אויב בכלל), דער ניגון איז אויכט באקאנט אין גור, קיין וויזשניץ איז עס געקומען פון גאלאנטע און האט נישט מיט ר' בעריש ווישעווער..

די וויזניצע ניגון איז נישט אינגאנצן דומה נאר א קליין חלק, און אגב ווערט די הויכע פאל געניצט אין עטליכע ניגונים למחצה לשליש ולרביע (סטאווי קום אריין קלאר) ע"כ איז נישט קיין הכרח איז עס נישט קיין דעם רבינס ניגון, שנית קען זיין טאקע מיט די יארן האט עס פארלוירן די אויטענטישקייט צוליב די ענליכקייטן מיט אנדערע ניגונים

אז דו ברענגסט נאכאמאל ארויף דעם שמועס העמיר מוסיף זיין וואס כ'האב ביני לביני געהערט פון א איד וואס איז געווען אנוועזענד ווען איינער פון די מפרסמים פון דעם ניגון איז געקומען צו ר' יוסל אשכנזי ז"ל פרעגן פאר א צושטימונג אז דער ניגון האט די רבי זי"ע טאקע פארפאסט, ר' יוסל וואס פלעגט שטענדיג אלעס אוועקמאכן האט זיך דא אויכט נישט צוגעכאפט דערצו און האט עס גלייך אוועקגעמאכט, ער האט גע'טענה'ט אז די רבי האט בחייו נישט געקענט און נישט געמאכט קיין ניגון, דער שואל האט זיך נישט געלאזט און זיך גע'טענה'ט אהין און צוריק אז דער האט געזאגט און יענער האט געדענקט, זיי האבן נישט גע'חלום'ט וכו'.

האט ר' יוסל איינגעגעבן און פארציילט גופא דעובדא הכי הווה, די שטוב מענטשן האבן אויפגעפאסט אפאר תנועה'לעך וואס די רבי פלעגט זיך אינטערברימען און איינער איז אויפגעקומען צו עס אויספארעמען פאר א ניגון, כך הוה מ'האט געמאכט דערפון א ניגון און עס געזינגען אויף די הקפות יענעם יאר און ביי נאך געלעגנהייטן, די רבי אליינס האט קיינמאל אבער נישט אנגעהויבן דעם ניגון, וויפיל מ'האט פראבירט צו ברענגען אויפמערקזאמקייט פון רבין צו דעם ניגון איז עס געווען אן ערפאלג, מ'האט געזעהן אז די רבי איז בכלל נישט אנטציקט דערפון און מ'האט אויפגעהערט עס צו זינגען.

דאס איז די מעשה פון דא און ווייטער קען יעדער באשליסן אויב דאס הייסט יא דעם רבינס ניגון אדער נישט, וואס אמאל זיכער אז דער חלק אז צוליב וואס מ'האט געמאכט א גרויסע עסק ארום "דעם רבינס ניגון" האט די רבי באפוילן עס אויפהערן צו זינגען, דאס איז זיסע גוזמאות, לדברי ר' יוסל איז דער ניגון מעולם נישט אריין געהעריג ווייל ס'האט מעיקרא נישט געפאלן דעם רבין...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אה יעצט זעה איך, אויף יענעם זעלבן אלבום זינגט ירמי' טאקע אויף קל מסתתר דעם קל מסתתר וואס מ'זינגט אין סאטמאר (די צאנזע שבת היום ניגון)

דוד משה האט געשריבן:די ניגון וואס מען זינגט אויף ברכי נפשי (וואס די וועלט זינגט אויף קל מסתתר) זינגט מען די הויכע פאל אנדערש ווי די וועלט, יעצט איז די שאלה ווער איז די מחבר פון די ניגון און ווער זינגט די אמת'ע ווערסיע ?

והוא פלאי האט געשריבן:בנוגע דעם ניגון אויף ברכי נפשי, שמעתי מאדמו"ר מבאבוב שליט"א, אז עס איז צוויי נוסחאות פון איין אלטען ניגון, און ער אליינס, זינגט אמאל ביידע וואריאציעס צוזאמען, (שבת היום שבת ראש חודש)

געטראפן אין א גליון ארויסגעגעבן דורך קהל עדת קאשוי - וומב"ס

געדענק מיר ווי די קאשוי רב ז"ל פלעגט אנפאנגן שלום עלעיכעם
לעצט פארראכטן דורך קלאנג אום דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 2:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וקול התור נשמע בארצנו
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

ווער האט פארפאסט די ניגון? אסאך זינגען עס אויף קל אדון.
איך האב געהערט אז ס'איז א מונקאטש'ע ניגון פארפאסט געווארן ביים מנח"א. איז דאס וואר?
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

קלאנג האט געשריבן:ווער האט פארפאסט די ניגון? אסאך זינגען עס אויף קל אדון.
איך האב געהערט אז ס'איז א מונקאטש'ע ניגון פארפאסט געווארן ביים מנח"א. איז דאס וואר?

ווי שוין דערמאנט מערערע מאל דאהי האט דער ניגון פארפאסט הרה"ק ר' אשר ישעי' מרימנוב זצ"ל בנו של הרה"ק בעל אמרי נועם מדזשיקוב זי"ע
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

שוין. זאל שוין זיין די גאנצע.
https://drive.google.com/file/d/1P7y7te ... sp=sharing
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:שוין. זאל שוין זיין די גאנצע.
https://drive.google.com/file/d/1P7y7te ... sp=sharing

יישר כח!

ביים דריטן ניגון האט ער מיר שוין פארלוירן... דער שינעווער רב זי"ע האט נישט געמאכט קיין ניגונים. פינטל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:שוין. זאל שוין זיין די גאנצע.
https://drive.google.com/file/d/1P7y7te ... sp=sharing

יישר כח!

ביים דריטן ניגון האט ער מיר שוין פארלוירן... דער שינעווער רב זי"ע האט נישט געמאכט קיין ניגונים. פינטל

דאס איז די ערשטע מאל וואס דו הערסט דעם געשיכטע? עס איז געדרוקט אין דברי יחזקאל החדש.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

א געדרוקטע מעשה
אטעטשמענטס
Screenshot 2021-12-07 1436321.png
Screenshot 2021-12-07 1436321.png (36.63 KiB) געזען 2785 מאל
Screenshot 2021-12-07 1436322.png
Screenshot 2021-12-07 1436322.png (57.05 KiB) געזען 2785 מאל
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

בטיש בטישין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטיש בטישין »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:שוין. זאל שוין זיין די גאנצע.
https://drive.google.com/file/d/1P7y7te ... sp=sharing

יישר כח!

ביים דריטן ניגון האט ער מיר שוין פארלוירן... דער שינעווער רב זי"ע האט נישט געמאכט קיין ניגונים. פינטל

ווער האט טאקע געמאכט די ניגון?
Garden
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2021 8:23 pm

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Garden »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:שוין. זאל שוין זיין די גאנצע.
https://drive.google.com/file/d/1P7y7te ... sp=sharing

איך וואלט זייער געוואלט האבן רעקארדיראנגען פון די ניגונים דערמאנט אין די גליון (בעיקר שלום עליכם, מלך אביר, אשת חיל, אזמר בשבחין כל מקדש אין תנו שבח און וואס איז די דינוב ניגון וואס זיי דערמאנען ביי מנוחה ושׂמחה) כגלייב אז א שיין טייל פון זיי דרייט זיך ערגעץ ווי דא אויפן וועלטעל,
קען עמיצער ארויסהעלפען?
חולם י יאויש
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:50 pm

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חולם י יאויש »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:שוין. זאל שוין זיין די גאנצע.
https://drive.google.com/file/d/1P7y7te ... sp=sharing

ייש"כ מעומק הלב לכבוד הלב"ק!
איז פארהאן א המשך "מקורות הניגונים" אין אט דעם קאשוי גליון? (וועכנטליך? חודש'ליך?) איז שייך מזכה זיין דעם עולם, דא, אדער אפשר אינעם אשכול המיוחד צום הגה"ק מקאשוי זצו"ל?
דער אשת חיל, ווער זאל נאל האבן עס מחבר געווען, טאקע שטארק באקאנט אין פארשידענע חסידי'שע הויפן. אבער, קאשויער רבי זצו"ל פלעג זינגען נאך א פאל, וואס כ'האב נאך דערווייל קיינמאהל נישט געהערט ערגעץ אנדערש.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

חולם י יאויש האט געשריבן:

איך האב צופעליג איינגעוואנדערט אין קאשוי ביהמ"ד דעם סוכות און זעענדיג א שעהנעם גליון האב איך עס איינגעקנייטשט אין צווייען און פארפאקט אין בוזעם.
נאכן ארויפלאדענען און דערזעענדיג דעם אינטערעסע האט איך נאכאמאל מעיין געווען, און נישט געפונען קיין שום אימעיל וכדו'. אויך נישט ווי אפט עס קומט ארויס. אויסערליך זעט עס אויס ווי עס קומט ארויס מידי מועד במועדו.

אפשר אין קאשוי אשכול קען טאקע איינער מער וויסן וועגן דעם. [אולי קען מען קוקן אין בחצרות אשכול, ווער אפדעיט רעגלמעסיג די קאשוי וומס"ב נייעס, און אים א פרעג טאן...]
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re:

באקומען אין אישי:
די גליון "קול קהלתינו ק"ק קאשוי וויליאמסבורג" ווערט געמאכט אויף מיין קאמפיוטער.
די נעקסטע גליון קומט ארויס אי"ה אויף שבת שירה, אבער דארט וועט נישט שטיין איבער נגינה,
נאר די אין די גליון פון פסח וועט אי"ה שטיין די המשך פון נגינה.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”