צוויי לעבן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

צוויי לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

כינור האט געשריבן:עס באשרייבט דאס לעבן פון צוויי מענטשן - איינער קינדערלאז און דער צווייטער א טאטע - צוטיילט אין פאראגראפן איינס לעבן צווייטן ארויסצוברענגן דעם חילוק פון א טונקל לעבן צו א געבענטשטן.




די זון אין מיר גייט אונטער, אין האריזאנט קיין שיין
מיין זעל פריש און מונטער, מיט שמחה איך שפאן

עס וויינען די ווענט, צובראכן מיין היים
ניי געבוירן פיצל אין הענט, לא תמנו חסדי השם

צו א בעסער מארגן, פארלוירן די האף
שפרינגען קלאטשן אנע זארגן, לא כלו רחמיו

ליידיג מיין שטוב, אפען מיין וואונד
מיין נשמה ליב, שוין מיין צווייטע קינד

א לעבעדיגע אלמנה? קיין קינדער קען זי געבוירן
א באגעבא צו א דונא? כ׳בין אזוי פארלוירן

ספיקות אן ענטפערס, טריעטמענטס העלפן נישט
וועלכע סייז פעמפערס? אין גראסערי צומישט

פארגלייזט מיין בליק, א גרויען פינטל
פוד סטעמפס און וויק, מתנות פול בינטל

בינעך נישט גענוג רייף, צו האדעווען דיין פיקדון?
ברענג די זייף, אונזער עופה׳לה אפבאדן!

שבת פינסטער טונקל, איינזאם נאר צוויי
מיין בעיבי אין ווינקל, צוזאמען זענען מיר דריי

כ׳וויל נישט שטיין אויפן צעטיל, אלו שלא הניחו זש״ק!
דעם דאגה׳לאזן שלאף אין בעטל, א קניפ אין באק

קיינמאל שמוציג, די הויז אומדערטרעגליך ריין
קום דא צוציק, לאמיך דיין אויגן ווישן פון געוויין

עיני ירדה מים, מיין עתיד פארהאקט מיט טשוואקן
קום נאכאמאל טרייען, באלד קענסטו שוין וואקן!

טיילסט פאר יעדן, געב מיר כאטש איין!
ער קען שוין רעדן! נישט נאר שמייכל און וויין

נאר צרות כ׳ווייס, כ׳האב ס״ה איין ביטע׳לע
אלף, בית, ער קען שוין ביז יודעלע!

יעדן טאג ווינטער, מיין היימעלע שטענדיג קאלט
מיין לעכטיגס וואקסט אונטער, זיין אפשערן באלד

וואס איז די פיין לימיט? טאטע ענטפער מיין פראגע
שכר לימוד, סך הכל א געלט דאגה

כ׳שעם מיך צווישן מענטשן, איך דערטראג נישט מיין פעקעלע
קום שעפעלע זיך בענטשן. א ברכה אויף דיין קעפעלע

מען מוז געסט רופן, קיינער נישטא!
ער״ח סיון, מיט כוונה תפילת השל״ה

איר געבענדיג הארץ, צו וועם ליבשאפט אויסדרוקן?
זיסע מצוה טשארט׳ס, מ׳מוז צו באבי שיקן!

אן קינדער, וואס איז א מאמענ׳ס לעבנסקראפט?
אונזער קליינעם וואונדער, א שטיק לעבהאפט

טרויעריג דער חנוכה, ס׳ברענט נאר איין מנורה
ער בלאזט אין הארמאניקע..., אוי איז ער סחורה

צו פסח קיין כח, פארשטומט מיין געפיל
אויפן בענקל הויעך, ווען די טאטע קומט אהיים פון שוהל...

כרפס כ׳טייל אויס, שטיקלעך נאר צוויי
שבכל הלילות, זעה זיין פינגער דריי!

הבה לי בנים!, איך וויל נישט שטארבן קינדערלאז
זיין וויין פארשמירטן פנים..., קענסט נאך טרונקן די פערטע כוס?

א פינסטערע נאכט ליידער, ווער וועט צונעמען מיין אפיקומן?
געווען א הערליכע סדר, ווער גייט אויפרוימען?

שטופן די צייט, אוי ס׳איז חאלאמויד
א משפחה פרייד, געשמאק זיך ענדזשויד!

נחת. אן - אים, וואס איז די לעבנ׳ס באדייט?
אבות ובנים, נאר א טאטע די זיסקייט פארשטייט

הלואי אויף מיר, מוטשען מיט׳ן שידוכים קריזיס
כ׳וויל לערנען מיט דיר, דיין צעטל ווי איז עס

וואס האבן אינזינען, ביי אנחנו וצאצאינו
דאנקבארע טרערן רינען, אויף אלע גוטס דיינו

כ׳לעב אין פאנטאזיעס, געגליכן צו טויטע
מוטשא גראסיעס. העי, מיין קליינעם רעדט צום גויטע

א כליפע, נאר איינמאל אונטער חופה שטאנגען
כן יכנס... לחופה, צום צוויייטן מאל אונז דארט ענטפאנגען

א פארטרוקענטקייט, מיין בלום נישט ווייטער בליען
די גאלדענע קייט, שלשלת הדורות ווייטער ציען

ווער מיך פארשטייט, זיך ווענדן וואו אהין
א צווייגעלע איינגעזייט, כשתילי זיתים טעכטער און זין

נאך דא שאנסן? א קאמפיין קען בייהילפיג זיין ׳לכאורה׳
אויף מיין אקסל א הקפה טאנצן! שישו בשמחת תורה

שרייבן צו וויכי׳נען, ער וועט טוהן פאר מיר אלעס!
מ׳גייט שוין דוכענען!, קום, קום אונטער מיין טלית

מחר, אני בא, כ׳ווארט נישט אויף דיר, מארגן
מחר, אני בא, כ׳ווארט שוין אויף דיר, מארגן

אייער נתינה קען און וועט אנטשיידן!
לעצט פארראכטן דורך כינור אום דינסטאג יוני 29, 2021 9:31 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מיין לעבן // אזוי צו אזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

פאר ווער ס׳כאפט נישט דעם גאנג, עס באשרייבט דאס לעבן פון צוויי מענטשן - איינער קינדערלאז און דער צווייטער א טאטע - צוטיילט אין פאראגראפן איינס לעבן צווייטן ארויסצוברענגן דעם חילוק פון א טונקל לעבן צו א געבענטשטן.

אגב מ׳האט געגעבן א סכום הגון פארן קאמפיין. נישט סתם דיבורי סרק
לעצט פארראכטן דורך כינור אום מיטוואך יוני 30, 2021 3:56 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: מיין לעבן // אזוי צו אזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

כינור שרעקליך גוט, איך קען נאר מעיד זיין אויף איין האלב.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מיין לעבן // אזוי צו אזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

כ׳האף די גוטע
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: מיין לעבן // אזוי צו אזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער שיינע גראמען’לעך...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מיין לעבן // אזוי צו אזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

טענק יו
לעצט פארראכטן דורך כינור אום מאנטאג יוני 28, 2021 7:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: מיין לעבן // אזוי צו אזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

כינור האט געשריבן:כ׳האף די גוטע

גראדע נישט כזעה האסט נישט געליינט
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=48440
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2864772#p2864772
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מיין לעבן // אזוי צו אזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:כ׳האף די גוטע

גראדע נישט כזעה האסט נישט געליינט
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=48440
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2864772#p2864772

אוי געוואלד!!! כ׳בין צוטרייסלט עד עמקי נשמתי. זאלסט אויפגעראכטן ווערן בקרוב ממש!!!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: מיין לעבן // אזוי צו אזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

יישר כח כינור פארן מוסיף זיין לכבודי.

דער זכות זאל דיר ביישטיין נאר צו האבען די גוטע האלב און אלע ענינים פון לעבען.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מיין לעבן // אזוי צו אזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

אמן. וכן למתוק
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: מיין לעבן // אזוי צו אזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

יו האסטו געספינט מיין קאפ.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מיין לעבן // אזוי צו אזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:יו האסטו געספינט מיין קאפ.


פארשטאנען?
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: מיין לעבן // אזוי צו אזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

כינור האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:יו האסטו געספינט מיין קאפ.


פארשטאנען?

שאאר. יעדע שורה האב איך געדארפט טראכטן פון אן אנדערע פעמעלי און אן אנדערע מצבים. ס'שרעקעדיג!
אוועטאר
ס׳וועט אריבערגיין
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 31, 2021 4:19 pm

Re: מיין לעבן // אזוי צו אזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס׳וועט אריבערגיין »

זייער שיין
ס'וועט אריבערגיין. טראסט מיך. האלט אן.
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: צוויי לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

כינור זייער שיין !!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: צוויי לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

יעצט געליינט (וואו ביסטו געווען ביז יעצט?), wow!! הערליך שיין געפלאכטן. עס ברענגט ארויס דעם ביטערן מה נשתנה... און זייער שיינע גראמ'לעך.

דער באשעפער זאל זיי אלע טרייסטן און שיקן א ישועה בקרוב!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”