ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בס"ד

ברוכים הבאים טייערע חברים, קודם כל וויל איך מיך באדאנקן פאר אלע חברים וואס זענען דא מיט אונז, איך ווייס אז סיז נישט אזוי גרינג, בפרט אין אזא הייסן טאג און נאכדערצו א פאסט-טאג, ספעציעל פאר די אלע "אהבת קדומים" ניקס וואס טראצדעם וואס זיי האבן שוין יארן נישט איבערגעטרעטן דעם שוועל, דאך האבן זיי אפגעשטויבט זייער קיבארד און ארויסגעקראצט זייער פעסווארד און זענען זיך אצינד משתתף ביי אונזער מעמד נורא, ענקער אנוועזענהייט איז אונז א גרויסער כבוד!

די לעצטע וואך גרייט זיך שוין דער גאנצער עולם צום דערהויבענע מעמד, יעדער ווארט צו הערן פון וואס מ'רעדט דא, וואס איז אזוי וויכטיג אז מ'זאל פארדעם ממש איבערדרייען וועלטן די לעצטע וואך...

אצינד העמער האבן דעם כבוד איבערצוגיבן דאס ווארט פאר אונזער געערטער ראש הקהל ערעב שמערי, ער וועט אביסל ארומרעדן איבער די ענינים העומדים על הפרק...

ר' שמערל...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

Re: ברוכים הבאים צום גרויסארטיגן כינוס הניקס למען טוהר מחנינו

תגובה דורך שמערי בערי »

ברשות כל הקהל הקודש, לא איש מטות-מסעי אנכי, כ'האב זיך נישט אנגעגרייט קיין לאנגע דרשה און כ'וועל נישט אויפהאלטן דעם ציבור. אבער איך מיין אז מיר אלע ווייסן שוין אז ווען "וויכטיג מאכער" בעט עפעס, קען מען נישט אפזאגן. בין איך אלזא געקומען צו קריכן מיט מיין וואקער און מיין פעקל פעיפערס פארבליבן פון מיין לעצטע איינשווערונגס ראש הקהל, און אויפ'ן קאפ דער אלטער צולינדער וואס מאכט שוין א רויטע ליין אויף מיין שטערן פאר די לעצטע 12 יאר.

אלזא.

מורי ורבותי.

מיר שטייען יעצט גאנצע 15 יאר זייט דער ווינקעלע, דער איידל ארט וועלכע עקזיסטירט כששונה בין החוחים אינעם ים פונעם אלוועלטליכן טריפה'נעם געוועב.

15 יאר!

180 מאנאטן!

782 וואכן!

5,475 טעג!

131,400 שעה!

7,884,000 מינוט!

ועל כולם: 2,700,340 תגובות, ענד קאונטיג!

אה, און שיעור פארגעסן: 6 ראשי קהילה...

אונזער ווינקל האט זיך געעפנט אויף א באשיידענעם אופן, אונטער'ן נאמען "היימישעקרעטשמע.קאם", וואו דורכאויס די גאנצע צוויי יאר וואס זי איז אנגעגאנגען האט זי פארמאגט אן ערך פון בלויז 80 אקטיווע און האלב אקטיווע ניקס. און דאן זענען זיך די חכמי העיר צוזאמגעקומען אויף אן אסיפה פון 7 טעג און 7 נעכט, און מ'האט באשלאסן ארויסצוגיין אין מארק. איך געדענק די בענקעניש מיט וואס אזויפיל פון אונזערע ידידים האבן צוריק געקוקט אויפ'ן שטילן ווינקעלע, אבער ס'איז געווען עת לעשות לה', אוועק צו שטעלן א זייטל וואס זאל זיין שוה לכל נפש, מיט א געוואלדיגע ברייטקייט און הרחבה צו סערווירן יעדן איינעם. אינעם נייעם וועלטל איז פארברייטערט געווארן די "נגינה" אפטיילונג, אריינברענגענדיג די גרעסטע זינגער און קאמפאזירער צו מיטהאלטן און אויסשמועסן זייערע פראיעקטן. דארט איז אויך פארברייטערט געווארן צו א מאקסימום דער - שוין היינט וועלט באקאנטער - נייעס אפטיילונג, וואו אזויפיל אידן ווייסן אז זיי האבן צוטריט צו אלע נייעס אויפ'ן כשר'סטן און אויסגעהאלטענסטן אופן. ווער רעדט נאך פון דעם "איש את רעהו יעזורו" אפטיילונג, וואס יעדער איד איבער די וועלט וואס זוכט הילף, פון גראפיקס ביז קאמפיוטער פראגראמינג, פון אמעזאן ביז טישן און בענקלעך, פון יעהופעץ ביז בויבעריק (נישט פארמישן מיט באבויקענען פון מיכאל), קען דארט טרעפן הילף אן דארפן קריכן און זוכן איבער דאס געוועב.

אט דאס איז "אייוועלט"!

און אט דאס האלטן מיר יעצט ביי די 15'טע יארטאג.

אין אזא זמן זענען מיר זיך צוזאם געקומען צו אן ערשטמאליגע אסיפה כללית, אזאנס וואס אייוועלט האט נאכנישט געזעהן עד היום הזה. שוין עטליכע טעג וואס דער ציבור וואונדערט זיך: פארוואס? על מה ולמה? וואס איז דער איבערקערעניש?

ס'איז צייט צו טון עפעס, ס'איז צייט צו מאכן א חשבון און זעהן וואס מיר גייען דא טון, אין דעם יעצטיגן צייט.

עפעס פארלאנגט זיך פון אונז, ווי מיר וועלן הערן פון די ווייטערדיגע רעדנער. און דאס וואס פארלאנגט זיך פון אונז איז וויכטיג, און גאר וויכטיג.

און איך האף אז דער ציבור וועט דאס גוט פארנעמען און ארייננעמען, און פארשטיין דאס נחיצות הענין.

זאל דער אייבישטער העלפן אז טאקע הימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה בביאת גואל צדק ומלכינו מרן רבינו שליט"א בראשינו ונאמר אמן.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים צום גרויסארטיגן כינוס הניקס למען טוהר מחנינו

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שכח הויעכגעשעצטער ראה"ק פאר די טרעפליכע רייד...

אצינד העמער האבן דעם כבוד איבערצוגיבן דאס ווארט פאר מיין ידיד, און ידיד כל בית אייוועלט אונזער חשובער מנהל ערעב לכאורה זז"ג, ער זאל איבערגיבן במה דברים אמורים...

לכאורה...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

Re: ברוכים הבאים צום גרויסארטיגן כינוס הניקס למען טוהר מחנינו!!!

תגובה דורך צייטליך »

רבותי, אויף די לינקע זייט, דא ארויפציער איז נאך דא פלאץ, מבעהט די עסקנים זאלן אהערשיקן דער ציבור וואס קומט יעצט אריין.

שששש....

נו, לכאורה, קענסט רעדן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ברוכים הבאים צום גרויסארטיגן כינוס הניקס למען טוהר מחנינו!!!

תגובה דורך לכאורה »

בס"ד

אל מעלת כבוד ידידנו היקרים פה אייוועלט הי"ו

איר האט גאנץ זיכער מיטגעהאלטן די איבערקערעניש אויפ'ן סייט במשך די לעצטע פאר טעג, און איר וואונדערט זיך וואס דא גייט פאר. מיר האפן אז מיט די פאלגנדע שורות וועלן זאכן עטוואס אויסגעקלארט ווערן און איר וועט אונז פארשטיין.

מיר די אונטערגעשריבענע, וועמען איר אלע קענט שוין פון לאנגע יארן זייענדיג טייל פון די אדמיניסטראציע און פירערשאפט פון אייוועלט, קומען היינט צו אייך דאס ערשטע מאל מיט א דירעקטע פארלאנג. ביטע לייגט צו אייערע אויגן און הארץ צו אונזערע ווערטער.

מיר ווענדן זיך נישט צו אייך פאר הילף לטובת אונזער סייט, און נישט פאר א צוועק וואס איז נאנט צו אונזער הארץ. מיר ווענדן זיך צו אייך צו קומען צוהילף פאר אן אייגענער, איינער פון אונז. עס האנדלט זיך פון א פאל וואס שרייט ארויס פון צווישן די אשכולות פון אייוועלט, וואס ווער עס האט זיך נאר באגעגנט דערמיט האט אויסגעשריגן: "אויב איז דא עפעס מיט וואס איך קען העלפן - בין איך דא".

במה דברים אמורים?
די טעמע דא איז איבער איינער פון אונז, א יונגערמאנטשיקל וואס זיצט אין כולל און ס'ווייבעלע ארבעט, כדרך גוברין יהודאין, אבער זייער שטוב איז ליידער ליידיג, און אויב זאכן ווענדן זיך אין דעם פארטעמפטן פראפעסאר, וועט זיך אויספעלן צו אדאפטירן א קינד כדי צו הערן א קעלעכל פון געוויין אדער געלעכטער אין דעם שטוב.

פאר די וואס כאפן נאך אלץ נישט, כאפט נאר א בליק אין דעם אשכול, לויפט אדורך אירע תגובות און בלעטער, און איר זענט פארזיכערט צו בלייבן מיט א רויטע אויג און א נאסע געזיכט.

ליתר שאת געבט אייך א דערמאן פון דעם קליפ וואס האט בשעתו צירקולירט דאהי, וואס דערציילט ברחל בתך הקטנה כלפי מה הדברים אמורים.

אויב דער דאקטאר האט אויפגעגעבן, וואס קענען מיר טון?
טייערע ליבע ברידער מיט וועמען מיר פארברענגען אזוי גוטמוטיג אויף א טעגליכן פארנעם. יא, איך און אייך, מיר אלע אינאיינעם, קענען און וועלן בעז"ה איבערדרייען דעם טרויער צו פרייד. ניין, מיר זענען נישט קיין דאקטוירים, און זיכער נישט קיין מומחים אין די מקצוע פון אינפערטילעטי וואס איז רחבה מני ים, אבער מקום הניחו לנו להתגדר, מיר האבן אן אור אלטן אויסגעטראטענעם מהלך וויאזוי צו זיין בייהילפיג דעם יונגערמאן און זיין עקרת הבית.

בדרך הטבע - ווי געשמועסט - קען זיך דער יונגערמאן גארנישט העלפן, עכ"פ לויט די היינטיגע מעדעצינישע מעגליכקייטן און פארשריט. אבער אונזער באשעפער איז גרויס, און ער קען און וועט באווייזן וואונדער למעלה מדרך הטבע - אויב מיר חברים וועלן אונטערנעמען סגולות און פעולות אויף אן אומנאטורליכן אופן, העכער אונזערע כוחות און ערווארטונגען.

יעצט הארכט ווייטער: רוב סגולות זענען לעגיטים און האבן געטרייע נאכפאלגער וואס שווערן זיך דערביי, אבער אז איר וועט זיך גוט נאכפרעגן וועט איר הערן אז איינס פון די סגולות וואס זענען דאס מערסטע בדוק ומנוסה, איז צו בויען א מקוה לזכות פון א קינדערלאזע פארפאלק.

מיר דארפן נישט צו ווייט נאכפארשן. ביידע פון אונז זענען נאנטע קרובים מיט אידן און אידענעס וואס זענען זעלבסט געהאלפן געווארן אלס רעזולטאט פון א מקוה בויען. דער פלאץ איז נישט געאייגנט צו דערציילן גאנצע געשיכטעס, אבער די עפיזאדן זענען געווען גאר באשיינפערליך און זאגאר אויפפאלנד, א שטייגער ווי 'געמאכט א מסיבה לטובת א מקוה - געהאלפן געווארן תיכף ומיד' און 'ווען מען האט געגאסן די בורות, האט זיך דער ישועה אנגעהויבן, און עס האט זיך געענדיגט בשעטומ"צ מיט'ן ערשטן באנוץ פון די מקוה'.

לענינינו: עס בויעט זיך יעצט א מקוה טהרה אין א היימישע געגנט, און עס איז אנגעקומען צו אונז א שמועה אז מען קען יעצט אפקויפן איינס פון די גרויסע זכותים דערפון פאר א סכום הגון. מיר רעכענען דאס אפצוקויפן על שמו פון אונזער חבר נאמן "מחר אני בא" ני"ו, אבער מיר דארפן צוקומען צו אייער הילף צו עררייכן דעם סומע וואס דאס קאסט.

אגב, ביי אט דער מקוה וואס ווערט יעצט געבויעט, האט מען שוין געזען עין בעין אפענע זאכן. איין באקאנטע פאל: חברים האבן זיך צוזאמגענומען אפצוקויפן איין בור פאר א פריינט זייערער, יענער האלזט שוין ב"ה דאס קינד! און ער איז בלויז איינער פון עטליכע אזעלכע געהאלפענע בס"ד.

און דא קומען מיר צום שפיץ:

אין די נאנטע טעג וועט געלאזט ווערן אין גאנג א פרעצעדענטלאזע קאמפיין אינערהאלב די ווענט פון די קרעטשמע (אויך באקאנט היינט אלס 'אייוועלט'), וואו עס וועט געגעבן ווערן די געלעגנהייט פאר יעדן פון אונז צו שענקן לעבן פאר אונזער חבר וואס האט זיך שוין אפגעזעגנט ביי די 23 יאר פון האלטן אן אייגן קינד. מיט אונזער אנשטרענגונג יותר מכפי יכולתינו, למעלה מדרך הטבע, וועט מען בעזרת השי"ת קענען מבשר זיין בשורות טובות למעלה מדרך הטבע.

די לעצטע דעטאלן פונעם קאמפיין האלטן אינמיטן פאלן אין פלאץ, אבער מיר ווילן געבן דעם ציבור א העדס-אפ, מען זאל זיין גרייט פאר די ריכטיגע מינוט און ארויסווייזן סאלידאריטעט מיט אן אייגענעם, און אים הייבן צו די העכערע ספערן מיט'ן אים שענקן דעם געוואלדיגן זכות פון א מקוה וואס וועט טראגן זיין נאמען.

און א פערזענליכע בקשה צו די יעניגע טויגליכע צווישן אונז, איר ווייסט גאנץ גוט ווער איר זענט, ביטע קומט אונז אקעגן מיט'ן נעמען אן אייגענע 'בלעטל' אינעם קאמפיין, טרייבט אליינס ארויף שטיצע צווישן אייערע גוטע פריינט דא אויפ'ן וועלטל, אייער זכות וועט זיין אומשאצבאר. (צו נעמען א בלעטל, ביטע זיך מעלדן צו די עסקנים טישל אויף [email protected])

דער געוואלדיגער זכות פון מרבה זיין טהרה בישראל, בשעת מיר טוען א חסד של אמת מיט א קאלעגע שרייבערל און זיין ב"ב, וועט אונז זיכער באגלייטן לאורך ימים, און צייגן אויף די שענסטע קאלירן פון אונזער וועלטל. מי לה' אלינו!

הק' לכאורה - הק' וויכטיג מאכער
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים צום גרויסארטיגן כינוס הניקס למען טוהר מחנינו!!!

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יישר כח טייערע מנהל, און ווי דער עולם זעהט האבעך אונטערגעשריבן אינאיינעם מיטן מנהל אויף די גאר וויכטיגע רייד...

כ'האב אבער געוואלט צולייגן אפאר ווערטער פון טיפן הארצן...

די לעצטע וואך צייט האבן מיך אסאך אירע געפרעגט, וואס גייט פאר? פארוואס דרייט מען איבער א וועלט? אזוי אויך איינע פון די עסקנים וואס העלפן ארויס מיטן קאמפיין האבן מיך געפרעגט: "ביסט זיכער דו ווילסט איבערדרייען א וועלט פארדעם?"

און די תירוץ איז זייער קלאר... "אויף די וועלט איז אצינד - אין יארע 2021 נאכניש דא קיין וועג דו זאלסט האבן קינדער"... אזוי האט די דאקטער - פון די בעסטע וואס איז נאר דא - געזאגט... נו, אויב אין די וועלט איז נישטא, דארף מען איבערדרייען די וועלט, אפשר אינדרויסן איז יא דא עפעס...

ס'קלינגט אפשר קאמיש, אבער דאס איז ליידער די מצב... ווען מחר האט מיר דערציילט אז דאס איזעס! איך בין א געשטארבענער... האבעכעם געזאגט "יעצט ביסטו א געהאלפענער", ביז יעצט האסטו געפיהלט אז דו ביסט אין די הענט פון א בשר ודם, דער דאקטער גייט אזוי טוהן און אזוי מאכן... אצינד אז דער דאקטער גיבט אויף, איז אלעס אין די הענט פונעם אייבערשטן... און אז סיז אין די הענט פונעם אייבערשטן זענען דיינע טשענסעס היבש גוט! אונז גיימער איינרייסן פאר דיר!!!

ווען א צווייטער חבר, אויך א אינגערמאן וואס האט ליידער נאכניש זוכה געווען צו האלזן אן אייגן קינד האט געהערט פון מחר'ס מצב, האטער מיך אנגערופן און געזאגט "אונז גיימער בויען א מקוה פאר מחר'ס וועגן", איי סיז צו פיהל געלט? "מחר דארף א ישועה חוץ לדרך הטבע, אונז גיימער עס בויען חוץ לדרך הטבע"... יעדער העט ווייזן פארן אייבערשטן, קוק וואו אונז רייסמער זיך איבער מער פון וויפיל אונז קעמער, הייליגער באשעפער, העלף אונזער חבר שלא כדרך הטבע...

אצינד גיימער זיך אנגארטלן מיט אלע כוחות, און מ'גיימער אי"ה איבערדרייען די טבע, און דעליווערן א קינד פאר אונזער חבר...

די זכות פון טהרת ישראל איז ברייט באקאנט, ס'ברענגט השפעות אויף אלע ארומיגע, זאלעס טאקע זיין א זכות אויך פארן אנדערן חבר...

ואגב, זייענדיג דער פאקטישער אדמיניסטראטאר פון די סייט, קומט מיר אויס כסדר זיך צו באקענען מיט חברים באהאלטן אונטער ניקס... איך וויל ענק דערציילן א שטיקל סוד, מיר פארמאגן דא איבער 40 ניקס וואס זענען מצפה לישועה, זיי ווארטן צו קענען האלזן אן אייגענעם קינד... זיי ווילן אויך קענען אריינרעדן אין אשכולות וואס רעדן פון שכר לימוד פרייזן, אדער פון חינוך אנלעגענהייטן... אבער דערווייל זענען זיי פארנומען מיט דאקטוירים און ארגענזאציעס וואס העלפן זיי ארויס בס"ד...

איז פאר יעדע נתינה קען מען אינזין האבן אויך אונזערע אנדערע חברים ס'זאל זיין פאר זיי א זכות, זיי זאלן געהאלפן ווערן מיט זש"ק...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים צום גרויסארטיגן כינוס הניקס למען טוהר מחנינו!!!

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קאמענטארן

viewtopic.php?f=3&t=48329
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים צום גרויסארטיגן כינוס הניקס למען טוהר מחנינו!!!

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

.
אטעטשמענטס
Screenshot_20210627-144944_Chrome.jpg
Screenshot_20210627-144944_Chrome.jpg (308.38 KiB) געזען 25842 מאל
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים צום גרויסארטיגן כינוס הניקס למען טוהר מחנינו!!!

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

.
אטעטשמענטס
Screenshot_20210627-145225_Chrome.jpg
Screenshot_20210627-145225_Chrome.jpg (336.25 KiB) געזען 25757 מאל
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים צום גרויסארטיגן כינוס הניקס למען טוהר מחנינו!!!

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

.
אטעטשמענטס
Screenshot_20210627-145345_Chrome.jpg
Screenshot_20210627-145345_Chrome.jpg (319.37 KiB) געזען 25649 מאל
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים צום גרויסארטיגן כינוס הניקס למען טוהר מחנינו!!!

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

.
אטעטשמענטס
Screenshot_20210627-145406_Chrome.jpg
Screenshot_20210627-145406_Chrome.jpg (571.45 KiB) געזען 25611 מאל
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים צום גרויסארטיגן כינוס הניקס למען טוהר מחנינו!!!

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

.
אטעטשמענטס
Screenshot_20210627-150121_Chrome.jpg
Screenshot_20210627-150121_Chrome.jpg (433.07 KiB) געזען 25155 מאל
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים צום גרויסארטיגן כינוס הניקס למען טוהר מחנינו!!!

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

.
אטעטשמענטס
matzev7.jpg
matzev7.jpg (278.46 KiB) געזען 24997 מאל

matzev9.jpg
matzev9.jpg (407.36 KiB) געזען 24853 מאל
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים צום גרויסארטיגן כינוס הניקס למען טוהר מחנינו!!!

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נו טייערע חברים, זענטעץ גרייט???

אויב איינער וויל ארויסהעלפן, ביטע שיקן אן אימעיל צו [email protected] שרייבט קלאר מיט וואס איר קענט העלפן...

אייוועלט דו קענסט!!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים צום גרויסארטיגן כינוס הניקס למען טוהר מחנינו!!!

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

א לינק צו גיבן אייער ברייטהארציגע נדבה...

https://www.charidy.com/cmp/ivelt
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים צום גרויסארטיגן כינוס הניקס למען טוהר מחנינו!!!

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

טייערע חברים דפק"ק אייוועלט.קאם, מיר טרעטן אצינד אריין אין א היסטארישן מאמענט. א עמאציאנאלער מאמענט. חברי אייוועלט גייען אינאיינעם שענקען א שטראל פון האפענונג, א שאנס פאר תחיית המתים, פאר אונזער 'טויטן' מיטגליד מחר אני בא...

טרערן פון התרגשות האבן זיך געגליטשט אויף די באקן ווען מען האט אנאנסירט דעם קאמפיין, און געזען ווי די חברים דא זענען גרייט נישט בלויז אויף מיטצוויינען מיט אונזער קאלעגע, נאר כאיש אחד בלב אחד שטייט מען גרייט ארויסצוהעלפן מיט פאקטישע הילף, און זיך אנשטרענגען יותר מכפי היכולת צושטאנד צו ברענגען דאס וואס די גרעסטע דאקטוירים קענען נישט, און בעז"ה מחי' מתים זיין אונזער ידיד.

אזא קאמפיין אויף אייוועלט איז אן ערשטמאליגע דערהער, און פארמאגט א באזונדערע אייגנארטיגקייט, ווען חברים וואס קענען זיך נישט אין ריעל לייף, וועלן אראפסווייפן ריזיגע סכומים אין עהרע פון זייערע אנאנימע חברים וועלכע האבן זיך אונטערגענומען צו שאפן גרויסע געלטער צום קאמפיין. אשע"כ וועלן מיר דא איבערלויפן די טעכנישע דעטאלן ארום דעם קאמפיין, כדי די חשובע נדבנים זאלן זיין קלאר מיטן מציאות הדברים:

דער קאמפיין וועט לויפן אויפן בארימטן 'טשערידי' פלאטפארמע, וואס ווערט היינט ברייט באנוצט דורך הונדערטער היימישע קאמפיינס, טראגענדיג אונטער זיך א רעקארד פון גרויסע הצלחות.
דער סדר איז אז דער קאמפיין איז צוטיילט אין 'טיעם'ס', וואס אין אונזער פאל מיינט דאס צוזאגן אז א רשימה פון אקטיווע פראמינענטע ניק'ס דא אויפן וועלטל האבן זיך אונטערגענומען אריינצוברענגען א באשטימטן סכום אויף זייער נאמען, און די טיעמס וועלן ווערן ארויסגעשטעלט מיט די ניק נעמען מיט וואס מען אידענטיפיצירט זיך צווישן די קארידארן פונעם קרעטשמע.

כמובן וועלן די נדבות אויך גיין אויפן זעלבן מהלך, ווען די חשובע ניק'ס וועלן צושטייער געבן אונטער זייערע ניק נעמען.
עס איז וויכטיג צו וויסן אז ביים געבן געלט אויפן טשערידי פלאטפארמע קען מען זיך אינגאנצן באנוצן מיט א ניק נאמען, און נישט דארפן קיינמאל ארויסשרייבן דעם עכטן נאמען. (אריינגערעכנט די ענגלישע נאמען וואס ווערט נישט געוויזן פארן פובליק).

פאר יעדע סארט טעכנישע פראגע ארום דעם קאמפיין, קען מען זיך ווענדן צו ידידינו @רינדעכיג, וועלכע וועט שטיין גרייט ארויסצוהעלפן מיט סיי וואס דורכאויס דעם גאנצן קאמפיין.

רבותי, גארטעלט אייך אן!!

מיר זענען אויף א תחיית המתים מיסיע!! מ'גיימיר אינאיינעם אויפלעבן מחר'ל!

פאלגט נאך ווייטערדיגע מודעות.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מחר'ס אשכול דא האט געברענגט גאר א שטארקע רעספאנס, און מיר זענען געצווינגן געווארן צוריקצורוקן דעם קאמפיין צו מארגן 12:00 PM.

דערווייל קען מען גיבן אויף די פרי קאמפיין פעידזש...

https://www.charidy.com/ivelt

איר קענט אויך טרעפן אנדערע פעידזשעס דארט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!

תגובה דורך לכאורה »

.
אטעטשמענטס
matzev15.jpg
matzev15.jpg (429.51 KiB) געזען 17537 מאל
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

Wowowowow!!!

אומגלויבליך אבער א פאקט!!! מ'האלט שוין ביי האלב פונעם ציהל..

אייוועלט, דו קענסט!!
אטעטשמענטס
IMG-20210628-WA0304.jpg
IMG-20210628-WA0304.jpg (330.39 KiB) געזען 17256 מאל
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!

תגובה דורך סאכדעס »

ביטע אדורכליינען מיט ערנסטקייט
אטעטשמענטס
KOL KOIRE.PNG
KOL KOIRE.PNG (616.18 KiB) געזען 16972 מאל
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!

תגובה דורך לכאורה »

פערזענליכע קרישקעלע:

מיט ארום צוויי שעה צוריק האב איך מיך אוועקגעריסן פון מיין פארנומענע ארבעט צו כאפן א בליק וואס דער מצב איז, און זעענדיג וואס דא גייט פאר - בלי עין הרע, און די גיגאנטישע סכומים וואס פליסן אריין, האב איך ממש אויסגעפלאצט אין א געוויין.

מי כעמך אייוועלט! לכו בכוחכם זה והושעתם את ישראל!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!

תגובה דורך לכאורה »

אלע קאמענטארן אויף די קול קורא פון סאכדעס (אדער מיינע טרערן...) דא:

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=48329
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

טויזענט דאונעישענס!!!
אטעטשמענטס
IMG-20210629-WA0043.jpg
IMG-20210629-WA0043.jpg (174.56 KiB) געזען 16113 מאל
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
פארשפארט

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”