דארף מען מורא האבן פון א עין הרע?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: דארף מען מורא האבן פון א עין הרע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

ישרן האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:
גיסן בליי איז א מקובל׳דיגע סגולה פון פריעדיגע. איך ווייס פון גרויסע אידן וואס שפרעכן זיך אפ מיט דעם. מ׳דארף זיכער מאכן אז מ׳גייט צו איינעם וואס האט א הסכמה פון א ערליכע איד וואס ווייסט זיין קבלה.

אויב מען מעג פרעגן פון וועלכע גרויסע אידן רעדט איר.

שטארק נוגע למעשה? קענסט זיין זיכער אז איך רעדט פון רבנים גרויסע תלמידי חכמים, אבער ס׳וועט מיר נישט באדערן אויב דו גלייבסט מיר נישט.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7391
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: דארף מען מורא האבן פון א עין הרע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

מכתבי הרה"ח ר' יעקב אהרן ווערצבערגער משב'"ק אדמו''ר מויזניץ זצ"ל ממה שנמסר לו הרבי כעין צוואה
עיין חלק א סיעף ב אודות עין הרע
806121463_63756.jpg
806121463_63756.jpg (151.55 KiB) געזען 706 מאל

צוואה בע''פ ליעקב אהרן.pdf
(148.11 KiB) געווארן דאונלאודעד 23 מאל
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: דארף מען מורא האבן פון א עין הרע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

שמו האט געשריבן:
אביש האט געשריבן:
שיינע שטריימעל האט געשריבן:דארף מען מורא האבן פון א עין הרע?
דארף מען זיך מונע זיין צו טועהן זאכן וועגן דעם?
דארף מען עס אפשפרעכען?

צו מדארף חושש זיין, האט מקורות און חז"ל.
אפשפרעכן די האנטיגע מהלכים איז קיין מקור און חז"ל נישט'טא!
די גאנצע בליי גיסן דארף געלייגט ווערן אינטער א גרויסע פראגע צייכן, כא'נישט יעצט קיין כח צו טייפן.
אבער דאס איז זיכער, אז אפשפרעכן "א נאמען" נישט אויפן מענטש (פארשטייט זיך מיט ק"ק קארטל פארדעם) איז א פלענע גניבה.

ס'דא כהיום דריי מסורת'דיגע וועגן פון אפשפרעכן
מיט חלה אין וואסער, (וואס אסאך קענען) און דער סימן אז עין הרע איז אראפ, ווען די חלה קומט אן אונטן (ווען נארמאל שווימט דאך די חלה ארויף)
א טעלער וואסער וואס מען שמירט אויפן פנים, און מען נעמט ארויס מער וואסער פון טעלער פון וויפיל מען האט אריין געלייגט (סאסוב א"י ובניו טוען אזוי, ואיני יודע מקורו)
גיסן בליי, (וואס ווערט שוין דערמאנט אין צ"צ חב"ד)
נאר גיסן בליי, איז דא וואס מאכן דורך לייגן א דאכענע על ראש האיש, און מען גיסט הייסע בליי אויפן דאכענע
ס'דא וואס גיסן בליי אין א שיסל, וואס מען האלט העכערן קאפ פונעם באטרעפנדער
און ס'דא וואס גיסן בליי, דורך זאגן יענעמ'ס נאמען (אלע דריי וועגן האבן אן אלטער מסורה, און אסאך רבי'ס אמאל און היינט האבן שוין געשיקט נעמען צו שפרעכן)

וואס דען, ווערן א מעמבער איז א שיגעון
און עדעווערטייזן יעדע'ס מאל, ווי שלעכט גאט איז (עפ"ל) און זיכט אלעמען צו הרג'ענען
מאכסט א סדר, זיצט מיט אלע קינדער, רח"ל ס'איז א סכנה
מאכסט חתונה, אלע קינדער לעבן, געב אכט איינער קען שטארבן
ביזט מצליח אין לערנען, וואטש דו קענסט צוברעכן אלע אברים

און וואס איז די איינציגסטע עצה, ווערן א מעמבער אין בליי גיסעריי
דאס איז מער טפשות, און רשעות, ווי כפירה.

און איז גורם, אז מען פארלירט דאס גלייכגעוויכט.



כמובן שטייט שוין אין גמ', אז אחד מאלף בדרך כל האדם, און 999 שטארבן פון עין הרע, דאך דארף מען נישט אריין גיין אין נערוון, און באופן כללי בחיי היום יום, דארף מען נישט מורא האבן
נאר אז איינער רייסט זיך אויף, זאל ער וויסן אז ס'האט א פרייז, (ויש עוד להאריך, רק אין לי כח כעת)

נ.ב. דער סאטמאר רב האט שטארק חושש געווען אויף עין הרע, האט ער אמאל געזאגט, ס'דא מענטשן וואס נעמען גרינג אן עין הרע, און ס'דא מענטשן וואס געבן גרינג, איך נעם גרינג האט ער געזאגט אויף זיך.

וכן הרבי מוויזשניץ מאנסי האט אויך שטארק מורא געהאט פון עין הרע (קומט פון דזיקוב, ווי מען האט שטארק מורא געהאט)


;l;p- ;l;p- ;l;p-
כ’ברענג נאכאמאל ס’גאנצע ווייל ס’איז כדי צו חזר’ן
כ’ווייס נישט וויאזוי זיי האבן נישט מורא אזויפיל צו אדווערטייזן
ס’קען שאטן א עין ה..
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4272
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: דארף מען מורא האבן פון א עין הרע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

עס איז זיכער אז עס מען דארף "חושש" זיין פאר עין הרע. מען דאווענט דאך איעדען טאג:

יְהִי רָצון מִלְּפָנֶיךָ ה' אֱלהַי וֵאלהֵי אֲבותַי שֶׁתַּצִּילֵנִי הַיּום וּבְכָל יום וָיום מֵעַזֵּי פָנִים. וּמֵעַזּוּת פָּנִים. מֵאָדָם רָע. מִיֵּצֶר רָע. מֵחָבֵר רָע. מִשָּׁכֵן רָע. מִפֶּגַע רָע. מֵעַיִן הָרָע. וּמִלָּשׁון הָרָע. מִדִּין קָשֶׁה. וּמִבַּעַל דִּין קָשֶׁה. בֵּין שֶׁהוּא בֶן בְּרִית. וּבֵין שֶׁאֵינו בֶן בְּרִית:

אויב חז"ל האבן דאס אריינגעלייגט אין די ניסוח התפילה, און נישט סתם, נאר גאנץ אנפאנג, איז דאס א חשש אויף וואס מען איז מתפלל.

דארף מען מורא האבן?
דארף מען מורא האבן פון עקסידענטס? א פאליס מאן וואס וועט זאגן ליגען אז די ביסט אריבערגעפארן א רויט לייט (פגע רע)? דארף מען מורא האבן פון א strike of lighting? יא, און מען דארף דאווענען אויף די אלע מכשולות איעדן טאג. אבער מען דארף אויך האבן אמונה און בטחון.

בקיצור, מען דארף נישט משוגע ווערן, אבער קלאר למיחש מיבעי.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7391
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: דארף מען מורא האבן פון א עין הרע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

ווי איך פארשטיי איז נישט די שאלה צו מען דארף מורא האבן וואס אויף דאס איז די תירוץ פארוואס יא מורא דארף מען האבן פון די טאטע רבי און פון באשעפער...
די שאלה איז צו מ'דארף חושש זיין נישט צו טון זאכן וואס ברענגט עין הרע און אויב מ'האט יא ווי אזוי מ'נעמט עס אראפ...
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: דארף מען מורא האבן פון א עין הרע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1757
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

Re: דארף מען מורא האבן פון א עין הרע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

שיינע שטריימעל האט געשריבן:דארף מען מורא האבן פון א עין הרע?
דארף מען זיך מונע זיין צו טועהן זאכן וועגן דעם?
דארף מען עס אפשפרעכען?

מען דארף מורא האבן לדוגמא פונקט ווי צו רעדן אינמיטן קדיש

זיך מונע זיין צו טון זאכן ,ווי ווייט איך האב געזיכט.האבאיך נישט געטראפן

דארף מען עס אפשפרעכן ?! אומזינסט קענסט זאגן די לחש פון די חיד"א
איך האב געפרעגט א געהויבענע יוד אויב אינדער אלטר היים האט מען געשפראכן אזוי ווי היינט ,האט ער מיר געזאגט וועגן די חיד"א
.עס איז נישט געווען אז א דערהער אמאל פון שפרעכן יעדע שני וחמישי, אין זיכער נישט סקרינען פאר א שמחה, אין פאר זיממער אין נאכן קומזיץ אין פארן הדלקה, אין געבן א באריכט וויפל פראצענט עין הרע סאיז דא אויף א נאמען ......קיינמאל איז נישט געווען אזא בלאף ...אויף די איז געזאגט ותכלם ותשפילים ותכניעם
ווען א מענטש איז אין א קלעים כאפט ער זיך אן אויף א שטרוי אין ער זהו מבאבעלט עין הארע הארע........ געט ער א טריי אולי דעס איז די זאך,
אויך איך האב געהאט א שווערע צייט .אין סאיז מיר אינטערגעקומען צו האבן א שפרעכער אומזינסט אין אויך פאר געלט אין סהאט געהאלפן א מייער נישטאמאל א רעטעך
צו געבן
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי יום טוב
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: דארף מען מורא האבן פון א עין הרע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

רעים האט געשריבן:אזוי אויך פלעגט ער אסאך מאל ביי גרויסע מעמדים לייגן די אגדול צווישען די צוויי פינגערס (א פייג) שמעתי אז ס'איז אלטס סגולה פאר עין הרע

די גמרא אין ברכות שרייבט מזאל אריין לייגן איין אגודל אין די צווייטע קעגן איין הרע
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: דארף מען מורא האבן פון א עין הרע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

שאראש-פאטאק האט געשריבן: פרייטאג מאי 28, 2021 10:43 am
ס'דא כהיום דריי מסורת'דיגע וועגן פון אפשפרעכן
מיט חלה אין וואסער, (וואס אסאך קענען) און דער סימן אז עין הרע איז אראפ, ווען די חלה קומט אן אונטן (ווען נארמאל שווימט דאך די חלה ארויף)
וואס טי איך איך נעם חלה וויפעל א כזית? כביצה? איך לייג עס אריין אין א טעפיל וואסער וויפעל וואסער? א רביעית? די חלה שווימט ארויף וואס טי איך יעצט די חלה זאל זיך טרעפען למטה מעשרה?
מיינע באבעס פלעגן אויך טון די סגולה פון אפשפרעכן מיט חלה ברעקלעך אין וואסער, אבער זיי פלעגן זאגן דערביי דער פאלגענדער לחש:
Untitled.png
Untitled.png (92.4 KiB) געזען 366 מאל
די ברעקלעך פלעגט מען אריינברעקלען בשעת'ן ציילן: נישט ניין, נישט וכו', ביי יעדעס ציילן אן עקסטער ברעקל.
לגבי דיינע איבעריגע שאלות, איז נישט פארהאן קיין קפידא.
ווען ס'שווימט ארויף, מיינט אז ס'איז דא עין הרע, און אז מ'דארף עס נאכאמאל אפשפרעכן.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: דארף מען מורא האבן פון א עין הרע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

נאך צוויי מקורות (וואס איך האב געטראפן, אבער איך קען נישט פערזענליך איינעם וואס טוט עס), וואס זענען גאנץ ווארשיינליך אפצווייגלעך פונעם פריערדערמאנטן נוסח (ווייל יעדעס איינע האט אנדערע שינויים דערפון).
Untitled1.png
Untitled1.png (20.26 KiB) געזען 319 מאל
Untitled2.png
Untitled2.png (50.9 KiB) געזען 319 מאל
אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

Re: דארף מען מורא האבן פון א עין הרע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאכמאן »

נו גוט נו שוין האט געשריבן: פרייטאג מאי 28, 2021 12:50 pm
שמו האט געשריבן:
וואס דען, ווערן א מעמבער איז א שיגעון
און עדעווערטייזן יעדע'ס מאל, ווי שלעכט גאט איז (עפ"ל) און זיכט אלעמען צו הרג'ענען
מאכסט א סדר, זיצט מיט אלע קינדער, רח"ל ס'איז א סכנה
מאכסט חתונה, אלע קינדער לעבן, געב אכט איינער קען שטארבן
ביזט מצליח אין לערנען, וואטש דו קענסט צוברעכן אלע אברים

און וואס איז די איינציגסטע עצה, ווערן א מעמבער אין בליי גיסעריי
דאס איז מער טפשות, און רשעות, ווי כפירה.

און איז גורם, אז מען פארלירט דאס גלייכגעוויכט.
;l;p- ;l;p- ;l;p-
כ’ברענג נאכאמאל ס’גאנצע ווייל ס’איז כדי צו חזר’ן
כ’ווייס נישט וויאזוי זיי האבן נישט מורא אזויפיל צו אדווערטייזן
ס’קען שאטן א עין ה..
שפתיים יושק
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: דארף מען מורא האבן פון א עין הרע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

געדענק איך ווען איינע פון די שפרעכעראציע קאמפעניס האבן פארשפרייט אז הרה״ק ר׳ מענדעלע רימינובער זי״ע האט געזאגט אז רוב צרות קומען פון ע״ה, ממילא זאל מען גיין שפרעכן…. חתונה פעקעדזש. האב איך נאכגעקוקט אין ספה״ק אילנא דחיי פון ר״ר מענדעלע והנה זה לפניכם. הכר נא למי החותמת ולמי הפסולי״ם.

B35EE707-4562-44DF-B93F-A0945970DF10.png
B35EE707-4562-44DF-B93F-A0945970DF10.png (347.81 KiB) געזען 241 מאל
ווייסעך נישט
לויב
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 2:56 pm

Re: דארף מען מורא האבן פון א עין הרע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויב »

בניהו האט געשריבן: פרייטאג מאי 28, 2021 11:38 am
שר התורה האט געשריבן:
ילד שלי האט געשריבן:
שר התורה האט געשריבן:
שיינע שטריימעל האט געשריבן:
דארף מען מורא האבן פון א עין הרע?
דארף מען זיך מונע זיין צו טועהן זאכן וועגן דעם?
דארף מען עס אפשפרעכען?
די גמרא זאגט אז ווער עס איז חייש אויף דעם, אויף אים קען עס שאטן.
די גמרא רעדט פון זוגות נישט פון עין הרע
קען זיין, איך געדענק שוין נישט (אויף דער עלטער)
און אדרבה ברענג מקומות,
קוק נאך די גמרא וואס דו דערמאנט און דו וועסט עס דארט זעהן..
דאכט זיך סאיז דא א תשובה פין ר משה וואס ברענגט לא קפדינן אויף עין הרע אויך
אהעז ח ג כו
ביידעלע
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 11:38 am

Re: דארף מען מורא האבן פון א עין הרע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידעלע »

איך זעה אז די גאנצע רעדע דא איז נאר פון אן עין הרע אבער באמת דארף מען פונקט אזוי חושש זיין אויף א "גוט אויג" און אפשר נאכמער. א גוט אויג קען קומען ווען אן אנדערער דרוקט זיך מיט התפעלות אויף א צווייטן אפילו אהן א שלעכטע כונה למשל "ער האט קניע"ה גראטענע קינדער" וכו.
איך ווייס איינער וואס האט זיך שואל געווען מיט כ"ק אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א און ער האט אים מיעץ געווען צו בעטען א חבר זאל אים אפשפרעכן א גוט אויג מיט די סגולה וואס ווערט גברענגט בשם רבי ר' מענדל מרימאנאוו זצ"ל בשם הרה"ק רבי שמשון אוסטראפוליער זצ"ל, זאגענדיג דער זיידע ר' איציקל זצ"ל פלעגט זאגען די סגולה ע"ד רבי ר' מענדל מרימאנאוו זצ"ל און ע"ד דעם שינאוו רב זצ"ל בעל דברי יחזקאל. כ"ק פשאווערסק רבי זאגט אז ער לייגט צו ע"ד דעם זיידען ר' משה יצחק בן נפתלי אלימלך.

סגולה נגד עין הרע מרבי מנחם מנדל מרימנוב.
יאמר שלוש פעמים את הפסוק
"וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ יְהוָה עֵת רָצוֹן אֱלֹהִים בְּרָב חַסְדֶּךָ עֲנֵנִי בֶּאֱמֶת יִשְׁעֶךָ".(תהילים, ס"ט)

ולאחר מכן יאמר: רבונו של עולם, בעל השמות היוצא מהפסוק: וַאֲנִי בְּרֹב חַסְדְּךָ אָבוֹא בֵיתֶךָ אֶשְׁתַּחֲוֶה אֶל הֵיכַל קָדְשְׁךָ בְּיִרְאָתֶךָ, מהראשי תיבות וסופי תיבות ומאמצעי תיבות תסיר העינא בישא מפלוני/ת בן/בת פלוני/ת ויהי רצון כאילו כוונתי בכל הכוונות שכיוון בהם רב הונה עליו השלום
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”