שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך בין 90% + זיכער אז דעסאנטיס וועט געווינען פלארידע שטערקער ווי טעקסאס.

קורצע חזרה 2020 רעזולטאטן

פלארידע
טראמפ 5,668,731 51.22%
ביידן 5,297,045 47.86%
מארדזשין טראמפ + 371,686 3.36%
שיפט פון 2016 2.16% מער רעפאבליקאנער

טעקסאס
טראמפ 5,890,347 52.06%
ביידן 5,259,126 46.48%
מארדזשין טראמפ + 631,221 5.58%
שיפט פון 2016 3.41 מער דעמאקראט

אין 2016 האט טראמפ געווינען פלארידע מיט 120 טויזנט, און טעקסאס מיט איבער 800 טויזנט.


עס איז מיר זייער זייער שווער צו זעהן א מציאות ווי פלארידע און טעקסאס פליפן נישט פלאץ דאס מאל, ובפרט נאך די מידטערם וואלן ווי פלארידע איז עמטליך געווען א שיינע פאר פראצענט מער רויט ווי טעקסאס.


און אפילו אויב סאמהאו וועט פלארידע יא זיין צולינקס פון טעקסאס, טוישט עס נישט דעם פאקט אז קיינער האלט נישט אז ביידן האט א שאנס צו געווינען פלארידע, ממילא איז עס סעיף רעפאבליקאנער. (מה שאין כן טעקסאס.)


בנוגע נעבראסקע 2, יענע זיץ שיפט בלוי, ראו איז דארט א שטארקע זאך, און דער פאפולער רעפאבליקאנער קאנגרעסמאן האט געווינען דארט ווידערוויילונג מיט בערך וויפיל די רעפאבליקאנער האבן געווינען דעם פאפולער וואויט נאציאנאל, די פאפולער וואויט נאציאנאל איז נישט ליען דעסאנטיס.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4621
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

דו האלטסט אז ביידען האט א ריזענעבל טשענס צו געווינען טעקסאס?

איך רעד נישט אויב הימל און ערד קומען זיך צאם, איך רעד אין א נארמאלע עלעקשאן
(--ווערטערלאז--)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אויב ביידן געווינט די פאפולערע שטימען מיט 8% און ארויף, קען מען רעדן פון באזיגן טראמפ אין טעקסאס, און אויב מיט 10% און ארויף, אויך דעסאנטיס. דאס איז נישט די מאוסט לייקלי סינעריא, נישט ווארשיינליך אויך נישט, אבער מעגליך, מסתמא יא. און איך זעה טאקע אז דו לייגסט עס נישט אין סעיף רעפאבליקאנער, אינאיינעם מיט אהייא און אייאווע, וואס ביידן דארף געווינען מיט דאבל דידזשיטס צו קענען זיין נאנט דארט אפילו. (און איך וואלט דא געלייגט אלאסקע אויך.)


מיט וויפיל מיינסטו דארף דעסאנטיס געווינען דעם פאפולער וואויט צו געווינען ווירדזשיניע קאלעראדא מינעסאטע אדאר ניו מעקסיקא? ווייל איך זעה אז עס איז נישט סעיף דעמאקראט אויף דיין מאפע.

(ווירדזשיניע ניו מעקסיקא און מינעסאטע וואלט איך געזאגט היי סינגל דידזשיטס, קאלעראדא איבער 10, אולי.)


אבער פלארידע, אויך אויב ביידן געווינט מיט 12% נאציאנאל, זעה איך נישט אז ער זאל דארט באזיגן דעסאנטיס...
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4621
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

איך רעכן עס אנדרעש, ביי מיר מיינט סעיף א סטעיט וואס מען געווינט מיט 10% און ארויף (כאפ מיך נישט ביים נאמבער..)

ניו מעקסיקא וואלט איך אפשר געדארפט לייגן ביי סעיף
(--ווערטערלאז--)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דעמאלטס רוף עס ברייט און שמאל, סעיף האט א טייטשט. (קרוב צו 100% שאנס צו געווינען יענע סטעיט.)

[אלאסקע וועט ווארשיינליך זיין אין די 10%.]
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4621
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

די געדאנק איז נישט לייקלי אדער סעיף

די מעפ וואס איך האב אראפגעברעגט איז צו ווייזן אז דיסענטעס שטייט בעסער אין די עלעקטארל קאלעדזש ווי טראמפ

עכ"פ לויט מיינע חשבונות
(--ווערטערלאז--)
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

בעסער אזוי האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 7:53 pm
די געדאנק איז נישט לייקלי אדער סעיף

די מעפ וואס איך האב אראפגעברעגט איז צו ווייזן אז דיסענטעס שטייט בעסער אין די עלעקטארל קאלעדזש ווי טראמפ

עכ"פ לויט מיינע חשבונות
ביי די מעפ וואס די האסט געברענגט רעדסטו נישט פון טראמפ לאמיר הערן וואס דיין חשבון איז פארוואס האלסטו אז דיסענטיס שטייט בעסער מיט די עלעקטארעל קאלעדזש
איך האלט פארקערט איך זעה טראמפ גרינגער אנקומען צו 270 ווי דיסענטיס
יא דיסענטיס איז מער לייקלי צו האבן אריזאנע אין דזשארדזשע
אבער פון דארט אין ווייטער זעה איך אים נישט אנקומען צו 270 ענדערשער ווי טראמפ
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6753
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:12 pm

בנוגע נעבראסקע 2, יענע זיץ שיפט בלוי, ראו איז דארט א שטארקע זאך, און דער פאפולער רעפאבליקאנער קאנגרעסמאן האט געווינען דארט ווידערוויילונג מיט בערך וויפיל די רעפאבליקאנער האבן געווינען דעם פאפולער וואויט נאציאנאל, די פאפולער וואויט נאציאנאל איז נישט ליען דעסאנטיס.
פשוט אזוי, נעב-2 גייט בלוי אויפן פרעזידענט לעוועל און טאס-אפ אויפן האוז לעוועל.

חוץ אויב די דעמס רעקרוטין דארט א גארבידזש בעג דעמאלט איז דאס לינינג-רעפ אויפן האוז לעוועל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דעמאקראטן אנגעטרינקן מיט פעלטאלע'ס נצחונות פאנגן אן טרוימען אז ביידן קען עקטשועלי געווינען אלאסקע אויב ער גייט אהינפארן קאמפיינען, יעצט נאכן באשטעטיגן דעם גרויסן ווילאו אויל גרובן פראיעקט.

שטייצעך אז אויף דערווייל איז דאס בלויז ווישפול טינקינג, און פעלטאלע'ס געווינסן מיינט נישט מער ווי גאלדין'ס געווינסן אין מעין 02.
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

צל עובר האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 1:46 pm
דעמאקראטן אנגעטרינקן מיט פעלטאלע'ס נצחונות פאנגן אן טרוימען אז ביידן קען עקטשועלי געווינען אלאסקע אויב ער גייט אהינפארן קאמפיינען, יעצט נאכן באשטעטיגן דעם גרויסן ווילאו אויל גרובן פראיעקט.

שטייצעך אז אויף דערווייל איז דאס בלויז ווישפול טינקינג, און פעלטאלע'ס געווינסן מיינט נישט מער ווי גאלדין'ס געווינסן אין מעין 02.
בעצם זענען די אלאסקע איינוואוינער נישט צופרידן מיט דעם איינעם פראיעקט, זיי דארפן מער.

איך גלייב נישט ער האט זיי אפגעקויפט.
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

סתם פאר אינטערעסאנטקייט וואס איז פשט אז טראמפ (לשיטתו) איז גרייט נאככאמאל צו לויפן אין אזא ריג"ד וואלן סיסטעם?!
:roll:
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 3:57 pm
סתם פאר אינטערעסאנטקייט וואס איז פשט אז טראמפ (לשיטתו) איז גרייט נאככאמאל צו לויפן אין אזא ריג"ד וואלן סיסטעם?!
:roll:
אז רעפובליקאנער זאלן דאסמאל עס ריג"ן לטובתו
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

אבזערוואציע האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 1:52 pm
צל עובר האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 1:46 pm
דעמאקראטן אנגעטרינקן מיט פעלטאלע'ס נצחונות פאנגן אן טרוימען אז ביידן קען עקטשועלי געווינען אלאסקע אויב ער גייט אהינפארן קאמפיינען, יעצט נאכן באשטעטיגן דעם גרויסן ווילאו אויל גרובן פראיעקט.

שטייצעך אז אויף דערווייל איז דאס בלויז ווישפול טינקינג, און פעלטאלע'ס געווינסן מיינט נישט מער ווי גאלדין'ס געווינסן אין מעין 02.
בעצם זענען די אלאסקע איינוואוינער נישט צופרידן מיט דעם איינעם פראיעקט, זיי דארפן מער.

איך גלייב נישט ער האט זיי אפגעקויפט.
ווען טראמפ גיבט ווען פאר ניו יארקער ליבעראלן אלעס וואס זיי ווילן וואלטן זיי געשטימט פאר אים? זיכער נישט. ווען ביידען גיבט ווען אלעס פאר רעפובליקאנער אין אלאסקע וועלן זיי אויך נישט שטימען פאר אים. אידענטיטעט פאליטיק איז א גרויסער פאקטאר.
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4621
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

דאס וואלט געווען די מאפע לדעתי אין פאל טראמפ איז אויפן טיקעט
Screenshot_3.png
Screenshot_3.png (116.13 KiB) געזען 699 מאל
איך גלייב אז טראמפ האט שטארקע טשאנסן צוריקצוכאפן דזשאדזשיע

ביידען וואלט לכאורה ארויסגעקוועטש א זיג אין וויסקאנסין
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

איך גלייב אז דיסענטעס האט זיך ערענסט באנערישט מיט זיינע יעצטיגע האנדלונג איבער די מעגליכע טראמפ קלאגעס.

דאס איז חוץ מזה וואס איך האלט שוין לאנג אז דיסענטעס גייט לכאורה נישט זיין די נאמעני, ס'גייט זיין אדער טראמפ אדער א דריטער.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

דער אלווין ברעג האט געמאכט א פאטאלע טעות.
ער האט גורם געווען אז דער איינציגער וואס וואלט געקענט זיכער מאכן אז ביידן בלייבט פאר נאך א טערמין איז אראפ פון די מאפע.
ווען דעסענטיס גייט אן פאסיוו אן קיין באמפס, וואלט ער נאך געקענט ווערן דער נאמיני, און דאס וואלט גורם געווען אז טראמפ שטיצער זאלן בלייבן אינדערהיים עלעקשן דעי, געבנדיג דעם אויבערהאנט פאר ביידן אדער באי כוחו.
יעצט האט זיך דעסאנטיס מיאוס אויסגעגליטשט, און געוויזן אז ער איז גארנישט קיין פארגלייך צו וואס מען האט געזוכט אין טראמפ'ן, און איז היבש נאאיוו אויף געוויסע חלקים וואס די רעפאבליקאנע קוקן ארויס, אזוי אוועקנעמענדיג די שאנסן אז ער זאל ערגעץ אנקומען, און טראמפ וועט יעצט קענען ווערן דער נאמיני גרינגערהייט.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

אדער פונקט פארקערט.

ברעג קלאגט אן טראמפ אויף א סטופיד קלאגע אזוי גוט אויפצורעגן די רעפאבליקאנער וויילער אז זיי זאלן אלע לויפן שטימען אין די פריימערי פאר טראמפ און ביידען מארשירט צו א מעכטיגע ווידערוויילונג.

ווען נישט די קלאגעס וואלט געווען א שטערקערע שאנס טראמפ זאל פארלירן די פריימערי און א שטארקע קאנדידאט וואלט געווינען און ס'וואלט געווען אסאך שווערער פאר ביידען צו געווינען קעגן יענעם.
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4252
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

ר' זעקל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 6:37 pm
אדער פונקט פארקערט.

ברעג קלאגט אן טראמפ אויף א סטופיד קלאגע אזוי גוט אויפצורעגן די רעפאבליקאנער וויילער אז זיי זאלן אלע לויפן שטימען אין די פריימערי פאר טראמפ און ביידען מארשירט צו א מעכטיגע ווידערוויילונג.

ווען נישט די קלאגעס וואלט געווען א שטערקערע שאנס טראמפ זאל פארלירן די פריימערי און א שטארקע קאנדידאט וואלט געווינען און ס'וואלט געווען אסאך שווערער פאר ביידען צו געווינען קעגן יענעם.
לייג די קלאגעס אין א זייט, איז דא אן ערנסטע שאנס פאר איינעם צו געווינען טראמפ אין די פריימעריס?
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4653
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

;l;p-
שארן בארן האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 6:40 pm
ר' זעקל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 6:37 pm
אדער פונקט פארקערט.

ברעג קלאגט אן טראמפ אויף א סטופיד קלאגע אזוי גוט אויפצורעגן די רעפאבליקאנער וויילער אז זיי זאלן אלע לויפן שטימען אין די פריימערי פאר טראמפ און ביידען מארשירט צו א מעכטיגע ווידערוויילונג.

ווען נישט די קלאגעס וואלט געווען א שטערקערע שאנס טראמפ זאל פארלירן די פריימערי און א שטארקע קאנדידאט וואלט געווינען און ס'וואלט געווען אסאך שווערער פאר ביידען צו געווינען קעגן יענעם.
לייג די קלאגעס אין א זייט, איז דא אן ערנסטע שאנס פאר איינעם צו געווינען טראמפ אין די פריימעריס?
עקזעקטלי. קיינער געווינט נישט טראמפ. א שאד די צייט. איך וועל זאגן נאכמער, אויב טראמפ קען נישט לויפן פאר סיי וועלעכע סיבה, גייט דיסאנטיס נישט זיין דער נאמעני. איך גיי נישט פאר די צייטווייליגע הייפ פון דיסאנטיס.
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
ר' משה
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

מיינע צוויי צענט

זייט'ס נישט אזוי נאאיוו ווארט'ס נישט איבערגענומען פון געפילן

דיסענטיס איז נאך נישט דערנאך

קודם כל די פרשה האלט בלויז און אנהייב ער קען נאך פארן אויף די גוטע טרעקס ער האט סך הכל געזאגט אז ער וויסט נאכנישט וואס די קלאגעס זענען ווען די קלאגעס וועלן ארויסקומען קען ער נאך נעמען א שארפן טאן אנדעם וואס עס זאל הייסן אז ער ציט צוריק

און צווייטן'ס די פריימעריס הייבן זיך ערשט אן און 11 חדשים ארום וואס ביז דעמאלט'ס וועט שוין קיינער נישט רעדן אדער טראכטן פון יעצט (להוי ידוע אז די מאראלאגא אבלאווע איז געווען א קארגע 7-8 חדשים צוריק און קיינער רעדט שוין נישט דערפון)

ממילא גאר אסאך זאכן קענען נאך געשעהן און און מיין מיינונג האט נאך דיסענטיס אן עהרענסטע שאן'ס צו זיין די נאמעני
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

דעסאנטיס איז א בלויזע ליפט באלאן וואס טרייט צו לויפן אויף טראמפס רעקארד. מיין אפיניאן.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

ר' משה האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 6:46 pm
מיינע צוויי צענט

זייט'ס נישט אזוי נאאיוו ווארט'ס נישט איבערגענומען פון געפילן

דיסענטיס איז נאך נישט דערנאך

קודם כל די פרשה האלט בלויז און אנהייב ער קען נאך פארן אויף די גוטע טרעקס ער האט סך הכל געזאגט אז ער וויסט נאכנישט וואס די קלאגעס זענען ווען די קלאגעס וועלן ארויסקומען קען ער נאך נעמען א שארפן טאן אנדעם וואס עס זאל הייסן אז ער ציט צוריק

און צווייטן'ס די פריימעריס הייבן זיך ערשט אן און 11 חדשים ארום וואס ביז דעמאלט'ס וועט שוין קיינער נישט רעדן אדער טראכטן פון יעצט (להוי ידוע אז די מאראלאגא אבלאווע איז געווען א קארגע 7-8 חדשים צוריק און קיינער רעדט שוין נישט דערפון)

ממילא גאר אסאך זאכן קענען נאך געשעהן און און מיין מיינונג האט נאך דיסענטיס אן עהרענסטע שאן'ס צו זיין די נאמעני
איך בין איינשטימיג מיט דיר אז מען וועט דאס לכאורה נישט געדענקן ביים פריימערי. אבער דיסענטיס איז א פערטיגער לדעתי זיין גאנצע מאמענטום איז געווען א לופט ספעלט נישט אויס מער ווי א קלייניקייט צו צופלאצן די גאנצע זאך.
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

וואס עפעס איז דעסאנטיס לופט?
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

רעגנדיג האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 8:26 pm
וואס עפעס איז דעסאנטיס לופט?
ווייל ער רעפרעזענטירט נישט בעצם קיינעם. סאיז בלויז עפעס א זאך וואס דער עולם האפט אז סאיז עפעס מוראדיג געוואלדיג וויט"ש מיי"ט נא"ט ב"י ד"י קעי"ס ע"ט אל"ל. ער איז נאך קיינמאל נישט געווארן אויספרובירט אין עכט דעליקאטע פאסירונגען, ער איז ניטאמאל אויספרובירט געווארן אויפן נאציאנאלער לעוועל. דעסענטיס איז א אייטעם וואס מענטשן לייגן אריין אלע זייערע האפענונגען אין דעם, איר וועט זיין דער שטארקער געלונגענער פאסיגער מאן וואס מיר וועלן זיך האלטן שטאלץ מיט דיר. און דער באלון קען גאר שנעל צובלאזן ווערן.
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

גארנישט קיין באלאן, ער האט א פעסטע רעקארד פון פירן פלארידע אויף א שטארק רעכטע פארנעם, אונטערדריקן וואוקיזם און צופיקסן די לינקע כמו שכתוב.

ס'איז א דבר פשוט פארוואס איז ער איז די העלד פון די רעפובליקאנע פארטיי, ער האט אפילו נישט עפעס ספעציעלע אייגנשאפטן וואס זאלן אים שטעלן אויף די פאזיציע, בלויז זיין געלונגענע פירערשאפט האט אים געברענגט צו אזא הויכע שטאנד. ַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַ

"פלארידע איס ווהער וואוקיזם איס גאואינג טו דיי!" - ראן דעסאנטיס.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”