שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@קאנגרעסמאן , קודם, קענסט לייגן מיין פאריגע תגובה אין גארבידזש, דאס איז געווען פארן זעהן די אויסצוגן פון די קלאגע, איך ווייס פארשטייט זיך נישט ווי אזוי עס גייט זיך אויסלאזן, אבער פאטענשעלי קען וואס שטייט דארט באמת מאכן טראמפ אנעלעקטעבל

זייטיגע נאטיץ
גענומען און רעפיוזד צוריקצוגעבן די האקעלסטע סודות! געוויזן פאר מענטשן!! מודה געווען אויף טעיפ אז ער האט עס נישט דעקלאסציפירט!!! זאגט אויף טעיפ אז אויב אין אפיס, וואלט ער עס מעגליך דעקלאסציפירט!!!!

און דער מענטש איז גאר געלאפן פאר פרעזידענט זייער שטארק מיט די הבטחה פון גאר שטארק אבאכט געבן אויף די זאכן, און אז קיינער וועט נישט זיין העכערן געזעץ, "אויף די נושא", ציענדיג א קאנטראסט קעגן קלינטאן וואס וואלט געמעגט בעסער אכט געבן אויף די זאכן, און ער האט אנגעפירט לאק הער אפ געשרייען.

ווען דאס געשעט מיט עני וואן עלס, וואלט יאנער געמוזט ארויסגיין פון פאליטיק, אויפן פלאץ.

אבער, אויף וואס איך זאג, קענסטו נישט מאכן די חשבונות, ווייל מיר האט טשאדי שוין גוט אריינגעפרעגט יארן צוריק אז וואס מען שרייבט דא, מאכט גארנישט אויס אויף למעשה. די אלגעמיינע מידיע ווי ווייט איך ווייס האקט אויף טראמפ פיל מער ווי אויף דעסאנטיס, און האלט קלאר אז דעסאנטיס איז מער עלעקטעבל ווי טראמפ.

דזשארדזשיע און אריזאנע האבעך דאך געברענגט די מאפע אז טראמפ דארף זיי נישט.

בנוגע די עקאנאמיע, פאר א סיבה נוץ איך דעם װאָרט "די עקאנאמיע הייסט", למעשה האלט 50 קעגן 28 פראצענט אמעריקע אז די עקאנאמיע איז אין א רעסעסיע לויט א לעצטיגע אנקעטע. וואס איך האלט מאכט דאך נישט אויס, כנ"ל. (די אדמיניסטראציע האט זיך יעצט ארויסגעלאזט אויף א קאמפיין אויפצוקלערן דעם עולם, ונראה מה יהי'.)

פלארידע דאז נאט מעטער. מאכט פשוט נישט אויס. (חוץ העלפן קלענער מאכן די פאפולער וואויט עלעקטארל קאלעדזש דיסקרעפענסי.)

איך האב גערעדט פון דעם פערסענאליטי דיפרענס, ביידן איז בערך א מיליאן מאל בעסער ווי דעסאנטיס אין קאנעקטן מיט פלעינע מענטשן פון גאס. טראמפ איז נאך בעסער.

אבער ווי געשריבן אויבן, בבושת פנים מוז איך מודה זיין נאך די קלאגעס אז מאסק, די מידיע, וכו', זענען אפשר יא גערעכט בנוגע טראמפ/דעסאנטיס עלעקטעבילטי, האבן זיי פילייכט געהאט אינסייד אינפא?
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

צל עובר האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 6:46 pm
@קאנגרעסמאן , קודם, קענסט לייגן מיין פאריגע תגובה אין גארבידזש, דאס איז געווען פארן זעהן די אויסצוגן פון די קלאגע, איך ווייס פארשטייט זיך נישט ווי אזוי עס גייט זיך אויסלאזן, אבער פאטענשעלי קען וואס שטייט דארט באמת מאכן טראמפ אנעלעקטעבל

זענט איר נישט דער וואס איז פארנימען אייביג אז א סקאנדאל ביי א רעפובליקאנער טוישט נישט גארנישט? קארעקט מי איף אייעם ראונג.
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דאס איז נישט "א סקאנדאל".

צווייטנס, איך רעד נישט לגבי די פריימערי, נאר לגבי די אלגעמיינע.

איך האב עכט געפלאנט נאך היינט צופרי ארויסצוברענגען - אלס קאנטער קעגן די טענה אז ביידן נוצט זיין אפיס אונטערצוהאקן טראמפ - אז עס האט גארנישט מיט פאליטיק, ווייל ניטאמאל שאדט עס טראמפ פאר 2024.

אבער איך בין נישט געווען גערעכט זעהט מיר אויס, איך האב זיך נישט גערישט אויף די ווייזן פאר אנדערע, די רעדן פון דעקלאסציפירן די סאמע האקעלסטע סודות, אז מען האט ראיות אז ער האט עס דירעקט געהייסן נעמען, וכדו'.

שטייט זיך אז דאס איז נאך רוי, אבער ימים ידברו.

נעם למשל פאר איין ביישפיל אזא דזשארדזשיע רעפאבליקאנער עריק עריקסאן פון וועם שלמה ברענגט דא: viewtopic.php?p=4376669#p4376669

דא האסטו וואס ער האט געשריבן פארן זעהן דעם אינדייטמענט:
דורכגיין דעם טייך רוביקאן איז א מעטעפאר פאר צוברעכן דעמאקראטיע, על שם ווען יוליוס קיסר איז אריבער דעם טייך אין ריכטונג פון רוים צו פארכאפן די מאכט.

Screenshot_20230609-191212_Twitter.jpg (90.41 KiB) געזען 1510 מאל
און דא האסטו פון נאכדעם.
אטעטשמענטס
20230609_191542.jpg
20230609_191542.jpg (362.37 KiB) געזען 1510 מאל
Screenshot_20230609-190548_Twitter.jpg
Screenshot_20230609-190548_Twitter.jpg (152.17 KiB) געזען 1510 מאל
ר' משה
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

נישט צוסאך לייגן געוויכט אז א לינקע אקטיוויסט א סאוישעליסט מיטן נאמען קארנעל וועסט
האט פאריגע וואך געמאלדן אז ער גייט לויפן אויף די עקסטרעם לינקע פיפעלס פארטיי און אויב זאל זיין נאמען זיין אויף די בעללאט און אלע 50 שטאטן קען ער אנמאכן גרויסע צרות פאר פרעזידענט ביידן ווייל ער איז שטארק פאפולער און די ארכי לינקע סאציעליסטישע (קאמאניסטישע) לאגער בעת וואס פרעזידענט ביידן איז נישט עקסטער פאפולער ביי די ארכי לינקע און ער קען אוועק נעמען גאר אסאך שטימען פון איהם און דערלאנגען א לענדסלייד זיג פאר סיי וועלעכע רעפובליקאנע קאנדידאט
160px-Cornel_West_by_Gage_Skidmore.jpg
160px-Cornel_West_by_Gage_Skidmore.jpg (8.98 KiB) געזען 1430 מאל
בייגעלייגט א בילד פון קארנעל וועסט (דערשרעקט'ס ענק נישט ער גייט נישט געווינען)

דאס איז חוץ פון דעם וואס די צענטעריסטישע נאוי לעבל'ס פארטיי פלאנט אויך ארויסצושטעלן א קאנדידאט וואס זאל זיין אויף די בעללאט און אלע 50 שטאטן די רעדע יעצט איז אדער פון סענעטער דזשאוי מענשין אדער פון געוועזענע מערילענד גאווערנאר לעררי האגען אדער געוועזענע קאנגרעספרוי ליז טשעיני און נאך,

וואס אלע פון דעי וועלן צונעמען מער שטימען פון די דעמאקראטישע פארטיי ווי פון די רעפובליקאנע פארטיי נעמענדיג און באטראכט אז די רעפובליקאנער וואס וועלן שטימען פאר טשעיני אדער מענשין וואלטן סייווי נישט געשטימט פאר טראמפ און מן הסתם אויך נישט פאר דיסענטיס

און א פאל וואס זיי האבן נישט די נאוי לעבלס פארטיי אפשען וואלטן זיי אדער געשטימט פאר ביידן אדער געבליבן אינדערהיים אדער סייווי געשטימט פאר א אנדערע פארטיי ווי למשל ליבערטעיריען וכדומה

משא"כ צענטעריסטישע דעמאקראטן וואלטן געשטימט פאר ביידן אויב האבן זיי נישט אזא אפשען מילא וועט עס פשטות נאר שאדטן פאר ביידן און העלפן טראמפ אדער סיי וועלעכע רעפובליקאנער

קומט אויס אז עס איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז ביידן וועט זיין קרח מכאן וקרח מכאן דער צודרייטער קארנעל וועסט וועט אראפבייסן פון די עקסטרעם לינקע די נאוי לעבל'ס פארטיי וועט אראפבייסן פון די מעסיגע און ביידן וועט בלייבן אינדערמיט אינגאנצן צוביסן און טראמפ וועט געווינען און א לענדסלייד זיג
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

ר' משה האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 10:28 pm
נישט צוסאך לייגן געוויכט אז א לינקע אקטיוויסט א סאוישעליסט מיטן נאמען קארנעל וועסט
האט פאריגע וואך געמאלדן אז ער גייט לויפן אויף די עקסטרעם לינקע פיפעלס פארטיי און אויב זאל זיין נאמען זיין אויף די בעללאט און אלע 50 שטאטן קען ער אנמאכן גרויסע צרות פאר פרעזידענט ביידן ווייל ער איז שטארק פאפולער און די ארכי לינקע סאציעליסטישע (קאמאניסטישע) לאגער בעת וואס פרעזידענט ביידן איז נישט עקסטער פאפולער ביי די ארכי לינקע און ער קען אוועק נעמען גאר אסאך שטימען פון איהם און דערלאנגען א לענדסלייד זיג פאר סיי וועלעכע רעפובליקאנע קאנדידאט

160px-Cornel_West_by_Gage_Skidmore.jpg
בייגעלייגט א בילד פון קארנעל וועסט (דערשרעקט'ס ענק נישט ער גייט נישט געווינען)

דאס איז חוץ פון דעם וואס די צענטעריסטישע נאוי לעבל'ס פארטיי פלאנט אויך ארויסצושטעלן א קאנדידאט וואס זאל זיין אויף די בעללאט און אלע 50 שטאטן די רעדע יעצט איז אדער פון סענעטער דזשאוי מענשין אדער פון געוועזענע מערילענד גאווערנאר לעררי האגען אדער געוועזענע קאנגרעספרוי ליז טשעיני און נאך,

וואס אלע פון דעי וועלן צונעמען מער שטימען פון די דעמאקראטישע פארטיי ווי פון די רעפובליקאנע פארטיי נעמענדיג און באטראכט אז די רעפובליקאנער וואס וועלן שטימען פאר טשעיני אדער מענשין וואלטן סייווי נישט געשטימט פאר טראמפ און מן הסתם אויך נישט פאר דיסענטיס

און א פאל וואס זיי האבן נישט די נאוי לעבלס פארטיי אפשען וואלטן זיי אדער געשטימט פאר ביידן אדער געבליבן אינדערהיים אדער סייווי געשטימט פאר א אנדערע פארטיי ווי למשל ליבערטעיריען וכדומה

משא"כ צענטעריסטישע דעמאקראטן וואלטן געשטימט פאר ביידן אויב האבן זיי נישט אזא אפשען מילא וועט עס פשטות נאר שאדטן פאר ביידן און העלפן טראמפ אדער סיי וועלעכע רעפובליקאנער

קומט אויס אז עס איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז ביידן וועט זיין קרח מכאן וקרח מכאן דער צודרייטער קארנעל וועסט וועט אראפבייסן פון די עקסטרעם לינקע די נאוי לעבל'ס פארטיי וועט אראפבייסן פון די מעסיגע און ביידן וועט בלייבן אינדערמיט אינגאנצן צוביסן און טראמפ וועט געווינען און א לענדסלייד זיג
דאונט ווארי די קלאגעס זענען שוין גרייט, עס ווערט געזוכט א פענסטער...
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

אויב שטעלט מען צוזאם די 2020 וואלן מיט די 2022 וואלן און מען מאכט א שטיקל טשולענט קען זיך ארויסשטעלן א אינטערעסאנט בילד:

אריזאנע קען גאר זיין די סטעיט וואס וועט מכריע זיין ווער ס'געווינט די וואלן
2024 Elections.png
2024 Elections.png (126.07 KiB) געזען 1254 מאל
ביי מיר איז כמעט זיכער אז טראמפ נעמט צוריק דזשארדזשיע. ער האט שטארקע שאנסן אין וויסקאנסין, שוואכע שאנסן אין פענסילוועניע

אריזאנע? שווערע שאלה. ביידען איז לכאורה פעיוואריט

דאס מיינט אז טראמפ'ס בעסטע אינשורענס פאליסי איז פענסילוועניע, שוואכע אינשורענס.. נאכדערצו אקעגן ביידען

וויסקאנסין איז לכאורה א מאסט פאר עני רעפאבליקן אין די קומענדיגע פאר עלעקשאנס
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:04 pm
ווירדזשיניע קאמענוועלט אוניווערסיטעט אנקעטע אויף ווירדזשיניע:

ביידען 43
טראמפ 40

דעסאנטיס 41
ביידען 41

יאנגקין 44
ביידען 37
אויב איז דאס נאר קרוב לאמת.. ווייס איך נישט וואס צו זאגן

נישט אז ס'מאכט אויס א אנקעטע אזוי לאנג פאר די וואלן, אבער דאך זענען די נאציאנאלע וואלן אנקעטעס דערווייל מאדנע ביז גאר
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
קיינמאל געווען
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 16, 2023 6:57 am
לאקאציע: קרית יואל

תגובה דורך קיינמאל געווען »

בעסער אזוי האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 11:51 pm
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:04 pm
ווירדזשיניע קאמענוועלט אוניווערסיטעט אנקעטע אויף ווירדזשיניע:

ביידען 43
טראמפ 40

דעסאנטיס 41
ביידען 41

יאנגקין 44
ביידען 37
אויב איז דאס נאר קרוב לאמת.. ווייס איך נישט וואס צו זאגן

נישט אז ס'מאכט אויס א אנקעטע אזוי לאנג פאר די וואלן, אבער דאך זענען די נאציאנאלע וואלן אנקעטעס דערווייל מאדנע ביז גאר
די זעלבע אנקעטע פירמע האט געגעבן פאר די 2020 עלעקשען א 12 פערצענטיגע אויבערהאנט פאר ביידען איבער טראמפ אין ווירדזשיניע
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסן
שמחת פורים
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 8:44 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת פורים »

.
פארוואס נאר פורים? א גאנץ יאר פריילאך!
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 9:35 am
סיענא קאלעדזש אנקעטע אויף ניו יארק:

ביידען 47
טראמפ 34
זייער לעצטע אנקעטע אין 2020 האט געהאט ביידן ביי א 32% אויבערהאנט איבער טראמפ, באט האט למעשה געווינען די סטעיט מיט 23%

געווינט ביידן נו יארק מיט בלויז 4%? כגלייב נישט. עניוועי עפעס איז זייער אינטערסאנט דערווייל מיט די אנקעטעס פון די סיזען.
MAKE AMERICA ORANGE AGAIN
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 5:41 pm
סייגנאל אנקעטע נאציאנאל און באזונדער אין די סווינג שטאטן מיט אידענטישע רעזולטאט:

ביידען 46
טראמפ 44
אין ליין מיט די טעאריע אז ביידן האט בעיקר פארלוירן שטיצע קעגן 2020 אין ניו יארק און קאליפארניע און פילייכט פלארידע, אבער נישט אין די סווינג סטעיטס. אזוי ווי די אנקעטעס אין די דריי שטאטן ווייזן אויך.

אויך איז געווען אנעקדאטישע באווייז אין דעם ריכטונג מיט די ספעשל עלעקשן אין ניו יארק קעגן די אנדערע שטאטן. דאס איז שטייצעך חוץ די עקטשועל 2022 רעזולטאטן.

דאס איז גראדע אויך גוטע נייעס פאר הויז רעפאבליקאנער פון די שטאטן.
אוועטאר
קיינמאל געווען
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 16, 2023 6:57 am
לאקאציע: קרית יואל

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל געווען »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 7:09 pm
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 5:41 pm
סייגנאל אנקעטע נאציאנאל און באזונדער אין די סווינג שטאטן מיט אידענטישע רעזולטאט:

ביידען 46
טראמפ 44
אין ליין מיט די טעאריע אז ביידן האט בעיקר פארלוירן שטיצע קעגן 2020 אין ניו יארק און קאליפארניע און פילייכט פלארידע, אבער נישט אין די סווינג סטעיטס. אזוי ווי די אנקעטעס אין די דריי שטאטן ווייזן אויך.

אויך איז געווען אנעקדאטישע באווייז אין דעם ריכטונג מיט די ספעשל עלעקשן אין ניו יארק קעגן די אנדערע שטאטן. דאס איז שטייצעך חוץ די עקטשועל 2022 רעזולטאטן.

דאס איז גראדע אויך גוטע נייעס פאר הויז רעפאבליקאנער פון די שטאטן.
איך מיין אבער אז הבל האט געהאט א טעות עס איז נישט סווינג סטעיטס עס איז סווינג וואוטערס

🚨 NEW NATIONAL POLL

PRES:
(D) Biden 46% (+2)
(R) Trump 44%

Swing Voters
(D) Biden 46% (+2)
(R) Trump 44
——
• @cygnal (A) | 2,000 LV | ±2.16%
• D39/R37/I22 (D+2) | Sept. 4-6
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך האב אויך געזען דאס, אבער אזוי ווי מורינו שרייבט אנדערשט, בנוסף וואס זיין ווערסיע איז מער אין ליניע מיט וואס מען פרעגט געווענליך, איז מסתבר אז דער טעות איז ביי זיי.
אוועטאר
קיינמאל געווען
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 16, 2023 6:57 am
לאקאציע: קרית יואל

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל געווען »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 7:14 pm
איך האב אויך געזען דאס, אבער אזוי ווי מורינו שרייבט אנדערשט, בנוסף וואס זיין ווערסיע איז מער אין ליניע מיט וואס מען פרעגט געווענליך, איז מסתבר אז דער טעות איז ביי זיי.
בין איך געגאנגען אין נאכגעקוקט ביי זיי אליין עס איז סווינג וואטערס, נישט סווינג סטעיט'ס
Screenshot_20230914-192606_Samsung Notes.jpg
Screenshot_20230914-192606_Samsung Notes.jpg (134.96 KiB) געזען 836 מאל
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסן
אוועטאר
קיינמאל געווען
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 16, 2023 6:57 am
לאקאציע: קרית יואל

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל געווען »

.
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסן
ר' משה
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

ס'איז פחד פחדים פאר די דעמאקראטן לויט די עוורידזש פון א רייע פרישע אנקעטעס און סווינג סטעיט'ס וואלטן די רעזולטאטן געווען ווי פאלגענד כמעט א איבערשפיל פון 2016 מיט א טראמפ געווינס אויך און די פאפולערע שטימען דאס מיינט אז לויט די יעצטיגע אנקעטעס וואלט טראמפ שטארק געווינען און די רעפובליקאנע וואלטן אנגעהאלטן זייער מאיאריטעט און קאנגרעס און נאך צובאקומען פרישע קאנגרעס זיצן און אזאנע סטעיט'ס ווי פענסילוועניע,אהייאוי,מישיגן,און נארט קאריליינע און פארשטייט זיך געווינען די מאיאריטעט און סענאט

זאכן קענען זיך און וועלן זיך לכאורה טוישן (די שאלה איז נאר אויף וועלעכע זייט) אבער דא האלט מען יעצט עכ"פ לויט די אנקעטעס
xpbZL.png
xpbZL.png (312.54 KiB) געזען 679 מאל
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

די וואלן קומען פאר ג' לך לך, ד' חשון תשפ"ה לפ"ק

אהער מיט די רמזים
(--ווערטערלאז--)
שניי ליעבהאבער
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 9:26 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שניי ליעבהאבער »

אינטערסאנט איז אז ביי די 2016 וואלן ווי טראמפ האט געווינען איז עס אויך געווען פרשת לך לך משא״כ 2020 איז עס געווען פרשת וירא….
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

א פשוט'ע אפענע סימן,

לך לך, ביידע הויפט קאנדידאטן טראמפ און ביידען גייען פליען. ראבערט עף קענעדי גייט געווינען...
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

פרק י"ג פסוק ט'

הלא - ווייל
כל - דער ביידען
הארץ - איז אין דער ערד
לפניך - וועגן דעם
הפרד - וועט
נא - דער טראמפ
מעלי - געווינען

אם השמאל - דערווייל איז עס אין לינקע הענט
ואימנה - יעצט וועט עס אריבערגיין צו די רעכטע
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

או יאמר...

הלא - ווייל
כל - דער ביידען
הארץ - וואס וואוינט אין דער ערד (בעיסמענט)
לפניך - וועגן דעם
ה'פרד - דער פערד טראמפ
נא - וועט געבראטן ווערן
מעלי - פון דא

אם השמאל - נישט קיין חילוק צו די אנקעטעס ווייזן א שטארקע לינקע באוועגונג
ואימנה - נישט קיין חילוק צו די אנקעטעס ווייזן א שטארקע רעכטע באוועגונג
לעצט פארראכטן דורך האלצשטיין אום פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 3:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2266
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

viewtopic.php?p=4689417#p4689417
זעט אויס ווי דעסענטיס' שטיוול
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

בעסי און האלצשטיין, אהער מיט נאך רמזים...
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

בעסער אזוי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 5:05 pm
די וואלן קומען פאר ג' לך לך, ד' חשון תשפ"ה לפ"ק

אהער מיט די רמזים
לך לך איז בגמטריא 50/50. רמז אז דאס פאלק וועט זיין צוטיילט מחצה על מחצה.

או יאמר ג' לך לך, מרמז על הנשיא ג'או ביידן הנמצא כעת בבית הלבן, שילך משם, וזהו להנאתך ולטובתך. פי' לטובתם ולהנאתם של אנשי המדינה.

וראה זה פלא, ד' חשון ר"ת נ'שיא ד'אנאלד ש'נזרק ח'וזר ו'נבחר.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נע, ד'אנאלד נ'אסר, ו'לביידען ח' ש'נים
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”