בגדי שבת ביי א משפחה שמחה, וויפיל און וויאזוי

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאראליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 2:11 pm

Re: ווייסע זאקן ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאראליש »

rutledge האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:
tarmab האט געשריבן:איך האב אמאל געהאט אזא מעשה, און איך בין געקומען אן ווייסע זאקן, נישט ווייל איך בין נישט באקוועם מיט די לבוש נאר ווייל איך האב געהאלטן אז מ'דארף נישט גיין, און איך געכאפט קולי קולות פון משפחה מיטגלידער וואס הייסט היתכן איך טוה אזא זאך איך ווייז מיט דעם אז די משפחה איז מיר נישט וויכטיג וכו' וכו'

ביי מיין שווערס משפחה איז מען זייער מקפיד אויף די ווייסע זאקן, מיין משפחה גייט אויך מיט ווייסע זאקן, אבער ווען עס קומט צו חתונות איז יש ויש, געדענק איך עטליכע חדשים נאך מיין חתונה האט איינער פון מיינע שוואגערס חתונה געמאכט, פון מיין שווערס זייט, און ווי באלד און מיין משפחה איז מען נישט מקפיד אויף די ווייסע זאקן, בין איך נישט געגאנגען מיט קיין ווייסע זאקן ביי יענע חתונה, און איך שפאציר מיך אריין און זאל אינמיטן די קבלת פנים..... און אלעס נעמט זיך קוקן אויף מיך מיט בייזע בליקן.... אנגעהויבן ביי מיין שווער און געענדיגט ביי מיין שוואגער וואס האט חתונה געמאכט און זיך געבעטן ביי מיר אז כזאל אים נישט צושטערן די שמחה...... איך האב נישט געוואוסט צו איך זאל לאכן אדער וויינען, איך האב מיך פרובירט צו פארענטפערן, איך בין קוים אריינגעקומען און ענקער משפחה מיט עטליכע חדשים צוריק און פון וואו האב איך געדארפט וויסן אז מאיז אזוי מקפיד אויף די הייליגע ווייסע זאקן..... בקיצור, איך בין נישט געזיצן אויף איין טיש מיט מיינע שוואגערס ביי יענע חתונה, איך האב מיך געפילט אינגאנצן אפגעפאטשט פון זיי.... און שפעטער אינמיטן די סעודה האב איך געזעהן מיין שווער שטיין ביי די מחיצה מיט צוויי פון מיינע שוואגערס, און רעדן צו מיין ווייב זייער היציג, איך האב אפגעמאכט עד כאן, מיין ווייב דארף נישט ליידן פאר מיין שווערס משוגעתן, זי האט שוין גענוג געליטן ביז איר חתונה..... וואס איך האב דעמאלטס געטוהן איז שוין נישט קיין נפקא מינה...... אבער די סוף פסוק איז געווען, אז איך האב נאך יענע חתונה מודיע געווען סיי פאר מיין שווער און ביי פאר מיינע שוואגערס, אז איך גיי נישט ביי קיין חתונות מיט די ווייסע זאקן, און וועם עס געפעלט נישט דארף מיך נישט רופן ווען ער מאכט חתונה..... און דא האט זיך די זאך געענדיגט , סא לענייננו, דו גיי ווי אזוי דו ווילסט און קיינער קען דיך נישט איינטיילן וואס און ווי אזוי צו גיין, אוודאי דארף עס זיין מיט די הסכמה פון דיין אשת חיל.

what do you care יא צו גיין? און פטור אן עסק?! פארוואס זיך קריגן פאר שטיות?

ווייל פאר א מענטאל דיסארדער וואס דרייט איבער א שטאט איבער ווייסע זאקן, גיבט מען גארנישט נאך מברויך וואס מער צונעמען פון אים אולי וועט זיין מחלה שוואכער ווערן

סיקסע רב האלט אז מען זאל זיך יא דורך קומען מיט א מענטל דיסארדער
ביי די וועי וואס איך האב דעמאלטס געטוהן איז שוין נישט קיין נפקא מינה...... עס וואלט יא געווען אינטערסאנט צו וויסן וואס די האסט דעמאלטס געטוהן :!:
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: ווייסע זאקן ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

איך גיי עס נישט שרייבן.... סך הכל האב איך געהאלטן קוים נאך מיין חתונה, און איך האב נאך געהאט הייסע בחורישע בלוט און מיר, האב איך געטוהן וואס כאב געטוהן.... טאמער די מעשה וואלט פאסירט אפאר יאר נאך מיין חתונה, בין איך זיכער אז איך וואלט עס נישט געטוהן, סא איך גיי נישט שרייבן.
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ווייסע זאקן ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

קארן האט געשריבן:איך גיי עס נישט שרייבן.... סך הכל האב איך געהאלטן קוים נאך מיין חתונה, און איך האב נאך געהאט הייסע בחורישע בלוט און מיר, האב איך געטוהן וואס כאב געטוהן.... טאמער די מעשה וואלט פאסירט אפאר יאר נאך מיין חתונה, בין איך זיכער אז איך וואלט עס נישט געטוהן, סא איך גיי נישט שרייבן.

איך ווייס שוין - דארפסט מיר שוין נישט זאגן..
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ווייסע זאקן ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

קארן האט געשריבן:איך גיי עס נישט שרייבן.... סך הכל האב איך געהאלטן קוים נאך מיין חתונה, און איך האב נאך געהאט הייסע בחורישע בלוט און מיר, האב איך געטוהן וואס כאב געטוהן.... טאמער די מעשה וואלט פאסירט אפאר יאר נאך מיין חתונה, בין איך זיכער אז איך וואלט עס נישט געטוהן, סא איך גיי נישט שרייבן.


מן הסתם געלאפן און אנגעטוהן פינקע זאקן... :lol:
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: ווייסע זאקן ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

מאתים האט געשריבן:אז מען רעדט שוין יא
עס איז אזוי מאדנא די מנהגים ומנהגים שונים בין משפחה ונשפחה ווי טייל משפחות גייען\פארלאנגן צו גיין מיט ווייסע זאקן טייל גייען מיט די זיידענע בעקיטשע ביי טייל איז עס א קפידא ביי טייל איז א קפידא דוקא נישט צו האבן קפידא
די מציאות איז ווען א איד מאכט חתונה די ערשטע פאר אייניקלך געווענטליך נאך מיט קינדער אין שטוב פילט זיך עס ווי א קינדס חתונה סא קען מען פארלאנגן די לבוש אבער שפעטער ווען די אייניקלךס חתונהס קומען פאר אפט, כמיין א גאנץ לעבן גייט מען פארלאנגן פון אלע בנים ובני בנים צו גיין אין ווייסע זאקן ווייל א פעטער מאכט חתונה?
סווענד זיך עכט יעדער ווי שטארק מאיז א משפחה מענטש ווי נאנט מאיז מיט די ברודער\שוואגער וואס מאכט חתונה, ווי נאנט די זיידע איז מיט די איינקליך וכד'

די זעלבע קען מען זאגן אויפן שטריימעל. די איינציגסטע חילוק איז אז טוישן זאקן איז שווערער ווי טוישן היט.
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”