אידישע טאלק שאו פאדקעסט Latest Talks

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

סארא מין העיט דאס? איך טאר נישט שרייבן וואס איך האלט אויף א ווידיאוי?

פנחס ראב מעג לייגן וועלכע ווידיאוי ער וויל, הרב בראך מעג ווערן דעפרעסט פון אני מאמין, ונתנה תוקף און ווערן נאנט צו ג-ט דורך ארויסגעבן געמיינע פרעס ווידיאויס עז לאנג ס'איז וויטין די "confines פון די תורה", ער מעג לאזן זיין אינגל טון וואס ער וויל, און מעג האלטן אז ס'נישט קיין פראבלעם צו עסן וואס איז כשר אום פסח און "רעספעקטירן" די קומץ קטן וואס האלט זיך נאך צו וואס זייערע זיידעס עסן שבת, זיך פרייען אז בעלי מכשיר זענען היינט שויניש אזוי קאנסערוואטיוו. ער מעג אפילו "טראכטן" אז זיינע נייע מאנדלן זענען שהכל.

און איך מעג שרייבן אז איך האלט ער רעדט געמיין.
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

Without a name האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 1:59 am
נעמטאָדאָם האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 1:50 am
Without a name האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 1:43 am
נעמטאָדאָם האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 1:19 am
Without a name האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 1:08 am

כלל ישראל האט בליע"ה גענוג קינדער פאר די טויזנטער פראדוקטן... זיך מאכן ווי מען האט נישט קיין אנונג אז א גרויס חלק כלל ישראל מישט זיך נישט איז אביסל...(ענדיג צו וויאזוי איר ווילט)
ער זאגט קלאר אז עס איז דא א קליינע פראצענט וואס מישט זיך גארנישט (ואני בתוכם תלי״ת). דיינע ווערטער אז ״א גרויס חלק כלל ישראל״ מישט זיך נישט, איז לדאבונינו לכאורה נישט אמת, ביז מיר וועלן זוכה זיין אז ומלאה הארץ דעה, און אלע וועלן אנערקענען אינעם אמת פון אונזער חסיד׳שן מסורה. אבער ביזן קרעטשמע, טרינקען אסאך ברוינפן מיט בעיבי פינגערס…

אויב ׳הדר׳ וואלט נאר פארקויפט פאר אידן ווי מיר און דיר, וואלטן זיי איהם נישט געקענט דעקן די געהאלט…
גערעכט. האסט מיר געכאפט ביים ווארט אקעי נישט קיין גרויס חלק כגיי מיך מיך נישט טענהען פונקטליך וויפיל פראצענט אבער ווי ער לייגט עס אראפ זיכער נישט...
אההמ…. ווער? (קרעדיט יש״ד)

ווארשיינליך האסטו נישט קיין גרויסע השגה וואס טוט זיך אין די אידישע עסן אינדאסטרי, אדער האלטסטו אז מנחם לובינסקי מיט זיינע אינטערוויאס פאר פסח אויף קו״מ האקן אונז אויך אינטער די יסודות…

און נאכאמאל מיין דיסקלעימער: איך מיש זיך נישט פסח, איך עס נישט קיין קאטעדזש טשיס אדער פוטער, און ניטאמאל קיין פאטעיטא סטארטש.

אגב, איך קען בכלל נישט דעם הרב בראך, עס קען טאקע זיין אז ער איז א געמיינער אינג… אבער פון די נקודות אויסגעשמועסט אויפן אינטערוויא איז דאס נאכנישט מוכרח.
איך קען אים אויך נישט איך האב נישט געזאגט אז ער איז א געמיינע יונג אבער זיין וועג פון רעדן נאכדערצו אויף א פאבליק פלאץ אין אויף מנהגי ישראל דאס איז וואס באדערט... עניוועי..
זאג איך דיר אז נאכן עס אויסהערן זעה איך אז ער מאכט בכלל נישט חוזק פון מנהגי ישראל. אויב יא שרייב איך אויך אינטער דעם קו״ק.

די איינציגסטע מנהג וואס איך האב געהערט דערמאנען איז די מנהג קוה״ק פון זיך נישט מישן אין פסח. אבער ער האט סך הכל פארציילט די מציאות, און ארויס געברענגט טיים ענד עגעין אז ער קוקט מורא׳דיג ארויף אויף דער וואס האלט זיך שטארק מיטן מנהג, א שטייגער ווי שעדליצע׳ר רב שליט״א וואס גייט אליין מעלקן די מילך פאר פסח.

ליצנות׳דיגע שפראך, דאס יא.
ווייסעך נישט
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

היות מען לויפט דא ארום דעם בוש וועלן מיר בעז״ה אויסקלארן און מאכן א סך הכל פון אלע אוסרים ומתירים
איך אנטשולדיג מיך פארן אזוי צולייגן א איד, אבער דאס אלעס איז בלויז פאר די תועלת פון די חשוב׳ע דיינים שליט״א

מיסטער בראך איז א:

לץ - נישט סתם
האט א סמארט פאון - יא
האט וואטסעפפ - יא
לייגט סטעטוס - פון צייט צו צייט
קוקט סטעטוס - קיינמאל אבער נישט בשיטה
עם הארץ - יא, ער ווייסט נישט וואסערע ברכה די קרוטאנס זענען
האט שבת לחם משנה - יא צוויי קליינע חלות
פסקנ׳ט בענייני המוציא - אזוי ווי די וואס האלטן אז מען דארף זיך וואשן אויף עכטע המוציא ביי קביעת סעודה
האט סאוער דאו - יא
נזהר אין נטילת ידים - ברויך תיקון, ער קראצט זיך די קאפ און עסט נאכדעם
קוקט ארויף די וואס האלטן זיך ערליך - יא
פארשטייט אז ער איז נישט אויף די הויכע מדריגה - יא
האלט שייכות מיט א רב - יא הרב מ׳שעדליץ
איז נזהר אין תפילה בציבור - נישטא קיין ראיות לכאן או לכאן, ווערט נישט דערמאנט אינעם שמועס
מאכט חוזק פון מנהגים - נישטא קיין ראיות לכאן או לכאן, ווערט נישט דערמאנט אינעם שמועס
פרעשורט זיינע קינדער צו דאווענען - ניין
האט גוט ארויס די כשרות און כשר׳ע עסן אינדוסטרי - ביג טיים
טראכט אז באהאלטן פאקטן טוישט מציאות - אין קיין שום וועג

עפעס אויסגעלאזט?
ווייסעך נישט
אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע רעדנער »

את חטאי אני מזכיר היום, ווען כ'האב געזעהן די שארפקייט וואס דא טוט זיך האט מיין נייגער זיך מתגבר געווען און איך בין שנעל געלאפן קוקן וואס דער האט שוין געקענט זאגן אויף א היימישע פאדקעסט.

כ'בין געבליבן ביים פראגע.

נאכ'ן אויסהערן די גאנצע זאך, האב איך געזעהן א איד וואס קען גוט זיין פעלד, מיט גאר א ברייטע שפראך, וואס איז מסביר זיינע פראדוקטן און ווארפט נאך אריין וועלטליכע ידיעות מיט א ווויסט פון הומאר.

מער ווי איין מאל האט ער געמאכט אינטרעסאנטע לאכעדיגע משלים, און טייל מאל גענוצט מאמרי חז"ל, אבער כ'האב נישט געזעהן קיין גרינגשעצונג צו כל הקדוש לנו.

ווען ער רעדט פון ונתנה תוקף, כ'האב מיך שוין געגרייט אויף ווער ווייסט וואס, ברענגט עס ס"ה ארויס אז מענטשן האבן ליב די נוסח צו וואס זיי זענען צוגעוואוינט. פינטל. ס'איז דא איינער וואס לייקענט אז ס'איז דא אנדערע חזנים מיט אנדערע נוסחאות, קוועטשעס, התעוררות און דביקות?

ווען ער רעדט פון זיך נישט מישן (וואס אגב ר' פנחס און ר' חיים האקן איהם שטארק איבער און לאזן איהם נישט רעדן, ממילא איז די טענה אויף די פאדקעסט זעלבסט ממש אומרעלעווענט לדעתי) פארציילט ער די הארטע מציאות פון וויפיל פראדוקטן ער פארקויפט פאר גאנץ כלל ישראל (מאנעשעוויץ ווערט פארקויפט ארום די וועלט ממש אין יעדע ווינקל), און אונז היימישע אידן וואס מישן זיך נישט מיט די אלע פראדוקטן זענען למעשה א קליינע פראצענט. תוך כדי דיבור זאגט ער אז ער רעספעקטירט שטארק דער וואס שטרענגט זיך איבער מיינענדיג דעם באשעפער.

ווען ער זאגט אז די אני מאמין ניגון האט יאוש דערין, איז דאס א מיינונג וואס כ'מיין אסאך האבן, ואני בתוכם. כ'האב שטארק ליב די ניגון, און איך פארשטיי אז יעדע ניגון האט אנדערע געפילן דערין, און ס'איז נישט קיין פראבלעם אז א ניגון וואס איז געמאכט געווארן טאקע אין אזא מצב זאל מען דאס שפירן. יעדע ניגון אין זיין פלאץ. אויב עפעס וואלט איך געמיינט אז מ'וועט דא אראפרייסן אז ער חוזק'ט אפ פון ישעי' גראס אזוי נישט מיר נישט דיר (נישט אז ישעי' האט א פראבלעם דערמיט, ער איז געקומען אויף יענע טרעק טוהן טאקע דאס...), אבער קיינער דא האט נישט געהאט קיין פראבלעם דערמיט.

ווען ער רעדט צום סוף פון די טאטעס וואס צווינגען קינדער צו דאווענען נאר ווייל די שכן'ס קינד דאווענט שיין אין שול ברענגט ער ארויס עפעס וואס כ'האב שוין געהערט פון אנדערע (כ'וועל נישט שרייבן קיין נאמען ווייל כ'וויל נישט מ'זאל זיי יעצט אראפרייסן) און קיינער האט נישט געהאט קיין פראבלעם. אויב ביסטו מחנך דיין קינד על דרך הטוב רעדט ער נישט צו דיר און נישט פון דיר. ער רעדט פון די וואס האבן די פיע"ר פרעשו"ר פון אנדערע, אין די צייט וואס זיי אליינס זענען נישט די ריכטיגע ביישפיל פאר זייערע אייגענע קינדער.

אגב זעהט מען צום סוף ווי ר' פנחס קען נישט כאפן דעם אטעם איבער וויאזוי דער איז אנגעקומען צום אינגל אין ביהמ"ד ווען ער האט אינמיטן רעדן איבער עסן, זיי האבן זיך קלאר נישט גערעכנט דערויף... אבער דאס איז חלק פון זיין הומאר.

מ'האט דא באשמוצט א איד אז ער רעדט צאם כלפי מעלה חלילה, און אז ער מאכט ליצנות פון כל הקדוש לנו, סתם אבי געשאסן.

צו דיר ר' פנחס: ווער נישט דערשראקן ווען אפאר אידן מאכן אביסל גערודער סתם למען אראפצורייסן. די עבודה וואס דו לייגסט אריין צו ברענגען גוטע כשר'ע הויכע קוואליטעט קאנטענט פאר די היימישע אידיש-רעדנדע אידנטום דערקענט זיך, און מיר שעצן שטארק דיינע ארבעט! גאר א פיינע עפיסאוד געווען - ספעציעל לכבוד פורים, כ'האב מיך עטליכע מאל צולאכט - און ווען זאכן האבן אנגעהויבן אפילו א פיצי אראפצוגיין פון די רעלסן האסטו זיכער געמאכט עס גלייך צוריק ארויפצושטופן! חזק ונתחזק!
אוועטאר
פלעגט גיין שלאפן פרי
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2022 4:15 am

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעגט גיין שלאפן פרי »

נעמטאָדאָם האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 2:28 am
היות מען לויפט דא ארום דעם בוש וועלן מיר בעז״ה אויסקלארן און מאכן א סך הכל פון אלע אוסרים ומתירים
איך אנטשולדיג מיך פארן אזוי צולייגן א איד, אבער דאס אלעס איז בלויז פאר די תועלת פון די חשוב׳ע דיינים שליט״א

מיסטער בראך איז א:

לץ - נישט סתם
האט א סמארט פאון - יא
האט וואטסעפפ - יא
לייגט סטעטוס - פון צייט צו צייט
קוקט סטעטוס - קיינמאל אבער נישט בשיטה
עם הארץ - יא, ער ווייסט נישט וואסערע ברכה די קרוטאנס זענען
האט שבת לחם משנה - יא צוויי קליינע חלות
פסקנ׳ט בענייני המוציא - אזוי ווי די וואס האלטן אז מען דארף זיך וואשן אויף עכטע המוציא ביי קביעת סעודה
האט סאוער דאו - יא
נזהר אין נטילת ידים - ברויך תיקון, ער קראצט זיך די קאפ און עסט נאכדעם
קוקט ארויף די וואס האלטן זיך ערליך - יא
פארשטייט אז ער איז נישט אויף די הויכע מדריגה - יא
האלט שייכות מיט א רב - יא הרב מ׳שעדליץ
איז נזהר אין תפילה בציבור - נישטא קיין ראיות לכאן או לכאן, ווערט נישט דערמאנט אינעם שמועס
מאכט חוזק פון מנהגים - נישטא קיין ראיות לכאן או לכאן, ווערט נישט דערמאנט אינעם שמועס
פרעשורט זיינע קינדער צו דאווענען - ניין
האט גוט ארויס די כשרות און כשר׳ע עסן אינדוסטרי - ביג טיים
טראכט אז באהאלטן פאקטן טוישט מציאות - אין קיין שום וועג

עפעס אויסגעלאזט?
לאמיר צונעמען @נעמטאָדאָם

אראפרייסן א איד ברבים, יא
איז עס אויסגעהאלטן, ניין
אידישקייט, ווייס איך נישט קומט מיט א פארשלייטער געזיכט אינטער א ניק נאמען

עפעס אויסגעלאזט?
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

איך וועל אראפברענגן עטליכע שורות, ווארט ביי ווארט, כדי די ויכוחים זאלען זיך האפענטליך אויפהערן, וכעין מש"כ ב"יתד" כשהביאו לשונות מהרב עדין שטיינזלץ ז"ל...

די א' ווערט משוגע ווען ער הערט דער נוסח (פון ונתנה תוקף), ער דראפט אלעס (בלשון זלזול על הנוסח של בעלי התפילה על ונתנה תוקף). עכ"ל. רח"ל.

סאו קודם כל הייבט ער אן אז ס'האט (דהיינו געוויסע עסן) "הייליגע" זאכען (בלשון זלזול), סירטען זאכען זענען "הייליג" (בלשון זלזול), (און ווען חיים ברוין זאגט אז דאס אז לעבערלעך איז מרמז אויף לעבן ערליך קומט פון א צדיק, איז פארוואס איז ער מזלזל דערין, זאגט ער) דעיס זאג איך, זעיסט? זעיסט? ס'קומט פון א צדיק (בלשון זלזול)... עכ"ל.

טאמער האלט איר אז ס'נישטא קיין פראבלעם אין די פאר שורות, דאן איז דא א פראבלעם מיט אייך.

און פאר די וואס וועלן זאגען אז ער האט נישט פונקטליך געמיינט וכו' וכו', וויל איך אייך פרעגן פארוואס וואלט איר (האפענטליך...) אפילו בטעות נישט געזאגט אזעלכע לשונות ווי "די א' ווערט משוגע" ה"י, און די סיבה איז פשוט ווייל געוויסע לשונות רוקען זיך נישט ארויס אפילו בטעות אויף הייליגע זאכען וכ"ש אויפן כביכול אליין, איז ממילא דארף מען לפחות פארמעקן די לשונות, אדער פארשטיין אז איינער וואס האט אזא סארט ("ברייטע"...) אויסשפראך באלאנגט נישט אויף א היימישע פאדקעסט.
לעצט פארראכטן דורך פנימחדשות אום דאנערשטאג מארטש 09, 2023 7:06 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

פלעגט גיין שלאפן פרי האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 2:51 am
נעמטאָדאָם האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 2:28 am
היות מען לויפט דא ארום דעם בוש וועלן מיר בעז״ה אויסקלארן און מאכן א סך הכל פון אלע אוסרים ומתירים
איך אנטשולדיג מיך פארן אזוי צולייגן א איד, אבער דאס אלעס איז בלויז פאר די תועלת פון די חשוב׳ע דיינים שליט״א

מיסטער בראך איז א:

לץ - נישט סתם
האט א סמארט פאון - יא
האט וואטסעפפ - יא
לייגט סטעטוס - פון צייט צו צייט
קוקט סטעטוס - קיינמאל אבער נישט בשיטה
עם הארץ - יא, ער ווייסט נישט וואסערע ברכה די קרוטאנס זענען
האט שבת לחם משנה - יא צוויי קליינע חלות
פסקנ׳ט בענייני המוציא - אזוי ווי די וואס האלטן אז מען דארף זיך וואשן אויף עכטע המוציא ביי קביעת סעודה
האט סאוער דאו - יא
נזהר אין נטילת ידים - ברויך תיקון, ער קראצט זיך די קאפ און עסט נאכדעם
קוקט ארויף די וואס האלטן זיך ערליך - יא
פארשטייט אז ער איז נישט אויף די הויכע מדריגה - יא
האלט שייכות מיט א רב - יא הרב מ׳שעדליץ
איז נזהר אין תפילה בציבור - נישטא קיין ראיות לכאן או לכאן, ווערט נישט דערמאנט אינעם שמועס
מאכט חוזק פון מנהגים - נישטא קיין ראיות לכאן או לכאן, ווערט נישט דערמאנט אינעם שמועס
פרעשורט זיינע קינדער צו דאווענען - ניין
האט גוט ארויס די כשרות און כשר׳ע עסן אינדוסטרי - ביג טיים
טראכט אז באהאלטן פאקטן טוישט מציאות - אין קיין שום וועג

עפעס אויסגעלאזט?
לאמיר צונעמען @נעמטאָדאָם

אראפרייסן א איד ברבים, יא
איז עס אויסגעהאלטן, ניין
אידישקייט, ווייס איך נישט קומט מיט א פארשלייטער געזיכט אינטער א ניק נאמען

עפעס אויסגעלאזט?
גייט שלאפן שפעט? יא
אוועטאר
מעכיל בן רעכיל
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 6:18 pm
לאקאציע: זאג אמר ר' בנימין וועסטו מיר טרעפן

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכיל בן רעכיל »

אויף קאשערטאב איז עס אראפ!!!
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

שוין אהערגעקומען אפאר פענס זיינע און פרובירען לערנען לומדות
קיינער האט נישט געזאגט אז ער זעלבסט איז אן אפיקורס
ס״ה אז פון זיינע ווערטער קומט ארויס א שטארקע זולזול און עטליכע נקודות און מנהגים וואס איז הייליג ביי אונז

איבער די נקודה אז רוב אידן מישן זיך - אוודאי רוב אידן מיט כזית קאפלעך מישן זיך אבער אזוי וואו די פאדקעסט איז אויף אידיש אין איז לכאורה געאייגענט פאר חסידישע אידן - איז צו זאגן ביי א היימישע פארעם מיט א פשטות אז ״ווער מישט זיך נישט״? כאילו אפאר זקנים משרידי דור הישן מישן זיך נישט אבער ״יעדער״ מישט זיך , הערט זיך זייער זולזולדיג

לעבערליך, אני מאמין , לא תחמוד, רבני המכשירים און נאך איז נישט כפירות סאיז פשוט אוןעקגעמאכט הייליגע ענינים פאר ערליכע אידן וואס ווילן בלייבן אינעם באקס פון מסורה און נישט נשפע ווערן און קאלט ווערן צו עניני רוחניים

יא אונז זעמיר סענסעטיוו צו אונזער רוחניות און ווען א היימישער רעדט מיט זולזול דערוועגן מעג מען זיך לאזן הערן - די אלע וואס זענען זייער excepting זאלן זיך גוט בודק זיין אןיף וויפיל זיי זעלבסט ווערן נאכגעשלעפט נאך די אלע טרענדס
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16955
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

קאמעץ בארד האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 2:04 am
סארא מין העיט דאס? איך טאר נישט שרייבן וואס איך האלט אויף א ווידיאוי?

פנחס ראב מעג לייגן וועלכע ווידיאוי ער וויל, הרב בראך מעג ווערן דעפרעסט פון אני מאמין, ונתנה תוקף און ווערן נאנט צו ג-ט דורך ארויסגעבן געמיינע פרעס ווידיאויס עז לאנג ס'איז וויטין די "confines פון די תורה", ער מעג לאזן זיין אינגל טון וואס ער וויל, און מעג האלטן אז ס'נישט קיין פראבלעם צו עסן וואס איז כשר אום פסח און "רעספעקטירן" די קומץ קטן וואס האלט זיך נאך צו וואס זייערע זיידעס עסן שבת, זיך פרייען אז בעלי מכשיר זענען היינט שויניש אזוי קאנסערוואטיוו. ער מעג אפילו "טראכטן" אז זיינע נייע מאנדלן זענען שהכל.

און איך מעג שרייבן אז איך האלט ער רעדט געמיין.
געמיין ביז כופר איז א מהלך, אבער יא, האסט א נקודה.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

עס איז קאמיש ווי ער רעדט פון די נירבאטור רב כאילו זיין הכשר איז א 2023 השגחה
א'מונה ב'טחון ג'עלט
מאנסי יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 3:58 pm

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי יוד »

באמת האט מיר באנג געטאן אז די אנדערע זענען אזוי אימוויסנד בנוגע עסן ועוד. און ער קומט אריין זייער קלאר.

אבער אויב זיין שטודירען ברענג אויפגעקלערטקייט און אויבערחכםקייט איז כל הכבוד די וואס קענען נישט..
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

מאנסי יוד האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 8:42 am
באמת האט מיר באנג געטאן אז די אנדערע זענען אזוי אימוויסנד בנוגע עסן ועוד. און ער קומט אריין זייער קלאר.

אבער אויב זיין שטודירען ברענג אויפגעקלערטקייט און אויבערחכםקייט איז כל הכבוד די וואס קענען נישט..
כאילו ער שטודירט...
ער איז בסך הכל א סעילס פערזאן פאר עסן און לעצטענס אויך פאר א קאמפעני וואס פראדעצורט העלטי עסן האט ער זיך אריינגעלייגט אויף אזוי פיל אז ער זאל קענען מאכן סעילס
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
אלטע קוגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4844
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע: דארטן

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

aj0q0RG_long_m.jpg
aj0q0RG_long_m.jpg (84.32 KiB) געזען 3662 מאל
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
צו געבן
https://go.thechesedfund.com/babyex7777gmailcom/grand
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

פלעגט גיין שלאפן פרי האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 2:51 am
נעמטאָדאָם האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 2:28 am
היות מען לויפט דא ארום דעם בוש וועלן מיר בעז״ה אויסקלארן און מאכן א סך הכל פון אלע אוסרים ומתירים
איך אנטשולדיג מיך פארן אזוי צולייגן א איד, אבער דאס אלעס איז בלויז פאר די תועלת פון די חשוב׳ע דיינים שליט״א

מיסטער בראך איז א:

לץ - נישט סתם
האט א סמארט פאון - יא
האט וואטסעפפ - יא
לייגט סטעטוס - פון צייט צו צייט
קוקט סטעטוס - קיינמאל אבער נישט בשיטה
עם הארץ - יא, ער ווייסט נישט וואסערע ברכה די קרוטאנס זענען
האט שבת לחם משנה - יא צוויי קליינע חלות
פסקנ׳ט בענייני המוציא - אזוי ווי די וואס האלטן אז מען דארף זיך וואשן אויף עכטע המוציא ביי קביעת סעודה
האט סאוער דאו - יא
נזהר אין נטילת ידים - ברויך תיקון, ער קראצט זיך די קאפ און עסט נאכדעם
קוקט ארויף די וואס האלטן זיך ערליך - יא
פארשטייט אז ער איז נישט אויף די הויכע מדריגה - יא
האלט שייכות מיט א רב - יא הרב מ׳שעדליץ
איז נזהר אין תפילה בציבור - נישטא קיין ראיות לכאן או לכאן, ווערט נישט דערמאנט אינעם שמועס
מאכט חוזק פון מנהגים - נישטא קיין ראיות לכאן או לכאן, ווערט נישט דערמאנט אינעם שמועס
פרעשורט זיינע קינדער צו דאווענען - ניין
האט גוט ארויס די כשרות און כשר׳ע עסן אינדוסטרי - ביג טיים
טראכט אז באהאלטן פאקטן טוישט מציאות - אין קיין שום וועג

עפעס אויסגעלאזט?
לאמיר צונעמען @נעמטאָדאָם

אראפרייסן א איד ברבים, יא
איז עס אויסגעהאלטן, ניין
אידישקייט, ווייס איך נישט קומט מיט א פארשלייטער געזיכט אינטער א ניק נאמען

עפעס אויסגעלאזט?
פיין פיין, איך ווייס נאר נישט ווען איך האב אראפגעריסן. קוק מיינע פריעדיגע תגובות, ס״ה געווען אן ענה כסיל כאוולתו.

הצלחה און פועל אלעס גוטס
ווייסעך נישט
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

קאמעץ בארד האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 2:04 am
סארא מין העיט דאס? איך טאר נישט שרייבן וואס איך האלט אויף א ווידיאוי?

פנחס ראב מעג לייגן וועלכע ווידיאוי ער וויל, הרב בראך מעג ווערן דעפרעסט פון אני מאמין, ונתנה תוקף און ווערן נאנט צו ג-ט דורך ארויסגעבן געמיינע פרעס ווידיאויס עז לאנג ס'איז וויטין די "confines פון די תורה", ער מעג לאזן זיין אינגל טון וואס ער וויל, און מעג האלטן אז ס'נישט קיין פראבלעם צו עסן וואס איז כשר אום פסח און "רעספעקטירן" די קומץ קטן וואס האלט זיך נאך צו וואס זייערע זיידעס עסן שבת, זיך פרייען אז בעלי מכשיר זענען היינט שויניש אזוי קאנסערוואטיוו. ער מעג אפילו "טראכטן" אז זיינע נייע מאנדלן זענען שהכל.

און איך מעג שרייבן אז איך האלט ער רעדט געמיין.
די חילוק איז זייער פשוט.
ער רעדט נישט קעגן קיינעם, און אוודאי נישט פערזענליך. ער האקט נישט אויף קיינעם, פארשעמט נישט קיינעם. משא,כ דו יא
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

גרויסע רעדנער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 2:41 am
את חטאי אני מזכיר היום, ווען כ'האב געזעהן די שארפקייט וואס דא טוט זיך האט מיין נייגער זיך מתגבר געווען און איך בין שנעל געלאפן קוקן וואס דער האט שוין געקענט זאגן אויף א היימישע פאדקעסט.

כ'בין געבליבן ביים פראגע.

נאכ'ן אויסהערן די גאנצע זאך, האב איך געזעהן א איד וואס קען גוט זיין פעלד, מיט גאר א ברייטע שפראך, וואס איז מסביר זיינע פראדוקטן און ווארפט נאך אריין וועלטליכע ידיעות מיט א ווויסט פון הומאר.

מער ווי איין מאל האט ער געמאכט אינטרעסאנטע לאכעדיגע משלים, און טייל מאל גענוצט מאמרי חז"ל, אבער כ'האב נישט געזעהן קיין גרינגשעצונג צו כל הקדוש לנו.

ווען ער רעדט פון ונתנה תוקף, כ'האב מיך שוין געגרייט אויף ווער ווייסט וואס, ברענגט עס ס"ה ארויס אז מענטשן האבן ליב די נוסח צו וואס זיי זענען צוגעוואוינט. פינטל. ס'איז דא איינער וואס לייקענט אז ס'איז דא אנדערע חזנים מיט אנדערע נוסחאות, קוועטשעס, התעוררות און דביקות?

ווען ער רעדט פון זיך נישט מישן (וואס אגב ר' פנחס און ר' חיים האקן איהם שטארק איבער און לאזן איהם נישט רעדן, ממילא איז די טענה אויף די פאדקעסט זעלבסט ממש אומרעלעווענט לדעתי) פארציילט ער די הארטע מציאות פון וויפיל פראדוקטן ער פארקויפט פאר גאנץ כלל ישראל (מאנעשעוויץ ווערט פארקויפט ארום די וועלט ממש אין יעדע ווינקל), און אונז היימישע אידן וואס מישן זיך נישט מיט די אלע פראדוקטן זענען למעשה א קליינע פראצענט. תוך כדי דיבור זאגט ער אז ער רעספעקטירט שטארק דער וואס שטרענגט זיך איבער מיינענדיג דעם באשעפער.

ווען ער זאגט אז די אני מאמין ניגון האט יאוש דערין, איז דאס א מיינונג וואס כ'מיין אסאך האבן, ואני בתוכם. כ'האב שטארק ליב די ניגון, און איך פארשטיי אז יעדע ניגון האט אנדערע געפילן דערין, און ס'איז נישט קיין פראבלעם אז א ניגון וואס איז געמאכט געווארן טאקע אין אזא מצב זאל מען דאס שפירן. יעדע ניגון אין זיין פלאץ. אויב עפעס וואלט איך געמיינט אז מ'וועט דא אראפרייסן אז ער חוזק'ט אפ פון ישעי' גראס אזוי נישט מיר נישט דיר (נישט אז ישעי' האט א פראבלעם דערמיט, ער איז געקומען אויף יענע טרעק טוהן טאקע דאס...), אבער קיינער דא האט נישט געהאט קיין פראבלעם דערמיט.

ווען ער רעדט צום סוף פון די טאטעס וואס צווינגען קינדער צו דאווענען נאר ווייל די שכן'ס קינד דאווענט שיין אין שול ברענגט ער ארויס עפעס וואס כ'האב שוין געהערט פון אנדערע (כ'וועל נישט שרייבן קיין נאמען ווייל כ'וויל נישט מ'זאל זיי יעצט אראפרייסן) און קיינער האט נישט געהאט קיין פראבלעם. אויב ביסטו מחנך דיין קינד על דרך הטוב רעדט ער נישט צו דיר און נישט פון דיר. ער רעדט פון די וואס האבן די פיע"ר פרעשו"ר פון אנדערע, אין די צייט וואס זיי אליינס זענען נישט די ריכטיגע ביישפיל פאר זייערע אייגענע קינדער.

אגב זעהט מען צום סוף ווי ר' פנחס קען נישט כאפן דעם אטעם איבער וויאזוי דער איז אנגעקומען צום אינגל אין ביהמ"ד ווען ער האט אינמיטן רעדן איבער עסן, זיי האבן זיך קלאר נישט גערעכנט דערויף... אבער דאס איז חלק פון זיין הומאר.

מ'האט דא באשמוצט א איד אז ער רעדט צאם כלפי מעלה חלילה, און אז ער מאכט ליצנות פון כל הקדוש לנו, סתם אבי געשאסן.

צו דיר ר' פנחס: ווער נישט דערשראקן ווען אפאר אידן מאכן אביסל גערודער סתם למען אראפצורייסן. די עבודה וואס דו לייגסט אריין צו ברענגען גוטע כשר'ע הויכע קוואליטעט קאנטענט פאר די היימישע אידיש-רעדנדע אידנטום דערקענט זיך, און מיר שעצן שטארק דיינע ארבעט! גאר א פיינע עפיסאוד געווען - ספעציעל לכבוד פורים, כ'האב מיך עטליכע מאל צולאכט - און ווען זאכן האבן אנגעהויבן אפילו א פיצי אראפצוגיין פון די רעלסן האסטו זיכער געמאכט עס גלייך צוריק ארויפצושטופן! חזק ונתחזק!
ייש״כ פארן פארברייטערן מיינע ווערטער מיט דיין געשמאקן און איידעלן שפראך.

ברוך שכוונתי
ווייסעך נישט
אוועטאר
דיעל שפיל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 12:32 pm

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל שפיל »

מעכיל בן רעכיל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 7:04 am
אויף קאשערטאב איז עס אראפ!!!
??
אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע: אויפען בענקעל

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

אויכעט פון youtube
בבלי
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 26, 2021 11:48 pm

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבלי »

אויב איינער זוכט עס עכט שטארק קען עס טרעפן אויף אידיש ווידיוא דאט קאם
אוועטאר
לאנגע לאקשן
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 12:27 pm

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגע לאקשן »

אברהם אבינו האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 11:14 am
מעכיל בן רעכיל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 7:04 am
אויף קאשערטאב איז עס אראפ!!!
אויכעט פון youtube
ס'איז נאך אויף יוטוב, ס'זעט אויס אז ער האט עס פשוט unlisted
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

ווען קומט זיין נעקסטע ארויס?
אזוי אויך ווייסט איינער ווען די פאדקעסט מיט די גוי מבין אויף נגינה קומט ארויס?
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
אוועטאר
מעכיל בן רעכיל
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 6:18 pm
לאקאציע: זאג אמר ר' בנימין וועסטו מיר טרעפן

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכיל בן רעכיל »

ניין דו האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 12:00 pm
ווען קומט זיין נעקסטע ארויס?
אזוי אויך ווייסט איינער ווען די פאדקעסט מיט די גוי מבין אויף נגינה קומט ארויס?
עס איז נאר פאר דער וואס צאלט
(latest talks plus)
אוועטאר
בעל פרנסה
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 24, 2022 1:48 pm
לאקאציע: איך זוך עס נאך...

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל פרנסה »

ניין דו האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 12:00 pm
ווייסט איינער ווען די פאדקעסט מיט די גוי מבין אויף נגינה קומט ארויס?
קען זיין ס'איז שוין ארויס אבער ס'גייט נאר זיין פאר די וואס באצאלן די $10 א חודש פאר די פאדקעסט
אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע: אויפען בענקעל

Re: נייע אידישע טאלק שאו - Latest Talk Episodes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

לאנגע לאקשן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 11:59 am
אברהם אבינו האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 11:14 am
מעכיל בן רעכיל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 7:04 am
אויף קאשערטאב איז עס אראפ!!!
אויכעט פון youtube
ס'איז נאך אויף יוטוב, ס'זעט אויס אז ער האט עס פשוט unlisted
וויאזוי קען מען זעהן אויב עס איז unlisted?
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”