היכי תמצא האט געשריבן:אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:היינט מיטוואך תזריע האט אידישליך פארלאזט אונזער וועלטל.
הספדים
דראמאטישע תגובה
פעטיציע פאר @אידישליך נייעס
עולם אידישלעך איז צוריק בגדול, נאך מיט א פיינע פרישע אינטערוויא מיט ר' וויכי
אחראי: אחראי
היכי תמצא האט געשריבן:אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:היינט מיטוואך תזריע האט אידישליך פארלאזט אונזער וועלטל.
הספדים
דראמאטישע תגובה
פעטיציע פאר @אידישליך נייעס
א שרייבערל האט געשריבן:ברוך-געלויבט, שהחינו-אז מ'קען מחי' זיין אידן, וקימנו-און מקים זיין סידיס, והגיענו-און מגיה זיין די אינהאלט.
אין קורצן, ב"ה אז מ'האלט דא, מ'קען נאכאמאל אהערשטעלן שיינע ערליכע נגינה על טהרת אייוועלט, ניגונים וואס זענען ארויסגעקומען און פארוואסערט געווארן, דא באקומט עס נאכאמאל די געלעגנהייט אז ס'זאל אנקומען צום מענטש'ס אויער און ער זאל האבן דערפון א פארגעניגען,
יעצט בעצם איז שוין אביסל שפעט און נאנט צו פסח ארויסצוקומען מיט צוויי אנגעפילטע סידי'ס, אבער אנשטאט מ'זאל דארפן ווארטן נאך א יאר ביזן ארויסקום, און אונז ווייסן דאך אז בניסן עתידין להיגאל, איז דאך ממש א שאד נישט אריינצוכאפן יעצט ווען מען קען נאך און עס ארויסשטויסן לאור עולם,
די ערשטע סידי מיטן נאמען סדר נאכט, איבער א שעה צייט, ענהאלט בלויז ניגונים וואס זענען נאכנישט ארויסגעקומען אפיציעל אויף געהעריגע אלבוים'ס,
דארט קען מען הערן לדוגמה די באקאנטע טעמפל שירה שיין און פראפעסיאנאל אראפגעזינגען, וואס אסאך זוכן ווי מ'קען עס הערן.
און די צווייטע סידי מיטן נאמען די צווייטע סדר נאכט, איבער 2 שעה צייט, ענהאלט ניגונים פון לעבעדיגע אויפטריטן און פון ניגונים וואס זענען שוין געווען אויף אלבוים'ס [אריינגערעכנט אויף די אייוועלט אלבוים'ס] און זענען אויך ארויסגעקומען אויף סינגעלס.
צינדטס עס אן אינדערהיים פארן ב"ב און לאזט עס לויפן, ס'איז מובטח אז די קשר"ק וועט האבן א שענערע און אן אינהאלטסרייכע באדייט.
אבער מאכט זיכער צו מאכן קאפיס דערפון צו קענען נהנה זיין דערפון אין קאר אדער אין אפיס צו קענען פארשפילן די אנגעצויגענע ערב פסח שטימונג אין א לוסטיגע מעלאדיע.
נאך איין חידוש וועט זיין דאס יאר חוה"מ און וועט קומען אין ריכטונג פון די ילדים,
עטס קענטס אוודאי די באקאנטע תנועה... איך וויל גיין צו בראנקס זו.... איך וויל גיין צו די ריידס.... דאס יאר וועט די געשרייעריי זיין.. איך וויל הערן די נייע סדר נאכט סידי'ס!!!....
די עיקר איז קחו ברכה אל תוך בתיכם, מאכט קאפי'ס דערפון ווייל ס'איז אריין אסאך ארבעט דערינען, און פארגעסט נישט צו לאזן הערן אייער פידבעק, הנאה, אדער זאגאר קריטיק...
נאך א קלייניגקייט... אויסער פון די אלע וואס @נמ''ש האט שוין באדאנקט, מוז מען זיך עקסטער באדאנקען פאר דער וואס אהערגעשטעלט אין דעי אנגעשטרענגטע זמנים דעם הערליכן בוקלעט, וואס נישט נאר ער איז א 'רוצה בעילום שמו' נאר ער איז דא מיט א חידוש אז ער איז 'רוצה בעילום ניקו' זאל איהם דער רבוש"ע באצאלן מיט אלעס גוטס אויף יו"ט און אויף דעם גאנצן רונדעכיגן יארע...
און צום לעצט לאמיר איבערגעבן א הארציגן דאנק פאר @שמעון פארן ארויסהעלפן מיט א איבערגעגעבנקייט.. און אזוי אויך פארן באליבטן אחראי 'קאפעלע' פארן שטיין צום רעכטן האנט. זייט וויסן אז דא ליגט מער ארבעט און שעות ווי איר שטעלט זיך פאר!
כאפטס פאר ס'לויפט אויס פון די פאליצעס!!
ממה נפשך האט געשריבן:לייטער, גיי אן, כ'האב הנאה פון דיינע נייעסלעך...
יעדער האט געשריבן:אייוועלט איז היינט אנגעקימען צי 3 און א האלב מיליאן תגובות
מזל טוב
לייטער האט געשריבן:יעדער האט געשריבן:אייוועלט איז היינט אנגעקימען צי 3 און א האלב מיליאן תגובות
מזל טוב
דעיס איז מיט די געמעקטע א.ד.ג. בעצם האלט מען יעצט ביי 3321130 תגובות
יעדער האט געשריבן:נישט אלעס וואס פעהלט איז געמעקט אסאך זענען אין מנהלים אפיס
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אפדעיט איבער די סייט אפדעיט...
ארענדאר און א גרופע פון 10 ניקס, ובראשם די פראיעקט מענידזשער ידידינו הניק "ממה נפשך", ארבייטן אריין אינעם אפדעיט...
די ארבייט איז היבש קאמפליצירט, מער ווי מ'האט געמיינט, דעריבער איז נישט מעגליך צו גיבן אן עקזעקט טיימליין ווען ס'וועט זיין פארטיג, אבער זאכן רוקן פאראויס און האפענטליך גאר בקרוב וועט די אפדעיט זיין פארטיג...
וויכטיג מאכער האט געשריבן:א קורצע אפדעיט...
איינע פון די שווערסטע חלקים וואס מ'האט זיך געמוטשעט א שטיק צייט איז ב"ה שוין געסאלווד, אצינד האט מען אנגעפאנגן טרענסלעישן...
א גרופע שרייבערס פון די שרייבער אויסגאבע זענען איינגעשפאנט געווארן ארויסצוהעלפן מיט די טרענסלעישן...
מעכל קנעכל האט געשריבן:שלום עליכם מיינע טייערע פריינט (קרעדיט: מענדל אונגאר פון די יפא'ס)
איך בין א לענגערע וויילע נישט דא געווען, אבער איך בין דא צוריק אי''ה און איך האף צו נאכאמאל אנהייבן שרייבן דא און מיטלעבן די געשמאקע מצב דא און פרובירן צו צוגעבן מיינע צוויי סענט סטריט וואו איך וועל קענען.
רוב פענימער דא דערקעניך נאך און נאר געציילטע דא זענען מיר אומבאקאנט און איך האף מיר צו באקענען מיט זיי בקרוב און מען וועט לאכן און זיך פרייען אינאיינעם אין גוטן און אן ביידן.